B"H
🏡

Ikar

עקב ב

א.

די צווייטע הפטרה פון די "שבעה דנחמתא" איז "ותאמר ציון עזבני ה׳ ואד׳ שכחני".

שטייט אין מדרש 1 ,

אז די הפטרה קומט בהמשך צו דער פריערדיקער הפטרה "נחמו נחמו עמי גו׳": אין דער ערשטער הפטרה זאגט דער אויבערשטער צו די נביאים אז זיי זאלן טרייסטן די אידן' און אויף דעם ענטפערט כנסת ישראל ״עזבני ה׳ ואד׳ שכחני״ — אידן ווילן אז די נחמה זאל קומען

(ניט דורך נביאים,

נאר)

פון דעם אויבערשטן אליין.

די צוויי הפטרות — "נחמו נחמו" און ״ותאמר ציון״ — זיינען נקבע געווארן מ׳זאל זיי זאגן יעדן יאר אין פ׳ ואתחנן

("נחמו")

און פ׳ עקב

("ותאמר ציון").

דערפון איז פארשטאנדיק 2 ,

אז פ׳ ואתחנן האט א שייכות צו דער נחמה וואס קומט דורך נביאים,

און פ׳ עקב - צו דער תביעה פון כנס״י אז דער אויבערשטער אליין זאל זיי מנחם זיין.

ב.

דער רוב פסוקים און פרשיות אין דער סדרה ואתחנן רעדן וועגן ענינים וואס זייער תוכן איז ניט דער זעלבער ווי אין די פסוקים ופרשיות פון סדרה עקב,

און דעריבער איז אין זיי ניט אזוי קענטיק דער חילוק צווישן די צוויי סדרות.

עס זיינען אבער אין זיי פאראן צוויי פרשיות — די פרשה ראשונה

דקריאת־שמע אין ואתחנן און די פרשה שני׳ אין עקב — וואס בכללות רעדן זיי וועגן דער זעלבער זאך און זיינען ענליך צווישן זיך — און דעריבער איז דערפון וואס אין זיי זיינען דאך פאראן כמה וכמה שינויים

(פון איין פרשה לגבי דער צווייטער),

פון דעם ווערט אויך בולט דער חילוק צווישן די צוויי סדרות.

ג.

פון די שינויים צווישן די צוויי פרשיות געפינט מען:

א)

אין דער ערשטער פרשה שטייט "בכל לבבך ובכל נפשך ובכל מאדך "; אבער אין דער צווייטער פרשה שטייט בלויז "בכל לבבכם ובכל נפשכם"

(און ניט "בכל מאדכם").

ב)

אין דער ערשטער פרשה ווערט פריער געזאגט "ושננתם לבניך ודברת בם גו"׳ און דערנאך "וקשרתם לאות על ידך גו׳"; און אין דער צווייטער פרשה איז געשריבן בסדר הפוך: פריער "וקשרתם גו׳" און נאכדעם "ולמדתם גו׳".

ד.

ה.

אז אין דער ערשטער פרשה קומט תורה פאר מצות

(ווארום אלע מצות "הוקשו לתפלין" 3 ),

און

אין דער צווייטער פרשה קומט פריער מצות און דערנאך תורה 4 .

ג)

אין דער פרשה ראשונה זיינען דא בלויז ציוויים,

אבער אין דער צווייטער פרשה ווערט אויך אנגעזאגט סיי דער עונש

["וחרה אף ה׳ בכם גו׳"]

וואס קומט דערפאר וואס "וסרתם גו׳" און סיי דער שכר

["למען ירבו ימיכם גו׳"]

פארן מקיים זיין די מצות.

ד.

די ענינים פון דער ערשטער פרשה פון ק״ש וואס חזר׳ן זיך איבער נאכאמאל אין דער צווייטער פרשה,

איז עס צוליבן טעם וואס אין דעם ווי זיי ווערן געזאגט אין פ׳ עקב איז — ווי רש״י בריינגט — דא א חידוש לגבי די זעלבע ענינים ווי זיי ווערן געזאגט אין פ׳ ואתחנן:

דער ציווי פון אהבת הוי׳ "בכל לבבכם ובכל נפשכם" ווערט איבער־ גע׳חזר׳ט אויך אין דער צווייטער פרשה — הגם אז אין פ׳ ואתחנן איז שוין פאראן דער אנזאג פון "ואהבת את הוי׳ אלקיך בכל לבבך ובכל נפשך״ — דערפאר ווייל "בכל לבבך ובכל נפשך" איז "אזהרה ליחיד" און "בכל לבבכם ובכל נפשכם" איז "אזהרה לציבור" 5 .

אזוי אויך בנוגע די ציוויים פון "וקשרתם" און "וכתבתם" וואס זיינען דא אין ביידע פרשיות — איז ביי די מצות וואס שטייען אין פ׳ עקב פאראן אן אויפטו,

א צוגאב,

לגבי די מצות פון פ׳ ואתחנן 6 ,

ווי רש״י איז

מפרש 7

״אף לאחר שתגלו 8

..

הניחו תפלין עשו מזוזות״ 9 .

און אוודאי איז דא א גרויסער חילוק צווישן דעם ציווי פון "ולמדתם אותם את בניכם גו׳" וואס אין פ׳ עקב און דער ציווי פון "ושננתם לבניך ודברת בם" וואס אין פ׳ ואתחנן:

(א)

דער פירוש פון "ושננתם לבניך" איז: "אלו התלמידים" 10

; און "ולמדתם אותם את בניכם" מיינט קינדער

כפשוטו 11

און ווי ״בניכם״ בסיום הענין "למען ירבו ימיכם וימי בניכם".

(ב)

ביי "ושננתם לבניך" ווערט ניט אנגעדייטעט דער זמן ווען מען דארף אנהויבן לערנען מיטן ״בן״

(תלמיד)

; דאקעגן בא "ולמדתם אותם את בניכם לדבר בם",

איז אין די ווערטער גופא מרומז,

אז מען דארף אנהויבן מיט אים לערנען גלייך ווי ער איז "יודע לדבר״ 12

,

און נאך פריער — "כשהתינוק מתחיל לדבר״ 13

(נאך איידער ער איז " יודע לדבר"").

ה.

אט די אלע חילוקים קומען מצד איין נקודה 13

— ווי אנגעדייטעט אויך אין די נעמען פון די צוויי סדרות:

דער תוכן פון פ׳ ואתחנן — פון ל׳ ״מתנת חנם״ 16

— איז

(מתנה)

המשכה מלמעלה .

און דעריבער באשטייט אויך דער תוכן פון

(דער בקשה)

"ואתחנן" אין דעם,

אז די כניסה לארץ־ישראל

זאל זיין דורך משה׳ן ,

"פני משה כפני חמה" 17 ,

וואם "פני חמה" ווייזט 18

אויף המשכה מלמעלה.

[און דאס איז אויך דער טעם וואס אויב די כניסה לא״י וואלט געווען דורך משה׳ן,

וואלט זי פארגעקומען אין אן אופן פון למעלה מהטבע און די שבעה אומות וואלטן גאר־ ניט געוואגט צו מלחמה האבן מיט אידן 19

ווייל מצד דעם

(גילוי אור ו)

כח מלמעלה

(וואס ווערט נמשך דורך "פני משה כפני חמה")

איז ניטא קיין ארט צו רעכענען זיך מיט "טבע" פון וועלט און מיט די אומות־העולם.

ואדרבה זיי ווערן נתבטל לגבי דעם,

ווי עס שטייט 20

" נמגו כל יושבי כנען,

תפול עליהם אימתה ופחד "].

אבער דער תוכן פון פ׳ עקב איז,

אז אידן שטייען אין אזא מצב וואס מצד עצמם איז אין זיי ניט מאיר דער גילוי אור שמלמעלה.

בדוגמא צו " עקב " שבאדם,

וואס אין אים לייכט ניט בגילוי דער חיות הנפש 21

— און פונדעסטוועגן זיינען אידן מקיים מצות מצד זייער עבודה — "תשמעון גו׳ ושמרתם ועשיתם אתם" 22 .

וואס דאס איז אויך דער טעם וואס דער תוכן

(הבקשה)

פון "ואתחנן" איז פארבונדן מיט ראי ׳ — "אעברה נא ואראה גו׳" 23

; משא״כ ביי פ׳ עקב ווערט געזאגט "והי׳ עקב תשמעון גו׳" — ווייל מצד דעם גילוי אור המאיר מלמעלה איז אלקות בבחי׳ פשיטות,

ראי ׳ — מען זעט די זאך,

אבער מצד דער עבודה פון נבראים האלטן זיי ניט ביי ראי׳ אין אלקות און וויפל זיי זאלן זיך אויסאיידלען,

איז ביי זיי נאך אלץ

(מציאות בפשיטות און)

אלקות בהתחדשות 24

,

בחי׳ שמיעה — מען הערט וועגן דער זאך,

— און עס איז דאך אינו דומה שמיעה לראי׳ 25 .

ו.

אבער הגם אז דורך ראי׳ איז ביים מענטשן די זאך מער בפשיטות און מיט א פיל גרעסערן תוקף און וודאות ווי דאס איז ביי אים דורך הערן וועגן דער זאך 26

— איז אבער דער תוקף און די וודאות ביי ראי׳ בלויז מצד דער זאך וואס ער זעט,

און ניט מצד דעם אדם הרואה,

ווארום די געזעענע זאך בלייבט ״ווייט״ פון דעם מענטשן און גייט ניט אריין בפנימיותו 27 .

אנדערש איז אבער ביי שמיעה וואס האט א מעלה לגבי ראי׳ דערמיט וואס ביי שמיעה איז דער קול "נכנס בתוך חללי האזן",

ביז אז אויך דער תענוג פון א קול ערב איז "נכנס ונרגש בפנימיות ממש״ 27 .

און פונקט ווי דאס איז ביי ראי׳ און שמיעה בעניני העולם,

אזוי איז עס אויך ביי דעם "ואראה" אין פ׳ ואתחנן און ״תשמעון״ אין פ׳ עקב: אז כאטש בחי׳ ״תשמעון״ איז פיל נידעריקער ווי די בחי׳ "ואראה" אויף וואס משה האט געבעטן,

וויבאלד אבער זי קומט מצד דער עבודה פון אידן ווי זיי זיינען אין א מצב פון ״עקב״ — ניט ווי "ואראה" וואס דארף קומען ווי א "מתנת חנם" מלמעלה — דערנעמט זי דעם מטה מער בפנימיות.

און כשם ווי דאס איז בשייכות צו אידן אליין,

אז "עקב תשמעון" דערנעמט זיי מער אין פנימיות ווי דער ענין פון "ואתחנן גו׳ ואראה",

עד״ז איז עס אויך בנוגע צו דער פעולה אויף אוה״ע: דורך "אעברה נא ואראה גו׳"׳ ווערן די אוה״ע נתבטל פאר אידן,

כנ״ל

(ס״ה),

אבער "עקב תשמעון" ווירקט אויף די אוה״ע ביז צו "ברוך תהי׳ מכל העמים" 28 ,

אז אויך "כל העמים",

זיי גופא בענטשן אידן,

און כנס״י "מתקלסת מצרותי׳" 29 .

ז.

נאך א מעלה פארמאגט שמיעה לגבי ראי׳: דער כח הראי׳,

כאטש ער איז א כח נעלה,

איז ער אבער א כח פרטי; משא״כ דער כח השמיעה רירט אן אין כללות

(און עצם)

פון

מענטשן,

און ווי דער דין איז 30

"סימאו נותן לו דמי עינו,

חרשו נותן לו דמי כולו ".

און אויך דער ענין איז דא אין "עקב תשמעון"׳ אז דוקא דורך דער עבודה פון "עקב תשמעון" קומט מען צו צום גילוי העצמות וואס וועט נתגלה ווערן לעתיד־לבוא,

און ווי דער פירוש המדרש 31

אויף ״והי׳ עקב״ — ״שכרם ..

בעקב אני פורע לכם",

וואס דאס גייט אויפן זמן פון לע״ל.

ח.

און דאס איז אויך דער ביאור אין כמה וכמה שינויים צווישן דער פרשה

(שני׳)

דק״ש פון פ׳ עקב לגבי פרשה

(ראשונה)

דק״ש פון פ׳ ואתחנן:

בשעת ס׳לייכט א גילוי אור מלמעלה וואס איז העכער פון די הגבלות פון דעם מענטשן,

איז דער אור נרגש,

בעיקר,

אין די כחות מקיפים,

אין חי׳ יחידה,

און דאס פועל׳ט אויף אים,

אז ער זאל ארויסגיין פון זיינע הגבלות.

משא״כ ווען דער אור קומט דורך עבודת האדם,

איז דער אור דאן פארבונדן מיט זיינע כחות פנימיים,

און במילא איז אויך די אהבה וואס קומט ארוים דערפון במדידה ובהתיישבות —

און דעריבער איז פרשה ראשונה דק״ש "אזהרה ליחיד" און עס שטייט אין איר אויך "בכל מאדך",

און פרשה שני׳ דק״ש איז "אזהרה לצבור" און

עס שטייט אין איר בלויז "בכל לבבכם ובכל נפשכם" ווייל דער אור

("אזהרה" — אויך מלשון זהר ואור 32 )

וואס קומט מלמעלה בדרך "מתנת חנם" הערט זיך אין בחי׳ יחידה שבנפש — "ליחיד" 33 ,

און רופט ארויס א תשוקה צו ארויסגיין פון די הגבלות הגוף — ״בכל מאדך״ 34

; משא״כ דער אור וואס קומט ע״י עבודת האדם,

איז אן "אזהרה לצבור ",

ער באלייכט די עשר כחות פנימיים 33 ,

און די אהבה וואס דער אור רופט ארויס איז אן אהבה שבהתיישבות — בכל לבבכם ובכל נפשכם 34 .

און דאס איז אויך דער טעם פארוואס אין פרשה ראשונה דק״ש שטייט תורה פריער ווי מצות,

און אין פרשה שני׳ דק״ש שטייען מצות פריער — ווייל 35

מצד דעם ענין פון המשכה מלמעלה איז "תלמוד גדול" אבער מצד עבודה שמלמטה איז "מעשה גדול" 4 .

ועפ״ז איז אויך פארשטאנדיק וואס דער ענין פון שכר ועונש איז געשריבן דוקא אין פרשה שני׳ דק״ש: בשעת מ׳האלט ביי ראיית אלקות,

איז מען מקיים מצות מצד דעם ציווי פון

דעם אויבערשטן

(אויך אויב דער מענטש באקומט ניט קיין שכר פאר זייער קיום און קיין עונש פארן עובר זיין אויף זיי),

משא״כ בעת מ׳שטייט אין א מצב פון "עקב",

און מען דארף פועל׳ן אז מצד דעם מענטשן זאל זיין "תשמעון גו׳ ושמרתם ועשיתם אותם",

מוז מען דערמאנען זאכן וואס האבן א ווירקונג אויף אים,

און דערפאר רעדט מען וועגן שכר ועונש — א זאך וואס קען אים דערנעמען.

ובפרט אז דער סדר בקיום המצות — מצד דעם מענשן — איז מדרגא לדרגא נעלית יותר אין "שלא לשמה" און נאך כו״כ דרגות אלו קומט ער ערשט צו ״לשמה״ — ווי דער רמב״ם איז מאריך בזה 36

: כשמלמדין את הקטנים כו׳ עד שתרבה דעתן ויתחכמו חכמה יתרה כו׳.

עי״ש.

ט.

אבער פונדעטטוועגן שטייט דער חידוש וועגן קיום המצות "אף לאחר שתגלו " דוקא אין פרשה שני׳,

אבער מצד פרשה ראשונה דק״ש קען זיין א קס״ד אז בזמן הגלות זאל מען זיי ניט מקיים זיין; נאכמער — עט קען זיין א קס״ד אז עס זאל ניט זיין דער ציווי זיי מקיים זיין:

אויב דער קיום המצות קומט נאר מצד גילוי אור שמלמעלה ווי אין פ׳ ראשונה דק״ש,

איז מעגלעך,

אז בזמן הגלות — ווען דער אור ווערט נסתלק,

זאל מען ניט מקיים זיין ח״ו קיין מצות; משא״כ בפרשה שני׳ דק״ש,

וואו דער קיום המצות קומט ע״י עבודת האדם — אין דעם ענין איז קיין שינויים

ניטא,

און ער איז דא אויך בזמן הגלות 37 .

און כשם ווי ס׳איז דא דער ציווי וחיוב סיי קודם שגלו ובפרט בזמן הבית ווען ס׳איז גילוי אור און סיי בזמן הגלות ווען אותותינו לא ראינו 38 ,

אזוי איז אויך דא דער ציווי וחיוב

(פון ושננתם)

סיי אף א בר שכל וואס פארשטייט דעם יוקר פון תורה סיי אף א ״תינוק המתחיל לדבר״ —

און דערפאר שטייט דוקא אין פרשה שני׳ דער חידוש "משעה שהתינוק מתחיל לדבר,

אביו מלמדו תורה כו׳".

און דאס איז אויך דער ביאור וואס אין פרשה ראשונה דק״ש שטייט דער חיוב צו לערנען "לבניך אלו התלמידים ",

און אין פרשה שני׳ "ולמדתם אותם את בניכם ״

( כפשוטו )

— ווייל דער ענין פון לימוד התורה וואו ס׳איז ניטא קיין חילוק צווישן א בר שכל מיט א תינוק המתחיל לדבר,

איז פארבונדן מיטן עצם האדם ווי ער איז העכער פון שכל — און דא איז נוגע "את בניכם"

(כפשוטו)

ווייל א בן נעמט זיך פון עצם האב 39 ,

ער איז א בן גלייך ביים געבורט א.

ז.

וו.

— משא״כ א תלמיד ווערט מען 39

ווען מ׳איז א בר שכל,

מען לערנט באם רב א.

ז.

וו.

— וואס דערפאר איז דאך די השפעה צו תלמידים בלויז א הארה.

י.

ע״פ כל הנ״ל וועט מען אויך פארשטיין די שייכות פון דער הפטרה נחמו נחמו צו פ׳ ואתחנן און פון ותאמר ציון גו׳ צו פ׳ עקב 15

:

"נחמו נחמו עמי יאמר אלקיכם " איז דאך א נחמה וואס קומט מצד דעם אויבערשטן,

און היות ווי אתערותא דלעילא מצד עצמה איז נאר פון בחי׳ חיצוניות האור 40 ,

קומט דעריבער די נחמה דורך נביאים ;

משא״כ " ותאמר ציון עזבני ה׳ ואד׳ שכחני" קומט

[ ניט מצד גילוי אור מלמעלה — ווארום אדרבה,

ס׳איז א מצב וואס דער מטה

(פילט און)

זאגט ״עזבני״ און ״שכחני״ — נאר]

מצד ציון גופא,

און וויבאלד אז עבודת המטה דערנעמט עצמות,

דערפאר פארלאנגען אידן

(מצד עבודתם — ותאמר ציון דוקא),

אז די נחמה שע״י הנביאים איז ניט גענוג,

נאר זיי ווילן אז די נחמה זאל קומען פון דעם אויבערשטן אליין,

און דאן — ווי דער מדרש איז מסיים 41

— איז דער אויבערשטער מסכים מיט זייער טענה אז די נחמה שע״י הנביאים איז ניט מספיק און ער זאגט ״עני׳ סוערה לא נחמה״ — און דאס פועל׳ט אז " אנכי אנכי הוא מנחמכם",

אין דער גאולה האמיתית והשלימה,

דורך משיח צדקנו,

יבוא ויגאלנו בקרוב ממש.

(משיחות ש״פ עקב תשכ״ו ותשכ״ט)

Reader controls and commentary are loading.