B"H
🏡

Ikar

שיחת יום א׳ פ׳ תולדות, כ״ח מרחשון ה׳תש״ג - לכינוס השלוחים העולמי -

א. בשעת עטלעכע אידן קלייבן זיך צוזאמען האט עם אין זיך א מעלה גדולה,

עאכו״כ א צוזאמענקלייבן זיך פון כמה עשיריות

(מנינים)

מישראל,

וואט "אכלי בי׳ עשרה שכינתא שריא" 2 ,

"אף שאינם מדברים בדברי תורה״י,

עאכו״ב אז מ׳קלייבט זיך צוזאמען נאך א תפלה 4 ,

און אין צוזאמעגהאנג מיט תורה און מצוות 5 ,

ובפרט מיט תורה ומצוות פון אידן איבער דער וועלט,

ביז אויר מיט די שבע מצוות בגי נח פון כל אומות העולם - ווי דאס איז אין דעם איצטיקן צוזאמעג־ קלייבן זיך וועלכער קומט פאר בקשר מיט דעם כינוס השלוחים העולמי,

שלוחים שי׳ פון כ״ק מו״ח אדמו״ר וועלכע גע־ פינעז זיר בכל מרחבי תבל מיט דער שליחות צו מפיץ זיין תורה ומצוות און מפיץ זיין די מעינות חוצה,

ביז אויר -מפיץ זיין די ז׳ מצוות בני נח בא ניט־אידן,

כפס״ד הרמב״ם*.

דערפון איז פארשטאנדיק דעם גודל העניו פון דעם איצטיקן צוזאמענקומען זיר,

הן בנוגע צו דער השראת השכינה

(שכינתא שריא)

וואס ווערט אויפגעטאן

דורר דעם עצם קיבוץ פון אזויפיל אידן

(ביז - פארבונדן מיט אלע אידן בכל העולם),

ובמילא - אויר די סייעתא דשמיא וואם מ׳באקומט דורר דעם 6 ,

און הן בנוגע צו דעם זכות פון די אלע וואט נעמען אין דעם איינטייל

(אין וועלכן אופן מעגלעד),

און וואט מער דער איינטייל - אלץ גרע־ סער דער זכות,

און אלץ מער גיט עט צו אין דער הצלחה פון דעם כינוס

(נוסף צו דער ברכה וסיוע וואס מ׳האט אין דעם מלמעלה).

דעריבער נחו איר אויר אויס די גע־ לעגנהייט צו נעמען איינטייל אין דעם כינוס,

רעכנדיק דאם פאר מיר א זכות,

און א זכות פאר אלעמען און פאר אלע ענינים,

אז זיי זאלן זיין נאכמער בהצלחה.

ב. דער אויפטו פון דעם "כינוס השלוחים העולמי״ - ובמילא אייר די נוי־ טיקייט צו האבן אין דעם א סייעתא ד־ שמיא און די השתתפות והשתדלות ועבודת האדם - איז פארשטאנדיק אויר פון דעם נאמען:

"כינוס השלוחים העולמי" אנטהאלט איו זיר - נוסף צו זיין פירוש הפשוט: א

יום א׳ פ׳ תולדות,

כ״ח מרוזשזן

43ו

כינוס פון די שלוחים בכל העולם - אויר אטיפערן פירוש:

״עולמי״ איז דער טייטש - אז דאם איז אויף א וועלט פארנעם.

דאס הייסט אז דער כינוס,

און בעיקר - די עבודת השליחות פון די משתתפים

(שלוחים)

אין דעם כינוס - דארפן האבן א השפעה און א ווירקונג אויף דער גאנצער וועלט.

ביאור הדברים:

מ׳האט גערעדט מערערע מאל,

אז די שליחות כללית וואט דער אויבערשטער האט געגעבן יעדער איד איז - צו מאכן א דירה לו יתברך בתחתונים",

דורך דעם וואס ער איז משמש את קונוי ע״י קיום התורה ומצוותי׳,

און איז אויך משפיע און פארשפרייט תומ״צ ביי אנדערע,

און איז מגלה אלקות בחלקו בעולם,

ביז בכל מקום וואו ער קען דערגרייכן,

דורך אנטפלעקן און נוצן די עניני העולם

(צו־ ליב דעם וואם זיי זיינעז באשאפן געווארן —)

"לכבודו" של הקב״ה״י.

וויבאלד אבער אז די כוונה אין דעם איז צו מאכן א דירה בתחתונים,

בכל התחתונים

(לשון רבים,

אין אלע פרטים און פרטי פרטים פון עולם/ און ע״פ טבע איז דאך שווער,

זייער שווער

(און אפשר גאר ניט מעגלעך)

אז איינער זאל אליי!

(צוגיין רעדן און)

דערגרייכן א ריבוי מעגטשן ובפרט במקומות שונים בעולם,

ועאכו״כ אלע מענטשן בכל חלקי העולם - האט דער אויבערשטער פאנאנדערגעטיילט די ארבעט

(פון מאכן א דירה בתחתונים)

צווישן מערערע אידן,

וועלכע ויינען פאנאנדערגעשפרייט איבער דער וועלט,

און יעדערער טוט זיין עבודה במקומו און פארשפרייט אידישקייט אין זיין ארט צו די אידן וואס געפינען זיך דארט.

און נאכמער: דער אויבערשטער האט איינגעשטעלט בטבע בני אדם

(און ס׳איז נוגע אויך אין הלכה),

אז "חברך חברא אית לי׳ וחברא דחברך חברא אית לי׳"",

א. א. וו.

עד סוף העולם.

ועד״ז איז אויך מצד דעם משפיע,

אז ער האט בכח צו מאכן א שליח,

און "שליח עושה שליח"" עד עולם".

צווישן אידן גופא זיינען דא די וועל־ כע האבן זוכה געווען און זיינען אויסגע־ קליבן געווארן במיוחד,

אז כל עסקם איז צו זיין

(בגלוי)

שלוחים פון כ״ק מו״ח אדמו״ר - מ׳האט זיי געשיקט כל א׳ וא׳ צו א באזונדער מקום בעולם,

צו אויספירן דער רצון וכוונת המשלח - צו טאן אין הפצת התורה והיהדות,

און מגלה זיין ווי אלע אידן זיינען שלוחים של הקב״ה,

דורך רעדו און משפיע זיין אויף די אידן במקומו

(ובפרט דורך דברים היוצאים מן הלב און דורך באווייזן א דוגמא חי׳).

ועפ״ז איז מובן,

אז אע״פ וואם יעדער איד און יעדער שליח געפינט זיך במקום מסויים און טוט דארט זיין עבודה - איז אבער דורך דעם וואם "חברך חברא אית לי׳ כו׳" און "שליח עושה שליח",

איז זיין עבודה הולכת ומתפשטת,

ביז אז ער האט בכח צו דערגרייכן און משפיע ויין אויף א ריבוי מענטשן ובכל מרחבי תבל 14 ,

ספר השיחות - ה׳תש״נ

נוסף אויף דעם עיקר - די כחות וואם מ׳האט אויף דעם פון דעם משלח,

ביז די סייעתא דשמיא וואס מ׳האט אין דעם פון דעם משלח הראשון,

דער אויבערשטער,

כנ״ל.

און בשעת די שלוחים קלייבן זיך צו־ זאמען ווי אין דעם "כינוס השלוחים העולמי" - אונטערשטרייכט עם נאכמער אז זייער פעולה איז צו אויפטאן בכל העולם בולו,

צו מאכן די וועלט א דירה לו יתברך - ובאופן אז מ׳האט אין דעם סיי דעם כח מלמעלה

("אכל בי עשרה שכינ־ תא שריא"),

און סיי די עבודת השלוחים למטה.

ג. אין דעם קומט צו נאך אן ענין,

וענין עיקרי:

בכדי מאכן א דירה בתחתונים כשלימות בכל העולם כולו,

עס זאל זיין "

(כינוס השלוחים ה)

עולמי" אויף אן אמת׳ן וועלט פארנעם - פאדערט זיך אז מ׳זאל אויך פועל׳ו אויף אומות העולם,

ובפרט אז זיי זיינען רוב בני אדם על פני האדמה.

ווארום אידן זייגען דאך "המעט מכל העמים״ 5 ׳ - איז אפילו ווען מ׳דערגרייכט און טוט אויף מיט אלע אידן בכל מקום שהם,

איז דאס נאר א חלק מעט

(בכמות)

פון כל העמים בעולם הזה הגשמי

(תחתונים),

שלא בערך צו דעם פארנעם פון דער גרויסער וועלט און דער ריבוי בני אדם שבה - קען דורך זיי אליין לכאורה ניט אויפגעטאן ווערן

(כביכול)

א דירה לו יתברך בתתחוניס,

כל התחתונים 6 ׳,

באופן

פון "

(כינוס השלוחים ה)

עולמי",

אויף אן אמת׳ן וועלט פארנעם.

[זייענדיק שלוחו של הקב״ה,

ושלוחו של אדם

(העליון 7 ׳)

כמותו"׳,

ביז כמותו ממש כביכול - האט מען זיכער דעם כח וסיוע פון דעם אויבערשטן

(דער בורא העולם ומנהיגו)

צו איבערמאכן די גאגצע וועלט.

אבער דער אויבערשטער האט גע־ וואלט,

אז עם זאל זיין א דירה בתחתונים

(בגדרי התחתונים/ דאס זאל געטאן ווערן בדרך הטבע און באופן המובן ע״פ שכל פון תחתונים

(ביז אויר פון ניט־אידן)].

איז דער ביאור אין דעם:

נוסף אויף דער שליחות פון א אידן אין זיין עבודה בתומ״צ און זיין השפעה בזה אויף אנדערע אידן - האבן אידן אויר א מצוה צו משפיע זיין אויף אומות העולם,

אז זיי זאלן מקיים זיין די שבע מצוות בני נח - "צוה משה רבינו מפי הגבורה לכוף את כל באי העולם לקבל מצוות שנצטוו בהם בנינח״יי.

וי״ל הביאור בזה: דער תוכן כללי פון אלע שבע מצוות ב״נ איז - אז די וועלט זאל זיין מתאים צום "לשבת יצרה""׳,

ישובו של עולם - די וועלט זאל זיין א מקום ראוי לדירה ומושב בני אדם.

וואם דורר דעם ווערט עס ראוי אז אידן זאלן דערפון קענען מאכן א דירה פארן אדם העליון: אויב אין א חלק בעולם פעלט אין ישוב העולם,

איז דער ארט ניט אינגאנצן ראוי אויף דארט מאכן א דירה לו יתברך.

ההתלבשות במקום ופרטי הדרגות של המתברר,

שעי״ז נעשה בירור באופו פנימי יותר,

וכלי מוכשר לדירה לו יתברר - שהדר בדירה נמצא שם בפנימיותו.

יום א׳ פ׳ תולדות,

כ״ח מרחשון

לויט דעם איז מובן,

אז בכדי אויפטאן ישובו של עולם

("לשבת יצרה")

בכל חלקי העולם - דארף מען אנקומען דוקא צו אוה״ע,

וועלכע זיינען א מספר הכי רב און זיי דארפן האבן א שטח גדול ביותר בארץ למקום מושבם

(ניט ווי א פאלק וואס איז בכמות "המעט מכל העמים",

און דארפן ניט האבן אזויפיל ארט פאר זייער ישוב)

; אידן קענען ארויסהעלפן אין דעם,

אבער דער עיקר ושלימות הפעולה פון ״לשבת יצרה״ - באופן של התיישבות בפשטות - איז תלוי אין דעם אז עם זאל געטאן ווערן בפועל ובגופם פון די שבעים אומות.

ועפ״ז י״ל איינער פון די טעמים פאר־ וואם אידן זיינען אנגעזאגט געווארן "לכוח את כל באי העולם לקבל מצוות שנצטוו בהם בני נח"

[און דער קיום פון די שבע מצוות ב״נ

(דורך וועלכע עם ווערט מקוייס דעם "לשבת יצרה")

דארף געטאן ווערן

(ניט "מפני הכרע הדעת",

נאר)

"מפני שצוה בהן הקב״ה בתורה והודיענו ע״י משה רבינו" 21 ,

ד. ה. אז דאס קומט אן צו אוה״ע דורך אידן]

- ווייל בכדי אז אידן זאלן אויספירן בשלימות די שליחות וואם איז זיי אפגעגעבן געווארן פון מאבן א דירה לו יתברך בתחתונים - דארפן זיי פועל׳ן אז אוה״ע זאלן אויפטאן דעם "לשבת יצרה",

דורך די ז׳ מצוות בני נח

(כולל - דורך עניו הצדקה 22 ).

[ולהוסיף,

אז אויך בא אידן איז דא א הדגשה עיקרית אויף ישוב העולם,

ביז אז דאס האט א דין ומצוה מיוחדת בא אידן.

ווי מ׳זעט אין דער מצוה פון פדיון שבויים

(וואם תוכנה איז צדקה וחסד - ישובו של

עולם)

- וועלכע ווערט אנגערופן "מצוה רבה"'- 2 ,

און דעריבער דארף אין דעם זיין א השתדלות רוריורת מיוחדת 21 ,

צוליב דער סכנה פון דעם וואם געפינט זיך ניט ברשות עצמו נאר ברשות פון ניט־אידן,

און מ׳קען ניט זיין זיכער וואם וועט זיי ברגע לאחרי זה וכר].

ד. ע״פ הנ״ל איז פארשטאנדיק ווי דאם איז א "כינוס השלוחים העולמי",

אויף אן אמת׳ן וועלט - ״עולמי״ - פאר־ נעם:

בשעת די שלוחים קלייבן זיך צוזאמען ווי אין דעם ״כינוס השלוחים העולמי״ -באדייט עם א צוזאמענקלייבן זיך און פאראייניקונג פון שלוחים פון פארשי־ דענע מקומות בעולם,

ביז פון אלע ארבע כנפות הארץ,

וואס יעדער שליח שטעלט מיט זיר פאר די אידן און מענטשן במקומו,

אויך די אוה״ע

(וואס ער ארבעט מיט זיי און העלפט זיי ארוים אין זייער עבודה)

- וואס דאם אונטערשטרייכט נאב־ מער אז זייער פעולה איז צו אויפטאן בכל העולם כולו,

צו מאכן די גאנצע וועלט א דירה לו יתברך.

ה. נאך א נקודה עיקרית אין דעם:

נוסף צו דעם פירוש בכללות אין "כינוס השלוחים העולמי",

אז די שלוחים טוען אויף בכל העולם כולו,

איז אין דעם אריך דא דער פירוש בפרטות,

אז די שלוחים זיינען מגלה אין יעדער זאך שליחותו

46ו

ספר השיחות - ה׳תש״ג

בעולם,

אזוי אז עם ווערט א "כינוס השלוחים העולמי",

א צוזאמענקלייבן זיך און אחדות פון אלע זאכן אין דער וועלט וועלכע זיינען אלע "שלוחים" של הקב״ה,

צו מגלה זיין "כבודו" של הקב״ה.

דער תפקיד פון די שלוחים איז צו מגלה זיין ביי אלע אנדערע מענטשן ווי זיי זיינען שלוחים של הקב״ה,

אידן -דורך די תרי״ג מצוות,

און גיט־אידן -דורך די שבע מצוות בני נח,

"לשבת יצרה".

ובפרטיות יותר - אין עולם שנה נפש:

עולם: א איד איז מגלה בכל פרט ופרט שבעולם זיין "שליחות",

צו מגלה זיין "כבודו" של הקב״ה.

נפש: נוסף אויף נפש בכלל,

אז א איד איז מגלה אין יעדער נפש - סיי אידן סיי ניט־אידן - זייער שליחות בעולם,

איז אויך אין זיין נפש פרטי,

טוט א איד זיין עבודת השליחות מיט אלע עשר כחות הנפש,

דורך אויסנוצן יעדער כח צוליב דער שליחות וואם ער

(דער כח)

איז בא־ שאפן געווארן: שכל - צו פארשטיין אלקות,

אהבה - צוליב אהבת ה׳ און אהבת ישראל וכיו״ב.

שנה: א איד איז מגלה אין יעדער חלק ופרט איו זמן,

זיין שליחות מיוחדת אין דינען דעם אויבערשטן,

כדלקמן.

ו. וביאור הענין:

"שליחות" דריקט אוים די נקודה כללית אין יעדער זאך וואס דער אויבער־ שטער טוט אין דער וועלט און סדר השתלשלות; יעדער זאך במציאות - איז צוליב א צוועק,

די כוונה ותכלית - די ״שליחות״ - צוליב וועלכער דער אוי־ בערשטער האט די זאך נאשאפף.

דערפון איז פארשטאנדיק אז נוסף אויף כללות ענין השליחות בכל הבריאה כולה ובכללות ירידת הנשמה בגוף,

שפיגלט זיך אפ דער עניז השליחות של הקב״ה אויר אין יעדער פרט ופרט - ע״ד הידוע אז תורה כללות ופרטות נאמרה■׳ 2 - אז יעדער פרט פון דער בריאה האט זיין שליחות מיוחדת פון דעם אוי־ בערשטן.

ועד״ז איז אויר בנוגע צו די שליחות פון ירידת הנשמה בגוף וכללות חיי האדם,

אז דאס איז באופן פון כללות ופרטות:

לכל לראש איז דא די שליחות כללית פון יעדער נשמה,

וואס ירדה מאיגרא רמה לבירא עמיקתא”,

בכדי מאכן א דירה לו יתברר בתחתונים

[א איד -בקיום התרי״ג מצוות,

און דערנאד קומט עם אראפ

(דורר אידן)

אין דער שליחות כללית פון אוה״ע - בקיום הז׳ מצוות ב״נ^ און גלייר בתחלת השליחות - קודם שיצא הולד לאויר העולם - זאגט מען אים אן וועגן זיין שליחות

(און מ׳גיט אים אויף דעם כחות)

: "משביעין* 2 אותו תהי צדיק ואל תהי רשע״י 2 ,

וואס דאס איז כולל כל עבודת השליחות שלו,

וועלכע טיילט זיר בכללות אויף די צוויי תנועות וקוים: עשה טוב

("תהי צדיק"),

מצות עשה

(אג־ הויבנדיק פון "אנכי ה׳ אלקיד",

הכולל כל

אמצעות איזה בחינה".

והר 3 כל המשכה והשפעה ואור כו׳

(מחוץ לעצמותו ית׳,

שמציאותו מעצמותו ואינו עלול מאיזה עילה שקדמה לו ח״ו - אגה״ק ם״כ)

היא המשכה.

ע״י אמצעות איזה בחינה".

יום א׳ פ׳ תולדות כ״ח מרחשון

47ו

מ״ע”^ און סור מרע

("אל תהי רשע"),

מצות לא תעשה

(אנהויבנדיק פון "ולא יהי׳ לח,

הכולל כל מל״ח" 5 ).

דערנאך שטעלט זיר דאם אויס אין פרטים

(בערך צו כללות השליחות הנ״ל),

אין פרטי זמן העבודה שלו: ווען ער ווערט געבארן,

בעת הכנסתו לבריתו של אברהם אבינו

(ואשה כמאן דמהילא דמיא 51 / בעת הבר־מצוה אדער בת־מצוה

(ווען ער

(זי)

ווערט מחוייב במצוות)

וכו׳.

ובזה גופא זיינעז אויר פאראן דרגות,

פון כללות הזמן ביז פרטות הזמן,

ביז בפרטי פרטיות.

אנהויבנדיק פון דער שליחות כללית

(אבער פרטית בערך צו כללות השליחות פון ירידת הנשמה בגוף)

וואס ווערט באנייט בכל שנה ושנה,

בראש השנה -ווען א איד איז ממליך דעם אויבערשטן -״תמליכוני עליכם" 52 - אלם "מלך ישראל" און "מלך על כל הארץ",

ד. ה. דער כללות קבלת עול מלכותו ית׳,

ובמילא אויר - כללות קבלת השליחות של הקב״ה,

וואם דאם איז דער יסוד פון גאנץ עבודת השליחות שלו

(בכל הפרטים)

-כמאחז״ל" "קבלו מלכותי",

און דערנאך - און דורך דעם - קען זיין "אגזור עליהם גזירות",

באופן אז "קבלו גזירותי" 54 .

וכל שנה ושנה בפרט האט איר א שליחות מיוחדת

(דוקא לשנה זו).

לדוגמא -בשנה זו,

שנח תש״נ - תהא שנת נסים,

ועד״ז בשנים שלפנ״ז: שנת תשמ״ח,

תישמח ותשמח - דער עניו השמחה,

שנת תשמ״ט ידיך,

וכיו״ב.

נאכמער בפרטיות קומט ארוים די שליחות בכל חודש וחודש פון די חדשי השנה: בכל

(ראש)

חודש - אויר מלשון חידוש - באקומט א איד א שליחות ועבודה חדשה 5 ׳,

לויט דעם מזל פון דעם חודש און לויט די מועדים וימים מיוחדים בכל חודש

[ועד״ז,

דער חילוק צורשן א חודש מלא אדער א חודש חסר].

לדוגמא - אין דעם חודש אין וועלכן מ׳גייט באלד אריין - חודש כסלו - באשטייט זיין עבודה מיוחדת פון די ימי חנוכה,

ולפני זה

(בימי החודש)

- די ימים מיוחדים

(טי״ת,

יו״ד און י״ט כסלו)

פארבונדן מיט יפוצו מעינו־ תיך חוצה,

וואס עיקר ענינו האט זיך אג־ געהויבן נאך דער גאולה פון דעם אלטן רבי׳ן בי״ט כסלו* 5 ,

און דערנאד

(בשנים לאחרי זה)

איז אין דעם צוגעקומען א הוספה בחג הגאולה פון דעם מיטעלן רבי׳ן ביו״ד כסלו 57 ,

און בטי״ת כסלו -יום הולדת ויום ההילולא שלו.

אין דעם חודש עצמו קומט דערנאך ארויס די שליחות בפרטיות עוד יותר -בכל שבוע ושבוע פון דעם חודש,

כידוע" 5 אז יעדער וואך הויבט זיך אן א נייער סדר והיקף הזמן

[דערפאר הויבט מעז אן ציילן בתחלת כל שבוע פון יום ראשון

(אע״פ

ספר השיחות - ה׳תש״נ

וואם זינט בריאת הזמן ביום ראשון ד־ מעשה בראשית זיינען דורך רבבות ימים),

ווייל דאס איז בדוגמת יום ראשון פון מעשה בראשית"'■],

און כל שבוע האט זיין עבודה מיוחדת - בהתאם צו פרשת השבוע,

מיט וועלכע מ׳דארף לעבדי■ במשך שבוע זה.

ובפרטיות עוד יותר - האט יעדער טאג אין וואך זיין שליחות 40 ,

כל יומא ויומא עביד עבידתי׳ 41 .

און בכל יום ויום - האט יעדע שעה אן עבודה ושליחות מיוחדת,

כידוע 42 אז די י״ב שעות היום זיינען כנגד די י״ב צירופי שם הוי/ און די י״ב שעות הלילה כנגד די י״ב צירופי שם אד׳,

ובכל שעה דארף זיין די עבודה בהתאם צו דעם צירוף השם וואם איז מאיר בשעה זו.

ביז - אז יעדער רגע איו א שעה האט זיין שליחות ועבודה מיוחדת׳■ 4 ,

כמ״ש 44 "לרגעים תבחננו",

מ׳איז אים בוחן צי ער האט אויסגענוצט יעדער רגע בשלימות בהתאם צו דער עבודה מיוחדת וואס דארף זיין ברגע זה.

ז. ע״פ הנ״ל קומט אוים,

אז בכדי א

איד,

א שליח זאל ממלא זיין שליחותו בשלימות פאדערן זיך בכללות צוויי עני־ נים:

(א) די ידיעה ומילוי פון זיין שליחות כללית בעולם,

וואם נעמט ארוס און נעמט דורך כל ימי חייו,

(ב) די ידיעה ומילוי השליחות פרטית בכל זמן לפי ענינו ~ שנה,

חודש,

שבוע,

יום,

שעה,

רגע,

ועד״ז בכל מקום לפי ענינו,

און בכל נפש לפי ענינו.

און די צוויי ענינים זיינען קיין סתירה ניט זה לזה,

נאר אדרבה: בכדי א איד זאל מקיים זיין שליחותו הכללית בשלימות -פאדערט זיך אז בכל זמן בו׳ לפי ענינו זאל ער זיך אינגאנצן אריינווארפן אין מקיים זיין די שליחות פון דעם זמן - דער ענין שהזמן גרמא,

פון דער רגע,

טאג וכיו״ב

(און דערביי ניט טראכטן ונתבלבל ווערן פון דער שליחות וואס וועט קומען בזמן שני)

; און דורך דעם ווערט דער רגע - און זיין עבודה דעמולט - דער "שער" 45 וועלכער איז אין זיך כולל

(און דורך אים זיינען עולה)

אלע אנדערע פרטים פון זיין עבודת השליחות במשך ימי חייו;

צוזאמען דערמיט,

דארף בכל רגע וכיו״ב ביי אים אויר זיין די ידיעה והברה אז דאם איז ניט קיין אפגעטיילטער רגע ועבודה פון שאר ימי חייו,

נאר ער דארף טאן כל התלוי בו צו זיך אויך גרייטן

(און וויסן אז זיין עבודה איצטער איז אויך א הכנה)

צו דער עבודה ושליחות ברגע שלאחרי זה,

ביז צו - מילוי השליחות הכללית פון דער גאנצער שעה,

מעת־לעת,

וואך,

חודש,

שנה וכל ימי חייו - שלאחרי זה.

און דאס

(די ידיעה אז די שליחות

יום א׳ פ׳ תולדות,

כ״ח מרחשון

49 ו

פרטית בכל זמן פרטי איז א חלק פון א שליחות כללית)

גיט צו אין דער הצלחה ושלימות פון מקיים זיין די שליחות פרטית,

בזמן פרטי.

און נאכמער: א מענטש דארף דאך שטענדיק שטייגן העכער אין זיין עבודה,

"ילבו מחיל אל חיל""

(נוסף אויף דעם וואם ער נוצט אוים יעדער רגע כשלימות).

ואפילו ווען ער דעגרייכט שוין צו שלימות,

ביז צו דער שלימות פון מאה ועשרים שנה,

איז היות עם קומט צו נאך א רגע,

נאד א שעה וכו׳,

קעז און דארף ער עולה זיין נאד העכערי 4 .

ובמילא,

בשעת אלע פרטי הדרגות בעבודת האדם

(בכל הזמנים)

זיינען א טייל פון איין כלל,

איז בשעת ער איז עולה העכער,

הויבט דאם אויף אויר זיין עבודה שלפני זה,

וועלכע איז א הכנה והקדמה צו די שפעטערידיקע עבודה" 4 .

עפ״ז איז אויך פארשטאנדיק לאידך גיסא: טאמער עם האט

(מאיזו סיבה ש־ תהי׳)

געפעלט אין דער מילוי השליחות ברגע

(וכיו״ב)

מסויים - האט מען די הוראה פון רבותינו נשיאינו״ 4 ,

אז "ס׳איז ניטא קיין פארפאלן",

און מ׳האט די געלעגנהייט צו דאם פארריכטן אין די רגעים שלאחרי זה,

דורך דעם וואם מ׳טוט - נוסף צו דער עבודה השייכת לרגע זה - אויך די עבודה השייך לרגע שלפנ״ז,

בצירוף עבודת התשובה וועלכע מאכט אים א בעה״ב אויפן עבר" 5

[אפילו אן עבר וואם איז א ריבוי זמן לפני זה,

עאכו״כ אויב עם רעדט זיך וועגן אן עבודה במשך דעם יאר,

חודש,

שבוע אדער שעה],

אז ער זאל קענען ממלא זיין די עבודה ושליחות השייכת צו דעם זמן בעבר.

ויומתק ע״פ הנ״ל,

אז די אלע חילוקים בזמן עבודת האדם זיינען פארבונדן און זייגעז א טייל פון איין כלל,

ובמילא קען מען ממלא ומשלים זיין א שליחות בעבר דורך דער עבודה - בצירוף עבודת התשובה - אין א זמן לאחרי זה.

ח. ויהי רצון,

אז יעדערער זאל זיך מתבונן זיין בדבורים אלו בענין השליחות - נוסף צו דער התבוננות אין די עניני שליחות וועגן וועלכע מ׳האט זיכער גע־ רעדט בא דעם "כינוס השלוחים העולמי",

און די התבוננות זאל ביי אים אראפקו־ מעז אין א לייכטן אופן אין מעשה בפועל,

המעשה הוא העיקרי 5 ,

במילוי השליחות של כל א׳ וא׳,

און באופן של הוספה כהנה וכהנה בכל עניני השליחות,

במאחז״ל׳ 5 מי

50ו

ספר השיחות - ה׳תש״נ

שיש לו מנה רוצה מאתיים,

ומי שיש לו מאתיים רוצה ד׳ מאותיי■ וכו/ באופן פון ילכו מחיל אל חיל,

אז נוסף לזה וואם מ׳נוצט אויס יעדער רגע כשלימות,

איז מען מוסיף ועולה בזה העכער און העכער,

ביז מ׳קומט צו דער שלימות פון מאה ועשרים,

ביז - די שלימות פון "מאה שנה ועשרים שנה ושבע שנים" פון "שני חיי שרה" 56 ,

און צוזאמען מיט דער שלימות השליחות בכל הימים והשנים,

האט מען אויך די שלימות במילוי השליחות בכל כחות הנפש,

דער חפץ ורצון השליח

(מאה שנה/ זיינע מוחין

(עשרים שנה),

און זיינע שבע מדות

(שבע שנים)

5 / "בכל לבבך ובכל נפשך ובכל מאדר" 6 /

און דורך דעם וואם דער שליח נוצט אוים אלע זיינע עשר כחות במילוי שליחותו - ברענגט ער דעמולט גלייך דעם גילוי פון משיח

(שליח בצירוף עשר)

-גילוי משיח שבכל א׳ מישראל,

ביז -גילוי משיח צדקנו בפשטות - תכלית השלימות פון מטרת השליחות 57 .

און אויך דערנאר איז מען ממשיך די עבודה אלם נשמות בגופים - בלי הפסק כלל - אין דער אריכות ימים שלאחרי זה

(נאך ק״כ וקכ״ז שנה וכו׳),

ביז אין חיים נצחיים בגאולה האמיתית והשלימה,

און

ר״ס חיי שרה.

שערי תשובה לר״י נ,

כז. מנוה״ס להר״י אלנקווה ח״ד פי״ד ע׳ 250.

דעמולט קומט צו א שליחות נוספת פאר־ בוגדן מיט די נייע ימים ושנים פון חיים נצחיים,

וואם דאם גיט אויר צו אין דער עבודת השליחות נאד בזמן הזה,

ווי מ׳זעט טבע האדם,

אז בשעת ער ווייס אז זיין איצטי־ קע עבודה

(איז ניט בלויז א פעולה אויף א רגע קטן,

נאר זי)

וועט נמשך ווערן און איז אים נוגע אויף א סך יארן,

ביז לכל משך ימי חייו - טוט ער דאס בהשתדלות יתירה,

און נוצט אויס במילואו אלע שנים וכחות וואס דער אויבערשטער האט אים געגעבן

(זייעדיק שלוחו של אדם

(העליון)

כמותו,

ביז כמותו ממש כביכול)

בכדי דורכפירן זיין שליחות בכל רגע,

בכל שעה בכל יום,

בכל שבוע,

בכל חודש,

בכל שנה,

ובמשך כל ימי חייו,

און אויב דאם איז אזוי בנוגע צו ימי חייו המוגבלים,

עאכו״ב ווען עס רעדט זיך וועגן חיים נצחיים

(בלי הפסק כלל בינתיים)

- אז ער ווייסט אז זיין עבודה ופעולה איצטער איז נוגע צו חיים נצחיים,

איז דאך זיכער פארשטאנדיק די השתדלות הכי גדולה און שמחה הכי גדולה וואם איז דא אין דער עבודה.

ויש לומר נאכמער: דורך זיין עבודה גיט ער צו אין חיים נצחיים עצמם -כידוע אז אויר אין חיים נצחיים איז שייר דער ענין פון "ילכו מחיל אל חיל"

(בעליות בקדושה עצמה)" 5 .

ט. וכן תהי׳ לנו תיכף ומיד ממש,

אז "ילכו מחיל אל חיל" במילוי השליחות,

ביז "יראה אל אלקים בציון" 6 / סיי גילוי פון ציון בפשטות - דער חלק פון ציון אין ירושלים עיר הקודש

(די פנימיות פון ירושלים),

אין ארצנו הקדושה,

און סיי גילוי פון ציון שבנשמה,

פנימיות ה־

יום א׳ 0׳ תולדות,

כ״ח מרוזשון

51ו

נשמהי 5 ,

יחידה שבנפש

(בחי׳ משיח שנו"^

דורך דעם וואם יעדער שליח - דורך אויסנוצן זיינע עשר כחות - איז מגלה בא זיך זיין "ציון" שבנשמה,

בחי׳ "משיח" שבו,

און איז אויר מגלה בחי׳ ציון בחלקו בעולם - די פנימיות שבעולם,

ובאופן גלוי ביז אין אן אופן פון ממש,

אז מ׳קען דאם אנטאפן מימן חוש המישוש,

ואדרבה - דער חידוש פון דירה בתחתונים איז דוקא אין גשמיות וממשות של העולם,

כידוע׳?

י. וסיכום הדברים - ובפשטות:

פון דער מילוי השליחות ברגע זה,

רגע האחרון אין גלות - טאנצט מען גלייך ארייף" אין מילוי השליחות שברגע

שלאחרי זה,

רגע הראשון פון גאולה,

טאקע א רגע אחד,

אבער אזא רגע וואס איז משנה - באופן שלא בערך - די גאני צע מציאות פון זמן ומקום מכאן ולהבא,

און מ׳האט דעמולט א נייע שליחות,

מיט נייע כחות,

בהתאם צו דעם מצב לאחרי הגאולה האמיתית והשלימה,

- און אין דעם גופא איז מען נאכמער מוסיף דורך דעם וואט מ׳גיט איצטער א שליחות נוספת פון צדקה צו די אלע שלוחים וואס געפינען זיך דא.-

ועוד והוא העיקר: מ׳האט די אלע ענינים למטה מעשרה טפחים,

אנהויבנדיק פון דעם רגע הראשון פון גאולה האמיתית והשלימה,

ו״ילכו מחיל אל חיל יראה אל אלקים בציון",

גילוי ציון שבירושלים,

און ציון שבנשמה,

ובאופן פון ממש,

תיכף ומיד ממש.

[כ״ק אדמו״ר שליט״א נתן לכאו״א מהשלוחים שיחיו ומשפחותיהם,

ולכל הנוכחים - שטר של דולר,

לתת אותו

(או חילופו)

לצדקה,

ובהוספה משלהם].

52ו

ספר'השיחות - ה׳תש״ג

Reader controls and commentary are loading.