B"H
🏡

Ikar

שיחת יום ג׳ פ׳ מקץ כ״ח כסלו, גר ה׳ דוזנוכה ה׳תש״ג - בבית הכנסת, לילדי ״צבאות השם״ שיחיו בכל קצוי תבל* -

א. [לאחרי תפלת מנחה,

אמרו בכל קצוי תבל•

(ניו־יארק,

ירושלים עיה״ק,

מוסקבה,

לונדון,

פריז)

ה״י״ב פסוקים ומאמרי חז״ל".

ואח״ב הדליקו נרות חנוכה

(חמשה נרות)

וניגנו כולם "הנרות הללו"].

ב. ווען אידן קלייבן זיך צוזאמען -דארפן זיי צום אלעם ערשטן ריידן דברי תורה,

ווי די משנה ערקלערט׳: אפילו ווען איינער איז אליין - איז ער "יושב ועוסק בתורה״ 2

[וואס יעדער איד -אפילו ווען ער געפינט זיך איינער אליין אין א מדבר,

איז מחוייב אין לימוד התורה בכל רגע 1 •],

און עם האט א מעלה נפלאה,

אז "שכינה עמו" 4 ,

ווי עס שטייטי■ "בכל המקום אשר אזכיר את שמי אבוא אליך וברכתיך".

על אחת כמה וכמה "שנים שיושבין ועוסקין בתורה",

און זיכער די העבערע דרגות אין דעם

(ווי אוים־

גערעכנט בפרט אין משנה*),

"שלשה",

"חמשה",

"עשרה",

ועאכו״ב אין אונזער פאל - א מצב פון א סך מערער ווי עשרה,

מאה און אלף מישראל,

אגשים נשים וטף,

און אין א זמן זכאי,

ימי חנוכה,

און א מקום זכאי,

א בית הכנסת און בית המדרש.

וואם דורך דעם אלעם קומט צו נאכמער אין "ברוב עם הדרת מלך" 7 .

און די הנהגה פון דעם אויבערשטן איז ״מדה כנגד מדה״י און כמה פעמים ככה -אז ער "צאלט אפ" אלע צוזאמענגע־ קליבענע - און זיכער ביתר שאת די וואס האבן דאם מארגן געווען - בכל המצטרך להם.

ולכל לראש - אין דעם עיקר "צורך" פון יעדער איד: "אני נבראתי לשמש את קוני״י - ער זאל קענען דינען דעם אויבערשטן,

לערנעו תורה און מקיים זיין מצוות אן קיינע בלבולים,

מתוך הרחבה ובריאות הנכונה בטוב הנראה והנגלה.

ביז מ׳קומט צו דער גאולה האמתית והשלימה,

ווען מ׳וועט מקיים זיין מצוות כשלימות

(ד. ה. כמצות רצונך"׳)

מתוך מנוחה אמיתית",

ובאופן גלוי - "מראה באצבעו ואומר זה״ 2 ׳ - בדוגמת די לייכטנדיקע נרות

כ״ח כסלו לילדי "צבאות השם"

97ו

חנוכה,

וועלכע מ׳האט ערשט אנגעצונדן,

און אלע זעו אז ויי ברענען באופו פון "שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה" 6 -׳,

כולל - די ברבת "שהחיינו" אויף דעם רגע האחרון של גלות וועלכער ווערט דער רגע הראשון פון גאולה,

און מ׳זעט ווי אהרן כהן גדול צינדט אן די מנורה אין בית המקדש,

און אלע זינגען צוזאמען ״הנרות הללו כו׳״ - "ברוב עם הדרת מלד׳.

[כ״ק אדמו״ר שליט״א צוה שישירו עוה״ם "הנרות הללו" בכל המקומות הנ״ל ביחד].

ג. די נרות חנוכה לערנען א אידן פארשידענע הוראות אין זיין אופן פון דינען דעם אויבערשטן:

א) דער ארט וואו מ׳צינדט די נרות חנוכה איז - "על פתח ביתו מבחוץ" 4 ,

און די צייט - "משתשקע החמה עד שתכלה רגל מן השוק,

עד דכליא ריגלא דתר־ מודאי" 8 .

די אפלערנונג דערפון: אין צוגאב צו דער אייגענער עבודה פון "נר מצוה ותורה אור" 5

(על פתח ביתו/ דארף א איד אויר פארשפרייטן די ליכטיקייט פון אידישקייט און תומ״צ אויך בחוץ,

אין דער סביבה און רשות הרבים ארוס אים.

ביז אז דאס ווירקט און פועל׳ט א ביטול וכליון

(כליא)

" אין די וואם זיינען מורדים

(תרמודאי)

7 קעגען דעם אויבערשטן

ר״ל,

ביז אויר אין זייער נידעריקסטע דרגא

(ריגלא),

אזוי אז ויי ווערן איבער־ געמאכטצו טוב וקדושה" 11 .

ב) נרות חנוכה צינדט מען באופן פון "מוסיף והולך" מיום ליוסי 12

(ווי דער "מנהג פשוט"" פון אלע אידן בזמן הזה).

וואם דאס באדייט,

און לערנט אז מ׳דארף שטענדיק מוסיף זיין אין "נר מצוה ותורה אור״ - סיי בא זיך אליין און סיי אין דעם באלייכטן בחח,

אין דעם ארום.

ד. אין דעם לימוד פון חנוכה דעם יאר - איז פאראן א חידוש - אז חנוכה הויבט זיר או

(און ענדיקט זיך)

אין דעם טאג פון שבת קודש

[נוסף אויף דעם וואם דער גאנצער יאר האט זיר אנגעהויבן מיט א שבת]

- וואס לויט דער התחלה "שטעלט זיר" אוים דער גייסט פון דער גאנצער זאך

(אלע ימי החנוכה):

״שבת קודש״ באדייט - קדושה,

די אפשיידונג און אפגעטיילטקייט

(הבדלה)

פון קדושה

(לגבי חול).

באמת איז דער גאנצער לעבן פון א איד - בדרגת "שבת",

ווייל "אני נבראתי לשמש את קוני״י,

אוו תורה זאגט אן: "כל מעשיר יהיו לשם שמים" און "בכל דרכיד דעהו״״ - אזוי אז זיין גאנצער לעבן דארף זיין דורכגעדרונגען מיט קדושה־ הייליקייט - געטליכקייט.

אין "שבת" גופא זיינען פאראן דרגות: ס׳איז ניט גלייד די קדושה אין די הנהגה בימי החול לגבי די קדושה ביום השבת ווען מ׳איז אפגעשיידט פון עובדין דחול;

98 ו

ספר השיחות - ה׳תש״נ

אזוי אויר בא אידן איז ניט גלייך די קדושה

(שבת)

פון א "כולל יונגערמאן",

פון א תלמיד אין ישיבה,

וכיו״ב,

בא ווע־ מען "תורתו אומנתו" 11 ,

לגבי א געשעפטם־ מאן וועלכע טוט זיין ארבעט

(געשעפט)

לשם שמים.

און דער אונטערשייד איז גאר אייג־ פאך: אין די וואכעדיקע טעג,

און וואכע־ דיקע ארבעט - איז די קדושה אנגעטאן אין "לבושים" פון חול,

און א איד דורך זיין עבודה איז מגלה די באהאלטענע קדושה דערין.

דאקעגן שבת,

און אין תורה

(הייליקע)

טעטיקייטן - שטייט די קדושה מלכתחילה בגלוי

(אן לבושים).

און אין דעם באשטייט דער אויפטו פון א חנוכה וועלכע הויבט זיך אן מיט שבת: מ׳באקומט דעמולט כח אז די עבודה פון "נר מצוה ותורה אור"

(אין חנוכה)

זאל מלכתחילה זיין א "שבת׳דיקע" בגלוי

(ניט ווי דאם איז אנגעטאן און פארדעקט אין "וואכעדיקע" לכושים),

און דאס - די התחלה - ווירקט אז אזוי זאל זיין די עבודה פון אלע טעג פון חנוכה - אז אויך די וואכעדיקייט אין זיין לעבען

(כולל -אויך דער חוץ און תרמודאי)

זאל זיין אינגאנצן דורכגענומען און דורכגעדרונ־ געו מיט שבת׳דיקייט.

[ווי אונטערשטראכן אויך אין דער הדלקת נר ראשון דחגוכה

(בערב שבת)

: מ׳האט אנגעצונדן דעם נר א משך זמן פאר שבת; אבער - דאס איז די הדלקה פון נר ראשון דחנוכה - שבת

(וואט דערפאר דארף דער נר דלוק אריינציען כהשיעור אין שבת)] 14 .

ה. די קביעות פון יום ראשון

(און יום

אחרון)

פון חנוכה ביום השבת שטרייכט אויר אוגטער די שייכות פון חנוכה מיט דער גאולה האמיתית והשלימה

[חנוכת בית המקדש השלישי]

- ווייל יעדער שבת איז פארבונדף 2 מיט יום שכולו שבת ומנוחה לחיי העולמים 25 - וואס דעמולט וועט קדושה

(שבת)

שטיין אנטפלעקט אין דער גאנצער בריאה,

בכל הבריאה כולה "והיתה לה׳ המלוכה"" 2 .

ו. דער ענין איז אויך מודגש אין היינטיקער פרשה בתורה - "ויהי מקץ שנתיים ימים ופרעה חולם גו׳" 27 ,

און יוסף איז געבראכט געווארן פון בית האסורים צו פותר זיין דעם חלום" 2 ,

און דורך דעם געווארן דער "משנה למלך" 20 :

בשעת חלום פרעה איז יוסף געווען בבית האסורים,

דערנאך איז ער ניט נאר ארויס פון דארטן,

נאר ער איז גלייך געווארן משנה למלך,

"מבית האסורים יצא למלוך""׳,

ביז אז "בלעדיך" לא ירים איש את ידו ואת רגלו"!

בדוגמת זה איז אויך אין דעם "חלום" פון אונזער גלות 2 ׳,

"היינו כחולמים"",

אז ניט קוקנדיק אויף דעם וואס מ׳געפינט זיך אין "בית האסורים" פון גלות

(חול,

ולמטה מזה),

קומט גלייך די גאולה

(שבת),

און יעדער איד

(זייענדיק בנו יחידו פון דעם אויבערשטן)

ווערט ״משגה למלך״ -

כ״ח כסלו לילדי "צבאות השם"

למלד מלכי המלכים הקב״ה,

"בני מלכים" 4 ',

ביז "מלכים" 5 ממש.

און דער טעם אויף דערויף איז - ווייל ירידה איז צורך עלי/ און פון א ירידה הכי גדולה ווערט גלייך אן עלי׳ הכי גדולה.

ז. דאם אלעם איז נאכמער אונטער־ שטראכן אין דעם פינפטער ליכטל פון חנוכה - ווען ס׳איז דא א מנהג מיוחד

(ווי מ׳האט געזען בא רבותינו נשיאינו 54 )

צו געבן "חנוכה געלט" צו די קינדער

(סיי קליינע און סיי ערוואקסענע)

- וואט דער תוכן פון "חנוכה געלט" איז: מאכן פון א דבר של חול

(געלט)

- "חנוכה",

קדושה.

דאס איז אויך גלייך מעורר אויף דעם מנהג ישראל - ווי גערעדט מערערע מאל - אז ס׳איז כדאי געבן די קינדער "חנוכה געלט" עכ״פ צוויי מאל במשך די ימי חנוכה,

ומה טוב - יעדן טאג

[כולל אויר

בערב שבת - קודם כניסת שבת],

און בנר חמישי - מוסיף זיין אין דעם,

כמנהג הנ״ל.

ח. דערפאר וועט מען איצטער מסיים זיין מיט געבן - בהוספה אויף צדקה הרגילה - אויך "חנוכה געלט".

ויהי רצון,

אז דאס אלעם זאל נאכמער צואיילן חנוכת בית המקדש השלישי,

און עס ווערט די שלימות פון הדלקת "נר מצוה ותורה אור" "על פתח ביתו מבחוץ" - בבל העולם כולו,

כולל די שבעים אומות - "והיתה לה׳ המלוכה",

בגאולה האמיתית והשלימה,

ע״י דוד מלכא משיחא,

"דוד מלך ישראל חי וקיים"".,

תיכף ומיד ממש.

[כ״ק אדמו״ר שליט״א חילק לכאו״א מהילדים והילדות שיחיו ד׳ מטבעות של עשר סענט.

אח״כ נתן לה״טאנקיסטן" שטרות של דולר,

לתת לכאו״א מהנוכחים שיחיו ב׳ שטרות של דולר].

ספר השיחות - ה׳תש״נ

Reader controls and commentary are loading.