B"H
🏡

Ikar

משיחות ש״פ פינחס, מבה״ח מנחם־אב, כ״ד תמוז ה׳תנש״א

א.

איינער פון די חידושים אין אונזער פרשה איז - דער עניו פון נחלת וחלוקת ארץ ישראל צו יעדער שבט און צו יעדער איד.

שטייענדיק בא דעם שוועל פון דער גאולה האמיתית והשלימה,

כמובן פון די אלע סימני הגאולה

(ווי גערעדט לאחרונה כמ״פ)

- איז פארשטאנדיק אז לכל לראש האט מען דערפון דעם לימוד בנוגע צו נחלת וחלוקת ארץ ישראל בפשטות אין דער גאולה׳.

אבער וויבאלד אז מ׳שטייט נאף א רגע פאר דער גאולה,

איז מובן אז מ׳דארף דערפון האבן א לימוד אויך איצטער - ווארום התורה היא נצחית 2 ,

א הוראה נצחית לכל הזמנים ולכל המקומות.

ויש לומר לויט דער הוראה פון דעם צמח־צדק צו א איד וואט האט געוואלט עולה זיין אין ארץ ישראל צו דארט שוקד זיין בתורה ועבודה - "מאך דא ארץ ישראל".

היות אז דאם איז דערציילט ונתפרסם געווארן

(דורך כ״ק מו״ח אדמו״רי)

צו יעדער איד,

איז פאר־ שטאנדיק אז דערפון ווערט א הוראה פאר יעדערן - אז אויך ווען מ׳געפינט זיך "דא",

אין חוץ לארץ,

און אין זמן הגלות

(אפילו רגע האחרון שבה)

- דארף מען ״דא״ - אין דעם מקום וזמן - מאכן "ארץ ישראל".

דארף מען האבן ביאור אין וואס

באשטייט די עבודה פון "מאך דא ארץ ישראל״ - דלכאורה: ע״פ דין איז "דא"

(חוץ לארץ)

ניט "ארץ ישראל"! די שלימות העבודה בתומ״צ פון א אידן איז דוקא אין ארץ ישראל

(כמבואר בכמה מדחז״ל^)

.

און אויך זייענדיק "דא",

אין מקום וזמן הגלות,

איז א איד מתפלל

(ופניו כנגד ארץ ישראלי)

ג׳ פעמים בכל יום

(חול)

"וקבצנו יחד מארבע כנפות הארץ לארצנו"•,

וכיו״ב,

ובפרט בדורות האחרונים ובזמנים האחרונים,

ובזמן הכי אחרון - וואם לויט אלע סימני הגאולה איז "הנה זה

(משיח)

בא" 7

(כדלקמן סי״א/

אין וואם באשטייט די הוראה "מאך דא ארץ ישראל"?!

ובפרט אז ברגע שלאחרי זה גייט מען שוין ארויס פון גלות און מ׳גייט אין ארץ ישראל כפשוטה.

ב.

וועט מען עם פארשטיין בהקדים אן ענין בפרשתנו:

בנוגע צו חלוקת ארץ ישראל וואס איז געווען ״על פי הגורל״ - ווי געזאגט בפרשתנו״ - ברענגט רש״יי

(פון מדרשי חז״ל"׳)

אז "הגורל הי׳ מדבר",

"הגורל

ספר השיחות - ה׳תנש״א

עצמו הי׳ צווח ואומר אני הגורל עליתי לגבול פלוני לשבט פלוני".

דארף מען פארשטיין דער טעם און די תועלת פון דעם נם: דער אויבערשטער מאכט דאך ניט א נס "למגנא" 3 .

איז צוליב וואס האט ער געמאכט דעם נס אז "הגורל הי׳ מדבר".

מען וואלט אויך געהאט דעם בירור בנוגע צו חלוקת הארץ

(גבול פלוני לשבט פלוני)

ע״פ הגורל

(ווי דאס איז בא יעדער גורל בלי נס אז הגורל מדבר)

־׳?!

ואע״ם אז דער אויבערשטער האט גע־ וואלט באווייזן אידן אז דער גורל איז אן אמת׳ער ענין על פי ה׳

(און ניט באקראי)

-איז דערצו שויו געווען א פריערדיקע נם וואס האט באוויזן אז "הגורל הי׳ על פי רוח הקודש": "אלעזר הכהן הי׳ מלובש באורים ותומים ואומר ברוח הקודש אם שבט פלוני עולה תחום פלוני עולה עמו"' 4 ,

וואס דאס האט באוויזן אידן אז דער גורל איז אמת און ישר 5 .

איז צוליב

רואם האט מען געדארפט אנקומען צו א נסי 6 אז "הגורל הי׳ מדבר"■"?

ג.

ויש לומר הביאור בזה:

וויבאלד אז דער אויבערשטער האט אנגעזאגט אז "אך בגורל יחלק את הארץ" 7

("על פי הגורל תחלק נחלתו״יי,

"והתנחלתם את הארץ בגורל"" 8 )

,

און דוקא ע״י הגורל

("אך בגורל")

און ניט באופן אחר - דערפאר האט די חלוקה און דער בירור פון כל חלק בארץ גע־ דארפט זיין דורך דעם גורל עצמו

(און ניט דורך אן אנדער זאד)

".

ויש לומר אז דעריבער איז אויך דער בירור כאמיתית ענין הגורל געווען דורך דעם גורל עצמו

("הגורל עצמו הי׳ צווח כר"/ ווארום אויב ס׳איז שייך א ספק צי דער גורל איז באקראי,

און מ׳דארף אני קומען צו אן אגדער זאך

(רוח הקודש וכיו״ב)

צו באווייזן אז דאם איז אמת ומכוון - באווייזט דאס אז דער גורל אליין טוט ניט אויף די חלוקת הארץ כשלימות,

און דערפאר איז "הגורל עצמו הי׳ צווח כו"׳,

דורך דעם האט דער גורל עצמו אויפגעטאן כשלימות די חלוקה,

אליין "געזאגט" באופן ברור וגלוי אז "גבול פלוני לשבט פלוני" 9 ".

ש״פ פינחס,

מבה״ח מנוזם־אב,

כ״ד תמוז

ד.

דאס דארף נאד אבער האבן ביאור:

דער ענין הגורל איז ניט קיין ענין לעצמו,

נאר א מיטל - אן אמצעי - אויף חלוקת הארץ וישוב הארץ.

ועד״ז דער "דיבור" פון דעם גורל איז ניט נוגע צו עצם חלוקת הארץ ע״פ הגורל,

נאר דאס איו א דבר צדדי לכאורה - א הוכחה אויף אמיתית הגורל,

אדער לפרסם הדבר.

איז למאי נפקא מינה בחלוקת הארץ אויב דער בירור באמיתית ענין הגורל

(ופרסום הדבר)

קומט דורך דעם גורל עצמו אדער באופן אחר

(דורך רוח הקודש פון די אורים ותומים,

אדער על פי ה׳ וכיו״ב)

.

אפילו אויב דאס קומט ניט דורך דעם גורל אליין - איז מען אויך מקיים כשלימות דעם ציווי "בגורל יחלק את הארץ".

בסגנון אחר: אויב דער גורל וואלט געווען א מצוה און א תכלית לעצמה

(און ניט צוליב א צווייטע זאך - חלוקת הארץ)

,

און "הגורל הי׳ מדבר" וואלט געווען א חלק פון עצם ענין הגורל וחלוקת הארץ על ידו,

וואלט מען געקענט פארשטיין פארוואס אלע פרטים פון דער חלוקה - כולל דעם בירור אז דער גורל איז אן ענין אמיתי - דארפן אויפגעטאן ווערן דוקא דורך דעם גורל עצמו; אבער היות אז דער גורל איז נאר די וועג ווי דער אויבערשטער האט געוואלט אז מ׳זאל צוטיילן ארץ ישראל,

ד.

ה.

אז אין דעם איז נוגע די תוצאה פון דעם גורל

(און ניט דער גורל עצמו)

- איז בכדי מקיים זיין דעם ציווי "אך בגורל יחלק את הארץ" איז לכאורה גענוג אז מ׳זאל מחלק זיין את הארץ ע״פ הגורל,

און דער בירור באמיתית הדבר - וואס איז א פרט צדדי

גם לרוה״ק

(ן*י אורים והומים)

- ראה ד״ה אך בגורל תשל״ה ם״ט

(סה״מ מלוקט ח״א ע׳ קמו)

.

- קען קומען באופן אחר: פארוואם דארף דער אמת שבזה נתברר ווערן דוקא דורך דעם גורל עצמו,

און מ׳דארף דערצו מאכן א נס מיוחד,

און ס׳איז ניט גענוג אז מיזאל דאם וויסן דורך דעם נם אז "הגורל הי׳ ע״פ רוח הקודש" פון די אורים ותומים על ידי אלעזר הכהן?

ויש לומר בזה ע״פ דעם ביאור פון דעם ראגאטשאווער׳ 2 ,

אז אין תורה און אין קדושה איז "כל דבר אף שהוא הכרחי לכאורה הבל בכוונה מכוון ומצוה ע״פ ה׳".

ווי דאם איז בנוגע צו די מסעות פון אידן אין מדבר,

אז אע״פ וואם דאס איז א געווען א הכנה ואמצעי אויף אנקומען אין ארץ ישראל - "הוה המצוה גם עצם ההליכה וכן המקומות שבאמצע הדרך הוה ג״כ מצוה"

(כמ״ש" "ויכתב משה את מוצאיהם למסעיהם על סי ה״׳א 2 .

ועד״ז בכמה עניני קדושה

(בעבודת המקדש/ איז א זאך וואס איז נאר א הכנה והקדמה

(מוכרחת)

צו אן אנדער זאך,

באקומט זי אריך א חשיבות וגדר פון קדושה* 2 .

ווי דאם אה בנוגע צו הולכת הדם למזבח,

אז הגם די הולכה איז נאר צוליב דער עבודה פון זריקת דם על המזבח

(וואם ע״פ טבע דארף דערצו זיין א הולכה)

,

איז ד ער דין 25 אז די הולכה גופא האט די חשיבות און דעם גדר פון עבודה,

ביז אז "מחשבה פוסלת" בה.

ספר השיחות - ה׳תנש״א

ויש לומר אז עד״ז - און נאכמער -איז בנוגע צו דעם גורל דורך וועלכן "יחלק את הארץ": אע״פ וואם דער גורל איז א הקדמה צו חלוקת הארץ,

וויבאלד אבער אז דאס איז דער וועג אויף מחלק זיין את הארץ,

און נאכמער: חלוקת הארץ על פי הגורל איז א ציווי ה׳

(וכמה פעמים)

- באקומט עם

(דער גורל)

א חשיבות וגדר לעצמו

(נוסף אויף דעם וואס דאס איז אן אמצעי אויף חלוקת הארץ)

,

און אויך די פרטים צדדיים שבזה - דער בירור אז דער גורל איז ע״פ ה׳ און פרסום הגורל - זייענדיק פרטים פון א דבר שבקדושה,

זיינען נוגע צו דעם עצם ענין;

און דעריבער איז געווען נוגע צו שלימות ענין הגורל - בקיום ציווי ה־ אז חלוקת הארץ זאל זיין ״על פי גורל״ - אז "הגורל עצמו הי׳ צווח ואומר אני הגורל עליתי לגבול פלוני לשבט פלוני",

וואס דאס באווייזט אז דער גורל עצמו

(וואס האט א חשיבות לעצמו)

האט בכח צו אויפטאן חלוקת הארץ

(בלי ספק)

,

כנ״ל.

ה.

דער ביאור אין דעם בפנימיות הענינים:

כיבוש,

חלוקת וישוב הארץ באדייט די עבודה פון אידן צו כובש זיין "ארץ כנען",

"ארצות שבעה גוים" 26 ,

און דערפון מאכן אן ארץ ישראל,

אן ארץ הקודש,

ד.

ה.

א אידישע און הייליקע לאנד,

א לאנד אין וועלכן ס׳איז ניכר בגלוי איר שייכות צו אידישקייט,

ג־טלעכקייט און הייליקייט,

דורך דעם וואם אידן נוצן אויס די לאנד אויף דארט

(און דורך איר)

מקיים זיין די מצוות התלויות בארץ,

און דארט אויפ־ בויען דעם בית המקדש,

אויף וועלכן דער אויבערשטער זאגט 27 "ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם".

וואס דאס איז די כוונה ותכלית פון דער גאנצער בריאה - צו כובש זיין די גשמיות׳דיקע וועלט

(כמ״ש" "פרו ורבו ומלאו את הארץ וכבשוה")

און מאכן דערפון א דירה לו יתברך בתחתונים 28 ,

אן ארט וואו דער אויבערשטער געפינט זיך בגילוי

(כביכול ווי א מענטש אין זיין אייגענע דירה)

.

בכדי אז די עבודת הכיבוש זאל זיין בשלימות דארף עם זיין אין אלע פרטים - סיי פון דעם נכבש און סיי פון דעם כובש:

(א)

כיבוש הארץ בשלימות הייסט ווען מ׳נעמט איין די גאנצע לאנד

(ווי דאס איז געווען בכיבוש ארץ ישראל)

.

אויב עם בלייבט א חלק פון לאנד וואס מ׳האט ניט כובש געווען - איז דער גאנצער כיבוש ניט בשלימות״י■

(אויר פון די חלקים פון לאנד וועלכע מ׳האט יע כובש געווען)

.

כפשטות הענין,

אז דעמולט בלייבט א סכנה פון די מענטשן וואס געפינען זיך אין דעם חלק הארץ שלא נכבשה.

ועד״ז

(ב)

מצד דעם כובש: ווען איז דער כיבוש בשלימות - ובאופן אז ס׳איז ניכר בגלוי אין דעם נבבש אז ער איז אינגאנצן איינגענומען געווארן דורך דעם כובש -ווען דער כובש לייגט זיך אריין אין פעולת הכיבוש מיט אלע זיינע כחות,

בכל פרטי המציאות שלו,

וואם כללות פעולת האדם

(הכובש)

בעולם איז דורך זיינע דריי לבושים - מחשבה דיבור ומעשה".

אויב ער איז כובש די לאנד ניט מיט אלע

ש״פ פינחס,

מבה״ח מנחם־אב,

כ״ד תמוז

דריי לבושים

(נאר מיט מעשה אליין אן א פלאן

(במחשבה)

,

און אן די הוראות

(בדיבור)

לפקידי החיל און להנכבשים,

אדער נאר מיט מחשבה און מעשה,

וכיו״ב)

- פעלט אין שלימות הכיבוש

(און בדרך ממילא - אויר אין כיבוש פון אלע פרטים פון מציאות הנכבש)

.

ועד״ז איז אויך בנוגע צו כיבוש העולם בעבודה רוחנית צו מאכן א דירה לו יתברך בתחתונים - וואס שלימות הדירה איז דוקא בשעת

(א)

דאם נעמט דורך אלע פרטים פון דער דירה עצמה

(ע״ד הנכבש/ אז אין יעדער פרט פון דער דירה איז ניכר אז דאס באלאנגט צו דעם בעל הדירה,

און

(ב)

פון דעם אדם הדר בהדירה,

אז ער שטייט אינגאנצן בגילוי ובהתפשטות - בכל פרטי מציאותו

(במחשבה דיבור ומעשה)

אין זיין דירה,

וויבאלד אז דאס איז מקום קביעותו

(דירתו)

.

און אזוי איז אויך כביכול בנוגע צו דער דירה לו יתברך בתחתונים: שלימות הדירה באשטייט אין דעם אז כל פרטי התחתונים

(לשון רבים)

זיינען א דירה בגלוי פון דעם אויבערשטן,

און אז עצמותו ומהותו ית׳ שטייט דארט בגלוי,

צוזאמען מיט אלע זיינע "כחות" און "לבושים",

די גילויים בסדר השתלשלות

(עשר ספירות/ וועלכע שטעלן זיך אויס בכללות אין מחשבה דיבור ומעשה

(בריאה יצירה ועשי׳)

30 .

ו.

און וויבאלד אז די דירה לו יתברך בתחתונים ווערט אויפגעמאכט דורך דער עבודה פון א אידן,

איז פארשטאנדיק אז אויך בא דעם אידן

(הכובש את הארץ)

דארף זיין די שלימות העבודה בכל פרטי הכחות ולבושים שלו,

במחשבה דיבור ומעשה: נוסף אויף דעם וואם ער מאכט

פון זיך אליין א "דירה" צו דעם אוי־ בערשטן,

דורך דעם וואס ער דינט דעם אויבערשטן מיט זיין מחשבה דיבור ומעשה - דארף אויך זיין עבודה בעולם

(בקיום המצוות ועד״ז בדברי רשות לשם שמים)

זיין מיט זיין גאנצע מציאות,

מחשבה דיבור ומעשה שלו.

כידוע אז שלימות קיום המצוות איז דורך זיי מקיים זיין במחשבה דיבור ומעשה - סיי בכללות המצוות וועלכע טיילן זיך אויוי מצוות התלויות במחשבה,

התלויות בדיבור והתלויות במעשה

[וב־ כללות: תורה וואס איז בעיקר בדיבור,

עבודה

(תפלה)

וואס איז בעיקר בלב

(מחשבה/ און גמילות חסדים

(מצוות)

וואס איז בעיקר במעשה 1 ■'■/ און סיי יעדע מצוה עצמה דארף א איד מקיים זיין במחשבה דיבור ומעשה 4 '■: כוונת המצוה”

(מחשבה)

14 -,

ברכת המצוהיי■

(דיבור)

און מעשה המצוה

(מעשהץיי.

דהגם אז מן הדין זיינען פאראן

ספר השיחות - ה׳תנש״א

חילוקים במצוות,

מצוות התלויות בעיקר במעשה,

אדער בדיבור אדער במחשבה

(אדער בשנים מהם אדער בכל שלשה)

-איז אבער שלימות קיום המצוות,

ובפרט ווען עם רעדט זיר ביחם צו מילוי שליחות האדם למטה

(ניט נאר וועגן שכר ועונש און עבודתו בדיעבד)

- איז דאס דוקא בשעת דער אדם איז מקיים די מצוה בתכלית השלימות,

בכל מהותו ומציאותו,

ווי דאס איז בנוגע צו מצות אהבת ה׳ בקריאת שמע - וואט איז כללות העבודה

(וכולל אלע מצוות)

- לית פולחנא כפול־ חנא דמהימנותאיי- - אז דאם דארף זיין "בכל לבבך בכל נפשך ובכל מאדך"" 4 : און דערפון לערנט מען אפ און עם ווערט נמשך בנוגע צו כל עניני העבודה

("פולחנא"/ אז דאס דארף זיין כשלימות בכל כחו - במחשבה דיבור ומעשה,

[אפילו ביי א צדיק

(ובינוני)

וואם איז מבחין אין דעם חילוק צווישן מצוות שבמחשבה שבדיבור ושבמעשה,

ועאכו״ב ביי אנשים פשוטים,

וואס זיינען ניט אזוי מבחין דעם חילוק,

במילא זיינען זיי מקיים יעדע מצוה בפשטות מיט זייער מחשבה דיבור ומעשה]

.

און דורך דעם וואס א איד טוט זיין עבודה בשלימות בכל הפרטים,

דורך זיין מחשבה דיבור ומעשה - מאכט ער אויף פון כל העולם - וואם טיילט זיר אויך אויר דריי דרגות פון מחשבה דיבור ומעשה - א דירה לו יתברר.

ווי דאם איז אויר בפשטות,

אז ברוב הענינים איז ניכר אין דעם נפעל בעולם די פעולה פון דער מחשבה דיבור ומעשה פון דעם

(כח ה)

פועל,

ובמילא,

ווען דער אדם הפועל

בעולם טוט א זאד מיט אלע זיינע לבושים

(מחשבה דיבור ומעשה)

איז דאס ניכר אויר אין דער שלימות פון דער זאד וואט ער טוט אויף בעולם.

ז.

עפ״ז וועט מען פארשטיין דאם וואט "הגורל הי׳ מדבר":

כשם ווי די עצם עבודה פון כיבוש וישוב הארץ דארף זיין בתכלית השלי־ מות,

במחשבה דיבור ומעשה,

אזוי איז אויר בנוגע צו אלע פרטים אין דער עבודה,

איו אויר די ענינים וואט זיינען בלויז א הכנה והקדמה צו דער עבודה -אז הגם זיי זיינען ניט קיין תכלית פאר זיר,

אדער נאר א פרט אין דער עבודה,

דארפו זיי אויר געטאן ווערן בתכלית השלימות,

במחשבה דיבור ומעשה.

וכידוע דער פתגם פון דעם רבי׳ן

(מהורש״ב)

נ״ע

(איבערגעגעבן דויר בנו יחידו ממלא מקומו,

כ״ק מו״ח אדמו״ר נשיא דורנו)

- אז א פנימי׳ 4 ,

אלץ וואט ער טוט,

ליגט ער אין דעם אינגאנצן:

אמאל ביי א פארברענגען האט דער רבי נ״ע מרגיש געווען אז די בחורים זינגען א ניגון היילנדיקערהייט,

אלם הקדמה צו דאם וואט וועט קומען לאחרי הניגון

(אמירת חסידות וכיו״ב)

.

האט ער אויף דעם אפגעגעבן א גאנצע שיחה 42 ,

וואט תוכנה איז,

אז אין דער עבודה פון א אידן דארף ער יעדער זאר טאן בשלימות.

אפילו ווען עט רעדט זיר וועגן אן ענין וואט איז א הקדמה צו נאר א זאר - איז

ש״פ פינחס,

מבה״ח מנחם־אב,

כ״ז־ תמוז

ו70

בשעת מ׳געפינט זיד נאר אין דעם מצב,

דארף מען אין דעם ליגן אינגאנצזי■ 4 .

"בכלל איז דאס א עיקר גדול,

אז וואו מי איז זאל מען זיין מיט א אמת",

"וואו מ׳איז דארף מען דארטן זיין כר,

כל זמן איך טוא ראם דארף איר דא זיין",

און דערנאך וועט מען קומען צו דעם צווייטן ענין

(צו וועלכן דאס איז א הקדמה/ און טאן יענע זאר בשלימות.

- ויש לומר אז דער יסוד לזה אין נגלה דתורה

(בידוע אז אלע ענינים אין פנימיות התורה שפיגלעז זיר אפ אין נגלה)

איז פון דעם ביאור הנ״ל

(ס״ד)

פון דעם ראגאטשאווער בנוגע צו עניני קדושה,

אז אויר א הקדמה האט איו זיר א חשיבות לעצמה.

ח.

ועפ״ז יש לומר דער טעם אויף דעם נס וואט "הגורל הי׳ מדבר":

כשם ווי די עצם עבודה פון כיבוש הארץ דארף געטאן ווערן בשלימות,

במחשבה דיבור ומעשה,

אזוי איז אויר בנוגע צו דער הכנה והקדמה לזה ע״י חלוקת הארץ על פי הגורל - אז הגם דער גורל איז א הקדמה ואמצעי צו חלוקת,

כיבוש וישוב הארץ,

האט דאס אבער אויר א חשיבות לעצמו

(כנ״ל ס״ב)

,

און דערי־ בער איז אויר דער גורל עצמו געווען בתכלית השלימות,

דער גורל עצמו האט אויפגעטאן די גאנצע חלוקה און אויר דער בירור האמת ופרסום הדבר

("הגורל עצמו הי' צווח מ׳"/

און די שלימות דריקט זיר אוים אין דעם,

אז אין דעם גורל איז געוועז אלע

דריי ענינים פון מחשבה דיבור ומעשה: נוסף אויף מעשה השלכת הגורל ונטילת הפתקין

(ולפני זה - כתיבת הי״ב פתקין פון שמות שבטים און כתיבת שמות גבולות הארץ)

,

און די מחשבה וכוונה וראם מ׳דארף דערצו האבן

(נוסף אויף דעם וואס דאס איז געווען "על פי רוח הקודש",

ענין המחשבה)

- איז "הגורל הי׳ נזדבר״.

חלוקת הארץ על פי הגורל -האט זיר אויפגעטאן כשלימות ע״י הגורל עצמו

("אד בגורל",

אן קיין אנדער זאר")

ווייל נוסף צו דעם עצם הגורל

(מעשה ומחשבה שבו)

וואס האט אנגעוויזן ווי די חלוקה דארף זיין,

"הגורל עצמו הי׳ צווח ואומר - באופן ברור וגלוי

(אזוי אז עט בלייבט ניט קיין שום ספק בדבר)

- אני הגורל עליתי לגבול פלוני לשבט פלוני".

ויש לומר דעם טעם פארוואם די שלימות האט זיר אויסגעדריקט דוקא אין דעם נם וואס "הגורל הי׳ מדבר"

("על פי הגורל״)

,

און ניט אין מחשבה ומעשה -ורייל בכדי עס זאל זיין א גורל איז מוכרח אז עם זאל זיין מעשה און מחשבה

(מעשה הגורל ע״פ המחשבה וכוונה שבזה)

.

דער אבן הבוחן אז דאס ווערט געטאן בחכליח השלימות - איז דויד דעם ענין הדיבור,

וועלכער ברענגט ארויס די תוצאות פון דעם גורל בשלימות הבירור והגילוי,

און דאם באווייזט אז דער גורל עצמו איז בתכלית השלימות

(במחשבה דיבור ומעשה)

.

ווי דאס איז אין עבודת האדם,

אז דיבור איז דער עיקר אבן הבוחן ווי דאס נעמט דורד דעם אדם העובד

(הכובש/ און אויר ווי ער פועל׳ט אין דעם זולת

(הנכבש/

ט.

ובטעם הדבר

[פארוואם א "פנימי"

ספד הש״חזת - ה׳תנש״א

ליגט אינגאנצן אין יעדער עבודה וואס ער טוט,

אפילו די וועלכע איז א הקדמה צו א צווייטע זאך]

איז דער רבי נ״ע מסביר

(אין דער שיחה הנ״ל)

צוויי טעמים:

(א)

דאם באווייזט אויף אמת און פנימיות - אז וואו מ׳איז איז מען מיט אן אמת און א פנימיות.

(ב)

דוקא דורך טאן די הקדמה כשלימות - וועט מען דערנאך נעמען אויך דעם עצם בשלימות.

היות אז דאס איז אן אמת׳ע הקדמה

(ע״פ תורה)

,

במילא וואם מערער ער וועט ליגן אין דער הקדמה

(און ניט איילן)

,

וועט ער אלץ מער קענען דערנאך ווייטער און טיפ ער פארשטיין דעם עצם הענין.

ויש להוסיף,

אז וויבאלד אז דער אויבערשטער האט אויסגעשטעלט טבע הדברים אז איידער מ׳קומט צו דעם עצם זאך גייט מען פריער דורך א הכנה והקדמה

(אדער כמה הכנות)

,

בכדי אז דער מענטש און די וועלט זאל דערצו איינגע־ וואוינט ווערן

(בלשון החסידות: ווערן א כלי צו דעם אור המשפיע)

- דעריבער איז אויך די הכנה והקדמה עצמה נוגע צו קולט זיין בפנימיות דעם עצם הענין,

און דערפאר באקומט עם א חשיבות לעצמה,

מעין פון דער חשיבות פון דעם עצם עניו

(די תכלית המכוון)

,

און מ׳דארף עם טאן בתכלית השלימות,

איידער מ׳קומט אן צו דעם עצם הדבר.

ווי דאם איז בנוגע צו כללות ענין החינוך,

אז וויבאלד אז דאם איז א הכנה מוכרחת צו קיום המצוות,

דעריבער באקומט עם א חשיבות ועניו לעצמו

[ואדרבה: במדה מסויימת איז דאס "העכער" פאר גדר מצוה,

ווי גערעדט אמאל 45 ]

,

און מ׳דארף זיך מיט דעם אינ־ גאנצן אפגעבן בכל ההשתדלות והכהות.

ובעומק יותר: וויבאלד אז די כוונה פון דירה בתחתונים איז א כוונה אחת פון ה׳ אחד

[נוסף לזה וואם יעדער זאך בעולם ווערט באשאפן בכח העצמות,

וואם "הוא לבדו בכחו ויכלתו לברוא יש מאין כו׳""

[און מילוי כוונה זו בשלימותה ווערט דורכגעפירט דורך אלע פרטים פון תחתונים - כולל אויך די ענינים וואם זיינען נאר א הכנה והקדמה צו א צווייטע זאך - איז מצד די כוונה בעצמותו ית׳,

איז דא אין יעדער זאך בעולם

(אויך די פרטים הטפלים,

והכנות וכו׳)

דער כח הא״ם,

דער כח העצמות אין דער זאך,

וואס מאכט די זאך אליין פאר אן ענין אמיתי,

מיט א תכלית וכוונה,

און דעריבער דארף אין דעם זיין די עבודה בשלימותה,

במחשבה דיבור ומעשה

(און דוקא דורך דעם פירט זי דורך איר תכלית אלם הכנה וואס פירט צו צו דעם עצם הענין)

.

ובפרטיות יותר איז דאם אזוי אויך אין מחשבה דיבור ומעשה עצמם: מחשבה ודיבור זיינען א הכנה והקדמה צו מעשה - וואם המעשה הוא העיקר 7 ? אבער דורך דעם וואס זיי ברענגען לידי מעשה,

און די מעשה איז מיוסד אויף דער מחשבה ודיבור - ווערט אויך אין זיי אויפגעטאן א חשיבות לעצמם.

ע״ד ווי דאס איז בנוגע צו כללות סדר השתלשלות,

אז דורך דער עבודה אין מאכן א דירה בתחתונים

(ע״ד ענין המעשה בערך מחשבה ודיבור/ וואס דאס קומט בכח ועל יסוד פון די גילויים בעולמות העליונים - ווערט אויפגעטאן אן עלי׳ און גילוי כח הא״ס אויך אין די עולמות העליונים

(אע״פ וואם מצד עצמן זיינען זיי א "ירידה מאור פניו ית׳"* 4 )

.

45)

ס׳ השיחות תשמ״ח ח״ב 7 615.

חוד.

ש״פ פינחס,

מבה״ח מנחם־אב,

כ״ד תמוז

י.

עפ״ז וועט מעז פארשטיין דעם לימוד דערפון אין עבודת האדם במקום וזמן זה,

בהתאם צו דער הוראה פון דעם צ״צ

(כנ״ל ס״א,

צו דעם אידז וואם האט געוואלט עולה זיין לארץ ישראל און דארטן שוקד זיין בתורה ועבודה)

- "מאך דא ארץ ישראל":

אע״פ וואם "דא"

(חוץ לארץ)

איז ניט ארץ ישראל,

און די עבודה אין חוץ לארץ און אין זמן הגלות איז א הכנה צו שלימות העבודה בגאולה האמיתית והשלימה בארץ ישראל

(ווי אידן זיינען מתפלל בכל יום)

- איז אבער,

וויבאלד אז אונזער זיין אין גלות אין חוץ לארץ איז זיכער ניט מקרה נקרית ח״ו,

נאר בהשגחה פרטית",

ו״איני מבקש כו׳ אלא לפי כחן״״'■ - איז דא א כוונה ותכלית אין דע ס מקום ומצב עצמו,

וואם איז פארבונדן און מעין פון כללות הכוונה והענין

(ארץ ישראל)

צו וועלכע די עבודה אין גלות איז א הכנה,

און דעריבער דארף א איד עובד זיין עבודתו ״דא״ - במקום ובזמן זה -בתכלית השלימות

(לויט די אלע כחות ואפשריות במעמדו ומצבו)

במחשבה ודיבור ומעשה,

ווי א "פנימי" וואס ליגט אינגאנצן אין דער עבודה מיט וועלכן ער איז פארנומען איצטער

(און טראבט ניט בשעת מעשה וועגן אן אנדער עבודה שפעטער)

;

און אין וואם באשטייט די כוונה פון זיין עבודה ״דא״ - צו מאכן א דירה לו יתברך בתחתונים,

ובלשון הצ״צ: "מאך דא ארץ ישראל",

צו מאכן דעם מקום

(וזמן)

א לאנד אין וועלכן ס׳איז ניכר בגלוי אידישקייט

(ישראל)

.

היות אז א איד

איז ״ישראל״ בכל מקום שהוא - האט ער בכה צו מאכן פון דעם ארט וואו ער געפינט זיך

(דוגמת)

"ארץ ישראל" 51 ,

ובפרט אין די בתי כנסיות ובתי מדרשות בחוץ לארץ

(בבל)

שעתידין שיקבעו בארץ ישראל־ 5 .

און נאכמער: דוקא דורך דעם וואס מ׳טוט די עבודה בשלימות "דא"

(במקום וזמן הגלות)

,

מ׳ליגט אין דער עבודה אינגאנצן במחשבה דיבור ומעשה שלו -איז דאם גופא געוויינט איין דעם מענטשן און ברענגט אים צו די תכלית

(צוליב וועלכע ער טוט די עבודה ״דא״)

- די עבודה אין ארץ ישראל כפשוטה בגאולה האמיתית והשלימה.

ע״ד מאחז״ל"■ אז די מצוות בזמן הזה זיינעו "ציונים",

אז "כשאתם חוזרים לא יהיו לכם חדשים".

ובפרט אז עם רעדט זיך וועגן א הכנה צו דער גאולה האמיתית והשלימה,

וואם ענינה איז כשמה: אמת ושלימות בכל הענינים,

בכל פרטי מציאות האדם והעולם.

וואס דערפון איז מובן,

אז שלימות הגאולה

(וואס ענינה איז דער גילוי השלימות בכל פרט,

אויר אין די ענינים וואם זיינען נאר א הכנה צו א צווייטע זאך)

איז תלוי אין דעם גופא וואס זייענדיק "ד א" איז עבודת האדם כשלימות מחשבה דיבור ומעשה שלו,

"מאך דא ארץ ישראל"

(און ניט באופן אז ס׳איז ניכר ווי

אחרי יח,

כה.

ספר השיחות - ה׳תנש״א

ער גרייט זיך צו א צווייטע זאך)

; און דוקא די עבודה כשלימות "דא"

(וויפל נאר מ׳קען דארט טאן די עבודה כשלימות/ געוויינט איין דעם מענטשן

(און ברענגט אים)

צו דער שלימות העבודה אין ארץ ישראל בגאולה האמיתית והשלימה.

ועפ״ז איז מובן די הוראה "מאך דא ארץ ישראל": הגם מ׳געפינט זיך אין גלות און ברגע לאחרי זה קומט די גאולה און מ׳גייט אין ארץ ישראל -

(א)

דארף די עבודה ברגע זה במקום זה - ״דא״ - זיין בשלימות לויט דעם איצטיקן מצב און דאזיקן מקום,

(ב)

די עבודה דארף באשטיין פון "מאך דא ארץ ישראל",

אריינברענגען אין דעם "דא"

(מקום וזמן זה)

"ארץ ישראל",

די שלימות פון מצב הגאולה - אזוי ווי א "פנימי" וראם ברענגט אריין שלימות אין יעדער פרט פון זיין עבודה

(אויר אין די ענינים וואס זיינען נאר א הכנה צו אנדערע זאכן)

,

און

(ג)

דאם גופא געוויינט איין אידן צו דער גאולה,

ביז אז דאם ברענגט די גאולה השלימה ווען אלע אידן קערן זיך אום אין ארץ ישראל כפשוטה,

ועתידה ארץ ישראל שתתפשט בכל הארצות"

(דורך דער עבודה איצטער פון "מאך דא ארץ ישראל")

.

יא.

דער ענין שטייט נאכמער בהדגשה אין דעם וואס בשנה זו איז דער שבת פ׳ פינחס

(ווען מ׳לייענט וועגן נחלת וחלוקת הארץ)

אויר שבת מברכים ראש חודש מנחם אב,

וועלכער קומט אוים בשנה זו ביום הששי בשבוע:

אע״פ וואס איו תורה" ווערט דער

חודש אנגערופן בשם "אב",

איז מנהג ישראל צו אים אנרופן "מנחם אב",

מ׳איז מוסיף דעם ווארט "מנחם",

און גאכמער: מ׳הויבט גאר אן מיט "מנחם"".

ויש לומר איינער פון די טעמים אויף דעם - ווייל ״מנחם״,

וואס באדייט נחמת הגאולה - איז די כוונה ותכלית פון

(די ירידה בחודש)

אב.

און נאכמער: "מנחם"

(גאולה)

איז די התחלה וואס קומט פאר אלע עגינים של ירידה,

כמאחז״ליי■

(עה״פ" 5 "ורוח אלקים מרחפת על פני המים")

אז גלייך בתחלת הבריאה איז געווען "רוחו של משיח״י 5 ,

ווארום גאולה איז דעד יסוד וכוונה פנימית פון אלע ענינים,

אויר פון "אב" מלשון שרש ומקור

(בלשון הש״ם - "אבוהן דכולהו")

,

דער מקור אויף אלע ענינים

(אויר עניני קדושה)

.

ויש לומר,

אז דאם גיט דערנאך דעם כח,

אז ווען עס קומט א ירידה

(בחיצוניות ולפי שעה)

זאל מען אין דעם קענען מגלה זיין ווי כל ענינה איז

(ניט נאר א הקדמה צו א צווייטע זאד,

נאר דאס גופא איז ענינה)

- די עלי׳

("מנחם")

שבזה.

כידוע"" אז דער ענין פון "גאולה" באשטייט פון "גולה" בתוספת אל״ף,

ווייל דויר דעם גילוי פון אלופו של עולם אין גלות עצמה - ווערט דאם גופא "גאולה".

און שטייענדיק בשבת מברכים מנחם אב - דער שבת ווען מ׳בענטשט "מנחם אב״ - שטייט נאכמער בגלוי די כוונה פנימית אין דעם מצב הגלות "דא"

ש״פ פינחס,

מבח״ח מנחם־אב,

כ״ד תמוז

[כידוע׳ 6 אז אין שבת בכלל,

ובפרט אין די שבתות פון "בין המצרים",

שטייט בגלוי די עלי׳ וואס איז דא אין דעם זמן בשנה]

,

וואט גיט נאכמער כת צו אויפטאן דעם "מאך דא ארץ ישראל",

און ברענגען די גאולה בפועל אין "גולה".

אין דעם קומט צו נאכמער בדורנו זה ובזמננו זה - ובהדגשה אין דער קביעות פון ר״ח מנחם אב בשנה זו,

ביום הששי,

וואם דעמולט איז "הכל מוכן לסעודה"׳* פאר אדם הראשון": מ׳געפינט זיך איצטער אין דעם אלף הששי

(וואט איז כנגד יום הששי/ און דעמולט גופא -"ערב שבת נאך חצות" 64 ,

און לויט אלע סימני הגאולה האלט מען שוין ממש בא דער גאולה,

ווי כ״ק מו״ח אדמו״ר האט מודיע,

מפרטם און מכריז געווען,

אז מ׳האט שוין אלץ פארענדיקט,

כולל אויך "צופוצן די קנעפ״י 6 ,

און אויך פארענדיקט דעם "עמדו הכן כולכם" 66 ,

דאם הייסט אז ס׳איז שוין "הכל מוכן לסעודה",

און מ׳איז שוין גרייט צוגיין צום טיש,

און עסן סעודת לויתן ושור הבר,

ווארום "הנה זה

(משיח)

בא",

תיכף ומיד ממש!

יב.

וויבאלד אז די גאולה איז נאד ניט געקומען ברגע זה,

און בהשגחה פרטית געפינט מען זיד נאד "דא",

במקום וזמן זה - דארף מען זיכער דאם אויסנוצן אויף מקיים זיין די הוראה "מאד דא ארץ ישראל",

כנ״ל.

ובנוגע לפועל:

היות אז "מאך דא ארץ ישראל" איז א הוראה וואס כ״ק מו״ח אדמו״ר נשיא דורנו האט מפרסם געווען

(ולפני זה איז דאם ניט געווען בגלוי,

מער ניט ווי פאר יחידי סגולה)

- איז פארשטאנדיק אז דאס איז א הוראה צו כל אנשי הדור,

וואם זיינען אלע פארבונדן מיט דעם נשיא הדור

("הנשיא הוא הכל" 67 )

.

ובמיוחד ווען מ׳שטייט אין די וואכן ווען מ׳לייענט אין תורה וועגן נחלת וחלוקת הארץ,

און אין א צייט ווען ס׳איז שוין "הכל מוכן לסעודה" און מ׳שטייט בא דעם שוועל פון דער גאולה און חלוקת ארץ ישראל בפשטות - דארף יעדערער נאכמער צוגעבן אין זיין עבודה פון "מאך דא ארץ ישראל",

כל אחד ואחת,

אנשים נשים וטף,

במקומו ומצבו הוא,

און טאו דאם בתכלית השלימות במחשבה דיבור ומעשה שלו - און דורך דעם זיך איינגע־ וואוינען צו דער שלימות פון מצב הגאולה

(כנ״ל)

.

יג.

יעדער איד האט זיין חלק ושליחות בעולם וואס דער אויבערשטער האט אים געבעבן.

איינער איז א בעל עסק

(פון "זבולון")

,

א צווייטער איז ענינו לימוד התורה

("יששכר"/ וכיו״ב,

און אין יעדער סוג גופא - האט יעדערער א באזונדער חלק ושליחות בעולם.

און יעדערער געפינט זיך אין א חלק מסויים בעולם -וואו דער אויבערשטער האט אים געפירט

("מה׳ מצעדי גבר כוננו"" 6 )

,

ווארום זיין שליחות איז דוקא אין דעם מקום.

ועד״ז בנוגע צו זמן - האט יעדער רגע,

יעדע שעה,

יעדער טאג,

יעדער

ספר השיחות - ה׳תנש״א

חודש,

יעדער יאר,

און יעדע תקופה -זיין עבודה ושליחות מסויימת.

וואס הגם אז יעדע נקודה אין מקום און יעדער רגע אין זמן,

און יעדערן׳ס שליחות בעולם - איז נאר א חלק קטן פון כל העולם,

כל המקומות וכל הזמנים,

און אמאל קען איינער טראכטן: ווי וואלט געווען ווען ער וואלט זיך געפונען במקום אחר בזמן אחר,

אפשר וואלט זיין עבודה געווען באופן אחר,

און אפשר גאר בע־ סער ווי דאם איז יעצט,

וכיו״ב:

ועד״ז קען ווערן די שאלה: וויבאלד אז מיין עבודה איז נאר אין א קליינעם ווינקל בעולם,

און אין א פרט שבפרט -איז למאי נפק״מ כ״כ ווי כ׳וויל זיך אין דעם אויפפירן,

ועאכו״ב אז דאם האט לכאורה ניט - לדעתו - קיין ווירקונג אויף די גאנצע וועלט?

נאכמער - פרעגט ער: ווי מאנט מען פון אים אז ער זאל ברענגען די גאולה -א גאולה כללית פאר דער גאנצער וועלט - ווען זיין עבודה איז נאר אין א חלק קטן בעולם

(במקום ובזמן)

?!

זאגט מען יעדן אידן,

אז דו האסט די הוראה פון נשיא דורנו - "מאך דא ארץ ישראל״: דיין עבודה דארף באשטיין -ניט אין טראכטן וועגן וואט עם טוט זיך אין אן אנדער עק וועלט און אין אן אנדער זמן בפני עצמם ולתועלת נפרדה - נאר זיך אינגאנצן אריינלייגן

(במחשבה דיבור ומעשה)

אין מאכן ״דא ארץ ישראל״ - אין דיין מקום פרטי און אין יעדער רגע פון דיין זמן פרטי.

און דוקא דורך דעם וועסטו אויך אויפטאן בכל העולם

(בכל מקום ובכל זמן)

- ווארום אין דיין חלק בעולם איז נכללו אלע חלקים בעולם,

[וע״ד ווי דאם איז געווען בנוגע צו חלוקת ארץ ישראל - אז אע״פ וואם

יעדער שבט

(און יעדער משפחה בכל שבט)

האט באקומען א חלק מסויים בארץ ישראלי 6 ,

האט יעדער חלק אין זיך געהאט אלע מעלות פון

(כל חלקי)

ארץ ישראל

(אויף וועלכע עם שטייט״י "ארץ אשר גו׳ עיני ה׳ אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנה״,

ואמרו חז״ל 71 "אין ארץ ישראל חסרה כלום שנאמר 72 לא תחסר כל בה״)

- כמאחז״לי■ 7 "אין לך מישראלי• 7 שאין לו בהר ובשפלה ובנגב ובעמק" 75 ]

,

כמובן פון דעם וואם "כל אחד ואחד חייב לומר בשבילי נברא העולם" 76 ,

וואס וויבאלד אז כל העולם נברא בשבילו,

איז פארשטאנדיק אז ער האט בכח צו אויפ־ טאו בכל העולם,

דורך דעם וואס ער -בחלקו הפרטי - איז אין זיך כולל כל

ש״פ פינחס,

מבה״ח מנחם־אב,

כ״ד תמוז

העולם כולו

(כמ״ש 77 "ואת העולם נתן בלבם")

.

והגם אז זיין עבודה איז נאר אין איין קו וכיו״ב

[כדמוכח אויד פון די אידן וצדיקים וואם האבן שוין מסיים געווען שליחותם בעלמא דין,

און וויבאלד אז כל ישראל בחזקת כשרות" 7 דארף מען זאגן אז זיי

(חלקם עכ״פ)

האבן מקיים געווען בשלימות שליחותם בעולם,

אע״פ וואס דאס איז געווען ניט אין אלע קוי העבודה]

- איז באמת איז יעדער איד כולל אין זיך אלע קוי העבודה - כמובן פון דעם וואם מ׳זאגט בקריאת שמע על המטה "בין בגלגול זה בין בגלגול אחר",

וואס היות אז דאם איז א חשבון צדק,

איז מובן אז ער האט בכח צו פועל׳ן אויר בנוגע צו א גלגול אחר

(וואם דערפאר קען ער אויף דעם מאכן א חשבון הנפש)

,

ועפ״ז איז פארשטאנדיק אז די עבודה פון אלע גלגולים שלו איז זיך מצטרף אין זיין עבודה.

וואס דערפון איז מובן,

אז יעדער איד - וואם זיין שליחות בעולם זאל נאר זיין - האט בכח צו מאכן "דא

(גאנץ)

ארץ ישראל״,

און דורך דעם - פועל׳ן אזוי בכל העולם כולו.

אפילו אויב איינער איז א בעל עסק בעניני העולם,

ניט קיין גבאי אין א בית הכנסת וכיו״ב,

ובמילא קען ער לכאורה מיינען וואם האט ער פאר א שייכות מיט קדושת "ארץ ישראל"

(דאם איז לכאורה שייך דוקא אין א ביהכנ״ס וביהמ״ד וכיו״ב)

- איז נוסף לזה וואם ער קען אין דעם האבן א שותפות דורך זיך משתתף זיין בבנין ביהכנ״ס וביהמ״ד בממונו וכיו״ב,

איז אויך זיין עבודה פרטית

(ווען ער טוט עם בשלימות לפי כחו)

אין

זיך כולל כל עניני העבודה און כל חלקי "ארץ ישראל".

ועפ״ז איז אויר פארשטאנדיק,

ווי יעדער איד האט די אחריות צו ברענגען די גאולה פאר כל העולם כולו - ווארום דורך דעם וואם ער טוט זיין עבודה פרטית כשלימות

(במחשבה דיבור ומעשה/ אפילו אין א פרט שבפרט - אין איין רגע און איין מקום

("דא"/ האט ער בכח צו מאכן דערפון "ארץ ישראל",

און דורך דעם אויפטאן און ברענגען די גאולה שלימה בכל העולם!

ובאותיות פשוטות: שטייענדיק קרוב גלייך פאר דער גאולה - דארף יעדער איד זיך איינגעוואוינען צו דער גאולה און זיך אריינשטעלן אין א מצב ורגש של גאולה,

דורך מאכן זיין פרטיות׳דיקן טאג א "גאולה

(פרטית)

טאג",

און מאכן זיין מקום פרטי - "ארץ ישראל",

דורך דעם וואס ער טוט די עבודה שלו ברגע זה ובמקום זה בתכלית השלימות,

במחשבה דיבור ומעשה.

יד.

און אלם א תוצאה פון די אייגענע שלימות העבודה

(במחשבה דיבור ומעשה)

- דארף זיך דאם אויך ארוים־ זאגען אין זיין דיבור,

ע״ד ווי "הגורל הי׳ מדבר",

אז וויבאלד ער איז דורכגענומען בפנימיות מיט דער הוראה ועבודה פון "מאך דא ארץ ישראל",

מיט אן אינער־ לעכע לעבעדיקייט - רעדט ער וועגן דעם מיט חיות אויך צו אנדערע,

און איז מפרסם די הוראה פון "מאך דא ארץ ישראל" בא בני ביתו,

בא די קרובים אליו,

ועאכו״ב בא זיינע תלמידים,

ביז אז ער רעדט וועגן דעם מיט די אלע צו וועמען ער קען דערגרייבן,

און וויבאלד אז דאם קומט פון זיין פנימיות,

רעדט ער דברים היוצאים מן הלב וואס נכנסים אל הלב" 7

ספד השיחות - ה׳תנש״א

ופועלים פעולתם,

ועאכו״ב דויד דעם וואם ער באווייזט א דוגמא חי׳ פון זיין אייגענע עבודה.

ביז אז ער מאכט אז אויך די שומעים ווערן מדברים - "הגורל הי׳ מדבר".

ובנוגע לפועל: גלייך מוצאי שבת

(אויב משיח וועט ח״ו ניט קומען פאר דעם)

- זאל מען זען מפרסם זיין בכל מקום שהוא

(באופן המותר לאחרי שבת)

די הוראה "מאך דא ארץ ישראל".

און ממשיך זיין אין פרסום הה

(ראה בימים שלאחרי זה,

ביז עס וועט קומען משיח צדקנו און דעמולט ממשיך זיין אין ארץ ישראל כפשוטה,

נוסף על עתידה ארץ ישראל שתתפשט בכל הארצות.

טו.

צווישן די ענינים מיוחדים אין דער עבודה פון "מאך דא ארץ ישראל" וואם זיינען שייר במיוחד צו די "ניין טעג"

(וועלכע הויבן זיך אן ביום הששי)

- איז דער מנהג"" צו מאכן "סיומים" במסכתות הש״ס יעדער טאג פון די "ניין טעג"

(אפילו אויב מ׳עסט דערנאך ניט קיין סעודת בשר)

,

פון ראש חודש ביז תשעה באב

(אויך בערב תשעה באב ובתשעה

(עשירי)

באב - באופן המותר ע״פ שו״ע)

.

ומהטעמים בדבר - ווייל אין די טעג

זוכט מען אלע אופנים המותרים ווי מ׳קען מוסיף זיין אין ענינים טובים ושמחים,

און דורך דעם מגלה זיין דעם טוב פנימי אין דער ירידה פארבונדן מיט ימים אלו,

אנהויבנדיק פון "פקודי ה׳ ישרים משמחי לב״׳״ - עושין שמחה לגמרה של תורה 2 "

[ומפני טעם זה איז כדאי אויר מאכן א סיום ביום השבת פון די "ניין טעג",

ובשנה זו - סיי שבת ב׳ אב,

און סיי שבת תשעה באב

(נדחה)

]

.

ויהי רצון,

אז נאר פאר די התחלה פון די טעג זאל שוין קומען די גאולה און מקויים ווערן דער יעוד יהפכו 49 -" ימים אלו "לששון ולשמחה ולמועדים טובים" 4 ",

און דורך דעם וואם אידן טוען די עבודה פון "מאך דא ארץ ישראל" כשלימות,

צו איינגעוואוינען זיך צו דער גאולה - וועט מען תיכף ומיד ממש אריינטאנצן אין דער גאולה,

און מ׳וועט אלע גיין טאנצענדיג אין ארץ ישראל,

און איינטייל נעמען אין חלוקת ארץ ישראל לע״ל "לשלשה עשר שבטים",

דורך דעם אוי־ בערשטן אליין,

"הקדוש ברוך הוא מחלק להם בעצמו"׳,

ו

(כנ״ל)

עתידה ארץ ישראל שתתפשט בכל הארצות.

ש״פ מטות־מסעי,

ב׳ מנחם־אב

Reader controls and commentary are loading.