B"H
🏡

Ikar

תצא ב

א.

אין דער היינטיקער סדרה 1

ווערט גערעדט וועגן ענין הגט,

וואס איז כורת אשה מבעלה און די תורה רופט אן גט בשם "ספר כריתות" — וואס אין דעם געפינט מען צוויי קצוות הפוכים:

מצד אחד,

דערפאר וואס ער איז א "

(ספר)

כריתות" מוז דער גט זיין געשריבן 2

אין אזא אופן וואס זאל ניט אנטהאלטן קיין שום תנאים וואס לאזן איבער א וועלכע ס׳איז פארבינדונג צווישן דעם בעל מיט דער אשה,

ווארום דער גט דארף זיין א "דבר הכורת בינו לבינה" 3

;

אבער מאידך גיסא,

פון דעם וואס ער ווערט אנגערופן "ספר",

לערנט מען אפ אז א גט דארף האבן שירטוט,

און ער דארף זיין "ארכו יותר על רחבו",

אזוי ווי א ספר תורה 4

— וואס תורה איז דאך ווי דער רמב״ם זאגט — "בלשון ברורה ודרך קצרה״ 5

— בס׳ הלכות שלו — משנה תורה: כל התורה ניתנה לעשות שלום בעולם 6 ,

מאכן אחדות.

און נאך מער: פון דעם ווארט "ספר" לערנט מען ארויס אז דער גאנצער גט,

מתחילתו ועד סופו,

מוז זיין געשריבן אויף איין איינציקן בויגן,

ווארום "ספר אחד אמר רחמנא ולא שנים ושלשה ספרים״ 7

— וואס אזא דין פון "אחדות" איז ניטא אפילו אין א ספר תורה.

ב.

די זעלבע צוויי קצוות געפינט מען אויך בשייכות מיט דער צאל שורות פון א גט,

און דאס לערנט מען אפ פון די צוויי ווערטער "ספר כריתות" צוזאמען:

דערפון וואס א גט ווערט גערופן "ספר כריתות",

קומט אז נוהגין אז אין אים זאלן זיין צוועלף שורות,

"כשיעור י״ב שיטין המפסיקין בין ארבעה חומשי ספר תורה״ 8

— דער שיעור פון

(הפסק און)

"כריתות" וואס איז דא אין א "ספר

(תורה)

".

וואס אויך אין דעם זעט מען ניט בלויז דעם ענין ההפסק והכריתות,

נאר אויך דעם ענין האחדות — ווארום די גאנצע תורה

(ובפרט די ד׳ ספרים הראשונים וואס "משה מפי הגבורה אמרן" 9 )

איז דאך א תורה אחת.

ג.

דער ענין פון "אחדות" וואס איז דא אין גט — כאטש ענינו איז דאך כריתות — דריקט זיך אויס אויך אין דער שייכות פון גירושין מיט קידושין:

דער ענין און תכלית פון קדושין איז — "והיו לבשר אחד" 10 ,

און דער ענין פון גרושין איז — כריתות,

"כורת בינו לבינה",

און פונדעסטוועגן זעט מען 11 ,

אז דעם דין פון קידושין — "האשה נקנית בשלש דרכים,

בכסף בשטר ובביאה״ 12

— לערנט מען אפ פון די פסוקים וואס שטייען אין פרשת גירושין 1

: כסף און ביאה פון "כי יקח איש אשה ובעלה והי׳ אם לא תמצא חן בעיניו וגו'"

(כסף פון "כי יקח",

און ביאה פון "ובעלה") 13 ,

און שטר לערנט מען אפ פון "ויצאה והיתה" — "מקיש הוי׳ ליציאה,

מה יציאה בשטר אף הוי׳ נמי בשטר" 14 .

און כשם ווי אין תושב״כ זיינען די "שלש דרכים" פון קידושין אריינגעשטעלט אין פרשת גירושין — הגם אז זיי זיינען צוויי הפכים — עד״ז אויך אין תושבע״פ,

איז דער סיום וחותם פון מס׳ גיטין אן ענין וואס איז מנגד צו גירושין 15

:

דער סיום המשניות איז "בית שמאי אומרים לא יגרש אדם את אשתו אלא אם כן מצא בה דבר ערוה",

און אפילו לויט בית הלל וואס זאגן אז ער מעג מגרש זיין "אפילו הקדיחה תבשילו״ — איז עס בלויז ביי זיווג שני אבער ביי זיווג ראשון האלטן אויך בית הלל — ווי דער סיום הש״ס אין גמרא 16

— אז "כל המגרש אשתו ראשונה אפילו מזבח מוריד עליו דמעות",

וואס דערפאר איז "לא יגרש אדם אשתו ראשונה אא״כ מצא בה ערות דבר" 17 .

און נאך מער: אפילו דאן,

איז "אין ראוי לו למהר לשלח אשתו ראשונה" נאר "יעשה חקירה יפה באולי 18

לא יצטרך לגרשה"* 18 .

ד.

דער ענין המנגד לגירושין וואס איז דא אין גיטין,

איז ניט בלויז אין סיום המסכת נאר אויך אין תחלת וראש המסכת — "המביא גט ממדינת הים כו'":

וואס לכאורה איז זייער ניט מובן: אין גיטין איז פאראן א ריבוי גדול פון דינים וואס זיינען נוגע צו יעדער גט: סיי בנוגע צום עצם ענין פון גט וסידורו — ווי אזוי דער גט דארף זיין געשריבן וכו׳; ווי דער בעל דארף געבן דעם גט צו דער פרוי׳ וכו׳ וכו׳ — און פאר דעם אלעם: ווען בכלל האט אן ארט צו רעדן וועגן גטין,

ווען מעג מען גט׳ן — ווען "מצא בה ערות דבר" 19

; אדער אפילו בלויז "והי׳ אם לא תמצא חן בעיניו" 20

(וואס דער דין,

הגם ער איז ניט נוגע צום עצם ענין פון גירושין,

האט ער כנ״ל געדארפט קומען גאר צום אנהויב,

אלס הקדמה,

נאך פאר די דיני הגט וגירושין 21 ,

ווארום אין די פאלן וואו דער דין איז אז "לא יגרש",

וועט דאך,

ע״פ רוב,

ניט קומען צו דער גאנצער מציאות הגט והגירושין 22 )

;

ווייטער זיינען פאראן די דינים פון שליחות — "הכל כשרים להביא את הגט חוץ מחרש שוטה וקטן וכו'" 23 .

וואס די דינים זיינען שוין בלויז זייטיקע פרטים,

וואס זיינען ניט פון עצם ענין הגט והגירושין,

און זיי זיינען ניט שייך ביי יעדער גט,

סיידן אין פאל ווען דער בעל איז מגרש דורך א שליח.

צווישן די דינים פון שליחות גופא,

איז דא א דין,

אז אויב דער שליח ברענגט א גט פון מדינת הים דארף ער זאגן "בפני נכתב ובפני נחתם".

וואס דער דין איז אן איינצלנער פרט אין דעם ענין פון שליחות בגירושין,

און ער איז א דבר שאינו מצוי.

ווארום בדרך כלל געפינען זיך דער בעל און די אשה

(אין איין ארט,

און אפילו אין פאל ווען זיי זיינען ניט אין איין ארט,

זיינען זיי אבער)

בקירוב מקום — אבער אז דער בעל זאל גאר זיין במדינת הים איז עם א זעלטענער פאל 24 .

איז פארוואס זאל זיך די מסכת גיטין אנהויבן דוקא 25

מיט "המביא גט ממדינת הים",

וואס דאס איז בלויז

(א)

א דין פרטי,

(ב)

צווישן די דינים פון שליחות בגירושין,

ניט בעצם הגט,

און

(ג)

א דבר הבלתי מצוי* 25 ?

איז דער ביאור אין דעם,

אז רבינו הקדוש האט אויסגעקליבן

(צווישן אלע דינים פון גיטין)

צו אנהויבן די מסכת מיט "המביא גט ממדינת הים" — ווייל די גאנצע

(סיבה און)

התחלה פון ענין הגירושין

(בפנימיות הענינים)

איז — "מדינת הים",

כדלקמן.

וואס אויך אין דעם זעט מען ווי אין גיטין איז אריינגעשטעלט געווארן דער היפך פון גירושין: ווען ניט דער ענין פון "מדינת הים" איז ניט שייך דער גאנצער ענין פון גירושין.

און דער ענין דריקט זיך אויס אויך אין דעם וואס דער סיום המסכת

(בחלק המשנה)

איז "לא יגרש אדם את אשתו אלא אם כן מצא בה דבר ערוה כו׳״ — כאטש,

ווי געזאגט,

האט לכאורה די מסכת געדארפט זיך אנפאנגען מיט דער משנה — ווייל דערמיט איז רבינו מרמז,

אז לאחרי אלע ענינים פון דער גאנצער מס׳ גיטין,

בלייבט נאך אלץ דער יסוד אז "לא יגרש כו'".

ה.

דער ביאור בכל זה:

איש ואשה למטה מיט אלע זייערע פרטים,

זיינען בדוגמת — און זיי נעמען זיך,

כביכול — פון הקב״ה וכנסת ישראל וואס ווערן אנגערופן איש ואשה 26 .

אזוי אויך דער ענין פון קידושין וגירושין ביי איש ואשה למטה נעמט זיך מצד דעם ענין פון "קידושין" און

(כעין 27 )

"גירושין"

(כביכול)

וואס איז דא צווישן הקב״ה און כנס״י:

בשעת מתן תורה,

איז געווען די ״קידושין״* 27

— אויך ווי דער נוסח פון ברכת המצות 28

"אשר קדשנו במצותיו"

(פון לשון קידושין 29 ),

און דערנאך,

בזמן הגלות,

איז געווען דער ענין פון גירושין,

ווי די גמרא זאגט 30

"תשובה נצחת השיבה כנסת ישראל לנביא כו׳ אשה שגרשה בעלה כלום יש לזה על זה כלום".

וואס אין דעם איז ניט פארשטאנדיק: דער דין ביי א גט איז,

אז בכדי דורכן נתינת הגט זאלן חל זיין די גירושין,

דארף דער גט ארויסגיין פון רשות הבעל און קומען אין רשות האשה 31 .

איז דאך שווער אין דעם ענין הגירושין פון כנס״י מהקב״ה: וויבאלד אז דער אויבערשטער איז אומעטום,

איז דאך ניט שייך אז דער ״גט״ זאל ארויסגיין פון אים — היינט ווי איז שייך דער ענין פון גירושין למעלה?

און הגם אז די גמרא דארט 32

איז טאקע מסיים,

אז אויף דער טענה פון כנס״י ענטפערט דער אויבערשטער "אי זה ספר כריתות אמכם אשר שלחתי׳ גו׳״ 33

— איז אבער ניט פארשטאנדיק דער פריערדיקער מאמר הגמרא,

אז די טענה פון כנס״י "אשה שגרשה בעלה כו׳" איז א תשובה נצחת.

היתכן?

איז די קשיא ווערט פארענטפערט דערמיט וואס די התחלה פון מסכת גיטין

(וואס די דיני הגירושין למטה נעמען זיך,

כנ״ל,

פון ענין הגירושין למעלה)

איז "המביא גט ממדינת הים": היות אז דער בעל זה הקב״ה געפינט זיך אין מדינת הים 34

— קוב״ה סליק לעילא ולעילא 35

— און דא למטה געפינט ער זיך ניט בגילוי,

דערפאר איז שייך דער ענין פון גירושין

(בנוגע כנס״י כו׳,

במילא קען זיין דער ענין בין איש לאשתו למטה) 36 .

אבער אעפ״כ,

וויבאלד אז דער ענין וואס "הלך בעלה למדינת הים" איז בלויז בגילוי,

אבער בהעלם איז דאך "ואנכי הסתר אסתיר פני גו'" 37 ,

אז אויך אין דעם "הסתר אסתיר" איז דא דער ״אנכי״ 38

— דעריבער,

בפנימיות הענין,

איז עס ניט קיין ענין פון גירושין ח״ו — אי זה ספר כריתות גו׳.

ו.

דער ענין פון הלך בעלה זה הקב״ה למדינת הים,

קומט

(ווי אלע ענינים שלמעלה,

וואס זיי נעמען זיך פון דעם וואס אידן טוען)

פון דעם וואס אידן זיינען אין א מצב פון "מדינת הים".

דער פירוש פון "מדינת הים" כפשוטו איז — אן ארט וואס איז ווייט פון ארץ-ישראל,

און ניט סתם ווייט אין שטח,

נאר ס'איז דא ספעציעלע שוועריקייטן אין קומען פון דארט 39

און תורה גיט אלס דוגמא

(וואס דאס באווייזט אז דאס איז די "נקודה" פון די שוועריקייטן)

"מדינת הים",

אז אינצווישן איז דא א ים המפסיק וואס ים קען א מענטש ניט דורכגיין בכח עצמו,

און אפילו ניט דור,

דער פארמיטלונג פון א בעל חי; און בכדי אז דער מענטש וואס געפינט זיך אין מדינת הים זאל קומען קיין ארץ-ישראל,

מוז ער אנקומען צו א שיף וכדומה.

וואס מיינען די ענינים ברוחניות?

דער ענין פון ארץ-ישראל און פון אידן ארץ חפץ 40

פון ה' — איז ווי דער מדרש זאגט 41

"למה נקרא שמה ארץ שרצתה לעשות רצון קונה".

און בשעת א מענטש איז "ווייט" פון אט דעם רצון,

און די ווייטקייט איז באופן כזה אז בכח עצמו

(פון דעם מדבר שבאדם)

קען ער ניט דערגרייכן צום רצון — און ניט נאר וואס ער קען דערצו ניט דערגרייכן מיטן כח פון זיין שכל

(מעלת מין המדבר),

נאר

אויך ניט מיטן כח פון זיינע מדות

(בחי׳ חי וצומח 42 ),

ווייל זיין שכל און מדות זינען דערווייטערט דורך דעם ים דלעו״ז — שטייט ער דאן אין א מצב פון "מדינת הים".

און וויבאלד אז "דע מה למעלה - ממך" 43 ,

אז אלע ענינים למעלה נעמען זיך ״ממך״ — איז דורך דעם איז ער גורם אז אויך למעלה 44 ,

איז הלך בעלה

(זה הקב״ה)

למדינת הים.

און דערפאר הויבט זיך אן מס׳ גיטין מיט "המביא גט ממדינת הים",

ווייל די אפשריות און סיבה צום גאנצן ענין פון "גירושין"

(למעלה,

וואס פון דעם ווערט נשתלשל דער ענין פון גיטין למטה)

איז — דאס וואס דער בעל זה הקב״ה געפינט זיך אין מדינת הים.

ז.

קען מען דאך מיינען,

אז וויבאלד דער בעל געפינט זיך אין מדינת הים,

וואס מאכט "מעגלעך" אז דער "גט" זאל ארויסגיין פון זיין רשות,

זיינען טאקע אידן נתגרש געווארן באמת ח״ו פון דעם אויבערשטן —

זאגט דערויף די משנה,

אז דער שליח וואס ברענגט דעם גט ממדינת הים,

דארף ער זאגן "בפני נכתב ובפני נחתם״; ער אליין דארף מעיד זיין אז ניט ער איז דער מגרש,

נאר אז ער איז געשיקט געווארן פון בעל,

ד.

ה.,

אז די אוה״ע און די

(מלכים)

שרים זייערע,.

וואס בגלוי האבן זיי פארטריבן די אידן אין גלות

(און אויך די אומות ביי וועמען אידן זיינען אן גלות שפעטער)

ווייסן 45

(מצד זייערע שרים למעלה),

אז זיי אליין האבן ניט קיין שום בעה״ב'ישקייט איבער אידן; אז זיי זיינען ניט מער ווי "שלוחים" דורך וועמען דער אויבערשטער האט פארטריבן — מגרש געווען — אידן אין גלות 46 ,

און וויבאלד אזוי,

קומט דאך במילא אויס,

אז דער "גט" איז קיין מאל ניט ארויס פון רשות הבעל,

ובמילא איז ער קיין גט ניט — אי זה ספר כריתות גו'.

ח.

בכדי צו פארשטיין די צוויי אויבן-גערעדטע ענינים וועגן די גירושין פון כנס״י — אז בגילוי איז עס אן ענין פון אשה שגרשה בעלה און בפנימיות איז עס "איזה ספר כריתת גו'" — דארף מען פריער מבאר זיין אן עיקר אין דעם ענין הקדושין פון הקב״ה מיט כנס״י.

דער דין בי קידושין איז,

אז כאטש די קידושין גופא דארפן קומען דוקא פון דעם איש

(און אויב די אשה גיט די כסף קדושין און זאגט "הריני מקודשת לך״,

איז אינה מקודשת 47 )

— מוז עס אבער זין מדעתה,

און מ'קען ניט מקדש זיין א אשה בעל כרחה 48 .

און אזוי איז דאס אויך געווען ביי די קדושין פון דעם אויבערשטן וואס האט מקדש געווען את עמו ישראל בשעת מ״ת: אז פאר דעם איז "כפה עליהם הר כגיגית" 49 ,

אז דער אויבערשטער האט מגלה געווען זיין אהבה צו אידן,

דעם "אהבתי אתכם אמר ה'" 50 ,

בכדי 51

צו מעורר זיין ביי זיי די אהבה צו אים,

און דעם ביטול 52

פון הקדמת נעשה לנשמע — אז די אידן זאלן וועלן "נתקדש" ווערן צום אויבערשטן.

און הגם אז די התעוררות האהבה והביטול ביי כנס״י איז געקומען מצד דעם גילוי מלמעלה און ניט מצד עצמם 53

— האט דאס אבער אויפגעטאן אהבה ורצון בא זיי,

ביז אז "הקדמת נעשה לנשמע" איז געווארן די מציאות פון א אידן,

פון יעדער אידן 54 .

וכפסק הרמב״ם 55 ,

אז יעדער איד,

אפילו ווען ער שטייט אין א מצב ירוד ביותר

(אז ניט נאר וואס ביי עם איז ניט מאיר גילוי אלקות בנפשו,

נאר אדרבה כו׳ — איז אבער)

"רוצה הוא לעשות כל המצות ולהתרחק מן העבירות".

ס׳איז נאר וואס דער רצון איז ביי עם בהעלם,

און בכדי דאס זאל ארויסקומען בגילוי,

דארף ער אנקומען אז מען זאל אים כופה זיין.

און פונקט ווי דאס איז בנוגע דעם רצון פון אידן צום אויבערשטן,

אז דאס איז דער עצם מהות פון א אידן,

וואס דאס איז העכער פון התגלות,

און ס׳איז אלעמאל בשלימות — אויך ווען בגילוי וויל ער ניט מקיים זיין רצונו של הקב״ה ווייל "תקפו יצרו הרע״ — אזוי איז אויך כביכול בנוגע דער אהבה פון אויבערשטן צו אידן,

אז זי איז פארבונדן מיט זיין גאנצן עצם כביכול,

און דעריבער איז אויך אין דער צייט ווען זי איז ניט מאיר בגילוי,

ביז אז ער האט כביכול זיי אפגע׳גט,

געפינט ער זיך מיט זיי,

ובמילא איז "איזה ספר כריתות גו׳",

כנ״ל.

ס׳איז בלויז,

וואס כל זמן די אהבה איז בהעלם

(איז מצד בחי׳ גילויים)

הייסט עס אשה שגרשה בעלה; אבער בשעת עס ווערט נתגלה די אהבה עצמית

(דורך דעם וואס "ביד 56

חזקה גו׳ אמלוך עליכם״)

— דארף מען ניט קיין קידושין מחדש,

נאר עס ווערן בטל די גירושין מתחלתן — אי זה ספר כריתות גו׳.

וואס דאס איז אויך דער ביאור אין דעם מאמר הגמרא 57

בשייכות מיט דעם וואס דער אויבערשטער וועט זיך צוריק אומקערן צו אידן,

טראץ דעם לאו "לא יוכל בעלה הראשון אשר שלחה לשוב לקחתה גו׳",

אז דאס איז מצד דעם וואס "גדולה תשובה שדוחה את ל״ת שבתורה״ — ווייל מצד דעם ענין פון תשובה

(וואס איז העכער פון תורה),

קומט ארויס בגילוי אז ט׳איז גאר מלכתחילה ניט געווען קיין גירושין 58 .

ט.

כאמור לעיל,

איז דער רצון פון אויבערשטן צו אידן און פון אידן צום אויבערשטן פאראן אויך בזמן הגלות,

ווען בחיצוניות ובגילוי איז עס אן ענין פון "אשה שגרשה בעלה",

מצד דעם וואס דער רצון איז פארבונדן מיטן עצם פון אויבערשטן און מיטן עצם פון אידן — און אין "עצם" איז דאך ניט שייך קיין שינוי.

וואס עפ״ז איז פארשטאנדיק,

אז די "גירושין" שבזמן הגלות,

זיינען ניט נאר אן ענין חיצוני און ניט בפנימיות ח״ו,

נאר נאך טיפער: דורך דעם וואס אויך בזמן הגלות איז דער אויבערשטער ניט צופרידן פון די גירושין,

"המזבח מוריד עליו דמעות" 59 ,

ביז אז דער אויבערשטער זאגט "שנאוי המשלח״ 60

— ווערט דורך דעם נתגלה דער פארבונד פון אויבערשטן מיט אידן פיל מער ווי ער איז געווען קודם הגירושין.

ווארום פריער האט מען געקענט מיינען אז די התקשרות צווישן זיי איז נאר אן אהבה התלוי׳ בדבר — קיום התומ״צ; בזמן הגלות ווערט נתגלה אז עס איז דא — נוסף על הנ״ל ועיקר אן אהבה שאינה תלוי׳ בדבר —

(וואס)

אינה בטילה; מען זעט אז דאס איז אן ענין עצמי.

און דאס איז וואס דער סיום וחותם פון מס׳ גיטין

(וואס "הכל הולך אחר החיתום" 61 )

איז "והיא חברתך ואשת בריתך״ — ווייל דער תוכן הפנימי פון גיטין

(למעלה)

איז צו אויסדריקן ווי אידן זיינען "אשת בריתך" פון אויבערשטן,

וואס דער ענין פון "ברית" איז התקשרות עצמית.

י.

און דאס איז אויך דער ביאור פארוואס א גט דארף זיין "ספר אחד,

ולא שנים ושלשה ספרים",

וואס דאס איז נאך א גרעסערע אחדות ווי די אחדות פון א ספר תורה

(כנ״ל סעיף א)

-

ווייל די אחדות וואס איז ארויסגעקומען בגילוי מצד מ״ת,

וויבאלד אז די הקדמת נעשה לנשמע ביי אידן איז געקומען מצד התעוררות האהבה שלמעלה און ניט מצד עצמם,

האט עס ניט דערנומען זייער עצם,

ובמילא אויך ניט דעם עצם שלמעלה,

און היות אז אין גילויים זיינען פאראן שינויים והתחלקות,

דערפאר איז אויך א ס״ת אויף גליונות וקלפים מחולקים,

משא״כ בזמן הגלות,

ווען ס׳איז ניט מאיר אלקות בגילוי און אידן זיינען אין א מצב פון ״מדינת הים״ — ס׳איז דא א ים המפסיק צווישן זיי מיט "ארץ־ישראל",

ואעפ״כ זיינען זיי מקיים מצות בקבלת עול ומסירת-נפש,

מצד דעם וואס אלקות איז זייער עצם מציאות — דורך דעם קומט צום אויסדרוק די אמת׳ע אחדות פון אויבערשטן מיט אידן ווי ס׳איז העכער פון ציור והתחלקות — "ספר אחד".

יא.

די כוונה איז דאך אז אויך די אחדות פון אידן מיטן אויבערשטן ווי זי איז העכער פון ציור זאל ארויסקומען בגילוי — דערפאר איז דער סדר המסכתות,

אז גלייך נאך מס׳ גיטין קומט מס׳ קדושין 62

:

מס׳ גיטין,

הגם אז איר סיום וחותם אין טאקע "והיא חברתך ואשת בריתך",

איז אבער דער "ברית" אין אזא אופן וואס בחיצוניות ובגילוי איז "בגדתה בה",

און דעריבער קומט גלייך נאך דעם מס׳ קדושין,

וואו עס ווערט ווידער אויפגעטאן וואס "האשה נקנית לבעלה״ 63

— און אין אן אופן פון התקשרות עצמית,

וויבאלד אז די קדושין קומען שוין לאחרי הגרושין והתשובה — וואס במילא זיינען דא פאראן ביידע מעלות: ס׳איז א התקשרות עצמית,

און זי איז מאיר בגילוי.

יב.

און דאס איז אויך די שייכות פון פרשת גירושין צום ענין הנחמה — וואס דערפאר איז זי געשריבן אין פ׳ תצא וואס ווערט געלייענט אלעמאל אין די "שבעה דנחמתא":

קודם כל איז דער פסוק מודיע דעם תוכן הפנימי פון גלות וגירושין,

אז דאס איז ניט קיין ענין פון פירוד ח״ו,

נאר אדרבה ס׳איז "ספר כריתות",

אז בפנימיות איז די "כריתות" גאר אן ענין

(בדוגמא)

פון "ספר"

(תורה)

ביז אז דאס האט נאך א מעלה לגבי ספר תורה — ס׳איז ספר אחד,

טענה׳ן אבער אידן,

אז בגילוי איז עס פארט אן ענין פון "ושילחה מביתו" — אויף דעם זאגט דער פסוק ווייטער "ויצאה גו׳ והיתה",

אז גלייך נאך "ויצאה" קומט "והיתה" 62 ,

די קדושין שלאחרי הגרושין,

וואס דאן וועט זיין

(ניט נאר אזא התקשרות ווי קודם הגלות,

נאר)

עס וועט קומען בגילוי דער "ספר אחד",

אין דער גאולה האמיתית והשלימה,

דורך משיח צדקנו,

בקרוב ממש.

(משיחת כ' מנ״א תשי״ט)

Reader controls and commentary are loading.