B"H
🏡

Ikar

משיחות ש״פ וירא, ט״ו מרחשון ה׳ומס״א

א.

בקשר מיט פרשת וירא און מיט כ״ף מרחשון,

דער יום הולדת פון דעם רבי׳ו

(מהורש״ב)

נ״? 1 - וועלבער ווערט געבענטשט פון דעם שבת־ - איז ידוע דער סיפור וואט כ״ק מו״ת אדמו״ר האט דערציילט־

(און געהייסן אפדרוקן)

וועגן זיין פאטער,

דער בעל יום ההולדת:

ווען דער רבי נ״ע איז געווען א קיגד

(פון פיר אדער פינף יאר)

איז ער אריין צו זיין זיידן כ״ק אדמו״ר הצ״צ

(צו מקבל זיין די ברכה בשייכות מיט זיין יום הולדת)

4 ,

און אריינגייענדיק האט ער זיר פאנאג־ דערגעוויינט,

זאגנדיק: ער האט געלערנט אין חדר אז "וירא אליו ה׳",

וויינט ער פארוואם דער אויבערשטער האט זיך באוויזן צו אברהם אבינו,

און צו אונז

(מיר)

באווייזט ער זיך ניט?!

האט אים דער צ״צ געענטפערט: אז א איד א צדיק,

צו ניין און ניינציק יאר,

איז מחליט אז ער דארף זיר מל זיין,

איז ער ווערט אז דער אויבערשטער זאל זיר באווייזן צו אים.

וויבאלד אז דער סיפור איז פארבונדן און דערציילט געווארן

(דורך כ״ק מו״ח אדמו״ר)

אין צוזאמענהאנג מיט דעם יום ההולדת פון דעם רבי׳ן נ״ע,

וועלכער איז א יום כללי בחייו

(במב״ש פון דעם יום ההולדת פון יעדער מענטש 1 / א טאג ווען "מזלו גובר"*,

א טאג וועלכער איז כולל אין זיר די עבודה במשך כל השנה כולה ובמשך כל ימי חייו־

[ובפרט אז דאס האט פאסירט בשעת דער רבי נ״ע איז אריין צום צ״צ באקומען א ברכה בשייכות צו זיין יום הולדת]

- איז מסתבר זאגן,

אז דער סיפור איז פארבונדן,

און גיט ארוים א נקודה אין דער עבודה כללית פון דעם רבי׳ן נ״ע,

ובמיוחד - ווען ער איז געווארן דער נשיא הדורי.

(בהיות אדנ״ע בן חמש שנים)

היתה ביום חמישי בשבוע,

כמו בקביעות שנה זו.

5)

ראה בארוכה ספר השיחות תשמ״ח ח״ב ע׳ 398 ואילך.

וש־נ.

ספד השיחות - ה׳תנש״א

און דערצו: זייענדיק א סיפור פון א נשיא הדור,

וואם "הנשיא הוא הכל"*,

ובפרט אז דער סיפור איז דערציילט געווארן און אפגעדרוקט געווארן לדו־ רוחי - איז מובן,

אז דערפון קען און דארף מען אויר ארויסנעמען א הוראה כללית בנוגע צו דער עבודה פון יעדער איד•׳,

אנהויבנדיק - פון יענעם דור,

און דורך בנו יחידו ממלא מקומו,

כ״ק מו״ח אדמו״ר נשיא דורנו

(וועלכער האט דאס דערציילט)

- ווערט עם נמשר צו אלע אידן פון דעם דור,

און אזוי ווערט עס נמשר עד סוף כל הדורות.

אויר: בשנה זו קומט צו אן ענין מיוחד,

אז ס׳איז ק״ל שנה פון דעם יום ההולדת

(תרכ״א־חנש״א)

.

והיות אז יעדער זאך איז בהשגחה פרטית,

דארף מען אויך פון דעם ארויסנעמען א לימוד והוראה בקשר מיט כללות ענין יום ההולדת פון דעם רבי׳ן נ״ע.

ב.

וביאור הענין:

צוזאמען דערמיט וואס אלע נשיאי ישראל ונשיאי חב״ד גלייכן זיך אוים דערמיט וואם יעדערער פון זיי איז א נשיא,

א "מאור הגדול",

האט יעדער נשיא

כקסנותם היו נראים כו״כ קנינים נקלים המורים קל גדלותם,

וכפי שנתגלה

(לכולם)

לאחרי שנחגדלו

[ק״ד שנאמר גבי משה בזמן הולדתו

(שמות ב,

ב)

-,

ותרא אותו כי טוב הוא",

ודחז״ל

(סוסה יב,

א)

,

נתמלא הבית כולו אור"]

.

וכן הוא בנוגק לרבותינו נשיאינו,

ובמודגש בנדו״ד בדברי הצ״צ בקשר קם הולדת אדנ״ק בב׳ חשון בשנת כתר״א,

שזה רומז לכתרא קילאה,

המורה קל הכתרתו בכתר הנשיאות - כסי שנתגלה לאחרי זמן.

ענינים מיוחדים וועלכע זיינען בא אים בהדגשה מיוחדת,

אין וועלכע ער איז

(בגלוי)

אויסגעצייכנט און אויסגעטיילט פון די אנדערע נשיאים.

- ואע״ם וואס אין אתנו יודע עד מה צו מחלק זיין צווישן איין "מאור הגדול" און א צווייטן

[ובפרט נשיאי חב׳־ד,

וואס בא חב״ד דארף זיין נאכמער העמקה בחכמה בינה ודעת איידער מ׳קומט צו א החלטה כר]

- זעט מען אבער בגלוי געוויסע דברים בולטים בא יעדער נשיא וועלכע שטייען ביי אים ספעציעל בהדגשה; וכמדובר כמ״פ,

אז מ׳מעג און ס׳איז כדאי זיד אפשטעלן אויף דעם ווען מ׳קען דער־ פון ארויסנעמען א הוספה אין יראת שמים און הוראה בעבודת ה׳יי.

דער אויפטו פון חסידות חב״ד בכלל - פון אלע נשיאי חב״ד - באשטייט אין מלביש זיין פנימיות התורה אין שכל והבנה והשגה

(חכמה בינה דעת/ באופן פון "יתפרנסון" מיני" 1 ,

אז אלע זאלן עם קענען פארשטיין מיט זייער שכל אנושי

(ביז מיט דעם שכל פון נפש הבהמית/ אזוי אז אלקות זאל זיך ביי אים אפלייגן און ווערן אן ענין מוחשי,

ובאופן - אז דער־ פון

("דע את אלקי אביך׳"׳)

זאל ארויס־ קומען א הוספה אין עבודת ה׳ בפועל

("ועבדהו בלבב שלם״ 5 </ כידוע אז פון דעת ווערן נולד די מדות,

"הדעת הוא קיום המדות וחיותן והוא כולל חסד וגבורה פי׳ אהבה וענפי׳ ויראה וענפי׳"",

וועלכע זיינען דער שרש פון אלע תרי״ג

ש״פ וירא,

ט״ו מרחטוזן

7וו

מצוות

(אהבה - דער שרש פון די רמ״ח מצות עשה,

ויראה - דער שרש פון די שס״ה מצות לא תעשה)

5 .

אין דעם גופא זעט מען באופן בולט א הדגשה מיוחדת אין דער תורת החסידות פון דעם בעל יום ההולדת,

דער רבי נ״ע - אז די עניני חסידות אין זיינע מאמרים זיינען בביאור יותר רחב ובהבנה והשגה שכלית יותר,

ווי זיי זיינען

(בגלוי)

אין מאמרי רבותינו נשיאינו שקדמו 4 ,

ביז אז ער ברענגט ארויס די ענינים אין א מסקנא,

באופן אז מ׳קען דערפון לייכט ארויסנעמען א לימוד ביז בנוגע לעבודת ה׳ במעשה בפועל.

- מובן ופשוט אז אזוי איז אויר אין דער תורת החסידות פון אלע נשיאי חב״ד,

אנהויבנדיק פון דעם נשיא ראשון,

דער אלטער רבי

(מייסד תורת חסידות חב״ד,

וועלכער איז דער יסוד - און איז כולל -גאנץ חסידות חב״ד 7 / ועאכו״ב בא דעם מיטעלן רבי׳ן וועלכער האט ארויסגע־ בראכט חסידות אין אן אופן• 9 פון "רחובות הנהר" פון בינהיי

(מער בהרחבה ווי דאס איז מצד נקודת החכמה)

,

ועד״ז בתורת החסידות פון די נשיאים שלאחריהם

- אבער אין דעם גופא זעט מען ווי די מאמרי חסידות פון דעם רבי׳ן נ״ע זיינען אויסגעצייכנט דערמיט וואס דארט איז דא אן הדגשה עיקרית דער לימוד באופן אז דאם ברענגט צו א מסקנא והלכה ביז אין א לימוד למעשה בפועל“,

מער בגלוי ווי דאם איז אין די מאמרי חסידות פון די אנדערע נשיאים

(ולאידך - איז בא יע־ דערער פון זיי געווען בעיקר ובהדגשה אן אנדער ענין 1 )

.

וכידוע דער פתגם פון חסידים הראשונים",

אז דער רבי נ״ע איז "דער רמב״ם פון חסידות",

ווייל די ענינים במאמרי חסידות שלו זיינען א "הלכה קבועה ומסו־ דרה מיט דעם הסבר פון דעם ענין,

דבר דבר על אופנו" 27 ,

ביז אז מ׳קען דערפון ארויסנעמען א "הלכה"

(אין פנימיות התורה)

ביז אין עבודה בפועל.

וואם דאס איז ע״ד דער אויפטו פון דעם רמב״ם

(לגבי די גדולי ישראל המחברים לפניו ולאחריו/ ווי דער רמב״ם שרייבט בהקדמתו לספרו "משנה תורה": "וראיתי לחבר דברים המתבררים כו׳ בלשון ברורה בדרך קצרה עד שתהא תושבע״פ סדורה בפי הכל בו׳ עד שיהיו כל הדינין גלויין כו׳ בדין כל מצוה ומצוה ובדין כל הדברים שתיקנו חכמים ונביאים כר,

חיבור זה מקבץ לתושבע״ם כולה כו׳,

לפיכך קראתי שם חיבור זה משנה תורה לפי שאדם קורא בתושב״ב תחלה ואח״ב קורא בזה ויודע ממנו תושבע״ם כולה".

ובפשטות: דער ספר הרמב״ם איז א ספר

18 ו ספר השיחות

של הלכות

("הלכות הלכות"/ וואס גיט ארויס קלארערהייט די הלכה ודין תורה בכל ענין וענין,

באופן אז מ׳קען לייכט וויסן ווי מ׳דארף זיד פירן במעשה בפועל

(משא״ב אין די חיבורים שלפני הרמב״ם,

"ואין צריך לומר הגמרא עצמה כו׳ צריכין דעת רחבה ונפש חכמה וזמן ארוך ואח״ב יודע מהם הדרך הנכוחה בדברים האסורים ומותרים ושאר דיני התורה היאך הוא")

".

וואס דאס איז די שלימות און תכלית פון לימוד התורה בכלל - תלמוד גדול שמביא לידי מעשה 24 ,

ווייל דורך דער מעשה קומט ארוים דער אמת פון תורה במוחש,

אין עשי׳ בפועל.

ועד״ז איז אויך פארשטאנדיק בנוגע צו דעם רבי׳ן נ״ע,

"דער רמב״ס פון חסידות" - אז זיין אויפטו אין תורת החסידות איז בדוגמת דער חידוש פון רמב״ם אין תורת הנגלה - אז אין זיינע מאמרי חסידות גיט זיך ארוים תורת החסידות "בדברים המתבררים,

בלשון ברורה.

.

דברים קרובים נכונים כו"/ ביז אז מ׳קען דערפון לייכט ארויסנעמען די מסקנא" והלכה ביז אין

- ה׳תנש״א

עבודה בפועל - די שלימות ותכלית פון כל הלימוד כולו,

ווי מ׳זעט עם בגלוי אין די מאמרים פון דעם בעל יום ההולדת״,

ובמיוחד - אין זיינע המשכי חסידות הידועים - המשך תרס״וי 2 און המשך תער״ב 28 ,

וועלכע זיי־ נען מבאר די יסודות ועיקרי תורת החסידות באריכות הסברה והבנה והשגה

(פון חב״ז־)

",

ובאופן פון "דברים המתבררים כר",

אז מ׳קען דערפון ארויסנעמען די מסקנות פון די סוגיות אין חסידות

[ובפרט לויט די קיצורים וואם זיינען דא בסוף כל

נאכדעם ווי די זאך איז ביי אים געווען קלאר דורך א געוויסער בחינה*.

ש״פ וירא,

ט״ו מווזשון

9וו

פרק• 1 פון

(א חלק גדול 31 פון)

המשך תער״ב 11 ,

וואם א קיצור גיט ארוים די מסקנא פון רעם תוכן הביאור אין דעם פרק} ביז - אין לימוד המביא לידי מעשה בעבודת ה׳ בפועל.

ג.

דער אויפטו פון דעם רבי׳ן נ״ע איז אויך אונטערשטראכן אין דעם וואט ער האט מייסד געווען ישיבת תומכי תמימים 11 :

דער חידוש פון דער ישיבה איז,

אז ס׳איז איינגעשטעלט געווארן,

באופן של קביעות והתיישבות

(ישיבה)

• 1 ,

דער סדר הלימוד בישיבה פון לימוד הנגלה און לימוד החסידות,

און ווי זיי זיינען א תורה אחת: אין נגלה זאל זיך אנהערן חסידות,

און חסידות זאל מען לערנען און פארשטיין ווי מ׳פארשטייט אן ענין אין נגלה 15 .

דורך דעם לימוד הנגלה והחסידות אין

א ישיבה,

באופן של דיבוק חברים,

פלפול התלמידים• 1 כו׳ - איז מעז מלבן ומברר די סוגיא וואס מ׳לערנט - אין נגלה און אין חסידות - ביז זי קומט ארויס קלאר לכל פרטי׳ 17 ,

און מ׳האט דערפון א מסקנא,

ביז אין - עבודה במעשה בפועל,

הן בנוגע לעצמו והן בנוגע הזולת,

ובכללות - די עבודה פון,

יפוצו מעינותיך חוצה",

אנהויבנדיק פון מפיץ זיין די מעינות פון פנימיות התורה אין "חוצה" שבתורה

(נגלה דתורה/ אזוי אז זיי ווערן בגלוי א תורה אחת,

תורה תמימה 15 ,

און אויר אין דער "חוצה" בא זיר

(דער גוף ונה״ב מ׳} ביז אין "חוצה" שבעולם,

ווי דער רבי נ״ע האט געזאגט,

אז דורך התייסדות הישיבה פירט זיר דורך בפועל די כוונה פון רבותינו נשיאינו אין יפוצו מעינותיר חוצה,

דורד אויפשטעלן תלמידים וועלכע זיינען "נרות להאיר",

און זיינען ממלא תפקידם אלם "תמימים",

ווי ערקלערט במיוחד אין די שיתה הידועה שלו צו די תלמידי הישיבה• 1 בענין וד״ה "כלי 1 היוצא למלחמת בית דוד".

דערפון זעט מען נאכמער בהדגשה,

ווי דורך התייסרות ישיבת תומכי תמימים דורך דעם בעל יום ההולדת - קומט צו שלימות אין אויפטאן אז אלקות זאל זיין אן ענין מוחשי דורך לימוד החסידות ביז באופן פון לימוד המביא לידי מעשה,

אנהויבנדיק פון דער מעשה פון "והעמידו תלמידים הרבה""• דורך התייסדות הישי־

ספר השיחות - ה׳תנש״א

בה,

ובאופן

(ווי די כוונה איז געווען אין ייסוד הישיבה)

שהולך ומתפשט,

סניפי הישיבה בכמה מקומות,

ווי ס׳איז געווארן בפועל נאד בזמנו פון דעם מייסד הישיבה,

און רערנאך נאכמער - דורך בנו ממלא מקומו,

דער מנהל פועל פון דער ישיבה,

ביז אז דער מרכז הישיבה האט זיך איבערגעפלאגצנט אין חצי כדור התחתון,

און עם זיינען נתייסד געווארן און עם ווערן נתייסד

(דורך די תלמידי התמימים,

בכח מייסד הישיבה והמנהל פועל)

באופן שהולך ומתפשט סניפי הישיבה בכל קצוי תבל

(אנגערופן בשם "ישיבת תומכי תמימים",

אדער "אחי תמימים" וכיו״ב)

,

וועלכע שטעלן אויף תלמידי התמימים,

על שם וואם זיי לערנען תורה און פירן זיך אויף בהתאם צו דעם רצון וכוונה פון מייסד הישיבה,

דורך מפיץ זיין די מעינות חוצה,

און מ׳האט אויף דעם כח במיוחד פון דעם שם הישיבה "תומכי תמימים",

וועל־ כע איז געגעבן געווארן דורך דעם מייסד הישיבה בשמח״ת תרנ״ט 4 ,

בקשר מיט אמירת הפיוט אין די הקפה שביעית "תומך תמימים הושיעה נא",

אז מ׳האט אויף דעם דעם כח פון דעם "תומך תמימים" עם זאל זיין "הושיעה נא" בכל הענינים,

כולל ובמיוחד אין דורכפירן די כוונה פון התייסרות הישיבה אנהויבנדיק אין לימוד התורה תמימה,

נגלה און חסידות,

ביז

(ווי דער סיום האמירה בהקפה שביעית)

- "ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד",

אז דאס ווערט נמשך אין עולמות בי״ע 27 ,

אין עבודה בפועל,

ביז אין מעשה בפועל,

בעולם העשי׳ הגשמית.

ד.

ע״פ הנ״ל יש לומר דעם קשר מיט דער בכי׳ פון דעם בעל יום ההולדת פאר-וואס דער אויבערשטער באווייזט זיך ניט צו אים

(אונז)

,

ווי ער האט זיך באוויזן צו אברהם אבינו:

די בכי׳ פון דעם רבי׳ן נ״ע באווייזט אויף זיין השתוקקות - נאך אלם קליין קינד - צו זעען אלקות במוחש,

בעיני בשר.

וי״ל אז היות דער רבי נ״ע האט דערציילט דעם סיפור

(ווי איבערגעגעבן דורך כ״ק מו״ח אדמו״ר)

,

ובפרט אז דאס האט פאסירט בסמיכות ובקשר מיט יום הולדת שלו

(א יום כללי בחייו)

- איז מובן,

אז דאס איז געווען א הכנה והקדמה,

און האט אוועקגעשטעלט א יסוד פאר עבודתו בכל ימי חייו - צו מגלה זיין אלקות במוחש דא למטה.

ווי עם האט זיך דערנאך אויפגעטאן דורך זיין עבודה בגילוי תורת החסידות און התייסרות ישיבת תומכי תמימים.

והביאור בזה:

גילוי אלקות

(למטה)

איז אין

(און דורך)

תורה - דבר ה׳,

חכמתו ורצונו של הקב״ה,

ואורייתא וקוב״ה כולא חד 28 ,

כמאחז״ל“ "אנא נפשית כתבית יהבית",

דער אויבערשטער האט זיך אריינגעגעבן בתורתו.

און ווי ס׳איז געשטאנען בגלוי בשעת מתן תורה,

אז דער אויבערשטער האט זיך מגלה געווען

(באופן של ראי׳)

אין און דורך תורה - "אתה הראת לדעת גו׳" 45 ,

"הראת ממש בראי׳ חושית כו׳,

והיינו מפני גילוי רצונו ית׳ בעשרת הדברות שהן כללות התורה שהיא פנימית רצונו ית׳

ש״פ וירא,

ט״ו מרחשון

ובו

וחכמתו ואין שם הסתר פנים כלל,

כמ״ש“ כי באור פניך נתח לנו תורת חיים"".

און" אין גילוי אללות שבתורה עצמה איז דא א מעלה אין חלק ההלכה שבתורה

(ווי ספר הרמב״ם וכיו״ב)

- "דבר ה׳ זו הלכה"",

"והוי׳ עמו" 5 שהלכה כמותו" 51 ,

דער גילוי פון שם הוי׳,

שם המפורש 51 שם העצם 55 ושם המיוחד 54

(משא״ב אין חלק השקו״ט איז דער גילוי פון "

(אלו ואלו)

דברי אלקים חיים" 55 )

.

און אין תורה עצמה איז דער גילוי פון די העכסטע דרגות אין אלקות נאכמער אין פנימיות התורה

(וועלכע איז פאר־ בוגדן מיט סתים דקוב״ה* 36 x "אילגא דחיי,

דלית תמן לא קשיא מסטרא דרע בו׳" 5 ,

און דארט רעדט זיך בגלוי וועגן אלקות און יחודים עליונים וכו׳

(משא״ב נגלה דתורה איז ווי תורה ווערט נשתלשל און נתלבש אין "דברים גשמיים ועניני עולם הזה בו׳"" 5 ,

ביז איו "אילנא דטוב ורע,

דאיהו איסור והיתר בו׳" 57 )

.

און אין פנימיות התורה עצמה - איז דאס נאכמער בהדגשה אין די מאמרי

חסידות פון רבותינו נשיאינו,

כידוע דער ווארט פון ר׳ הלל פאריטשערי 5 ,

אז בשעת א רבי זאגט א מאמר חסידות איז דאם אזוי ווי דבר הוי׳ מהר סיני

[דערנאך איז שייך אז אין דעם זאל זיין א שקו״ט בשכל אויך מיט דעם בעל המאמר כו׳]

.

ויש לומר אז דאם איז נאכמער בגלוי אין תורת החסידות פון דעם רבי׳ן נ״ע,

"דער רמב־ם פון חסידות",

וועלכע גיט ארוים די מסקנא והלנה

(וואם איז פארבונדן מיט "והוי׳ עמו")

ביז אין עבודה בפועל,

כנ״ל.

ויש לומר,

אז די הכנה והתחלה בעבודה זו האט זיך אפגעשפיגלם אין דער בכי׳ ותשוקה פון דעם בעל יום ההולדת נאך אלם קינד

(אבער - "בוצין בוצין מקטפי׳ ידיע״“)

אז דער אויבערשטער זאל זיד באווייזן צו אים ווי ער האט זיך באוויזן צו אברהם אבינו - ער האט זיך משתוקק געווען צו זעען אלקות במוחש;

און די תשוקה

(בקשר ליום ההולדת שלו)

האט זיך דערנאך אויסגעדריקט אין זיין עבודה במשך ימי חייו - באופן אמירת וגילוי תורת החסידות שלו

(וואם אין און דורך דעם ווערט דער גילוי אלקות למסה/ "דברים המתבררים בו׳",

באופן אז מ׳האט די מסקנא והלכה,

ביז אז מ׳קען דערפון ארויסנעמען דער לימוד במעשה בפועל בחיי יום יום,

און אין התייסדות ישיבת תומכי תמימים - וואס דורך דעם האט דער רבי נ״ע נאכמער ארייגגעבראכט גילוי אלקות למטה,

באופן אז יעדערער זאל קענען פארשטיין אלקות בשכלו,

און דערפון ארויסנעמען א הלכה ולימוד אין זיין טאג־טעגלעכן לעבן במעשה בפועל.

וואס די עבודה

(פון דעם רבי׳ן נ״ע

ספר השיחות - ה׳תנש״א

בדברי תורתו)

- ווערט א כלי צו

(מילוי בקשתו ותשוקתו אלם קינד -)

"וירא אליו הוי׳" בפועל,

וכידוע׳ 4 אז "וירא אליו הוי" איז בדוגמת דעם גילוי וראיית אלקות בשעת מתן תורה׳ 4

[ווייל פון אברהם התחיל שני אלפים תורה 44 ,

והתחלת יחוד העליון דמ״ת איז פון אברהם 44 ]

,

ובפרט דורך קיום מצות מילה של אברהם,

וואם האט געבראכט דעם גילוי פון "וירא אליו הוי׳".

און פון דעם רבי׳ן נ״ע ווערט עם דערנאר נמשך צו בנו יחידו ממלא מקומו,

כ״ק מו״ח אדמו״ר נשיא דורנו,

וועלכער האט ממשיך געווען דער גילוי פון תורת החסידות פון דעם רבי׳ן נ״ע,

וביתר שאת וביתר עוז,

בתוספת ביאור והרחבה וכו׳

[ווי מ׳זעט בכו״ב מאמרים פון כ״ק מו״ח אדמו״ר א תוספת ביאור והרחבה אין די מאמרים פון דעם רבי׳ן נ״ע,

כולל - פון המשך תרס״ו און המשך תער״ב וכו׳]

,

נוסף אויר דעם וואם ער האט אויר געהייסן איבערזעצן חסידות אויף כמה לשונות פון אוה״ע 45 ; און אויך א המשך בהרחבת ישיבת תומכי תמימים,

ובאופן של הוספה,

ובפרט לאחרי וואס ער איז אנגעקומען אין חצי כדור התחתון,

וואם דעמולט איז צוגעקומען א הוספה שלא בערך אין הרחבת הישיבה און די אלע פעולות פון הפצת המעינות חוצה,

ביז - בכל קצוי תבל,

ובאופן שהולך ומתפשט ע״ע.

ה.

נאכמער: נוסף אויף דעם וואם די בכי׳ והשתוקקות פון דעם רבי׳ן נ״ע

(אויף גילוי אלקות)

איז א הכנה צו גילוי תורתו כמה שנים לאחרי זה,

איז דאם גופא א

חלק פון תורה: גלייך בשעת מעשה האט דאס ארויסגערופן א נייע תורה פון דעם צ״צ

(אלם ענטפער אויף זיין שאלה)

.

ועפ״ז איז מובן,

אז אויך די שאלה פון דעם רבי׳ן נ״ע ווערט א חלק פון דער תורה,

ווייל זי האט ארויסגערופן דעם ענטפער.

ועוד ועיקר: אויר דער עצם שאלה פון דעם רבי׳ן נ״ע איז א תורה והוראה

[כידוע אז א שאלה אין תורה איז אויר תורה]

,

און א הוראה כללית אין דעם לעבן פון א אידן:

יעדער איד - ניט קוקנדיק אויף זיין מעמד ומצב,

אפילו אויב ער איז א "קליין קינד״,

בשנים אדער בידיעות - קען און דארף גלוסטן עד כדי בכי׳ אז דער אויבערשטער זאל זיר צו אים באווייזן בחיים גשמיים שלו.

און דאס דארף זיין בדוגמת ווי דער געוויין פון א קינד

[ע״ד המאמר 44 "אני מתפלל לדעת זה התינוק"]

וואס קומט מתיר תמימות ופנימיות לבבו

(און ניט צוליב דברים צדדים,

ווי דאס קען זיין ביי אן ערוואקסענעם/ וואס עד״ז איז שייר בא יעדער איד - "נער ישראל ואוהבהו" 47 .

וואם דאם גיט ארויס א יסוד ועיקר אין כללות העבודה פון א אידן,

אוו אויר אין דעם סדר החינור פון א קינד בפשטות 44 : ווי ער שטייט אלם א נשמה בגוף אין עוה״ז הגשמי,

אין טאג טעגלעכן לעבן,

ביז אפילו איו א מצב פון א "קליין קינד"

(בשנים או בידיעות)

,

און איז נאר ניט שיין■

ש׳׳פ וירא,

ט״ו מרחשון

צו אן עבודה נעלית - דארף ביי אים זיין נוגע אז ג־טלעכקייט זאל זיין א טייל פון זיין לעבן,

ביז אז אים זאל שטארק פארארן וואט דער אויבערשטער בא־ ווייזט זיר ניט צו אים אזוי ווי ער האט זיר באוויזן צו אברהם אבינו!

ועפ״ז איז נאכמער מובן דער קשר פון דער בכי׳ פון דעם בעל יום ההולדת מיט כללות עבודתו אלם נשיא חב״ד: די עצם בכי׳ ושאלה פון דעם רבי׳ן נ״ע

(פארוואם דער אויבערשטער באווייזט זיר ניט צו אים)

איז א חלק פון תורתו והוראתיו,

אז א איד דארף זיר משתוקק זיין צו גילוי אלקות במוחש בחיים גשמיים שלו,

ווי דאם איז דערנאד ארויס כשלימות דורד גילוי תורתו פון דעם רבי׳ן נ״ע אלם נשיא חב״ד

(וועלכע האט ארויסגעבראכט און אריינגעגעבן כח צו מגלה זיין אלקות -פנימיות התורה - אין עבודה במעשה בפועל)

.

ו.

ויש לומר נאכמער: די תשוקה ובכי׳ צו וועלן זעען אלקות איז ניט נאר א הכנה צו לימוד התורה און עבודת ה׳,

נאר דאם איז א חלק פון דער עבודה,

ביז אז די שלימות בלימוד התורה ועבודת ה׳ איז בשעת מ׳האט אין דעם א שטענדיקע השתוקקות צו גילוי אלקות,

"וירא אליו ה׳",

וע״ד הענין פון "ברכו בתורה תחלה" קודם הלימוד".

וכמבואר אויר איינער פון די טעמים אויף דעם וואט "לא ניתנה תורה אלא לאוכלי המן"" 7 ,

ווייל אן אמת׳ער מקבל התורה דארף ביי אים ניט זיין קיין ענין של דאגה ומחשבה מלבד ענין התורה.

ז.

אין דעם אלעם קומט צו אין דעם

יום ההולדת בשנה זו - ק״ל שנה פון שנת ההולדת.

ובהקדים:

לויט דעם כלל פון "מעלין בקודש" 71 איז פארשטאנדיק,

אז אין דער התגברות המזל פון דעם בעל יום ההולדת קומט צו א הוספה ועילוי בכל שנה ושנה.

ובנדו״ד: גלייר בשעת דער רבי נ״ע איז געבארן געווארן האט זיר שוין אויפגעטאן דער ענין הכי נעלה פון יציאת הולד לאויר העולם - א נשמה כללית וועלכע וועט דערנאד אויסוואקסן זיין א נשיא בישראל.

ובמודגש אין דעם וואט דער צ״צ האט געזאגט 1 ,

אז דער יום ההולדת איז געווען בב׳ חשון בשנת כתר״א,

"שהוא רומז ל־ כתרא עילאה" 72 ,

ווי ס׳איז דערנאד נתגלה געווארן בשעת ער איז נכתר געווארן בכתר הנשיאות.

נאר דער גילוי דערפון קומט ארוים בסדר והדרגה,

לאחרי שנות חינוכו וגידולו כו׳.

ווי ס׳איז געווען בהדגשה בא דעם רבי׳ן נ״ע,

אז קבלת נשיאותו איז גע־ קומען בסדר והדרגה: נאד בחייו פון זיין פאטער,

דער רבי מהר״ש,

האט ער פון אים מקבל געווען כמה עניני נשיאות.

אבער בפועל האט ער ניט אנגענומען די נשיאות בכל הפרטים ביז לאחרי כמה שנים נאד הסתלקות אביו 73 .

24ו

ספר השיחות - ה׳תנש״א

און אויך לאחרי זה איז פארשטאנדיק,

אז "מעלין בקודש",

און בכל שנה ביום ההולדת קומט צו נאך אן עילוי אין זיין נשיאות עצמה.

ביז אז אויך לאחרי ההסתלקות קומט אויר צו עליות בכל יום הולדת,

כמובן פון דער רשימה דלקמן בנוגע צו אמירת דא״ח ע״י רבותינו נשיאינו ביום הולדת הפ״ד פון דעם רבי׳ן נ״ע.

ובזה גופא - קומט צו א שלימות מיוחדת ווען עם ווערט ק״ל שנה פון זיין יום הולדת,

כידוע 74 אז ק״ל איז בגימטריא ה׳ פעמים הוי׳

(כ״ו)

:

מ׳האט פריער גערעדט,

אז בשעת א נשיא זאגט א מאמר חסידות איז דאם אזוי ווי דבר הוי׳ מהר סיני,

ובהדגשה יתירה -אין די מאמרי חסידות פון דעם רבי׳ן נ״ע

("דער רמב״ם פון חסידות")

,

וואו ס׳איז אונטערשטראכן דער עניו פון "דבר הוי׳ זו הלכה",

"והוי׳ עמו".

וי״ל אז דער ענין שטייט בגלוי ביום ההולדת פון דעם נשיא בכל שנה

(ובכל שנה קומט אין דעם צו אן עילוי כנ״ל)

-כידוע דברי כ״ק מו״ח אדמו״ר 75 ,

אז "בכל שנה ביום הולדתו הי׳ אאמו״ר אומר דא״ח 3ן׳״>ק

און נאכמער: דער ענין איז אויר שייר לאחרי ההסתלקות - כידוע די רשימה פון כ״ק מו״ח אדמו״ר פון כ׳ חשון תש״ה,

אז "בחלומי ראיתי את הוד כ״ק אאמו״ר

הרה״ק בבגדי ש״ק ובפנים צוהלות במאד.

ואמר במעת לעת זה שנתמלאו שמונים וארבע שנים לירידת נשמתי בעולם התחתון הנה יהיו אצלי אורחים טובים,

וכפי הסדר הזה הנה כל אחד מכ״ק רבותינו ואבותינו הק׳ יאמר דרוש ע״פ דקאפיטל

ויש לומר הענין בזה: וויבאלד אז דער יום הולדת איז א יום כללי בחיי האדם,

ועאכו״ב בחיי הנשיא,

וועלכער איז פאר־ בונדן און כולל כללות עבודתו

(כנ״ל ס״א)

- דעריבער איז דעמולט א זמן המתאים צו זאגן א מאמר חסידות,

וואס אין דעם באשטייט כללות עבודת הנשיא - מגלה זיין

(א נייעם ענין אין)

אלקות״ - דבר הוי׳.

כולל ובהדגשה - בא דעם רבי׳ן נ״עי 7 ,

כנ״ל.

ש״פ וירא,

ט״ו מרחשון

25ו

און אין רעם גופא קומט צו א שלימות מיוחדת בשנת הק״ל פון רעם יום ההולדת - ה׳ פעמים הוי׳: רער מספר ה׳ בקשר מיט תורה באווייזט אויר דער שלימות אין תורה - חמשה חומשי תורה

[*ז ראם איז בולל אויר תושבע״ם,

די ששה סדרי משנה,

ביז כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש,

וואם הכל ניתנה למשה מסיני]

.

ועד״ז איז פארשטאנדיק בנוגע צו תורתו פון דעם בעל יום ההולדת,

אז בק״ל - ה׳ פעמים הוי׳ - שנה פון הולדת שלו

[ולהוסיף,

אז ער איז דער נשיא חב״ד החמישי שטייט בגלוי די שלימות פון כל התורה,

מאמרי חסידות שלו

(דבר הוי׳)

.

כולל - די שלימות פון דעם חידוש מיוחד במאמרי חסידות שלו,

אז מ׳האט אין דעם א מסקנא והלכה,

ביז אין עבודה בפועל.

ויש לומר אז די שלימות

(פון ק״ל שנה)

קומט ארויס דוקא אין דעם דריטן דור פון דעם דור פון דעם רבי׳ן נ״ע - ע״ם מארז״ל“ עה״פ<• "לא ימושו מפיך ומפי זרעך ומפי זרע זרעך",

אז שלימות התורה באופן פון "מעתה ועד עולם",

איז בשעת עם זיינען דא דריי דורות,

תלתא זימנא הוי חזקה",

וכמאחז״ל" "עטרת זקנים בני בנים".

וכמבואר במ״א",

אז י״ל אז דאס איז דער טעם פארוואם התייסרות ישיבת תומכי תמימים איז געווען פארבונדן מיט חתונת כ״ק מו״ח אדמו״ר,

וואם דורך רעם האט זיר אויפגעטאן די אפשריות אויף "בני בנים".

ד.

ה.

אז די שלימות פון דער תורה ועבודה פון דעם בעל יום ההולדת בק״ל שגה להולדתו,

ה׳ פעמים הוי׳ - קומט ארויס בגלוי צוויי דורות לאחרי זה,

דורד די תלמידי התלמידים שלו,

די תלמידים וחסידים פון בנו ממלא מקומו כ״ק מו״ח אדמו״ר,

נשיא דורנו.

און פון זיי - ווערט עם נמשך ווייטער,

ביז צו דער גאולה האמיתית והשלימה וועלכע קומט דורד יפוצו מעינותיד חוצה - די גאולה פאר־ בונדן מיט דעם ענין של עשרה

(שירה העשירית,

מנין העשירי וכו׳/ ב׳ פעמים חמש,

כפליים לתושי׳.

ח.

דערפון איז פארשטאנדיק דער לימוד מכל הנ״ל בנוגע לפועל:

בשנה זו - ק״ל שנה מיום הולדת ארמו״ר נ״ע - באקומט יערער איד

(פון דעם בעל יום ההולדת און פון בנו ממלא מקומו)

די שלימות פון ק״ל,

ה׳ פעמים הוי׳,

די שלימות פון כל התורה וכל עניני עבודה פון דעם בעל יום הולדת,

ובפשטות - רער כח צו קענען לערנען תורה און דינען דעם אויבערשטן זרן אן אופן אז ג־טלעכקייט ווערט א טייל פון זיין טאג־ טעגלעכן לעבן.

און רער כח באקומט יערער איד,

ניט קוקנדיק אויף זיין מעמר ומצב.

-זעלבסטפארשטענדלער,

אז די עבודה דארף זיין מיט א סדר,

אז מ׳לערנט ניט אלע ענינים

(ק״ל)

בבת אחת,

אבער גלייד בתחלת הלימוד האט מען שוין דעם כח פון ק״ל,

שלימות כל התורה שלו.

ובנוגע לפועל:

בקשר מיט דעם קומענדיקן כ״ף מר־ חשון,

דארף בא יערער איד צוקומעו א שלימות אין לימוד התורה וכל עניני עבודה שלו,

אנהויבגדיק פון דעם,

אז ביי אים איז

26ו

ספר השיחות - ה׳תנש״א

דא א שטענדיקע תשוקה צו אלקות,

און דאם קומט ביי אים ארויס בפועל - דורך מוסיף זיין אין לימוד התורה,

נגלה דתורה און פנימיות התורה,

כולל ובמיוחד - אין דער תורה פון דעם בעל יום ההולדת,

א לימוד באופן של הבנה והשגה פון דעם אדם הלומד

[וכמובן,

מיט דער זהירות ניט צוצוגעבן הסברים וסברות מבחוץ כו׳,

נאר דוקא ביאורים וועלכע זיינען מיוסד אויף דרושי חסידות פון רבותעו נשיאינו}

און צחאמען דערמיט - לימוד שמביא לידי מעשה,

אין קיום המצוות בהידור,

הן בנוגע לעצמו,

והן בנוגע צו משפיע זיין אויף אנדערע - ובכללות - אין דער עבודה פון יפוצו מעינותיר חוצה,

ביז אין דער חוצה שאין חוצה ממנה,

ובאופן פון "והעמידו תלמידים הרבה",

כולל דורך דער התפשטות והתרחבות פון סניפי ישיבת תומכי תמימים בכל מקום השייך לזה,

און דורך א השתדלות אין חינוך און הרחבת מוסדות חינוך בכלל,

ובמיוחד -דורך איינווארצלען אין קינדער

(הן בשנים והן בידיעות)

- עם זאל ביי אים זיין נוגע בנפש אז דער אויבערשטער זאל זיך צו אים באווייזן,

כנ״ל.

ט.

ויהי רצון,

אז דאס זאל אלץ נאב־ מער צואיילן די גאולה האמיתית והשלימה,

תיכף ומיד ממש,

און מ׳גרייט זיר צו דעם כ״ף חשון ווען מ׳וועט הערן תורה -א מאמר חסידות - פון דעם בעל יום ההולדת עצמו,

און תורה פון אלע נשיאים: דער בעש״ט,

דער מגיד,

דער אלטער רבי,

דער מיטעלער רבי,

דער צ״צ,

דער רבי

מהר״ש,

און כ״ק מו״ח אדמו״ר נשיא דורנו - פון אלע שבעה נשיאים,

ע״ד ווי דערציילט אין דער רשימה הנ״ל,

אבער דעם כ״ף חשון וועט מען דאם הערן בגלוי פון רבותינו נשיאינו נשמות בגופים,

ווארום "הקיצו ורננו שוכני עפר" 5 •,

און צדיקים קמים מיד

[כמבואר בזהר"}

"והיו עיניך רואות אח מוריך"",

און מ׳וועט הערן די תורה מפיהם בקול גלוי - אז דער קל

(חסר וא״ו)

דלא אשתמע,

ווערט נמשך אין קול

(מלא וא״ו)

,

קלא דאשתמע••,

אזוי אז ווי דאס שטייט למעלה מעלה בפנימיות הנשמה בבחי׳ קלא דלא אשתמע,

ווערט עם אזוי נמשך -דורך דעם ו׳ הממשיך והמבריח מן הקצה אל הקצה - אין דעם קלא דאשתמע,

דא למטה בעוה״ז הגשמי,

אין תחתון שאין תחתון למטה ממנו,

וואו עם ווערט דער דירה לו יתברך",

לו לעצמותו* 5 ,

זייענ־ דיק למעלה פון דעם גאנצן גדר פון מעלה ומטה

(קלא דלא אשתמע און קלא דאשתמע)

.

ונוסף לזה וואס מ׳הערט תורתם בדוגמא ווי דאם איז געווען בחיים חיותם בעלמא דין - וועט מען פון זיי אויך הערן "תורה חדשה",

ועוד והוא העיקר - תיכף ומיד ממש.

ספר השיחות - ה׳תגש״א

Reader controls and commentary are loading.