B"H
🏡

Ikar

דברים ב

א.

צווישן די ענינים מיט וועלכע די הפטרה "חזון ישעי'" איז עבלעך צו דער סדרה דברים — איז:

די נבואה פון חזון ישעי׳ באשטייט פון שטראף־רייד צו די אידן — אבער פונדעסטוועגן

(ווייל די כוונה דערפון איז ניט די תוכחה פאר זיך,

נאר ווי ער זאגט אין דער הפטרה גופא,

אז דער "לכו נא ונוכחה" איז צוליב דעם וואס "אם יהיו חטאיכם כשנים כשלג ילבינו וגו'",

דערפאר)

איז דער סיום וחותם ההפטרה מיטן ענין הגאולה — "ציון במשפט תפדה ושבי׳ בצדקה" 1

!

אזוי געפינט מען דאס אויך אין פ׳ דברים,

אז הגם די פרשה בא־ שטייט פון "דברי תוכחות" 2 ,

רעדט זיך אבער אין איר סיום וחותם וועגן דער כניסה לארץ ישראל — "לא תיראום כי ה׳ אלקיכם הוא הנלחם לכם".

ב.

די דברי תוכחות וואס משה רבינו האט געזאגט די אידן אין היינ-

טיקער סדרה טיילן זיך איין אין צוויי סוגים: תוכחות וואס משה האט זיי ניט מפרש געווען נאר בלויז אנגע־ מערקט ברמז,

און תוכחות וואס ער האט ארויסגעזאגט בגילוי ובפירוש 3 .

אויך אין דער כניסה לא״י וועגן וואס עס רעדט זיך אין סיום הסדרה,

זיינען דא צוויי ענינים: די כניסה לא״י גופא

(מעבר הירדן מערבה),

און "ושבתם איש לירושתו אשר נתתי לכם" אין עבר הירדן

(מזרחה),

וואס איז תלוי אין דעם קיום התנאי פון ״חלוצים תעברו ..

יניח ה׳ לאחיכם ככם וירשו גם הם את הארץ אשר ה׳ אלקיכם נותן להם בעבר הירדן" 4 .

און אויך אין דעם זעט מען א דמיון פון דער הפטרה מיט דער סדרה: אויך אין דעם "לכו נא ונוכחה",

אין די תוכחות פון דער הפטרה,

זיי־ נען דא צוויי סוגים: תוכחות אויף איין סוג עבירות — "אם יהיו חטאיכם כשנים״

(וואס דורך דער תוכחה — "כשלג ילבינו"),

און תוכחות אויף נאך א סוג עבירות — "אם יאדימו

כתולע"

(וואס דורך דער תוכחה — "כצמר יהיו").

און אויך אין דעם ענין הגאולה שבסיום ההפטרה

(וואס איז בדוגמת הכניסה לא״י שבסיום הסדרה,

כנ״ל סעיף א׳)

זיינען דא צוויי ענינים: "ציון במשפט תפדה" און "ושבי׳ בצדקה".

ג.

"שלג" און "צמר" זיינען ביידע ווייס.

אבער די ווייסקייט פון שלג איז שטארקער ווי די לבנונית פון צמר 5 ,

וואס דערפאר שטייט דוקא ביי שלג דער לשון "כשלג ילבינו ".

און אויך אין דעם זעט מען די שייכות צווישן די צוויי סוגים תוכחות פון דער סדרה און די סוגי תוכחות פון דער הפטרה — אויך אין דער סדרה ווערט דערמאנט דער ענין פון ״לבן״ אין פסוק,

און דאס — אויך בלויז ביי איין סוג תוכחות:

צווישן די שטראף־רייד וואס משה האט מוכיח געווען די אידן ברמז,

שטייט "בין תפל ולבן ",

וואס דער פירוש פון "ולבן" דא איז

(ניט שם מקום,

נאר)

מראה לבן .

און ווי רש״י זאגט "הוכיחן על הדברים שתפלו על המן שהוא לבן" 6 .

משא״כ אין די דברי תוכחה שבגלוי,

כאטש אויך זיי האבן געהאט צו טאן מיט מן: משה האט

(בגלוי)

מוכיח געווען* 6

די בני גד

(ובני ראובן)

פאר זייער בלייבן אין עבר הירדן און ניט גיין קיין ארץ ישראל,

און

דאס איז דאך געווען פארבונדן מיטן ענין המן 7 ,

[ווי עס שטייט אין ספרים 8 ,

אז דער טעם וואס די בני גד 9

האבן פארמאגט ״מקנה רב ..

עצום מאד״ 10

— וואס איבער דעם האבן זיי גע־ זאגט ״אל תעבירנו את הירדן״ 11

— איז ווייל זיי האבן מחבב געווען דעם מן 12

און ניט געגעסן קיין אנדערע מאכלים,

האבן זיי דעריבער ניט גע-שאכטן זייער צאן ובקר

(ווי עס האבן געטאן די אנדערע שבטים),

און זיי־ ער מקנה איז דערפאר געבליבן גאנץ 13 ],

פונדעסטוועגן ווערט דארט ניט דערמאנט דאס ווארט "לבן",

און נאך

מער — דער ענין המן ווערט דער-ביי כלל ניט דערמאנט.

ד.

דעם ביאור בכל הנ״ל וועט מען פארשטיין בהקדים,

וואס ביים מוכיח זיין אויף דעם וואס "תפלו על המן",

האט משה מדגיש געווען אז דער מן איז "לבן".

וואם איז דא נוגע דער ענין "שהוא לבן״ ?

לערנענדיק אין פשטות.

קומט אויס 14 ,

אז דאס איז ע״ד ווי אין פ׳ בהעלותך וואו עס ווערט דער-ציילט :אז בשעת די אידן האבן זיך געקלאגט אויפן מן,

האט דער אוי-בערשטער געענטפערט 15

"והמן כזרע גד הוא ועינו כעין הבדולח — ראו באי עולם על מה מתלוננים בני והמן כך וכך הוא חשוב".

אין אמת'ן איז אבער דער ביאור ניט מספיק : אין פ׳ בהעלותך שטייט.

אז זייער קלאגן זיך אויפן מן איז באשטאנען

( ניט אין זאגן א חסרון אויף אים,

נאר)

אין דער טענה "נפ-שנו יבשה אין כל בלתי אל המן עינינו״ 16 ,

אז זיי האבן ניט קיין אנ-דער זאך צום עסן אויסער דעם מן — איז דעריבער פארשטאנדיק דארט דער ענטפער "והמן כזרע גד הוא ועינו כעין הבדולח״ : וויבאלד אז דער מן איז "כך וכך הוא חשוב",

דארפן זיי זיין מיט אים צופרידן;

אנדערש איז אין אונזער פסוק,

וואס "תפלו על המן" מיינט,

ווי רש״י איז מפרש 17

אז זיי האבן געזאגט "ונפשנו

קצה בלחם הקלוקל",

אז "עתיד המן הזה שיתפח במעיט״ 18

— דא איז ניט פארשטאנדיק : די הדגשה אז מן איז לבן ווייזט בלויז אז ער איז א דבר חשוב,

דאס איז דאך אבער ניט קיין ענטפער און עס איז ניט שולל די טענה אז ער קען נתפח ווערן אין די מעיים?

אויך איז ניט מובן דער ענטפער "והמן כזרע גד הוא ועיט כעין ה-בדלח" בנוגע זייער טענה "בלתי אל המן עינינו״ 19

: אין עסן איז דאך

(בעיקר)

נוגע דער טעם המאכל,

ניט זיין אויסזען און קאליר 20

— האט דאך דער עיקר ענטפער געדארפט זיין :אז דער מן האט אין זיך אלע טעמים — אבער די מעלה פון מן זאגט דער פסוק ערשט שפעטער 31 ,

און צום אלעס ערשטן איז ער משבח דעם מן

(אלס עגטפער אויף דער טענה "בלתי אל המן עינינו")

דערמיט וואס "והמן כזרע גד הוא ועינו כעין הבדלח״?

ה,

איז דער ביאור אין דעם — בפנימיות הענינים :

אלע ענינים פון דער בריאה האבן א באשטימטע הגבלה,

און מצד הבריאה קען ניט זיין אז א זאך זאל אין זיך טראגן צוויי טעמים,

ומכל שכן ניט אלע טעמים,

ובמיוחד — אז צווישן אלע טעמים זיינעץ דאך במי-לא פאראן אויך טעמים הפכיים .

פאר-שטייט מען דאך,

אז דאס וואס דער מן האט יע פארמאגט אלע טעמים,

איז עס דערפאר וואס ער איז "לחם מן השמים״ 22 ,

האט ער דעריבער אויף זיך ניט געהאט קיין הגבלות 23 ,

אמת טאקע אז אלע ענינים למטה האבן א שרש למעלה,

איז אבער ווי זיי קומען דא למטה,

ווערן זיי אן אנדער מהות; משא״כ דער מן,

איז אויך קומענדיק אין א ציור גשמי — ביז אז ער האט געשפייזט דעם גוף הגשמי — איז ער געבליבן דער זעלבער מהות ווי למעלה — לחם מן השמים 24 .

און ווייל אויך קומענדיק למטה איז דער מן פארבליבן אין זיין מהות,

איז דעריבער זיין מראה געווען לבן:

וויבאלד ער איז נמשך געווארן למ-טה און נתפס געווארן בעיני בשר,

האט ער געמוזט האבן א געוויסן אויסזען,

אבער וועלכע מראה האט ער געהאט?

מראה לבן,

וואס ווייזט 25

אויף פשיטות,

לויט דעם קומט אויס,

אז דאס וואס דער מן איז געווען לבן

(פשיטות),

איז דאס די סיבה פון דעם וואס ער האט געהאט אלע טעמים : וויבאלד אז אויך קומענדיק דא למטה איז ער געווען דער ״מהות השפע דלמעלה" 26 ,

וואס האט זיך אויסגעדריקט אין גוון לבן,

דערפאר האט מען אין אים גע-קענט פילן אלע טעמים,

ו,

עפ״ז איז פארשטאנדיק וואס צום אלעם ערשטן איז דער פסוק מש-בח דעם מן דערמיט וואס "כזרע גד הוא ועינו כעץ הבדולח״ — הגם אז ווי אן ענטפער אויף זייער טענה "בלתי אל המן עינינו" איז לכאורה נוגע בלויז דאס וואס ער איז משתנה לכל הטעמים — ווייל "ועינו כעץ הבדולח 27

איז די סיבה דערצו וואס ער האט געהאט אלע טעמים 28 ,

און דעריבער,

איז צום ערשטן זאגט דער

פסוק די מעלה פון דעם מן גופא,

אז ער איז א פשוט און האט ניט קיין ציור,

און לאחרי זה זאגט ער

"שטו גו׳ וטחנו ברחים גו׳ והי׳ טע-

מו כטעם לשד השמן״ — סז מחמת

דעם וואס ער איז פשוט,

איז קו-

מענדיק לידי ציור טוט ער זיך אן אין אלע טעמים.

און דאס איז אויו דער ביאור פאר-וואס דער פסוק איז מדגיש ביי דער תוכחה פון "תפלו על המן" אז ער איז געווען ״לבן״ — ווייל דאס איז דער ענטפער אויף זייער טענה :

וואלט דער מן,

דורו ז״ן ירידה למטה,

נשתנה געווארן צו א מהות דבר גשמי ,

קען מען טענה׳ן "ונפ-שנו קצה בלחם הקלוקל״ : דער גדר פון א דבר גשמי איז — אז ער איז תופס מקום.

און וויבאלד אז דער מן איז "נבלע באברים",

איז דא אן ארט פארן חשש "עתיד המן הזה ש-יתפח במעינו״; דער מן איז דאו אכער "לבן",

אויו קומענדיק למטה אין א ציור גשמי איז ער א מהות רוחני — קען דאך ניט זיין קיין חשש אז "יתפח במעינו",

ווייל אויך לאחרי זיין קומען אין א ציור מקום,

אין דער מאס פון ״עשירית האיפה״ 29 ,

איז ער געבליבן א מהות רוחני 30

וואס איז

(בלויז נתפס געווארן אין מקום,

אבער ער איז)

ניט תופס מקום 31 .

ז,

אע״פ אז די טענה פון די אידן אויפן מן בגלוי איז געווען "עתיד

המן הזה שיתפח במעינו",

איז אבער די סיבה פנימית פון דער טענה — ״ונפשנו קצה בלחם הקלוקל " : זיי האבן ממאס געווען אזא סארט לחם וואס איז "נבלע באברים" און ווערט ניט נשתנה לויטן מזג פון א גוף גשמי.

און דאס איז אויו דער פירוש "ש-תפלו על המן שהוא לבן״ : זיי האבן ניט געקענט פארליידן דעם מן דער-פאר וואס ער איז "לבן",

זיי האבן געוואלט געשפייזט ווערן פון "לחם מן הארץ " און ניט פון אזא לחם וואס אויו קומענדיק למטה איז ער בבחינת פשיטות — ״לבן״ — לחם מן השמים.

ח.

ווי דערמאנט פריער

(סעיף ג׳),

איז דער ענין פון די בני גד וואס האבן געוואלט פארבלייבן אין עבר הירדן,

אויו געקומען דורך דעם וואס זיי האבן מחבב געווען דעם מן.

און כאטש אז די חיבת המן איז ביי זיי געווען בלויז אן אומדירעקטע סי-בה צום זאגן "אל תעבירנו את ה-ירדן״: די חיבת המן איז בלויז גע-ווען א גורם זיי זאלן האבן מקנה רב,

וואס דערפאר האבן זיי געוואלט פאר-בלייבן אין עבר הירדן — וויבאלד אבער אז אלע ענינים פון תורה זיי-נען בדיוק מוחלט

(ובמכל שכן דערפון וואס אפילו ענינים שבעולם זיינען ניט באקראי ח״ו),

איז פון דעם גופא וואס די חיבת המן האט דערפירט צו זייער ניט וועלן גיין קיין ארץ ישראל,

איז פארשטאנדיק,

אז די חיבת המן גופא האט א געוויסע שייכות דערצו.

וועט מען עס פארשט״ן בהקדים וואס עס שטייט אין חסידות 32 ,

אז

דער טעם וואס בני גד ובני ראובן האבן געוואלט בלייבן אין עבר הירדן און פארנעמען זיך מיט מקנה איז,

ווייל אין דער ארבעט פון רועי צאן איז ניטא קיין טרדות 33 ,

און ביים פארנעמען זיך דערמיט וועלן זיי כסדר קענען זיין פארבונדן מיטן אוי־ בערשטן.

וואס עפ״ז איז פארשטאנדיק די ענ־ לעכקייט 34

פון ענין בני גד ובני ראובן און חטא המרגלים: אויך וואס די מרגלים האבן געוואלט פארבלייבן אין מדבר,

איז עס ווייל 35

זיי האבן געוואוסט אז קומענדיק אין א״י וועט זיך אפשטעלן די ירידת המן און זיי וועלן מוזן עסן לחם מן הארץ,

און היות אז בכדי צו ארויסבאקומען לחם מן הארץ דארף מען זיך פארנעמען מיט כו״כ מלאכות ווי חרישה וזריעה וכו׳ — האבן זיי דעריבער געוואלט פארבלייבן אין מדבר אפגעשלאסן פון וועלט,

וואו אויך זייער גשמיות׳דיקע אכילה

(ושתי׳)

איז געווען לחם מן השמים

(און מים מבארה של מרים).

ועפ״ז איז פארשטאנדיק די שייכות פון חיבת המן ביי בני גד

(וראובן)

צו זייער טענה "אל תעבירנו את הירדן": מצד דעם וואס זיי האבן מחבב געווען דעם מן,

לחם מן השמים ,

האבן זיי ניט געוואלט גיין קיין ארץ ישראל — פארנעמען זיך מיט ענינים פון ארציות .

ט.

לכאורה איז אבער ניט פאר־ שטאנדיק: ווי איז מעגלעך אז חיבת המן זאל ברענגען צו אן ענין 36

וועלכען מען קען פארגלייכן צו חטא המרגלים ?

איז דער ביאור אין דעם:

די כוונה ותכלית פון ירידת המן איז געווען

(ניט דאס עסן דעם מן גופא,

נאר)

בכדי צו פועל׳ן א זיכוך אין די אוכלי המן,

און אז דער זיכוך זאל זיין אין אלע זייערע כחות,

ביז צו די כחות התחתונים ביותר וועלכע זיינען גאר שייך צו אכילת בשר* 36 .

פארשטייט מען,

אז בכדי צו אויס־ פירן בפועל די כוונת המן בשלימו ־ תה ,

איז דאס ווען מען עסט אויך בשר 37 ,

און דער בשר זאל אויך נזדכך ווערן דורכן מן 38 .

וויבאלד אבער אז די בני גד האבן קיין אנדערע מאכלים אויסער דעם מן ניט געוואלט עסן,

קומט אויס אז דורך דעם אופן פון חיבת המן איז

ניט געקומען דער שלימות הבפועל הנ״ל.

און דעריבער איז געקומען דער פארגלייך הנ״ל.

י.

ע״פ הנ״ל וועט מען פארשטיין דעם טעם וואס די תוכחה אויף "שתפלו על המך איז צווישן די תוכחות שברמז,

און די תוכחה צו די בני גד ובני ראובן — וואס איר סיום ומסקנא איז בפרשתנו — צווישן די תוכחות שבגלוי:

תורה ווערט אנגערופן לחם 39 .

און די צוויי סארטן לחם — לחם מן השמים און לחם מן הארץ — זיינען חז״ל מבאר אז זיי ווייזן 40

אויף נגלה דתורה און פנימיות 41

התורה: נגלה דתורה,

וויבאלד זי ווערט נתלבש אויך בשכל אנושי,

און דורך שקו״ט קשיות ופרכות וכו׳ בשכל זה ווערט זי גע־ לערנט און פארשטאנען,

איז זי גע־ גליכן צו לחם מן הארץ; דאגעגן פנימיות התורה — וואס כאטש אויך זי קומט אין שכל,

איז אבער אין איר נרגש אלקות בגילוי — איז זי גע־ גליכן צום מן,

וואס אויך לאחרי ירידתו למטה — איז ער לחם מן השמים.

ועפ״ז קומט אויס,

אז דער ענין פון " תפלו על המן",

די ניט־צופרידנ־ קייט מיט לחם מן השמים,

ווייזט אויף ניט וועלן דעם לימוד פון פנימיות התורה — מצד דער טענה אז ס׳איז "לחם הקלוקל",

ס׳איז אזא סארט ענין

וואס ווערט ניט נתפס לגמרי 42

אין השגה.

און דעריבער איז די תוכחה "בין תופל ולבך אריינגעשטעלט אין די תוכחות נסתרות ,

ווייל די ניט־צו־ פרידנקייט מיט "לחם מן השמים" רירט אן אין די כחות הנסתרים " פון דער נשמה.

אבער דער ניט וועלן אריינגיין אין ארץ ישראל וואס קומט מצד

(כח כחו פון)

חיבת המן,

ווייזט אויף ניט וועלן זיך עוסק זיין אין

(נגלה דתורה און אין)

עבודת הבירורים.

און דעריבער איז די תוכחה דערויף אריינגעשטעלט אין די תוכחות שבגלוי,

ווייל עבודת הבירורים איז דאך אין די כחות הגלויים פון נשמה 43

— די כחות הנסתרים פון נשמה זיינען העכער פון ענין ההתלבשות בלבושי המתברר 44 ,

ובמילא איז אין זיי ניט אזוי שייך דער ענין פון עבודת הבירורים.

און דורך אט־די צוויי סוגי תוכחות,

ווערן אויפגעטאן די צוויי חלקים הנ״ל אין דער כניסה לא״י: דורך דער תוכחה "על הדברים שתפלו על המן",

וואס איז מעורר דעם געשמאק אין "לחם מן השמים" וועלכער איז העכער פון התלבשות אין עולם,

ווערט אויפגעטאן די בחינה פון "עבר הירדן",

"ארץ מקנה"; און דורך דער תוכחה צו די בני גד ובני ראובן פאר זייער וועלן זיין בהבדלה פון וועלט,

טוט זיך אויף — "ארץ ישראל".

יא.

ע״פ הנ״ל וועט מען אויך פאר-שטיין ווי די צוויי סוגי תוכחה הנ״ל זיינען ענלעך צו די צוויי ענינים אין דעם ״לכו נא ונוכחה״ שבהפטרה — ״כשלג ילבינו״ און ״כצמר יהיו״; און ווי די צוויי ענינים אין דער כניסה לא״י — עבר הירדן און ארץ ישראל — זיינען דומה צו די צוויי ענינים שבגאולה העתידה — "ציון במשפט תפדה״ און ״ושבי' בצדקה״ :

מצד בחינת "ציון" פון א אידן וואס ווייזט אויף פנימיות הלב 45 .

דארף ער ניט האבן קיין ראיות שכ-ליות אויף אלקות און תורה ומצות.

היות אבער אז מצד דעם חשך הגלות איז אויך די בחינה אין גלות 46 ,

קען דעריבער זיין,

אז אפילו ווען ער איז מאמין באמונה שלימה — וויבאלד אבער אז דאס האט ניט צו טאן מיט זיין שכל,

לייגט זיך דאס ביי אים ניט אפ,

— וואס דאס איז דער פירוש ה-פנימי פון ״תפלו על המן שהוא לבן״ : ער ווייס טאקע אז דער מן איז לחם מן השמים,

וויבאלד אבער עס איז "לבן",

ס׳איז אן ענין פון פשיטות וואס ער קען ניט "אנטאפן" מיט זיין שכל ,

האט ער ניט קיין געשמאק אין דעם,

ביז אז ער קען גאר טענה'ן "ונפשנו קצה גו׳״ —

דעריבער דארף מען די בחינה פון "ציון" — ״פודה״ זיין,

דאס מיינט,

אז זי זאל זיין בגלוי ובהתעוררות,

און די פדי׳ קומט "במשפט",

דורך עסק התורה 47

וואס פועל׳ט די התעוררות

הנשמה — ווארום "המאור שבה מח-זירן 48

למוטב" 49 ,

דער תכלית פון גלות איז דאך אבער,

אז דורכן גלות זאל צוקומען לגבי פריער.

וכידוע 50

אז דורך דעם וואס אידן באנוצן זיך מיט ענינים פון גלות

(וועלכע זיינען "תחת ממשלת הע׳ שרים״ 51 )

צוליב לימוד ה-תורה וקיום המצת,

איז מען מברר די ניצוצות שבגלות,

און דורך דעם קומט צו א תוספת עילוי לגבי ווי ס׳איז געווען פריער,

דעריבער איז ווייניק וואס "ציון במשפט תפדה",

נאר עס דארף זיין אויך ״ושבי׳ בצדקה" 52

: צדקה איז

כללות המצות 53 ,

און דורך מצות

(וב-פרט דורך צדקה)

ווערן נתברר די ניצוצות שבגלות גופא — "ושבי'".

און די צוויי ענינים קומען ארויס פון די צוויי בחינות "שלג" און ״צמר״ 54

: דער לובן פון שלג ווייזט אויף פשיטות,

און דעריבער איז ער שייך צו "ציון במשפט תפדה",

צו דער פדי' פון א אידן,

ביז ער בא-קומט צוריק דעם געשמאק אין לחם מן השמים; אבער צמר,

וואס זיין לבנונית איז ניט אזוי שטארק ווי די לבנונית פון שלג,

ווייזט אויפן ענין הבירורים — ווי די לבנונית איז געקומען אין בחי׳ ציור,

אז אויך דער ציור זאל נזדכך ווערן אין פשיטות הלבנונית

(וע״ד הנ״ל סעיף ט',

אז אויך דער בשר דארף נזדכך ווערן דורכן מן),

דעריבער איז עס שייך צו ״ושבי׳ בצדקה״ — בחינת הבירורים.

יב,

נאך אן ענין אין דעם :

דער געשמאק פון א אידן אין אמונה פשוטה שלמעלה מהשכל,

בחי׳ לחם מן השמים,

דריקט ניט אויס אויף אזוי פיל דעם עצם הנשמה — ווי בשעת די אמונה פועל׳ט אויך אויף

זיין שכל 55

(ובפרט,

ווען ער איז מברר אויך די עניני העולם),

ביז אז אויך דער "בשר" ווערט נזדכך אין דעם "לובן" פון מן.

און אזוי ווי דאס איז ביים מענטשן,

אזוי איז עס אויך למעלה כביכול,

אז דורכן ענין פון "אתהפכא חשוכא לתורא״ — דריקט זיך אויס דער כח העצמות,

וואס איז העכער לגמרי פון די גדרים "אור" און "חשך",

וואס דערפאר קען ער מהפך זיין חשך לאור 56 .

און אויך מצד דעם איז "ציון במשפט תפדה" ש״ך צו "שלג",

און "ושבי׳ בצדקה״ — צו ״צמר״ :

ביידע — שלג און צמר — זיינען העכער פון השתלשלות.

אבער אעפ״כ,

איז אין "שלג" פאראן "קצת תערובת דין" 57 ,

עס האט נאך עפעס א הגבלה,

וואס דערפאר טוט ער אויף בלויז די פדיית הנשמה פון גלות,

ער מאכט אבער ניט איבער דעם גלות גפא צו גאולה; משא״כ בחי׳ צמר — איז למעלה מהשתלשלות לגמרי 57 ,

און אין אים איז ניטא קיין הגבלת,

און דערפאר איז ער אויך מהפך דעם חשך לאור.

יג.

און דאס איז אויך דער טעם וואס דער סיום וחותם פון פ' דברים

(וואס "הכל הולך אחר החתום" 58 ),

וואס דאס לייענט מען אלעמאל פאר תשעה באב — יהפך לששון ולשמחה בקרוב,

איז

( ניט דער ענין פון עבר הירדן,

וואס איז בדומה צו "ציון במשפט תפדה",

נאר)

דער ענין פון

ארץ ישראל,

וועלכער איז בדומה צו "ושבי׳ בצדקה",

ווייל דער תכלית ענין הגלות איז,

אז גלות גופא זאל נהפך ווערן צו גאולה 59 ,

ווי דער יעוד 60

" והפכתי אבלם לששון",

אז ניט בלויז וואס עס וועט זיין אויס "אבל",

נאר דער

"אבל" גופא וועט נהפך ווערן לששון,

וואס דאס וועט מקויים ווערן בקרוב ממש,

בעגלא דידן 61 ,

ע״י משיח צדקנו.

(משיחות ש״פ דברים תשכ״ה,

ש״פ מטו״מ וש״פ דברים תשכ״ט)

Reader controls and commentary are loading.