B"H
🏡

Ikar

נצבים א

א.

אויף "ושב הוי׳ אלקיך את שבותך" 1 ,

פרעגט רש״י "הי׳ לו לכתוב והשיב את שבותך".

וואס די כוונה אין דער שאלה איז

(א)

אז אנשטאט "ושב" האט געזאלט שטיין "והשיב",

און

(ב)

צוליב וואס שטייט "הוי׳ אלקיך" 2

: עס שטייט דאך ערשט 3

אז די הקדמה וסיבה פון דעם ״ ושב ״ — מוז זיין "ושבת עד הוי׳ אלקיך",

מדה כנגד מדה: דורך " ושבת

(עד ה״א)

" קומט " ושב גו"׳,

איז דאך מובן 4

אז דער "ושב"

(אדער "והשיב")

גייט עס אויף דעם

(עד)

״הוי׳ אלקיך״ — דעם אויבערשטן?

און רש״י ענטפערט: "רבותינו 5

למדו 6

מכאן כביכול שהשכינה שרוי' עם ישראל בצרת גלותם,

וכשנגאלין הכתיב גאולה לעצמו שהוא ישוב עמהם".

דארף מען פארשטיין:

א)

אין פ׳ שמות 7

האט שוין רש״י מפרש געווען,

אז דאס וואס דער אויבערשטער האט זיך באוויזן צו משה רבינו "מתוך הסנה " איז עס "משום עמו אנכי בצרה".

איז ווי זאגט רש״י דא אז מען לערנט ערשט אפ " מכאן " אז די שכינה איז שורה עם ישראל בצרת גלותם — בעת מען ווייס עס שוין פון פ׳ שמות?

ב)

"עמו אנכי בצרה" איז דאך א בפירוש׳ער פסוק 8 ,

דארף מען דאך דאס ניט אפלערנען "מכאן" פון א דיוק אין אן אנדער פסוק* 8 ?

ג)

אין פסוק "ושב הוי׳ אלקיך" שטייט בלויז אז דער אויבערשטער קערט זיך אום פון גלות .

וואו געפינט רש״י אין דעם פסוק די הדגשה

"שהשכינה שרוי׳ עם ישראל בצרת גלותם״?

פון דעם פסוק ווייס מען נאר אז שכינה עמהם 9

,

אבער ניט אז דאס איז עמהם בצרה — וואס דאס ווערט געזאגט אין פסוק "עמו אנכי בצרה" אדער בפסוק "בכל צרתם לו צר" 10 ?

ד)

לאחרי ווי רש״י זאגט "שהשכינה שרוי׳ עם ישראל בצרת גלותם ",

איז דאך שוין במילא פארשטאנדיק אז בשעת די אידן גייען ארויס פון גלות גייט ארויס פון גלות אויך די שכינה 11 .

צוליב וואס דארף רש״י מפרט זיין "וכשנגאלין כו' ישוב עמהם"?

ה)

ווען רש״י וויל עס שוין זאגן בפירוש

(הגם ס'איז לכאורה מובן מעצמו)

בכדי צו פארטייטשן דעם לשון ״ושב הוי׳ אלקיך״ 12

— האט ער געדארפט בלויז זאגן "וכשנגאלין ישוב עמהם",

וואס מיינט ער מיטן לשון "הכתיב גאולה לעצמו"?

ב.

דערנאך איז רש״י ממשיך: "ועוד יש לומר שגדול יום קבוץ גליות ובקושי כאילו הוא עצמו צריך להיות אוחז בידיו ממש איש איש ממקומו כענין שנאמר 13

ואתם תלוקטו לאחד אחד בני ישראל.

ואף בגליות שאר האומות מצינו כן שנאמר ושבתי את שבות בני עמון" 14 .

דארף מען פארשטיין:

א)

צוליב וואס דארף רש״י אנקומען צו צוויי פירושים 15 ?

דאס וואס רש״י באגנוגנט זיך ניט מיטן "ועוד י״ל",

קען מען לכאורה מסביר זיין : פון דעם לשון "ושב הוי׳ אלקיך"

(אז דער אויבערשטער וועט זיך אומקערן כביכול פון גלות)

איז משמע,

אז ער געפינט זיך כביכול אין גלות אויך פאר דעם זמן פון ״ושב" 16

— ניט בלויז וואס ער וועט

קומען אהין אין דעם "יום קיבוץ גליות" בכדי ארויסצונעמען פון דארט די אידן — און דעריבער דארף ער אנקומען צום פירוש "שהשכינה שרוי׳ עם ישראל בצרת גלותם כו׳״ 17

;

ס׳איז אבער ניט מובן: וואס דארף רש״י אנקומען צו "ועוד י״ל כו׳" און ס׳איז אים ניט גענוג דער פירוש וואס ער זאגט פריער 18 ?

ב)

אין פסוק דא רעדט זיך וועגן דער גאולה פון אידן .

וואס איז רש״י מסיים "ואף בגליות שאר האומות מצינו כן כו׳״ 19 ?

ג)

די קשיא איז נאך שטארקער: בכדי צו ברענגען א ראי׳ אז דער אויבערשטער וועט ארויסנעמען פון גלות יעדערן באזונדער,

איז גענוג ווען רש״י זאל ברענגען די ווערטער ״ואתם תלוקטו לאחד אחד״ — אן דעם סיום פון די ווערטער "בני ישראל".

איז דאך דערפון קענטיק,

אז ער וויל דערמיט מדגיש זיין אז דאס וואס "אוחז בידיו ממש איש איש ממקומו" האט א שייכות אויך צו "בני ישראל"

[וואס אזוי איז אויך משמע אין אונזער פסוק "ושב הוי׳ אלקיך "

(לויטן צווייטן פירוש)

: דאס וואס ״אוחז בידיו ממש איש איש כו׳ ״ — ״ושב״ — איז עס דערפאר ווייל הוי׳ איז אלקיך — דיין ג-ט 20 ],

היינט ווי זאגט רש״י גלייך נאך דעם "ואף בגליות שאר האומות מצינו כן כו׳ ״ ?

ד)

וואס איז דא נוגע די גאנצע אריכות ובמילא דארף מען בריינגען ראיות פון נביאים וכו׳?

ה)

וואס מיינט רש״י מוסיף זיין מיט זאגן " ממש" 21

,

ניט "בידיו" סתם ווי ער זאגט בפירושו בפ' ואתחנן* 21 ?

ג.

דעם ביאור בכל הנ״ל וועט מען פארשטיין בהקדם וואס מען געפינט

ביי יעדערן פון די אבות 22 ,

אז דער אויבערשטער איז מיט אים געווען.

וואס דער ביאור פון דעם בפשטות איז: היות ווי די הנהגה שלמעלה מיט די אבות איז געווען אין אן אופן פון למעלה מהטבע,

ביז — אז אלע האבן געזעען אז זייער הצלחה קומט פון אויבערשטן 23 ,

דעריבער 24

איז דער פסוק מדגיש,

אז דער אויבערשטער איז געווען מיט זיי

(הגם ער איז דא אומעטום — בשמים ממעל ועל הארץ מת חת* 24

— כמ״ש 25

"את השמים ואת הארץ אני מלא"),

וואס מיינט,

אז מיט זיי איז ער געווען בגילוי ,

און ער באשיצט זיי,

איז זיי מצליח א.

ז.

וו.

דאס זעלבע איז בנוגע צו אידן,

אויך 26

בזמן הגלות: מצד דעם וואס אלע זעען ווי דער אויבערשטער גיט אויף זיי אכטונג — כבשה אחת בין שבעים זאבים והיא משתמרת 27 ,

באווייזט עס אז דער אויבערשטער איז מיט די אידן

(ווי מיהאט שוין געלערנט פריער ביי גלות מצרים — דער ערשטער

(און שרש 28

)

פון אלע גליות — "והי׳ אלקים עמכם" 29

).

ובדוגמא צו דעם איז אויך דאס וואס כשנגאלין — "שכינה עמהם ".

אבער עס איז פארשטאנדיק,

אז דער ענין קען ניט האבן א שייכות צום תוכן הפסוק " ושב הוי׳ אלקיך את שבותך "

(און ניט ״עמך״ וכיו״ב)

: דער לשון

(אז דעם אויבערשטנס " ושב " איז את שבותכם

(מיט דיין שבות — אומקערונג פון גלות ))

ווייזט,

אז פאר דער גאולה איז ער

[ באגרענעצט כביכול אין די ארצות הגויים,

און במילא]

פארוואגלט און פארטויבן כביכול פון זיין ״היים״ 80

; דער ענין אבער וואס ער געפינט זיך מיט אידן אין גלות צו אויסהיטן זיי פון די "שבעים זאבים" מיינט גאר פארקערט ! ער געפינט זיך דארא אויף זיי ארויסצוהעלפן ,

און ער אליין איז אוודאי ניט אין "גלות".

דעריבער זאגט רש״י אז דא מיינט מען אן אנדער ענין "שהשכינה שרוי׳ עם ישראל בצרת גלותם",

אז ער איז טאקע כביכול אין דער ענגשאפט פון גלות — און דעריבער דארף זיין דער "ושב ה״א את שבותך".

ד.

עפ״ז איז אויך פארשטאנדיק וואס רש״י זאגט "רבותינו למדו מכאן כו'" — הגם עס איז א בפירוש'ער פסוק

(לכאורה)

— ״עמו אנכי בצרה״:

פון דעם פסוק "עמו אנכי בצרה" ווייס מען 31

בלויז 32 ,

אז מצד דער גודל החיבה פון אויבערשטן צו אידן,

איז ווען אידן געפיגען זיך אין א צרה ר״ל,

ווערט אויך דעם אויבערשטן דערפון ענג כביכול

[וואס דעריבער האט ער זיך באוויזן צו משה'ן "מתוך הסנה"

(א דארן וואס שטעכט )

צו ווייזן,

אז ער איז זיך משתתף בצערם של ישראל* 32

— אים מאכן ענג און "שטעכן" כביכול די צרות פון אידן ר״ל]

;

אבער דאס וואס אים מאכן ענג די צרות פון אידן ,

מיינט נאך ניט אז ער איז אין גלות 33 .

עס איז בלויז וואס די אידישע צער און צרות פארשאפן אים צער 34 .

אבער מכאן פון דעם פסוק

(בפרשתנו)

"ושב הוי׳ אלקיך" לערגען ארויס רבותינו,

"שהשכינה שרוי' עם ישראל בצרת גלותם",

אז די שכינה אליין איז כביכול צוזאמען מיא די אידן אין גלות 35

.

ה,

עפ״ז ווערט אבער די שאלה: וויבאלד אז אויך דער אויבערשטער איז "בצרת גלותם",

אויך ער איז,

כביכול,

בגלות האומות,

היעט ווי אזוי וועט ער אויסלייזן זיך צוזאמען מיט די אידן פון גלות — ס'איז דאך א סברא פשוטה און מען זעט עס במוחש,

אפילו א בן חמש זעט עס,

אז "אין חבוש מתיר עצמו״ 36 ?

אויף דעם זאגט רש״י "וכשנגאלין הכתיב גאולה לעצמו״: איידער דער אויבערשאער האט זיך אריעגעשטעלט אין גלות,

האט ער אריינגעשריבן

(וואס דאס איז דאך געווען איינמאל — במדבר),

אז ווען עס וועט קומען דער זמן פון "נגאלין",

ווען אידן וועלן דארפן אויסגעלייזט ווערן פון גלות,

זאלן די שרים

(וועלכע הערשן אויף אידן מיטן אויבערשטן כביכול)

ניט האבן קיין דיעה* 36

אין דעם "וישב ה״א".

און דאס מיינט רש״י מיטן לשון " הכתיב גאולה לעצמו",

אז ער האט "אריינגעשריבן" פאר זיך א גאולה.

קען מען דאך מיינען,

וויבאלד אז ״הכתיב גאולה לעצמו״ — איז בעת עס וועט קומען דער זמן הגאולה וועט פריער דער אויבערשטער אליין ארויסגיין פון גלות,

און ערשט דערנאך וועט ער אויסלייזן די אידן — איז רש״י מוסיף "שהוא ישוב עמהם ": אז דער ״ושב הוי׳ אלקיך״ וועט זיין — " את שבותך",

צוזאמען מיטן אומקער פון אידן 37 .

און כל זמן עס וועט ניט נשלם ווערן דער קיבוץ גליות פון אלע אידן

(אפילו ווען בלויז איין איד וועט נאך זיין אין גלות)

— איז "שכינה שרוי׳ עם ישראל בצרת גלותם".

ו.

לאחרי כל הנ״ל,

איז נאך ניט מובן: הן אמת אז מצד דעם וואס "שכינה שרוי׳ עם ישראל בצרת גלותם " קומט ארויס א חילוק אויך אין דער גאולה

[אז דער אויבערשטער וועט זיך צוריקקערן פון צרת גלות]

— דער חידוש־ענין איז דאך אבער בעיקר שייך צום גלות .

היינט פארוואס זאגט עס דער פסוק ביי דער גאולה — " ושב גו׳ שבותך"?

דערפאר איז רש״י ממשיך "ועוד יש לומר״ — אז מיט דער אויסשפראך "ושב הוי׳ אלקיך" מיינט דער פסוק צו זאגן נאך אן ענין 38

— וואס איז נוגע

(בענין הגאולה )

צו קיבוץ גליות: וויבאלד אז דער קיבוץ פון אלע אידן פון אלע ערטער פון גלות איז א שווערע זאך,

דעריבער שטייט דא "ושב הוי׳ אלקיך",

ווייל ביי אזא גרויסע און שווערע זאך איז קענטיק אז דאס טוט דער אויבערשטער אליין.

ז.

אבער דא שטעלט זיך א שאלה ביים בן חמש למקרא: אויב קיבוץ גליות איז א שווערע זאך,

איז דאך דאס ניט פארבונדן מיט קיבוץ גליות פון אידן דוקא

[ואדרבא: וויבאלד אז אלע אידן זיינען כאיש אחד 39 ,

איז דער קיבוץ פון אידן גרינגער ווי דער קיבוץ פון גוים,

להבדיל,

וואס זיי האבן ניט קיין שייכות צווישן זיך 39 ],

היינט פארוואס איז דער פסוק מדגיש אז דער "ושב" איז ווייל "הוי׳

(איז)

אלקיך"?

דערפאר איז רש״י מאריך ומפרט און בריינגט דעם באטרעפענדעם פסוק : "גדול יום קיבוץ גליות ובקושי כאילו הוא עצמו צריך להיות אוחז בידיו ממש איש איש ממקומו כענין שנאמר ואתם תלוקטו לאחד אחד בני ישראל

(בא בני ישראל איז דא אויך דער ענין פון איש איש ממקומו 40 )

ואף בגליות שאר האומות

מצינו כן שנאמר ושבתי את שבות בני עמון"

(ווארום ס׳איז גדול כו׳

(דארף זיין)

הוא עצמו)

— ותו לא

(ניט תלוקטו לאחד אחד).

ח.

מען דארף נאך אבער פארשטיין: אלע ענינים זיינען דאך בהשגחה פרטית .

קומט דאך אויס,

אז אויך "בגליות שאר האומות"

(לדוגמא ביי גלות בני עמון הנ״ל)

איז פאראן א השגחה פרטית

(ד.

ה.,

ניט נאר אז דער פאלק

(עמון)

בכלל זאל זיך אומקערן פון גלות,

נאר אויך),

וועלכע מענטשן פון פאלק

(עמון)

זאלן נגאל ווערן ובאיזה אופן.

און וויבאלד אזוי,

קומט דאך לכאורה אויס,

אז דער "אוחז בידיו ממש איש איש" דארף זיין אויך "בגליות שאר האומות"?

וועט מען עס פארשטיין ע״פ הידוע וואס עס שטייט אין חסידות 41 ,

אז דאס וואס דער רמב״ם זאגט 42

אז השגחה פרטית איז נאר אויפן מין האדם — איז עס קיין סתירה ניט צו שיטת הבעש״ט 43

אין השגחה פרטית אז עס איז אויך אויף דומם,

צומח און חי

— ווייל אין דער השגחה העליונה,

זיינען פאראן בכללות צוויי אופנים:

(א)

ווי זי איז בגילוי,

און

(ב)

ווי זי איז מלובש בהעלם אין לבושי הטבע וכיו״ב.

און דאס וואס דער רמב״ם זאגט אז אויף דצ״ח איז קיין השגחה פרטית ניטא,

מיינט ער עס בנוגע צו די השגחה העליונה שבבחי׳ גילוי.

ועפ״ז איז פארשטאנדיק וואס דוקא ביי אידן איז "אוחז בידיו ממש איש איש״ — אע״פ אז אויך "בגליות שאר האומות" איז זיכער דא השגחה ווער פון זיי עס זאל נגאל ווערן ובאיזה אופן,

ווייל די השגחה וואס איז פאראן אויף די אישים פרטים פון די אומות — איז בהעלם בלבושי הטבע בדוגמת ווי די השגחה אויף דצ״ח 44 ,

ווארום עס איז דאך "אתם קרויין אדם ואין אוה״ע קרויין אדם״ 45 ,

ובמילא,

בשעת מען רעדט וועגן "ושב" אדער "ושבתי" וואס ווייזט אויף א פעולה אין וועלכער עס איז ניכר בגלוי אז דער אויבערשטער טוט איר

(כנ״ל סו״ס ו׳)

איז פאראן א חילוק: דער "ושבתי" ביי "בני עמון",

איז בלויז בנוגע די כללות האומה.

משא״כ ביי אידן,

איז דער "ושב" אויך בנוגע צו יעדער אידן באזונדער

(ווייל ביי יעדער אידן בפרט,

איז "הוי׳ אלקיך" לשון יחיד 46 )

— "אוחז בידיו ממש איש איש ..

תלוקטו לאחד אחד בני ישראל ".

בא אידן איז דא השגחה פרטית אלעמאל ,

אויך בזמן הגלות — אבער דאמאלס דארף מען אנקומען צו התבוננות בשכלו אף דערקענען עס אין דעם חשך הגלות,

משא״כ בזמן הבית ובענין הגאולה,

וואס דערפאר איז בענין הגאולה "בידיו ממש "

(אן קיין העלם),

אבער דאס וואס בזמן הגלות "לא ירפך" — איז דאס "בידיו" סתם.

און דאס איז אויך דער דיוק ״ממש״ — ווייל "אוחז בידיו",

מלובש אין לבושי הטבע איז דא אויך ביי בני עמון,

אבער ניט "ממש".

ט.

ובדרך "יינה של תורה":

ע״פ הנ״ל איז נאך אלץ שווער: וויבאלד אז ביים קיבוץ גליות פון אידן,

איז למעלה נוגע יעדער איד באזונדער,

איז דאך פארשטאנדיק,

אז ביז דער לעצטער איד וועט נגאל ווערן — געפינט זיך די שכינה כבי׳ "בצרת גלותם".

ובמילא,

ווערט דאך ווייטער די שאלה: ווי אזוי וועט דער אויבערשטער גואל זיין אידן באופן פון ״אוחז ..

איש איש ": בעת ער איז "אוחז בידיו ממש" דעם ערשטן אידן אויף ארויסנעמען אים פון גלות באופן פון ״ ושב את שבותך״ — גייט ער דאך ארויס צוזאמען מיט אים פון גלות?

!

מוז מען זאגן,

אז די מדריגה אויף וועלכע עס שטייט "אוחז בידיו ממש איש איש",

איז א הארה מצומצמת ופרטית,

וואס איז פארבונדן און ווערט נתחלק* 46

כביכול צו יעדער אידן באזונדער.

און דעריבער איז שייך אז די הארה פרטית וואס איז פארבונדן מיט דעם פרטיות׳דיקן אידן

(וועלכן ער איז אוחז בידיו ממש)

זאל ארויסגיין פון גלות — אע״פ אז אנדערע אידן זיינען נאך אין גלות 47 .

משא״כ די גאולה פון בחי׳ עיקר שכינה 48 ,

וואס איז העכער פון התחלקות — וועט זיין ערשט דאן ווען אלע אידן וועלן נגאל ווערן.

און ווי רש״י איז מרמז "וכשנגאלין הכתיב גאולה לעצמו",

אז די גאולה " לעצמו "

(עצמות),

וועט זיין "כשנגאלין״

(לשון רבים)

— ווען אלע אידן וועלן אויסגעלייזט ווערן.

און ווי ער איז מדגיש אויך מיטן לשון "שהוא ישוב עמהם",

כנ״ל סו״ס ה׳.

י.

און דעם ענין איז רש״י מרמז מיט זיין לשון " וכשנגאלין הכתיב גאולה לעצמו".

דלכאורה: די גאולה פון אידן וועט מען דאך זעען אז עס איז דורך ה׳ בגלוי — כמפורש בכ״מ און ווי רש״י זאגט

(אין דעם "ועוד י״ל")

"אוחז בידיו ממש איש איש" — איז פארוואס זאגט ער דעם לשון "וכשנגאלין"

(ניט "וכשגואלן")

וואס ווייזט אז זיי וועלן נגאל ווערן כאילו בדרך ממילא?

איז דער ביאור אין דעם

— ע״ד המבואר 49

אז די בריאה ווי זי גייט דורך שם אלקים איז " ברא אלקים",

אבער פון "הוא" הנעלם ונסתר — איז "ציווה ונבראו ":

אין דער מדריגה וועלכע איז פארבונדן מיט יעדער אידן באזונדער איש איש ממקומו ,

קומט עס דורך " בידיו כו׳",

ובמילא זעט זיך דער "אוחז".

משא״כ אין "

(הכתיב גאולה ל)

עצמו ",

וואס ווייזט אויף עצמות,

וואס דאס וועט זיין כשנגאלין — בשלימות הגאולה דכלל ישראל 50

— מצד דער מדריגה,

וועט זיין "נגאלין" אין אן אופן פון כאילו בדרך ממילא.

יא.

נאך אן ענין איז מרומז אין פרש״י דידן:

אע״פ אז דער "וכשנגאלין הכתיב גאולה לעצמו" וועט זיין לאחרי ווי עס וועט נשלם ווערן דער "אוחז בידיו ממש איש איש ממקומו״ — פונדעסטוועגן זאגט רש״י פריער דעם ענין "וכשנגאלין כו׳" און ערשט דערגאך ברענגט ער דעם "אוחז בידיו כו׳",

ווייל די גאולה פון כלל ישראל ,

זי איז די סיבה" וואס וועט ברענגען דעם "אוחז בידיו ממש איש איש״ 52 ,

און דערמיט גיט רש״י ארויס א הוראה אין עבודת ה׳: בשעת א איד וויל ארויסגיין פון זיין אייגענעם "גלות",

דארף ער זעען און טאן כל התלוי בו אז אלע אידן זאלן אויך ארויסגיין פון "גלות".

קען ער דאך טראכטן ביי זיך: "יענער" איז דאך בתכלית השפלות,

ביז אז ער שטייט נאך אין גלות.

און ״ער״ איז בתכלית המעלה — ער איז שוין "גרייט" צו דער גאולה — היינט פארוואס זאל זיין גאולה זיין פארבונדן און תלוי אין יענעם ?

— זאגט אבער דער פסוק גלייך בתחילת הסדרה,

אז אפילו דער "נצבים" פון " ראשיכם ",

קען קומען דוקא לאחרי דעם וואס "אתם נצבים היום כלכם ",

וואס אין "כלכם" ווערט דאך נכלל אפילו דער "חוטב עציך ושואב מימיך".

און בשעת מען גייט מיט דעם סדר,

האט מען די הבטחה אז "אתם נצבים היום — זה יומא דינא רבא

(ראש השנה)

״,

אז מען איז נצבים 53

וזוכים בדין 54 ,

און מען באקומט א כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה — כולל,

שנת גאולה 55 ,

אז עס וועט זיין "ושב הוי׳ אלקיך את שבותך",

אז דער אויבערשטער אליין וועט ארויסנעמען פון גלות יעדער אידן — ואתם תלוקטו לאחד אחד בני ישראל — בקרוב ממש.

(משיחת ש״פ נצו״י תשכ״ז)

Reader controls and commentary are loading.