א.
אין "והיה עקב תשמעון",
זיינען פאראן כמה פירושים.
ומהם:
א)
אז "עקב" באדייט א געוויסן סוג מצות: די "מצות קלות שאדם דש בעקביו" 1 .
און דער פירוש "והיה עקב תשמעון" איז,
אז אויך די מצות וועט איר מקיים זיין.
ב)
אז "עקב" גייט אויפן זמן פון "עקבתא דמשיחא".
און דער פירוש "והיה עקב תשמעון" איז,
אז דאן,
בעקבתא דמשיחא,
וועט זיכער זיין "תשמעון" – ווי די הבטחה אין פרשת נצבים 2 ,
אז פאר ביאת המשיח וועט זיין "ושבת עד הוי' אלקיך" 3 .
וויבאלד אז די ביידע פירושים זיינען אין דעם זעלבן פסוק,
און נאכמער – אין זעלבן ווארט,
איז מובן 4
אז זיי האבן א שייכות צווישן זיך.
ב.
וועט מען עס פארשטיין בהקדים וואס נאך און בהמשך צו "והיה עקב תשמעון גו'" זאגט דער פסוק "ושמר ה' אלקיך לך את הברית ואת החסד אשר נשבע לאבותיך".
איז אין דעם ניט מובן:
אין השפעה מלמעלה זיינען פאראן צוויי אופנים: א השפעה וואס מ'גיט ווייל דער מענטש,
צוליב זיין גוטע אויפפירונג,
האט פארדינט מען זאל זי אים געבן; און א השפעה וואס מ'גיט אויך צו אזא וואס איז ניט ראוי,
וואס קומט מצד דעם אויבערשטנס חסד
(על דרך ווי די כ"ו דורות פאר מתן תורה שהיו נזונין בחסדו של הקדוש ברוך הוא 5 ),
אדער וואס מען גיט צו אידן מצד הברית והחסד אשר נשבע,
מצד דער כריתת ברית פון דעם אויבערשטן מיט די אבות און די שבועה וואס ער האט זיי געשווארן,
וואס מצד דעם דארף מען די אידן געבן כל טוב,
אפילו ווען זיי זיינען חס ושלום ניט ראוי 6
[ובדוגמת צוויי אוהבים נאמנים וואס זיינען כורת ברית צווישן זיך,
וואס מיינט,
אז אפילו אויב במשך הזמן וועלן זיין שטערונגען וועלכע ברענגען,
כפי הרגיל,
צו היפך האהבה – זאל זייער אהבה פונדעסטוועגן ניט אפגעשוואכט ווערן 7 ,
און על דרך זה איז אויך – שבועה,
וואס ענינה איז – א גאר פעסטער און שטארקער באשלוס צו דורכפירן דעם ענין אויף וועלכן מען שווערט: אז אפילו אויב עס וועלן זיין כמה מניעות ועיכובים און טעמים על פי שכל אויף ניט צו טאן די זאך אויף וועלכער ער שווערט,
וועט ער,
מצד השבועה,
זיך ניט רעכענען מיט קיין שום חשבונות און מקיים זיין די שבועה אונטער אלע אומשטענדן 8 ].
איז דאך ניט מובן: די שמירת "הברית ואת החסד אשר נשבע" דארף דאך לכאורה זיין בכל אופן שיהיה.
פארוואס איז ער דאס תולה אין "עקב תשמעון גו'"; און לאידך גיסא: ווען ס'איז פאראן דער "עקב תשמעון גו'",
אז אידן זיינען מקיים אפילו די מצות קלות שאדם דש בעקביו,
דאן קומט דאך זיי א פארדינטער שכר – וואס דארף מען דא אנקומען צו ברית,
חסד און שבועה 9 ?
ג.
איז דער ביאור אין דעם:
בשעת מען גיט עמעצן א מתנת חנם,
אויף וואס יענער האט ניט געהארעוועט,
איז עס "נהמא דכסופא",
ס'איז אומזיסטער,
ניט פארדינטער בושה־ברויט 10 .
און דער אויבערשטער וויל דאך אידן געבן דעם טוב השלם,
האט ער דעריבער איינגעשטעלט אז אלע השפעות – אויך די וועלכע קומען מלמעלה מהשתלשלות,
וואוהין עבודת הנבראים
(מצד עצמה)
קען ניט דערלאנגען – זאל קומען דוקא דורך עבודה,
און אז די עבודה זאל זיין מעין 11
ההשפעה 12 .
און דעריבער פאדערט זיך עבודה אויך צוליב דער השפעה וואס קומט מצד "הברית ואת החסד אשר נשבע לאבותיך",
און דוקא די עבודה פון "עקב תשמעון",
ווייל די עבודה איז מעין פון דעם ברית און חסד אשר נשבע לאבותיך
(כדלקמן סעיף ו').
און דערפאר איז בשעת אז "עקב תשמעון",
באקומט מען מלמעלה
(ניט בלויז וויפל מ'פארדינט פאר דער עבודה,
דאס הייסט א השפעה וואס איז אפגעמאסטן לויט איר,
נאר)
א השפעה בלתי מוגבלת – לויט די "הברית ואת החסד אשר נשבע לאבותיך".
ד.
וועט מען עס פארשטיין בהקדם די מעלת העבודה פון אידן בזמן הגלות לגבי דער עבודה שבזמן הבית,
און אין זמן הגלות גופא – די מעלה פון עבודה אין דעם זמן פון עקבתא דמשיחא 13 ,
בעת דער חשך הגלות איז גאר שטארק *13
:
בשעת א איד איז מקיים מצות ווען ביי אים איז מאיר אלקות בגילוי,
האבנדיק דאן א געשמאק אין זיין עבודה,
איז דא במילא אריינגעמישט אויך זיין מציאות,
און עס דריקט זיך ניט אויס אזוי שטארק זיין ביטול צום אויבערשטן; מה שאין כן ביים מקיים זיין מצות אין זמן החשך,
איז דא ניט אריינגעמישט מציאות האדם און עס קומט צום אויסדרוק דער ביטול פון דעם אידן 14 .
און הגם אז בזמן הגלות 15
"אין אנו יכולים
(לעלות ולראות ו)
להשתחוות לפניך" 16
: דוקא בזמן הבית,
ווען אלקות איז געווען בגילוי – "ליראות",
ס'איז געווען ראיית אלקות וכדרך שבא לראות כך בא ליראות 17
– האט די ראיה געבראכט צו השתחואה "בבחינת פנימיות",
צו "בטל 18
רצונך מפני רצונו",
אז ער איז נתבטל געווארן לגמרי און האט אנגעווארן זיין אייגענעם רצון; מה שאין כן בזמן הגלות,
וויבאלד עס איז ניטא דער "ליראות" איז במילא אויך ניטא דער "להשתחוות",
און די השתחואה וואס איז יע פאראן היינט איז בלויז "בבחינת חיצוניות",
אז ער האט א "רצון אחר ומחשבה אחרת בפני עצמה",
מער ניט – ער איז "מכניע את הגוף שלא ימרוד" 19 ,
איז דאס אבער נאר בנוגע דעם כמות הביטול.
אז דער ביטול שבזמן הבית נעמט דורך דעם מענטשן אינגאנצן,
ביז אז "אין לו רצון וחפץ אחר כלל",
און בזמן הגלות ווערט ער ניט דורכגענומען פון דעם ביטול,
ער בלייבט א "דבר בפני עצמו",
און ער איז זיך נאר מכניע פאר דעם אויבערשטן,
אבער בנוגע צו דעם מהות הביטול – איז אדרבה 20
: די הכנעה בזמן הגלות,
וויבאלד אז כנ"ל איז זי ניט פארבונדן מיטן מציאות פון מענטשן,
איז עס אמת'ער ביטול.
דער חסרון דערביי איז,
וואס דער ביטול האט אים ניט דורכגענומען און ער איז געבליבן א מציאות יש,
אבער דער ביטול וואס איז יע דא
(בחיצוניות),
איז עס אמת'ער ביטול 21
; מה שאין כן דער ביטול שבזמן הבית וואס קומט מצד גילוי אור,
איז דער עצם ביטול ניט קיין ביטול לגמרי,
היות אז דער ביטול גופא איז פארבונדן מיט זיין מציאות,
כנ"ל 22 .
ה.
יעדער ענין קומט דאך סוף כל סוף צום אויסדרוק אין א פועל ממש – איז די מעלה הנ"ל וואס איז דא אין "עקב",
עקבתא דמשיחא,
דריקט זיך אויס אין דעם קיום "מצות קלות שאדם דש בעקביו".
בשעת די עבודה איז פארבונדן מיט זיין מציאות,
איז ביי אים דא א חילוק צווישן איין מצוה און א צווייטער: די מצות וועלכע זיינען פארבונדן מיטן "ראש",
וואס אין זיי איז מאיר א העכערער אור,
זיינען זיי ביי אים טייערער און ער איז אין זיי מער מהדר ווי אין די מצות וועלכע זיינען פארבונדן מיטן "עקב": מה שאין כן ווען זיין קיום המצות איז בדרך קבלת עול,
מצד דעם ציווי האדון,
דאן איז ער מקיים אלע מצות אין זעלבן אופן 23
ווארום מצד דעם מצוה
(אלס מצוה,
רצון),
איז ניטא קיין חילוק צווישן "קלה שבקלות" און "חמורה שבחמורות" 24 .
ו.
און דאס איז אויך די שייכות פון "והיה עקב תשמעון" צו "ושמר גו' את הברית ואת החסד אשר נשבע לאבותיך":
דער קיום המצות מצד הרגש האור דערלאנגט אין דער מדריגה פון אלקות,
וואס איז מאיר לנבראים,
ער איז זיך כביכול מצמצם לפי ערך הנבראים,
אז זיי זאלן אים קענען משיג זיין 25 ,
אבער ניט אין דער מדריגה פון אלקות וואס איז העכער פון צמצום – ווארום דארט איז דאך "לית מחשבה תפיסא ביה כלל" 26 .
און נאך מער: וויבאלד אז "הוא לבדו הוא ואפס בלעדו ממש",
איז בשעת זיין עבודה איז מצד הרגש האור וואו ס'איז אריינגעמישט זיין מציאות,
איז עס דאך בסתירה צו גילוי העצמות 27 .
און דוקא דורך דער עבודה בדרך קבלת עול – "עקב תשמעון",
וואו ס'איז ניט אריינגעמישט זיין שכל און מציאות,
דורך דעם דוקא קומט ער צו
(גילוי ה)
עצמות,
ווי דאס איז מצד עצמו 28 .
און דערפאר זאגט דער פסוק "והיה עקב תשמעון גו'" – "ושמר גו' את הברית ואת החסד אשר נשבע גו'",
ווייל דורך דער עבודה בבחינת "עקב",
ווערט מען 29
א כלי 30
צו עצמות.
ז.
שוין גערעדט אמאל באריכות 31 ,
אז דער תכלית הכונה איז,
אז אויך ענינים שלמעלה מהשתלשלות זאלן קומען בגילוי 32
און אין א פנימיות.
און דעריבער פאדערט זיך,
אז אויך די עבודה פון קבלת עול וועלכע קומט מצד עצם הנשמה וואס איז פארבונדן מיט עצמות,
זאל מאיר זיין אין א פנימיות.
דאס הייסט,
אז עס דארפן זיין ביידע מעלות: אז דער קיום התורה ומצוות זאל זיין
(ניט מצד זיין הרגש,
נאר)
מצד זיין איבערגעגעבנקייט און ביטול צום אויבערשטן וואס אין העכער פון זיין השגה; און אז אט דער ביטול זאל אים דורכנעמען בכל מציאותו,
ביז אז דאס ווערט זיין געשמאק.
און דאס איז אויך מרומז אין דעם וואס גלייך נאך פרשת עקב גייט מען אריבער צו פרשת ראה: בתחלת העבודה,
שטייענדיק אין א דרגא פון "עקב",
איז ניטא דער "ליראות"
(כנ"ל סעיף ד'),
און די עבודה איז נאר אין אן אופן פון "תשמעון"; אבער דוקא דורך דעם,
קומט מען צו גלייך צו "ראה",
און
(ניט צו ראיה אין בחינת הגילויים,
נאר)
צו "ראה אנכי" – גילוי העצמות.
ח.
על פי הנ"ל קען מען אויך מבאר זיין דעם סדר פון די ערשטע דריי סדרות און הפטרות פון די שבעה דנחמתא *32
:
די התחלה און נתינת כח צו יעדער ענין איז – אתערותא דלעילא 33 .
און דערפאר איז אין דעם ערשטן שבת לאחרי תשעה באב – התחלת עבודה לאחרי החורבן דסליק לעילא ולעילא *33
– לייענט מען פרשת ואתחנן – מתנת חנם 34 .
און אויך די הפטרה דאן איז "נחמו נחמו עמי יאמר אלקיכם" – א נחמה וואס קומט מצד למעלה.
און דאס איז אויך וואס די בקשה פון "ואתחנן גו'" איז "אעברה נא ואראה" 35 ,
בחינת ראיה
(וואס איז העכער פון שמיעה 36 ),
ווייל מצד דעם גילוי אור וואס איז מאיר מלמעלה באופן פון מתנת חנם,
איז אלקות בבחינת פשיטות,
ראיה.
היות אבער אז המשכת העצמות קומט דוקא דורך דער עבודה בדרך אתערותא דלתתא,
און אתערותא דלעילא מצד עצמה איז נאר פון בחינת חיצוניות האור 37
(וואס די דרגא פון חיצוניות האור האט עפעס א שייכות צו נבראים),
דעריבער איז די ראיה וואס קומט בדרך מתנת חנם – נאר אין בחינת הגילויים און זי פועל'ט ניט דעם אמת'ן ביטול
[ווי גערעדט פריער
(סעיף ד'),
בנוגע דעם "להשתחוות" וואס איז געקומען מצד דעם "ליראות"
(בבית המקדש 38 ),
אז אין דער השתחויה איז געווען אריינגעמישט אויך די מציאות הנברא].
און דאס איז אויך וואס די נחמה פון שבת
(פרשת ואתחנן,
שבת)
נחמו,
קומט דורך נביאים: וויבאלד אז אין המשכה מלמעלה למטה איז דער "מטה" תופס מקום,
דעריבער קומט די המשכה אין אן אופן וואס דער מטה זאל זי קענען תופס זיין 39 .
דערנאך דארף זיין די עבודה בדרך אתערותא דלתתא – פון אידן צו אלקות
(ניט מצד גילוי אור מלמעלה,
נאר)
מצד זייער אייגענער עבודה 40 .
וואס דאס איז דער ענין פון "והיה עקב תשמעון",
אז אויך אין דער דרגא פון "עקב" וואו ס'איז ניט מאיר גילוי אלקות,
איז דער איד זיך מבטל 41
און מכניע צום אויבערשטן אין אן אופן פון "תשמעון" 42 .
און דאס איז אויך וואס די הפטרה פון פרשת עקב איז "ותאמר ציון עזבני ה' ואדנ־י שכחני",
וואס די מרירות קומט
[ניט מצד גילוי וואס איז מאיר מלמעלה – ווארום אדרבה,
ס'איז א מצב פון "עזבני" און "שכחני" – נאר]
מצד דעם מטה גופא.
און דאס איז פארבונדן מיטן פירוש המדרש 43
אז "ותאמר ציון גו'" איז אן ענטפער אויף "נחמו נחמו גו'": אז לאחרי ווי דער אויבערשטער זאגט צו די נביאים אז זיי זאלן טרייסטן די אידן,
זאגט אויף דעם כנסת ישראל "עזבני ה' ואדנ־י שכחני",
אז זיי ווילן די נחמה פון דעם אויבערשטן אליין
(ניט דורך נביאים)
– ולכאורה: אידן האבן דאך געהערט דברי הנביאים פון משה רבינו עליו השלום אן,
ואדרבא – דאס איז גאר א יסוד ועיקר באמונה ווי ער זאגט ברמב"ם: "מיסודי הדת לידע שהא־ל מנבא את בני האדם" 44
– נאר דוקא ווען ס'איז ניטא קיין גילוי – "עזבני" און "שכחני" – מען שטייט אין א דרגא פון "עקב" און אף על פי כן איז פאראן די עבודה פון "תשמעון",
באגנוגנט מען זיך ניט מיט גילויים און מען פארלאנגט המשכת העצמות 45 .
היות אבער אז דער תכלית הכונה איז דאך
(כנ"ל סעיף ז')
אז עס זאלן זיין ביידע מעלות – אז אויך די דרגא פון אלקות וואס איז העכער לגמרי פון נבראים זאל זיין בבחינת ראיה – אויף דעם קומט שפעטער די פרשה "ראה אנכי" – אז אויך אין "אנכי" איז דא דער "ראה".
און דאס איז אויך וואס די הפטרה פון פרשת ראה 46
איז "עניה סוערה לא נחמה",
אז די אמירת "ציון עזבני גו'" טוט אויף די אמירת הנביאים שלוחי ה' "עניה סוערה לא נחמה",
אבער היות אז דער גילוי קומט שוין לאחרי העבודה דלמטה
(ותאמר ציון גו'),
דעריבער איז
(הגם אז אויך ער קומט דורך נביאים,
איז אבער)
ענינו ותוכנו 43
אז די נחמה שעל ידי הנביאים איז ניט גענוג,
און דער אויבערשטער איז מסכים *46
אז מיט דער טענה "עזבני ה' גו'" איז כנסת ישראל גערעכט – "עניה סוערה לא נחמה",
און עס דארף זיין
(ווי אין דער הפטרה שלאחרי זה)
"אנכי אנכי הוא מנחמכם" 47 .
ט.
על פי הנ"ל וועט מען אויך פארשטיין וואס פרשת עקב לייענט מען אלעמאל אין חדש אב,
און פרשת ראה – אין שבת מברכים אלול אדער בראש חדש אלול גופא:
אב איז א חדש פון דינים 48 ,
און ער איז פון די מ' יום האמצעים וועלכע זיינען געווען "בכעס" 49 .
אלול אבער איז חדש הרחמים 50 ,
און ער איז פון די מ' יום האחרונים וועלכע זיינען געווען "ברצון" 49 .
איז בחדש אב – דינים,
הערט זיך בעיקר דער העלם וריחוק – דער "עקב" און "עזבני גו' שכחני".
אבער דוקא דורך דעם קומט מען דערנאך צום חדש הרחמים 51
– "ראה אנכי" און די נחמה פון "אנכי אנכי גו'".
און פון דעם וואס די עבודה "והיה עקב תשמעון" און די מרירות "עזבני גו' שכחני" ברענגען צום "ראה אנכי" און "אנכי אנכי הוא מנחמכם",
איז מובן דער גודל העילוי שבעבודה זו,
כידוע 52
אז אין די סיבה און דעם דבר הגורם
(צו א געוויסן ענין)
איז דא אן עילוי לגבי דער זאך וואס קומט בסיבתו.
(ממאמר ושיחת ש״פ עקב תשי״א.
שיחת כ׳ מנ״א תשכ״ט)