א.
אויפן פסוק 1
"אך הנביא אשר יזיד לדבר דבר בשמי את אשר לא צויתיו לדבר ואשר ידבר בשם אלקים אחרים גו",
זאגט די גמרא 2
: "אך הנביא אשר יזיד לדבר דבר בשמי זה המתנבא מה שלא שמע,
ואשר לא צויתיו הא לחבירו צויתיו זה המתנבא מה שלא נאמר לו,
ואשר ידבר בשם אלקים אחרים זה המתנבא בשם ע״ז".
און דערפון לערנט מען אפ,
אז די אלע דריי סארטן נביאי השקר איז ״מיתתן בידי אדם״ — ווי דער סיום הכתוב "ומת הנביא ההוא" וואס מיינט אז מיתתן בידי אדם — מיתת חנק.
ווייטער זאגט די גמרא 3
: "המתנבא מה שלא נאמר לו — כגון חנני׳ בן עזור כו'".
און די גמרא איז מבאר,
אז די "נבואה" וואס חנני׳ האט גע־ זאגט "כה אמר ה׳ וגו׳ שברתי את עול מלך בבל" 4 ,
האט ער עס אפגע־ לערנט מיט א ק״ו פון נבואת ירמי׳ "כה אמר ה׳ צבאות הנני שובר את קשת עילם" 5 .
און וויבאלד אז ער האט עס אפגעלערנט פון דער נבואה וואס איז געזאגט געווארן צו ירמי׳,
איז עס אזוי ווי "נאמרה לחבירו" און האט א דין פון "מתנבא מה שלא נאמר לו".
זאגט דער מהרש״א,
אז חנני׳ בן עזור איז געווען ניט בלויז א "מתנבא
מה שלא נאמר לו",
נאר אויך א "מתנבא מה שלא שמע".
ווארום אין זיין נבואה,
האט ער צו די ווערטער "שברתי את עול מלך בבל" אויך מוסיף געווען "בעוד שנתים ימים" 6
— א זאך וואס דער אויבערשטער האט כלל ניט געזאגט.
(און דאס וואס די גמרא זאגט דארטן "המתנבא מה שלא שמע כגון צדקי ׳ בן כנענה "
(און ניט חנני׳),
איז עס דערפאר וואס צדקי׳ איז געווען פאר חנני׳).
און דערמיט איז דער מהרש״א מבאר דעם לשון הפסוק "לא שלחך ה׳ ואתה הבטחת את העם הזה על שקר" 7 ,
אז "לא שלחך ה׳" באציט זיך צו זיין נבואה "שברתי את עול מלך בבל",
וואס כאטש זי איז געווען אמת,
איז אבער ״לא שלחך ה'״ — ״מתנבא מה שלא נאמר לו״; און "ואתה הבטחת את העם הזה על שקר " באציט זיך צו זיין הבטחה "בעוד שנ-תים ימים גו'",
וואס איז געווען א שקר — "מתנבא מה שלא שמע".
ב.
לויט דעם איז לכאורה פאר־ שטאנדיק דער פירוש אין די ווייטער־ דיקע ווערטער פון פסוק " לכן כה אמר ה׳ הנני משלחך גו׳ השנה אתה מת" 8
— וואס "לכן" באציט זיך דא צו די פריער־אויסגערעכנטע צוויי חטאים: "לא שלחך ה'" און "ואתה הבטחת גו׳ על שקר",
אויף וועלכע עס קומט מיתה בידי אדם —
אז דאס וואס חנני׳ איז נענש גע־ ווארן בעונש מיתה,
איז עס געווען
[ ניט קיין ענין פון "מיתה בידי שמים״ — ווארום אויף די דערמאנטע חטאים קומט ניט קיין מיתה ביד״ש נאר מיתה בידי אדם,
און אנצונעמען אז ער האט פריער 9
עובר געווען אויף אן אנדער עבירה פאר וועלכע עס קומט מיתה ביד״ש איז בכלל שווער צו זאגן,
ווארום 10
דאן וואלט עס ערגעץ־וואו געדארפט דערמאנט ווערן — נאר]
מצד דעם וואס ער האט עובר גע־ ווען אויף די צוויי עבירות הנ״ל פאר וועלכע עס קומט מיתה בידי אדם,
נאר היות ווי ב״ד האבן אים ניט דן געווען
[צי ווייל דאן איז קיין סנהדרין ניט געווען,
אדער ווייל "רבים מרשעי ישראל עזרו לו" 11 ],
איז געקומען זיין מיתה מלמעלה 12 ,
ע״ד ווי די גמרא 13
זאגט
(בנוגע לזמן הזה 14 )
אז " דין ד׳ מיתות לא בטלו".
זאגט אבער דער אלטער רבי אין תניא 15
: "ובמיתה בידי שמים מת
ממש קודם ששים שנה 16
בחנני׳ בן עזור הנביא בירמי'".
איז דאך ניט מובן: פון וואנען נעמט עס דער אלטער רבי אז הנני׳ בן עזור איז געשטארבן בעונש מיתה ביד״ש — ניט ווי עס קוקט אויס בפשטות,
אז ער איז געווען חייב מיתת בית דין און איז געשטארבן מצד "דין ד׳ מיתות״ ?
ג.
נאך מער דארף מען דא פאר־ שטיין:
אין דער זעלבער סוגיא" שטייט אויך,
״ושלשה מיתתן בידי שמים ..
הכובש את נבואתו,
והמוותר על דברי נביא,
ונביא שעבר על דברי עצמו".
און די גמרא 18
זאגט "והמוותר על דברי נביא כגון חברי׳ דמיכה ..
ונביא שעבר על דברי עצמו כגון עדו הנביא".
איז דאך ניט מובן: אפילו אויב דער אלטער רבי האט שוין א הוכחה אז חנני׳ איז געשטארבן במיתה בידי שמים — צוליב וואס אבער דארף ער ברענגען א ראי׳ פון חנני׳ בן עזור
(וואס בפשטות ווייזט גאר אויס,
כנ״ל,
אז ס׳איז געווען אן ענין פון ״דין ד׳ מיתות״)
— ער האט דאך געקענט ברענגען א ראי׳ פון חברי׳ דמיכה און פון עדו הנביא,
וואס ביי זיי שטייט בפירוש אז זיי זיינען גע־ ווען חייב מיתה בידי שמים ,
און אין
תנ״ך 19
ווערט דערציילט ווי אזוי דאס איז פארגעקומען ?
ד.
אט די אלע קשיות באווארנט דער אלטער רבי אליין בסגנון לשונו :
בעת ער ברענגט די ראי' פון חנני׳ בן עזור אז "במיתה בידי שמים מת ממש" 20 ,
באנוגנט ער זיך ניט מיטן שרייבן בלויז "כחנני׳ בן עזור",
נאר ער איז אויך מוסיף צוויי ווערטער "הנביא" און "בירמי׳".
וואס דאס פאדערט דאך ביאור:
א)
אין תנ״ך איז פאראן בלות איין חנני׳ בן עזור.
איז צוליב וואס דארף דער אלטער רבי מוסיף זיין דעם סימן ״הנביא״?
די קשיא איז נאך שטארקער: אין דעם וואס דער פסוק רופט אן חנני׳ בן עמר בשם "נביא" 21 ,
זיינען פאראן צוויי פירושים:
(א)
ווייל ער איז פרי־ ער געווען א נביא אמת 22 .
(ב)
מיט
"נביא" מיינט דא דער פסוק נביא שקר 23 .
ולכאורה דארף מען זאגן,
אז מיטן ווארט "הנביא" וואס דער אלטער רבי ברענגט בשייכות צו מיתת חנני׳ בן עמר,
מיינט ער
[ ניט לויט דעם פירוש "נביא אמת" — ווארום די סיבה פון "וימת הנני׳" איז דאך ניט דאס וואס ער איז פריער געווען א נביא אמת,
נאר אדרבה ,
דאס וואס דערנאך האט ער געזאגט א נבואת שקר — נאר ער מיינט]
לויט דעם פירוש אז דער פסוק באצייכנט אים מיטן נאמען "חנני׳ הנביא " דערפאר וואס ער איז געווען א נביא שקר.
אבער אויך לויט דעם פירוש,
האט ניט קיין ארט לכאורה,
צו ברענגען דא דעם ווארט ״הנביא״ — ווייל לויטן אלטן רבי׳נס שיטה אז חנני׳ איז מת בידי שמים ,
דארף מען דאך לכאורה זאגן,
אז ער איז געשטארבן איבער אן אנדער ענין און ניט איבער דעם וואס ער איז געווען א "נביא" שקר — ווארום א נביא שקר קומט דאך ניט קיין מיתה בידי שמים נאר מיתה בידי אדם!
ב)
שוין גערעדט פיל מאל,
אז דער אלטער רבי איז ניט מציין קיין מראי מקומות,
סיידן ווען דער ענין וועלבן ער ברענגט שטייט
(בשינוי)
אויך אין נאך ערטער
(אדער ווען דורכן ציון גופא קומט צו א תוספות ביאור,
אזוי ווי "ביואל" און "בישעי׳" 24 ),
דארף מען פארשטיין: דער סיפור
וועגן חנני׳ בן עזור שטייט אין תנ״ך בלויז איין מאל,
איז צוליב וואס דארף ער מציין זיין "בירמי'"?
ה.
נאך מער פלא איז:
לאחרי ווי דער אלטער רבי זאגט "כשעבר עבירה שחייבים עלי׳ כרת הי׳ מת ממש קודם חמישים שנה,
ובמיתה בידי שמים מת ממש קודם ששים שנה בחנני׳ בן עזור הנביא בירמי'״ — נאך איידער ער איז מסיים זיין קשיא "והרי נמצאו בכל דור כמה וכמה חייבי כריתות ומיתות והאריכו ימיהם ושנותיהם בנעימים" 25
— איז ער מוסיף,
אין חצאי עיגול: "ולפעמים גם במיתה בידי שמים נפ־ רעין לאלתר,
כמו שמצינו בער ואונן".
איז אין דעם ניט מובן:
א)
זיין קשיא "והרי נמצאו בכל דור כמה וכמה חייבי כריתות ומיתות והאריכו ימיהם ושנותיהם כו׳",
איז דאך נאר פון דעם וואס די חייבי מיתות האבן דערגרייכט דעם עלטער פון ששים און העכער; פון דעם וואס מען איז פון זיי ניט נפרע געווארן לאלתר — קען מען דאך קיין קשיא ניט פרעגן,
ווארום "נפרעין לאלתר" איז דאך נאר " לפעמים ".
איז צוליב וואס ברענגט ער דא דעם ענין "ולפעמים כו׳ נפרעין ל־ אלתר",
בשעת זיין קשיא איז נאר פון דעם וואס "מת ממש קודם ששים שנה"?
ב)
פון דעם לשון " גם במיתה בידי שמים נפרעין לאלתר" איז קלאר,
אז וועגן איין ענין ווייס מען שוין פון פריער אז "נפרעין לאלתר".
און ב־
המשך צו דעם זאגט ער,
אז אויך ביי מיתה בידי שמים איז מען
(לפעמים)
נפרע לאלתר 26 .
ולכאורה,
וואו רעדט ער פריער* 26
וועגן אן ענין וואס "נפרעין לאלתר"?
ו.
איז דער ביאור אין דעם,
אז מיטן מוסיף זיין די ווערטער "הנביא" און "בירמי'",
מיינט דער אלטער רבי צו מוכיח זיין,
אז "וימת חנני׳" איז ניט געווען קיין ענין פון "דין ד׳ מיתות
(וואס)
לא בטלו",
נאר ס׳איז געווען מיתה בידי שמים
(כדלקמן סעיף ז־ח)
:
און מיט זיין הוספה "ולפעמים גם במיתה בידי שמים נפרעין לאלתר" איז ער מבאר,
ווי אזוי פון "וימת חנני'" איז א הוכחה אויף יעדער מיתה בידי שמים אז "מת ממש"
(כדלקמן סעיף ט׳).
וואס דערמיט ווערט אויך פארענט־ פערט,
בדרך ממילא,
פארוואס דער אלטער רבי ברענגט ניט קיין ראי׳ פון חברי׳ דמיכה און עדו הנביא —
ווייל פון זייער מיתה איז ניטא קיין ראי׳ אז ביי יעדער מיתה בידי שמים איז אויך "מת ממש"
(כדלקמן סעיף יו״ד).
ז.
אז חנני׳ בן עזור האט געזאגט א נבואת שקר,
איז וועגן דעם גע-קומען דער בירור ערשט צוויי יאר שפעטער נאכדעם ווי ער האט גע-זאגט די נבואה — בעת מען האט געזען אז זיין נבואה "בעוד שנתים ימים גו׳" איז ניט מקויים געווארן
[ווארום זיין נבואה איז דאך געווען "לטובה",
און "כל דבר טובה שיגזור הא-ל אפילו על תנאי אינו חוזר" 27 ,
און וויבאלד אז נבואתו לא נתקיימה,
האט מען געוואוסט קלאר אז "הבטחת את העם הזה על שקר"].
אבער כל זמן די שנתים ימים זיי-נען ניט דורכגעגאנגען,
האט מען ניט געקענט וויסן אויף זיכער אז ער איז א נביא שקר 28 ,
ובמילא האט מען אים ניט געקענט דן זיין 29 .
און היות ווי בית דין שלמטה האט אים ניט געקענט דן זיין ביז עס וועלן אריבער די "שנתים ימים",
האט אויךדער " דין ד׳ מיתות" מלמעלה ניט געקענט דאן אויסגעפירט ווערן.
ווא-רום דער ענין פון " דין ד׳ מיתות" איז — אז מלמעלה טוט מען דאס זעלבע וואס ב״ד שלמטה האט גע-דארפט טאן — קען דאך ניט געמאלט זיין אז מלמעלה זאל מען מעניש זיין מיטן דין ד׳ מיתות אין דער צייט וואס ב״ד שלמטה האט אים ניט גע-קענט דן זיין.
[כי מסתבר בפשטות אז אין פאל ווען כלפי שמיא גליא אז למטה וועט קיינמאל ניט נתברר ווערן זיין דין און אז ב״ד שלמטה וועלן אים קיינ-מאל ניט קענען דן זיין,
איז עס
(לגבי דעם דין פון דעם מענטשן)
בדוגמת ווי "בטלו סנהדרין",
ובמילא איז מען אים מעניש מלמעלה ניט געקוקט אויף דעם וואס ביי ב״ד שלמטה איז זיין דין ניט נתברר געווארן 30 .
בעת אבער אז כלפי שמיא גליא אז זיין דין וועט שפעטער נתברר ווערן למטה,
איז כל זמן אז ב״ד שלמטה קענען אים ניט דן זיין — איז מען אים אויך מלמעלה ניט מעניש].
און דאס מיינט דער אלטער רבי מיט זיין ציון "בירמי׳": אין ירמי׳ 31
שטייט "וימת חנני׳ הנביא בשנה ההיא ",
איידער עס זיינען אריבער די ״שנתים ימים״ — איז דערפון גע-דרונגען,
אז זיין מיתה איז געווען ניט קיין דין ד׳ מיתות וואס קומט אנשטאט מיתת ב״ד,
נאר אן ענין פון מיתה בידי שמי* 31 .
ח.
מען קען דאך אבער פרעגן:
ירמי׳ איז געווען מוחזק פאר א נביא אמת.
היינט וויבאלד אז ירמי׳ האט געזאגט — בנבואה — אז "לא שלחך ה׳ גו׳ כי סרה דברת גו׳" 32 ?
האט מען דאך גלייך געוואוסט
(נאך איידער עס זייגען פארלאפן די צוויי יאר),
אז חנני׳ איז א נביא שקר.
האט מען דאך אים געקענט גלייך דן זיין למיתה?
אויף דעם באווארנט דער אלטער רבי "בחנני׳ בן עזור הנביא "
(אן א ביאור נוסף בזה — וואס ברובא דרובא מיינט דאס נביא אמת אפילו בלשון תורה ועאכו״כ בלשון חכמים וראשונים וכו׳)
מיינענדיק דערמיט
(כפירוש המובא לעיל סעיף ד׳),
אז פריער איז ער געווען א נביא אמת 33 .
ובמילא האט מען דאך ניט געקענט וויסן
(ביזן סוף פון די שנתים ימים)
ווער פון זיי
(ירמי׳ צי חנני׳)
זאגט אמת.
איז דאך דערפון מוכרח,
אז "וימת חנני׳ הנביא בשנה ההיא ",
איז געווען מיתה בידי שמים,
כנ״ל.
ט.
מען קען אבער נאך אלץ פרעגן:
וויבאלד אז בא וימת חנני׳ איז דער פסוק מוסיף
(מדגיש)
בשנה ההיא — איז משמע אז אין דעם איז דא א חידוש
(ולדוגמא — כאטש דער זמן פון מיתה בידי שמים איז ערשט "קודם ששים שנה"),
הייסט עס דאך,
אז ביי
דין חנני׳ איז געווען א חידוש מיוחד.
היינט ווי קען מען אפלערנען פון א חידוש — אויף יעדער מיתה בידי שמים אז "מת ממש"?
דערפאר איז דער אלטער רבי מוסיף "ולפעמים גם במיתה בידי שמים נפ-רעין לאלתר",
אז דאס וואס "וימת חנני׳ גו׳ בשנה ההיא " איז
[ ניט מצד אן ענין מיוחד וואס איז ביי אים גע־ ווען — וואס איז ניט פארבונדן מיט מיתה בידי שמים,
נאר]
א פרט אין מיתה בידי שמים,
ווייל "לפעמים
(איז)
גם במיתה בידי שמים נפרעין לאלתר".
י.
ועפ״ז איז אויך פארשטאנדיק וואס ער ברענגט ניט קיין ראי׳ פון חברי׳ דמיכה און עדו הנביא — ווייל וויבאלד אז ביידע זיינען געשטארבן דורך אן ארי׳ 34 ,
וואס דאס איז "דומי׳ דסקילה״ 35
— מיתה הכי חמורה
(אפילו צווישן די מיתות שבידי אדם),
איז דאך ביי זיי געווען א חידוש וחומר מיוחד.
ובמילא קען מען דער־ פון ניט ברענגען קיין ראי׳ אז ביי יעדער "מיתה בידי שמים" איז "מת ממש״ — און דערפאר ברענגט דער אלטער רבי א ראי׳ דוקא פון חנני׳ בן עזור.
און דעריבער פרעגט דערנאך דער אלטער רבי "והרי נמצאו בכל דור וכו׳ והאריכו ימיהם ושנותיהם בנעימים".
(משיחת ש״פ ויק״פ תשכ״ט)