B"H
🏡

Ikar

משיחות ש״פ משב, א' דחנובה ה׳תש״ג

א. בנוגע צו חנוכה געפינט מען א דבר פלא:

ס׳איז ידוע אז דער סיפור פון נס חנוכה איז פארשריבן געווארן באריכות אין א מגילה,

אנגערופן מיט דעם נאמען "מגילת אנטיוכום".

והגם אז די מגילה איז ניט א חלק פון די כ״ד ספרי קודש,

ווערט זי געבראכט איו פוסקים,

און נאכמער: בכמה קהילות קדושות בישראל פירט מען זיך צו לייענען די מגילה בחנוכהי.

וואם לכאורה איז דאם א דבר והיפוכו וועלכע פאדערט ביאור - דממה נפשך: ווי קומט עס אז א מגילה וועלכע איז ניט קיין טייל פון די כתבי קודש זאל ווערן געלייענט בציבור אין קהילות קדושות בישראל?!

די פלא בזה איז נאך שטארקער אין פארגלייך מיט פורים: חנוכה און פורים זיינען ענלעך - און ווערן געבראכט בכו״כ דינים וענינים צוזאמעף - זיי זיי

ן)

פסקי רי״ד סוכה מד,

א. שבלי הלקט סקע״ד.

ועוד.

וראה אנציקלופדי׳ תלמודית ערך חנכה ע׳ שסא.

וש״נ.

נען ביידע מצוות מדברי סופרים׳,

ביידע מותרים במלאכה 4 ,

וכיו״ב.

פוגדעסטוועגן זעט מען צווישן זיי אן אונטערשייד מן הקצה אל הקצה:

"מגילת אסתר" איז

(א) געווארן

(דורך בקשת אסתר "כתבוני לדורות",

"עם שאר הכתובים" 5 )

אייגע פון די כ״ד ספרי קודש,

ואדרבה - מגילת אסתר האט א מעלה לגבי די אנדערע נביאים וכתובים,

ווייל "כלי ספרי הנביאים וכל הכתובים עתידין ליבטל לימות המשיחי חוץ ממגילת אסתר והרי היא קיימת כחמשה חומשי תורה ובהלכות כו׳ שאין בטלין לעולם".

און

(ב) ס׳איז א מצוה צו לייענען די מגילה בפורים

(ובבקשת אסתר "קבעוני לדורות",

"ליו״ט ולקריי׳"•).

מה שאין כן "מגילת אנטיוכום" פון חנוכה איז

(א) ניט קיין חלק פון די כ״די ספרי קודש,

(ב) ניטא קיין מצוה איר צו לייענעף 3 .

- ואעפ״ב בכמה קהילות קדושות לייענט מען איר בימי חנוכה,

כנ״ל.

ש״פ וישב,

א׳ דחגזכה

נאך א בולט׳דיקער אונטערשייד צווי־ שן זיי זעט מען אין זייערע נעמען: מגילת אסתר ווערט אנגערופן על שם אסתר"

(ניט מגילת אחשורוש אדער המן)

- וואם דורך איר איז געקומען די הצלה ונס פורים,

און אסתר איז פון די הויפט נשים צדקניות,

וכיתום "בתה של שרה"".

דאקעגן "מגילת אנטיוכום" ווערט אנגע־ רופן על שם אנטיוכוס הרשע

(און ניט על שם מתתיהו כהן גדול אדער יהודה המכבי וביו״ב/ דער וואס האט געבראכט די גזירות אויף אידן בימים ההם!

ב. ויש לומר דעם ביאור אין דעם:

ס׳איז מבואר בכ״מ" אז דער אויפטו פון חנוכה - און עד״ז פורים - איז,

דער בירור ועלי׳ פון דעם תחתון ביותר,

באופן פון אתהפכא חשוכא לנהורא,

וכידוע: פריער איז געווען התגברות ביותר של החושד - "נכנסו 4 ׳ יוונים להיכל" און "טמאו כל השמנים שבהיכל",

און מ׳האט געדארפט מלחמה האבן מיט "מלכות 5 ׳ יון הרשעה" וועלכע האבן געוואלט "להשכיחם תורתך ולהעבירם מחוקי רצונח,

און דערנאך איז געווען דער נצחון המלחמה - "מסרת גבורים ביד חלשים וטמאים ביד טהורים כו׳",

און דער נס פון פך השמן וועלכער האט געברענט אכט טעג.

ועד״ז איז אויר געווען בימי הפורים: פריער איז געווען התגברות ביותר של החושך: גזירת המן הרשע,

צורר היהודים,

און פון אחשורוש ע״ש שהשחיר פניהם

של ישראל",

ו״הוא אחשורוש,

הוא ב־ רשעו מתחילתו ועד סופו""; און דורך דער מסירת נפש פון מרדכי ואסתר אוו אידן בכלל איז געקומען די הצלה ונס פורים,

אז ס׳איז געווארן "ונהפוך הוא"•׳,

ביז באופן אז אסתר האט גע׳פועל׳ט אויף אחשורוש,

אז ער זאל מהפך זיין הגזירה מרע לטוב.

[און חנוכה ופורים זיינען ביידע מצוות מדברי סופרים,

ימים המותרים במלאכה כו׳

(ניט ווי די אנדערע מועדי השנה

(די ג׳ רגלים)

און שבת)

- ווייל דעמולט איז די המשכה פון גאר א הויכע מדריגה וועלכע ווערט נמשך בהתלבשות אין עניני ומלאכות העולם",

וואם דאם ווערט אויפ־ געטא! דורך עבודת האדם למטה,

און דעריבער איז אויך קביעת היו״ט - מדברי סופרים].

ויש לומר אז הגם וואם בכללות איז דאס דער תוכן העבודה פון ביידען -חנוכה און פורים,

איז אין דעם פאראן א חידוש אין חנוכה לגבי פורים.

ווי מ׳זעט עם בפשטות אין די מצות וועלבע מ׳האט קובע געווען בימים אלה" 2 :

די מצוות פון פורים זיינען אלע פאר־ בונדן מיט עניני קדושה וועלכע א איד טוט בפנים,

בא זיר איו שטוב און אין בית הכנסת,

און צווישן אידן

(מקרא מגילה,

ספר השיחות - ה׳תש״נ

סעודת פורים,

הלל והודאה,

משלוח מנות איש לרעהו וכר).

דער נס פון חנוכה האט מען קובע געווען בהדלקת נרות,

אין וועלכע ס׳איז מודגש די השפעה

(אויך)

אויף דעם חוץ און רשות הרבים ביז אויך אויף אומות העולם

(נוסף אויף דער עבודה בפנים,

אין קדושה)

- סיי אין דעם מקום פון די נרות חנוכה,

און סיי אין דעם זמן פון דער הדלקה:

מקום הנרות - "מצוה להניחה על פתח ביתו מבחוץ",

פרסומי ניםאי 7 .

דאס הייסט,

אז נוסף אויף דעם וואם ער און די בגי בית דארפן זעהן די חנוכה ליכט,

דארפן זיי אויך לייכטן אין אן אופן אז

(אויך)

די וואם געפינען זיך "בחוץ",

ברשות הרבים,

זאלן זיי זעהן.

זמן ההדלקה - "מצותה משתשקע החמה עד שתכלה רגל מן השוק כו׳ ועד כמה כו׳ עד דכליא ריגלא דתרמודאי״”,

ווייל ביז "תכלה רגל מן השוק"

(ריגלא דתרמודאי - די לעצטע מענטשן וועלכע דרייען זיך ארום אין שוק)

זיינען פאראן עוברים ושבים וועלכע זעען די נרות,

און במילא איז דא אין דעם פרסומי ניםא 8 .

דאם הייסט: נרות חנוכה דארפן לייכטן און באלייכטן דעם "חוץ",

אין "שוק",

כל זמן עס געפינעו זיר נאד דארטן מענטשן,

אויך אזוינע מעגטשן וואס ווערען אנגערופן ״תרמודאי״ - "שם אומה מלקטי עצים דקים ומתעכבים בשוק עד שהולכים בני השוק לבתיהם"",

אדער "עניים שלאחר שגומרים מלאכתם מלקטים עצים מן ההפקר להתחמם בהם,

ומת־

אחרים בשוק יותר משאר בני אדם״ 25 -וואם דאם איז כולל אויר אומות העולם.

ובפרט לויט דעם פירוש

(הפנימי)

אין "על פתח ביתו מבחוץ",

אין רשות הרבים ממש,

מקום הקליפות,

לאהפכא חשוכא לנהורא“,

און די פעולה פון די נרות חנוכה איז "עד שתכלה רגל מן השוק כו׳ עד דכליא ריגלא דתרמודאי״ - אויר אין "שוק"

(טורי דפרודא)

" בא די וואס זיינען "תרמודאי",

זיי זיינען מורדים

(תרמוד אותיות מורדת")

אין דעם אויבערשטן ר״ל,

און ניט נאר ווי די "תרמודאי" עבדי שלמה" וועלכע זיינען דערנאר געווארן מורדים,

נאר אויר די מורדים בה׳ צווישן גויים ממש

[וועלכע זיינען למטה מטה פון עבדי שלמה,

וועלכע האבן שייכות צו שלמה,

משא״ב גויים.

ובמודגש אויר אין די צוויי באזונדערע ברכות השחר - "שלא עשני עבד",

און "שלא עשני גוי"]

- די וואס זאגן "אלקא דאלקייא"" 5 ,

אדער נאר נידעריקער דערפון - "לי יאורי ואני עשיתיני"" - דארפעו אויר צו זיי דער־ גרייכן די חנוכה ליכט,

״עד - ביז - דכליא ריגלא דתרמו־ דאי",

אז די נרות חנוכה טוען אין זיי אויף "כליא" - ביטול וכליון",

און ניט נאר פון

ש״פ וישב,

א 11 דחנוכה

די "תרמודאי"

(מורדים)

בכלל,

נאר אריך פון "ריגלא דתרמודאי",

דער חלק הכי תחתון שבהם

(וועלכער איז מורד בה׳ ניט מצד השכל והמדות,

נאר ווי א רגל וואם האט ניט קיין שכל).

ביז אז זיי ווערן נהפך: אנשטאט מורדים בה׳,

ווערן זיי פארבונדן מיט די ליכטיקייט פון נרות חנוכה,

״נר מצוה ותורה אור״“ - אידן דורך זייערע תרי״ג מצוות,

און ניט־אידן דורך די שבע מצוות בני נח,

אמונה בה׳ וכו׳.

ע״פ הנ״ל איז פארשטאנדיק דער חידוש אין אתהפכא וואט ווערט אויפגעטאן דורך חנוכה,

חידוש לגבי פורים: הגם אז אויר בימי הפורים איז געווען "ונהפוך הוא"

(פון גזירת המן ומלך אחשורוש),

האט מען אבער קובע געווען די מצוות פורים לדורות דוקא אין עניני קדושה,

און ניט אין אן ענין וואם האט א השפעה

(אויך)

אין "חוץ",

ביז אויף אוה״ע,

וואם דערפון איז מובן אז דער אויפטו פון פורים איז בעיקר אין דער פעולה פון אתהפכא אויף איד! - פרסומי ניסא און שמחה הכי גדולה וואם ברענגט בא זיי ארוים: דאם איז טאקע א שמחה פון אתהפכא - "עד דלא ידע בין ארור המן וברוך מרדכי"*? אז ער ווייסט ניט דעם חילוק צווישן די עבודה פון עשה טוב אין קדושה

(ברוך מרדכי)

און די עבודה פון סור מרע,

ביז עבודת התשובה

(ארור המן),

(אבער בעיקר)

ווי די שמחה שטייט בגלוי בא אידן,

און אין עניני קדושה,

ניט אין עניני העולם;

משא״ב נס חנוכה האט מען קובע גע־ ווען לדורות במצות הנרות,

וועלכע דארף באלייכטן

(אויך)

דעם "חוץ",

אין "שוק",

ביז די "תרמודאי",

די מורדים בה׳,

כולל אויך אוה״ע״ - וואס דאם באווייזט אז אין דער פעולת האתהפכא בזה איז

(אויך)

נוגע,

ועיקר

(נוסף אויף דער השפעה מזה "על פתח ביתו" בפנים,

ווי אונטער־ שטראכן אין די מצוות חנוכה וועלכע זיינען פארבונדן מיט פנים: הלל והודאה,

תפלות וקריאת הנשיאים בחנוכה וכיו״ב/ אויך די השפעה אין חוץ פון תחום הקדושה,

ביז אויר בא מורדים בה׳ און בא אוה״ע.

ד. וועט מען עם פארשטיין לויט דעם ביאור אין דעם ענין פון בירור פון אוה״ע,

דורך דעם בירור פון די שבעים לשון:

איו עבודת הבירורים,

כולל דער בירור פון די שבעים אומות,

זיינען פאראן,

בכללות,

צוויי אופנים:

(א) מלמעלה למטה: דורך דער עבודה אין קדושה מיט א תוקף,

איז דאס ממשיך דעם אור הקדושה אויך אין דעם מקום תחתון,

און דאם טוט דארטן אויף דעם בירור

(בדוגמא ווי אן אבוקה גדולה וועלכע דערגרייכט גאר ווייט,

און ציט צו זיר צו די ניצוצות פון ארום)

*? ווי דער בירור איז דורך תורה -דורך לערנען אין תורה וועגן אן ענין בעולם

(ווי ענין הנזיקין,

ועאכו״כ המחליף

88 ו

ספר השיחות - ה׳תש״נ

פרה בחמור וכיו״ב)

טוט מען אויף -מלמעלה למטה - רעם בירור פון דעם ענין בעולם.

(ב) מלמטה למעלה: דורך רעם וואט מ׳געפינט זיר "מפוזר ומפורד בין העמים" 12 / און מ׳איז זיר מתלבש

(כפשוט - באופן המותר)

אין די "לבושים" און די לשונות פון אוה״ע,

טוט מען אויף זייער בירור - דורך נוצן די לשונות ועניני המדינה לשם שמים,

ובכל דרכיך דעהויי.

עד״ז זייגען פאראן צוויי אופנים אין דעם בירור פון אוה״ע:

(א) ווי דאס איז געווען בתחלת הבריאה,

ווען אלע מענטשן האבן גערעדט לשון הקודש,

כמ״שיי■ "ויהי כל הארץ שפה אחת"

(לשון הקודש).

(ב) און ווי ס׳איז געווארן בדור ההפלגה - ווען ס׳איז געקומען דער חידוש "ויאמר ה׳ הן גו׳ שפה אחת לכולם גו׳ הבה נרדה ונבלה שם שפתם גו׳

(און)

בלל ה׳ שפת כל הארץ"" 1 -.

ויובן זה בהקדים השאלה: ס׳איז ידועה די שקו״ט• 4 בנוגע דער זהירות פון רעדן בעניני חול איו לשון הקודש,

צוליב קדושת הלשון.

ולכאורה צריך להבין: במשך די ערשטע עשרים דור

(פון תחלת הבריאה ביז דעם דור ההפלגה)

האבן אלע מענטשן גערעדט נאר בלשון הקודש,

און דער דיבור איז געווען בנוגע אלע זייערע ענינים,

כולל עניני חול ועניני היפך הקדושה שלהם,

במובן מזה וואס די דורות

(ווען מ׳האט גערעדט נאר בלשון הקודש)

זיינען כולל דעם דור ווי דור אנוש

(ווען "אז הוחל לקרוא בשם ה׳" 42 )

און דור המבול

("ותשחת הארץ לפני ה־ אלקים ותמלא הארץ חמס" 48 )

וכו׳,

וואס זייער דיבור איז געווען

(אויך)

אין ענינים פון היפך הקדושה בתכלית?!

ויש לומר דעם ביאור אין דעם: דער שרש ומקור החיות פון יעדער זאך אין וועלט,

אויך עניני חול,

ואפילו ענינים פון היפך הקדושה

(וועלכע האבן אין זיך אויך א ניצוץ קדושה)

איז - פון לשון הקודש,

כמבואר אין תניא 44 ,

אז "כל הנבראים שבעולם השמות שנקראים בהם בלשון הקודש הן הן אותיות המשתלשלות ממדרגה למדרגה מעשרה מאמרות שבתורה כו׳ וזה שמו אשר יקראו לו בלשון הקודש הוא כלי לחיות המצומצם באותיות שם זה כו"׳.

כידוע 45 דער חילוק צווישן לשון הקודש און אנדערע לשונות,

אז אנדערע שפראכן זיינען נאר שמות הסכמיים,

משא״ב די נעמען

(און זייערע אותיות)

פון לשון הקודש זיינען מהוה ומחי׳ ומקיים די זאך,

און גיבן ארויס זיין תוכן ומהות.

[וואם דאם איז דער טעם אויף דעם הכרח פון גודל החכמה פון אדם הראשון אין דעם וואם ער האט געגעבן נעמען צו אלע נבראים

(ווי דער אויבערשטער האט גע־ זאגט די מלאכים אז חכמתו גדולה משלהם)

44 - חכמת אדה״ר איז באשטאנען אין דעם אז ער האט דערקענט די תכונה וטבע פון יעדער נברא,

ובהתאם לזה האט ער זיי אנגערופן מיט די נעמען וועלכע זיינעז מתאים צו זייער מהות 4 ].

ש״פ ויש^ א׳ דחנוכה

ועפ״ז איז פארשטאנדיק פארוואס אין די ערשטע דורות

(ביז דעם דור ההפלגה)

האבן אלע גערעדט "שפה אחת"

(לשון הקודש),

אויך עניני חול און היפך הקדושה,

ווייל דעמולט האט יעדערער גע־ האט דעם כח,

ער זאל קענען דערקענען און מגלה זיין דעם חיות אלקי וואס איז דא בכל נברא,

דורך רעדו און אנרופן די זאך מיט איר נאמען בלשון הקודש.

ד. ה. אז יעדער מענטש - ניט קוקנדיק אויף זיין מעמד ומצב,

אפילו א מורד ופושע בה׳

(ווי נמרוד בדור ההפלגה - נמרוד ע״ש שהמריד״י,

אנדערע וכיו״ב)

- דורך אנרופן א דבר שבעולם בשמו - יעדער זאך אין וועלט,

אפילו אן אבן

(דומם שבדומם),

וועלכע האט ניט קיין חיות -ער האט דורך דעם מגלה געווען איר חיות אלקי

(וועלכע ווערט נמשך דורך די צירופי אותיות השם ותמורות שלהן) 4 !

נאר דערנאך,

כולל דורך דער ירידה פון דעם דור ההפלגה,

וועלכע האבן זיך געוואלט אפטיילן פון זייער שרש למעלה ד״ל,

האט מעז ניט געקענט מגלה זיין דורך לשון הקודש די חיות אין נבראים למטה.

ס׳איז געווען "בלל ה׳ שפת כל הארץ",

אוו עם האט זיר דעמולט אנגע־ הויבן א נייער סדר העבודה,

אז ניט אלע קענען זיך באנוצן מיט לשון הקודש,

און דורך דעם מגלה זיין אלקות אין דער בריאה,

דלאו כל מוחא סביל דא

(דער־ פאר איז די זהירות,

לכמה דיעות,

ניט צו רעדן לה״ק בעניני חול),

נאר דערצו דארף מען יורד זיין און רעדן אין די

לשונות האומות,

און זיי מעלה זיין לקדושה,

מלמטה למעלה,

ווי דער אלטער רבי איז מבאר" 5 ,

אז עם זיינעז פאראן צוויי דרגות אין אותיות: די אותיות פון לשון הקודש

(לשון תורה)

- דוגמת ענין האבנים,

וועלכע זיינעז א בריאה בידי שמים

(אזוי ווי לשון הקודש איז א לשון

(התורה)

מן השמים)

; און די אותיות פון די שבעים לשון האומות,

אשר כל עם ועם מדבר כלשונו - וואס די כוונה בזה איז,

אז דורך דעם וואם די אידן לעבן אין די מדינות און רעדן אין דער שפראך פון די אוה״ע בכל מדינה לפי לשונה,

כולל אויך אז זיי רעדן בלשון זה אין לימוד התורה - איז מען מברר ומעלה די שבעים לשון לשרשם ומקורם - און ויי ווערן בדוגמת לבנים

(ציגעל),

וועלכע זיינען מעשה ידי אדם,

און דורך דעם באקומען זיי דעם חוזק פון אבנים,

און דורך דעם כויט מען אויך "אני חומה זו תורה"׳ 5 .

אבער וויבאלד אז בעצם האבן אלע מענטשז

(אויך אוה״ע)

מצד בריאתם בת־ חלת הבריאה א שייכות מיט לשון הקודש 52 - דעריבער ווערט נמשך דערפון דער כח,

אז אויך לאחרי וואס "בלל ה׳ שפת כל הארץ",

זאל מען קענען דורך די לשונות מגלה דין אלקות אין דער בריאה - וכמבואר בכ״מ",

אז "כשברא הקב״ה עולמו לא הי׳ רק לה״ק כו׳,

וכשבלל הקב״ה את הלשונות בדור הפלגה בלל לה״ק ג״כ בשאר הלשונות,

והתיבות הנ״ל

("יגר שהדותא" 54 ,

"לטוטפות" 55 ,

וכיו״ב)

ספר השיחות - ה׳ממ״ב

הם לה״ק ונבללו בלשון יוני או בכתפי או באפריקי"

(ו״אל יעלה בדעתך שהתורה כתבה אלו הלשונות שאינם לה״ק"),

ביז נאכמער

(לפירוש שני*/ אז די ווערטער "יגר שהדותא" וכיו״ב,

זיינען יע פון לשונות האומות)

: אין תורה זיינען פאראן ווערטער פון אנדערע שפראכן,

וועלכע זיינען נתעלה געווארן און גע־ ווארן לשון התורה.

ולכולי עלמא - זיי־ נען פאראן כמה ספרים פון די כ״ד ספרי קודש,

וואס חלק חשוב פון זיי איז גע-שריבן בלשון ארמי,

ביז אז אויר ענינים הכי נעלים - ווי דער קץ הגאולה אין ספר דניאל

(עידן,

עידנים״ וכיו״ב)

- איז געשריבן בלשון זה,

וואס דערפון

(פון תורה שבכתב)

האט מען דעם כח 58 ,

צו מעלה זיין אלע שבעים לשון לקדושה.

און דורך דעם קומט צו אן עילוי אפילו לגבי ווי דער בירור העולם איז דורך לשון הקודש

(ובפרט - קודם דור ההפלגה).

ויש לומר אז דערפאר וועלן די לשונות ניט בטל ווערן לעתיד לבוא - ווייל דעמולט וועט זיין "והיתה לה׳ המלוכה"" אין אלע עניני ופרטי העולם,

כולל אויך אין די לשונות האומות,

כמ״ש "אז אהפוך אל עמים שפה ברורה לקרוא כולם בשם ה׳ לעבוד שכם אחד""*.

וכפס״ד הרמב״ם

בסוף ובחותם ספרו: ובאותו הזמן כו׳ לא יהי׳ עסק כל העולם אלא לדעת את ה׳ בלבד כו׳ שנאמר י* כי מלאה הארץ דעה את ה׳ כמים לים מכסים.

ה. ועפ״ז יש לומר דעם אונטערשייד צווישן דעם אופן פון בירור האומות וואס ווערט אויפגעטאן דורך חנוכה און דעם בירור דורך פורים: הגם אז אויך דורך דעם נס פורים איז געווארן דער בירור והפיכה פון מלך אחשורוש,

דער מושל בכיפה פון כל האומות־■׳ - איז דער בירור אין אן אופן ווי די אומות ווערן נתברר דורך לשון הקודש,

דורך תורה מלמעלה

(בדוגמת די שמות חול בלשון הקודש,

ווי אוה״ע האבן גערעדט קודם דור ההפלגה,

ויותר מזה - בדוגמת לשון ארמי וואם שטייט אין תורה).

און דערפאר קומט אוים,

אז הגם אין "מגילת אסתר" שטייען ווערטער פון לשון פרס ומדי

(אנהויבנדיק פון דעם נאמען ״אחשורוש״/ און נאכמער - "העתיקוה הפרסיים ונכתבה בדברי הימים של מלכיהם והם היו עו״ג כו"׳,

און דעריבער איז "כבוד השם שלא יזכירנו מרדכי במגילה"" - וואם דאס באווייזט אז מגילת אסתר האט אויך דעגרייכט למטה מטה -

אחד,

ר״ל בלב אחד ובדעה אחת.

ומזה משמע שלא יתבטל לשון האומות.

אבל לדעת הראב״ע

(הובא ברד״ק)

שם,

"בשפה ברורה הוא לשון הקודש שבה לבדה נקרא השם הנכבד",

וכ״ה מפורש במצו״ד שם: "שידברו בלשון הקודש במקום הלשון שמדברים עכשיו".

וראה זהר ם״פ נח.

אוה״ת ב״ך ע׳ תתקד ואילך.

ש״פ וישב,

א׳ דחנוכה

ו9ו

פונדעסטוועגן,

איז מגילת אסתר איינע פון די כ״ד כתבי קודש•■ 4

(תורה),

ווייל דאס איז ווי דער בירור המטה ווערט אויפגעטאן דורך קדושה,

ע״ד דער בירור דורך לשון הקודש

(אדער לשון ארמי שבחורה).

און דעריבער האט עם ניט בכח אויפטאן דעם בירור אויך פון די "פרסיים" עו״ג,

דערפאר קען מען ניט שרייבן דעם שם הוי׳ אין דער מגילה.

דערפאר ווערט די מגילה אויך אנגע־ רופן על שם אסחר,

ווייל דאס רעדט זיך וועגן דער בירור וואם ווערט אויפגעטאן דורך אסתר

(קדושה).

משא״ב חנוכה דערגרייכט אוידי* אין "חוץ",

אין "שוק",

ביז אויך בא די אוה״ע" און די מורדים בה׳

(תרמודאי)

ווי זיי שטייען במקומם הם,

און אין זייערע לשונות

(נאד איידער עם ווערט נתברר ונתעלה אין לשון הקודש,

אדער ווי לשון ארמי שבתורה),

אלם הכנה וכח צו "אז אהפוך אל עמים

(אויר ווי זיי זיינען מצד לשון האומות)

שפה ברורה גו׳״“.

און דעריבער דריקט זיך עם אויס אויך אין דעם וואם "מגילת אנטיוכום" ווערט אנגע־ רופן על שמו,

ווי ער שטייט במקומו הוא - אנטיוכום הרשע,

און ניט אלם א טייל פון

(תורה -)

די כתבי קודש

(בדוגמא צו

די לשונות האומות ווי זיי שטייען במקומן,

חוץ פון לשון הקודש),

און אויר דאם איז מען מעלה

(דויד דער עבודה פון חנוכה)

עי״ז וואס די מגילת אנטיוכום

(ענינים וואס רעדן זיר דארט)

ווערט גע־ בראכט איו פוסקים אין תורה,

ביז אז בכמה קהילות לייענט מען איר בציבור בימי חנוכה.

ו. ולהוסיף,

אז מ׳האט א תוספת כח אין דער עבודה פון:

(א) שבת חנוכה -וואס שבת איז ממשיר מקדושתה,

קדש מלה בגרמי׳ 4

(בדוגמת לשון הקודשך אין די עניני חנוכה,

כולל אין דער עבודה פון בירור המטה ביותר.

ובפרט בשנה זו,

אז עם זיינען פאראן צוויי שבתות חנוכה-בתחלת ימי חנוכה

(הכולל כל ימי חנוכה),

און בסיומם - דער סר־הכל פון כל ימי חנוכה.

ווי אונטערשטראכן אויר אין דער קריאה בתורה פון די צוויי טעג - אז ביום ראשון דחנוכה לייענט מען וועגן ההחלטה פון הקרבת כל הנשיאים

(בכח),

און בסיום - לייענט מען וועגן דעם סד־הכל בפועל פון הקרבת כל הנשיאים"*;

און

(ב) שבת

(חנוכה)

פ׳ וישב יעקב בארץ מגורי אביו בארץ כנען - כמבואר בכ״מי 4 ,

אז "מגורי אביו" און "ארץ כנען" גייען אויף די צוויי אופני עבודה: די עבודה איו עניני קדושה

("מגורי אביו"),

און די עבודה אין בירור העולם ואוה״ע,

כידוע אז "כנען" איז "פירושו סוחר",

"עד״מ כמו הסוחר שיפזר ממון כסף וזהב ומוציאם מרשותו כדי להרויח ולהשתכר" 31 וכל עיקר כוונתו להיות מפזר

92ו

ספר השיחות - ה׳תש״נ

ונוסף עוד,

כך הנה מקור נשמת ישראל כו׳ נמשלה בגלות לסוחר זה כו׳,

שע״י התלבשות..

בבחי׳ גלות..

עי״ז מתבררים כל ניצוצות הקדושה כמו שאמרו חז״ל לא גלו ישראל אלא להוסיף עליהם כו׳״יי.

ז. ע״פ הנ״ל קען מעז מבאר זיין די הנהגה פון רבותינו נשיאינו בליל "ניתל" 77

[וואס קומט אוים בכמה שנים בתוך ימי חנוכה,

אדער בסמיכות להם]:

ס׳איז ידוע דברי כ״ק מו״ח אדמו״רי- 7 אז "נוהגים שלא ללמוד בניתל"

(עד חצות לילה/ און דער טעם

(ווי ער האט געהערט פון זיין פאטער,

דער רבי

(מהורש״ב)

נ״ע)

"כדי שלא להוסיף חיות".

כ״ק מו״ח אדמו״ר האט אמאל אויך דערציילט",

אז זיין פאטער

(דער רבי נ״ע)

פלעגט דעמולט "שפילן" "שאח"

(אדער שטיין דערביי און מציע זיין ווי צו שפילן).

ויש לומר הענין בזה: דער רבי נ״ע האט דורך דעם אנגעוויזן א לימוד והוראה,

אז אפילו א זמן ווען ס׳איז לכאורה נאר שייך אן ענין פון סור מרע

(העדר)

-ד.

ה. א תחתון תחתון ביותר וועלכע מ׳קען ניט מברר זיין באופן ישר דורך לימוד התורה - זאל מען אים אויסנוצן

(און אוים־ טאן דעם בירור)

מיט א תועלת

[ע״ד המדובר לעיל בנוגע צו דעם בירור וואס חנוכה טוט אויף אויך אין "מגילת אנטיו־ כוס",

וואם איז ניט דברי תורה} דורך

(ניט מבטל זיין דעם זמן,

נאר)

"שפילן" דע־ מולט אין "שאח" 75 ,

א משחק שיש בו חכמה 76

(נאר - בעניני רשות/ וואם מ׳טוט לשם שמים,

כל מעשיך לשם שמים ובכל דרכיך דעהו 77 ,

און דאם

(א) גיט צו שארם־ קייט איו קאפ,

בכדי מ׳זאל קענען דער־ נאד בעסער פארשטיין תורה,

(ב) מקדש שם שמים,

ושבחן של ישראל לעיני העמים

(וועלכע זיינען מחשיב דעם משחק)

- זעענדיק אז אידן זיינעז "עם חכם ונבון"" 7 ,

אויך אין דעם,

(ג) אפילו אלם א דבר של רשות - האט עס א תועלת פאר די וואם אין דעם באשטייט זייער מסחר,

ניט ערגער פאר אנדערע עניני "מסחר",

ואדרבה - וויבאלד אז ס׳איז א מסחר שיש בו חכמה בנ״ל.

ש״פ משב,

א' דחנובה

93ו

דערפון האט מעו אויר א הוראה

(ונתינת כת)

בנוגע לפועל ווי אויסצונוצן רעם זמן פון "ניתל" - ניט זיין כבטל ח״ו

(כדי לא להוסיף חיות),

נאר לתועלת - ובפרט דורך צוגעבן אין עניני חכמה,

מיט די מעלות

(כוונות)

הנ״ל,

אדער אויף מוסיף זיין אין צדקה וחסד,

אדער אין הנהגת הבית וכיו״ב.

- כ׳האב אמאל געהערט פון א תלמיד ישיבה,

וואם אין זיין לבוש האט געפעלט קנעפלעד - אז דער טעם פארוואם ער נייט ניט צו די קנעפלעך אין זיינע קליידער - ווייל דעמולט וועט ביי אים ניט בלייבן וואס צו טאן "ניתל"!...

ביי א תלמיד ישיבה איז גיין בטל -מאן דכר שמי׳? נאר ער דארף נוצן די צייט לתועלת,

בולל - צונייען די קנעפ־ לעד,

באופן אז עס זאל זיין צד הימין

(מגביר)

על צד השמאל

(כידוע מנהג ישראל בזה).

פון הנהגת אדנ״ע קומט צו נאך אן ענין: דורך דעם עצם ידיעה אין הנהגת אדנ״ע בזמן ״ניתל״ - קען מען אויסנוצן די צייט אויף זיך מצייר זיין דמות פני קדשו פון דעם רבי׳ן נ״ע

(דורך דער תמונה וואם מ׳האט פון אים”,

ועאכו״כ די

וואם האבן אים אליין זוכה געווען זעז),

ע״ד והיו עיניך רואות את מוריך"*,

דער מייסד פון ישיבת תומכי תמימים - וואם דאם אליין

(תואר פני קדשו)

גיט צו אין אהבה ויראה וכו׳ - און ווי ער האט זיך געפירט,

על מנת צו גיין בדרכיו ואורחותיו אשר הורנו.

ח. דער לימוד והוראה מהנ״ל:

נוסף צו דער התעוררות פון די נרות חנוכהי",

אז מ׳זאל פארשטארקן אלע פעולות פון "נר מצוה ותורה אור",

ובאופן פון מוסיף והולך ואור

(ווי מ׳איז מוסיף אין די נרות חנוכה מיום ליום/ און דורכגענומען מיט דער הרגש והכרה אז בשעת מ׳איז מקיים א מצוה איז "שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה"

(וואס ווערט נמשך ככל ימי החנוכה פון ברכת שהחיינו ד־ חנוכה בליל ראשון)-

קומט אויך צו דער לימוד נוסף,

אז דער "נר מצוה ותורה אור" דארף לייכטן און באלייכטן "על פתח ביתו מבחוץ",

"עד דכליא ריגלא דתרמודאי",

אנהויבנדיק פון דעם "חוץ" וואם איז דא בא יעדערן בפרט,

אז ער באנוגנט זיך ניט מיט טאן זיין עבודה נאר אין עניני קדושה,

לימוד התורה וקיום המצוות,

טוט ער אויך די עבודה פון כל מעשיך יהיו לשם שמים און בכל דרכיך דעהו,

ביז אז אויר אין די ענינים וואס אין זיי איז לכאורה נאר שייך "סור מרע",

טוט ער כל התלוי בו

(באופן המותר ע״פ שו״ע)

אז ער זאל דאם אנפילן מיט א דבר של תועלת וענינים של זכות.

ספר השיחות - ה׳תש״ג

און אזוי אויך בנוגע צו זיין השפעה אויף בני ביתו,

אז נוסף צו דעם וואם ער פארשטארקט זיין פארבונד מיט זיינע קינדער דורך לערנען מיט זיי תורה

(וואס דאס איז דער עיקר החיוב פון אן אב ל־ בנח״,

ועד״ז לבתו - בנוגע לכל הלכות הצריכות לה),

באנוגנט ער זיך ניט דער־ מיט,

נאר ער איז זיי אויך מחנך כנוגע צו עניני יהדות בכלל,

כולל מחנך זיין בגו שלפני בר־מצוה

(כולל אין דער מצוה פון הדלקת נר חנוכה׳"),

ועד״ז בנוגע צו בנות ישראל

(קודם בת מצוה),

בנוגע צו די אנדערע מצוות פון חנוכה,

ד״אף הן היו באותו הנס״ 1 ״,

ואדרבה - דער עיקר הנס איז געווען ע״י אשה 5 ".

וואם די עבודה בחנוכה איו "חוץ"

(בערך צו עניני קדושה - בדיוק)

איז כולל אויך - דער קיום המנהג פון געבן "חנוכה געלט" צו די קינדער

[כמנהג רבותינו נשיאינו""].

און ניט מאכן דעם חשבון,

אז וויבאלד דער עיקר פארבונד מיט זיי איז דורך לימוד התורה,

איז ניט אזוי נוגע קיום מנהג ישראל.

נאר - חנוכה לערנט אז די השפעה דארף זיין אויך אין די עניני רשות,

כולל - די השתדלות צו געבן די קינדער חנוכה־געלט,

עב״פ שני פעמים במשך די ימי חנוכה,

ומה טוב - בכל יום לבד בשבת

(גם לא בדבר המותר - גזירה כו׳)

[ובפרט אז עלטערן בטבע ווילען אז

זייערע קינדער זאלען האבן פארגעניגן אויך דורך באקומעו חנוכה געלט].

ט. נוסף צו דער השתדלות וואם דארף זיין בנוגע צו חינוך פון די אייגעגע בני בית,

דארף מען זעז אויך משפיע זיין אין "חוץ" כפשוטו,

אידישע קינדער וואס גע־ פינען זיך מחוץ פון זיין בית,

ועאכו״כ די וואם געפינען זיך מחוץ פון ד׳ אמות של קדושה,

ביז די אידישע קינדער - וואס ליי־ דער זיינען פאראן כמה וכמה - וועלכע געפינען זיר דערוויילע בבחי׳ "בלל" אין כל הארץ איו "פאבליק סקולס"

(בתי ספר ממלכתיים),

אונטערווארפן די השפעה פון א ניט־אידישע סביבה - דארף מען זעען ניט נאר טאו באופו פון "סור מרע",

נאר אויסנוצן די חופש וואס די קינדער האבן פון די סקולס אויף זיי אריינברענ־ געו איו א אידישען בית ספר וסביבה,

לערנען מיט זיי תורה און יהדות בכלל,

חינוך הכשר על טהרת הקודש.

וכמובן,

זיך משתדל זיין איינווירקן אויף די עלטערן,

זיי זאלען אריינגעבען די קינדער - תיכף - אין א מוסד חינוך הכשר על טהרת הקודש.

י. נוסף על כל זה - קומט צו דער לימוד פון חנוכה "על פתח ביתו מבחוץ",

״עד דכליא ריגלא דתרמודאי״ - אויף נאך א ברייטערן אופן: מ׳נוצט די התעוררות פון די ימי חנוכה,

אז נוסף אויף זיין עבודה אין ד׳ אמות של תורה ושל מצוות,

און עבודה פארבונדן מיט אידן און אידישקייט - גייט ער "ארויס" אין וועלט,

און בכל נברא איז ער מגלה כבודו של הקב״ה - ובמרז״ל בל מה שברא הקב״ה בעולמו לא בראו אלא לכבודו 40 ״ - אג־ הויבנדיק פון כללות מיז המדבר,

כולל

ש״פ וישב,

א׳ דחנוכה

95ו

אויר אוה״ע,

דורך משפיע זיין אויף זיי בנוגע צו די שכע מצוות כני נח

(כפס״ד הרמב״ם""),

כולל אויר די וואם זיינען דערוויילע "ונרמודאי",

אז אויר ויי זאלן נהפר ווערן לטוב,

ביז אז מ׳טוט אווי אויף בכל העולם כולו,

במין החי ובמין הצומח ובמין הדומם,

ביז דומם שבדומם - אז מ׳איז מגלה אין יעדער זאר זיין תכלית צוליב וועלכע ער איז באשאפן געווארן,

ובכל־ לות כנ״ל - בכדי מוסיף זיין בכבודו של הקב״ה.

און דויר דעם גרייט מען נאכמער צו די וועלט צו דעם "ויהי מקץ שנתיים ימים"

(ווי מ׳גייט באלד לייענעז בתפלת המנחה/ דער מקץ וקץ הגלות - קץ הימין וקץ הימים 41 "

(בדוגמא צו דעם קץ פון גלות ומאסר יוסף בזמנו וואם יצא למלוד" 42 ),

פארבונדן מיט חלום,

היינו כחולמים פון גלותי 43 - דורר דעם וואם מ׳באקומט דעם "פתרון החלום" ע״י יוסף הצדיק שבדורנו

(כ״ק מו״ח אדמו״ר)

- די גאולה האמיתית והשלימה,

און עם ווערט גלייד "מקץ שנתיים ימים",

דער קץ וסר־הכל פון גלות,

וואס דאס איז - אז "אין עוד מלבדו" 2 ,

ווי חסידים" האבן אמאל געענטפערט א שוטר וועלבע האט זיי אפגעשטעלט אין דער עיר הבירה אין רוסלאנד,

מיט דער שאלה: "קטא אידיאט"

(ווער גייט),

האבן זיי געענטפערט: "ביטול אידיאט"

(ביטול גייט),

וי״ל אז אין שאלת השוטר איז גע־ ווען מרומז

(שלא בידיעתו)

אז ביי א איד דארף שטענדיק זיין "אידיאט",

הליכה

(מהלכים/ און זיי האבן געענטפערט - אז הליכה דארף זיין אין ענין הביטול,

אזוי אז מ׳טוט אויף דעם ביטול האמיתי אויר בכל העולם כולו,

באופן פון הליכה מחיל אל חיל,

ביז - יראה אל אלקים בציון",

בגאולה האמיתית והשלימה.

ביז אז עם זעט זיר בכל העולם כולו אז "והיתה לה׳ המלוכה" 5 ,

"ה׳ אחד ושמו אחד" 5 ,

ו״מלאה הארץ דיעה את ה׳ במים לים מכסים"׳■׳.

88) הלי מלכים סם •ח.

89) ראה אוה״ת ר״פ מקץ.

90) קהלת ד,

יד. ובפרש״י.

91) תו״א פרשתנו כת,

ג ואילך.

96 ו

ספר השיחזת - ה׳תש״נ

Reader controls and commentary are loading.