א.
אין פסוק "ושעתם לבניך גו׳" 1
שטעלט זיך רש״י אויפן ווארט "לבניך" און איז מפרש ״אלו התלמידים״ — אז דער פירוש פון "ושעתם לבניך" איז: דו זאלסט לערנען מיט דיינע תלמידים .
ווערט דאך די שאלה: דער טייטש פון ״לבניך״ איז דאך — צו דיינע זין ,
איז ווי קען מען טייטשן "אלו התלמידים"?
— איז רש״י מוסיף "מצינו בכל מקום שהתלמידים קרויים בנים״ — אז אומעטום
ווערן די תלמידים גערופן בנים.
איז ניט פארשטאנדיק: פון וואנען נעמט רש״י צו זאגן אז מיט "לבניך" דא ווערט געמיינט תלמידים 2 ?
אמת טאקע אז אויך "תלמידים קרויים בנים",
איז אבער דאך א סך פשוט׳ער צו זאגן אז "לבניך" מיינט זין,
ווי דער פירוש הפשוט פון בנים ברוב המקומות 3 ?
און כאטש אז דער ספרי טייטשט "לבניך — אלו תלמידיך״ — איז דאס דאך א טייטש ע״פ דרך ההלכה,
און מען קען ניט זאגן אז דערפאר טייטשט רש״י אזוי,
ווייל כמבואר כמה פעמים,
איז רש״י מפרש די פסוקים לויטן דרך הפשט,
ניט קוקנדיק אויף דעם וואס ע״פ דרך ההלכה,
הדרוש וכו׳ לערנט מען אנדערש 4 ,
און ווי רש״י אליין גיט ארויס דעם כלל — גלייך אין דער ערשטער סדרה 5
: ואני לא באתי אלא לפשוטו.
ב.
אויף דעם וואס רש״י זאגט "מצי־ נו בכל מקום שהתלמידים קרויים בנים" ברענגט ער דריי ראיות:
(א)
"שנאמר 6
בנים אתם לה׳ אלקיכם"
(אז אידן הייסן דעם אויבערשטנס בנים מצד דעם וואס זיי האבן געלערנט פון אים תורה און זיינען זיינע תלמידים).
(ב)
"ואומר 7
בני הנביאים אשר בבית א־ל"
(אז די תלמידים פון די נביאים,
וועלכע האבן פון זיי געלערנט נבואה,
הייסן בני הנביאים).
(ג)
"וכן בחזקי׳ שלמד תורה לכל ישראל וקראם בנים שנאמר 8
בני עתה אל תשלו"
(אז חזקי׳ האט גערופן אידן בנים איבער דעם וואס ער האט געלערנט מיט זיי תורה).
איז אין דעם ניט מובן:
א)
פארוואס דארף רש״י אנקומען צו דריי ראיות און באנוגנט זיך ניט מיט איין ראי׳ און אפילו ניט מיט צוויי?
ב)
אין פרשת במדבר 9
זאגט רש״י אויף דעם וראם בני אהרן ווערן גערופן אין פסוק "תולדות משה",
אז דאס איז "לפי שלמדן תורה,
מלמד שכל המלמד את בן חבירו תורה מעלה עליו הכתוב כאילו ילדו".
איז די קשיא: פארוואס אין פרשת במדבר,
וואו רש״י זאגט אז תלמידים ווערן אנגערופן תולדות,
זוכט ער ניט קיין ראיות דערצו פון אנדערע ערטער און ער באנוגנט זיך מיט דעם וואס עס שטייט דארט גופא "תולדות משה".
אבער ווען עס קומט אין פרשת ואתחנן,
וואו רש״י זאגט א צווייטן מאל "שהתלמידים קרויים בנים",
זאגט ער ״מצינו כו'״ און ברענגט ראיות צו דעם?
ג)
ווען רש״י דארף שוין יע אנ־ קומען צו ראיות אז תלמידים קרויים בנים,
ברענגט ער ראיות פון פסוקים,
וואס
(א)
דער תלמיד האט זיי נאך ניט געלערנט,
און
(ב)
וואס רש״י אליין האלט אז פון יעדער פסוק באזונדער איז ניט קיין ראי׳ מספקת
(וואס דערפאר מוז ער אנקומען צו אלע דריי פסוקים 10 )
— ער האט דאך געקענט ברענגען א ראי׳ פון פסוק "תולדות גו׳ משה" וואס
(א)
דער תלמיד האט שוין גע־ לערנט,
און
(ב)
אין אים שטייט קלאר
(ווי רש״י איז דארט מפרש בפשטות )
אז תלמידים ווערן אנגערופן תולדות?
ד)
אין ספר משלי רופט אן שלמה המלך יעדערן פון זיינע תלמידים
(פאר וועמען ער זאגט די דברי מוסר פון דעם דאזיקן ספר)
מיטן נאמען "בני" עטלעכע און צוואנציק מאל .
טא פארוואס
דארף רש״י ברענגען וואס חזקי׳ האט גערופן אידן "בני" איין מאל
(און אויך דעם איינציקן מאל איז נאך ניט קלאר אז דאס איז איבער דעם וואס זיי זיינען געווען זיינע תלמידים,
כדלהלן סעיפי ג־ד),
ער האט דאך געקענט ברענ־ גען דערפון וואם שלמה׳ס ווענדונג צו זיינע תלמידים איז כסדר מיטן נאמען ״בני״?
די קשיא איז נאך שטארקער:
וואס חזקי׳ האט גערופן זיינע תלמידים בני,
שטייט אין דברי הימים,
אבער שלמה רופט זיינע תלמידים בני אין ספר משלי,
האט דאך רש״י געדארפט לכאורה בעסער ברענגען די ראי׳ פון ספר משלי,
ווייל 11
(א)
אין "סדרן של כתובים" קומט ספר משלי פאר ספר דברי הימים 12 ,
און ער איז אויך געשריבן געווארן פרי־ ער
(ווארום משלי איז געשריבן געווארן דורך חזקי׳ וסיעתו,
און דברי הימים — דורך עזרא ונחמי׳ 13 ).
(ב)
דער תוכן פון ספר דברי הימים איז כשמו — דברי הימים.
משא״כ דער תוכן פון ספר משלי איז — לימוד לתלמידים,
ווי עס שטייט גלייך בתחילת הספר "לדעת חכמה ומוסר,
להבין אמרי בינה".
איז דאך זעלבסטפארשטענדלעך אז בעת מ׳וויל ברענגען א ראי׳ אז א רב רופט תלמידים בנים,
דארף מען ניט אנקומען צו דעם וואס מען געפינט עס איין מאל און אין א ספר פון דברי הימים — בעת אין א גאנצן ספר לימוד ,
האלט דער רב אין איין ווענדן זיך צו זיינע תלמידים מיטן אויסשפראך בני .
ג.
אויסער די שוועריקייט פארוואס רש״י ברענגט ניט קיין ראיות פון אנדערע ערטער,
זיינען אויך פאראן כמה דיוקים אין די ווערטער וואס רש״י שרייבט יע:
א)
ווען רש״י ברענגט די ראי׳ פון "בגי הנביאים" איז ער מוסיף די ווערטער "אשר בבית א־ל".
ולכאורה,
צו באווייזן אז "תלמידים קרויים בנים" איז דאך נוגע בלויז די ווערטער "בני הנביאים".
צוליב וואס איז ער מעתיק אויך "אשר בבית א־ל״?
די קשיא איז נאך גרעסער: אין ספרי — פון וואנען רש״י איז מעתיק זיין פירוש — ווערן געבראכט נאר די ווערטער ״
(ויצאו 14 )
בני הנביאים",
און עס שטייען ניט די ווערטער "אשר בית א־ל".
פארוואס איז רש״י יע מוסיף די ווערטער?
נאך מער פלא
(און דאס איז שווער אויך אין ספרי)
: דער לשון "בני הנביאים" שטייט שוין אין תנ״ך 15
מיט עט־ לעכע קאפיטלעך פאר דעם פסוק "ויצאו בני הנביאים אשר בית א־ל".
איז פארוואס ברענגט ניט
(דער ספרי און ניט)
רש״י א ראי' אז "תלמידים קרויים בנים״ פון דעם ערשטן מאל וואס עס שטייט ״בני הנביאים״?
ב)
נאך א שינוי פון לשון רש״י לגבי לשון הספרי: אין ספרי שטייט "וכן אתה מוצא בחזקי׳ מלך יהודא שלימד כל התורה כולה לישראל".
וואס דער שינוי פון רש״י דא באשטייט אין דריי זאכן:
(א)
ער איז משמיט "מלך יהודא".
(ב)
ער שרייבט תורה סתם און ניט "כל התורה כולה".
(ג)
ער איז מוסיף "ל כל ישראל",
ניט "ליש ר אל" סתם,
כבספרי.
איז דאס וואס רש״י איז משמיט "מלך יהודא" — איז פארשטאנדיק.
ווייל די ווערטער זיינען ניט נגע כלל לעניננו
(ואדרבה,
זיי גיבן א מקום לטעות אז דאםס וואס חזקי׳ האט גערופן אידן בני איז עס מצד דעם וואס ער איז געווען זייער מלך
(ראה להלן סעיף יד)
און ניט מצד דעם וואס ער האט געלערנט מיט זיי תורה).
אויך דאס וואס רש״י שרייבט ניט ״כל התורה כולה״ — איז מובן,
ווייל אויך ווען מ'לערנט מיט א תלמיד בלויז פרק אחד אדער פסוק אחד ווערט שוין דער תלמיד אנגערופן בן.
[ואדרבה: אויב רש"י וואלט געשריבן "כל התורה כולה"
(אז דוקא אזא תלמיד איז קרוי בן)
וואלט עס גאר געווען א סתירה צו זיין פירוש "ושננתם לבניך — אלו התלמידים״ — ווייל סיאיז מובן אז אין דעם פסוק רעדט זיך אויך וועגן דעם לימוד פון נאר א חלק בתורה],
סיאיז אבער ניט מובן וואס רש״י איז מוסיף ״ל כל ישראל״: סיאיז דאך פשוט אז אויך ווען מען לערנט תורה מיט איין אידן ווערט דער תלמיד אנערופן בן.
ד.
נאך דעם ווי רש"י ברענט די ראיות אז תלמידים קרויים בנים איז ער מוסיף: "וכשם שהתלמידים קרויים בנים שנאמר בנים אתם לה' אלקיכם כך הרב קרוי אב
(פונקט ווי די תלמידים ווערן גערופן בנים,
ווי עס שטייט בנים אתם לה' אלקיכם,
אזוי ווערט דער רב אנגערופן אב.
און ברענגט דערויף א ראי')
שנאמר 16
"אבי אבי רכב ישראל וגו'"
(וואס דאס וואס אלישע האט אנערופן אלי׳ "אבי אבי" איז עס מצד דעם וואס ער איז געווען זיין רבי 17 ),
איז אין דעם ניט מובן:
א)
צו רש"י'ס פירוש "לבניך אלו התלמידים" איז דאך נאר נוגע אז "התלמידים קרויים בנים".
צוליב וואס איז ער מוסיף א גאנצן ענין אז "הרב קרוי אב"?
ב)
אויב רש"י וויל דאס שוין יע שרייבן,
איז לכאורה גענוג ער זאל זאגן "וכן הרב קרוי אב".
וואס איז נוגע די גאנצע אריכות " וכשם שהתלמידים קרויים בנים כו׳ כך הרב קרוי אב״ — אז דאס וואס דרב קרוי אב איז עס אין דעם זעלבן אופן ווי תלמידים קרויים בנים?
ג)
ווען רש"י ברענט "וכשם שהתלמידים קרויים בנים"
(צוליב מסיים זיין "כך הרב קרוי אב"),
איז ער מוסיף: "שנאמר בנים אתם לה' אלקיכם".
ולכאורה,
רש״י האט דאך שוין אט ערשט געשריבן — און געבראכט דריי ראיות — אז התלמידים קרויים בנים,
טא פארוואס דארף ער נאכאמאל ברענגען א ראי׳ דערויף
(און — דוקא די איין ראי׳ און ניט זאגענדיק אפי׳ וכו ׳ — אלס א רמז אף די אנדערע צוויי ראיות)
תיכף ביים איבער׳חזר׳ן דאס צום צווייטן מאל 18 ?
ד)
אויף דעם וואס "הרב קרוי אב" ברענגט רש״י א ראי׳: "שנאמר אבי אבי רכב ישראל וגו׳״.
אין ספרי איז ער מעתיק נאך ווערטער פון יענעם פסוק: "ואלישע רואה והוא מצעק אבי אבי רכב ישראל ופרשיו ולא ראהו עוד ויחזק בבגדיו וגו׳",
רש"י אבער איז מעתיק נאר די ווערטער "אבי אבי רכב ישראל".
איז פארטאנדיק וואס רש״י שרייבט ניט די אלע אנדערע ווערטער — ווייל על פי דרך הפשט פעלן זיי ניט צו דער ראי׳ אז "הרב קרוי אב".
צוליב וואס דארף ער אבער ברענגען די ווערטער ״רכב ישראל״?
אויך זיי נויטיקן זיך דא ניט לכאורה 19
ווייל צו באווייזן אז "הרב קרוי אב" זיינען דאך נוגע נאר די ווערטער אבי אבי אבי".
ה)
כמדובר כמה פעמים איז משמע אז דרכו של רש״י בכל מקום 20 ,
ווען ער ברענגט געוויסע ווערטער פון א מיטן־פסוק שרייבט ער ניט וגו׳.
סיידן ווען אויך די ווייטערדיקע ווערטער די־ נען נוגע צום ענין וועלכן ער וויל ארויסברענגען — זיי זיינען אבער ניט אזוי מוכרח,
דאן באנוגנט ער זיך מיט מרמז זיין זיי דורך "וגו׳" און איז זיי ניט מעתיק בפירוש.
וויבאלד אז דא איז רש״י מוסיף "וגו'" נאך די ווערטער "רכב ישראל",
איז מובן אז אויך דער ווארט "ופרשיו" וואס שטייט אין פסוק נאך רע ישראל איז נוגע צו הבנת הענין כאן
(כאטש ער איז ניט אזוי מוכרח,
וואס דעריבער איז רש״י אים ניט מעתיק בפירוש).
דארף מען פארשטיין: וואס פאר א תוספת הבנה קומט צו אין אונזער ענין דורכן ווארט "ופרשיו"?
ה.
דאס וואס רש״י לערנט "לבניך אלו התלמידים״ — און ניט לבניך כפשוטו — האט מען לכאורה געקענט מבאר דיין:
אין פרשת תשא 21
זאגט רש"י "כיצד סדר המשנה״ — אז צום ערשטן האט משה געלערנט מיט אהרן,
דערנאך מיט בני אהרן וכו׳ און איז מסיים: "נמצא ביד מי העם א׳ ביד הזקנים ב׳ ביד בני אהרן שלשה ביד אהרן ארבעה״.
איז ניט מובן 22
: ווי קומט עס אז אהרן זאל דארפן הערן
(יעדער ענין בתורה)
פיר מאל,
און פאר די וואס זיינען קלענער פון אים זאל מספיק זיין צו הערן בלויז דריי אדער צוויי מאל,
ביז אז פאר "כל העם" איז געווען גענוג צו הערן נאר איין מאל?
אויף דעם איז רש״י דארט מוסיף "וכו׳ כדאיתא בעירובין",
מיינענדיק וואס עס שטייט דארט 23
אז נאך דעם ווי משה האט פארענדיקט די פיר מאל לערנען "שנה לה ן אהרן פרקו כו׳ שנו להן בניו פרקן כו׳ שנו אזן זקנים פרקן".
וואס אזוי ארום קומט אויס
(ווי די גמרא פירט דארטן אויס)
"נמצא ביד הכל ארבעה".
פארוואס האט מען געדארפט עס זאל זיין "ביד הכל ארבעה"?
איז עס מובן בפשטות,
ווייל דוקא ווען מען הערט אן ענין מערערע מאל,
פיר מאל,
ווייס מען אים גוט,
באופן אז די דברי תורה זיינען ״מחודדים בפיך״ — כפירוש רש״י אויף "ושננתם".
און על דרך זה אויך אין אנהויבס פון פ׳ משפטים 24 .
די שאלה אבער איז: דער חיוב פון "ושננתם" איז דאך נאר "לבניך",
וואס אין פשטות — אן פירוש רש״י — מיינט עס בנים בפשוטו.
פארוואס זיינען געווען מחוייב די בני אהרן און די זקנים 25
איבערלערנען יעדער ענין נאכאמאל ביז עס זאל זיין "ביד הכל ארבעה"?
ווען די אידן וואלטן אפילו קיין איין מאל ניט געהערט,
וואלטן די בני אהרן והזקנים אויך ניט געווען מחוייב צו לערנען מיט זיי.
ועאכו״כ אז אלע אידן האבן שוין געהערט יעדן ענין צוויי מאל — פון משה און פון אהרן — זיינען דאך די בני אהרן והזקנים אודאי ניט געווען מחוייב צו איבערלערנען נאכאמאל בכדי ס׳זאל זיין "ביד הכל ארבעה "?
ואין לומר אז זיי האבן עס געטאן ״לפנים משורת הדין״ — ווארום ווי רש״י זאגט דארט איז דאס געווען דער " סדר המשנה".
דעריבער לערנט רש״י "לבניך אלו התלמידים",
און ממילא איז לערנען מיט תלמידים יעדער ענין פיר מאל — סדר המשנה.
ו.
דער ביאור אבער איז ניט מספיק.
ווייל
א)
דאס וואס אהרן,
בניו און די זקנים האבן איבערגעלערנט לאחר ווי "נסתלק משה",
איז ניט מוכרח אויף אזוי פיל אין פשטות הכתובים,
וואס דערפאר ברענגט עס ניט רש״י בפירוש,
נאר ער איז עס בלויז מרמז מיט וכו'.
קען מען דאך ניט זאגן אז רש״י׳ס הכרח לפרש — עפ״י דרך הפשט — לבניך אלו התלמידים איז פון אן ענין וואס איז ניט מוכרח אין פשט.
ב)
די ראי׳ פון "סדר המשנה" איז נאר,
אז ערגעץ וואו איז געזאגט גע־ ווארען א חיוב צו לערנען אויך מיט אנדערע אידן,
ניט נאר מיט בנים.
ס׳איז אבער ניט מוכרח אז דער חיוב שטייט דוקא אין דעם פסוק "ושננתם לבניך".
איז צי דען ווייל מיר געפינען ניט קיין אנדער פסוק פאר אט דעם חיוב,
וועט מען מפרש זיין "לבניך אלו התלמידים" — היפך פון דעם פירוש הפשוט ?
!
ג)
נאך מער: אפילו לויט פירוש רש״י ״לבניך — אלו התלמידים" דארף מען נאך אלץ זוכן אן אנדער מקור צו דעם וואס אהרן,
בניו והזקנים האבן געלערנט מיט אנדערע אידן.
ווארום דער פסוק ושננתם לבניך איז ערשט געזאגט געווארן אין משנה תורה,
בשנת הארבעים,
און דער "סדר המשנה" איז דאך געווען שוין בשנה הראשונה.
ז.
איז דער ביאור אין דעם:
אויף "אחלקם ביעקב ואפיצם בישראל" 26
איז רש״י מפרש
(און ער זאגט דאס בפירוש ,
ווייל אזוי איז מוכרח דארט פון פשטות הכתוב 27 ),
אז די בני שמעון וועלן האבן זייער פרנסה פון זיין סופרים און מלמדי תינוקות.
אויב מען וועט לערנען "ושננתם לבניך" כפשוטו,
אז יעדער פאטער איז מצווה ער זאל אליין לערנען מיט זיינע קינדער 28 ,
וועט דאך דאן אויסקומען אז די גאנצע מציאות פון מלמדי תינוקות איז שייך נאר אין פאל ווען די קינדער האבן ניט קיין פאטער ר״ל,
אדער ווען זייער פאטער איז אזא גרויסער עם־הארץ וואס אפילו מיט תינוקות קען ער ניט לערנען,
אדער ווען ער איז עובר ר״ל אויף דער מ״ע פון "ושננתם לבניך".
שטעלט זיך דאך די קשיא: ווי האט יעקב אבינו געגעבן די בני שמעון א פרנסה זיי זאלן זיין
(סופרים און)
מלמדי תינוקות,
בשעת די גאנצע מציאות פון מלמדים איז אזוי זעלטן?
דאס איז מכריח צו לערנען אז "ושננתם לבניך" איז ניט כפשוטו.
און וויבאלד אז אויפן פאטער איז ניטא קיין חיוב פערזענליך צו לערנען תורה מיט זיינע זין,
איז שוין פארשטאנדיק אז די פרנסה פון שבט שמעון איז באזירט אויף א פעסטן באדן,
ווייל יעדער פאטער וועט געוויס דינגען א מלמד פאר זיינע קינדער און צאלן אים שכר־לימוד
(כאטש ס׳איז ניט געשריבן קיין חיוב פאר אים דאס צו טאן),
פונקט ווי ער באזארגט זיינע קינדער מיט אלע זייערע צרכים.
און דאס איז אויך מוכרח פון נאך ערטער: פריער אין פרשת ויחי 29
זאגט רש״י "אפרים הי׳ רגיל לפני יעקב בתלמוד".
און אויך אין סיום פון יענער סדרה אויפן פסוק "בני מכיר בן מנשה יולדו על ברכי יוסף" 30 ,
זאגט רש״י "שגדלן בין ברכיו",
וואס נראה לומר כוונתו 31 ,
אז ער האט געלערנט מיט זיי תורה.
איז.
אויב מ׳וועט זאגן אז "ושעתם לבניך" מיינט כפשוטו,
וועט דאך זיין זייער שווער: ווי קומט עס אז יעקב אבינו זאל צונעמען פון יוסף׳ן די מצות עשה פון ושננתם,
און יוסף זאל זי צונעמען פון מכיר׳ן* 31 ?
(ווארום "רגיל" און "שגדלן"
מיינט דאך ניט אז דאס איז געטאן געווארץ א מאל,
צופעליק,
נאר אזוי איז געווען דער סדר הרגיל,
קומט דאך אויס אז יעקב האט צוגענומען די מצוה פון יוסף׳ן און יוסף פון מכיר׳ן).
ח.
אין אמת׳ן דארף מען כלל ניט אנקומען צו די אלע אויבנדערמאנטע פסוקים.
ביי דעם "בן חמש למקרא",
לערנענדיק דעם פסוק ושעתם לבניך,
שטעלט זיך די קשיא פון דעם וואס ער אליין זעט מיט זיינע אויגן:
דער קינד לערנט אין חדר ביי א מלמד,
אויך לערנען אין דעם חדר נאך אינגלעך.
אויך ווייס דער בן חמש למקרא אז ס׳זיינען פאראן נאך א סך חדרים וואו מלמדים לערנען מיט קינדער,
איז ווען ער קומט צום פסוק "ושננתם לבניך",
פרעגט ער: פארוואס האט מיך מיין פאטער ארייעעגעבן אין חדר צום מלמד און לערנט ניט אליין מיט מיר — און.
אזוי טוען אויך די טאטעס פון אלע אנדערע אינגלעך: זיינען דען די טאטעס פון אלע קינדער עובר ח״ו אויף א מצות עשה?
ענטפערט אים רש״י "לבניך אלו התלמידים ",
ובמילא איז דיין פאטער ח״ו ניט עובר אויף קיין מצוה,
ווייל ס׳איז ניטא
(עפ״י דרך הפשט)
קיין חיוב צו לערנען פערזענליך מיט די אייגענע קינדער.
ט.
טענה׳ט אבער דער בן חמש למקרא,
עס שטייט דאך לבניך ,
איז ווי קען מען טייטשן "אלו התלמידים"?
זאגט אויף דעם רש״י אז מען געפינט אין נאך ערטער,
ואדרבה — בכל מקום ,
אז תלמידים ווערן גערופן בנים — אזוי ווי "בנים אתם לה׳ אלקיכם",
אז אידן הייסן דעם אויבערשטנס בנים מצד דעם וואס זיי לערנען פון אים תורה.
מיט דעם פסוק אליין קען זיך אבער רש״י ניט.
באנוגענען,
און ער ברעעט אויך די פסוקים "בני הנביאים גו'" און "בני עתה אל תשלו",
ווייל
[נוסף אויף דעם וואס אינעם פסוק בנים אתם לה׳ אלקיכם קען מען איינלערנען בדוחק,
אז דאס וואס אידן ווערן אנגערופן דעם אויבערשטנס קינדער איז עס א לשון של חיבה,
ווי מען זעט במוחש אז בעת איינער וויל אויסדריקן זיין ליבשאפט צו אימעצן וואס איז אים טייער,
רופט ער אים "קינד מיינער",
היות ווי די גרעסטע אהבה וואס מען קען אויסמאלן איז די אהבה פון עלטערן צו קינדער
(און כאטש אז די אהבה פון אויבערשטן צו אידן איז פיל גרעסער ווי די אהבה פון עלטערן צו קינדער — כידוע מאמר הבעש״ט 32
אז די אהבה פון עלטערן צו א בן יחיד שנולד להם לעת זקנתם קומט ניט צו דער אהבה פון דעם אויבערשטן לכל אחד ואחד מישראל — פונדעסטוועגן,
איז "דברה תורה כלשון בני אדם",
און וויבאלד אז די גרעסטע אהבה ביי א מענטשן איז די אהבה פון עלטערן צו קינדער,
זאגט דעריבער דער פסוק ״בנים אתם לה׳ אלקיכם״ — "לשבר את האזן מה שהיא יכולה לשמוע״ 33 ),
איז נוסף אויף דעם — אפילו אז מען וועט שוין לערנען אז דער ווארט "בנים" אין פסוק איז
(ניט קיין חיבה ומליצה־לשון,
נאר)
דער ריכטיקער נאמען,
ד.
ה.
אז אידן ווערן אנגערופן בניו של הקב״ה ווייל זיי זיינען מקבל פון אים אן ענין וואס איז נוגע אין זייער עיקר מציאות — אזוי ווי א בן וואס זיין מציאות נעמט זיך פון אב,
איז נאך אלץ קיין ראי׳ ניט אז דאס איז דערפאר וואס זיי זיינען דעם אויבערשטנס תלמידים און האבן געלערנט פון אים תורה,
ווארום]
מען קען זאגן,
אז דער ענין וועלכן אידן האבן מקבל געווען פון דעם אויבערשטן,
וואס צוליב אים ווערן זיי גערופן זיינע בנים,
זיינען עס די תרי״ג מצוות 34 .
וואס אויך זיי זיינען א דבר עיקרי אין דער מציאות פון אידן.
יו״ד.
א הוכחה דערצו אז מצד יעדן ענין
(עיקרי)
וועלכן מ׳איז מקבל — ניט נאר מצד לימוד התורה — פאסט דער תואר "בנים":
אין פרשת שמות 35
שטייט "בני בכורי ישראל",
זעט מען דערפון אז אידן ווערן אנגערופן דעם אויבערשטנס בנים נאך זייענדיק אין מצרים,
פאר מתן תורה 36 .
נאך מער: פון לשון "בני בכורי ישראל" ווייזט אויס
(לויטן צווייטן פירוש פון רש״י 37 )
אז
(פאר מתן תורה)
זיינען אויך ניט־אידן להבדיל דעם אויבערשטנס בנים,
און די מעלה פון אידן באשטייט אין דעם וואס זיי זיינען "בני בכורי ".
מוז מען דאך זאגן,
אז דער תואר "בן" דארטן איז ווייל דער אויבערשטער האט זיי באשאפן און זיי ווערן שטענדיק פון אים געשפייזט,
ווי ס׳שטייט "הזן את העולם כולו".
איז כאטש ס׳איז מובן אז דער תואר "בנים" אין פסוק "בנים אתם גו׳",
וואו בלויז אידן
("אתם")
ווערן גערופן בנים,
איז א סך א העכערער ווי דער תואר "בן" אין פרשת שמות וואס אויך ניט־איח ווערן מיט אים גערופן; אט דער תואר "בנים" וואס איז נאר ביי "אתם" איז מצד דעם וואס אידן
(און נאר אידן)
זיינען מקבל אזא ענין פון דעם אויבערשטן וואס איז פיל העכער פון דעם וואס ער איז "זן את העולם כולו",
און וויבאלד אז אויך א בן חמש למקרא ווייס אז "אשר בחר בנו מכל העמים" איז פארבונדן מיט "ונתן לנו את תורתו״ *37 ,
לייגט זיך אויפן שכל אז דאס וואס עס שטייט "בנים אתם לה׳ אלקיכם"
(וואס דער פסוק איז געזאגט געווארן נאך מתן תורה)
איז עס מצד דעם וואס אידן האבן מקבל געווען די תורה,
איז נאך אבער פון דאנען ניט קיין ראי׳ מוכחת אז זיי ווערן גערופן בנים ווייל זיי האבן געלערנט תורה פון אויבערשטן — עס קען זיין אז דאס איז צוליב די תרי״ג מצוות וואס ער האט זיי געגעבן ביי מתן תורה.
דעריבער ברענגט רש״י נאך א ראי׳ פון "בני הנביאים",
וואס דארט מוז מען זאגן אז דער תואר בנים איז ווייל זיי האבן געלערנט פון די נביאים.
יא.
בעת רש״י ברענגט די ראי׳ פון "בני מביאים" מוז ער שוין אויך שרייבן די ווערטער "אשר בבית א־ל",
ווייל אן די דאזיקע ווערטער וואלט מען געקענט לערגען אז מיט "בגי הנביאים" ווערט געמיינט
(ניט תלמידים פון נביאים,
נאר)
נבואה־מענטשן.
ד.
ה.
אזוינע מענטשן וואס ענינם ומהותם איז — נבואה.
ע״ד ווי דער לשון ״בגי קדם״ 38
וואס מיינט קדם־מענטשן און ניט קינדער פון קדם,
און עד״ז "בני שנה" 39
וואס דער לשון איז מתאר זייער ענין — ניט עס מיינט די קינדער פון שנה.
דעריבער איז רש״י מוסיף אויך די ווערטער "אשר בבית א־ל",
וואס באווייזן,
אז "בני מביאים" מיינט ניט נבואה־מענטשן,
ווארום אין בית א־ל זיינען דאך ניט געווען קיין נביאי אמת 40
(ווי דערציילט פריער אין תנ״ך 41
אז פון אלע נביאי אמת איז איבערגעבליבן נאר אלי׳ הנביא).
במילא איז געדרונגען אז "בני הנביאים" מיינט תלמידי הנביאים,
און זיי הייסן בני מביאים מצד דעם וואס תלמידים קרויים בנים.
יב.
פון דעם פסוק אליין איז אבער אויך קיין ראי׳ ניט.
ווארום
(בדוחק עכ״פ)
קען מען זאגן,
אז כאטש איזבל האט אומגעבראכט אלע נביאי ה׳ און ס׳איז געבליבן נאר אלי׳ מביא
(והנביאים אשר במערה),
איז אבער לאחרי ווי אלי׳ הנביא האט אויסגע׳הרג׳עט די נביאי הבעל,
האבן זיך צוריק אנגעהויבן נביאי האמת.
ובמילא קען מען נאך אלץ טייטשן אז מיט ״בני מביאים״ — אויך אין דעם ״בני הנביאים אשר בבית א־ל״ — ווערט געמיינט גבואה־מענטשן,
און ניט תלמידי מביאים.
גאר גלאט איז עס טאקע ניט.
ס׳איז זייער שווער צו זאגן,
אז במשך פון אזא קורצער צייט זאל שוין זיין א גאנצע קבוצה פון נביאי אמת,
און נאך אין בית א־ל — דער ארט וואו עס איז געווען דער עיקר ע״ז פון ירבעם׳ן אן 42 .
(וואס דערפאר נעמט רש״י אן,
אז פון דעם פסוק "בני הנביאים אשר בבית א־ל" איז יע א ראי׳ "שהתלמידים קרויים בנים״ — ניט ווי פון דעם פסוק "בני הנביאים" פון מלכים א׳
(כ,
לה),
וועלכן רש״י ברענגט ניט ).
פונדעסטוועגן,
וויבאלד אבער בדוחק קען מען אזוי פארט זאגן — ברענגט רש״י נאך א ראי׳ פון דעם וואס חזקי׳ האט אידן גערופן בנים איבער דעם וואס ער האט מיט זיי געלערנט תורה 43 .
יג.
אויף דער ראי׳ איז אבער שווער: חזקי׳ איז געווען א מלך.
און דער תפקיד פון א מלך איז — צו פארזארגן דעם פאלק מיט אלע זייערע באדערפענישן,
ווי א "רועה" בא "צאן" 44 .
קען מען דאך פרעגן: פון וואנעט איז די ראי׳ אז חזקי׳ האט זיי גערופן בנים ווייל ער האט מיט זיי געלערנט תורה,
עס קען דאך זיין אז דאס איז דערפאר וואס ער האט זיי פארזארגט מיט אלע זייערע צרכים,
און צוליב יעדער ענין
(עיקרי)
וואס מ׳איז מקבל ווערט מען גערופן בן
(וכנ״ל סעיף יו״ד)?
איז די הסברה אין דעם: מען געפינט ניט אין ערגעץ,
אויסער ביי חזקי׳ן אז מלכים זאלן אנרופן אידן בנים,
איז דער־פון געדרונגען אז דאס וואס
(דוקא)
חזקי׳ האט די אידן אזוי גערופן איז מצד דעם וואס ער האט זיי געגעבן אזא זאך וואס קיין אנדער מלך האט זיי ניט געגעבן.
און וויבאלד אז מיר געפינען בלויז איין ענין וואס חזקי׳ האט געגעבן אידן מער פון אנדערע מלכים,
און דאס איז דער ענין פון לימוד התורה,
פארשטייען מיר דערפון,
אז ער האט זיי גערופן בנים ווייל ער האט מיט זיי געלערנט תורה.
און דערפאר איז רש״י מוסיף "שלימד תורה ל כל ישראל ",
מיינענדיק דערמיט,
אז אין "לימוד התורה",
אין אט דעם האט זיך אויסגעצייכנט די השפעה פון חזקי׳ המלך צום גאנצן אידישן פאלק.
יד.
אעפי״כ איז נאך פון דעם ניט קיין ראי׳ מוכרחת אז "תלמידים קרויים בנים".
מען קען זאגן,
אז דאס וואס חזקי׳ האט אידן גערופן בנים איז עס ווייל נוסף צו זיין לערנען מיט זיי תורה,
האט ער זיי אויך פארזארגט מיט צרכים הגשמיים,
ווי אנדערע מלכים.
און דוקא צוליב זיין געבן אידן ביידע זאכן — סיי צרכים הגשמיים און סיי תורה — ווערן זיי גערופן בנים
(היות אז קבלת כל הצרכים — גשמיים ורוחניים — איז בדומה צו א בן וואס כל צרכיו
(און אויך מציאותו)
איז פון אב).
פון וואנען איז אבער די ראי׳ אז די תלמידים וועלכע לערנען פון דעם רב תורה און זיינען ניט מקבל פון אים קיין אנדערע זאכן,
ווערן אויך זיי גערופן בנים?
דערפאר ברענגט רש״י דעם פסוק "בני הנביאים גו'" 45 ,
וואו מען געפינט אז דער תואר בנים קען זיין בלויז מצד ענין הלימוד.
טו.
לאחרי כל הנ״ל איז נאך שווער: פארוואס ברענגט ניט רש״י פון "תולדות משה״ און פון ספר משלי?
איז דער ביאור אין דעם:
די קשיא וואס ארט רש״י׳ן אין דעם פירוש "לבניך אלו התלמידים"
(וואס ער פארענטפערט מיט "מצינו בכל מקום שהתלמידים קרויים בנים")
איז: פאר־וואס שטייט אין פסוק "לבניך",
וואס גיט אן ארט פאר א טעות צו טייטשן לבניך כפשוטו?
עס האט דאך געקענט שטיין ״ושננתם לתלמידיך״ 46
! און אויף דעם ענטפערט רש״י "מצינו בכל מקום שהתלמידים קרויים בנים",
אז " בכל מקום " — אין גאנץ תורה שבכתב,
ווערן תלמידים גערופן בנים.
ובמילא קען מען ניט פרעגן פארוואס עס שטייט ניט "ושננתם לתלמידיך",
ווייל בכל מקום איז דער נאמען פאר תלמידים — בנים 47 .
וואו זעט מען דאס אז בכל מקום ווערן תלמידים גערופן בנים?
ברענגט רש״י עטלעכע ערטער וואו דער פסוק רופט אן תלמידים מיטן נאמען בנים,
און ניט מיטן נאמען תלמידים.
ועפי״ז מובן בפשטות וואס רש"י דארף אנקומען צו עטלעכע פסוקים — ווייל פון איין פסוק,
און אפילו פון צוויי — איז נאר א ראי׳ אז תלמידים קען מען אנרופן בנים.
ס׳איז אבער קיין ראי׳ ניט אז דאס איז זייער נאמען בכל מקום,
בשעת מען זעט אבער אין דריי ערטער
[ובפרט אז זיי זיינען אין אלע חלקים פון תורה שבכתב: תורה,
נביאים און כתובים]
אז דער פסוק רופט אן תלמידים מיטן נאמען בנים,
איז א ראי׳ אז דאס איז זייער איינציקער נאמען.
לויט דעם איז מובן וואס רש״י קען ניט ברענגען א ראי' פון דעם וואס בני אהרן ווערן גערופן ״תולדות משה״: אמת טאקע — דארטן לאזט אונז דער פסוק הערן אז "כל המלמד את בן חבירו תורה מעלה עליו הכתוב כאילו ילדו",
עס איז אבער פון דארט ניט קיין ראי׳ מוכחת אז תלמידים הייסן בנים — ווייל דארט שטייט ניט דער נאמען "בנים"
[און דער לשון "תולדות" קען מען זאגן בכלל אז ער קומט נאר להשמיענו 48
אז "כל המלמד כו׳ כאילו ילדו",
אבער ניט בנוגע התחייבות וכו׳].
אויך איז רעכט וואס רש״י ברענגט ניט קיין ראי׳ פון דעם לשון "בני" אין ספר משלי,
ווייל מען קען זאגן,
אז די "משלי שלמה" האט שלמה המלך פריער געזאגט צו זיין זון
(רחבעם וכו׳)
און ערשט דער־נאך האט ער עס געמאכט פאר א ספר לימוד פאר אלעמען.
און וויבאלד אז זאגנדיק די משלים זיין זון האט ער נוצט דעם לשון בני,
האט ער שוין דעם לשון ניט געביטן פון בני אויף תלמידי אויך ווען ס׳איז געווארן א ספר לימוד פאר אלעמען,
היות אז דער לשון פאסט אויך פאר יעדן תלמיד מצד דעם וואס תלמידים זיינען קרויים אויך בנים.
דעריבער ברענגט רש״י דעם פסוק וואו חזקי׳ האט געזאגט בני ניט צו זיינע קינדער — אויך מלכתחילה — איז דערפון א ראי׳ אז דער איינציקער נאמען פאר תלמידים אין תורה שבכתב איז בנים.
טז.
לאחרי ווי רש״י פארענטפערט וואס עס שטייט "לבניך" און ניט לתלמידיך איז ער מוסיף "וכשם שהתלמידים קרויים בנים כך הרב קרוי אב".
מיט אט די ווערטער באווארנט רש״י נאך א קשיא וואס מ׳קען פרעגן אויף זיין פירוש ״לבניך אלו התלמידים״:
דער פירוש פון "ושננתם" איז ווי רש״י זאגט "לשון חידוד הוא,
שיהיו מחודדים בפיך כו׳".
פארשטייט מען דאך,
אז צו לערנען מיט א צווייטן אין אזא אופן ביז "ושננתם" איז א גרויסע הארעוואניע.
שטעלט זיך די שאלה: פארוואס איז דער רב מחוייב זיך אפצוגעבן אזוי פיל מיט זיינע תלמידים ביז די דברים זאלן זיין ״מחודדין״?
וואלט מען געטייטשט לבניך כפשוטו — איז פארשטאנדיק,
ווייל א פאטער דארף טאן אלץ וואס ס׳איז נאר מעגלעך פאר זיינע קינדער.
אויב "לבניך" מיינט אבער תלמידים,
איז שווער: גענוג וואס דער רב לערנט בכלל מיט אנדערע אידן וועלכע האבן צו אים קיין שייכות ניט,
וואס איז מען אים מחייב צו הארעווען מיט זיי ביז אין אן אופן פון "ושעתם"?
קיין שטארקע קשיא איז דאס טאקע ניט — מען געפינט נאך מצוות אויף וועלכע מיר ווייסן ניט קיין טעם.
אבער אינגאנצן גלאטיק איז עס ניט.
ווארום די ענינים פון "גזירת הכתוב" וואס מיר געפינען אין תורה זיינען נאר געציילטע.
דעריבער זאגט רש״י "הרב קרוי אב",
און וויבאלד אז דער רב איז
(בענין הלימוד)
אן אב לתלמידיו,
דארף ער זיך איבערגעבן צו זיי
(בשייכות מיטן לימוד)
מיט דער זעלבער מסירה ונתינה ווי א פאטער צו זיינע קינדער.
יז.
ווען רש״י זאל אבער זאגן בלויז די ווערטער "הרב קרוי אב" וואלט נאך זיין כוונה ניט געווען קלאר,
עס קען דאך זיין אז דער תואר איז נאר אן ענין של כבוד 49 ,
ניט קיין ענין וואס לייגט אויף אים ארויף א התחייבות,
ועל אחת כו״כ אזא התחייבות ווי פון א פאטער צו קינדער.
דעריבער איז רש״י מוסיף " וכשם שהתלמידים קרויים בנים כו׳ כך הרב קרוי אב",
אז דאס וואס הרב קרוי אב איז עס פונקט אזוי ווי דאס וואס תלמידים קרויים בנים:
כשם ווי דער ענין וואס "תלמידים קרויים בנים" לייגט ארויף אויף די תלמידים זייער א גרויסע התחייבות לרבם
— "שנאמר בנים אתם לה׳ אלקיכם",
אז דערפאר וואס אידן זיינען דעם אויבערשטנס בנים זיינען זיי מחוייב בכל התרי״ג מצוות
(און קענען זיך ניט פטר׳ן מיטן מקיים זיין תרי״ב מצוות — כאטש אויך תרי״ב מצוות איז זייער א סך),
ביז אז ס׳איז ניטא קיין איין מינוט ווען א איד איז ח״ו פריי פון מלכות שמים,
ווארום בכל עת הפנוי׳ איז ער מחוייב בלימוד התורה,
און אויך ווען ער איז זיך עוסק בצרכיו
(נוסף אויף דעם וואס אין יעדער ענין זיינען פאראן כמה דינים ווי עס זאל געטאן ווערן),
דארף ער עס טאן לשם שמים —
" כך הרב קרוי אב",
אזוי איז דער תואר "אב" מיט וועלכן דער רב ווערט גערופן לייגט אויף אים ארויף די זעלבע סארט התחייבות לתלמידיו.
חי.
וואו געפינט מען דאס אז דער תואר "אב" לייגט ארויף אויפן רב א התחייבות צו לערנען מיט זיינע תלמידים באופן אז דברי תורה זאלן זיין מחודדים בפיהם?
ברענגט אויף דעם רש״י א ראי׳ "שנאמר אבי אבי רכב ישראל":
בשעת אלישע האט גערופן זיין רבי׳ן אלי׳ "אבי אבי" האט ער דערביי מוסיף געווען "רכב ישראל",
מיינענדיק דערמיט אז אלי׳ האט
(דורך זיינע תפילות 50 )
געגעבן אידן דעם כח צו מנצח זיין אין זייערע מלחמות,
ווי א רייטוואגן העלפט ארויס אין א מלחמה
(וואס דאס האט שוין דער "בן חמש למקרא" געלערנט אין פרשת בשלח 51 ).
וואס איז די שייכות פון "רכב ישראל" — וואס אלי׳ איז געווען צו אידן ,
מיט ״אבי אבי״ — וואס ער איז געווען צו אלישע׳ן
(זייענדיק זיין רב)?
פון דעם אבער וואס אלישע האט געזאגט אויף אלי׳ "רכב
(ישראל)
" בהמשך צו "אבי אבי",
איז פארשטאנדיק אז דער תואר "רכב" איז אויך נוגע צום ענין פון ״אבי אבי״ 52
: מצד דעם וואס דער רב איז קרוי אב לתלמידיו,
דארף ער זיין זייער ״רכב״ — געבן זיי דעם כח צו מנצח זיין אין די מלחמות וואס זיי האבן אין זייער לערנען.
יט.
אין וואס פארא מלחמות
(אין לערנען)
פון די תלמידים דארף דאס דער רב זייערער געבן זיי דעם כח צו מנצח זיין,
און וואס פארא שייכות האט דאס צו ״ ושננתם לבניך״ — ווייס עס דער תלמיד אליין פון זיין אייגענעם לערנען און רש״י דארף דאס גארניט אויס־טייטשן:
עס טרעפט גאנץ אפט,
אז לאחרי ווי ער האט געלערנט אן ענין,
און פארשטאנען א סברא,
קומט א צווייטע סברא און שלאגט זיך מיט דער ערשטער,
זי האט מלחמה מיט דער סברא וואס ער האט פריער געלערנט.
און טאמער ער אליין כאפט זיך ניט אויף דער נייער סברא,
קומט זי צו אים דורך א פראגע וואס א צווייטער שטעלט — "שאם ישאלך אדם דבר".
און אויב ער קען ניט מנצח זיין אין דער מלחמה: ער האט ניט דעם ריכטיקן ענטפער מיט וואס אפצושלאגן די סברא הסותרת,
ווערט ביי אים א ספק אין זיין לימוד און במילא הויבט ער אן צו מגמגם זיין.
און דעריבער דארף דער רב
(ניט בלויז לערנען מיט אים,
נאר אויך)
געבן דעם תלמיד די כללים און הסברים — דעם ״רכב״ — דורך וועלכן ער זאל קענען מנצח זיין אין די שכל־מלחמות און מכריע זיין צווישן די קעגנזייטיקע סברות,
ביז די דברי תורה זאלן ביי אים זיין "מחודדין",
אן קיין שום ספיקות.
כ.
בשעת רש״י ברענגט א ראי׳ פון "אבי אבי רכב ישראל" איז ער מוסיף "וגו'",
מיינענדיק דערמיט דעם קומענדיקן ווארט — "ופרשיו",
זיין רייטער.
דער אויפטו פון "ופרשיו" אויף "רכב" אין מלחמה כפשוטה איז: בשעת דער לוחם האט א רכב,
איז נאך קיין ראי׳ ניט אז ער וועט מנצח זיין די מלחמה,
ווארום עס קען זיין אז ער ווייס אפילו ניט ווי אנצופירן מיטן רכב.
בעת אבער צום רכב האט ער א "פרש",
וואס זעצט זיך אויף דעם רכב און פירט מיט אים אן,
איז דאן א סך זיכערער אז ער וועט מנצח זיין די מלחמה.
און די זעלבע זאך איז אויך בנוגע צו דער מלחמה וואס קומט פאר אין דער שכל־וועלט: לפעמים קען זיין אז אויך ווען דער רב גיט רעם "רכב",
ד.
ה.
די כללים און הסברים צום תלמיד,
זאלן נאך ביי אים אלץ בלייבן ספיקות און ער זאל מגמגם זיין — איבער דעם וואס ער ווייס ניט וואו און ווי אזוי מען דארף זיך נוצן מיט די כללים.
איז אין אזא פאל,
דארף דער רב זיין אויך דער "פרש",
ער דארף אנווייזן דעם תלמיד דעם ריכטיקן צוגאנג און העלפן אים זיך צו באנוצן מיט די כללים.
דעם ווארט "ופרשיו" איז אבער רש״י בלויז מרמז מיט "וגו׳" און איז אים ניט מעתיק בפירוש — ווייל דאס איז ניט מוכרח צו "ושננתם": אין רוב פאלן,
איז מען מקיים דעם ״ושננתם — לשון חידוד" אויך דורך געבן די תלמידים בלויז דעם "רכב".
נאר היות ווי לפעמים
(בעת דער תלמיד שטייט אין א נידעריקערן מצב וואס ער קען זיך אליין ניט באנוצן מיט די כללים; אדער בעת עס רעדט זיך וועגן אן ענין מסובך ועמוק ביותר)
דארף דער רב זיין אויך דער "פרשיו",
איז רש״י מרמז אויך דעם ווארט.
כא.
אין רש״י איז דאך פאראן אויך "יינה של תורה" 53 ,
איז מיט רש״י׳ס מרמז זיין דעם ווארט "ופרשיו" דורכן וגומר ווייזט ער אן א הוראה אין עבודה:
בשעת מען זאגט א אידן אז ער דארף לערנען תורה מיט אנדערע אידן,
מיט די אלע וועלכע זיינען נאר בגדר זיי זאלן ווערן זיינע תלמידים,
און לערנען מיט זיי אין אן אופן פון ״ושננתם — לשון חידוד",
וואס לפעמים דארף ער צוליב דעם ווערן אויך "פרשיו",
קען ער דאך טענה׳ן: בשעת יענער איז אזא וואס אפילו לאחרי ווי מען זאגט אים די כללי הלימוד און מ׳ווייזט אים די וועג — איז אים נאך אלץ ווייניק,
איז וואס דארף איך זיך פארנעמען מיט אים,
און נאך מיט אזא יגיעה גדולה?
ער איז דאך שלא בערכי כלל,
און בפרט אז לאחרי וואס איך וועל שוין יע הארעווען מיט אים איז ווער זאגט עס אז ס׳וועט אים העלפן אז די דברי תורה וועלן ביי אים זיין מחודדין?
אויף דעם איז דער ענטפער: וויבאלד אז מלמעלה האט מען מזמין געווען דו זאלסט זיך טרעפן מיט יענעם אידן,
איז דאס א הוראה ברורה אז דו דארפסט לערנען מיט אים אין אן אופן פון "ושננתם".
און במילא דארפסטו ווערן אויך "ופרשיו",
בכדי צו גומר זיין און פארענדיקן דיין שליחות: ס׳איז ניט קיין ענין וואס דו טוסט יענעם א טובה,
נאר דאס איז נוגע צו דיר 54
ווייל אן דעם — פארענדיקסטו ניט דיין שליחות,
און בשעת עס פעלט אין דעם גמר השליחות פעלט עס אין דעם קיום כללות השליחות.
און לאידך גיסא: בשעת דו וועסט ווערן "ופרשיו" און גומר זיין דיין שליחות,
באקומסטו דאן כחו של הקב״ה,
ווארום שלוחו של אדם
(העליון)
כמותו 55 ,
און דו ווערסט קרוי אב וואס השוה כבוד אב לכבוד המקום 56 ,
און במילא ביסטו זיכער אז דיין הארעוואניע וועט מצליח זיין,
ווייל כחו של המשלח מיט וועלכן דו טוסט — איז דאך א בלתי מוגבל.
כב.
די ראי׳ אז "הרב קרוי אב"
(וואס דאס איז א ביאור אויפן חיוב "ושננתם״ כנ״ל סעיף טז)
— ברענגט רש״י פון דעם לשון "אבי אבי" וואס שטייט ביי אלי׳ הנביא מבשר הגאולה 57 .
און אויך מיט דעם איז רש״י מרמז אן ענין פון ״יינה של תורה״:
בשעת מען איז מקיים דעם ציווי "ושעתם לשון חידוד" איז דאס א מעין פון לעתיד לבא,
ווען "לא ילמדו עוד איש את רעהו״ 58
ווייל דער ענין וועלכן דער תלמיד האט שוין געלערנט פון רב,
איז דאך שוין מחודד בפיו און ער דארף שוין דערביי צום רב מער ניט אנקומען.
און היות אז אלע גילויים דלעתיד זי נען תלוי במעשינו ועבודתנו עכשיו 59 ,
איז דאך פארשטאנדיק אז דער קיום הציווי "ושעתם" איז דאס די כלי וואס איז ממשיך דעם "ולא ילמדו גו'" וואס וועט זיין לעתיד לבא 60 .
און דאס איז רש״י מרמז מיט זיין ברעעען די ראי׳ אויף "ושעתם לבניך" פון דעם פסוק "אבי אבי רכב ישראל וגו'" וואס שטייט ביי אלי׳ מבשר הגאולה,
ווייל דער קיום פון דעם דאזיקן ציווי איז מקרב וממהר דעם קיום היעוד "ולא ילמדו גו׳ כי מלאה הארץ דעה את הוי׳ כמים לים מכסים" 61 ,
וואס דאס איז אן ענין עיקרי 62
אין דער גאולה האמיתית והשלימה דורך משיח צדקנו,
יבא ויגאלנו בקרוב ממש.
(משיחת ש״פ ואתחנן תשכ״ח)