B"H
🏡

Ikar

ואתחנן ג

א.

עס שטייט אין טור 1

אז פון פ׳ בראשית ביז שבעה עשר בתמוז "מפטירין מענין הפרשיות דומה בדומה ומשם ואילך לפי הזמן ולפי המאורע".

אעפ״כ,

וויבאלד אז אלע ענינים פון תורה זיינען בתכלית הדיוק?

איז דערפון וואס די הפטרות אין די שבתים וואס פון שבעה עשר בתמוז האט מען קובע געווען אין געוויסע פרשיות — דברי ירמי׳ לפ׳ פינחס

(אדער מטות)

וכו׳ נחמו לואתחנן וכו׳.

— איז פארשטאנדיק,

אז אע״פ וואס בעיקר זיינען זיי לפי הזמן והמאורע — האבן די הפטרות אבער אויך א שייכות 3

צו די 4

פרשיות?

ובנוגע לפרשתנו; דאם וואס די הפטרה פון פ׳ ואתחנן איז "נחמו נחמו",

איז עס מצד הזמן והמאורע,

דער־ פאר וואס פ׳ ואתחנן לייענט מען דעם ערשטן שבת פון די "ז׳ דנחמתא",

אבער די סדרה מיט דער הפטרה

(נחמו)

האבן צווישן זיך אויך א שייכות 5 .

ב.

אויפן פסוק "נחמו נחמו עמי" 6

שטייט אין מדרש?

אז דער טעם פון דעם כפל — ״נחמו נחמו״ — איז,

ווייל איין נחמה איז "על בית ראשון",

און די אנדערע "על בית שני".

דארף מען פארשטיין:

דער ענין פון "נחמה" בכלל איז,

אז בעת ביי אימעצן האט זיך געטראפן אן אומגליק ר״ל,

און צוריק ממלא זיין דעם חסרון איז דער ״טרייסט־ געבער״ ניט בכח — געפינט ער אבער לכל הפחות א טרייסט פאר דעם געטראפענעם.

ובמילא מובן,

אז אויב יענער האט געהאט א פארלוסט צוויי מאל,

איז שייך מען זאל אים מנחם זיין אויך צוויי מאל — פאר די ביידע פארלוסטן וואס ער האט געהאט.

אבער בנדו״ד,

וואס די נחמה בא־ שטייט אין דער הבטחה אז דער בי־ המ״ק וועט צוריק געבויט ווערן 8 ,

איז בשעת ס׳איז דא דער "נחמו" אויפן בית ראשון,

הייסט עס דאך — אז אינעם בית שלישי

(וואס וועט זיין לעתיד)

וועלן זיין אלע ענינים וואס זיינען געווען אין דעם בית ראשון וועלכער איז העכער פון בית שני

(אין וועלכן חסרו ה׳ דברים 9 ).

היינט וואס דארף מען האבן די נחמה אויר אויפן בית שני — דאס ווערט דאך שוין נכלל,

לכאורה,

אין דער נחמה אויפן בית ראשון?

איז דער ביאור אין דעם 10

: כאטש בכללות איז דער בית שני חסר במעלה פון בית ראשון,

איז אבער פא־ ראן אין אים א מעלה לגבי דעם בית ראשון.

ווי די גמרא 11

זאגט אויפן פסוק 12

"גדול יהי' כבוד הבית הזה האחרון מן הראשון",

אז "הבית הזה האחרון" מיינט דער בית שני 13 ,

און ער איז ״גדול״ — בבנין און בשנים 14

— "מן הראשון".

און דעריבער שטייט ""נחמו נחמו" צוויי מאל — "על בית ראשון ועל בית שני״ — אז עס וועלן נתמלא ווערן ביידע חסרונות.

ד.

ה.

אז אין בית השלישי וועלן זיין סיי די מעלה פון בית ראשון און סיי די מעלה פון בית שני 15 .

ג.

אויף צו פארשטיין די מעלה פון בית שני לגבי בית ראשון,

דארף מען פריער מבאר זיין די מעלה

(בפנימיות)

פון בית המקדש

( בכלל — כולל אויך דעם בית ראשון)

וועלכער איז געווען א "דירת קבע" של הקב״ה 16 ,

לגבי דעם משכן — וואס איז געווען א "דירת עראי" 17

צום אויבערשטן 18

:

די קדושה וואס איז געווען אין משכן,

דער "ושכנתי בתוכם",

הגם ער איז געווען אין אלע זיינע חלקים — ניט בלויז אין די יריעות און קרשים

(וואס זיינען געווען פון חי און צומח 19 ),

נאר אויך אין קרקע המשכן

(דומם),

איז אבער אט־די השראת השכינה

("ושכנתי בתוכם")

געווען בעיקר — ניט מצד די דברים גשמיים

(יריעות וכו׳ והקרקע)

גופא,

נאר מצד למעלה .

[נאר היות אז דער אור וואס האט מאיר געווען אין משכן,

איז געווען בלי גבול — האט ער דעריבער גע־ קענט נמשך ווערן אויך למטה מטה ,

ביז אין סוג הדומם ].

און דעריבער,

לאחרי ווי מען האט דעם משכן צוגענומען פון א געוויסן ארט — איז אין יענעם ארט

(אין דער קרקע)

ניט פארבליבן קיין קדושה.

דאקעגן די קדושה פון ביהמ״ק,

איז געווען מצד די דברים גשמיים גופא פון וועלכע ער איז געווען צוזאמענ־ געשטעלט.

און דערפאר איז אויך נאכן חורבן ביהמ״ק פארבליבן קדושה אין דעם מקום המקדש 20 .

וואס דאס איז אויך דער טעם הפנימי פון דעם וואס דער ביהמ״ק איז געבויט געווארן דוקא בזמן שלמה,

אין דער צייט ווען "קיימא סיהרא באשלימותא" 21

— ווייל דער ענין פון ״סיהרא״

(לבנה)

איז

(ניט ווי דער ענין פון שמש,

משפיע — בחי׳ ז״א,

נאר)

מקבל

(אורה מהשמש),

בחי׳ מלכות 22 .

און וויבאלד אז דער אויפטו פון ביהמ״ק איז בעיקר

(ניט אין המשכה מלמעלה נאר אין)

זיכוך הנבראים ,

דעריבער איז ער שייך צו דער שלימות פון "סיהרא" 23 .

ד.

אין זיכוך הנבראים גופא — זיינען פאראן צוויי אופנים:

א)

אז זייער זיכוך קומט מצד דעם אור שלמעלה.

ובדוגמת א ״רב״ װאס לערנט מיטן תלמיד אויף אזא אופן,

אז דורכן שכל וואס ער לערנט מיט אים קען דערנאך דער תלמיד אליין

( בכח עצמו ),

צוקומען צו דער אמיתית הכוונה 24 .

אבער אעפ״כ,

איז דאך אויך דאס וואס דער תלמיד קומט צו "אליין צו אמיתית הכוונה — איז עס מצד דעם אור השכל וואס דער רב האט אים געגעבן.

ב)

אז דער זיכוך קומט ניט דורך אן אור וואס איז אין זיי מאיר מלמעלה,

נאר מצד עצמם: מצד דעם וואס זייער אמיתית המציאות איז אלקות,

ווערן זיי סוף־כל־סוף נזדכך ביז אז ״וראו כל בשר גו׳ כי פי ה׳ דיבר״ 25 ,

ניט מצד דעם גילוי פון בחי׳ "פי הוי'",

נאר מצד דעם בשר גופא .

ובדוגמת ענין התשובה כפשוטה

(אויף חטאים כו׳),

וואס דאס קומט

( בדרך כלל )

ניט דורך א גילוי אור

[ווארום אדרבה : דער בע״ת

(איידער ער האט תשובה געטאן)

איז דאך געווען מרוחק פון אלקות,

איז ווי איז גאר שייך ער זאל דערהערן א גילוי אור],

נאר מצד דעם בע״ת גופא 26

— מצד דעם וואס די עצמיות פון א אידן איז אלקות,

וואס פועל'ט אויך בגילוי,

וואס דערפאר איז דאך יעדער איד,

אן אויסנאם ח״ו,

וויל ער מקײם זײן דעם אויבערשטן'ס רצון סיידן "יצרו הוא שתקפו " וכפס״ד הידוע פון רמב״ם 27 .

ה.

ע״ד ווי די צוויי אופנים הנ״ל אין זיכוך הנבראים,

אזוי איז אוי,

אין דער לבנה

(בחי' מלבות,

שרש הנבראים)

פאראן צוויי אופנים : ווי זי איז איצטער ; און ווי זי וועט זײן לעתיד לבוא:

איצטער איז די לבנה מקבל פון שמש

(בחיי 22

ז״א).

סיאיז נאר אז דורך דעם וואס זי איז מקבל דעם אור השמש,

לײכט ארויס איר אייגענער אור 28

— בדוגמת התלמיד

(כנ״ל),

וואס וורך מקבל זײן דעם שכל המשפיע,

איז ער דערנאך מחדש אין דעם שכל בכח עצמו;

אבער לעתיד לבוא וועט זײן דער "אור הלבנה כאור החמה" 29 ,

אז דער ״אור הלבנה״ וועט ניט דארפן אנקומען צום "אור החמה",

נאר ער וועט זײן ווי דער ״אור החמה״ — וואס איז מאיר מצד עצמו 30 .

[ביז אז "ועינינו מאירות כשמש וכירח״ 31

אז אויך די אויגן

(דער שחור שבעין 32 ),

וועלן לײכטן מצד עצמם,

און זײ װעלן ניט דארפן אנקומען — ווי איצטער — צום אור השמש והירח 33 ].

ו.

די דריי ענינים הנ״ל — המשכה מלמעלה,

זיכוך הנבראים מצד גילוי אור און זײער זיכוך מצד עצמם — אין עבודת האדם,

זײנען

( בכללות )

תורה; מצות

(אדער תפלה)

; און תשובה:

תורה איז ענינה — המשכה מלמעלה — נתן לנו את תורתו,

משה קיבל תורה ומסרה כו׳.

אויך דער ענין פון לימוד התורה,

כאטש אז ענינה איז אז דער מענטש זאל פאר־ שטיין,

ביז ער זאל דורך זיין פאר ־ שטאנד נתאחד ווערן מיט דער תורה וואס ער לערנט 34

— איז אבער דער עיקר ענין אין דעם,

ניט אז ער זאל צוגעבן אייגענע,

נאר אדרבה,

ער דארף הארעווען צו פארשטיין וואס תורה זאגט,

צו מגלה זיין וואס תורה זאגט.

משא״כ דער ענין המצות איז בעיקר — מאכן דעם קלף,

צמר כו׳ תפלין וציצית און ועשיתם אותם — אויפמאכן,

כביכול די מצוה 35

; ומל׳ מעשין על הצדקה 36

— כופין — דערביי איז דא די כפי׳ דער ביטול וואס ווערט אויפגעטאן ביי דעם אדם המקיים המצוה,

ובל' המדרש 37

לצרף בהם את הבריות.

[ונוסף לזה: דעם ענין פון מצות קען מען אויסמאלן נאר בצירוף מיט דעם מקיים המצוה; כל ענין המצות

(ציוויים)

איז אן אנזאג צו א מענטש — ניט ווי תורה וואס זי איז פאראן אויך איידער דער מענטש לערנט איר].

און כשם ווי ס׳איז פאראן א חילוק צווישן תורה און מצות בנוגע להאדם,

איז פאראן דער חילוק,

און נאך מער בהדגשה — בנוגע כללות העולם:

תורה,

כאטש זי רעדט וועגן דברים גשמיים,

איז זי זיך אבער אין זיי ניט מתלבש ,

ס׳איז מער ניט וואס זי איז דן וועגן זיי 38 .

משא״כ מצות זיינען מלובש ממש אין די דברים גשמיים מיט וועלכע מ׳איז מקיים די מצוה,

אז זיי גופא ווערן קדושה.

וואס דאס איז אויך איינער פון די טעמים וואס תורה איז געגליכן צו "אור היום" און מצות צו "אור הנר" 39 ,

ווייל 40

דער אור היום,

האט ניט קיין פנימיות׳דיקע ווירקונג אויף דעם ארט וואו ער לייכט 41

— אין דעם ארט גופא ווערט קיין שינוי ניט ; משא״כ דער אור הנר,

איז מהפך די פתילה ושמן גופא צו

(אש און)

אור 42 .

ז.

אעפ״כ,

איז אויך דער זיכוך פון דעם מענטשן און די דברים גשמיים וואס ווערט דורך קיום המצות,

פארבונדן מיט אור — כאטש אז זיי גופא ווערן דערביי נזדכך,

ווייל בעת מ׳איז מקיים א מצוה,

טוט מען דאך דאס דערפאר וואס מען ״הערט״ דעם ציווי הבורא און מ׳איז גרייט — מצד קבלת עול מלכות שמים — צו מקיים זיין אים ;

משא״כ א בעל תשובה,

וואס מיט זיין חוטא זיין האט ער דאך פון זיך פורק געווען עול מ״ש און איז ווייט פון גילוי אור

(מלמעלה),

קומט זיין תשובה מצד זיך גופא

(כנ״ל ס״ד) 43 .

און אויך בנוגע צו די עניני העולם איז פאראן דער חילוק,

אז דורך מצות ווערן נתברר בלויז די ניצוצות וואס זיינען אין די דברים המותרים 44

וואס זיינען פון קליפת נוגה 45

(אבער די ניצוצות וואס זיינען אראפגעפאלן אין די דברים האסורים וואס זיינען פון ג׳ קליפות הטמאות לגמרי,

קען מען ניט מברר זיין דורך מצות 46 )

; משא״כ דורך תשובה — ווערן אויך די ניצוצות וואס אין די זדונות

(וואס זיי זיינען דאך אין גקה״ט 47

)

נהפך 48

לזכיות 49 .

ח.

ע״פ כהנ״ל וועט מען אויך פאר־ שטיין דעם עילוי וואס דער בית שני האט לגבי דעם בית ראשון 50

:

בזמן בית ראשון האבן אידן בכלל ובעיקר געדארפט זיין,

אין דער בחינה פון "צדיקים" 51 .

ובמילא,

איז נאך דאן ניט געווען דער ״כח״ אויף דעם אז וועלט גופא — מצד איר ענין,

איר עבודה — זאל ווערן קדושה.

משא״כ בזמן בית שני,

ווען אידן זיינען געווען אין דער מדריגה פון בעלי תשובה,

איז דעריבער דער בית שני געווען אין אזא אופן אז אויך די גשמיות מצד עצמה,

מצד איר ענין גופא,

זאל ווערן א מקדש צום אויבערשטן.

וואס דאס איז אויך דער ביאור פון דעם וואס כורש — א ניט ־ איד 52

— האט געגעבן דעם ציווי אויף בויען דעם בית שני 53 ,

וואס דאס איז בדוגמת התשובה — וואס שגגות נעשים לו כזכיות ביז אז אויך זדונות ווערן נהפך לזכיות.

ט.

און דאס איז אויך דער ביאור פון די צוויי נחמות — סיי "על בית ראשון" סיי "על בית שני",

מצד דעם וואס אין יעדערן פון זיי איז דא א מעלה לגבי דעם צווייטן:

די מעלה פון בית ראשון איז,

וואס אין אים איז געווען א העכערער אור.

ווארום מצד דעם וואס אידן זיינען דאן געווען בבחי׳ צדיקים

(כנ״ל),

זיינען זיי געווען מער כלים צו אלקות,

ובמילא,

איז אויך דער ביהמ״ק גע־ ווען באופן כזה.

אבער מצד דער עבודה פון וועלט גופא,

איז דער בית שני געווען גרעסער,

וכנ״ל.

[און דאס איז אויך די הסברה וואס דער בית שני איז געווען גרעסער פון בית ראשון ״בבנין״

(מקום)

און ״בשנים״

(זמן) 54

— ווייל דער גדר פון "עולם" איז 55

מקום און זמן].

און אין דעם באשטייט דער אויפטו פון דעם בית שלישי,

וואס אין אים וועלן זיין ביידע מעלות צוזאמען 56

— נחמו על בית ראשון און נחמו על בית שני.

י.

דער חילוק הנ״ל צווישן זמן בית ראשון און זמן בית שני,

דריקט זיך אויס

(ווי אלע ענינים פון פנימיות התורה)

אויך אין נגלה,

ביז אין הלכה.

פון אײן זײט,

איז בזמן בית שני די קדושה פון ארץ ישראל געווען נ,

דער,

קער ווי בזמן בית ראשון.

ווי מען געפינט

(בנוגע כמה דינים 57

און אויך)

בגע צו תקיעת שופר בר״ה שחל בשבת,

אז בזמן בית שני "במקדש היו תוקעין אבל לא במדינה״ 58 ,

און בזמן בית ראשון האט מען געבלאזן שופר

(בר״ה שחל בשבת 59 )

ניט בלויז במקדש נאר אויך במדינה,

און ווי דער אלטער רבי איז דאס מבאר 60 ,

אז די המשכה וואס טוט זיך אויף דורך תק״ש בר״ה שחל בשבת,

איז זײער א הויכע מדריגה וואס קען נמשך ווערן בלויז אין ביהמ״ק 61 .

און אעפ״כ האט מען

(בזמן בית ראשון)

געבלאזן שופר אויך ב• מדינה,

ווייל דאן איז די דרגא פון ביהמ״ק נמשך געווארן אויך "בגבולין".

אעפ״כ געפינט מען אבער לאידך גיסא אז די קדושה פון א״י וואס איז געווען בזמן בית ראשון,

איז נאכן חורבן בטל געווארן.

משא״כ קדושת א״י וואס איז געווארן בזמן בית שני — איז פארבליבן אויך לאחרי החורבן 20 .

און דער ביאור אין דעם: בנוגע צו מעלת מדריגת הקדושה פון א״י,

איז עס בזמן בית ראשון טאקע געווען אין א העכערע מדריגה.

אבער בנוגע צום קיום הקדושה — עס זאל ניט נפסק ווערן,

ניט אוועקגײן פון דעם תחתון —דאס איז תלוי אין דעם זיכוך התחתון ,

און דערפאר איז עס געווען בעיקר בזמן בית שני — ווען די כניסה לא״י

(און איר קדו• שה)

איז געקומען דורך כורש׳ן 62

.

יא.

אלע ענינים נעמען זיך דאך פון תורה — איז די צוויי ענינים פון צדיקים און בעלי תשובה ווי זײ זײנען אין תורה,

זײנען עס דער ענין פון לוחות ראשונות און פון די לוחות שניות;

מצד די לוחות הראשונות,

זיינען אלע אידן געשטאנען אין א דרגא פון "חירות",

וואס "אין כל אומה ולשון יכולה לשלוט בהם״ 63

— בדוגמת ווי בזמן בית ראשון וואס דער אור פון ביהמ״ק האט מאיר געווען אין גאנץ א״י 64

;

משא״כ מצד די לוחות שניות,

איז בלויז דער וואס איז זיך עוסק בתורה א ״בן חורין״ 65

— בדוגמת בית שני,

וואס דער אור האט דאן מאיר געווען נאר אין ביהמ״ק,

ניט בגבולין 64 .

ולאידך גיסא: די לוחות הראשונות וואס זיינען געקומען בלויז מצד מלמעלה ,

האט געקענט זיין אין זיי א שבירה — אבער נאר אין דעם תחתון שבהם

(לוחות)

משא״כ אותיות פורחין 66

— בדוגמת קדושה ראשונה שבזמן בית ראשון וואס איז בטל גע־ ווארן,

נסתלקה* 66 .

משא״כ די לוחות שניות,

וויבאלד זיי זיינען געקומען לאחרי השבירה והתיקון ע״ז

(תשובה),

איז ניט גע־ ווען בא זיי קיין שבירה 67

— בדוגמת קדושת א״י בזמן בית שני וואס איז קיים שטענדיק.

יב.

און דאס איז אויך די שייכות פון פ׳ ואתחנן,

צו "נחמו נחמו — על בית ראשון ועל בית שני״:

פון די חילוקים צווישן די עשרת הדברות שבפ׳ ואתחנן און די עשה״ד שבפ׳ יתרו איז,

אז די עשה״ד שבפ׳ יתרו,

זיינען געזאגט געווארן קודם חטא העגל — ווען אידן זיינען גע־ ווען בבחי׳ צדיקים; משא״כ פ׳ ואתחנן 68

איז געזאגט געווארן לאחרי חטא העגל,

און אויך — לאחרי די אנדערע חטאים וואס זיינען געווען במשך די ארבעים שנה

— און ניט נאר וואט דער זמן פון פ׳ ואתחנן איז געווען לאחרי די אלע ענינים בלתי רצױים הנ״ל,

נאר נאכמער: די פרשה קומט בהמשך צו די דברי תוכחות פון דער פריערדיקער סדרה,

ביז אז אויך אין פ׳ ואתחנן גופא 69

זיינען פאראן דברי תוכחה אויף ענינים בלתי רצויים —

און אעפ״כ דערצײלט מען דא דעם גאנצן סיפור פון מ״ת ווי ער איז געווען לפני החטא.

קומט דאך אויס,

אז אין אט־דער סדרה איז פאראן דער יחוד פון בחי׳ צדיקים — בית ראשון,

מיט בחי׳ בעלי תשובה - בית שני.

יג.

דער יחוד הנ״ל פון בית ראשון און בית שני,

איז אויך מרומז אין דעם

(ערשטן ווארט און)

נאמען פון דער סדרה — ואתחנן,

וואס ווייזט אויף דעם תוכן העיקרי פון די סדרה:

ואתחנן איז בגימטריא תקט״ו 70 .

שטייט אויף דעם אין חסידות 71 ,

אז ת״ק ווייזט אויף בחי׳ המדות — ו־ה

(וואס דערפאר זיינען די ענינים פון עולמות,

וואס זייער התהוות איז פון מדות — ז׳ ימי הבנין — במספר ת״ק 72 )

; ט״ו

(בגימט׳ י־ה)

איז בחי׳ המוחין; און דער ענין פון

(ואתחנן בגימט׳)

תקט״ו

[ת״ק און ט״ו אין איין ווארט ]

איז חיבור המוחין והמרות 73 .

און דאס איז אויך מרמז אויף דעם יחוד פון בית ראשון מיט בית שני,

ווייל בית ראשון איז 74

בחי׳ י״ה און בית שני — ו״ה.

און דאס איז אויך איינער פון די טעמים וואס אין דעם ערשטן שבת ווען עס הויבט זיך אן די נחמה — גלייך נאך ת״ב,

לייענט מען פ׳ ואתחנן — וױיל אלע ענינים װערן נמשך דורך תורה,

און אזוי ווי די עלי׳ וואס דארף ארויסקומען לאחרי ת״ב איז דאך,

אז עס זאלן זיין ביידע מעלות — פון בית ראשון און בית שני — צוזאמען,

לייענט מען דערי־ בער אין תורה פ׳ ואתחנן וואס ענינה איז יחוד י״ה און ו״ה,

און דורך דער קריאה בתורה און אמירת ההפטרה

[וואס אין איר שטייט דער ענין בגילוי — נחמו נחמו ב׳ פעמים]

וועגן דעם יחוד פון בית ראשון און בית שני,

איז מען מקרב און ממהר דעם קיום היעוד ״נחמו נחמו — על בית ראשון ועל בית שני",

און עס וועט נתגלה ווערן 75

דער בית שלישי,

אין וועלכן עס וועלן זיין כלול דער בית ראשון און בית שני,

בביאת משיח צדקנו,

בקרוב ממש.

(משיחות שמחת בית השואבה תשכ״ד.

ש״פ ואתחנן תשכ״ח)

Reader controls and commentary are loading.