א.
אין פסוק "ויספו השוטרים גו׳ מי האיש הירא ורך הלבב ילך וישב לביתו" 1
ברענגט רש״י אראפ
(אין צווייטן ד״ה)
די ווערטער "הירא ורך הלבב" און איז מפרש 2
: "ר׳ עקיבא אומר במשמעו,
שאינו יכול לעמוד בקשרי המלחמה ולראות חרב שלופה 3 .
ר׳ יוסי הגלילי אומר הירא מעבירות שבידו.
ולכך תלתה לו תורה לחזור על בית וכרם ואשה,
לכסות על החוזרים בשביל עבירות שבידם שלא יבינו שהם בעלי עבירה והרואהו חוזר אומר שמא בנה בית או נטע כרם או ארש אשה".
איז אין דעם ניט מובן:
א)
דער ענין "הירא ורך הלבב" דארף,
לכאורה,
ניט האבן קיין הסברה; ס׳איז א דבר המובן,
אז בעת מען גייט אין א מלחמה איז מעגלעך אז מ׳זאל מורא האבן
[וואס דערפאר האט משה רבינו גע־ דארפט אנזאגן "כי תצא למלחמה על אויבך גו׳ לא תירא מהם״ 4
: און אויך ביי יעדער מלחמה באזונדער,
דארף דער כהן זאגן "אל ירך לבבכם אל תיראו גו׳" 5 ].
היינט וואס איז דא שווער אין "הירא ורך הלבב",
וואס צוליב דעם דארף עס רש״י מפרש זיין?
ב)
ווען רש״י געפינט שוין פאר נויטיק צו מפרש זיין "הירא ורך הלבב".
— וואס דארף ער אנקומען צו צוויי פירושים?
ס׳איז פארשטאנדיק וואס דער פי׳ "הירא מעבירות שבידו" אליין איז ניט גענוג — ווייל די פשוט׳ע משמעות פון "הירא ורך הלבב" איז: ער האט מורא פאר דער מלחמה גופא
(פונקט ווי "ירך לבבכם" און "תיראו" וואס שטייט פריער,
וועלכע זיינען א
(מעגלעכע)
תוצאה פון "אתם קרבים גו׳ למלחמה")
; פארוואס אבער באג־ נוגנט זיך ניט רש״י מיטן ערשטן פי׳ "שאינו יכול לעמוד בקשרי המלחמה כו׳",
ובפרט אז ער איז
(ווי רש״י בריינגט אראפ דעם לשון חז״ל און זאגט)
" כמשמעו " 6 ?
ג)
וויבאלד אז דער פירוש "שאינו יכול לעמוד כו׳" איז כמשמעו ,
קומט דאך אויס לכאורה,
אז מצד עצמו איז ניטא קיין חידוש אין אט־דעם פירוש — נאר היות ווי רש״י ברענגט דעם פירוש "הירא מעבירות שבידו",
מוז ער שוין שרייבן אויך דעם פירוש "שאינו יכול כו׳",
ווייל ווען ער זאל בלויז שרייבן דעם צווייטן פירוש,
וואלט מען געמיינט אז ער איז שולל דעם פירוש כמשמעו.
עפ״ז איז אבער ניט מובן: וויבאלד אז "שאינו יכול לעמוד כו׳",
דאס איז דער פירוש הפשוט,
איז דאך גענוג אז רש״י זאל שרייבן נאר דעם ווארט "כמשמעו" 7 ,
ווי ער טוט עס אין אנ־ דערע ערטער בפירושו על התורה 8 .
וואס דארף ער דא דערנאך אויס־ טייטשן "שאינו יכול לעמוד כו׳" 9 ?
ד)
וואס ווערט שווער אין די פרי־ ערדיקע פסוקים דוקא לויטן פירוש ״הירא מעבירות שבידו״ — וואס מצד דעם דארף רש״י מוסיף זיין דא
(חאטש במקומו האט ער דאס ניט געזאגט)
אז בנה בית נטע כרם און ארש אשה דארפן זיך אומקערן
(ניט מצד עצמם,
נאר)
בכדי "לכסות על החוזרים בשביל עבירות שבידם"?
ה)
ברובא דרובא ערטער בפירושו בריינגט ניט רש״י דעם נאמען פון דעם בעל הפירוש וועלכן ער בריינגט — ואפילו ניט ווען ער בריינגט צוויי פירושים וואס קריגן איינער אויף׳ן אנדערן 10 .
אבער דא זאגט רש״י,
אז דעם ערשטן פירוש זאגט ר׳ עקיבא און דעם צווייטן — ר׳ יוסי הגלילי.
ולכאורה,
וואס איז עס דא נוגע* 10 ?
ב.
בנוגע רש״י׳ס ברענגען דעם פירוש "הירא מעבירות שבידו",
און זיין ברענגען אויך דעם סיום המאמר פון ריה״ג "ולכך תלתה לו תורה כו' " — האט מען לכאורה געקענט מבאר זיין 11 ,
אז רש״י׳ן ארט דא דאס פאלגנדע:
דער ענין כמשמעו — איז ניט פארשטאנדיק דממה נפשך:
אויב עס רעדט זיך וועגן אזא וואס האט עובר געווען עבירות פאר וועלכע מען איז מחוייב מיתה ר״ל בידי שמים,
וועט ער דאך באקומען דעם עונש אויך אויב ער וועט למלחמה ניט גיין; און אויב ער איז קיין מיתה ניט מחוייב — וועט אים גארניט שאטן אפילו ווען ער וועט גיין למלחמה.
איז דאך ניט מובן: ווי קען עס זיין א "איש הירא ורך הלבב",
וואס זאל מורא האבן צו גיין למלחמה?
און בכדי צו פארענטפערן די קשיא,
זאגט רש״י
(אין זיין צווייטן פירוש)
״הירא מעבירות שבידו״ — אז דאס רעדט זיך וועגן אזא מענטשן וואס האט געטאן עבירות — סתם עברות —
(ניט עברות חמורות וואס עס קומט פאר זיי מיתה).
מען ווייס דאך אבער אז "השטן מקטרג בשעת הס-כנה" 12 ,
האט ער מורא צו גיין למלחמה.
און דערפאר איז דא רש״י ממשיך ״ולכך תלתה לו תורה כו׳ ״ : וויבאלד אז דער גאנצער חשש "פן ימות ב-מלחמה" איז שייך נאר ביי א "בעל עבירה״,
כנ״ל,
ווערט דאך שווער : ממה נפשך,
איז ער ניט קיין בעל עבירה,
דארף ער ניט חוזר זיין אויך ווען בנה בית וכו' ווייל ער דארף ניט חושש זיין ״פן ימות במלחמה״ ; און אויב ער איז א בעל עבירה — דארף ער דאך חתר זיין צוליב "עבירות שבידו",
אפילו ווען ניט "בנה בית וכו' ״ ?
דעריבער זאגט רש״י "ולכך תלתה לו תורה כו׳ שלא יבינו שהם בעלי עבירה כו׳ ".
ג,
אבער אין אמת'ן קען מען אזוי ניט לערנען :
א)
אין דרך הפשט קען מען ניט פרעגן פארוואס דער פסוק איז חושש ״פן ימות במלחמה״ 13
; און עאכו״כ אז מ׳קען ניט פרעגן ווי עס קען זיין א מענטש וואס האט מורא צו גיין למלחמה *13.
ב)
ווען ע״פ דרך הפשט וואלט זיך געפאדערט ביאור פארוואס מ'איז חו-שש ״פן ימות במלחמה״ — ואלט עס רש״י באווארנט גל״ך ב״ם ערשטן מאל וואו דאס שטייט אין פסוק,
און ער וואלט ניט געווארט מיט זיין פירוש דערויף ביז כמה פסוקים שפעטער 14 .
בשעת הסכנה" 15 ,
האבן דאך אלע גע-דארפט מורא האבן גיין למלחמה 16 ,
ווארום ס'איז דאך "אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא״ 17
—
פארוואס זאגט מען,
אז דוקא הירא מעבירות שבידו איז ילך וישוב לביתו,
וואס מיינט — נאר א געוויסן סוג 18
עבירות 19 ?
ד.
איז דער ביאור אין דעם וואס רש״י דארף זאגן א פירוש אין "הירא ורך הלבב״ — ווייל לערנענ-דיק דעם פסוק
(אן פירוש רש״י)
איז שווער :
ווען עס גיט למלחמה אזא וואס האט מורא,
שטעלט ער דערמיט אין סכנה די אנדערע אנשי חיל און דעם גאנצן מהלך המלחמה ,
ווי דער פסוק זאגט "ולא ימם את לבב אחיו כלבבו".
האט מען דאך די הכרזה וואס איז די וויכטיגסטע פון אלע,
דעם אנזאג "מי האיש הירא ורך הלבב ילך וישוב לביתו״ געדארפט אויסרופן צום אלעם ערשטן,
פארוואס ווארט מען דערמיט ביז צום סאמע סוף ,
נאכדעם ווי מ'רופט אויס "מי האיש אשר בנה בית ..
נטע כרם ..
ארש אשה״?
די קשיא איז נאך שטארקער : ביים גיין למלחמה ,
איז די ערשטע הכרה — פון כהן "שמע ישראל גו' אל ירך לבבכם אל תיראו גו' ",
און גלייך נאך דעם — "ודברו השוטרים גו' מי האיש אשר בנה ..
ילך וישוב לביתו" 20 .
איז דאך לפי זה נאך שווערער : פארוואס איז די הכרזה "מי האיש הירא ורך הלבב ילך גו' " ניט בסמיכות צו "אל ירך לבבכם אל תיראו גו' ״ ?
מוז מען זאגן,
אז אין די צוויי פסוקים — "אל ירך לבבכם גו' " און ״מי האיש הירא גו' ״ — ווערן גע-מיינט צוויי פארשידענע סארטן מורא
ורך הלבב,
און דערפאר קומען זיי ניט בסמיכות ; און אז דער סארט פון "הירא ורך הלבב" איז אזא וואס איז נוגע
(צו באורארענען)
דוקא נאך די אנוערע הכרזות.
און ועריבער זאגט רש״י אין דעם צוויי פירושים:
איין פירוש איז,
אז "הירא ורך הלבב״ מיינט טאקע ״כמשמעו״ — ער שרעקט זיך פאר דער מלחמה גופא.
נאר פונועסטוועגן איז עס ניט דער סארט וואס אויף אים האט מען פריער מכריז געווען "אל ירך לבבכם גו'",
ווייל דער סארט איז — "שאינו יכול לעמוד בקשרי המלחמה ולראות חרב שלופה״ 21
: בטבע פון א מענטשן איז,
אז וואס נעענטער ער קומט צום דבר המפחד,
אלץ מער איז ער עלול צו שרעקן זיך.
האט מען וערפאר געדאפט אפווארטן מיטן אויסרופן "מי האיש הירא וגו' " ביזן סאמע סוף,
גאר נאענט צום קאמף,
בכדי עס זאל זיך אומקערן אויך וער וואס "אינו יכול לעמוו בקשרי המלחמה ולראות חרב שלופה ",
וואס ער שרעקט זיך נאר ווען מ'קומט גאר נאענט צו דער מלחמה.
אבער דער פירוש אליין איז ניט גאר גלאטיק : די אלע דריי הכרזות — "שמע ישראל גו' אל ירך גו' "
(וואס ״כהן מדבר ומשמיע״ 22 )
; די ערשטע דריי ״מי האיש״ — "אשר בנה בית ..
נטע כרם ..
ארש אשה גו' "
(וואס "כהן מדבר ושוטר משמיע" 22 )
; און "ויספו השוטרים גי מי האיש הירא גו' "
(וואס "שוטר מדבר ושוטר משמיע״ 22 )
— זיינען געקו-מען איינע נאך דער אנדערער,
און צווישן זי איז ניט געווען קין זאך וואס זאל פארשארפן דעם שרעק.
דערפאר לערנט רש״י נאך א פירוש: "הירא מעבירות שבידו 23 .
ולכך תלתה לו תורה כו' ״ — וויבאלד אז דער טעם וואס אויך "האיש אשר בה בית ..
נטע כרם ..
ארש אשה" קערן זיך אום,
איז עס " לכסות על החוזרים בשביל עבירת שבידם שלא יבינו שהם בעלי עבירה",
דעריבער האט מען די הכרזה פון "הירא ורך הלבב" אפגעלייגט ביז צום סוף,
ווייל אנדערש וואלט מען פארשטאנען 24
אויף די בעלי עבירה אז "חוזרים בשביל עבירת שבידם" 25 .
אבער דער פירוש איז אויך שווער
(ואדרבה: נאך שווערער ווי דער ער־ שטער פירוש),
ווייל ס׳איז ניט "כמשמעו": אז ער האט מורא פאר די עניני המלחמה — דערפאר זאגט רש״י דעם ערשטן פירוש
(און אלס — ערשטער ועיקר ע״ד הפשט),
אז "הירא ורך הלבב" איז " כמשמעו ".
ה.
מען דארף גאך אבער פאר־ שטיין: וויבאלד אז דער טעם וואס "הירא ורך הלבב ילך וישב לביתו" איז,
ווי דער פסוק זאגט — "ולא ימס את לבב אחיו כלבבו",
איז דאך מובן,
אז אפילו לויטן פירוש "הירא מעבירות שבידו" דארף זיך אומקערן אויך "הירא ורך הלבב כמשמעו".
פארוואס־זשע האט מען אויסגערופן בלויז ״הירא מעבירות שבידו״ 26 ?
לויטן פי׳ אז "הירא ורך הלבב" מיינט "שאינו יכול לעמוד בקשרי המלחמה כו׳" קען מען ניט פרעגן פארוואס מ׳האט אויך ניט אויסגערופן אז
(הירא מעבירות שבידו,
און)
דער וואס האט מורא נאך איידער מ׳קומט גאר נאענט צו דער מלחמה "ילך וישב לביתו״ — ווייל לויט דעם פי׳,
ווערט טאקע יעדער מורא נכלל אין "הירא ורך הלבב".
נאר אעפ״כ קומט די הכרזה לבסוף,
ווייל אין איר ווערט נכלל אויך "מי שאינו יכול לעמוד כו׳" וואס זיין מורא ווערט געשאפן ערשט שפעטער,
כנ״ל;
אבער לויטן פירוש "הירא מעבירות שבידו" קען מען ניט זאגן אז אין "הירא ורך הלבב" ווערט נכלל אויך ״הירא כמשמעו״ — ווארום דאן וואלט מען געקענט אויסרופן "מי האיש הירא וגו׳" פאר "מי האיש אשר בנה בית וגו'",
און עס וואלט ניט געווען קענטיק אז די בעלי עבירה קערן זיך אום צוליב עבירות שבידם,
היות אז מיט דער הכרזה ווערן געמיינט אלע וואס האבן מורא;
נאכמער: לפי זה האט מען בכלל ניט געדארפט באפרייען דעם בנה בית כו׳
(וויבאלד אז דער החוזר מעבירות — איז דאך ״מכוסה״)
; און וויבאלד אז מען באפרייט דעם בנה בית כו׳ און די הכרזה קומט לבסוף בכדי " לכסות על החוזרים בשביל עבירות שבידם",
מוז מען זאגן אז "הירא ורך הלבב" מינט נאר "הירא מעבירות שבידו".
איז דאך שווער : פארוואס האט מען ניט אויסגערופן אז אויך די ואס האבן מורא פאר דער מלחמה גופא זאלן זיך אומקעדן ?
מוז מען זאגן לפי פירוש זה,
אז דאס איז שוין מובן פון "אל ירך לבבכם גוי' " : וויבאלד אז מען האט מכריז געווען צו די הולכים במלחמה,
אז זיי זאלן ניט מורא האבן,
האט מען שוין ממילא פארשטאנען,
אז די אלע וואס קענען ניט אויספאלגן די רייד פון כהן — דארפן זיך אומקערן אהיים.
די הכרזה איז דאך געווען גאר אין אנהייב ווען כהן מדבר ומשמיע — כנ״ל — האבן די אלע געקאנט אוועקגיין נאך איידער מ׳האט גערופן די שוטרים — בלייבט דאך דער החוזר מעבירות ניט מכוסה — לכך תלתה לו תורה כו׳.
עס איז נאך אבער אלץ ניט גלא-טיק * 26
: הן אמת אז מען קען עס טאקע ארויסנעמען פון " אל ירך לבב-כם אל תיראו וגו׳ ״ — פארואס האט מען אבער ניט געזאגט בפירוש אז "הירא ורך הלבב כמשמעו ילך וישב לביתו״?
אין אט-די שאלה באווארנט רש"י מין זין ברענגען ביי די צוויי פירושים,
אז די בעלי הפירושים זינען ר״ע און ריה״ג,
כדלקמן.
* 26 )
קושיא גמורה אינה
—שהרי כמה ענינים ודנים שבתורה נלמדים מאמירה כללית וכיו״ב — אבל בעניננו אין זה גלאטיק,
שהרי דיניו ובניניו אמורים בפרטיות ,
וכנראה גם בזה שלא נאמר
(בקיצור)
: אשר בנה בית חדש ולא חנכו או נטע כרם גו' או ארש אשה גו׳ ילך וישוב לביתו גו׳ —
ולכן גם התירוץ ע״ז מרמזו רש״י,
אבל אינו כותבו בפירוש .
ו.
ווען א געוויסער פסוק קען גע-לערנט ווערן אין צוויי אופנים : אז ער איז כולל כמה פרטים,
אדער אז ער רעדט בלויז וועגן איין פרט — געפינט מען בכו״כ מקומות,
אז ר״ע לערנט אז דער פסוק אנטהאלט כמה פרטים און ריה״ג לערנט אז ער מיינט בלויז איין פרט.
ולדוגמא :
אין פסוק "אל תאכלו ממנו נא ובשל מבושל במים״ 27 ,
לערנט ר״ע 28
אז "ובשל מבושל" מינט יעדן אופן וואס קען אנגערופן ווערן בישול,
ד.
ה.
אפילו בעת מען ליגט אריין די כרעיים און בני־מעים לתוך הפסח — און ניט נאר ״בתוך הקדירה״ ; ריה״ג לערנט אבער,
אז "ובשל מבושל" מיינט בלויז איין פרט : ווען מ'איז מבשל בתוך הקדירה" משא״כ ביים ארינלייגן די כרעיים און בני-מעיים לתוכו — הייסט עס ניט בישול.
דאס זעלבע זעט מען אויך אין פסוק ״ למשמרת למי נדה״ 29
: ריה״ג האלט 30
אז פרה ששתת מי חטאת איז זי טהור אפילו גלייך נאכן טרינ־ קען,
ווייל די מי חטאת וואס א פרה האט געטרונקען,
זיינען ניט נכלל אין "למשמרת למי נדה",
זיי זיינען ניט מער שמורים למי נדה און זיינען במילא ניט מטמא; ר״ע דאקעגן האלט,
אז אין "למשמרת למי נדה" גייט אריין אויך אזעלכע מים וואס זיינען פריער געווען "למשמרת למי נדה",
כאטש איצטער זיינען זיי ניט שמורים.
אזוי אויך זיינען זי מחולק אין פירוש הכתוב "כי ימצא איש נערה בתולה אשר לא ארשה״ 31
: ריה"ג האלט 32 ,
אז "נערה שנתארסה ונת-גרשה אין לה קנס",
ווייל "אשר לא ארשה" מיינט נאר דעם פרט "לא נתארסה מעולם״; און ר״ע האלט אז אויך דער פרט שנתארסה ונתגרשה איז נכלל אין "לא אורשה" און "יש לה קנס כו'"
(ווארום עכ״פ לאחרי שתגרשה שטייט זי אין א מצב פון "לא ארשה",
כאטש אמאל איז זי געווען אן ארוסה).
און אזוי זינען זיי אויך חלוק — לשיטתייהו — אינעם פי' פון "הירא ורך הלבב" : לויט שיטת ר״ע,
וואס לערנט אומעטום דעם פסוק בהרחבה אז א פסוק איז כולל וואס מער ענינים,
ליגט זיך צו זאגן אז "הירא ורך הלבב" איז כולל יעדער סארט מורא ; משא״כ לויט שיטת ריה״ג וואס לערנט בכל מקום דעם פסוק בדיוק ובצמצום אז דער פסוק רעדט וועגן איין זאך,
איז מער מסתבר אז אויך "הירא ורך הלבב " מיינט איין סארט מורא — "הירא מעבירות שבידו".
ז.
נאך א ביאור אין דעם וואס ר״ע וויל ניט לערנען "הירא מעבירות שבידו״:
ר״ע איז " רגיל לזכות את ישראל" 33
(און וויבאלד אז כל ימיו האט ער זיך משתוקק געווען צו האבן מס״נ בפועל 34
(אע״פ וואס דאס וועט אים שטערן צו מקיים זיין תומ״צ דא למטה 35 )],
איז פארשטאנדיק,
אז בעת ער האט געזען אין א אידן א תנועה פון תשובה
[ — וואס איז בדומה צו דער תנועה פון מס״נ 36 ]
— האט ער יענעם גלייך מזכה געווען,
אפי' אויב די תשובה האט דעם אידן נאך ניט באווירקט אויף אויסצובעסערן זיין הנהגה בפועל אז — "בל ישוב עוד לכסלה ..
ולא יעבור עוד מצות המלך ח״ו הן במ״ע הן במל״ת" 37 .
און דעריבער קען ר״ע ניט לערנען אז "הירא מעבירות שבידו" דארף חוזר זיין ממלחמה — ווייל ווען א איד האט מורא פאר עבירות שבידו,
ווייזט עס אז ער פילט אז ער האט געטאן א שלעכטע זאך און ער ווייס אז עס קומט אן עונש דערפאר און אז דער אויבער-שטער קען און וועט עם מעניש זין דערפאר און ער וויל ניט דעם עונש וועלכער קומט
(אויך לויט זיין געפיל)
אלס מסובב פון דער עבירה וואס ער האט געטאן — מוז דאך דאס עם ברינגען צו חרטה על הסיבה ,
על העבירה — הרהר תשובה 38 .
און אפי' אויב לפעמים האט ער נאך בי זיך ניט די שטארקיט "לפרוש מחטאיו לגמרי להיות מודה ועוזב" 39 ,
וויבאלד אבער אז
[דער חסרון איז נאר בנוגע די כחות הגלויים — ווייל די התעו-ררות פון עצם הנשמה
(וואס האט געבראכט דעם הרהור תשובה 40 )
האט אים נאך ניט דערנומען ביז צו בא-שליסן אויף בייטן זיין פועל׳דיקע הנהגה — אבער]
הרהר תשובה,
האלט דערפאר ר״ע 41 ,
דער מזכה ישראל,
אז דורך דעם הרהור תשובה אליין ווערט פון א רשע גמור — א צדיק גמור.
און וויבאלר אזוי,
קומט דאך אויס,
אז דאס גופא וואס ער איז " ירא מעבירות שבידו״ — ווישט אפ זיינע עבירות,
און ער דארף שוין ממילא ניט מורא האבן צו גיין למלחמה.
ח.
אין תורה זיינען דאך אלע ענינים בתכלית הדיוק — זעט מען ווי די צווי פירושים פון ריה״ג און ר״ע אין "הירא ורך הלבב" האבן א ספעציעלע שייכות צו פרשת שופטים,
וועלכע מען לייענט דעם ערשטן שבת פון חרש אלול — חדש התשובה.
אויך פ' ראה לייענט מען אמאל בר״ח אלול,
אבער אין דעם ערשטן טאג פון ר״ח,
און
[נוסף לזה וואס דער ערשטער טאג ר"ח איז דער יום השלשים פון פרי-ערדיקן חדש,
איז]
די תקיעות שבחדש אלול
(וואס "הירא ורך הלבב" איז פארבונדן מיטן ענין התקיעות שבאלול,
כדלקמן סעיף יד),
הויבן זיך אן פון צווייטן טאג ר״ח 42 .
מצד עצם הנשמה,
כמובן מפסק הרמב״ם ספ״ב מהל' גירושין.
וראה לקו״ב בס' התניא ח״ב ע' קיב סעי' ג
(אגה״ק עם ליקוט פירושים
(קה״ת,
תשמ״ו)
ע׳ קפח).
ט,
ווען דער טור 43
זאגט דעם דין פון תקיעת שופר באלול,
ברענגט ער פריער רעם פסוק 44
"עלה אלקים בתרועה וגוי' " און ער את גלייך ממשיך: " לכן התקינו חז״ל שיהו תוקעין בר"ח אלול בכל שנה ושנה וכל החדש בכדי להזהיר ישראל ש-יעשו תשובה שנאמר 45
אם יתקע שופר בעיר וגו׳ ".
ולכאורה : דער פסוק "עלה אלקים בתרועה" רעדט וועגן דער תרועה פון ר״ה ,
איז ווי ברענגט עס דער טור בנוגע די תקיעות פון אלול 46 ?
זעט מען דערפון,
אז אין דער תשובה וואס קומט דורך די תקיעות פון אלול — אנהויבנדיק פון ר״ח — איז שוין פאראן
(בהעלם עכ״פ)
אויך די דרגת התשובה פון תקיעות דר״ה.
י.
איז דער ביאור אין דעם :
בעת דער רמב״ם 47
איז מבאר דעם "רמז" פון די תקיעות שבר״ה אז דאס איז תשובה,
זאגט ער וז״ל : "כלומר עורו ישנים משנתכם ונרדמים הקיצו מתרדמתכם וחפשו מעשי-כם וחזרו בתשובה זכרו בוראכם.
אלו השוכחים את האמת בהבלי הזמן ושונים כל שנתם בהבל וריק אשר לא יועיל ולא יציל הביטו לנפשותיכם והטיבודרכיכם ומעלליכם ויעזוב
נשיאנו כ״ק מו״ח אדמו״ר,
שביום השני דר״ח אלול מתחילין לתקוע,
וביום הראשון — תוקעין
(רק)
להתלמד.
כל אחד מכם דרכו הרעה ומחשבתו אשר לא טובה".
ולכאורה,
יוזכרו בוראכם כו׳ הביטו לנפשותיכם" איז די הכנה צו "וחזרו בתשובה": בשעת א איד דערמאנט זיך אויף דעם אויבערשטן און ער קוקט זיך צו צו זיין מצב הנפש,
ברענגט עס אים ער זאל חוזר זיין בתשובה.
האט דאך דער רמב״ם געדארפט שרייבן "וחזרו בתשובה" לאחרי "וזכרו בוראכם כו׳ הביטו לנפשותיכם" — כשם ווי ער שרייבט עס נאך "עורו ישנים וכו' וחפשו במעשיכם",
מצד דעם וואס דאס
(די התעוררות פון שינה וכו' און דער חיפוש במעשים)
ברענגט צו "וחזרו בתשובה" ?
איז דערפון פארשטאנדיק,
אז די הכנה צום עיקר ענין התשובה — וואס ענינה איז "שיעזוב החוטא חטאו ..
ויגמור בלבו שלא יעשהו עוד וכו'",
איז בלויז — דער "עורו ישנים כו' וחפשו במעשיכם"; און די ווער־ טער "וזכרו בוראכם כו' הביטו לנפשותיכם כו'",
ריידן וועגן העכערע דרגות אין תשובה.
[וכמבואר אין חסידות 49
",
אז "עורו ישנים וכו' וחזרו בתשובה" איז די תשובה פון "מלכיות",
וואס דער איד איז מקבל אויף זיך אז פון היינט אן און ווייטער,
וועט ער ניט מורד זיין במלכותו ית׳ און ניט עובר זיין אויף ״מצות המלך״ — וואס דאס איז מצות התשובה 50
; " זכרו בוראכם כו' ולא יציל",
איז די תשובה פון בחי׳ " זכרונות "; און ,
׳הביטו לנפשותיכם כו'" — די תשובה פון "שופרות"].
יא.
אין דער הכנה צו "וחזרו בתשובה"
(צום עיקר ענין התשובה)
גופא,
זיינען אויך דא,
בכללות,
צוויי ענינים: א)
"עורו ישנים משנתכם ונרדמים הקיצו מתרדמתכם".
און ב)
"וחפשו במעשיכם".
איז דער ביאור אין דעם:
די ערשטע זאך מוז זיין די התעוררות ,
ווארום כל זמן דער מענטש "שלאפט"
(אפילו ווען זיין שלאפן איז בלויז אין אן אופן פון "שינה",
און עאכו״כ ווען ער איז אין א מצב פון "תרדמה" 51
ר״ל),
איז שנתו ערבה עליו און אים קימערט כלל ניט זיין מצב און הנהגה.
לאחרי ווי ער כאפט זיך אויף פון "שלאף" און ער הויבט אן טראכטן וועגן טאן תשובה,
איז בכדי אז זיין תשובה זאל זיין מיט אן אמת — ער זאל מער ניט עובר זיין אויף קיין איינע פון מצות המלך — דארף ער מחפש זיין במעשיו.
ווייל אין די ענינים וואס ער איז שוין דורכגע־ פאלן,
דארף ער האבן א שטארקערע החלטה און א התחזקות יתירה בכדי ניט דורכצופאלן נאכאמאל.
יב.
בשייכות צו די תקיעות פון
(ראש חדש)
אלול,
שרייבט כ״ק מו״ח אדמו״ר 52 ,
וז״ל: ליגענדיק אין בעט זעקס א זייגער אין דערפרי,
הערט מען שוין ..
אז מען בלאזט שופר.
דער קול השופר וועקט אויף ..
מען איז עפעס ניט צופרידן מיט זיך,
פארוואס מען איז עפעס אזוי שפעט געשלאפן,
אין רעיון לויפט דורך ..
אז ..
אין די טעג קען מען גאר אנדערש אויפטאן,
מען דארף זיין א מענטש,
מען דארף די צייט ניט פארשלאפן.
ולכאורה: מיטן לשון "פארוואס מען איז עפעס אזוי שפעט געשלאפן..
מען דארף די צייט ניט פארשלאפן",
מיינט דער רבי דעם ענין פון "עורו ישנים משנתכם ונרדמים הקיצו מתרדמתכם" 53 .
פארוואס אבער ברענגט ער ניט
(בפירוש 54 )
אויך דעם ענין "וחפשו במעשיכם",
וואס אויך דער ענין איז נוגע,
כנ״ל,
צום עיקר ענין התשובה?
איז דער ביאור אין דעם:
דער אויפטו פון דעם קול השופר דאלול — סיי אין דעם ענין פון חרטה על העבר סיי אין דעם ענין פון קבלה על להבא — איז
( בעיקר )
וי״ל,
שזהו גם מה שבנוגע להעבר,
כותב "פארוואס מען איז עפעס אזוי שפעט געשלאפן ",
ובנוגע ללהבא — "מען דארף די צייט ניט פארשלאפן " — כי בתחלה מתעורר הוא מן התרדמה
(ועד — אז ער איז ניט צופרידן וואס ער איז אזוי שפעט געשלאפן),
ולאחרי שנתעורר כבר מתרדמתו וחושב בהאמת
(ראה ד״ה יו״ט של ר״ה הנ״ל רפ״ו),
בא לו ברעיונו "אז מען דארף וי צייט ניט פארשלאפן",
שיתעורר גם משינה ולא יחשוב את השקר לאמת.
בנוגע צום ענין ההתעוררות ,
אז "מען איז עפעס ניט צופרידן מיט זיך פאר־ וואס מען איז עפעס אזוי שפעט גע־ שלאפן"
(ביז איצט),
און אז "מען דארף די צייט ניט פארשלאפן"
(מכאן ולהבא).
און לאחרי התעוררות התשובה בחדש אלול,
קומט דערנאך ,
בר״ה,
אויך די שלימות פון "וחזרו בתשובה"
(מצד דער הקדמה פון "וחפשו במעשיכם")
— די תשובה פון "מלכיות",
ביז — אויך צו די העכערע מדריגות אין תשובה — "וזכרו בוראכם וכו'" און "הביטו לנפשותיכם כו׳" וועלכע זיי־ נען כנגד "זכרונות" און "שופרות".
יג.
אט־די דריי מדריגות הנ״ל אין תשובה זיינען מרומז אין די דריי קולות: תקיעה,
שברים און תרועה 55 .
פון דעם וואס בחדש אלול בלאזט מען,
נוסף צו תקיעה,
אויך שברים און תרועה
(ביז — כמנהגנו — דעם גאנצן סדר: תשר״ת תש״ת תר״ת 56 ),
איז מוכח,
אז אין דער התעוררות פון אלול — אנהויבנדיק פון יום א׳ באלול — איז פאראן בהעלם
(ניט נאר די שלימות התשובה שכנגד מל־ כיות,
נאר)
אויך די דרגות התשובה שכנגד זכרונות ושופרות,
וועלכע זיי־ נען מרומז אין די קולות פון שברים און תרועה.
ס׳איז מער ניט,
וואס דער גילוי דערפון קומט ערשט בר״ה.
ועפ״ז וועט מען פארשטיין דעם לשון הטור "שנאמר עלה אלקים בתרועה וגו׳ לכן התקינו חז״ל שיהו תוקעין בר״ח אלול ..
וכל החדש ..
שנאמר אם יתקע שופר בעיר וגו'": בגילוי איז עס בלויז אן ענין פון " יתקע שופר גו'",
די כללות׳דיקע אויפטרייסלונג 57
און אויפכאפן זיך פון שלאף: אבער די התעוררות איז אין אזא אופן 58
וואס אין איר איז דא בהעלם
(און דערנאך קומט עם בר״ה אויך בגילוי)
דער "עלה אלקים בתרועה וגו'",
די דרגת התשובה שב־ ר״ה,
ביז צו ״הביטו לנפשותיכם״ — די העכסטע דרגא אין תשובה וועלכע איז מרומז אין קול "תרועה".
יד.
און דאס איז אויך רש״י מרמז אין זיינע צוויי פירושים אויף "הירא ורך הלבב": צום אנהויב קומט דער פי' פון ר״ע,
וואס לויט אים קען מען ניט זאגן אז "הירא ורך הלבב" מיינט "הירא מעבירות שבידו",
ווייל גלייך ווי ער באקומט א מורא פאר עבירות שבידו און ווערט נתעורר
(אפילו נאר)
בהתעוררות כללית,
ווערט שוין,
דורך דער הזזה,
אפילו א רשע גמור — א צדיק גמור; אבער,
גלייך נאכ־ דעם ברענגט רש״י דעם צווייטן פי',
אז די יראה הנ״ל אליין איז נאך ניט מספיק,
נאר מ׳דארף אז די התעוררות פון עצם הנשמה זאל ארויסקומען
(אויך אין די כחות הגלויים)
— אין א בפועל.
און דורך דער תשובה אין ביידע אופנים,
גייט מען במלחמה און ה״א ההולך עמכם להלחם לכם עם אויביכם להושיע אתכם — אתם באים בנצחונו של מקום 59
— הוא מלכנו
(שתמליכוני עליכם 60 )
הוא מושיענו הוא יושיענו ויגאלנו שנית בקרוב —
מען איז זוכה צו א כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה בכל הפרטים,
כולל,
לשנת גאולה וישועה
וואס דאן וועט זיין דער "ואשיבה שופטיך כבראשונה״ 61
— דער "שופטים ושוטרים תתן לך בכל שעריך" וואס רעדט זיך בתחלת הסדרה,
און דערנאך 62
— אויך דעם "שום תשים עליך מלך" 63 ,
"מלך המשיח
(וואס)
עתיד לעמוד ולהחזיר מלכות דוד ליושנה לממשלה הראשונה כו'" 64 ,
בקרוב ממש,
בעגלא דידן 65 .
(משיחות ש"פ שופטים תשכ״ז ותשכ״ט)