B"H
🏡

Ikar

ראה א

א.

אין פסוק "ונתצתם את מזבחתם ושברתם את מצבתם ואשריהם תשרפון באש וגו׳״?

זאגט רש״י: ״מזבח — של אבנים הרבה.

מצבה — של אבן אחת׳ והוא בימום ששנוי׳ במשנה־ אבן שחצבה מתחילתה לבימוס.

אשרה — אילן הנעבד".

איז אין דעם ניט מובן:

א)

דער לשון הפסוק איז: "מזבחתם",

"מצבתם",

"ואשריהם".

פארוואס שטעלט זיך רש״י אויף "מזבח",

"מצבה" און "אשרה",

און ער איז ניט מעתיק די ווערטער כלשונם אין פסוק 3 .

ב)

פריער,

אין פ׳ ואתחנן 4 ,

האט שוין רש״י מפרש געווען "מזבחותיהם — של בנין.

מצבתם — אבן אחת.

ואשריהם — אילנות שעובדין אותן".

וואס דארף עם רש״י דא נאכאמאל איבער׳חזר׳ן?

ג)

נאך מער: רש״י אין אונזער פסוק איז משנה פון זיין פירוש אין פ׳ ואתחנן:

(א)

דארטן זאגט ער אז מזבח איז ״של בנין״ און דא — "של אבנים הרבה".

(ב)

אין אונזער פסוק

1px;">באגנוגנט זיך ניט רש״י מיטן זאגן "מצבה של אבן אחת" 5

1px;">,

נאר ער איז מוסיף —

1px;">"והוא בימוס כו׳",

אן ענין וואס איז פריער גארניט דערמאנט 6

1px;">.

ד)

אין פ׳ וישלח 7

שטייט "ויצב יעקב מצבה גו׳ ויסך עלי׳ נסך ויצק עלי׳ שמן".

איז דערפון לכאורה גע־ דרונגען,

אז אויך א מצבה פון ע״ז.

להבדיל בין טומאה כו׳,

איז ענינה לנסך נסכים לע״ז 8 .

פארוואס לערנט

1px;">רש״י "והוא בימוס ששנוי׳ במשגה כו׳" וואס בימוס איז

(ווי רש״י איז מפרש אין משנה)

"מקום מושב ע״ז שמושיב הצלם עלי" 9

1px;">?

ה)

ווען איינער ווייס ניט וואס עם מיינט "בימום",

וועט ער דאס ניט וויסן אויך פון דעם לשון המשנה "אבן שחצבה מתחילה לבימוס" וואס רש״י בריינגט,

ווייל אין דעם לשון ווערט ניט אפגעטייטשט וואס בימוס מיינט 10 .

איז בכן ניט מובן: אויב רש״י נעמט אן אז דער תלמיד ווייס וואס עם מיינט נימוס,

איז דאך גענוג צו שרייבן "והוא בימוס": און אויב ער איז חושש אז דער תלמיד ווייס ניט דעם טייטש פון ווארט — איז וואס ״פארדינט״ מען פון מוסיף זיין

1px;">"ששנוי׳ במשנה אבן שחצבה מתחילתה לבימוס" 11

1px;">?

ו)

אפילו את״ל אז דורך דעם לשון באקומט מען יע א ידיעה וואס עם מיינט בימוס — איז אבער ניט מובן: צוליב וואס דארף רש״י זאגן אז דער לשון שטייט אין משנה?

ב.

דערנאך שטעלט זיך רש״י אויף "ואבדתם את שמם" און איז מפרש: "לכנות להם שם לגנאי.

בית גליא קורין לה בית כריא,

עין כל עין קוץ".

איז אויך אין דעם ניט מובן:

א)

דער פירוש הפשוט פון "ואבדתם את שמם",

לכאורה,

איז: איר זאלט טאן א פעולה 12

וואס זאל מאכן פאר־ לארן און פארגעסן די נעמען פון ע״ז.

האט דאך רש״י געדארפט לערנען "לשנות את שמם" 13 ,

אז מען זאל זיי

1px;">אגרופן מיט אן אנדער נאמען,

וואס דורך דעם ווערן פארגעסן זייערע פריערדיקע נעמען 14

1px;">.

פון וואנעט נעמט רש״י ״לכנות להם שם לגנאי״ 15 ?

ב)

אפילו ווען רש״י האט שוין א הכרח צו לערנען אז "ואבדתם גר" מיינט א גנאי־נאמען — פון וואנעט נעמט ער אז דער שם לגנאי דארף זיין ענלעך צו דעם פריערדיקן נאמען פון ע״ז

(כמובן פון רש״י׳ס זאגן "בית גליא קורין לה בית כריא עין כל עין קוץ")?

ולכאורה,

אדרבה: בשעת מען איז

1px;">מכנה די ע״ז מיט א גנאי־נאמען וואס איז ענלעך צו איר פריערדיקן נאמען,

מאכט מען דאך דערמיט גופא א זכרו!

1px;">צו איר שם הקודם 16

1px;"> — היפך

1px;">פון ואבדתם

1px;">את שמם?

ג)

פארוואס דארף רש״י געבן צו ויי דוגמאות — "בית גליא קורין לה בית כריא״,

״עין כל עין קוץ״ — און באגנוגנט זיך ניט מיט איינעם פון זיי?

ובפרט,

אז אין גמרא 17

איז פאראן נאך א דוגמא אויף "לכנות לה שם לגנאי״: ״פני מלך — פני כלב".

אבער יענע דוגמא ברענגט ניט רש״י 18 .

איז מובן דערפון,

אז דא איז נוגע צו ברענגען דוקא די צוויי דוגמאות.

ג.

איז דער ביאור בכל הנ״ל:

מיט א פסוק פריער 19

שטייט "אבד תאבדון גו׳ את אלקיהם",

וויבאלד אז גלייך נאכדעם שטייט "ונתצתם גו׳",

ונתצתם מיט א וא״ו המוסיף,

האט מען לכאורה געדארפט לערנען,

אז דא איז ער מוסיף: ניט בלויז דארף מען מאבד זיין די ע״ז

("אלקיהם")

גופא,

נאר מ׳דארף מוסיף זיין און אויך צעשטערן זייערע מזבחות,

צעברעכן זייערע מצבות,

פארברענען זייערע אשרות,

וכו',

וועלכע זיינען א הוספה צו אלקיהם; זיי זיינען ניט

1px;">אלקיהם — ע״ז גופא,

נאר בלויז משמשים

1px;">צו ע״ז.

און כאטש אז אשריהם האט שוין רש״י פריער 20

געטייטשט "אילנות שעובדין אותן״ — האט מען אבער געקענט זאגן,

אז אין אונזער פסוק מיינט ״ואשריהם״ — משמשי ע״ז: אין פריערדיקן פסוק" שטייט וועגן די מקומות פון זייערע ע״ז׳ס "על ההרים הרמים גו׳ ותחת בל עץ רענן"׳ קען מען זאגן,

דא קומט דער המשך וביאור: "ואשריהם" פון אונזער פסוק איז עס דער "עץ רענן" 21 .

(ועד״ז קען מען לערנען בנוגע צו "פסילי אלקיהם",

אז דאס איז פארבונדן מיט ״ההרים הרמים גו'״ — "פסילי" פון לשון ״פסל לך״ 22

— אז זיי פלעגן אויסהאקן אין בארג אן ארט,

א בימה,

עמוד וכיו״ב וואו אוועקצושטעלן די ע״ז,

און די אויסגעהאקטע זאכן הייסן ״פסילי אלקיהם״ 23 ).

[און דאס וואס דער פסוק זאגט "ואשריהם תשרפון באש ופסילי אלקיהם תגדעון״ — הגם זיי זיינען בלויז — כל׳ הכתוב — מקומות פאר ע״ז׳ס — קען מען מסביר זיין: וויבאלד אז דאם וואס די גויים האבן אויסגעקליבן דוקא די מקומות פאר זייערע ע״ז׳ס,

איז עס,

כמובן,

מצד

1px;">דעם וואס די "הרים הרמים גו'"* 23:

1px;"> און "עץ רענן" גיבן צו "חשיבות" 24

1px;"> צו "אלקיהם" 25

1px;"> — דעריבער דארף מען מאבד זיין אויך "אשריהם" 26

1px;"> און "פסילי אלקיהם 27

1px;">].

לויט דעם וואלט אויסגעקומען,

אז כשם ווי ונתצחם גו׳ איז מוסיף אויף "אבד תאבדון גו׳ את אלקיהם" וואס שטייט אין פריערדיקן פסוק,

זיינען אויך די ציוויים פון דעם פסוק גופא אין א סדר פון "לא זו אף זו": נסכים זיינען ניט אזוי חשוב ווי קרבנות.

דעריבער זאגט דער פסוק "ושברתם את מצבתם" נאך "ונתצתם את מזבחתם״ — פריער מזבחות וואס נוצן פאר קרבנות און דערנאך מצבות

וואו מ'איז 28

מנסך נסכים 29

; שפעטער זאגט דער פסוק א גרעסערן חידוש,

״ואשריהם תשרפון באש ופסילי אלקיהם תגדעון",

— כאטש "אשריהם" און "פסילי אלקיהם" נוצט מען

[ניט פאר דינען ע״ז

(ווי מזבחות און מצבות),

נאר]

בלויז ווי מקומות 30

פאר ע״ז 31

; און דערנאך איז ער מוסיף נאך א גרעסערן חידוש ״ואבדתם את שמם״ — הגם אז

[דאס איז ניט די ע״ז גופא; מ'איז דערויף ניט מקריב קרבנת; ניט מנסך נסכים; און ס'איז אויך ניט קיין מקום לע״ז —]

דאס איז נאר א נאמען.

ובפרט אז אין "שמם" ווערן דאך נכלל אויך אזוינע נעמען וועלכע דריקן ניט אויס קיין חשיבות.

ד.

אבער רש״י וויל אזוי ניט לערנען,

ווייל אין פשטות מיינט ״אשריהם" און

(עאכו״כ ״ )

"פסילי אלקיהם" — די ע״ז גופא,

און וויבאלד אזוי,

קען מען דאך שוין ניט זאגן אז דער פסוק "ונתצתם גו׳ " איז מוסיף אויף "אבד תאבדון את אלקיהם",

ווארום שריפת אשריהם און

גידוע פון פסילי אלקיהם,

דאס איז תר איבוד פון אלקיהם,

מה מען דעריבער לערנען,

אז ״ונתצתם וגוי " איז מבאר און רעכנט זדים די פרטים פון "אבד תאבדון גוי את אלקיהם".

און אט דעם פירוש וכוונה דייט אן רש״י בפשטות סגנונו : מיט זיין שטעלן זיך ניט אויף די ווערטער פון פסוק

["מזבחתם",

"מצבתם",

"ואשריהם"]

נאר אויף "מזבח",

"מצבה" און ״אשרה״,

מאכט ער קלאר,

אז זיין פירוש ״מזבח וכוי ״ איז ניט קיין אנפאנג פון א נייעם ענין,

נאר — דער ביאור און אפטייטש פון זיינע פריערדיקע רייד "תאבדון מהם את אל" קיהם

(אשר על ההרים)

״: די "אלקיהם

(אשר על ההרים)

",

וועלכע מען דארף מאבד זיין,

זיינען: "מזבח וכו'",

ה.

און דערפאר איז רש״י מוסיף ביי מצבה

(דוקא אין אונזער פסוק)

״והוא בימוס כו׳ ״,

און אויך ביי אשרה — "אילן הנעבד"

(הגם אז ער האט עס שוין מפרש געווען פריער)

— ווייל דערמיט איז ער מבאר ווי אויך ״מצבתם״ און ״ואשריהם״ זיינען פרטים פון ״אלקיהם״ :

בנוגע צו ״מזבחתם״ איז פארשטאנדיק ווי דאס איז א פרט פון "אלקי" הם״ — ווייל היות אז אויף זיי איז מען מקריב קרבנות וועלכע ווערן פארברענט אין דעם פייער וואס געפינט זיך אויפן מזבח

(וואס דאס איז להבדיל בדוגמת אש הוי׳ וואס אפין מזבח דקדושה 33 ),

איז אויך דער מזבח של ע״ז אן ענין פון אלקיהם;

משא״כ מצבה וואס אויף איר איז

מען מנסך נסכים בלו,

ז מצד דעם וואס זי איז א סימן לע״ז

(בדוגמת ״ועדה המצבה״ 34

— ס'איז א זייטיקע זאך,

וואס איז בלויז אן עדות)

דערפאר זאגט רש״י "והוא בימוס ששנוי׳ במשנה אבן שחצבה מתחלתה לבימום",

אז בלויז מתחלתה איז מען זי חוצב לבימוס,

פאר א מקום מושב לע״ז 35 ,

אבער ניט לאחר,

זה.

און צוליב מער קלארקייט 36

— צייכנט רש״י אן ״ששנוי׳ במשנה״ — וואס דארט איז רש״י מפרט — "עובדין את הבימוס כעבודת כוכבים עצמו" 37 .

און אזוי אויך ביי אשרה איז רש״י מפרש "אילן הנעבד",

אז אשרה אין אונזער פסוק איז ניט דער "עץ רענן" וואס איז מוסיף חשיבות צו דער ע״ז,

נאר "אילן הנעבד",

איז עס ממילא א פרט אין "אלקיהם".

און דאס איז אויך דער ביאור אין פירוש רש״י "מזבח של אבנים הרבה,

מצבה של אבן אחת״ — אז דער חילוק צווישן מזבח און מצבה

(אין אונזער פסוק)

באשטייט

(ניט בענק הע״ז 38 ,

נאר)

בלויז אין דעם וואס מזבח איז "של אבנים הרבה" און מצבה — "של אבן אחת" 39 .

און דערפאר זאגט רש״י "מזבח של אבנים הרבה",

ניט "של בנין"

(ווי אין פ' ואתחנן)

: וויבאלד אז דא טייטשט רש״י "מזבח" און "מצבה" אין איין המשך כנ״ל

(ניט ווי בפ' ואתחנן),

דעריבער זאגט ער ביי מזבח "של אבנים הרבה" וואס איז דער היפך פון ״של אבן אחת״ ביי מצבה 40

ו.

ס'איז נאך אבער ניט מובן : פריער אין פי משפטים 41

זאגט רש״י ״מצבתיהם — אבנים שהם מציבין להשתחוות להם",

האט דאך רש״י געקענט אזוי לערנען אויך "מצבתם"

פון אונזער פסוק,

און דאן וואלט געווען מובן בפשטות אז "מצבה" איז א פרט אין ״אלקיהם״ — פון וואנעט נעמט רש״י ״והוא בימוס כו׳״ ?

אט די קשיא באווארנט רש״י מיט דער הוספה ״בימוס ששנוי' במשנה כו׳":

וויבאלד אז פון דער משנה ווייס מען די מציאות פון בימוס,

אז אויך דאס איז א פרט פון "אלקיהם" כנ״ל,

מוז מען זאגן 42

אז אויך בימוס ווערט אויסגערעכנט אין אונזער פסוק

(וואס רום דער פסוק קומש דאך ספעציעל אויף מפרט זיין דעם אלקיהם וואם עם שטייט פאר דעם — דארף ער אויסרעכענען יאלע סוגים פון

(איבוד)

אלקיהם).

דעריבער דארף מען לערנען אז מצבה "הוא בימוס".

ז.

ע״פ הנ״ל וועט מען אויך פארשטיין פארוואס רש״י לערנט "ואבדתם את שמם״ — "לכנות להם שם לגנאי"

(און ניט — מאכן פארלארן און פארגעסן זייער נאמען)

:

דורכן מקיים זיין "אבד תאבדון גו׳ את אלקיהם״,

ווערט דאך ממילא אפגעמעקט און פארגעסן אויך זייער נאמען.

היינט וואס איז מוסיף דער פסוק ״ואבדתם את שמם״?

וואלט מען געלערנט אז "וגתצתם את מזבחתם ..

ופסילי אלקיהם תגדעון" מיינט: צו מאבד זיין די משמשי ע״ז,

קען מען דאן זאגן,

אז מיט "ואבדתם את שמם״ מיינט דער פסוק — אז מען דארף טאן א פעולה מי וחדת צו מאבד זיין דעם שם ע״ז

(הגם דורכן איבוד אלקיהם ומשמשיהם ווערן זיי,

בדרך כה,

במילא פארגעסן)

וכדלקמן.

און דאן וואלט געווען פארשטאנדיק דער המשך הפסוק : צום ערשטן זאגט ער,

אז מען דארף מאבד זיין "את אלקיהם".

דערנאך איז ער מוסיף,

אז מען דארף מאבד זיין אויך די משמשי ע״ז

(מזבחתם,

מצבתם,

אשריהם און פסילי אלקיהם).

און שפעטער איז ער מוסיף נאכמער,

אז אויך יערער זאך וואס שם הע״ז נקרא עלי' — דארף מען פון איר אפמעקן דעם שם ע״ז,

דורך

(מאבד זיין די זאך גופא",

אדער דורך)

ניט אנרופן זי מיטן נאמען פון דער ע״ז;

וויבאלד אבער אז מיט "ונתצתם את מזבחתם ..

ופסילי אלקיהם תגדעון" רעבנט דער פסוק אויס די פרטים פון "אבד תאבדון גו' את אלקיהם",

קען מען דאך ניט לערנען אז "ואבדתם את שמם" איז א ציווי צו טאן פעולות אויף אפווישן דעם זכר פון ע״ז — ווארום דאן וואלט מען דאך לכל-לראש געדארפט מאבד זיין די

משמשי ע״ז,

וואס זיי דערמאנען דאך זיכער אויף ע״ז,

און דאס זאגט ניט דער פסוק,

בלייבט דאך במילא צוריק שווער: וואס איז דער פ^וק אויסן מיט״ואבדתם את שמם״ ?

דעריבער לערנט רש״י אז "ואבדתם את שמם" מיינט

(ניט מאכן פארגעסן זייער נאמען,

נאר)

מגנה זיין זיי — "לכנות להם שם לגנאי".

ח.

עפ״ז וועט מען אויך פארשטיין וואס רש״י לערנט,

אז דער "שם לגנאי״ דארף זיין ענלעך צו איר פריערדיקן נאמען — כאטש דורך דעם מאכט מען א זכרון צו איר שם הקודם,

וואס איז לכאורה ה יפך פון

(פשטות הכוונה פון)

"ואבדתם את שמם":

וויבאלד אז ״ואבדתם״ דא מיינט

(ניט צו מאכן פארגעסן,

נאר)

מגנה זיין,

איז דאך פארשטאנדיק,

אז דער פירוש פון "ואבדתם את שמם" איז: איר זאלט מגנה זיין

(ניט בלויז די ע״ז,

נאר אויך)

דעם נאמען פון דער ע״ז גופא,

און דעריבער דארף מען מכנה זיין די ע״ז מיט אזא שם וואס איז בדומה צו איר פריערדיקן נאמען — ווייל דורך אומבייטן דעם שם של ע״ז אויף א שם לגנאי וואס האט ניט קיין שייכות צום פריערדיקן נאמען,

איז מען בלויז מגנה די ע״ז,

אבער ניט איר נאמען ; דוקא דורך איבערלאזן א פארבונד מיט איר פריערדיקן נאמען 44 ,

נאר דעם נאמען

גופא צו ענדערן און מאכן פון אים א שם של גנאי,

דורך דעם ערשט ווערט מגונה אויך דער נאמען פון דער ע״ז 45 .

ט,

ע״פ הנ״ל האט מען לכאורה געקענט מ^ביר זיין וואס אין תר צווייטער דוגמא זאגט רש״י אז די ע״ז "עין כל" דארף מען רופן "עין קוץ",

דלכאורה האט מען די ע״ז "עין כל" געדארפט בעסער אנרופן "עין כלום״ 46

:

א)

א קוץ,

א דארן,

הגם ער שטעכט,

איז ער אבער נאך אלץ א מאכל בהמה עכ״פ 47

— אבער אן ע״ז ברענגט דאך קיין שום תועלת ניט 48 ,

האט מען זי געדארפט אגרופן "עין כלום".

ב)

אפילו דעם כח צו שטעכן וואס א דארן האט,

פארמאגט אויך ניט די ע״ז.

ווארוט דעם עוגש און שטאך פאר דינען ע״ז,

באקומט מען ניט פון איר כח ח״ו,

נאר פון דעם אויבערשטן,

וואס ער איז מעניש פאר דער עבירה.

היינט וויבאלד אז "עין כלום" ברענגט ארויס א גרעסערן גנאי ווי "עין קוץ",

פארוואס איז רש״י מעתיק בפירושו

(ד.

ה.

בפשוטו של מקרא)

דעם פי׳ הש״ס אז די ע״ז "עין כל" דארף מען מכנה זיין "עין קוץ״ ?

וואס ד.

ה.

אז אויך ע״ד הפשט דארף אזוי זיין.

וואלט מען געקעגט לכאורה זאגן,

אז דאס איז דערפאר ווייל "עין קוץ" איז מער עגלעך אין הברה

(אויס־ שפראך)

צו "עין כל" ווי דער נאמען "עין כלום" 49 ,

און היות אז "ואב" דתם את שמם" איז מען מקיים דוקא ווען עס פארבלייבט דער שם הקודם

(כנ״ל סעי׳ ח'),

דעריבער דארף מען די ע״ז מכנה זיין "עין קוץ",

הגם אז "עין כלום" איז א גרעסערער גנאי לע״ז,

ועפ״ז האט מען אויך געקעגט מסביר זיין וואס רש״י ברענגט צוויי דוגמאות:

מיט "בית גליא קורץ לה בית כריא",

איז ער מסביר דעם מיין פון ״ואבדתם״,

אז מען דארף אויסקלייבן אזא נאמען וואס איז מגנה בתכלית דעם שם ע״ז,

אזוי ווי "בית כריא" לשון חפירה ושפלות 50

— וואס ניט

בלויז דריקט ער אויס די שלילה פון "בית גליא" לשון גובה 51 ,

נאר ער איז דער סאמע היפך פון בית גליא; און מיט "עין כל עין קוץ" איז ער מסביר וואס עס מיינט "את שמם",

אז דער גנאי-נאמען דארף זיין וואס מער עגלעך צום שם של ע״ז,

אפילו אץ פאל וואו מען קען געפיגען א שם וואס איז מער לגנאי.

י.

אין אמתין קען מען אבער אזוי ניט לערנען,

ווייל היות אז אויך דורך "אבד תאבדון גו' את אלקיהם" ווערט פארלארן און פארגעסן דער נאמען פון ע״ז

(כנ״ל סעיף ז'),

מען איז שולל דעם מציאות השם,

לייגט זיך צו זאגן,

אז די הוספה "ואבדתם את שמם״ איז א ציווי צו מכנה זיין די ע״ז מיט אזא נאמען וואס איז גיט בלויז שולל די שבחים וועלכע שטייען אין "שמם"

[ווייל דאן איז דער "ואבדתם

(את שמם)

״ ניט קיין הוספה עיקרית אויף דעם ״אבד תאבדון ..

( את אלקיהם)

",

ווארום די שלילת המעלה וואס "שמם" האט אויסגעדריקט,

איז בדומה צו שכחת השם וואס ווערט אויפגעטאן דורך איבוד אלקיהם]

— נאר דוקא מיט אזא כינוי וואס איז מגנה זייער נאמען,

און וויבאלד אזוי,

קומט דאך אויס,

אז

(ניט בלויז מצד "ואבדתם את שמם",

נאר)

אויך מצד דעם "ואבדתם" גופא,

דארף מען די ע״ז וואס האט געהייסן "עין כל" אגרופן ניט "עין כלום" גאר "עין קוץ".

ווייל הגם אז דער נאמען "עין כלום" דריקט טאקע מער אויס די שלילת המעלה פון "עין כל",

איז עס אבער ניט אזא גנאי

און ניט דער סאמע היפך פון כל ווי דער כינוי "עין קוץ": א קוץ איז א דבר המזיק

(ומחסר)

אדם ובהמה: און אזוי אויך ווערט די ע״ז יא סיבה און א תקלה דורך וועלכע עם קומט "קוץ" און א חסרון אין דעם עובד ע״ז.

ובמילא בלייבט צוריק די שאלה: וואס דארף רש״י ברענגען צוויי דוגמאות?

יא.

איז דער ביאור אין דעם — גאר בפשטות:

שוין גערעדט פריער

(סעיף ג׳),

אז די ״הגוים״ פלעגן אויסקלייבן פאר זייערע ע״ז׳ס אזעלכע ערטער וואס זאלן אויסדריקן די חשיבות און מעלה פון יענע ע״ז׳ס.

און זעלבסט־פארשטענדלעך,

אז אויך די נעמען פון די ע״ז׳ס האבן געזאגט די זעלבע מעלות וועלכע עם האבן אויסגעדריקט די מקומות.

און דערפאר כאפט רש״י אן די צוויי דוגמאות — "בית גליא" און ״עין כל״ — ווייל די צוויי נעמען זיינען מתאים צו די צוויי סוגי מקומות וואס שטייען אין פריערדיקן פסוק: "על ההרים הרמים ועל הגבעות" און "תחת כל עץ רענן":

מיטן שטעלן אן ע״ז "על ההרים הרמים גו",

האבן זיי געוואלט "באווייזן״ דעם ״גובה׳/ די ״הויכקייט״ פון דער ע״ז — דעריבער איז דער צוגעפאסטער גאמען צו דער ע״ז "בית גליא״,

לשון גובה 52

; א צווייטע סוג ע״ז האט מען געשטעלט "תחת כל

עץ רענן",

מ׳האט געוואלט דערמיט אויסדריקן אז דורך דינען די ע״ז באקומט מען א ריבוי השפעה,

ווי אן "עץ רענן" וואס גיט ארוים גוטע פרוכט — איז דער צוגעפאסטער נאמען צו דעם סוג ע״ז "עין כל",

וואס ״ווייזט״ אז זי זעט 53

און איז משפיע אלץ.

און דערפאר ברענגט רש״י נאר די דוגמאות "בית גליא כו׳" און "עין כל כו׳" — און איז משמיט די דוגמא "פני מלך פני כלב" וואס אין גמרא — ווייל בלויז די דוגמאות זיינען נוגע צו פשטות הכתובים דא,

כנ״ל.

יב.

דער ביאור — ע״פ הנ״ל — אין דעם מאמר הש״ס אז "פני כלב" איז דער היפך פון "פני מלך" 54

:

ענינו פון א מלך איז,

וואס ער איז משפיע און פארזארגט דעם פאלק מיט כל הצטרכותם.

(ובפרט "פני מלך",

וואס "באור פני מלך

(איז)

חיים" 55 ).

דאקעגן "פני כלב" איז דער סאמע היפך פון השפעה.

ווארום

[אויסער דעם וואס כלבים זיינען פון די "שלשה" וואס "שונאים זה את זה" 56 ,

איז נאך מער]

אויף כלבים שטייט 57

"והכלבים עזי נפש לא ידעו שבעה",

אז זייער תאוה איז מיט עזות,

ביז "לא ידעו שבעה": וויפל זיי זאלן ניט האבן,

איז פאר זיי ניט גענוג — זיי

האלטן אין איין הונגערן און פאדערן מ'זאל זיי געבן נאך.

און וויבאלד אז א כלב גלוסט אלץ פאר זיך,

איז דאך מובן אז ס'איז ניט שייך ער זאל משפיע זיין צו א צווייטן.

ואדרבה: ווי אים דוכט זיך נאר אז יענער האט עפעס,

פארגינט ער אים ניט — ער וויל אלץ פאר זיך.

אזוי ווי א מלך מצד הביטול פנימי ואמתי שלו 58 ,

איז ער משפיע צו אלעמען 59 ,

אזוי איז א כלב פונקט פארקערט: וויבאלד ער האלט אין איין זאגן "הב הב" 60 ,

קוקט ער מיט א שלעכט אויג אויפן צווייטן און איז אים כסדר מקנא.

יג.

די דריי נעמען פון ע״ז וועלכע ווערן אויסגערעכנט אין גמרא — "בית גליא",

"פני מלך" און "עין כל"

(וואס זיינען פארבונדן מיט די דריי מקומות: "על ההרים הרמים" "על הגבעות" ״ און "תחת כל עץ רענן")

— זיינען בהתאם 62

צו די דריי מדות פון בלעם הרשע: "עץ רעה,

ורוח גבוהה ונפש רחבה״ 63

:

"רוח גבוהה" איז בדוגמת "בית גליא״ מלשון גובה ; "נפש רחבה"

("אם יתן לי גוי מלא ביוד כסף וזהב״ 64 )

— איז ווי "עץ כל",

וואס ענינה איז — זי וויל אלץ ; און "עין רעה״ — ווי "פני כלב" וואס פארגינט ניט כנ״ל 65 .

דער ביאור השייכות פון

(די נעמען פוס ע״ז צו בלעםין :

בכלל ווייס מען אז בלעם הרשע איז געווען דער לעומת־זה פון משה רבינו 66 .

אבער אין משנה 67

שטייט א נייער ענין,

אז ער איז דער לעו״ז פון אברהם אבינו,

און וויבאלד אז ענינו פון אברהם אבינו איז — מלחמה מיט ע״ז און ביטולה 68

[וואס דערפאר שטייט אז "עבודת כוכבים דאברהם אבינו ד׳ מאה פירקי הוויין" 69 ],

דעריבער,

היות אז די דערמאנטע דריי מדות פון בלעם הרשע זיינען מתאים מיט די דריי ענינים ושמות הנ״ל של ע״ז,

איז ער דער לעו״ז פון אברהם אבינו.

יד.

צווישן די ענינים — וואס מען רעכנט בסיום מס׳ סוטה — וואס וועלן זיין בעקבתא דמשיחא,

איז "פני הדור כפני הכלב".

אבער אלע ענינים וואס ווערן דארט אויסגערעכנט זיינען דאך "בפנימיותם" ברכות 70 ,

איז די ברכה אין דעם — אז בעקבתא דמשיחא

(ובפרט דורך דער עבודה פון הפצת המעיינות חוצה),

פועל׳ט מען ביי דעם גאנצן דור דעם "הונגער" צום דבר ה׳ ״,

און אין אן אופן פון ״לא ידעו שבעה״ — אז וויפל מען האט איז אלץ ווייניק,

מען האלט אין איין מאנען ״הב הב".

און דאס איז שייך צו דער התחלת הסדרה "ראה אנכי נותן לפניכם היום ברכה וקללה",

וואס דער פירוש דערפון איז,

אז אויך קללה זאל מען מהפך זיין לברכה 72

[און ווי עם שטייט בטגע צו בלעם׳ן

(וואס די ג׳ שמות של ע״ז זיינען דאך כנגד ג׳ מדותיו של בלעם כנ״ל),

אז ניט נאר וואס "ולא אבה הי אלקיך לשמוע אל בלעם",

נאר נאך מער — " ויהפוך ה׳ אלקיך לך את הקללה לברכה" 73 ],

און דורך דעם קומט מען צו דער סדרה באלד נאך דער סדרה — "שופטים ושוטרים תתן לך בכל שעריך",

אז עס וועט זיין דער "ואשיבה שופטיך כבראשונה" 74 ,

אין דער גאולה האמיתית והשלימה דורך משיח צדקנו,

יבא ויגאלנו בקרוב ממש.

(משיחת ש״פ ראה תשכ״ח)

Reader controls and commentary are loading.