B"H
🏡

Ikar

כ"ף אב א

א.

ע״פ המבואר לעיל 1

אין דעם חילוק צווישן חדש אב און חדש אלול,

קען מען אויך מבאר זיין וואס עם ווערט דערציילט אין משנה 2 ,

אז עשרים באב איז געווען דער טאג ווען "בני פחת מואב בן יהודה" האבן מנדב געווען עצים פארן מזבח,

און עשרים באלול — "בני עדין בן יהודה".

שטעלט זיך די גמרא 3

אויף "בעשרים בו

(באב)

בני פחת מואב בן יהודה" און ברענגט צוויי דיעות ווער זיי זיינען דאס געווען: ר׳ מאיר זאגט "בני פחת מואב בן יהודה הן הן בני דוד בן יהודה" און ר׳ יוסי זאגט "הן הן בני יואב בן צרוי׳".

דערנאך שטעלט זיך די גמרא אויף "בעשרים באלול בני עדין בן יהודה" און ברענגט אויך וועגן זיי צוויי דיעות: ר׳ יהודה האלט "בני עדין בן יהודה הן הן בני דוד בן יהודה" און ר׳ יוסי זאגט "הן הן בני יואב בן צרוי׳".

דערנאך ברענגט די גמרא דעם לשון המשנה "באחד בטבת שבו בני פרעוש שני׳״,

און פרעגט: ״מני מתניתין ..

אי ר׳ יוסי ליתני

(ביי די "בני עדין")

שבו בני יואב בן צרוי׳ שני׳"

(וויבאלד אז "הן הן בני יואב בן צרוי׳" פונקט ווי "בני פחת מואב" האט געדארפט שטיין ״שני׳״ — אזוי ווי ביי "בני פרעוש",

וואס ביי דעם צווייטן זמן פון זייער נדבה שטייט דער לשון "שני׳")?

און די גמרא ענטפערט: "תרי תנאי ואליבא דר׳ יוסי".

ולכאורה,

צוליב וואס דארף די גמ׳ פרעגן פון דעם לשון "שני׳" וואס שטייט ערשט ווייטער אין דער משנה — באלד אויפן ארט שטעלט זיך דאך אויך א

(גרעסערע)

קשיא: פארוואס ביי עשרים באב רופט מען די "בני יואב בן צרוי׳" מיטן נאמען "בני פחת מואב" און ביי עשרים באלול "בני עדין"?

זעט מען דערפון,

אז דאס

(וואס די זעלבע משפחה ווערט אנגערופן ביי איין נדבה מיט איין נאמען און ביי א צווייטער נדבה מיט אן אנדער נא־ מען)

האלט ניט די גמרא פאר א ״קשיא״,

דאס זיינען טאקע צוױי פאר־ שידענע נעמען אבער ס׳איז די זעלבע משפחה.

[וי״ל: וויבאלד אז דעם תירוץ "תרי תנאי כו׳" זאגט די גמרא בלויז בכדי צו פארענטפערן די קשיא "מני מתניתן כו׳ ליתני כו׳ שני׳"

(מצד דעם וואס מען זעט אז די משנה נוצט זיך מיטן לשון "שני׳" בנוגע די בני

פרעוש),

און מצד דעם איז די גמרא מחדש "תרי תנאי כו׳"

(און אז איינע פון די צוויי משפחות — בני פחת מואב אדער בני עדין — איז געווען ניט בני דוד און ניט בני יואב 4 ),

איז דאך פארשטאנדיק,

אז בנוגע צו די צוויי ברייתות גופא

(וואס אין גמ׳ שטייט ניט אז ס׳איז "תרי תנאי")

— קען מען אננעמען 5

אז עס איז ניטא קיין פלוגתא צווישן זיי,

און "בני פחת מואב" מיט "בני עדין" זיינען די זעלבע 6

משפחה 7 ].

און וויבאלד אז די זעלבע משפחה ווערט אנגערופן ביי די צוויי נדבות מיט אנדערע נעמען — איז מובן 8 ,

אז די נדבת עצים בעשרים באב איז שייך צו

(דעם נאמען)

"בני פחת

מואב״,

און פון עשרים באלול — צו

(דעם נאמען)

״בני עדין״ 9

ב.

וועט מען עם פארשטיין בהקדים וואס מען האט שוין גערעדט אמאל בארוכה 10 ,

אז די נדבת עצים בעשרים באב און בעשרים באלול,

האט געהאט אין זיך א מעלה מיוחדת לגבי דער נדבת עצים אין אנדערע זמנים וואס ווערן אויסגערעכנט אין דער משנה:

״מחמשה עשר באב ואילך ..

לא היו כורתין עצים למערכה לפי שאינן יבשין" 11 .

קומט דאך אויס,

אז בעשרים באב און בעשרים באלול

(נאך חמשה עשר באב)

האט מען שוין ניט

געקענט שנײדן קײן

(אנדערע גוטע)

עצים.

און פונדעסטוועגן האבן די צווײ משפחות הנ״ל אוועקגעגעבן זייער האלץ פארן מזבח,

בכדי אז אלע אידן,

אפילו בעלי עבירה,

זאלן קענען מקריב זײן זײערע קרבנות לכפר על עװנותיהם.

ונוסף לזה: אט-דעם אוועקגעבן עפעס וואס מען קען ניט קריגן,

צוליב ארױסהעלפן א זינדיקן אידן — האבן זײ געטאן בשמחה,

ביז אז מען האט יענעם טאג — יום קרבן העצים — קובע געווען פאר א יום-טוב פון דער משפחה 12 .

ג.

אבער אין דעם ענין גופא,

פון אפגעבן — ובשמחה — עפעס אזוינס וואס מען קען ניט קריגן,

בכדי ארויסצוהעלפן א צווײטן אידן — זיינען פאראן צוויי אופנים :

אײן אופן איז,

אז דער מנדב קוקט אויף דעם אידן וואם דארף ברענגען דעם קרבן — פון אויבן אראפ : יענער איז אזא וואם איז נכשל געווארן אין א חטא און דארף אנקומען צו א קרבן; און ער,

דער מנדב,

איז אזא וואם שטײט בתכלית השלימות,

ביז אז ניט נאר וואס ער דארף ניט אנקומען צו א קרבן פאר זיך אלײן,

נאר ער פארמאגט אפילו האלץ אויך פאר א צווײטן

(און אין אזא צײט ווען מען קען שוין קײן גוטע האלץ ניט קריגן),

און מצד מצות הצדקה גיט ער אוועק זײן האלץ צוליב יענעם,

און ער טוט עס בשמחה

(באופן פון ״והמפײסו״ 13 ).

א צווײטער אופן איז אבער,

אז ער איז זיך מתבונן: אמת טאקע אז

זיינע כחות הגלויים זיינען בתכלית השליטות,

אבער — ווער ווייס וואס עס טוט זיך מיט זיין עצם הנפש און דאס דערנעמט עם ביז לבכי׳

(במרירות) 14 ,

דאס פועל׳ט אויף אים אז ער זאל זוכן צו טאן א צווייטן אידן א טובה,

ווייל ביי אים איז אפגעלייגט,

אז כאטש דער צווייטער איז נכשל געווארן אין א חטא — איז יענער העכער פון אים 15 .

ד.

און דאס איז דער חילוק צווישן דער נדבת עצים בעשרים באב פון "בני פחת מואב",

און דער נדבת עצים בעשרים באלול 16

פון "בני עדין":

מצד דעם ענין פון חדש אלול — חדש הרחמים,

ווען ביי אים איז מאיר גילוי אלקות,

פילט ער אז ער איז בן ״עדין — שהי׳ מעדן עצמו להיות מיושב דעת בדברי תורה" 17 ,

אז ער האט א ספעציעלן געשמאק אין תורה — און אעפ״כ איז ער יורד פון זיין מדריגה בכדי ארויסצוהעלפן א צווייטן אידן — שלמטה ממנו!

אבער מצד דעם ענין פון חדש אב — חדש הדינים,

ווען ער דערהערט דעם "עזבני גו׳ שכחני",

דאן איז ער מרגיש ווי ער איז פון בני "פחת

מואב",

פון רות המואבי׳ 18 ,

וואס בחסדי ה׳ האט זי זיך מגייר געווען.

און דעריבער קוקט ער אויף יעדן אידן — ווי יענער שטייט העכער פון אים,

און במילא העלפט ער יעדן מיט וואס ער קען.

ועפי״ז איז אויך פארשטאנדיק וואס פון פשטות הכתובים אין תושב״כ איז משמע,

אז בני פחת מואב שטאמען פון יואב 19

און בני עדין — פון דוד 20 ,

ווייל — עבודתו של יואב איז געווען בעיקר מלחמה,

עבודת הבירורים,

און עבודתו של דוד איז געווען בעיקר עסק התורה 21 .

ה.

עם שטייט דאך "מרום וקדוש אשכון ואת דכא ושפל רוח"

(דוקא),

"השמים כסאי גו'

(אבל)

ואל זה אביט אל עני ונכה רוח" 22 ,

איז דערפון מובן דער גודל העילוי פון נדבת עצים בעשרים באב מצד דעם הרגש אז ער איז פון בני פחת מואב

(ובדוגמת מה שנת״ל* 22

די מעלת העבודה פון "והי׳ עקב תשמעון" און "ותאמר ציון עזבני ה׳ וגו׳" וועלכע זיינען שייך צו חדש אב).

און דאס גופא ברענגט,

אז עס ווערט נתברר בא עם 23

דעם ספק פון איני

יודע כאיזה דרך מוליכין אותי וועלכער איז אפשר ביי אים פאראן מחמת דעם וואס ער קומט ארוים פון מואב.

און מען קומט צו ״בני עדי״ — אז מען שטייט בתכלית השלימות.

ובסגנון אחר: כשם ווי פון "ותאמר ציון גו׳" קומט מען צו צו "אנכי אנכי הוא מנחמכם"

(כנ״ל שם),

אזוי אויך דורך דער עבודה פון בני פחת מואב,

וואס אין פשטות גייט עם אויף יואב׳ן

(כנ״ל)

— עבודת הבירורים,

קומט מען צו בני עדין,

וואס בפשטות גייט עם אויף דוד׳ן כנ״ל,

וואס "ודוד עבדי נשיא להם לעולם" 24 ,

יבא ויגאלנו בקרוב ממש.

(משיחות כ׳ מנ״א וש"פ ראה תשכ״ט)

Reader controls and commentary are loading.