א.
פרשת דברים לייענט מען אלעמאל אין דעם שבת וואס פאר תשעה באב – "שבת חזון".
דערפון איז פארשטאנדיק 1 ,
אז דער ענין פון שבת חזון איז מרומז אין פרשת דברים.
וואס איז דער ענין פון שבת חזון?
איז ידוע וואס ר' הלל פאריטשער 2
ברענגט 3
"בשם הרב מבארדיטשוב נבג"מ",
אז "שבת חזון" איז פון לשון מחזה.
אז אין דעם שבת באווייזט מען "לכל אחד ואחד המקדש דלעתיד מרחוק".
און דער בארדיטשעווער איז עס מבאר מיט א משל
(ווי געבראכט דארט),
פון א פאטער וואס האט אויפגענייט א טייערן מלבוש פאר זיין קינד,
און דער קינד האט דעם בגד צעריסן לכמה קרעים.
האט אים דער פאטער געמאכט א צווייטן לבוש,
אבער דער קינד האט דעם צווייטן בגד אויך צעריסן.
האט דער פאטער אויפגענייט פארן קינד א דריטן לבוש,
אבער ער האט עס עם ניט געגעבן צו אנטאן,
נאר "לפרקים רחוקים ידועים" באווייזט ער פארן קינד דעם לבוש,
זאגנדיק דערביי,
אז ווען ער וועט זיך פירן בדרך הישר – וועט ער עס אים געבן אנצוטאן.
און דורך דעם איז אים דער פאטער מרגיל צו גיין בדרך הישר,
ביז דאס ווערט ביים קינד "כמו טבע",
און דאן גיט דער פאטער אוועק דעם לבוש צו זיין קינד ער זאל אים אנטאן.
ב.
פון די ענינים וואס מען קען אפלערנען פון דעם אויבנדערמאנטן משל איז: אז דאס וואס שבת חזון באווייזט מען "לכל אחד ואחד המקדש דלעתיד",
איז מען דערמיט אויסן בעיקר יענע אידן וועלכע מען דארף באווארענען אז זיי זאלן זיך פירן בדרך הישר און זאלן ניט גורם זיין חס ושלום,
דורך זייערע מעשים,
אז דער "מלבוש יקר" זאל זיך צערייסן "לכמה קרעים".
דאס הייסט: ניט בלויז וואס בשבת חזון,
וואס דאן איז דער זמן הגילוי פון דעם בית המקדש דלעתיד
[וואס בשבת זה ווערט דער מקדש נתגלה אין אן אופן פון ראיה – ווי דער לשון "מראין כו' המקדש דלעתיד"],
ווערט אט דער גילוי נמשך "לכל אחד ואחד",
אפילו צו די וואס אויף זיי שטייט 4
"מלאים מצות כרמון"
[וכדוגמת קדשת שבת ויום טוב,
וואס איז מאיר "אף בנפש בור ועם הארץ גמור ..
כמו ב
(קדשת)
נפש הצדיק" 5 ]
;
נאר אדרבה: וויבאלד אז די כונה פון דעם באווייזן דעם מקדש דלעתיד איז – בכדי צו מרגיל זיין "לילך בדרך הישר",
איז דאך פארשטאנדיק,
אז דער עיקר פון דעם גילוי איז צו די וועלכע נויטיקן זיך אין דעם – דאס הייסט,
די וואס אויב מ'וועט זיי ניט באווייזן,
זיינען זיי שייך צו גיין ניט אין דרך הישר.
ג.
נאך אן ענין האט מען פון דעם משל הנ"ל:
וויבאלד אז די כונה פון באווייזן דעם לבוש "לפרקים רחוקים ידועים" איז,
בכדי ארויסצורופן ביים קינד די תשוקה צום לבוש,
און אזא תשוקה גדולה וואס זאל אויף אים פועל'ן צו בייטן זיין הנהגה – ער זאל גיין בדרך הישר – און אויף אזוי ווייט אז דאס איז "נעשה אצלו כמו טבע".
– איז דאך דערפון פארשטאנדיק,
אז דער גילוי פון שבת חזון "שמראין לכל אחד ואחד המקדש דלעתיד" – אף על פי אז דאס באווייזט מען נאר "מרחוק",
ביז אז ס'זיינען פאראן אזעלכע וואס ווייסן דערפון גארניט – איז עס אבער אין אזא אופן וואס פועל'ט בפנימיות אויף יעדער אידן: אז די ראיה וואס דער איד זעט דעם מקדש דלעתיד מצד נשמתו,
פועל'ט זי אויף זיין גוף און נפש הבהמית – אז אויך דער גוף ונפש הבהמית הויבן אן צו גיין בדרך הישר.
[נאר בכדי עס זאל זיין מער בגילוי און מער בפנימיות,
האט מען בדורות האחרונים – ווען ס'איז געווארן נעענטער צו ביאת המשיח – דאס מגלה און מפרסם געווען לכל אחד ואחד,
בכדי מען זאל זיך מתבונן זיין און פארטיפן אין דעם,
וואס דאן האט די "מחזה" א טיפערע פעולה].
ד.
וועגן די פארשידענע בת־קול וואס מען איז מכריז מלמעלה מיט דער כונה צו מעורר זיין דעם מענטשן אויף תשובה
[ווי דער "בת־קול שמנהמת כיונה ואומרת אוי לבנים שבעונותיהם החרבתי את ביתי כו'" 6 ,
וכיוצא בזה],
פרעגט מען די קשיא 7
: וואס איז די תועלת פון די כרוזים,
בעת אז רוב מענטשן דא למטה הערן ניט דעם בת קול?
איז ידוע דער ביאור אין דעם 8
אז די נשמה שלמעלה הערט דעם בת קול אלעמאל,
און דורך דעם וואס זי הערט עס למעלה "קלינגט" עס אפ אויך אין דער נשמה שלמטה – כמאמר 9
"אף על גב דאיהו לא חזי מזליה חזיא".
און דערפאר זעט מען במוחש,
אז א מענטשן פאלן פלוצלונג אריין הרהורי תשובה אן קיין שום הכנה והתבוננות לזה פון זיין זייט,
וואס דאס איז די ווירקונג פון די כרוזים העליונים וואס זיין נשמה למעלה הערט.
ולכאורה איז דא אן ארט צו זאגן,
אז בדוגמא לזה איז אויך די "מחזה" פון שבת חזון: אז הגם דער מענטש זעט עס ניט בעיני בשר,
ביז אז ער זעט עס ניט
(לפעמים)
אפילו ניט בעיני השכל
(און בלויז דערפאר וואס ער איז מאמין בדברי חכמים,
ווייס ער אז די מעשה איז אזוי)
– פונדעסטוועגן האט די "מחזה" א פעולה אויף יעדער אידן.
אין אמת'ן אבער דארף מען זאגן,
אז ס'איז פאראן א חילוק צווישן דער ווירקונג וואס קומט פון דער "מחזה" בשבת חזון און דער פעולה פון בת קול:
וועגן דער התעוררות וואס קומט ארויס פון כרוזים שלמעלה שטייט 10 ,
אז דערפאר וואס זי קומט
(ניט מצד דעם אדם שלמטה,
נאר)
מצד "אתערותא דלעילא",
האט זי ניט קיין קיום ביי דעם מענטשן
(סיידן ער טוט א פעולה בזה)
;
מה שאין כן די הליכה בדרך הישר וואס ווערט ארויסגעבראכט ביי דעם מענטשן דורך דער מחזה פון שבת חזון,
איז זי דאך אין אן אופן של קביעות ביז אז סוף סוף בלייבט ניט קיין חשש "פן יחזור לסורו",
דערפאר וואס "נעשה אצלו כמו טבע".
דערפון איז פארשטאנדיק,
אז די מחזה בשבת חזון – וואס יעדער איד "זעט" דעם מקדש דלעתיד,
אף על פי אז דאס קומט מצד דעם וואס מען ווייזט עס אים מלמעלה,
איז עס אבער אין אזא אופן וואס פועל'ט אויף אים ער זאל עם דערזען סוף־סוף מצד עצמו.
און דעריבער,
איז אויך די הליכה בדרך הישר וואס קומט ארויס דערפון – "נעשה אצלו כמו טבע".
ה.
מען דארף אבער פארשטיין: ווי קען טאקע די מחזה פון שבת חזון פועל'ן אין דעם מענטשן אזא הליכה בדרך הישר וואס זאל זיין "כמו טבע",
ביז אז ער זאל גארניט זיין שייך צו "יחזור לסורו" – בשעת אז די מחזה קומט ניט מצד עבודת האדם,
נאר דערפון וואס "מראין" מלמעלה?
וועט מען עס פארשטיין,
בהקדים דעם טעם הפנימי פון דעם וואס דער פאטער גיט ניט צום בן דעם "לבוש שלישי",
כל זמן זיין הליכה בדרך הישר איז נאך ניט געווארן "כמו טבע"
– אנדערש ווי ביי די ערשטע צוויי "לבושים",
וואס דער פאטער האט זיי אים געגעבן צו אנטאן כאטש ער איז ניט געווען זיכער ווי דער בן וועט זיך אויפפירן.
און נאך מער
(אין נמשל)
: כלפי שמיא גליא אז ער וועט זיי צערייסן?
איז דער טעם אויף דעם
(בדרך אפשר ובפנימיות הענינים)
:
ווייל דער אויפטו פון "לבוש השלישי" אויף די ערשטע צוויי "לבושים" איז,
ווי עס שטייט אין זהר 11
(אויפן פסוק 12
"אם ה' לא יבנה בית שוא עמלו בוניו בו"),
אז דער בית ראשון ושני זיינען "בנינא דבר נש דלית ביה קיומא כלל",
אבער דער בית שלישי,
וויבאלד ער איז "בנינא דקודשא בריך הוא",
וועט ער זיין קים לעולם.
און וויבאלד אז ענינו פון דעם בית שלישי איז וואס ער איז קים בקיום נצחי,
דארף אויך די הכנה פון דעם בן וואס טוט אן דעם לבוש שלישי זיין,
אז ער זאל שטיין אין אזא דרגא אז ס'איז ניט שייך קיין חשש "פן יחזור לסורו".
ו.
וואס איז די שייכות פון בית שלישי דוקא צו דעם ענין פון "בנינא דקודשא בריך הוא" און קיום נצחי?
איז דער כללות הביאור בזה,
אז די דריי בתי מקדש זיינען כנגד די דריי אבות: דער בית ראשון איז כנגד אברהם,
בית שני – כנגד יצחק,
און בית שלישי – כנגד יעקב 13 .
און היות ווי מדתו של יעקב איז אמת – וואס דער פירוש פון אמת איז,
אז עס איז ניט שייך קיין הפסק ושינוי 14 ,
איז דעריבער דער בית השלישי – וואס כנגד יעקב,
קים בקיום נצחי 15 .
ז.
צו פארשטיין קלארער דעם ענין ווי די דריי בתי מקדש זיינען כנגד די אבות
[און אויך די שייכות צווישן די צוויי טעמים פארוואס דער בית המקדש שלישי איז קים בקיום נצחי – דאס וואס ער איז כנגד יעקב און דאס וואס ער איז "בנינא דקודשא בריך הוא"]
:
דער ענין פון בית המקדש
(דאקרי משכן 16 )
איז – "ושכנתי בתוכם" 17 ,
דער פארבונד פון דעם אויבערשטן מיט וועלט.
און אין דעם זיינען פאראן דריי אופנים
(וועלכע זיינען מרומז אין די מספרים המתאימים – ראשון,
שני און שלישי 18 )
:
ווי דער בית המקדש איז מצד "ראשון",
דאס הייסט מצד דעם אויבערשטן וואס ער ווערט נמשך מלמעלה למטה – און דער ענין איז מדתו של אברהם,
חסד,
המשכה מלמעלה למטה;
ווי ער איז מצד "שני",
דאס הייסט מצד וועלט,
ווי נבראים שטייען אין א זיכוך והעלאה מלמטה למעלה – און דער ענין איז כנגד יצחק 19
וואס מדתו איז גבורה,
העלאה מלמטה למעלה 20
;
און ווי ער איז מצד "שלישי",
דאס הייסט ווי פון ביידע ענינים צוזאמען
["מעלה" און "מטה"]
ווערט א "דריטע" מציאות,
וואס איז כולל ביידע צוזאמען – און דער ענין איז כנגד יעקב,
מדת התפארת,
מדת אמת וואס איז "מבריח מן הקצה אל הקצה" – ער איז כולל דעם קצה הכי עליון מיטן קצה הכי תחתון,
ביז אז זיי ווערן איין מציאות.
און דאס איז דער חילוק צווישן די דריי בתי המקדש:
אין זמן פון בית ראשון האבן אידן בכלל ובעיקר געדארפט זיין אין דער בחינה פון "צדיקים" 21 ,
וואס זיינען ממשיך אלקות מלמעלה למטה – און וויבאלד אז די המשכה איז געווען מצד דעם "למעלה",
איז עס ניט געווען פארבונדן אזויפיל מיטן "מטה",
און דעריבער האט געקענט זיין אין דעם א הפסק;
אין זמן פון בית שני,
וויבאלד ער איז געקומען נאכן חורבן בית ראשון און נאכן תיקון אויפן חורבן 22 ,
זיינען אידן געווען אין דער מדריגה פון בעלי תשובה 23 ,
וואס ענין התשובה 24
איז זיכוך ועלית המטה.
האט דעריבער דער גילוי פון בית שני געהאט א שטארקערע שייכות צו וועלט 25 .
וואס דערפאר שטייט "גדול יהיה כבוד הבית הזה האחרון מן הראשון",
אז דער בית שני האט געהאט א קיום אין וועלט לענגער 26
ווי דער בית ראשון 26 .
אבער פונדעסטוועגן,
וויבאלד אז דער כללות ענין פון "עולם" איז מדידה והגבלה 28 ,
האט אויך דער בית שני
(כאטש ענינו איז מצד דעם מטה)
געהאט א מדידה והגבלה;
און אין דעם באשטייט דער אויפטו פון דעם בית שלישי,
אז היות ווי ענינו איז די התאחדות פון "מעלה" און "מטה" צוזאמען 29
– וועט ער במילא זיין קים בקיום נצחי,
ווייל דער "גבול" פון וועלט גופא וועט זיין בלי גבול.
ח.
ווי איז דאס מעגלעך אז דער מטה,
וואס ענינו איז הגבלה און שינוי,
זאל ווערן "חד" מיטן בלי גבול פון למעלה – אויף דעם זאגט דער זהר 11
אז דער מקדש דלעתיד איז "בנינא דקודשא בריך הוא",
"בונה ירושלים ה' איהו ולא אחרא":
בעת די המשכה איז פון גילויים,
וואס יעדער גילוי,
ווי הויך ער זאל ניט זיין,
האט ער א ציור און א גדר,
זיינען דאן "מעלה" און "מטה" צוויי ענינים;
בשעת אבער ס'איז מאיר דער גילוי העצמות – "ביום השלישי יקימנו ונחיה לפניו 30 ,
פנימיות ועצמות אין סוף ברוך הוא" 31
– און עצמות איז דאך מושלל פון אלע תוארים – "שלילת הגבול ושלילת הבלי גבול" 32 ,
ווערט דעמאלט דער "גבול" פון דעם מטה מיטן "בלי גבול" פון דעם מעלה איין ענין 33 .
ט.
און דאס איז אויך דער ביאור ווי אזוי די "מחזה" פון שבת חזון,
וואס "מראין לכל אחד ואחד המקדש דלעתיד" – אף על פי אז דאס באווייזט מען מלמעלה – פועל'ט אויפן מענטשן אז ער זאל זיך פירן בדרך הישר ביז אז סוף־סוף זאל דאס ביי אים ווערן "כמו טבע",
פונקט ווי ער וואלט געזען די "מחזה" מצד עצמו:
דער ענין הנצחיות פון דעם מקדש דלעתיד איז,
אז ער איז נצחי ניט בלויז מצד דעם ענין המקדש,
נאר אויך מצד דעם עולם וואו ער געפינט זיך.
ווארום מצד דעם גילוי העצמות איז "הוי' ימלוך לעולם ועד" 34 ,
אז דער זמן,
וואס ענינו איז "שינוי",
ער אליין ווערט נצחי און בלי גבול 35 .
[ועל דרך הידוע 36
אין דעם ענין פון אחדות ה',
אז די אמיתת האחדות פון הוי' אחד ובפרט ווי זי איז מצד עצמות איז – אז די אחדות איז ניט נאר מצד אלקות,
נאר אויך מצד דער בריאה גופא].
און דעריבער,
ווען מ'ווייזט א אידן דעם מקדש דלעתיד וואס ער איז נצחי אויך מצד דעם מטה,
ווערט במילא אויפגעטאן אין דעם אידן דער העדר השינוי אויך מצד אים,
ביז אויך מצד זיין גוף ונפש הבהמית,
אז אויך מצד זיי ווערט ביי אים די הליכה בדרך הישר כמו טבע און ס'איז ניט שייך כלל אז יחזור לסורו חס ושלום.
י.
און דאס איז דער טעם הפנימי וואס דער ענין פון שבת חזון
(דאס וואס אין דעם טאג "מראין לכל אחד ואחד המקדש דלעתיד")
איז נתגלה געווארן דורכן בארדיטשעווער – וואס ער האט געהאט א שייכות מיוחדת צום אלטן רבי'ן און חסידות חב"ד 37
און דערנאך איז דאס נתגלה געווארן בפועל דורך ר' הלל פאריטשער,
וואס איז געווען פון די גדולי חסידי חב"ד 38
– ווייל דער אויפטו פון חסידות חב"ד איז 36 ,
אז אחדות הוי' זאל זיך אנהערן אין וועלט ניט בלויז מצד למעלה
(ובאדם עצמו – בדרך אמונה),
נאר אויך מצד דעם מטה
(ובאדם עצמו – "וידעת")
– און דאס איז דער ענין פון שבת חזון,
אז דער "מראין" וואס קומט מלמעלה זאל פועל'ן אין דעם תחתון,
ביז זיין הנהגה בדרך הישר זאל ווערן "כמו טבע",
כנ"ל.
יא.
כשם ווי דער בית שלישי וואס איז כנגד יעקב – כאטש ער איז העכער פון בית ראשון ושני – קומט ער לאחרי קדימת בית ראשון ושני 39
וואס זיינען כנגד אברהם ויצחק
(וואס דערפאר ווערט ער אנגערופן "שלישי") 40 ,
על דרך זה איז אויך שבת חזון – ווען מ'ווייזט דעם בית שלישי – קומט ער בהמשך צו פסח וואס איז כנגד 41
אברהם
– ווארום שבת חזון איז דאך דער שבת וואס פאר 42
תשעה באב
(אדער תשעה באב גופא,
כשחל בשבת)
– און די קביעות פון תשעה באב איז דאך אלעמאל די זעלבע ווי די קביעות פון ערשטן טאג פסח,
וסימנך "א"ת" 43
און בהמשך צו שבועות וואס איז כנגד 41
יצחק.
ווארום אלע גילויים עליונים פון א רגל ווערן נמשך די גאנצע צייט ביז דעם רגל שלאחריו 44
– און דער רגל שלפני שבת חזון איז דאך שבועות.
איז דער ביאור אין דעם:
דער חילוק צווישן פסח,
דער זמן פון יציאת מצרים,
און שבועות,
דער זמן פון מתן תורה,
איז,
אז יציאת מצרים איז א גילוי מלמעלה,
בדרך אתערותא דלעילא וואס איז ניט פארבונדן מיטן מטה,
און ער איז כנגד אברהם,
וואס מדתו איז חסד והמשכה מלמעלה למטה; און שבועות
(וואס קומט לאחרי העבודה פון ספירת העומר און ווערט אנגערופן "שבועות" על שם זה,
על שם "שבעה שבועות תספר לך")
איז פארבונדן מיטן "מטה" 45
(און אויך מצד "זמן מתן תורתנו" איז דאך אז דער עיקר חידוש פון מתן תורה "התחתונים יעלו לעליונים והעליונים ירדו לתחתונים" 46 ),
און ער איז כנגד יצחק,
וואס מדתו איז גבורה והעלאה מלמטה למעלה 47 .
און וויבאלד אז שבת חזון איז ענינו דאס באווייזן דעם בית השלישי,
וואס ער איז כולל המשכה והעלאה אינאיינעם – דעריבער קומט ער בהמשך און לאחרי פסח און שבועות.
יב.
אט־די צוויי קוים – העלאה און המשכה – זיינען פאראן
(ווי אלע ענינים)
אויך אין תורה גופא 48 .
און דאס איז דער חילוק צווישן די ד' ספרים הראשונים און משנה תורה,
וואס "משה מפי עצמו אמרו"
(וברוח הקדש) 49
;
די ערשטע פיר ספרים,
כאטש אויך זיי זיינען געקומען צו אונז דורך משה רבינו,
האט זיי משה איבערגעגעבן נאר ווי א שליח 50
(דאס הייסט אז אין זיי איז ניט אריינגעמישט קיין השגה פון א נברא,
אפילו ניט די השגה פון משה רבינו)
– המשכה מלמעלה;
מה שאין כן משנה תורה,
האט משה איבערגעגעבן ווי ער וואלט עס געזאגט "מפי עצמו" 51 ,
דאס הייסט די בחינה פון וואנעט ס'איז געגעבן געווארן משנה תורה איז נתלבש און נתעצם געווארן בהשגתו של משה *51 ,
על דרך עבודת התחתונים 52 .
וואס דערפאר איז
(די התחלה 53
פון)
משנה תורה אלה הדברים – שהן דברי תוכחות 54
– ווייל דברי תוכחה ברענגען צו עבודת התשובה,
וואס ענינה איז
(כנ"ל סעיף ז)
העלאה מלמטה למעלה.
און דאס איז איינער פון די טעמים ורמזים וואס בשבת חזון – ווען מען ווייזט דעם בית המקדש השלישי – הייבט מען אן לייענען משנה תורה,
ווייל צוליב דעם גילוי פון דעם בית שלישי דארף מען האבן ביידע קוין 55
פון תורה: ניט נאר דעם קו ההמשכה מלמעלה וואס אין די ד' ספרים הראשונים,
נאר אויך דעם קו ההעלאה מלמטה וואס אין משנה תורה.
און דורך דעם קומט מען צום ענין וואס שטייט אין סיום פון משנה תורה "עד הים האחרון" ואמרו רז"ל "עד היום האחרון" 56 ,
צו דעם "בית הזה האחרון",
דער מקדש דלעתיד 57 ,
וואס וועט נתגלה ווערן 59
בביאת משיח צדקנו,
בקרוב ממש.
(משיחות שמחת בית השואבה תשכ"ד.
שבת חזון תש״ל)