א.
אין פסוק "וקשרתם לאות על ידך והיו לטוטפות בין עיניך" 1 ,
איז רש״י מפרש: "וקשרתם לאות על ידך — אלו תפלין שבזרוע,
והיו לטוטפות בין עיניך — אלו תפלין שבראש".
לערגענדיק בהשקפה ראשונה קען אויסקומען,
אז רש״י איז דא פשוט אויסן צו מפרש זיין אז מיט "לאות גו׳ לטוטפות גו׳ " ווערט געמיינט תפלין.
מען קען אבער אזוי ניט לער־ נען — מצד כמה טעמים:
א)
לפי זה האט רש״י ניט געדארפט מעתיק זיין פון פסוק
(אויך)
די ווער־ טער "וקשרתם" "והיו".
ב)
מיט איין פסוק פריעת שטייט "ודברת גו׳ ובשכבך ובקומך".
איז דארט רש״י מפרש בלויז אז "ובשכבך ובקומך" מיינט "זמן שכיבה וזמן קימה",
אבער אז דערמיט ווערט געמיינט קריאת־שמע,
זאגט ניט רש״י.
ווייל דאס איז א דבר פשוט וואס רש״י דארף עם ניט מפרש זיין און אויך א תלמיד — "בן חמש
(למקרא)
",
ווען ער לערנט אז מען דארף א געוויסע זאך זאגן ב״זמן שכיבה וזמן קימה" פארשטייט ער אז דאס רעדט זיך וועגן ק״ש — ווייל ער ווייס 3
אז ביים לייגן זיך שלאפן און ביים אויפשטיין לייענט ער ק״ש,
היינט אויב אזוי,
פארוואס דארף רש״י מפרש זיין אז מיט "וקשרתם גו׳"
ווערט געמיינט תפלין?
— אויך דאס איז זייער פשוט און דער תלמיד ווייס 4
אז "על ידך" און "בין עיניך" לייגט מען תפלין 5 .
ג)
אפילו את״ל אז וויבאלד דער "בן חמש" לייגט נאך ניט קיין תפלין אבער שמע לייענט ער שוין יע* 5 ,
איז דא אן ארט צו זאגן אז ביי "ובשכבך ובקומך" דארף רש״י ניט אויסטייטשן אז עס מיינט ק״ש און ביי "וקשרתם גו׳" דארף רש״י יע מפרש זיין אז עם מיינט תפלין 6
—
זעט מען אבער אז דער ציווי אויף תפלין גופא שטייט שוין פריער
(אין פ׳ בא 7 )
און צוויי מאל: "והי׳ לך לאות על ידך ולזכרון בין עיניך" און "והי׳ לאות על ידכה ולטוטפות בין עיניך" 8 .
ד)
אויב רש״י וואלט אויסן געווען צו מפרש זיין אז עם מיינט תפלין,
איז גענוג ער זאל שרייבן בקיצור; ״וקשרתם גו׳ והיו — אלו תפלין" 9 ?
מכל הנ״ל לייגט זיך בשכל צו זאגן,
אז רש״י איז דא אויסן צו מדגיש זיין
(ניט "אלו תפלין",
נאר)
אז "וקשרתם לאות על ידך" איז תפלין שבזרוע און "והיו לטוטפות בין עיניך" איז תפילין שבראש.
דאס איז אבער ניט מובן: וואס איז דער חידוש אז "על ידן״ איז ״תפלין שבזרוע״ און "בין עיניך״ — "תפלין שבראש" 10 ?
ב.
לאחרי ווי רש״י איז מפרש ״והיו לטוטפות בין עיניך — אלו תפלין שבראש",
איז ער ממשיך
(אין דעם זעלבן דיבור)
: "ועל שם מנין פרשיותיהם נקראו טטפת,
טט בכתפי שתים פת באפריקי שתים".
אויך אין דעם איז ניט מובן:
דעם טייטש פון ״טטפת״ האט שוין רש״י געשריבן פריער אין פ׳ בא 11 ,
און דארט איז ער מפרש צוויי פירושים אין דעם ווארט: איין פירוש "ועל שם שהם ארבעה בתים קרויין
טטפת,
טט בכתפי שתים פת באפריקי שתים".
און א צווייטן פי׳,
אז "טוטפות" איז "לשון דיבור",
ווייל דער וואס וועט זען די תפלין "יזכור הנם וידבר בו" 12 .
איז ממה נפשך: אויב רש״י איז חושש,
אז פון פ׳ בא ביז פ׳ ואתחנן האט שוין דער תלמיד פארגעסן וואס ער האט געלערנט — האט רש״י גע־ דארפט שרייבן דא אויך דעם צווייטן פי׳; און אויב רש״י נעמט אן אז דער תלמיד געדענקט וואס ער האט געלערנט אין פ׳ בא
(כאטש אינמיטן האט ער געלערנט דריי חומשים)
— האט רש״י אויך דעם ערשטן פירוש ניט געדארפט שרייבן
(ובפרט אז דעם ערשטן פירוש חזר׳ט ער איבער מיט דער גאנצער אריכות: ער באנוגנט זיך
ניט מיט שרייבן אז ״טטפת״ איז ״על שם מנין פרשיותיהם” 13 ,
נאר ער טייטשט אויך אויס ווי דער מנין איז מרומז אין ווארט ״טטפת״ — ״טט בכתפי שתים פת באפריקי שתים״ — און דעם צווייטן פירוש דערמאנט ער כלל ניט)?
אפילו את״ל אז,
כרגיל בפרש״י על התורה אז ווען ער בריינגט אן ענין צום צווייטן מאל שרייבט ער עם בקיצור לגבי דעם ערשטן מאל,
אזוי אויך דא,
שרייבט ער בלויז דעם ער־ שטן פירוש —
איז אבער אין אונזער פסוק איז רש״י
(ניט נאר מקצר,
נאר אויך)
משנה פון זיין פי׳ לגבי פ׳ בא:
(א)
דארט זאגט ער "ארבעה" און דא זאגט ער "מנין".
(ב)
א גרעסערער שינוי: דארט זאגט ער "שהם ארבעה בתים" און דא — "מנין פרשיותיהם"?
ג.
די שוועריקייט אין דעם וואס רש״י זאגט דא "מנין פרשיותיהם" איז
(ניט בלויז וואס ער איז משנה פון זיין פי׳ אין פ׳ בא וואו ער זאגט "ארבעה בתים",
נאר)
אויך מצד אונזער פסוק גופא:
וויבאלד אז ״טטפת״ שטײט נאר ביי "בין עיניך" און ניט ביי "על ידך",
לייגט זיך לכאורה צו זאגן,
אז דער מספר פיר וואס איז מרומז אין "טטפת" איז דא נאר אין תפלין של ראש,
ניט אין תפלין של יד 14
—
ובמילא דארף מען לערנען,
אז דער נאמען ״טטפת״ איז מרמז די פיר בתים,
וואס זיי — פיר בתים — זיינען בלויז ביי תפלין של ראש,
ווארום תפלין שבזרוע זיינען איין בית 15 .
היינט פארוואס לערנט רש״י אז דער נאמען ״טטפת״
(װאס דער פסוק זאגט עם בלויז ביי תש״ר)
איז צוליב די פיר פרשיות — וואס אויך אין תש״י זיינען פיר פרשיות 16 ?
ד.
איז דער ביאור אין דעם:
אין פ׳ בא 11
שטייט "והי׳ לאות על ידכה ולטוטפות בין עיניך״ — "והי׳ " לשון יחיד.
ד.
ה.
אז די זאך וואס זאל זיין ״לאות״ און ״לטטפת״ איז איין ענין — און ווי רש״י איז דארט מפרש
(אין א פריערדיקע פרשה 17 )
אז "והי'" גייט אויף
(דעם ענין פון)
יציאת מצרים 18
וואס רעדט זיך פריער אין דער פרשה: משא״כ אין אונזער פרשה שטייט "וקשרתם
(לאות)
גו׳ והיו
(לטוטפות גו׳)
" לשון רבים — מען דארף זיי אנביגדן "לאות
(על ידך)
" און זיי דארפן זיין "לטטפת
(בין עיניך)
״ — און דאס גייט אויף "הדברים האלה",
די פרשיות 19
אין וועלכע עם שטייט די מצות תפלין 20 ,
וואס די פרשיות זיינען רבים.
און דעריבער איז אין פ׳ בא רש״י מפרש דעם נאמען ״טטפת״ על שם הבתים און אין אונזער פרשה — על שם הפרשיות:
יציאת מצרים שטייט אין די פרשיות "קדש" און "והי׳ כי יביאך".
אבער אין די פרשיות "שמע" און "והי׳ אם שמוע" ווערט כלל גיט דער־ מאנט יצי״מ* 20 .
קען מען דאך במילא ניט זאגן,
אז ״והי׳ ..
ולטטפת"
(פון פ׳ בא)
זאל מיינען די פיר פרשיות — ווייל אויף די פרשיות "שמע",
"והי׳ אם שמוע",
פאסט ניט צו זאגן "והי׳"
(לשון יחיד)
וואס גייט אויף יציאת מצרים.
[ונוסף לזה: אויב מען זאל זאגן אז ״טטפת״ שבפ׳ בא איז ע״ש די פיר פרשיות,
וועט דאן אויסקומען אז ביז צו שנת הארבעים,
וואס ערשט דאן האט משה געזאגט די פרשיות שמע און והי׳ אם שמוע,
איז דער גאנצער ענין פון תפלין ניט געווען שייך 21
— היפך ווי עס קומט אויס,
לכאורה,
פון פשטות הכתובים שבפ׳ בא* 21
אז דעם ציווי "והי׳ לאות על ידכה ולטטפת בין עיניך" זאל מען מקיים זיין גלייך 22 ].
דערפאר לערנט רש״י אין פ׳ בא,
אז דער נאמען ״טטפת״ איז ״ע״ש ארבעה בתים״.
ד.
ה.
— לויט פרש״י זה א חידוש: אין צוויי בתים זיינען געלעגן די צוויי פרשיות "קדש" און "והי׳
כי יביאך",
און צוויי בתים* 22
זיינען געווען אן פרשיות 23 .
און דער טעם וואט ״והי׳ ..
לטטפת״,
אז דער זכרון פון יצי״מ
(ביי תש״ר)
דארף זיין דורך פיר בתים — ווייל דער ריבוי הבתים
(אויך אן די פרשיות)
מאכט גרעסער דעם זכרון 24 .
משא״כ אין אונזער סדרה,
וואו "והיו
(ל׳ רבים)
לטטפת" גייט אויף "הדברים האלה",
קען מען ניט זאגן אז ״טטפת״ איז ע״ש די פיר בתים
(הגם אז דורך דעם וועט זיין פארשטאנדיק וואס דער נאמען ״טטפת״ שטײט דוקא ביי תש״ר)
— ווארום וויבאלד אז מיט ״והיו״ װערן געמײנט "הדברים האלה״,
די רייד — פרשיות אין וועלכע עם רעדט זיך וועגן די מצות תפלין — דארף מען זאגן,
אז אויך
(דאס וואס עם זאל ווערן פון די פרשיות)
״טטפת״ — איז על שם מנין הפרשיות.
ה.
נאך א שינוי אין אונזער סדרה לגבי דעם לשון הפסוק אין פ׳ בא:
אין פ׳ בא שטייט "והי׳ לאות על ידכה ולטטפת בין עיניך״ — דער זעלבער "והי׳" באציט זיך סיי אויף ״לאות על ידכה״ סײ אויף ״לטטפת בין עיניך".
ד.
ה.
אז דער "אות על
ידכה" און דער "טטפת בין עיניך" זיינען איין
(הוי׳ און)
מציאות; משא״כ אין אוגזער סדרה,
וואו ערשט ביי די ווערטער "לטטפת בין עיניך" גיט דער פסוק צו דעם ווארט "והיו"
[כאטש דער לשון "קשירה" שבהחלת הפסוק פאסט אויך אויפן של ראש 25
; איז עאכו״ב אז בתחלת הכתוב וואלט געשטאנען ״והיו״ — וואלט עם געפאסט צו ביידע תפלין],
איז מוכח,
אז דא זיינען פאראן צוויי עניגים 28
; דאם אנבינדן פון "הדברים האלה" "לאות על ידך" און זייער ווערן ״לטטפת בין עיניך״ זײ־ נען צוויי מציאות׳ן.
און דערפאר,
אין פ׳ בא איז רש״י מפרש ״ולטטפת בין עיניך — תפלין"
(ניט ״תפלין שבראש״)
— ווייל דער "לטטפת בין עיניך" איז די זעלבע מציאות
(״והי׳ ״)
ווי ״לאות על ידכה״;
משא״כ אין אונזער סדרה איז רש״י מדגיש,
אז דאם זיינען צוויי ענינים: ״וקשרתם לאות על ידך — אלו תפלין שבזרוע"׳ און "והיו לטטפת בין עיניך — אלו תפלין שבראש".
ו.
עס ווערט דאך אבער שווער: פארוואס טיילט פאנאנדער דער פסוק אין אונזער סדרה די ״תפלין שבזרוע״ און די "תפלין שבראש" אין צוויי ענינים — אנדערש ווי אין פ׳ בא?
ולכאורה — אדרבה: וויבאלד אז דער נאמען ״טטפת״ אין אונזער סדרה איז
צוליב דעם מנין הפרשיות — דארף מען זיי דאך ניט אפטיילן פון די תפלין שבזרוע,
היות אז אין דעם מנין הפרשיות זיינען תפלין שבראש ושב־ זרוע גלייך.
דערפאר איז רש״י מדייק "ועל שם מנין פרשיותיהם נקראו טטפת",
אז דער חידוש אין תש״ר לגבי תש״י באשטייט אין דעם מנין הפרשיות:
ביי תש״י איז נוגע בלויז,
אז אין זיי זאלן זיין די פרשיות פון תורה וואו עס שטייט מצות תפלין.
ס׳איז אבער ניט נוגע דער מספר פיר
(והא ראי׳,
אז במשך די גאנצע פערציק יאר איידער עם זיינען געזאגט גע־ ווארן די פרשיות "שמע" און "והי׳ אם שמוע",
זיינען אין זיי געווען בלויז צו ויי פרשיות אין זייער בית אחד)
;
משא״כ אין תש״ר איז נוגע דער מספר פיר 22
(וואס דערפאר האט אין די תש״ר געדארפט זיין פיר בתים אויך ווען עם זיינען געווען בלויז צוויי פרשיות פון תפלין 28 .
און דערנאך איז נאך צוגעקומען — פריער איז דער
מספר פיר געווען נאד אין די בתים,
און שפעטער — איז דער מספר געווארן א דיוק אויך אין די פרשיות).
ז.
נאך א טעם וואס אין אונזער סדרה לערנט רש״י אז ״טטפת״ איז "על שם מנין פרשיותיהם" און ניט על שם מנין הבתים:
פון דעם וואס דער מספר פיר
(אין די תש״ר)
איז תורה מרמז אין דעם ווארט ״טטפת״ װאס איז צונויפגעשטעלט פון צוויי ווערטער ״טט״ און "פת",
איז קענטיק,
אז די פיר זאכן אין די תש״ר טיילן זיך אין צוויי סוגים.
איז אין פ׳ בא,
וואו צוויי בתים זיינען געווען מיט פרשיות און צוויי בתים אן פרשיות — איז פארשטאנדיק ווי די פיר בתים טיילן זיך אין צוויי סוגים; אבער לאחרי ווי עס איז געזאגט געווארן אויך די פרשיות שמע והי׳ אם שמוע׳ און אלע פיר בתים זייגען מיט פרשיות — פארוואס־זשע טיילן זיי זיך אויך איצטער אין צוויי סוגים* 28 ?
דערפאר לערנט רש״י
(נוסף למה שנת״ל סעיף ד׳),
אז דער נאמען "טטפת״ דא איז ״על שם מנין פרשיותיהם",
און די פרשיות,
טיילן זיך אין צוויי סוגים: א)
"קדש" און "והי׳ כי יביאך" זיינען געזאגט געווארן פאר מ״ת,
און ״שמע״ ״והי׳ אם שמוע״ — נאך מתן תורה 28 .
ב)
דער ערשטער סוג איז אויך כולל ענין יציאת מצרים,
משא״כ דער צווייטער.
און דערפאר איז רש״י אויך דא מוסיף "טט בכתפי שתים פת באפריקי שתים״ — הגם ער האט דאס שוין געזאגט אין פרשת בא — בכדי צו מדגיש זיין אז אויך אין אונדזער סדרה טיילן זיך די פיר עגינים
(פרשיות)
אין צוויי סוגים.
ח.
פון די ״ענינים מופלאים״ 30
אין אונזער פרש״י:
שוין גערעדט אמאל בארוכה,
אז אין דער סגולה פון מצות תפלין בנוגע דער ווירקונג אויף אומות העולם — זיינען דא צוויי ענינים:
א)
"וראו כל עמי הארץ כי שם ה׳ נקרא עליך ויראו ממך — אלו תפלין שבראש" 31
אז דורך דעם וואס די "עמי הארץ" זעען דעם שם הוי׳
(שלמעלה מהטבע 32 )
וואס איז דא ביי אידן דורך לייגן תפלין שבראש — באקומען זיי א מורא פאר אידן,
במילא איז בכלל ניט שייך אז זיי זאלן מלחמה האלמן קעגן אידן.
ב)
"שמפני קיום מצות תפלין
(וואס מען לייגט אויף דער האנט און אויפן קאפ)
ותיקונן,
יתקיים באנשי המלחמה וטרף זרוע אף קדקוד" 33 .
ד.
ה.
אז ווען מצד איזה סיבה שתהי׳ זיינען גויים לוחם אנטקעגן אידן איז דורך מצות תפלין ווערט "וטרף זרוע אף קדקד".
ט.
די נפקא מינה פון די צוויי ענינים איז:
ביי דעם ענין פון "וטרף זרוע אף קדקוד",
האבן די תש״י און די תש״ר — באזונדערע פעולות — מדה כנגד מדה: טורף זיין דעם קדקוד ע״י תפלין שבראש,
וטרף זרוע — ע״י תש״י; ד.
ה.
דא איז תש״י אן ענין בפ״ע.
משא״כ אין דעם ענין פון "ויראו ממך",
איז בל׳ חז״ל "אלו תפלין שבראש".
די תש״י גיבן נאר צו א תוספת ״כח״ אין די תש״ר 34 ,
ווי די מכילתא 35
זאגט "כשהוא נותן נותן של יד ואח״כ נותן של ראש,
וכשהוא חולץ חולץ את של ראש ואח״כ של יד".
און דאס איז מרומז אין דעם וואס אין פ׳ בא קומען די תש״י און תש״ר אלם איין ענין,
און אין משגה תורה
(בפרשתנו)
— אלם צוויי ענינים:
בשעת די אידן זיינען ארויס פון מצרים,
האט זיי משה רבינו געזאלט פירן קיין ארץ־ישראל,
און דאן
(ווי־ באלד אז "פני משה כפני חמה" 36 )
וואלט די כניסה לארץ געווען אין אן אופן פון "למעלה מהטבע" 37
און די שבעה אומות וואלטן ניט געוואגט צו מלחמה האבן מיט אידן 38 ,
ווי עם שטייט 39
"שמעו עמים גו׳ חיל אחז גו׳ נמנו כל יושבי כנען.
תפול עליהם אימתה ופחד גו׳".
און דעריבער,
אין פ׳ בא קומען די תש״י צוזאמען מיט די תש״ר,
ווארום אין דעם ענין פון "ויראו ממך" זייגען די תש״י ניט קיין ענין בפ״ע,
כנ״ל.
משא״כ אין משנה־ תורה׳ וואס דאן האט מען שוין געוואוסט"* 38
אז די כניסה לארץ וועט זיין דורך יהושע
(וואס "פגי יהושע כפני לבנה" 36 )
און מען וועט דארפן אנקומען צו מלחמות — צו ״וטרף זרוע אף קדקוד״ — דאן זיינען די תפלין של יד אן ענין בפ״ע,
ווארום זיי טוען אויף דעם וטרף זרוע.
י.
און דאס איז אויך דער טעם וואס גלייך נאך יצי״מ זײנען געװען בלויז צוויי פרשיות,
אין וועלכע עס רעדט זיך דער ענין פון יצי״מ,
און דער־ גאך האט מען געדארפט אנקומען אויך צו די פרשיות שמע און והי׳ אם שמוע,
אין וועלכע עם רעדט זיך דער עגין פון מסירת נפש:
די כניסה דורך משה רבינו וואלט געווען א המשך ישר פון יצי״מ: די שמועה פון די פעלקער וועגן קריעת ים סוף
(דער גמר פון יציאת מצרים 40 )
האט גע׳פועל׳ט אז "גמגו כל יושבי כנען".
משא״כ די כניסה דורך יהושע,
ווען מען האט געדארפט אנקומען צום "וטרף זרוע אף קדקוד״ — דא איז נוגע אויך דער ענין פון מס״נ וואס נעמט ארום אלע כהות פון מענטשן,
פון דעם כח היותר נעלה שבו — דער כח השכל
(שבראש),
ביז דעם כח היותר תחתון — דער כה המעשה
(שבזרוע 41 ),
און דוקא דורך דעם ענין המס״נ האט מען דעם כח עם זאל זיין "וטרף זרוע אף קדקוד" 42 .
יא.
עם שטייט אין חסידות 43 ,
אז דורך דער כניסה לא״י ע״י יהושע,
האט זיך אויפגעטאן א מעלה יתירה לגבי דער כניסה ווי זי וואלט געווען דורך משה׳ן.
און כאטש "פני משה כפני חמה ופני יהושע כפני לבנה" — איז אבער דאם גופא א טעם
פארוואס די כניסה לארץ האט געדארפט זיין ע״י יהושע.
ווייל,
דער עיקר העילוי איז ניט אין "פני חמה" וואס ווייזט 44
אויף המשכה מלמעלה למטה נאר אין ״פני לבנה״ — וואס ווייזט 44
אויף העלאה מלמטה למעלה.
און ווי שוין גערעדט פיל מאל 2
*,
אז די אמיתית הכוונה פון "דירה בתחתונים" ווערט פארפולקאמט דוקא אין עלי׳ מלמטה למעלה,
וואו דער זיכוך פון די "תחתונים" ווערט
(ניט מצד גילוי אור מלמעלה,
נאר)
דורך זיי גופא,
אז דער "מטה" אליין ווערט נתעלה ביז ער ווערט א דירה לו ית׳.
דערפון איז פארשטאנדיק,
אז אויך אין "וטרף זרוע אף קדקוד"
(צו וואס מען האט געדארפט אנקומען דערפאר וואס די כניסה לא״י איז געווען דורך יהושע),
איז פאראן א מעלה יתירה אויף "ויראו ממך"
(וואס וואלט געווען ביי דער כניסה ע״י משה)
— בהתאם צו דעם יתרון המעלה אין עלי׳ מלמטה למעלה אויף המשכה מלמעלה למטה.
איז דער ביאור אין דעם:
גילוי אור מלמעלה פועל׳ט אין קליפה ביטול ו״אתכפיא" 46 .
דאם מיינט,
אז כל זמן דער אור איז מאיר,
שטייט דער מנגד אין אן אופן פון "ויראו ממך": ער וואגט ניט זיך קעגנצושטעלן און לוחם זיין מיט קדושה,
אבער דער רע ווערט ניט נתהפך
[ענלעך ווי
(ס׳איז געווען)
ביי יציאת
מצרים 47
— וואס איז געקומען מצד גילוי אור מלמעלה — אז דער רע איז געבליבן בתקפו 48 ]
;
אנדערש איז דורך דער עבודה שמצד המטה,
וואס דאן ווערט דער רע בטל לגמרי — "וטרף זרוע אף קדקוד"
[וכדוגמת ווי ביי מ״ת 47
— וואס איז געווען לאחרי העבודה פון ספה״ע* 48 ,
עבודה שמצד המטה — איז "פסקה 40
זוהמתן" 48 ].
יב.
וי״ל בדרך אפשר אז דאס איז אויך דער טעם פנימי וואס דוקא אין משנה תורה* 49
איז נתחדש ונתגלה געווארן אז תפלין של יד איז א מצוה בפ״ע:
מצד בחינת הגילויים זיינען תש״ר העכער פון תש״י,
ולכן קדושתן חמורה 50 .
וכידוע 51 ,
אז תש״ר איז בחינת יחודא עילאה און תש״י איז בחינת יחודא תתאה.
אבער אעפ״ב,
מצד דעם
וואס "נעוץ תחלתן בסופן" 52 ,
איז דער שרש פון תש״י העכער פון תש״ר 53
(בדוגמת די מעלה וואס איז דא אין "פני לבנה",
בחינת מלכות,
אויף "פני חמה",
מצד דעם ענין פון "נעוץ תח־ לתן בסופן כו׳" 54 ).
און דאם איז די שייכות פון תש״י — אלס אן ענין עיקרי — צו "פני יהושע כפני לבנה": בחיצוניות איז עם מצד דעם ווייל ווען די כניסה לא״י וואלט געווען דורך "פני משה כפני חמה" וואלט מען ניט דארפן אנקומען
(כ״כ)
צו
(תש״י)
יחו״ת; און בפנימיות הענינים איז עם מצד די מעלה וואס איז דא אין יחו״ת אויף יחו״ע,
וואס דער עיקר ענין הבירורים טוט זיך אויף דורך דער עבודה פון יחו״ת דוקא 55 .
ובדוגמת המעלה פון "וטרף זרוע אף קדקוד" אויף "ויראו ממך" 56 .
יג.
אין תורה זיינען דאך אלע ענינים בתכלית הדיוק; איז דערפון
פארשטאנדיק,
אז אויך דער צווייטער חילוק אין תפלין — וואס דוקא אין משנה תורה זיינען צוגעקומען די פרשיות "שמע" און "והי׳ אם שמוע",
איז שייך להנ״ל.
ווייל די פרשיות קדש און והי׳ כי יביאך 57
זיינען שייך צום אופן העבודה מצד פני משה כפני חמה,
און די פרשיות שמע און והי׳ אם שמוע 57
— צום אופן העבודה מצד פני יהושע כפני לבנה.
וועט מען עם פארשטיין בהקדים וואס די פרשיות "קדש" און "והי׳ כי יביאך״ זיינען מוחין — חכמה ובינה,
און ״שמע״ מיט ״והי' אם שמוע״ זיינען
(דעת הנחלק ל)
חםד וגבורה,
מדות 58 .
און דאם איז אויך דער טעם פנימי פון דעם וואס די פיר פרשיות טיילן זיך אין צוויי סוגים — "טט בכתפי" און ״פת באפריקי״ — װײל מדות נעמען זיך פון ב׳ כתפין דאריך וועל־ כע זיינען מרומז אין "כתפי",
און מוחין נעמען זיך פון ב׳ פרקי הידים דאריך וועלכע זיינען מרומז אין ״אפריקי" 59 .
ווערט דאך לפ״ז די שאלה: אויב אין די תפלין פון די אידן אין מדבר,
זיינען צוױי בתים געווען אן פרשיות,
און יענע צוויי בתים זיינען געווען בלויז — בכדי צו פארגרעסערן דעם זכרון פון יצי״מ וואט שטייט אין די
פרשיות "קדש" און "והי׳ כי יביאך",
קומט דאך אוים אז אלע פיר בתים זיינען דער ענין פון מוחין,
היינט פארוואס שטייט אויך אין פ׳ בא דער לשון ״טטפת״ — טט בכתפי און פת באפריקי — וואס ווייזט אויף ביידע זאכן מוחין און מדות?
איז דער ביאור אין דעם: אויך אין פ׳ בא זייגען די פיר בתים געווען איינגעטיילט אין די צוויי סוגים מוחין און מדות; נאר דארט זיינען די מדות באופן וואס זיי קומען פון מוחין בדרן ממילא און מען דארף אויף זיי ניט האבן קיין עבודה מיוחדת 60 .
און דעריבער זיינען אויך די צוויי בתים וועלכע זיינען מרומז אין "טט בכתפי"
(מדות)
— שייך צו "קדש" און "והי׳ כי יביאך״ — מוחין.
און דאס איז דער טעם וואס די צוויי פרשיות שמע והא״ש זיינען ערשט נתחדש געווארן אין משנה תורה: ווען די כניסה לא״י וואלט געווען דורך משה׳ן,
וואלט דאן ביי אלע אידן געווען ראי׳ אין אלקות 61 .
און בשעת די עבודה איז בבחי׳ ראי׳,
דארף ניט זיין קיין התעסקות מיוחדת אויף התעוררות המדות׳ ודיל דורך
ראי׳ ווערט דער מענטש נדבק לגמרי
אין דעם דבר הנראה 62
; משא״כ
בשעת די כניסה לא״י איז דורך
יהושע,
וואס מצד דעם איז "ועתה ישראל שמע גו׳" 63 ,
אז די עבודה איז בלויז בבחי׳ שמיעה — דאן דארף
מען אן עבודה מיוחדת צו מעורר זיין מדות 64 .
יד.
אע״פ אז די מדות ווען זיי קומען פון מוחין בדרך ממילא,
זיינען פיל העכער פון די מדות ווען זיי קומען דורן א התעסקות מיוחדת,
אבער בנוגע צו דעם בירור פון נפש הבהמית — איז פאראן א מעלה אין די מדות שע״י התעסקות.
ווייל דער נפש הבהמית איז עיקרו מדות,
און דעריבער 65
דערגעמען אים ניט אויף אזוי פיל די מדות וועלכע זיינען שייך צו מוחין — ווי עס פועל׳ן אויף אים מדות ממש 66 .
ועפ״ז איז פארשטאנדיק,
אז דער יתרון פון "וטרף זרוע אף קדקוד" אויף ״ויראו ממך״ — וואס האט זיך אויפגעטאן דורך דער כניסה לא״י על ידי יהושע — איז פארבונדן
(ניט בלויז דערמיט וואס אין משנה תורה איז נתחדש געווארן דער ענין פון תש״י ווי א מצוה בפ״ע,
וכנ״ל סו״ס יא,
נאר אויך)
מיט דעם וואס אין משנה תורה זיינען צוגעקומען די פרשיות שמע און והי׳ אם שמע:
די עבודה שמצד המוחין — "קדש" און "והי׳ כי יביאך",
פועל׳ט אויפן נה״ב ביטול לפי שעה אבער ניט אתהפכא — "ויראו ממך",
און די עבודה שמצד המדות,
"שמע" און ״והי׳ אם שמוע״ — פועל׳ט אתהפכא,
"וטרף זרוע אף קדקוד".
עם איז דא נאר טוב.
(משיחת ש״פ ואתחנן תשכ״ט)