א.
אין פסוק 1
לקח את ספר התורה הזה ושמתם אותו מצד ארון ברית ה׳ אלקיכם גו׳,
שטעלט זיך רש״י
(אין צווייטן דיבור המתחיל 2 )
אויף די ווערטער "מצד ארון ברית ה׳" און איז מפרש: "נחלקו בו חכמי ישראל בבבא בתרא 3 ,
יש מהם אומרים דף הי׳ בולט מן הארון מבחוץ ושם הי׳ מונח,
ויש אומרים מצד הלוחות הי׳ מונח בתוך הארון".
איז אין דעם ניט פארשטאנדיק:
דער פירוש הפשוט פון " מצד ארון" איז — ביי דער זייט פון דעם ארון.
פארוואס־זשע ברענגט רש״י בפירושו על התורה — אין וועלכן "לא באתי אלא לפשוטו של מקרא״ 4
- אויך די דיעה אז די ס״ת איז געלעגן " בתוך הארון",
און אז " מצד ארון " מיינט אין ארון נאר "מצד הלוחות "?
די קשיא איז נאך גרעסער:
אפילו די גמרא
(וואס לערנט די פסוקי התורה ע״פ דרך ההלכה והדרוש וכו׳)
זאגט,
אז פון דעם פסוק "ושמתם אותו מצד ארון ברית ה׳ אלקיכם" אליין,
וואלט מען אנגענומען אז די ס״ת איז געלעגן מחוץ לארון 5
; און די "חכמי ישראל" וואס האלטן אז זי איז געווען מונח בתוך הארון,
לערנען זיי עס אפ
( ניט פון פסוק "מצד ארון גו'",
נאר)
פון אן אנדער פסוק — און יענער פסוק איז זיי מכריח איינצולערנען אין "מצד ארון" אז דאס מיינט "מצד הלוחות".
אבער פון דעם וואס רש״י ברענגט ניט אין זיין פירוש קיין ראי׳ פון אנדערע פסוקים,
איז קלאר,
אז אויך דעם צווייטן פירוש — "מצד הלוחות הי׳ מונח בתוך הארון״ — נעמט ער ארויס פון אונזער פסוק "מצד ארון ברית ה׳" 6 .
איז וואו געפינט עס רש״י דעם הכרח צו לערנען,
אז "מצד ארון" מיינט ״ בתוך הארון ..
מצד הלוחות "
— וואס איז לכאורה היפך פון פשטות הכתוב?
ב.
שוין גערעדט פיל מאל,
אז בשעת רש״י לאזט וויסן בתחלת פירושו אין א פסוק — נאך איידער ער שרייבט די פירושים גופא — אז דא זיינען פאראן צוויי
(עטליכע)
פירושים,
מיינט ער דערמיט צו מדגיש זיין,
אז די פירושים זיינען "שקולים"
(ניט ווי אין אנדערע ערטער,
וואו דער פירוש הראשון אין רש״י איז עיקר פירושו
(און דערפאר גופא ברענגט ער אים פריער)
ווייל ער איז גלאטיקער אין דרך הפשט).
נאר וויבאלד אז ס׳איז אוממעגלעך צו שרייבן ביידע פירושים בבת אחת,
דעריבער איז ער מקדים איין פירוש פארן צווייטן.
וואס אזוי איז עס אויך אין אונזער פירוש רש״י,
אז מיט זיין הוספה בפירושו
(אלס הקדמה)
"נחלקו בו חכמי ישראל" מיינט ער צו זאגן,
אז דער פירוש "מצד הלוחות הי׳ מונח בתוך הארון" איז ניט ווייטער פון דרך הפשט ווי דער פירוש אז די ספר תורה איז געווען מחוץ להארון.
ועפ״ז איז נאך מער תמוה: אפילו אויב מצד איזה טעם וויל רש״י ברענגען אויך דעם פירוש "מצד הלוחות כו'״ — ווי איז אבער שייך צו זאגן אז דעך פירוש איז אזוי גוט ווי דער פירוש "דף הי׳ בולט מן הארון מבחוץ כו'",
בשעת די פשטות משמעות הלשון ״מצד ארון״ איז — ביי דער זייט פון ארון?
ג.
אויך אין ערשטן פירוש פון רש"י איז ניט מובן: פון די ווערטער "מצד ארון ברית ה'" ווייס מען בלויז אז די ס״ת איז געלעגן מחוץ לארון
(ווי די פשוט׳ע משמעות פון "מצד ארון").
וואו איז אבער דער הכרח אז די ס״ת איז געלעגן אויף א דף און אז דער דף איז געווען בולט מן הארון?
ולכאורה — אדרבה : פון דעם וואס אין ציווי אויף עשיית הארון 7 ,
אזוי אויך אין "ויעש בצלאל את הארון" 8 ,
ווערן אויסגערעכנט אלע פרטים פון דעם ארון און קיין "דף" ווערט ניט דערמאנט,
דארף מען לכאורה אננעמען,
אז קיין דף האט פון ארון ניט בולט געווען,
און די זאך
(א דף אדער עפעס אנדערש 9 )
אויף וואס די ס״ת איז געלעגן — איז געווען אן ענין בפני עצמו,
וואס איז ניט געווען מחובר מיטן ארון.
איז די שאלה — וואס איז רש״י׳ן מכריח צו מחדש זיין אז
(אויך)
בפשוטו של מקרא "דף הי׳ בולט מן הארון״?
ד.
נוסף לכל הנ״ל,
זיינען אויך ניט פארשטאנדיק כמה פרטים
(דיוקים)
אין דעם פירוש רש״י:
א)
פארוואס איז רש״י מעתיק פון פסוק
(ניט נאר די ווערטער "מצד ארון" וועלכע ער טייטשט אפ,
נאר)
אויך די ווערטער ״ברית ה׳״ 10
— לכאורה איז דאך צו זיינע ביידע פירושים
(בנוגע וואו די ס״ת איז
געלעגן)
נוגע בלויז די ווערטער "מצד ארון"?
ב)
רש״י בפירושו על התורה איז ניט מציין די מקורים צו זיינע פירושים 11 ,
סיידן וואו דורך דעם קומט צו א תוספות ביאור אין דעם פירוש.
דארף מען פארשטיין: וואס פאר א תוספות הבנה קומט צו אין די צוויי פירושים וואס רש״י ברענגט,
דורך זיין לאזן וויסן אז זיי שטייען "בבבא בתרא״?
ה.
איז דער ביאור בכל זה:
באם ציווי "לקוח גו׳ ושמתם אותו מצד ארון ברית ה׳ גו'",
איז דער פסוק מדגיש "ויצו משה את הלויים נושאי ארון ברית ה׳" 12 .
איז דערפון פארשטאנדיק 13 ,
אז אט דער ציווי אז די ס״ת זאל זיך געפינען "מצד ארון ברית ה׳ אלקיכם" איז חל ניט בלויז אויף זמן חניית המשכן,
נאר אויך אויף זמן המסעות — ווען די לויים טראגן דעם ארון.
נוסף לזה: דער סיפור "ויכתוב משה את התורה הזאת גו׳" 14
און דערנאך "ויהי ככלות משה לכתוב את דברי התורה הזאת גו׳ ויצו משה גו׳ ושמתם אותו מצד ארון ברית ה׳ אלקיכם גו׳״ 15
— קומט בהמשך צו "ויקרא משה ליהושע גו׳ כי אתה תבוא את העם הזה אל הארץ גו׳" 16 .
און וויבאלד אז גייענדיק קיין ארץ־ ישראל האט מען דעם משכן פאנאנדערגענומען און מען האט אים אויפגעשטעלט מיט א צייט שפעטער 17 ,
האט דאך קיין ארט ניט צו לערנען אז דער המשך הציווי
("ושמתם אותו מצד ארון גו׳")
ליהושע האט געמיינט אז די ס״ת זאל זיך געפינען "מצד ארון" ערשט לאחרי ווי מען וועט אויפשטעלן דעם משכן,
מיט א צייט שפעטער.
פרעגט דעריבער דער "בן חמש
(למקרא)
": בשעת המסעות איז דער ארון געווען צוגעדעקט מיט דריי כיסויים 18 .
ובמילא,
איז אפילו אויב מ׳זאל זאגן אז אויך בשעת המסעות האט מען געטראגן די ס״ת ביי דער זייט פון ארון,
איז עס דאך ניט געווען "מצד ארון" ממש,
ווארום די כיסויים האבן מפסיק געווען צווישן דעם ארון מיט דער ספר תורה?
אויף דעם זאגט רש״י "נחלקו בו חכמי ישראל כו׳",
אז אין דעם זיינען פאראן צוויי פירושים:
איין פירוש איז,
"דף הי׳ בולט מן הארון מבחוץ ושם הי׳ מונח".
אז די ס״ת איז געלעגן אויף א דף וועלכער האט בולט געווען פון דעם ארון גופא,
און די כיסויים האבן צוגעדעקט דעם ארון צוזאמען מיטן דף,
ובמילא האט זיך די ס״ת געפונען "מצד ארון" אויך בעת המסעות.
און כאטש אז פון די סדרות תרומה און ויקהל איז משמע,
אז פון דעם ארון האט קיין דף ניט ארויסגעשטעקט
(כנ״ל סעיף ג׳)
— קען מען זאגן,
אז בשעת דער אויבערשטער האט אנגעזאגט משה׳ן צו אוועקלייגן די ס״ת מצד ארון ברית ה׳
(ווארום געוויס איז משה׳ס ציווי "לקח גו׳ ושמתם גו'" ניט געווען מדעת עצמו ח״ו,
נאר ער האט עס געהערט פון אויבערשטן),
האט ער פון דעם ציווי גופא פארשטאנען,
אז מען דארף מאכן א דף וואס זאל בולט זיין פון ארון,
בכדי די ס״ת זאל זיין "מצד ארון" אויך בשעת המסעות.
אבער היות ווי ס׳איז א גרויסער דוחק צו זאגן אז בשנת הארבעים האט מען משנה געווען דעם ארון
(צוגעמאכט צום ארון א דף)
— ברענגט רש״י דעריבער נאך א פירוש ווי אזוי די ס״ת איז געלעגן שטענדיק מצד ארון ברית ה׳ — "מצד הלוחות הי׳ מונח בתוך הארון".
אבער אויך דער פירוש איז שווער,
ווייל פשטות הלשון "מצד ארון" מיינט אין דער זייט פון ארון
( ניט בתוך הארון)
— דעריבער קערט זיך רש״י אום צום ערשטן פירוש.
און היות ווי דער פירוש "דף הי׳ בולט מן הארון״ — א זאך וואס ווערט אין ערגעץ ניט דערמאנט — איז ניט ווינציקער שווער ווי דער פירוש אז "מצד ארון" מיינט בתוך הארון מצד הלוחות — דעריבער איז רש״י מקדים לפירושו "נחלקו בו חכמי ישראל",
צו זאגן,
אז ביידע פירושים זיינען שקולים
(כנ״ל סעיף ב׳).
ו.
לכאורה קען מען פרעגן:
וואס איז בכלל דער הכרח,
אז מיט "ושמתם אותו מצד ארון" ווערט געמיינט דער ארון שעשה בצלאל,
וואס דאן,
איז וויבאלד מ׳האט דעם ארון צוגעדעקט מיט דריי כיסויים בעת המסעות — מוז מען דוחק זיין אז בשנת הארבעים איז געווארן א שינוי אז "דף הי׳ בולט מן הארון" אדער אז "מצד ארון" מיינט "מצד הלוחות כו׳"
— מען קען דאך לערנען,
אז דא מיינט מען דעם ארון שעשה משה 19
— וואס איז געווען מיט די אידן די גאנצע צייט און אויך ער הייסט "ארון ברית ה׳״ 20 ,
און וועגן דעם ארון געפינט מען ניט אז מ׳זאל אים דארפן צודעקן בעת המסעות.
און דאן,
וועט דער פירוש "מצד ארון" זיין מובן בפשטות — אין דער זייט פון ארון
(מבחוץ)?
אט די שאלה באווארנט רש״י דורכן מעתיק זיין
(פאר זיין פירוש)
די ווערטער "מצד ארון ברית ה ׳":
אין פריערדיקן פסוק שטייט "ויצו משה את הלויים נושאי ארון ברית ה'״ — און דארט ווערט געוויס געמיינט דער ארון שעשה בצלאל,
וואס דוקא אויף אים שטייט אז די לויים
(בני קהת)
האבן אים געטראגן 21
— איז דערפון פארשטאנדיק,
אז דער ציווי "ושמתם אותו מצד ארון ברית ה '" וואס קומט בהמשך און מיט דער זעלבער אריכות הלשון ווי אין דעם פריערדיקן פסוק,
מיינט אויך דעם ארון שעשה בצלאל.
ז.
לאחרי כל זה,
ווערט ביים תלמיד נתעורר א שאלה:
ס׳איז א דבר הפשוט 22 ,
אז די מאס פון דעם ארון — אמתים וחצי ארכו ואמה וחצי רחבו 23
— איז געווען פארבונדן מיט דער מאס פון דעם וואס ס׳איז געלעגן אין ארון 24 .
און וויבאלד אזוי,
קומט דאך אויס,
אז די פלוגתא צווישן די חכמי ישראל צי די ס״ת איז געלעגן מבחוץ פון ארון אדער בתוך הארון,
וועט מרבה זיין במחלוקת — זי וועט בריינגען צו נאך א פלוגתא: לויט דער דיעה אז די ס״ת איז געווען בתוך הארון,
וועט אויסקומען,
אז די לוחות זיינען געווען א סך קלעגער ווי דער ארון; און לויט דער דיעה אז די ס״ת איז געווען מחוץ לארון,
דארף אויסקומען,
אז די לוחות זיינען געווען פיל גרעסער — כמעט אזוי גרויס ווי דער ארון.
— בכדי ארויסצונעמען דעם תלמיד פון דעם טעות,
צייכנט רש״י אן אז די מחלוקת איז אין ב״ב.
און בשעת דער תלמיד וועט דארטן אריינקוקן,
וועט ער זען,
אז לויט ביידע דיעות זיינען די לוחות געווען די זעלבע גרויס,
און פונדעסטוועגן איז אויך לויטן מ״ד אז די ס״ת איז געווען מחוץ לארון,
איז אבער קיין ליידיקער ארט אין ארון ניט געווען — ווייל לויט דער דיעה איז דער ארון געווען קלענער .
ווי די גמרא זאגט דארט,
אז ר״מ,
וואס האלט אז די ס״ת איז געווען בתוך הארון,
לערנט "אמתים וחצי גו׳ ואמה וחצי גו׳״ — "באמה בת ששה טפחים",
און ר״י,
וואס האלט אז די ס״ת איז געווען מחוץ לארון,
זאגט "באמה בת חמשה טפחים".
ח.
עפ״י הנ״ל וועט אויך זיין פארשטאנדיק,
וואס רש״י איז מציין דוקא צו ב״ב — כאטש די מחלוקת איז פאראן אויך אין ירושלמי
(צוויי מאל — אין מס׳ שקלים 25
און מס׳ סוטה 26 )
און אין מדרש 27 ,
און אויך דארט שטייט אז ר״מ און ר״י זיינען מחולק אין דער מאס פון ארון:
ווייל 28
לויטן חשבון פון ירושלמי און מדרש איז
(לויט ביידע דיעות 29 )
דער מקום הארון געווען אויסגעפילט מיט די לוחות און מיט די שברי לוחות הראשונות 30
(און לויט ר׳ מאיר׳ן אויך מיט דער ס״ת) 31 .
און וויבאלד אז לדעת רש״י
(איז ע״ד הפשט)
זיינען די שברי לוחות געלעגן אין דעם ארון שעשה משה 32
(ניט אין דעם ארון וואס בצלאל האט געמאכט)
— וועט דאן אויסקומען,
אז לויטן חשבון פון ירושלמי און מדרש איז
(אין דרך הפשט)
געווען א ליידיקער ארט אין ארון לויט ביידע דיעות,
דערפאר איז רש״י מציין צו ב״ב,
ווייל לויטן חשבון אין ב״ב,
איז אין
(אורך ורוחב ה)
ארון ניט געווען קיין ארט פאר די שברי לוחות
(ווי רש״י זאגט דארטן,
אז די שברי לוחות ראשונות זיינען געווען תחת הלוחות),
און דער גאנצער
(אורך ורוחב פון)
ארון איז געווען ממולא מיט די לחות שניות,
און לדעת ר״מ — אויך מיט דער ס״ת.
ט.
לפי הנ״ל
(ס״ה),
אז ביידע פירושים — סיי דער פירוש "דף הי׳ בולט כו׳" סיי דער פירוש "מצד הלחות הי׳ מונח כו׳״ — זיינען שווער,
און די שוועריקייט אין ביידע פירושים איז בשוה,
וואס דערפאר דערמאנט רש״י ביידע פירושים בבת אחת
(כנ״ל שם)
— ווערט ביים תלמיד נתעורר נאך א שאלה: פארוואס האלטן טאקע אנדערע אז "דף הי׳ מונח כו׳" און אנדערע "מצד הלוחות כו׳"?
איז די שאלה באווארנט רש״י מיט זיין לשון "נחלקו בו חכמי ישראל":
מצד דרך הפשט זיינען טאקע ביידע פירושים שקולים,
און דאס וואס אין גמרא האלט יעדער תנא ווי זיין שיטה,
איז עס פארבונדן
(ניט מיט פשטות הכתובים,
נאר)
מיט דעם וואס זיי זיינען "חכמי ישראל",
ד.
ה.
מיט זייערע שיטות אין דרכי החכמה,
כדלקמן.
י.
דער ביאור פון "ושמתם אותו מצד ארון ברית ה׳"
(בפנימיות הענינים)
:
אין די לחות זיינען געווען אלע ענינים פון תורה באופן כללי 33 ,
און אין ספר תורה קומען זיי ארויס בפרטיות.
און היות אז יעדער ענין,
בשעת ער קומט ארויס אין פרטים,
ווערט זיין אור נתצמצם און פאנאנדערגעטיילט אין די פילע פרטים,
דערויף קומט דער ציווי "ושמתם אותו מצד ארון ברית ה׳",
אז
(די ס״ת)
די פרטים זאלן זיין פארבונדן מיט
(די לוחות)
זייער כלל.
און אין דעם באשטייט די פלוגתא צווישן די ״חכמי ישראל״ — ר״מ און ר״י — אויף וויפל די פרטים דארפן זיין פארבונדן מיטן כלל:
ר״מ האלט,
אז די פרטי השכל וועלכע דער רב איז משפיע צום תלמיד,
כאטש דער רב קען טאקע ניט משפיע זיין צום תלמיד די נקודת השכל ווי זי איז ביי אים נאר ער מוז אים געבן פרטים 34 ,
דארפן אבער די פרטים זיין אין דעם זעלבן ארט
(מדריגה)
פון דער נקודת השכל,
ווארום ווען די פרטים זאלן ארויסגיין פון דער נקודה — וועט זיך דאן פארלירן דער תוקף וריבוי האור,
און דעריבער האלט ער,
אז די ס״ת
(פרטים)
איז געלעגן בתוך הארון — אין דעם זעלבן ארט וואו עס זיינען געווען די לוחות
(כלל)
;
אבער ר״י האלט,
אז בכדי דער תלמיד זאל משיג זיין דעם שכל,
דארף די השפעה פון רב אראפקומען באופן אז די פרטים זאלן ארויסגיין פון מקום ומדריגת הנקודה.
נאר די השפעה דארף זיין אין אזא וועג,
אז אויך לאחרי ווי די פרטים גייען ארויס פון דער נקודה,
זאל אין זיי זיין נרגש אז זיי זיינען
(ניט קיין ענין לעצמם,
נאר)
נובע פון דער נקודה.
און דעריבער האלט ר״י,
אז די ס״ת איז געווען מחוץ לארון,
אבער פונדעסטוועגן,
איז די ס״ת געלעגן אויף א דף וואס האט בולט געווען פון דעם ארון.
[און דאס איז אויך דער טעם בפנימיות הענינים וואס רש״י איז מקדים דעם פירוש "דף הי׳ בולט כו׳" 35
— ווייל דער דרך פון שיטת ר״מ,
אז די פרטים זאלן שטיין אין דער זעלבער דרגא פון כלל,
איז שייך בלויז פאר יחידי סגולה — ווי די גמרא זאגט אויף ר׳ מאיר׳ן "לא יכלו חביריו לעמוד על סוף דעתו" 36
; און דער דרך פאר רוב בני אדם איז
(ווי שיטת רבי יהודה),
אז עס דארפן טאקע זיין פרטים בבחי׳ מציאות,
אבער אין די פרטים זאל זיך הערן די נקודה].
יא.
און דאס איז אויך די שייכות פון דעם ציווי ״לקח 37
את ספר התורה הזה ושמתם אותו מצד ארון ברית ה'"
[וואס שטייט אין היינטיקער סדרה,
וועלכע מען לייענט שבת תשובה
(כבשנה זו),
אדער
(בכמה שנים)
אין דעם שבת וואס פאר
(און בסמיכות צו)
עשרת ימי תשובה]
— צו עשי״ת:
מצד דעם וואס בעשי״ת איז מאיר בחי׳ יחידה שבנפש 38 ,
זיינען זיי אנדערש און אויסגעטלייט פון כל ימי השנה
— ניט בלויז אין ענינים וואס קומען מצד בחי׳ יחידה — די עבודה וואס איז דא נאר בעשי״ת,
נאר —
אויך אין די ענינים וועלכע זיינען שייך צו כחות הגלויים — דער קיום התומ״צ וואס איז דא אויך בכל ימי השנה,
ווייל אויך אין די כחות הגלויים איז מאיר בחי׳ יחידה,
בדוגמת דעם "ספר התורה הזה" וואס איז געלעגן "מצד ארון ברית ה׳".
(משיחת ש״פ וילך,
שבת תשובה,
תשכ״ט)