B"H
🏡

Ikar

כ"ף אב ב

א.

בשעת דער טאטע

(בעל ההילולא)

איז געווען ביי הרה״ג ובו׳ ר׳ חיים בריסקער צו נעמען ביי אים "סמיכה" אויף רבנות,

האט אים ר׳ חיים שטארק פארהערט.

און נוסף אויף די שאלות וואס ר׳ חיים האט אים אליין געפרעגט,

האט ער אים אויך מציע געווען ענטפערן אויף אייניגע שאלות וועלכע זיינען דאן פארגעבראכט געווארן פאר ר׳ חיים׳ען.

צווישן אנדערע איז אויך געווען א שאלה:

א איד האט געהאט א סוכה אין הויף צוזאמען מיט די אנדערע אידישע שכנים,

און מען האט פארגעסן מאכן אן עירוב־חצירות.

איז ער געקומען פרעגן,

וואס זאל מען טאן שבת?

ר׳ חיים האט זיך געווענדעט צום טאטן אז ער זאל פסק׳נען די שאלה,

און דער טאטע האט באלד געענטפערט אז די סוכה אליין איז מערב 1 .

ב.

אלע ענינים אין נגלה דתורה זיינען ווי ענינם אין פנימיות התורה — מוז מען דעריבער זאגן,

אז די שייכות צווישן סוכה און עירוב איז פאראן אויך בפנימיות הענינים.

וי״ל כללות הביאור אין דעם:

דער חילוק צווישן איין אידן און א צווייטן

(ובמילא אויך דער חילוק רשויות)

איז בלויז מצד הגוף,

און

אויך מצד הארת הגשמה המלובשת בגוף,

בחי׳ נר״ן.

אבער מצד עצם הנשמה ואפילו מצד די מקיפים פון נשמה,

זיינען "כל ישראל אחים ממש" און "אב אחד לכולנה" 2 .

און וויבאלד אז סוכה איז בחי׳ מקיף 3 ,

איז דעריבער סוכה מערב,

זי מישט אויס און פארבינדט איין אידן מיטן צווייטן.

וע״ד מאמר רז״ל 4

"כל ישראל ראויים לישב בסוכה אחת",

ווייל מצד דעם מקיף

(פון סוכה)

זיינען אלע אידן אחד.

ג.

דער ביאור איז אבער ניט מספיק: די התאחדות וואס ווערט מצד דעם גילוי המקיף,

קומט דאך,

לכאורה,

דערפון וואס דורכן גילוי בחי׳ המקיף פארלירט זיך דער ציור פון דעם גוף

(און פון די הארת הנשמה המלובשת בגוף) 5 ,

מיט וועלכן איין איד איז אפגעטיילט פון צווייטן.

[און ווי גערעדט אמאל 6

אין דעם

פירוש הפסוק 7

"ויבן לו בית ולמקנהו עשה סוכות״: אז "לו",

צו אים,

ד.

ה.

זיין עצם — די נשמה מיט אירע ענינים — האט ער געבויט א "בית",

דירת קבע; "ולמקנהו",

צו די גשמיות׳דיקע זאכן,

וואס זיינען בלויז ״צוגעקויפטע״

(צוגעקומענע.

ווייל די נשמה מצד עצמה האט ניט קיין שייכות צו גשמיות),

״עשה סוכות״ — דירת עראי,

ווייל די ענינים הגשמיים האבן ביי אים ניט געהאט קיין תפיסת מקום].

ולפ״ז איז דער ענין הנ״ל פון סוכה

(אז זי איז בחי׳ מקיף)

ניט מספיק אז מצד דעם זאל סוכה מערב זיין — ווארום בכדי צו מעגן מטלטל זיין פון בית אין חצר איז ניט גענוג אז די אנשי החצר זאלן ניט טראכטן וועגן זייערע ענינים גשמיים,

נאר אדרבה,

אז מצד "דעתו של אדם כו׳ במקום מזונותיו" זאלן זיי יא זיין א מציאות נאר "כאילו כולם דרים באותו בית" 8 .

היינט ווי קען דער גילוי בחי׳ המקיף פון סוכה פועל׳ן,

אז די אנשי החצר זאלן זיך רעכענען "כאנשי בית אחת" בנוגע די ענינים פון אכילה וכו'?

ד.

וועט מען דאס פארשטיין בהקדים דעם פסוק "בסוכות תשבו שבעת ימים״ 9

וואס פון אים לערנט מען אפ צוויי ענינים הפכיים:

פון איין זייט לערנט מען דערפון אז די סוכה גופא דארף זיין דוקא א "דירת עראי" 10

; און מאידך גיסא ווייס מען דערפון אז דער "תשבו" פון א אידן אין סוכה מוז זיין באופן אז "כל שבעת הימים אדם עושה סוכתו קבע כו׳״ 11 .

וואס דער ביאור דערפון ברוחניות איז:

דער כללות עולם הזה איז דאך ניט קיין ״קבע״ — נאר מער ניט ווי א פרוזדור 12

און "עולם לאכסדרה הוא דומה״ — ג׳ רוחות 13 ,

בדוגמת א סוכה וואס איז פון ג׳ 14

דפנות.

און אין דעם באשטייט די עבודה פון סוכות:

א איד דארף וויסן,

אז די עניני העולם מצד עצמם זיינען בלויז אן ענין של ״עראי״ — און ווי גערעדט פריער אין דעם פירוש פון "ולמקנהו עשה סוכות";

אבער דורך דעם גופא,

וואס די ענינים הגשמיים האבן ביי אים ניט קיין תפיסת מקום און דאך נוצט ער זיי "לשם שמים",

אדער אין אן אופן פון "בכל דרכיך דעהו 15 ,

איז ער "עושה סוכתו קבע",

ער מאכט סוכתו

— קבע; ער מאכט פון די עניני העולם

[וואס מצד עצמם זיינען זיי בלויז "סוכתו",

אן ענין של עראי]

א דירה לו ית׳,

ובמילא ווערן זיי "קבע".

וואס דאס איז דער צווייטער פירוש אין "ולמקנהו עשה סוכות": א איד פועל׳ט אז דער גילוי פון בחי׳ מקיף דסוכה זאל מאיר זיין אויך אין "מקנהו" 18 ,

אין די "מאכלים שהוא אוכל" 17 .

און מצד דעם וואס אויך די דברים הגשמיים ווערן א דירה לו ית׳,

איז "דעתו של אדם בו׳ במקום מזונותיו" — ניט דערפאר וואס "מזונותיו" מצד

עצמם פארנעמען ביי אים אן ארט,

נאר צוליב דעם וואס ער איז מיט זיי מקיים מצות סוכה און מאכט פון זיי א דירה לו ית׳.

און וויבאלד אז דער ענין וואס "דעתו בו׳ במקום מזונותיו" קומט דערפון וואס "ולמקנהו עשה סוכות" — פועל׳ט דעריבער דער מקיף דסוכה — וואס מצד אים זיינען אלע אידן אחד — אויך אויף זייערע ענינים הגשמיים

("מזונותיו"),

אז אויך אין זיי זאלן אידן זיין מעורב און פארבונדן צווישן זיך — און דערפאר איז סוכה מערב 18 .

(משיחות כ' מנחם־אב תשי״ב.

שמחת בית השואבה תשי״ג)

Reader controls and commentary are loading.