א. פותחין בברכה*.
ובפרט שטייעג־ דיק בא דער התחלה ועיסה פון חודש אדר,
ווען מ׳האט דעם אנזאג און דעם דין* אז "משנכנס אדר מרבץ בשמחה",
אוו בחודש זה איז "בריא מזלי׳״י ד־ ישראל.
במילא איז פארשטאנדיק אז אידן ווערן דעמולט ספעציעל גע־ בענטשט מיט ברמת.
נאכמער: די גמרא זאגט* "כשם שמ־ שנכנס אב ממעטץ בשמחה כך משגמם אדר מרבין בשמחה",
"הלכך בר ישראל דאית לי׳ דינא בהדי נכרי לישתמיט מיני׳ באב דריע מזלי׳ ולימצי נפשי׳ באדר דבריא מזלי׳".
ולכאורה: וואם איז דער תוכן ההשוואה בגמרא "כשם שמש־ נכנם אב ממעטין כו׳ כך משנכנס אדר מרבץ כו׳",
דאס שוואכט דאד א8 לכאורה דעם גודל השמחה בחודש אדר!
ויש לומר,
אז אדרבה: לשון חז״ל "כשם שמשנכנס אב ממעטין בשמחה בך משנכנס אדר מרבין בשמחה",
קומט לערגען,
אז דער מיעוט השמחה בחודש אב גייט אריין אין דעם זעלבן תוכן פון ריבוי השמחה בחודש אדר
(״כשם..
כך"/ ווארום די כוונה און תכלית אין דעם מיעוט השמחה בחודש אב איז נאר בכדי מ׳זאל דאס מהפך זיין מחשוכא לנהורא וממרירו למיתקו*.
און דאס ווערט אויפגעטאן דורך דעם "מרבץ בשמחה" און "בריא מזלי"׳ אין חודש אדר,
וועלכער איז מהפך אויד דעם "ממעטין בשמחה" און "ריע מזלי׳" בחודש אב.
און דעריבער איז מובן,
אז דורך דעם קומט צו נאכמער שמחה אין אדר - נוסף צו דער שמחה מצ״ע אין טוב הנראה והנגלה,
אויר די שמחה פון דעם וואס מ׳איז דעמולט מהפך די ענינים בלתי רצויים
(וואס ברענגען צו "ממעטץ בשמחה"/ באופן אז עס ווערט "ועשה לי מטעמים" 4 לשון רבים 7 ,
סיי "ממאכלים ערבים ומתוקים"
(מרבץ בשמחה באדר מצ״ע)
און סיי "מדברים חריפים או חמוצים רק שהם מתובלים ומתוקנים היטב עד שנעשו מעדנים להשיב הנפש" 7
(די אתהפכא פון עניני אב לנהורא ולמיתקו).
[ועפ״ז יומתק וואם דער ציווי אויף ריבוי השמחה באדר ווערט געבראכט דוקא אין מם׳ תענית,
אין דער סוגיא וואו עם רעדט זיד וועגן דער ירידה פון חודש אב,
כולל מיעוט השמחה שבו].
און דורך דעם קומט צו נאכמער אין דער פתיחה בברכה - א ברכה בכל ה־ ענינים,
אויר איו מהפך זיין כל הענינים של היפך לברכה ושמחה.
ביז די ברכה הכי עיקרית - בענץ שהזמן גרמא - ברכת גאולה האמיתית והשלימה ע״י משיח צדקנו,
ווען עם וועט זיין שלימות השמחה - "אז ימלא שחוק פינו"•,
און שלימות פון "בריא
לילות ד',
הי,
ו׳ ושבת קודש פ׳ תתמה
מזלי׳" פון אידן,
ושלימות פון אתהפכא חשוכא לנהורא ומרירו למיתקו.
ב. די התחלה פון חודש אדר קומט אוים
(— בכו״כ שנים)
אין דער וואך פון פרשת תרומה.
וע״פ הידוע 4 אז די מועדים אין יאר האבן א שייכות צו די פרשיות בתורה ווען זיי קומען אוים,
דארף מען פאר־ שטיין די שייכות פון חודש אדר -"משנכנס אדר מרכין בשמחה",
און ווען ט׳איז ״בריא מזלי׳״ של ישראל - מיט פרשת תרומה.
און נוסף צו דער שייכות מיט חודש אדר בכלל,
דארף דאם האבן א שייכות אויך מיט דער חידוש אין דער קביעות פון חודש אדר בשנה זו:
(א) זייענדיק א שנה מעוברת זיינען בשנה זו פאראן צוויי אדר׳ס.
און איצטער - ווען מ׳לייעגט פ׳ תרומה -האלט מען בא דעם אגהויבם פון חודש אדר ראשון.
(ב) די צוויי טעג ראש חודש אדר ראשון
(וואם דער ראש איז אין זיך כולל און פירט אן מיט כל ימי החודש*׳)
זיינען אויסגעקומען בימי ג׳ וד׳ בימי השבוע.
ג. וועט מען עם פארשטיין בהקדים א דיוק אין דער פרשה:
אין דער התחלה פון היינטיקער פרשה - דער ציווי פון דעם אויבערשטן "ויקחו לי תרומה גו׳ וזאת התרומה אשר תקחו מאתם זהב כסף ונחושת גו׳״״ -
איז ידועה די שאלה: פארוואס תרומת המשכן הויבט זין־ אן דוקא מיט "זהב""?
נוסף אויף דער שאלה בכלל,
אז די דברים האבן געדארפט שטיין אין א סדר מן הקל אל הכבד,
לא זו אף זו״ -וואלט אזוי געפאסט לכאורה נאד מער בנדו״ד: וויבאלד אז דא רעדט זיך וועגן נדבת המשכן - וואם איז א חיוב אויף אל ע אידן כל אחד לפי נדבת לבו
("ויקחו לי תרומה מאת כל איש אשר ידבנו לבו גו׳""/ און בפשטות זיינען בא אידן דאן געווען חילוקים צווישן דל ועשיר",
און אין נדבת המשכן "לא היתה ידי כולם שוה בה״״ - וואלט דאו לכאורה געפאסט צו אנהויבן מיט די דברים - כסף אדער נחושת - וואס זיינען מערער מצוי ביי אלע אידן,
זאכן אין וועלכע זיי גלייכן זין־ מערער אויס,
און דערנאך רעכענען זהב וואס איז שייך מער צו די רייכערע אידן.
ע״ד ווי מ׳זעט אין דעם סדר הנדבות שלאחרי זה - אז אלע ענינים
(מלבד זהב בתחלה)
זי׳ינען בהתאם צו דעם מצב פון די מנדבים: פריער קומט זהב כסף ונחושת,
וואם די אלע דריי זיינען גע־ ווען בא
(רוב")
אידן,
און אלע אידן
ספר השיחות - ה׳תשנ״ב
("כל איש")
האבן דערפון מנדב געווען אין משכן.
דערנאך קומען "תכלת וארגמן ותולעת שני ושש ועזים ועורות אלים מאדמים ועורות תחשים״ 7 ׳ - וואם אויף דעם שטייט• 1 נאר אז "בל איש אשר נמצא אתו תכלת..
הביאו״ - "כי לא נמצאו מאלה רק למקצתס״י*.
דער־ נאף׳ - "עצי שטים"
("כל אשר נמצא אתו״)
- "כי היו יותר מעטים שבידם עצי שטים״׳־.
און די לעצטע זאכן -"שמן למאור וגו׳",
און "אבני שוהם ואבני מילואים״־ 2 - וואם נאר "הנשיאים הביאו"־־
(ווייל דאם איז ניט געווען בא די אנדערע אידן).
[ובפרט לויטן פירושי אין "והנשיאים הביאו את אבני שוהם״ - עננים הביאום].
ועפ״ז - האט זהב געדארפט קומען נאד כסף ונחושת ווארום ווייניקער אידן האבן געבראכט דערפון ווי כטף ונחושת.
דהגם אז אידן האבן געהאט א ריבוי זהב וכסף־־ פון ביזת מצרים און ביזת הים - כמאחז״ל"־ "איז לד כל אחד ואחד מישראל שלא היו עמו תשעים חמורים לובים טעונים מכספה וזהבה של מצרים״ - איז אבער בפשטות גע־ ווען בא
(די מצריים,
ובמילא בא)
אידן
מער כסף
(ונחושת)
ווי זהב,
ווייל א טייערערע זאך
(זהב)
איז דא ווייניקער בכמות
(ואדרבה: דערפאר איז דאם טייערער).
ובזה גופא - זיינען געוועו חילוקים אין עשירות צווישן אידן גופא,
כנ״ל.
נאכמער: נוסף אויף דעם וואס אידן האבן געהאט מער נחושת ווי כסף און מער כסף ווי זהב — איז אויך צום משכן האבן אידן מנדב געווען מער כסף ונחושת ווי זהב,
כמפורש אין רמב״ז” "וכל איש אשר הניף תנופת זהב לא היו רבים כמרימי הכסף והנחושת ולא היתה הרמת הזהב מרובה ככסף והנחושת".
און דער טעם בפשטות אויף דעם איז אויך,
ווייל פאר עשיית המשכן וכליו האט מען געדארפט האבן מער כסף ונחושת ווי זהב
(ווי אויסגערעכנט בפרטיות אין פ׳ פקודי•־).
וואס לויט דעם אלעם ווערט שטאר־ קער די שאלה הנ״ל: פארוואם תרומת המשכן הויבט זין■ אן דוקא מיט "זהב"?
מ׳קען ניט ענטפערן אז די תורה רעכנט אויס די י״גי־
(ט״ו•־)
דברים לויט סדר חשיבותם,
און זהב איז דער דבר החשוב ביניהם
(מער חשוב ווי כסף ונחושת)
- ווייל
(א) "אבני שוהם ואבני מילואים" וועלכע זיינעז דברים חשובים יותר ווי די זאכן וואם שטייען פריער,
ווערן גערעכנט ערשט בסוף 1 ־.
(ב) ו־
לילות ד׳,
ה',
ו׳ ושבת קודש פ׳ תרומה
עיקר": אין דעם ציווי לנדבת המשכן ע״י ישראל איו דאך ניט נוגע חשיבות הדבר,
נאר דער מצב בפועל פון אידן המנדבים און דער צורך אין משכו,
און אין ביידע ענינים איז כסף ונחושת גע־ ווען מער ווי והב,
כנ״ל.
אויך דארף מען פארשטיין: וואס פאר א הוראה לדורות לערנט מען א9 דערפון וואט "והב" איז ראשון פון די נדבות המשכן?
ד. ויש לומר דער ביאור אין דעם,
ובהקדים א שאלה בנוגע צו כללות המשכן:
עשיית והקמת המשכן לה׳ איז געווען תלוי אין אלע אידן - הן דער ציווי אויף נדבת המשכן איז געווען צו יעדער אידן
("ויקחו לי תרומה גו׳ מאת כל איש"/ אויר צו נשים
("ויבואו הנשים על האנשים""/ ביז אז אויך טף האבן זיך משתתף געווען אין נדבת המשכן": און אויר דער ציווי אויף עשיית המשכן
("ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם"")
איז א חיוב אויף יעדער אידן - ווי דער רמב״ם שרייבט": "הכל חייבין לבנות ולסעד בעצמן ובממונם,
אנשים ונשים כמקדש המדבר".
דארף מען פארשטיין:
דורך דעם משכן האט זיך אויפגעטאן א חידוש נפלא - וואט איז ביז דעמולט ניט געווען - אז אין א בית גשמי למטה
זאל זיין "ושכנתי בתוכם".
ווי דער נביא איז מפליא״ - "השמים ושמי השמים לא יכלכלוך",
און דוקא "הבית הזה" אט דארט איז השראת השכינה,
"ונועדתי שמה לבני ישראל גו״״דג!
לויט דעם האט לכאורה געדארפט זיין,
אז בכדי אויפצובויען א משכן לה׳
(וואו עם זאל זיין "ושכנתי בתוכם")
דארף מען אנקומען דוקא צו אנשים נעלים ביותר צווישן אידן,
וואט האבן בכח צו מאכן אזא בית וואו די שכינה זאל רועו און נתגלה ווערן,
[ווי דאס איז געווען בנוגע צו עצם עשיית המשכן,
אז דאס איז געטאן גע־ ווארען דורך בצלאל און "וימלא אותו רוח אלקים גו׳"",
ע״פ הוראות משה רבינו וואט ער האט געהערט פון דעם אויבערשטן אליין,
ועוד יותר - "ככל אשר אני מראה אותך גו׳ כן תעשו""].
אעפ״ב זאגט תורה,
אז דער משכן איז תלוי דוקא אין דער נדבה ופעולה פון יעדער אידן - סיי אנשים און טיי נשים,
און אויך טף! איז ווי האט עם אן איש פשוט,
אן אשה פשוטה,
און אפילו א קליין קינד,
דעם כח צו אויפטאן אזא חידוש אז די שכינה זאל שורה זיין אין א בית גשמי בעולם הזה הגשמי
(ביז באופן פון "ושכנתי בתוכם",
בתוך כל אחד ואחת מישראל•*)
- א זאך וואם קען ניט זיין אפילו אין "שמים ושמי השמים")?!
ספר השיחות - ה׳תשנ״ב
ובפרט אז דער "ויקחו לי תרומה" דארף זיין "לי לשמי""/ אזוי ווי דער "ועשו לי מקדש" דארף זייז "לשמי"׳/ ד.
ה. אז נוסף אויף דער נתינה ועשי׳ בפועל,
דארף זיין אויר די כוונה לשמה".
וואט עבודה לשמה
(ובפרט בתכלית השליטות)
איז ניטא ביי אלע אידן,
אנשים נשים וטף,
ווי דער רמב״ם שרייבט 43
(אין הל' תשובה),
ביז אז די שלימות העבודה לשמה מתוך אהבה
("לא מפני דבר בעולם בו׳ אלא עושה האמת מפני שהיא אמת")
"היא מעלה גדולה מאד ואין כל חכם זוכה לה" 4 /
ה. איז דער ביאור אין דעם:
דער ציווי אויף עשיית המשכן איז געקומען דוקא נאך מתן תורה,
און אלם המשך צו מתן תורה - וואט דעמולט האט זיר אויפגעטאן דער "ובנו בחרת מכל עם ולשון" 45 ,
די בחירה פון דעם אויבערשטן אין יעדן אידן,
און דוקא אין דעם גוף פון א אידן*/ אז אויר זייענדיק א נשמה בגוף גשמי בעולם הזה הגשמי זאל ער זיין "ממלכת כהגים וגוי קדוש" 7 /
וכידוע" 4 אז ביז מתן תורה איז גע־ ווען די גזירה אז עליונים לא ירדו לתחתונים ותחתונים לא יעלו לעליונים,
און בא מתן תורה איז געווען דער ביטול הגזירה,
און אידן,
ווי זיי שטייען אין תחתונים - זייגען זיי
(באמת)
שטענדיק
אין
(א מצב פון)
עליונים,
מצד זייער "חלק אלוקה ממעל ממש״י/ וואט העצם כשאתה תופס בחלקו אתה תופס בכולו" 5 ,
"ישראל וקוב״ה כולא חד"׳ 5 .
פון מתן תורה אן - איז די מציאות פון יעדער אידן אזא,
אז ניט קוקנדיק אויף זיין חיצוניות,
איז "אע״פ שחטא ישראל הוא" 53 ,
ער האט "דאם פינטעלע איד",
וואט מצד דעם איז ניט ער וויל און ניט ער קען זיין ח״ו אפגעריטן פון אלקות׳ 5 ,
וכפט״ד הרמב״ם 54 - אז דער רצון אמיתי פון יעדער אידן איז צו מקיים זיין רצון ה׳,
און דאם וואט עם זעט אמאל אוים אנדערש,
איז דאם נאר בחיצוניות מצד דעם וואט "יצרו הוא שתקפו".
נאכמער: אפילו אזא איד וואט האלט נאר ביי עבודה שלא לשמה — ברענגט דער רמב״ם 55
(פון חז״ל*^ אז "לעולם יעסוק אדם בתורה ואפילו שלא לשמה שמתוד שלא לשמה בא לשמה",
און זאגט,
לפיכך כשמלמדין את הקטנים ואת הגשים וכלל עמי הארץ אין מלמדין אותן אלא לעבוד מיראה ט׳ עד שתרבה דעתן ויתחכמו מ׳ ומרגילין אותן ט׳ עד שישיגוהו וידעוהו ויעבדוהו מאהבה",
און דער טעם אויף דעם איז - ווייל "מתור שלא לשמה",
דער תוך און פנימיות 57 פון דער
(עבודה פון א אידן
לילות ד׳,
ה/ ו׳ ושבת קודש פ׳ תחמה
אפילו)
״שלא לשמה״
(תחתונים)
איז -"לשמה"
(עליונים).
לויט דעם איז מובן ווי אזוי יעדער איד - אנשים נשים וטף - האט דעם ציווי וכה צו מאכן דעם משכן לה׳,
וואם דארף זיין ״לשמי״ - ווייל דויד מתן תורה איז א איד געווארן א נייע מציאות,
אזא מציאות וואס זייענדיק א נשמה בגוף למטה,
און ניט קוקנדיק אויף זיין דרגא אין עבודה
(אפילו אויב זי איז שלא לשמה),
איז זיין "תוף" ופנימיות "לשמה",
לשם ה׳,
אן קיין שום אנדער טעם ועניז,
"לא מפני דבר בעולם ולא מפני יראת הרעה ולא כדי לירש הטובה,
אלא עושה האמת מפני שהיא אמת".
און דעריבער האט ער בכה צו אויפמאכן אז אויד מציאות העולם
(תחתונים)
קען ווערן קדושה
(עליונים/ ביז - א "דירה לו יתברך בתחתונים"• 5 ,
א משכן ומקדש לה׳,
אויף וועלכן דער אויבערשטער זאגט "ושכנתי בתוכם".
ו. עפ״ז יש לומר דעם טעם פארוואם "זהב" איז דער ערשטער פון די נדבות המשכן:
בשעת דער אויבערשטער
(אין תורה)
רעכנט אוים די נדבות וואם א איד דארף ברעגגען - הויבט ער אן מיט "זהב",
ווייל דערמיט ווערט ארויסגע־ בראכט
(ניט סתם די חשיבות פון זהב מצ״ע
(בלי כל שייכות צו נדבת המשכן ע״י ישראל/ גאר דאם ברענגט ארוים)
די חשיבות ומעלה פון א אידן,
אז דער ערשטער - ראשון במעלה - פון זיינע נכסים
(און במילא פון זיינע נדבות)
איז "זהב",
די טייערסטע אוז חשוב׳סטע זאך.
ווארום די מציאות פון א איד - נאך
מתן תורה - איז אזא,
אז אפילו זייענ־ דיק למטה אין גשמיות העולם,
וואו מ׳־ דארף אנקומען
(ביים בויען א משכן)
אויד צו כסף ונחושת ובו׳
(און בכמות -מער ווי צו זהב),
איז ער צום אלעס ערשטן אן עשיר בעצמי 5 ,
א "בן מלד״“,
און נאכמער -,,
מלר" אלייןיי,
וואם מציאותו איז
(און אים געהערט)
די טייערסטע זאר - "זהב",
ר״ת "זה הנותן בריא״״ - דער נותן
(דער איד)
אויר ווי ער שטייט למטה,
איז ער בתכלית הש־ לימות פון בריאות,
בגשמיות וברוחניות.
נאכמער: נוסף אויף דעס וואם די הקדמה• פון זהב ברענגט ארוים די מעלה וחשיבות פון אידן בכלל - איז דאס נוגע במיוחד אין דעם ענין גופא פון "ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם",
ווארום דער כח צו אויפמאכן "ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם" קומט דורך א אידן,
וואם אויך זייענדיק למטה איז ער "עליונים",
בדרגת "זהב".
אויב מ׳רעדט נאר ביחס צו דעם משכן און צו דעם אופן ווי אידן האבן מנדב געווען אין משכן - דעמולט האט כסף ונחושת א קדימה לגבי זהב
(ווייל זיי זיינעז מער מצוי בא אידן,
און זיינען
ספר השיחות - ה׳תשנ״ב
געווען כריבוי יותר אין משכן,
טיל)
; אבער בשעת מ׳רעדט וועגן אירן,
וואם די מאכן אויף רעם גאנצן משכן - קומט לכל לראש דער ענין פון זהב,
וויבאלד אז א איד,
אויך זייענדיק א מציאות למטה,
איז צום אלעס ערשטן שייך צו "זהב",
וואט דעריבער איז ער בכה צו מאכן דעם משכן לה׳.
ויש לומר,
אז דאס איז אויך דער טעם פארוואם אידן האבן דעמולט גע־ האט א ריבוי זהב וכסף אויר בפשטות -ווייל דאם ווערט נשתלשל פון מעלתם,
וואס מצד עצם ענינם זיינען זיי עשירים
(ברוחניות)
בדרגת "זהב",
ובמילא ווערט דערפון נשתלשל אויך עשירות בגשמיות,
א ריבוי זהב.
ועפ״ז יומתק אויך וואם אין פ׳ ויקהל
(וואו עס רעדט זיך וועגן נדבת ישראל בפועל)
טיילט די תורה פאנאגדער די נרבה פון זהב און די נרבה פון כסף ונחושת אין צוויי באזונדערע פסוקים: "ויבואו האנשים על הגשים כל נדיב לב הביאו חח גו׳ כל כלי זהב,
וכל איש אשר הניף תנופת זהב לה׳״”,
און צוויי פסוקים ווייטער
(בהפסק הנדבות של תכלת גו׳)
- "כל מרים תרומת כסף ונחושת גו׳",
ווי רער רמב״ן איז מבארי* "בעבור שהזכיר שם הנשים ואין להם כסף ונחושת רק הזהב בתכשיטין גו׳״ -ווייל זהב איז אן אגרער סוג באיכות פון כסף ונחושת און די אנדערע נדבות -זהב באווייזט אויף רער שלימות פון יעדער אידן,
אנשים ונשים
(און דערי־ בער י״ל איז זהב געווען בא ביידן,
אפילו בא די
(נשים)
וואם האבן ניט געהאט כסף ונחושת).
ז. עפ״ז וועט מעז אויך פארשטיין די שייכות מיט חורש אדר
(וואס בהתחלת החורש לייענט מען פ׳ תרומה).
וב־ הקדים:
אויף דברי הגמרא אז בחודש אדר איז ״בריא מזלי׳״ פון א אידן - שטעלט זיך די שאלה: חז״ל זאגן" דאך אז "אין מזל לישראל""?
לכאורה וואלט מען געקענט ענט־ פערן לויט דברי רש״י אויף "אין מזל לישראל״ - "דעל ידי תפלה וזכות משתנה מזלו לטובה"".
ראם הייסט,
אז אידן האבן א מזל,
אבער דורך א כח חזק יותר
(תפלה וזכות)
קען מזלם נשתנה ווערן לטובה.
ראם איז אבער ניט קיין ביאור מספיק בנוגע לחודש אדר -ווייל "בריא מזלי׳" איז בפשטות רער טייטש,
ניט אז דורך א כח שני
(תפלה וזכות)
ווערט דער מזל נשתנה,
נאר אז דער מזל מצד עצמו
(בחודש אדר)
איז "בריא".
ויש לומר הביאור בזה:
בעצם,
מצד שרשם למעלה,
זיינען אידן כלל ניט אונטער רער שליטה פון מזלות ח״ו,
כמ״ש" "אל דרך הגוים אל תלמדו ומאותות השמים אל תחתו כי יחחו הגוים מהמה".
דער חידוש פון א אידן איז אבער נאכמער,
אז אפילו ווי ער קומט ארא9 אלם א נשמה בגוף אין עולם הטבע,
און גופו איז "נדמה בחומריותו לגופי אוה״ע״“
(וואס ווערן אנגעפירט דורך
לילות ד',
ה',
ו' השבת קודש פ׳ תתמה
מזלות/ אה ער *ויד דא אין א מצב פון "אין מזל לישראל".
און דערפאר טאקע האט ער בכת - על ידי תפלה וזכות -אז זיין מזל זאל נשתנה ווערן לטובה)
אבער דאס זרז נאך אלץ מצד א כת עליו! יותר
(תפלה וזכות/ ניט דער מזל מצ״ע.
דער חידוש פון חודש אדר איז נאב־ מער: אפילו ווי א איד,
א יחיד",
איז דא למטה פארבונדן מיט ענין המזל,
און געפינט זיר איו א וועלט וואו "אית לי׳ דינא בהדי נכרי"
(בה אז אין חודש אב דארף ער זיר דערפון משתמט זיין "דריע מזלי׳״)
- איז אין חודש אדר,,
בריא מזלי׳",
גלייד אריינגייענדיק אין דעם חודש
(אפילו בלי שום עבודה מצדו/ איז דער מזל מצ״ע "בריא",
ביז אז אפילו א ניט־איד דערזעט און דע־ הערטדאם.
ויש להוסיף לויטן פירוש הפנימי•• פון "אין מזל לישראל",
אז "מזל ישראל" אה בחי׳ אין
(ביטול).
און דער חידוש בדבר איז,
אז דאם איז אזוי ניט נאר למעלה,
גאר דער מזל
(בחי׳ אין)
אה נוזלי• ונמשך למטה,
אז *ויד ווי א איד געפינט זיר למטה כעולם המזלות,
און "אית לי׳ דינא בהדי נכרי",
אה זיין מזל - בחי׳ אין
(ביטול לה׳/ כמדובר לעיל
(ס״ה) אז דער רצון פנימי פון א אידן אה צו מקיים זיין רצון ה/ בה אז דאם קומט ארוים אין דעם אז "בריא מזלי׳",
זיין
מזל אה געזונט און שטארק אויר לעיני בשר
(אפילו צו אוה״ע).
ח. עפ״ז אה פארשטאנדיק די שייכות פון חודש אדר מיט פ׳ תרומה:
בא נדבת ועשיית המשכן אה ארויס בגלוי
(דער כח וואט מ׳האט באקומען בא מ״ת)
אז א איד ווי ער איז למעלה
(אין עליונים)
אזוי שטייט ער *ויד למטה בתחתונים,
אז זיין מציאות
(:שייך אין א וועלט וואו נכסים זיינען חופם מקום)
אה בדרגת "זהב",
"זה הנותן בריא".
און דאס גיט דעם כח אז בחודש אדר -ווען ס׳אה געווען סיום עשיית המשכן
(און דערנאך - הקמת המשכן בז׳ ימי המילואים - בסיום חודש אדר,
כ״ג אדר בה ר״ח גיסן)
- זאל זיין "בריא מזלי׳" פון א אידן,
אז אויר ווי ער אה פאר-בונדן מיט דער דרגא פון "מזל"
(תחתונים/ שטייט ער אין אן אופן "בריא",
"זה הנותן בריא".
ט. ויש לומר אז דאס אה אויך די שייכות דערמיט וואס "משנכנס אדר מרבין בשמחה"
(וואם קומט אין איין המשך בגמר* מיט "בריא מזלי׳"):
די גרעסטע שמחה וואס קען זיין כיי א אידן אה,
בשעת ער ווייס אז בכל מצב וואו נאר ער געסינט זיר - אפילו למטה מטה,
אין א וועלט וואס בחיצוניות זעט זי אוים ווי א העלם והסתר אויף אלקות - אה דער איד פארבונדן מיט דעם אויבערשטן",
ווארום אפילו ווי ער שטייט למטה א נשמה בגוף,
אה ער דער "בן יחיד" פון מלר מלכי ה־
ספר השיחות - ה׳תשנ״ב
מלכים הקב״ה,
און דער אויבערשטער זאגט אז דער ערשטער פון די נכסים פון א אידן איז - "זהב",
ד. ה. אז אויך איו דער וועלט וואו נכסים גשמיים זיינען תופס מקום,
איז יערער איד אן עשיר,
ברוחניות און בגשמיות!
לויט רעם איז נאף מער פארשטאב־ דיק ראם וואס די גמרא פארגלייבט "משנמם אדר מרבין בשמחה" מיט "משנכנס אב ממעטין בשמחה" - ווייל דער חידוש אין רעם איז,
אז אפילו אין א דרגא פון חושך למטה
(וואם דערפאר "ממעטין בשמחה"/ האט מען בכח פון חודש אדר דאס צו מהפך זיין,
כנ״ל
(ם״א).
און בשעת א איד איז זיר אין דעם מתבונן ברענגט עס אים צו א שמחה גדולה ביותר,
און אזא שמחה וואם מאכט אויר איבער זיין גשמיות׳דיקע לעבן,
ווי ער לעבט אין עולם הזה לויט די גדרים פון טבע העולם:
די תכונה פון שמחה איז,
אז זי פועל׳ט און נעמט דויד אלע ענינים פון א מענטשן.
בשעת א מענטש איז שמח -לעבט ער אליין א פריילעכן לעבן,
א פריילעכקייט וואס ווירקט אויף אלע זיינע טועכצן און אין אלץ וואם ער קומט אין בארירונג,
און ער איז אויר משמח אנדערע ארום אים.
וואם די שמחה גיט אריין מער הצלחה אין אלע זיינע פעולות און זיין גאנצן לעבן - ווי מ׳זעט במוחש.
דאם הייסט,
אז נוסף אויר דעם וואם דורר שמחה ווערט מען א "בן עולם הבא״
(כמאחז״לי 7 הנהו בדחי - ששמחים ומשמחים בני אדם - "בני עלמא דאתי נינהו״)
- ווערט ער אויר אן אמת׳ער "בן עולם הזה",
אז זיין לעבן אין עולם הזה
איז אן אמת׳ער,
פריילעכער און הצ־ לחה׳דיקער לעבן.
י. דער ענין שטייט נאכמער בהדגשה אין דער קביעות פון ראש חודש אדר בשנה זו - ביום ג׳ וד׳:
די גמרא זאגט־י: ״גימ״ל דל״ת -גמול דלים".
דאם הייסט,
אז אפילו ווי מ׳שטייט אין א מצב פון "דלים",
ווערט אויר נמשך דער גמול והשפעה מלמעלה,
אזוי אז עם ווערט דער חיבור פון ג׳ ד׳ צוזאמען - "גד",
וואם פירושו איז מזל” - "בריא מזלי׳",
ביז באופן פון "זהב",
"זה הנותן בריא".
ובפרטיות יותר יש לומר - אז אויר דער ענין פון "
(גמול)
דלים" באווייזט אויף דעם עילוי פון א אידן,
וואם האט זיר אויפגעטאן בא מתן תורה.
ובהקדים דעם דיוק הלשון "גמול דלים" דוקא און ניט "גמול רשים"".
דלכאורה: דארפן "רשים" אנקומען צו ״גמול״ נאכמער ווי ״דלים״ - כידוע 75 אז אע״פ וואם דלי״ת און רי״ש זיינען ביידע פארבונדן מיט ענין הדלות ועניות,
איז רי״ש
(ולרש אין כלח אן ענין פון דלי דלות,
נידעריקער פאר דלות?
ויש לומר דעם ביאור בזה 77 : דער
לילות ד',
ה',
ו׳ ושבת קודמו פ׳ תרומה
אונטרשייד צווישן דלי״ת און רי״ש איז אויר מרומז אין צורת האות: צורת אות דלי״ת איו עגליו צו צורת אות רי״ש
(א רגל ימיני מיט א גג למעלה/ אבער -מיט א הוספה פון דעם עוקץ
(נקודה)
מאחורי הגג.
וואט די נקודה - באווייזט אויף דעם עגין הביטול,
וואס פארבינדט רעם מקבל
(מלכות,
דלית לה מגרמה כלום׳ 26 )
מיט דעם משפיע
(יסוד/ אזוי אז עם זאל זיין,
גמול דלים".
ובעבודה - גייט די נקודה אויף דער נקודת היהדות וואט איז דא אין יעדער אידן,
בכל מצב שהוא,
וואט פארבינדט אים מיט דעם,
גמול"
(השפעה)
מלמעלה.
ויש לומר אז דער ענין פון,
(גמול)
דלים״ - אז אפילו ווי א איד שטייס אין מצב פון,
דל",
האט ער די נקודה מאחוריו בתכלית השלימות - האט זיך אויפ־ געטאן בא מתן תורה,
כמדובר לעיל אז דעמולט איז געווען דער ביטול הגזירה בין עליונים ותחתונים,
און ט׳איז געווען דער,
ובנו בחרת" אין אידן אלם נשמות בגופים למטה,
וואט פון דעמולט אן איז שוין מערניט שייך בא אידן דער ענין פון רי״ש,,
רשים""
דאם הייסט: פאר מתן תורה איז אויך געווען דער ענין ווי אלקות ווערט נמשך למטה,
אבער דעמולט איז דאם געווען אין אן אופן פון,
גמול רשים",
אז תחתונים
(רשים)
בלייבן א באזונדער זאך פון עליונים
(גמול/ משא״ב בא מ״ת האט זיך אויפגעטאן דער עגין פון,
גמול דלים",
חיבור עליונים ותחתונים.
ויש לומר אז דאס איז אויר מרומז
אין דעם ווארט,
גר" ר״ת,
גמול רשים": פאר מתן תורה האט משה געזאגט••,
גר הייתי בארץ נכרי 27 ".
ד. ה. אז ער איז דארטן געווען בלויז ווי א,
גר"
(א פרעמדער)
צוליב זיין פארבונד מיט דעם אויבערשטן,
אבער —,
הייתי בארץ נכרי 28 ".
משא״ב נאך מתן תורה איז ניט שייך די גאנצע מציאות פון,
הייתי בארץ נכרי 29 ",
ער זאל האבן א שייכות
(אפילו אלט גר)
מיט דעם
(ארץ מלשון)
רצון פון א נכרי ח״ו,
כפס״ד הרמב״ם הג״ל אז דער רצון אמיתי פון א איד איז צו מקיים זיין רצון ה׳
(,
רוצה הוא לעשות כל המצות ולהתרחק מן העבירות")
- ווייל ביי אים איז דא די נקודת היהדות
(די נקודה מאחורי הדלי״ת)
בשלימות.
יא. דער לימוד פון דעם אלעם:
צום אלעם ערשטן לערנט מען דער־ פון ארוים - אז דער אויבערשטער פסק׳נט אס בתורתו הקדושה,
התורה הנצחית לכל הדורות ובכל המקומות -אז יעדער איד איז לכל לראש שייך צו,
זהב״.
ובפשטות - אז יעדער איד דארף האבן עשירות,
טיי ברוחניות און טיי בגשמיות - עשירות בפשטות ממש!
נאכמער: ניט נאר וואט ער דארף דאם האבן - נאר יעדער איד האט עשירות בפועל.
און אפילו אויב דאם שטייט ניט בגלוי ובגשמיות - איז דאס ניט דערפאר וואט דאם איז ניטא ח״ו,
נאר ווייל א איד דארף דאס מגלה זיין דורך זיין עבודה.
ואדרבה: דורך דעם וואט מ׳איז דאם מגלה מתוך החושך - ווערט עט באופן פון יתרון האור מן החושך׳•,
א תוספת ריבוי של שפע רב פון גשמי
ספר העייחות - ה׳תשנ״ב
ברכה,
באופן של תגבורת החיות־•,
אז מ׳ווערט פארפלייצט מיט גשמי ברכה אך ורק למעליותא,
ביז אז ראם איז אויך מהפך די פארפלייצונגען שלא ל־ מעליותא צו פארפלייצונגען רטוב וקדושה
(ביז - אלם הכגה צו "מלאה הארץ דיעה את ה׳ כמים לים מכסים"").
ועאכו״ב בדורנו זה - דער דור האחרון אין גלות און דור הראשון פון גאולה - לאחרי וואס מ׳האט שוין אלץ פארענדיקט,
און עם דארף נאר זיין קבלת פני משיח צדקנו בפועל - איז זיכער אז דער אויבערשטער בענטשט יעדער איד מיט עשירות בזהב בגשמיות וברוחניות,
ביז באופן
(ווי ס׳איז געווען "כימי צאתך מארץ מצרים" אזוי איז אויך איצטער ״אראנו נפלאות״ 84 )
- אז "אין לד כל אחד אחד מישראל שלא היו עמו תשעים 8 " חמורים לובים טעונים מכספה וזהבה של מצרים".
האט מען דערפון גלייך די הוראה -אז א איד דארף זיר משתדל זיין צו זיין אן עשיר בפועל בכל הענינים,
אנהויבנ־ דיק פון - עשירות אין רוחניות,
אין עשיר אלא בדעת 84 ,
ער זאל זיין רייך איו תורה ומצוות,
ביז אויך - עשירות בגשמיות,
בכדי ער זאל קענען מקיים זיין תורה ומצוות במנוחת הנפש ומנוחת הגוף
(כפס״ד הרמב״ם 87 ),
אוו קעגען
מרבה זיין אין נתינת הצדקה און קיום המצוות בהידור,
והידור לפנים מהידור וכר,
ובכלל - צו אויסנוצן די עשירות
("זהב כסף ונחושת וגר")
אויף מאכן פון דער אייגענער שטוב א משכן ומקדש לה׳
(ושכנתי בתוכם בתוך בל א' וא׳/ כולל - אויך דורך געבן צדקה אויף אויפבויען א בית הכנסת ובית המדרש כפשוטו,
"מקדש מעט" 34 .
יב. ועוד והוא העיקר - בענין שהזמן גרמא - אויפבויען דעם בית המקדש השלישי בפשטות ממש:
לאחרי כל הפירושים אין דעם פסוק "ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם",
כולל דעם פירוש ״בתוך כל א׳ וא׳״ - איז דאך אין מקרא יוצא מדי פשוטו 88 ,
לכל לראש איז דער פירוש בזה בנוגע להלכה למעשה - אז אידן האבן דעם חיוב צו אויפבויען דעם בית המקדש.
ובנוגע אלינו מיינט עס - צו אוים־ בויען דעם בית המקדש השלישי,
בפשטות ממש,
כפס״ד הרמב״ס״י אז דאם וועט אויפגעבויט ווערן דורך משיח צדקנו,
"ובנה מקדש במקומו" 36 ,
וע״פ דברי הרמב״ם "הכל חייבין לבנות ולסעד בעצמן ובממונם,
אנשים ונשים כמקדש המדבר"
(כנ״ל),
איז מובן אז אזוי איז דאס אויך כנוגע צום בית שלישי,
אז יעדער איד וועט זיך אין דעם משתתף זיין ע״י נדבותיו,
אנשים נשים,
ויש לומר - אויר טף
(ווי ס׳איז געווען בנדבת המשכן).
ובפרט אז בדורנו זה האט מען שויו מחנך געווען און איינגעוויאוינט - און
לילות די,
ה׳,
ו׳ ושבת קודש 8׳ תחמה
מ׳איז ממשיך בזה - קליינע אידישע קיגדער בו געבן בדקה: נוסף אויף בו מאכן זיי שלוחים בו אפגעבן בדקה,
גיט מען זיי אויר געלט וואט ווערט זייערע געלט,
בכדי אז ויי ואלו געבן פון די אייגענע געלט לבדקה.
יג. דערבו האט מען אויך דעם לימוד בפשטות פון דעם וואט,
משנכנס אדר מרבין בשמחה"
(וואם קומט בהוספה אויף דעם ביווי וחיוב כללי בכל ימי השנה פון,
עבדו את ה׳ בשמחה" 1 ",
"עבדת את ה״א בשמחה ובטוב לבב"",
ופס״ד הרמ״א
(בטוף חלק או״ח)
: "טוב לב משתה תמיד"):
שטייענדיק בא דער פתיחה פון חודש אדר,
און בשנה זו - פון בוויי חדשי אדר,
אדר ראשון ושני - וע״פ הידוע♦* אז די פתיחה פון א זאך האט א כח מיוחד,
וואס עפנט אויף דעם ביניר אייו* דער שמחה במשך אלע טעג פון די חדשי אדר בשנה זו - דאדף מען גלייך אגשעפען כחות פון דער פתיחה וכניסה
("משנכנס אדר")
בו מרבה זיין בכל עניני שמחה
דורך דעם וואס יעדערער און יעדע־ רע נעמט גלייך אן החלטות טובות און ברענגט זיי כלייך אראפ לפועל - בו זיך משתדל זיין בכל האופנים בו מוסיף און מרבה זיין אין דברים המשמחים,
אנהויבנדיק נאד ביום זה באופן המותר בשבת
[וכפרט אז "וביום שמחתכם אלו השבתות״״^ און דערנאך - באופן פון מוסיף והולד ואור ושמח בכל יום ויום פון די בוויי חדשי אדר,
יעדער טאג
מוסיף זיין נאבמער אין עניני שמחה
[כידוע** אז בא שמחה דארף בכל יום זיין א חידוש - א "פנים חדשות"].
וע״פ הכלל בכל עניני טוב וקדושה,
אז כל המקדים הרי זה משובח וכל המרבה הרי זה משובח - עאכו״ב אז אזוי דארף זיין בנוגע בו עניני שמחה,
וואס מב״ע זיינען זיי באופן פון פורץ גדרי*,
ועאכו״ב "מרבין בשמחה" בחודש אדר,
ועאכו״כ - באופן אז בכל יום קומט בו נאכמער שמחה לגבי די ימים שלפנ״ז.
ובפשטות:
יעדער איד זאל מוסיף זיין אין כל עניני שמחה,
הן בנוגע בו זיף אליין,
און הן בנוגע בו משמח זיין אנדערע
(כידוע•* אז שלימות ענין השמחה איז דוקא מיט אנדערע בוזאמען/
ולכל לראש - דורך מוסיף זיין אין "פקודי ה׳ ישרים משמחי לב"**,
לימוד התורה,
נגלה דתורה און בפרט פנימיות התודה,
און תלמוד גדול שמביא לידי מעשה* 38 - קיום המבוות בהידור.
ועוד וג״ז עיקר - אז דורך מרבין בשמחה בתומ״ב זאל עם ארויסקומען אויך אין מרבין בשמחה בפשטות,
אויר אין און דורך ענינים גשמיים
[כמדובר לעיל,
אז דער אויפטו פון אדר איז אז אויך אין דער וועלם זאל זיין "בריא מזלי׳״]
- ווי אנגעוויזן ע״ם השולחן ערוך.
און אויך אין דעם זאל עם זיין סיי בנוגע בו משמח זיין זיר אליין,
און
ספר השיחות - ה׳תשנ״ב
מיי אנדערע,
אנהויבנדיק פון זיינע בני בית - דער בעל זאל מוסיף זיין אין משמח זיין את אשתו,
און עלטערן זאלן מוסיף זיין אין משמח זיין זייערע קיגדער,
מיט ענינים וואס זיינען זיי משמח
(לויט זייער טבע/ ווי אפגע׳פסק׳נט אין שולחן ערוך׳" 1 ,
[ובפרט אז דער פאטער
[וועט משמח זיין די קינדער,
ווי מ׳זעט בפועל אז דורך דעם וואס ער איז משמח זיינע קינדער,
קומט אמאל צו גאכמער שמחד.
בא זיי,
ווארום זיי זעען ווי ער קעו זיי אמאל זאגן א שווערער ווארט
(צוליב חינוך/ אבער באופן אז דאס ברענגט דערנאד א הוספה יתירה אין זיין חביבות צו זיי].
און אויר - מוסיף זיין אין משמח זיין אנדערע אידן ארוס אים
(כמדובר לעיל,
אז דורך דעם ווערט ער א בן עוה״ב ובן עוה״ז).
יד. ויהי רצון,
אז דורך דער הוספה וריבוי אין שמחה - זאל דאם שוין פורץ זיין אלע גדרים,
אנהויבנדיק פון די לעצטע נדרים וואם זייגען געבליבן פרן גלות,
און זיי מהפך זיין אויף טוב וקדושה,
ובעיקר - פורץ זיין די נדרים פון דעם רגע האחרון אין גלות,
אז דאס זאל שוין ווערן דער רגע הראשון פון גאולה,
וואס דאם קומט דורך מעשינו ועבודתינו בכלל,
ובפרט מתוך שמחה,
ובמיוחד - דורך דער עבודה פון די נשים צדקניות בישראל,
וואס בזכותו וועט קומען די גאולה
(ווי ס׳איז געווען בגאולת מצרים)" 1 ,
ובפרט די נשים צדקניות וואם זיינען אומגעקומען - ל״ע - אויף קידוש השם,
פאר קיין אידן געדאכט...
ויהי רצון אז דאם זאל זיין דער לעצטער פאל פון אזא זאך און פון ענין הפטירה בכלל.
און מכאן ולהבא זאל נאר זיין אריכות ימים ושנים טובות פאר יעדער איד און פאר אלע אידן,
אגשים נשים וטף,
בתוך בריאות - ובפרט אז "בריא מזלי׳" בחודש אדר - בריאות בגשמיות וברוחניות,
ביז איבערגיין,
בלי הפסק כלל,
אין חיים נצחיים,
בגאולה האמיתית והשלימה.
וזכותה תעמוד לכאו״א מישראל,
און זיכער צו איר אליין,
אנהויבנדיק פון דעם אז עם זאל שוין זיין "הקיצו ורננו שוכני עפר""׳,
און די צדיקים וצדקניות שטייען אויף מיד*•*.
ובמקום כל זה - וועט זיין "ימלא שחוק פינו ולשוננו רנה״ - ובפרט דורך דעם וואם מ׳האט דערצו געמאכט די הכנה וכלי דורך דער שמחה בזמן הזה מעיז פון "ימלא שחוק פינו"
[ע״י קיום המצוות בכלל,
ובפרט דורך מצות תפילין,
וואם דורך דעם" 1 ווערט "בדח טובא"*•*,
מעין פון "ימלא שחוק פינו" 7 "*/ ובפרט זייענדיק אין דעם דור פון כ״ק מו״ח אדמו״ר נשיא דורנו,
וואם שמו "יוסף יצחק" איז מרמז אויף הוספה איו
(יצחק מלשון)
צחוק ושחוק ושמחה.
און אלע אידן,
בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו*•*,
צוזאמען מיט כספם
לילות ד׳,
ה/ ו׳ ושגת קודש מ׳ תרומה 393
- גייען אין ארץ הקודש,
ירושלים ץיר הקודש,
להר הקודש,
לבית המקדש השלישי והמשולש,
ותיכף ומיד ממש.
וזהבם אתם"׳,
צוזאמען מיט אלץ בתי כנסיות ובתי מדרשות שבחוץ לארץ•"
סמר השיחות - ה׳תשנ״ב