א.
פרשת ראה לייענט מען אלע־ מאל דעם שבת אין וועלכן מען בענטשט ר״ח אלול 1
אדער
(דעם ערשטן טאג* 1
פון)
ר״ח אלול גופא.
ענינו פון חודש אלול,
חודש הרחמים והסליחות,
איז דאך — תשובה 2 ,
געפינט מען אין פ׳ ראה א גרויסן חידוש בנוגע דעם כח פון תשובה — אויף ווי ווייט תשובה קען ווירקן,
וואס אין אנדערע ערטער געפינט מען עס ניט.
בכלל,
העלפט תשובה נאר בנוגע צו בית דין שלמעלה אבער ניט בנוגע צו בית דין שלמטה.
ווי די גמרא 3
זאגט: "חייבי כריתות ..
אם עשו תשובה ב״ד של מעלה מוחלין להן,
חייבי מיתות ב״ד ..
אם עשו תשובה אין ב״ד של מטה מוחלין להן".
און אזוי ווי דאס איז בנוגע מיתות ב״ד,
אזוי איז אויך בנוגע אלע אנדערע עונשי ב״ד של מטה,
אזוי ווי מלקות וכיו״ב.
[און דער טעם דערויף איז: ווי־ באלד אז תשובה איז עיקרה בלב 4 ,
קען דעריבער ב״ד של מטה זיך ניט רע־ כענען מיט דעם — ווייל אין לו לדיין אלא מה שעיניו רואות 5 ].
אבער בשייכות צו די עונשים וואס ב״ד דארפן מעניש זיין אן עיר הנדחת — "הכה תכה את יושבי העיר ההיא לפי חרב גו׳ ואת כל שללה תקבוץ גו׳ ושרפת באש גו'" 6
— פסק׳נט דער רמב״ם 7 ,
אז "אם חזרו ועשו תשובה מוטב".
וואס דאס איז דאך א חידוש גדול ביותר און ווי דער ראב״ד זאגט
(און פרעגט)
אויף דעם: "לא מצאתי תשובה מועלת אחר התראה ומעשה".
דער כסף משנה איז מבאר,
אז דער טעם פון דעם וואס דער רמב״ם האלט אז ביי עיר הנדחת העלפט תשובה "אחר התראה ומעשה" איז,
ווייל די התראה וואס מען גיט די אנשי עיר הנדחת איז ניט קיין התראה גמורה,
ווארום מען איז דאך ניט מתרה "לכל אחד בפרט" נאר אלע אנשי העיר צוזאמען.
אבער דער תירוץ איז ניט פאר־ שטאנדיק: דער כלל "חייבי מיתות ב״ד ..
אם עשו תשובה אין ב״ד של מטה מוחלין להן" איז דאך
[ ניט מצד דעם וואס תשובה העלפט ניט נאך התראה 8 ,
נאר]
ווייל ב״ד של מטה קענען זיך ניט רעכענען מיט דברים שבלב,
היינט וויבאלד אז קודם שעשו תשובה,
ווען עס איז נתברר געווארן אז "הודחה כולה" אדער "רובה",
זיינען זיי שוין נתחייב געווארן
(בב״ד של מטה)
די עונשים וואס עס קומט אנשי עיר הנדחת
(דערפאר וואס ביי עיר הנדחת דארף מען ניט האבן קיין התראה גמורה),
איז ווי קען תשובה מבטל זיין די עונשים — היפך הכלל אז " אין ב״ד של מטה מוחלין להן"?
ב.
דער ראגאטשאווער 9
פארענט־ פערט די שיטת הרמב״ם אויף אן אנ־ דער אופן.
ער זאגט,
אז מיט די ווערטער "אם חזרו ועשו תשובה מוטב" מיינט ניט דער רמב״ם צו זאגן אז עס קומט זיי אינגאנצן ניט קיין עונש,
נאר ער מיינט,
אז דעם דין פון עיר הנדחת האבן זיי ניט.
ביי עיר הנדחת איז דאך דער דין 10 ,
אז אויך די נשים וטף
(פון די וואס האבן געדינט ע״ז)
און אויך "כל נפש חי׳ אשר בה" הרג׳עט מען לפי חרב,
ביז אז "ושרפת באש את העיר ואת כל שללה",
און אפילו די "נכסי הצדיקים שבתוכה״ — איז לגבי דעם זאגט דער רמב״ם "אם חזרו ועשו תשובה מוטב",
אז מען טשעפעט ניט די נשים וטף וכו׳.
אבער די עובדי ע״ז אליין,
קומט מיתה
(סקילה)
אויך לאחרי ווי "חזרו ועשו תשובה",
ווייל לגבי דעם העלפט טאקע ניט תשובה.
אבער אויך דער תירוץ איז ניט מובן: דער כלל "אם עשו תשובה אין ב״ד של מטה מוחלין להן" איז דאך
(ווי פארשטאנדיק אויך פון הטעם ע״ז — הנ״ל — אז אין לו לדיין אלא מה שעיניו רואות),
אז דורך "עשו תשובה" האט זיך דער פסק דין ב״ד של מטה ניט געביטן — במילא איז דאס דאך ניט בכח
(ניט בלויז בנוגע צו אראפנעמען לגמרי דעם עונש,
נאר אויך ניט)
אפילו צו פארגרינגערן דעם עונש — היינט וויבאלד אז קודם שחזרו ועשו תשובה זיינען זיי נתחייב גע־ ווארן מיט א הארבן עונש
(אז אויך נשיהם וטפם האט מען געדארפט הרג׳ענען,
און אויך "ממונם אבד" 11 ),
איז ווי אזוי איז זיי ב״ד של מטה מוחל דעם עונש מצד דעם וואס "עשו תשובה״ ?
ג.
וואס איז בכלל דער מקור צום רמב״ם׳ס דין "אם חזרו ועשו תשובה מוטב״?
— זאגט דער ראגאטשא־ ווער 9 ,
אז דאס איז פון פסוק 12
"ארדה נא ואראה גו'" וואס שטייט ביי סדום: סדום איז געווען דער גדר פון עיר הנדחת 13 ,
און וויבאלד אז בנוגע צו סדום האט דער אויבערשטער געזאגט ״ואם תיבין לא אתפרע״ 14
— דער־ פון נעמט דער רמב״ם ארויס,
אז ביי
(יעדער)
עיר הנדחת העלפט תשובה.
איז אויך אין דעם ניט מובן 15
: ווי קען מען אפלערנען דינים אין עיר הנדחת נאך מתן תורה,
פון סדום וואס איז געווען פאר מתן תורה — עס איז דאך פאראן א כלל 16
אז "אין למדין מקודם מתן תורה"?
און הגם אז בדוגמא לזה געפינט מען אין ירושלמי 17
און תוספתא 18 ,
און דאס איז,
אז דעם דין וואס אויך די נכסי צדיקים שבתוך עיר הנדחת נשרפין בתוך שללה,
לערנט מען אפ פון דעם וואס ממונו של לוט נאבד בסדום,
איז דארט גופא אויך ניט פאר־ שטאנדיק: ווי קען מען טאקע אפ־ לערנען א הלכה לאחרי מ״ת פון ממונו של לוט וואס ער איז געווען קודם מ״ת?
ד.
וועט מען פארשטיין דעם ביאור בכל הנ״ל,
בהקדים נאך אן ענין תמוה וואס מען געפינט אין די דינים פון עיר הנדחת:
ביי ע״ז איז דער דין,
אז אויב א יחיד דינט ע״ז קומט אים דערפאר סקילה .
ווי איז אבער ווען כל אנשי העיר,
אדער אפילו בלויז רובה,
האבן געדינט ע״ז
(און ס׳זיינען דערביי אויך דא די אנדערע תנאים וואס דארפן זיין ביי עיר הנדחת),
גיט מען זיי דאן א גרינגערע מיתה — זיי זיינען נידון בסייף 19 .
ולכאורה: דער דין איז,
אז בעת אימעצער איז עובר אויף אן עבירה
(אדער כמה עבירות)
מצד וועלכע ס׳קומט עם צוויי פארשידענע מיתות,
איז ער "נידון בחמורה "* 19 .
— איז דאך עפ״ז בנדו״ד תמוה: ווי־ באלד אז יעדער איינער פון די אנשי עיר הנדחת איז
(אויך)
א יחיד ,
און מצד דעם קומט אים במילא
(ניט בלויז הרג,
מצד דעם דין פון אנשי עיר הנדחת,
נאר אויך)
סקילה,
היינט פאר־ וואס זאגט די תורה אז ער איז נידון בסייף — א מיתה קלה,
און ניט בסקילה וואס איז הארבער פון סייף?
די תמי׳ איז נאך א גרעסערע: כל זמן דער לעצטער מענטש — וועלכער איז משלים דעם "רוב" פון די אנשי העיר,
האט נאך ניט געדינט קיין ע״ז,
זיינען אלע
(פריערדיקע)
עובדי ע״ז פון יענער שטאט נאך אלץ געווען "יחידים",
און עס האט זיי געקומט סקילה.
היינט ווי אזוי גייט עס אראפ דער חיוב סקילה פון זיי אלעמען — דורך דעם וואס דערנאך האט נאך איינער געדינט ע״ז?
מוז מען דעריבער זאגן,
אז דער דין "הכה תכה את יושבי העיר ההוא לפי חרב",
איז ניט א דין אויף יעדן איינעם פון די תושבי העיר באזונ־ דער ,
נאר אויף אלע "יושבי העיר" צוזאמען .
ד.
ה.
אז דורך דעם וואס הודחה העיר כולה אדער רובה,
זיינען זיי געווארן א נייע מציאות: ניט זיי זיינען א סך יחידים וועלכע זיצן אין איין שטאט,
נאר עס ווערט פון זיי איין
(נייע)
מציאות — א מציאות פון א ציבור עובדי ע״ז 20
"יושבי העיר".
און וויבאלד זיי זיינען גע־ ווארן אויס מציאות פון יחידים
(בנוגע חטא עיר הנדחת 21 )
נאר א מציאות חדשה — איז בדרך ממילא אויך דער דין פון די יחידים געווארן אויס — און עס קומט א נייער דין — סייף.
ה.
עפ״ז וועט אויך ווערן פאר־ שטאנדיק,
פארוואס ביי עיר הנדחת הרג׳עט מען אויך די נשים וטף פון די עובדי ע״ז.
ולכאורה: די נשים וטף איז דאך לא חטאו,
פארוואס־זשע קומט זיי מיתה?
מפרשים זאגן 22 ,
אז דאס איז בכדי "לרדות הגדולים בהריגתן שהן חבי־ בין עליהן".
דער הסבר איז אבער לפענ״ד ניט מספיק: וויבאלד אז מצד עצמם קומט די נשים וטף ניט קיין מיתה,
איז ווי קען מען זיי הרג׳ענען בלויז צוליב אנדערע — "לרדות הגדולים" ?
וי״ל הביאור אין דעם: דער דין פון "הכה תכה את יושבי העיר גו׳",
איז ניט ווי יעדער חיוב מיתה וואס איז אן עונש צוליב א חטא,
נאר ס׳איז א דין אויף די " יושבי העיר ".
און וויבאלד אז מצד דער שייכות פון די נשים וטף צו זייערע מענער און טאטעס,
זיינען אויך זיי
(כל זמן זיי געפינען זיך אין דער שטאט 22 )
געווארן אויס מציאות פון יחידים נאר א חלק פון דעם ציבור יושבי העיר
(פונקט ווי זייערע מענער און טאטעס),
רעכנט מען זיך דעריבער ניט דער־ מיט וואס " לא חטאו",
און זיי גייען אריין אין דעם כלל פון "יושבי העיר" אויף וועמען עס שטייט "הכה תכה גו׳ לפי חרב".
ו.
אזוי ווי דאס איז בנוגע צום דין פון "הכה תכה גו'" כנ״ל,
אזוי איז עס אויך בשייכות צום דין "ושרפת באש את העיר ואת כל שללה",
אז דאס איז
( ניט קיין עונש מיט וועלכן מען איז מעניש די אנשי עיר הנדחת,
אז "ממונם אבד",
נאר דאס איז)
א דין וואס לייגט זיך אויף דער שטאט 24 .
ד.
ה.
אז אלע נכסים וואס געפינען זיך אין אן עיר הנדחת,
זיינען ניט קיין נכסים פון יחידים נאר נכסי עיר הנדחת.
און דערפאר איז דער דין,
אז אויך "נכסי צדיקים שבתוכה נש־ רפין בכלל שללה",
ווייל זיי זיינען
( ניט קיין נכסי יחידים,
נאר)
"שללה" פון עיר הנדחת 25 .
ועפ״ז וועט אויך ווערן פארענטפערט ווי מען לערנט אפ אז נכסי צדיקים נשרפין בתוך שללה,
פון ממונו של לוט שנאבד בסדום — כאטש אז "אין למדין מקודם מ״ת״ — ווייל דער כלל "אין למדין מקודם מ״ת" איז בנוגע צו א הלכה
(מצד דעם וואס "ניתנה תורה ונתחדשה הלכה" 26 ),
אבער בשעת ס׳איז דא א שאלה אין א מציאות,
קען מען עס אפלערנען אויך פון פאר מ״ת,
כאטש אז דורך דעם קומט דער־ נאך ארויס א נפק״מ להלכה 27 .
און דעריבער קען מען אפלערנען דעם דין "נכסי צדיקים נשרפין בתוך שללה״ פון ממונו של לוט — ווייל דאס וואס מען לערנט אפ פון ממונו של לוט איז
( ניט דעם דין אז נכסי צדיקים נשרפין ,
נאר),
אז נכסי צדיקים שבתוך עיר הנדחת זיינען א טייל פון דער עיר
( ניט ווי נשיהם וטפם פון די צדיקים וואס זיי גייען ניט אריין אין כלל פון "יושבי העיר"),
און וויבאלד אז דער לימוד איז בנוגע צו א מציאות,
קען מען עס אפלערנען אויך פון פאר מ״ת.
ז.
ע״פ כהנ״ל וועט אויך ווערן פארשטאנדיק דער פסק הרמב״ם "אם חזרו ועשו תשובה מוטב״ — הגם אז עם העלפט ניט קיין תשובה אויף אראפנעמען עונשי ב״ד של מטה — ווייל דורך די תשובה פון די אנשי עיר הנדחת ווערן זיי צוריק "יחידים" און עס ווערט בטל דער מציאות ה־ ״צבור״ פון ״יושבי העיר״ 28 .
ובמילא איז פארשטאגדיק ווי דער דין "אם חזרו ועשו תשובה מוטב" איז ניט בסתירה צום כלל "חייבי מיתות ב״ד אם עשו תשובה אין ב״ד של מטה מוחלין להן״ — ווייל די תשובה פון די אגשי עיר הנדחת טוט אויף ניט צו מבטל זיין דעם עונש ,
נאר צו מבטל ז״ן די מציאות פון "ציבור יושבי העיר"
(נאר בדרך ממילא ווערט בטל אויך דער עונש).
ועפ״ז איז אויך מובן ווי מ'קען אפ-לערנען אז "אם חזרו ועשו תשובה מוטב" פון "ארדה נא ואראה גו׳" וואס שטייט ביי סדום — ווייל אויך דער לימוד איז בנוגע צו א מציאות ,
אז דורך תשובה ווערן זיי צוריק
(א מציאות פון)
"יחידים"
(כנ״ל),
און דאס קען מען אפלערגען אויך פון אן ענין שקודם מתן תורה.
ח.
ס׳איז אבער נאר אלץ ניט אינ־ גאגצן גלאטיק : וויבאלד אז דער טעם וואס בשייכות צו עונשי ב״ד שלמטה העלפט ניט תשובה איז
(כנ״ל ס״א)
ווייל אין לו לדיין אלא מה שעיניו רואות
— דארף דאך לכאורה אויסקומען,
אז אויר אין א פאל ווי בנדו״ד,
וואו די תשובה פועל׳ט טאקע גיט צו מבטל זיין דעם עונש,
מער גיט ווי צו בייטן די מציאות — וויבאלד אבער אז דער ב״ד שלמטה ווייס דאס גופא גיט,
צי זייער מציאות האט זיר טאקע געביטן — האבן ב״ד במילא זי געדארפט דן זיין ווי זיי זייגען אין דעם כלל פון "יושבי העיר"?
— וועט דאס ווערן פארשטאג־ דיק לויטן טעם פארוואס "אין ב״ד של מטה מוחלין להן",
ווי ער איז בפנימיות הענינים,
כדלהלן.
ט.
דער טעם הפנימי אויף דעם וואס ״חייבי מיתות ב״ד ..
אם עשו תשובה אין ב״ד של מטה מוחלין להן" איז
[ ניט דערפאר וואס ב״ד שלמטה וויסן גיט צי יענער האט תשובה געטאן,
און דעריבער מוזן זיי אים דן זיין למיתה 29
— כאטש אז
(עס קען זיין אז)
כלפי שמיא גליא אז אים קומט ניט קיין מיתה,
נאר]
ווייל בגוגע צו ב״ד שלמטה העלפט טאקע באמת ניט * 29
קיין תשובה 30
:
דאס גופא וואס תורה האט איבער-געגעבן זיין עונש צו ב״ד שלמטה — וואס זיי קענען ניט וויסן וואס ביי יענעם אין הארצן טוט זיך,
איז מוכיח אז דער עונש איז פארבונדן מיט יע-נעמס ענינים
(הגלויים)
וואס ווערן ניט נשתנה דורך תשובה שבלב 31 .
ועפ״ז וועט זיין פארשטאנדיק וואס ביי עיר הנדחת פסק'נט תורה אז "אם חזרו ועשו תשובה מוטב״ — ווייל דער עונש פון עיר הנדחר איז פאר-בונדן בעיקר מיט ענינים שבלב
(כדלקמן סעיף י'),
און די ענינים ווערן דאך זיכער נשתנה דורך תשובה ש-בלב.
י.
דער ענין פון "צבור"
("קהל")
איז פאראן נאר ביי אידן און ניט ביי בני נח 32 .
און אפילו ווען זיי קומען זיך צוזאמען,
בלייבט יעדער פון זיי א מציאת "פרטי",
און זיי ווערן ניט נצטרף צוזאמען עס זאל פון זיי ווערן איין מציאות 33 .
און דער טעם אויף דעם : אידן,
וואס "שרש נפשם
(איז)
בהוי׳ אחד",
זיינען זיי איין מציאות 34 .
אבער אויף אוה״ע שטייט "אשר חלק הי אלקיך אותם לכל העמים״ — "הפרידן מאחדו-תו" 35 ,
איז דעריבער ביי זיי ניטא דער ענין פון {צירוף ו)
אחדות.
און הגם אז די התאחדות פון אידן איז מצד שרש נפשם
(אבער מצד "ה-גופים
(זיינען זיי)
מחולקים ״ 34 )
— פו-על'ט אבער די נשמה אויך אויף זייער גוף" אז אויך מצד הגוף זאלן זיי זיין איין "קהל" 36
וואס דעריבער זיינען זיי א "גוי אחד
(אויך)
בארץ " 37 .
און דעריבער איז דער דין ביי עיר הנדחת,
אז אויך די נכסים פון די אנשי העיר ווערן אויס נכסי יחיד און זיי ווערן נכסי העיר — ווייל די אח-דות פון אידן איז אויך בנוגע צו זיי-ערע נכסים 38 .
יא,
לכאורה קען מען דערויף פרעגן : די אחדות וואס איז דא ביי עיר הנדחת
[אז אלע עובדי ע״ז פון דער שטאט מיט נשיהם וטפם זיינען געווארן אויס יחידים — נאר א מציאות פון "יושבי העיר״ ; און אז אלע נכסים פון שטאט
(כולל אפילו נכסי הצדיקים)
זיינען געווארן נכסי "העיר"]
איז דאך אן אחדות וואס איז פאר־ בונדן מיט ע״ז,
דער סאמע קצה ההפכי פון
(אמונה אין)
הוי׳ אחד — איז ווי קען מען דאס זאגן אז אט־די אחדות איז פאראן מצד דעם וואס אידן זיינען מושרש אין הוי׳ אחד ?
אבער אין אמת׳ן איז עס קיין קשיא ניט.
ווארום מצד דעם כח הבחירה וואס איז פאראן ביי אידן — וואס דער כח הבחירה נעמט זיך פון עצמות,
וואס "אין מי שיעכב בידו״ 39
(ווארום ער איז "כל יכול" און "נמנע הנמנעות" 40 )
— איז ער ניט געבונדן מיט קיינע גדרים
[וואס דערפאר קען א איד בוחר זיין ר״ל
(ניט בלויז צו טאן אנדערע עבירות — אין וועלכע ער רעדט זיך איין אז "עודנו ביהדותו" 40 ,
נאר אויך צו דינען ע״ז — הגם אז דאס איז דער היפך פון זיין טבע 42
— ווייל אויך די בחירה חפשית פון א אידן איז אין אן אופן וואס "אין מי שיעכב בידו״ 43
— זי האט אויף זיך ניט קיינע הגבלות 44 ]
און דעריבער קען ער "אריינשלעפן" דעם ענין פון אחדות — וואס איז ביי אים דא מצד דעם וואס ער איז מושרש אין אחדות הפשוטה כנ״ל — אויך אין אן ענין פון ע״ז וואס איז דער סאמע היפך פון אחדות הפשוטה.
יב.
ע״פ כל הנ״ל וועט ווערן מוסבר דער טעם וואס ביי עיר הנדחת איז דער דין "אם חזרו ועשו תשובה מוטב״ — הגם אז בכל התורה כולה העלפט ניט קיין תשובה לגבי עונשי ב״ד של מטה
— ווייל דאס וואס בכל התורה כולה העלפט ניט קיין תשובה לגבי עונשי ב״ד של מטה,
איז עס מצד דעם וואס דער פגם וועלכער איז געווארן דורך די חטאים
(וואס זייער עונש איז אי־ בערגעגעבן געווארן צו ב״ד שלמטה 43 ),
איז ניט בלויז אין די ענינים הפנימיים פון דעם עובר עבירה,
נאר אויך אין זיינע ענינים החיצוניים.
און וויבאלד אז אויך לאחרי שעשה תשובה,
האבן זיך זיינע ענינים החיצוניים נאך ניט געביטן לגמרי
[ווארום דאס גופא וואס א צווייטער מענטש קען טראכטן אז ער האט ניט תשובה געטאן,
איז א ראי׳ אז עס פעלט עפעס אין זיינע ענינים חיצוניים],
דעריבער דארף ער האבן אן עונש ר״ל בכדי צו מתקן זיין דעם פגם 46 .
משא״כ ביי עיר הנדחת,
כאטש אז אויך דער פגם איז אויך אין די ענינים החיצוניים פון די אנשי עיר ה.
נ־ דחת,
וואס דעריבער איז זייער עונש איבערגעגעבן געווארן צו ב״ד שלמטה — וויבאלד אבער אז די גאנצע מציאות הציבור פון עיר הנדחת קומט מצד הנשמה כנ״ל
(סעיף י׳),
איז דער פגם בחיצוניות ניט קיין ענין בפני עצמו,
נאר ער ווערט נגרר נאך די פנימיות,
און וויבאלד אז דורך תשובה ווערט נתבטל דער פגם בפנימיות,
ווערט בטל במילא אויך דער פגם בחיצוניות — און דערפאר איז דער דין אז "אם חזרו ועשו תשובה מוטב".
(משיחת יט כסלו תשכ"ה)