B"H
🏡

Ikar

שיחה להמסיימות ד"בית רבקה" ולהמדריכות דמחנה "אמונה" ו"פרדס חנה" תחיינה - יום א' פ' שלח, כ"ב סיון ה'תשמ"ב.

א.
שוין גערעדט מערערע מאל,
אז בשעת אידן קלייבן זיך צוזאמען און מ'קלייבט זיך צוזאמען מיט א באשלוס אז פון דעם צוזאמענקומען זיך זאל צוקומען נאך מערער אין זאכן פון גוטסקייט,
אידישקייט און בכללות אין זאכן פארבונדן מיט תורה און מיט אירע מצות –
איז דאס גופא ברענגט הצלחה און דעם אויבערשטן'ס ברכה אז די אלע באשלוסן זאלן דערנאך קענען אויסגעפירט ווערן א סך לייכטער ווי מ'שטעלט זיך פאר,

Reader controls and commentary are loading.