א.
אין סיום הסדרה דערציילט משה רבינו אז ער האט געגעבן צו בני ראובן און בני גד 1
"מערער אשר על נחל ארנון וגו'" 2 ,
און אז ער האט זיי באפוילן אז ניט נאר זאלן זיי אריבערגײן דעם ירדן צוזאמען מיט זייערע ברידער אײנצונעמען ארץ-ישראל אויף דער מערב-זײט פון ירדן,
נאר נאך מער ״חלוצים תעברו לפני אחיכם בני ישראל כל בני חיל" 3 ,
אז זײ זאלן אין מלחמה גיין די ערשטע,
פאר אלע אנדערע אידן.
שטעלט זיך רש״י אויף די ווערטער ״לפני אחיכם״ און איז מפרש : "הם היו הולכים לפני ישראל למלחמה לפי שהיו גבורים ואויבים נופלים לפניהם
(זיי זײנען געגאנגען פאר די
[אנדערע]
אידן אין מלחמה,
ווייל זײ זײנען געווען גבורים און די פײנט
[פלעגן]
פאלן פאר זײ)
שנאמר 4
וטרף זרוע אף קדקד".
בהשקפה ראשונה זעט אויס אז די שאלה וועלכע עס שטעלט זיך אין פסוק,
וועלכע רש״י באוורנט מיט זײן פירוש,
איז : פארוואס האט זײ משה אנגעזאגט צו גײן "לפני אחיכם",
דאס וואס ער האט זײ אנגעזאגט אריבערצוגײן דעם ירדן — איז פרשטאנדיק.
ווי ער זאגט פריער אין פרשת מטות 5
"האחיכם יבאו למלחמה ואתם תשבו פה״ — עס האט דאך ניט קײן ארט אז אנדערע אידן זאלן קעמפן און זײ זאלן זיצן במנוחה.
אבער פארוואס זיינען זײ מחױיב צו גײן אין מלחמה די ערשטע?
צי דען ווייל זײ באקומען זײער חלק אין עבר הירדן מזרחה דארפן זײ זיך אײנשטעלן אין סכנה מער פון אלע אנדערע אידן 6 ?
אויף דעם זאגט רש"י,
"הם היו הולכים לפני ישראל למלחמה לפי שהיו גבורים כו'" אז די נויטווענדיקייט פון זייער גײן למלחמה "לפני ישראל" איז איבער דעם וואס זײ זײנען געווען גבורים און די אויבים זײנען געפאלן פאר זײ.
וואו געפינט מען אז "גבורים היו ואויבים נופלים לפניהם"?
זאגט רש"י "שנאמר וטרף זרוע אף קדקד״,
אז אזוי שטײט בפירוש אין פסוק,
אז מיט אײן קלאפ האבן זײ אפגעהאקט די האנט פון קאפ פון דעם שונא 7 .
און כאטש אז אט דער פסוק שטײט נאר בײ בני גד,
ניט בײ בני ראובן — זײנען די בני ראובן דא געווען טפל צו די בני גד 8 .
און ווי מען געפינט פריער אין
פרשת מטות 9
אז דער פסוק איז מקדים די בני גד פאר די בני ראובן 10 ,
סיי אין זייער בקשה צו געבן זײ עבר הירדן,
סיי אין דעם תנאי וואס משה האט מיט ז״ אויסגענומען 11
ב.
לויט דעם פירוש
[אז רש״י קומט דא מפרש זיין בלויז דעם טעם פארוואס זיי זאלן גיין "לפני אחיכם"],
איז אבער ניט מובן :
א)
פריער אין פרשת מטות 12 ,
וואו עס ווערט דערציילט אז די בני גד ובני ראובן האבן געזאגט "ואנחנו נחלץ חשים לפני בני ישראל",
איז רש״י מפרש "מתוך שגבורים היו שנאמר וטרף זרוע אף קדקד".
האט דאך שוין רש״י מפרש געווען דעם טעם פון דעם וואס זיי דארפן ג״ן די ערשטע,
און משה דא דערציילט איבער די פאסירונגען פון פרשת מטות — טא וואס דארף עם רש״י מפרש זיין דא נאכאמאל 13
?
די קשיא איז נאך שטארקער : לאחרי וואס רש״י איז מפרש דארטן דעם טעם פון דעם וואס די בני גד ובני ראובן האבן זיך אליין אנגעשלאגן צו גיין "לפני בני ישראל" איז רש״י ממשיך "ואף משה חזר ופירש להם באלה הדברים ואצו אתכם בעת ההיא
וגו' חלוצים תעברו לפני אחיכם בני ישראל כל בני חיל".
איז דאך פארשטאנדיק,
אז "מתוך שגבורים היו" איז א טעם ניט נאר אויף דעם וואס די בני גד ובני ראובן האבן זיך אנגעשלאגן "ואנחנו נחלץ חשים לפני בני ישראל" וואס ווערט דערציילט אין פרשת מטות,
נאר אויך אויף דעם וואס "משה חזר ופירש להם באלה הדברים".
טא וואס דארף דא רש״י מפרש זיין דעם טעם נאכאמאל?
ב)
וואס דארף רש״י שרייבן "הם היו הולכים לפני ישראל למלחמה״?
ס׳איז דאך גענוג ער זאל אנהויבן זײן פירוש גלייך מיטן טעם "לפי שהיו גבורים כו'"?
ג)
וואס איז רש״י מוסיף מיט די ווערטער ״ואויבים נופלים לפניהם״ : בשעת מען רעדט וועגן מלחמה און מען זאגט אז "היו גבורים" איז דאך שוין ממילא מרשטאנדיק אז אויבים נופלים לפניהם.
אנדערש זיינען זיי דאך ק״ן גבורים ניט.
וואס דארף עס רש״י אויסטייטשן בפירוש?
ד)
ווען רש״י געפינט שיין יע פאר נויטיק צו מוסיף זיין "ואויבים נופלים לפניהם",
האט ער דאס געדארפט זאגן אין פרשת מטות,
וואו עס שטייט דעם ערשטן מאל אז די בני גד ובני ראובן זיינען געגאנגען די ערשטע למלחמה.
אין פרשת מטות אבער איז רש״י מפרש נאר "מתוך שגבורים היו",
און ער איז ניט מוסיף "ואויבים נופלים לפניהם".
דוקא אין אונזער סדרה וואו דער ענין ווערט געזאגט צום צווייטן מאל,
איז רש״י מוסיף "ואויבים נופלים לפניהם״ ?
ג.
דעם עצם ענין וואס רש״י באנוגנט זיך ניט מיט "שהיו גבורים" און איז מוסיף ״ואויבים נופלים לפ
ניהם״,
קען מען מסביר זײן בהקדים נאך א קשיא:
פריער אין פרשת ויחי 14
שטײט "ידך בעורף אויביך גו׳ גור ארי׳ יהודה גוי",
איז פון דעם וואס יהודה ווערט פארגליכן צו אן ארי',
מלך שבחיות 15 ,
משמע אז יהודה איז געווען דער שטארקסטער פון אלע שבטים.
פרעגט זיך די שאלה : פארוואס האט משה אנגעזאגט אז בני גד
(און בני ראובן)
זאלן גיין די ערשטע למלחמה,
און ניט בני יהודה?
לכאורה קען מען פארענטפערן אז די גבורה פון שבט יהודה איז ערשט געווארן בימי דוד,
ווי רש״י איז דארט מפרש ״ידך בעורף אויביך — בימי דוד כו׳": ״גור ארי׳ — על דוד נתנבא כו'",
און אז אין די פריערדיקע זמנים זיינען בני גד געווען די שטארקסטע — קען מען אזוי ניט זאגן,
ווייל
א)
אין די סיפורים וואס מלמדים אין חדר דערציילן זייערע תלמידים איז מודגש אז יהודה איז געווען דער שטארקסטער צווישן אלע בני יעקב און אויך אז דער שבט יהודה איז געווען דער שטארקסטער צווישן אלע שבטים מקדמת דנא.
און וויבאלד אז אזוי איז עס מקובל בײ חדר-אינגלעך מדור דור,
איז געוויס אז דאס איז מתאים מיט פשוטו של מקרא.
ובפרט אז ער איז דאך געווען דער מרובה באוכלוסין פון יוצאי צבא בישראל — מער פון אלע שבטים — כמפורש אין פ׳ פינחס 16
(און אויך פריער — אין פ׳ במדבר 17 ).
ב)
אין פרשת ויגש 18
ברענגט רש״י צווײ דיעות בנוגע גד
(יעקב'ס זון,
ניט דער שבט),
צי ער איז געווען פון די גבירים אדער פון די חלשים.
אבער בנוגע יהודה זאגט רש״י בפשיטות — לויט בײדע דיעות — אז ער איז געווען פון די גבורים.
און עם איז משמע בכמה מקומות — אויך בדרך הפשט ובפרש״י — אז די אײגענשאפטן פון יעקבים זין און פון די שבטים וואס זיינען ארויסגעקומען פון זיי — זיינען די זעלבע 19 .
איז פארװאס-זשע זײנען טאקע די בני יהודה ניט געגאנגען די ערשטע אין מלחמה?
איז דעריבער רש״י מוסיף "ואויבים נופלים לפניהם",
אז בני גד האבן געהאט א באזונדערע מעלה,
אזא וואס אפילו בני יהודה האבן זי ניט געהאט — וואס ״אויבים נופלים לפניהם״:
אויף יהודה׳ן שטיט 20
"ידך בעורף אויביך",
אז די בני יהודה האבן געשלאגן די אויבים אין זײער עורף.
הייסט עס דאך אז די אויבים זײנען אנטלאפן פון די בני יהודה,
װאס דעריבער זיינען זיי געווען מיטן עורף צו די בני יהודה 21 .
איז כאטש טאקע אז בנוגע כיבוש הארץ איז קיין נפ״מ ניט צי מען הרג'עט די שונאים צי זײ אנטלויפן: ווי ס'זאל ניט זיין קען מען פארנעמען זייער לאנד — איז אבער בײ מלחמת שבעה עממין פאראן דער ציווי "לא תחי׳ כל נשמה" 22 ,
און בשעת די שונאים אנטלויפן איז דאך מעגלעך אז מען זאל ניט קענען מקײם זײן דעם דאזיגן ציווי.
ווארום אפילו אז מען קען זײ שפעטער נאכלויפן און כאפן זײ,
האבן זיי בינתיים א מעגלעכקייט צו מאכן עפעס אן ערמה,
וואס זאל ניט דערלאזן צו הרג׳ענען זײ,
ווי עם האבן געטאן די גבעונים 23 .
דעריבער האט זיך געפאדערט אז די ערשטע צו גײן אין מלחמה זאלן זײן בני גד,
וואס זײער מעלה איז "ואויביס נופלים לפניהם",
זיי האבן גליך אויפן ארט דער׳הרג'עט די אויבים,
ווי רש״י ברענגט דעם פסוק "וטרף זרוע אף קדקד",
אז גלייך מיטן ערשטן קלאפ האבן זי אראפגעהאקט
(ניט בלויז די האנט נאר אויך)
די קאפ 24 .
און דוקא "דורך זייער גײן בראש איז מען געווען זיכער מיטן קיום הציווי לא תחי׳ כל נשמה.
עס בלייבט נאך אבער צו פארשטיין: פארוואס שרייבט רש״י "ואויבים נופלים לפניהם" אין אונזער פסוק,
וואו דער ענין רעדט זיך צום צווײטן מאל,
און ניט פריער אין פרשת מטות,
װאו דאס ווערט דערציילט תחילה?
ד.
נאך א שינוי אין רש״י'ס פירוש דא לגבי זײן פירוש אין פרשת מסות,
און נאכמער פון א שינוי סתם — דא איז רש״י מפרש פארקערט פון דעם וואס ער איז מפרש פריער:
אין פרשת מטות ו2
איז רש״י מפרש ״בראשי גײסות״.
װאס דאס מיעט,
אז ס'איז ניט געווען קיין באזונדער גייס וצבא פון בני גד ובני ראובן,
נאר אז אין די גייסות פון אידן זיינען זיי,
די בני גד ובני ראובן,
געגאנגען בראש.
דאקעגן אין אונזער סדרה זאגט רש"י
״הולכים לפני ישראל למלחמה״ — אז דער גאנצער חלוץ,
די פאדערשטע מיליטער-אפטיילונג,
איז געווען פון בני גד ובני ראובן 25
אט-דער שינוי ערקלערט אונז וואם רש״י הויבט אן זײן פירוש ניט מיט ״לפי שהיו גבורים" נאר מיט ״הם היו הולכים לפני ישראל למלחמה",
ווייל רש״י גיט דא צו פארשטײן ניט בלויז דעם טעם,
פארוואס זײ זײנען געגאנגען "לפני אחיכם",
נאר ער איז אויך מפרש דעם טייטש און מיין דערפון,
אז דער גאנצער ערשטער גײס איז געווען פון בני גד ובני ראובן,
אבער פארוואס איז טאקע רש״י מפרש דעם "לפני אחיכם" פון אונזער פסוק אנדערש — און בסתירה — פון זײן פירוש אין פרשת מטות?
ה.
איז דער ביאור אין דעם:
אינעם ווארט ״לפני״ זײנען פאראן צוויי פירושים:
(א)
״לפני״ — פריער,
פאר אנדערע.
אז דער וואם איז "לפני" איז אפגעטײלט פון די אנדערע: ער גײט פאר זײ.
(ב)
״לפני״ — פון פארענט,
דער ״פני״ פון די וואס גײען מיט אים מיט: ער איז ניט אפגעטײלט פון זײ אלס אן ענין בפני עצמו,
נאר ער איז דער "פני" דער פארנט זייערער.
ווי דער פנים פון א מענטשן,
וואס איז ניט קײן דבר בפני עצמו,
נאר ער איז דער טײל פון מענטשן וואס געפינט זיך פון פארנט 26 ,
בכדי צו וויסן וואס עס מײנט ״לפני״
(צי אין דעם זין פון פריער צי אין דעם זין פון פני)
דארף מען זען וואס עס שטײט נאכן ווארט "לפני",
אף וואס דער "לפני" באציט זיך.
אויב דער וואס געפינט זיך "לפני" איז א טײל פון די וואס ער באציט זיך אויף זײ,
איז דאן מובן אז מיט "לפני" ווערט געמײנט אז ער זאל זײן זײער פני.
אויב אבער דער צו וועמען ער באציט זיך איז אזא וואx ער — ווער ס'געפינט זיך לפני — איז אפגעטײלט פון אים,
דאן מוז דער ווארט "לפני" מיינען,
אז ער זאל זײן פריער פאר יענעם.
און דעריבער,
אין פרשת מטות וואו עם שטײט ״לפני בני ישראל״ — וויבאלד אז די בני גד ובני ראובן זײנען דאך אויך א טײל פון "בני ישראל",
איז דארט דער פירוש
(ניט פאר זײ,
נאר)
דער פני פון בני ישראל,
לערנט דעריבער רש״י ״בראשי גײסות״,
אז אין די גײסות פון בני ישראל זײנען די בני גד ובני ראובן געווען
(דער "פני" און)
די ראשים 27 ,
דאקעגן אין אונזער יפסוק,
וואו עס שטײט "לפני אחיכם",
וואס דערמיט ווערן דאך געמײנט בלויז די אחים
— די אנדערע שבטים,
איז וויבאלד אז די בני גד ובני ראובן זיינען ניט קײן טײל פון "אחיכם",
מוז מען דא לערנען "לפני אחיכם" פאר אייערע ברידער.
לערנט דעריבער רש״י "הם היו הולכים לפני ישראל למלחמה",
אז דער חלוץ
(די גאנצע פלוגה)
פון בני גד ובני ראובן איז געגאנגען פאר אלע אנדערע אידן 28 .
ו.
עפ״י הנ״ל וועט מען פארשטיין נאך א שינוי אין רש״י׳ס פירוש פין אונזער פסוק לגבי זיין פירוש אין פרשת מטות: אין אונזער סדרה זאגט רש״י ״לפי שהיו גבורים״,
דער ״שהיו גבורים" איז דער טעם אויף זייער גײן "לפני אחיכם" אין פרשת מטות אבער זאגט רש״י ״מתוך שגבורים היו" — אז מצד דעם וואס זיי זיינען געווען גבורים האבן זײ געקענט פארלײגן אז זיי זאלן גײן די ערשטע און אז זײער פארשלאג זאל נתקבל ווערן
(ווארום פשוט,
אז ווען זיי וואלטן ניט געווען קיין גבורים,
וואלט מען זײ ניט צוגעלאזן אז זײ אלן גײן בראש המלחמה).
וואס איז אבער דער טעם פון זײער וועלן גײן אין מלחמה די ערשטע — זאגט ניט רש"י.
איז דער ביאור אין דעם :
אין פרשת מטות 20
ווערט דערציילט,
אז די בני גד ובני ראובן זיינען געקומען צו משה׳ן און געזאגט "אל תעבירנו את הירדן",
און אז אויף דעם האט זײ משה געענטפערט "האחיכם יבואו למלחמה ואתם תשבו פה,
ולמה תניאון את לב בני ישראל מעבור אל הארץ גו'"
(צי דען וועלן אייערע
ברידער גיין קעמפן און איר וועט זיצן דא?
פארוואס זאלט איר אפקערן די הארץ פון די אידן פון אריבערגײן צו דער לאנד גו').
דאן שטײט אז אויף די רייד פדן משה'ן האבן זיי געענטפערט: אדרבה,
ניט נאר וועלן מיר גײן למלחמה גלײך מיט אלע אידן,
נאר נאך מער "נחלץ חשים לפני בני ישראל".
איז דאך דער טעם פון זייער זאגן אז זײ וועלן גײן לפני בנ״י,
איז מובן פון דעם המשך הענינים וואס אין דער פרשה גופא: וויבאלד אז פריער האבן זיי געזאגט "אל תעבירנו את הירדן"
[ובפרט נאך אז זײער ניט וועלן גײן אין ארץ ישראל איז געקומען פון זײערע עלטערן — ווי משה האט זיי געזאגט ״כה עשו אבותיכם״ 30
— דלכאורה מאי נפקא מינה ווער עס האט געטאן?
(און אזוי אויך נאכדעם "קמתם תחת אבותיכם גו׳" 31 )
— וואס "האב מוריש לבנו" 32 ]
איז ווען זיי וואלטן געגאנגען במלחמה צוגלײך מיט אלע אידן,
ואלט עס נאך קיין ראי' ניט געווען אז זיי האבן עוקר מן השרש געווען בא זיך 33
דעם ענין וואס איז געקומען
פון ״אבותיכם״ 24 .
ועל אחת כמה וכמה אז זײ וואלטן דערמיט ניט געקעגט אראפגעמען אזא תנועה ביי אנדערע אידן,
וואס האבן געקעגט טראכטן אז די בני גד ובני ראובן האבן מורא צו גײן אין מלחמה
(ווארום מ'האט געקעגט מײנען אז זייער שפעטערדיקער מסכים זײן יע צו גײן למלחמה איז בלויז געקומען ווי א הכרח פון דער סברא וטענה "האחיכם יבואו למלחמה ואתם תשבו פה״)
: בשעת אבער די בני גד ובני ראובן האבן זיך אוגטערגעגומען דעם קצה ההפכי 35
— "נחלץ חשים לפני בני ישראל״ — האבן זײ דערמיט מבטל געווען די גאגצע תנועה סײ בײ זיך און סײ בײ אנדערע אידן.
און היות ווי פון המשך הפסקים אלײן איז שוין מובן דער טעם פון זייער וועלן גײן אין מלחמה די ערשטע — דארף דארט רש״י ניט שרייבן קײן אנדערע טעמים.
און דאס וואס רש״י זאגט דארט ״מתוך שגבורים היו״ איז
(כאמור לעיל)
—ווײל ווען זיי וואלטן ניט געווען קײן גבורים,
וואלטן זיי ניט געקעגט פארלײגן צו גײן די ערשטע.
ווארום אויב די וואס גײען למלחמה פאראויס זײגען ניט קײן גבורים,
טויג עס אינגאנצן ניט פאר נצחון המלחמה.
ואדרבה,
דער קלקול וואס
קען ארויסקומען ווען חלשים גייען בראש הצבא איז פיל גרעסער פון דעם קלקול וחשש פון "ולמה תניאון" דורך דעם וואס די וועלן ניט ארויסווייזן דעם קצה ההפכי פון "ואתם תשבו פה״
(כאטש אז בפועל גײען זיי יע אויף מלחמה).
בשעת עס קומט אבער צו אונזער סדרה וואו עם שטײט "ואצו אתכם גו׳ חלוצים תעברו לפני אחיכם״ — אז משה האט זיך ניט באנוגנט מיט זייער וועלן גײן בראשי גייסות
[אעפ״י אז אויך דורך דעם זײנען זײ עוקר דעם "ולמה תניאון"],
נאר ער האט זיי אנגעזאגט אז די גאנצע פאדערשטע פלוגה זאל זײן צוזאמענגעשטעלט פון זיי
(אעפ״י אז פריער האט משה מסכים געווען צו זײער וועלן גײן "לפגי בני ישראל" 36 ),
ווערט דאך די שאלה: פארוואס איז ניט גענוג אז זײ וועלן גײן בראשי גײסות
(ובפרט נאך אז פריער אין פרשת מטות האט משה פן זײ ניט געפאדערט מערער)?
אויף דעם עגטפערט רש״י "לפי שהיו גבורים״ — אז דאס װאס די בני גד האבן געדארפט גיין די ערשטע איז עס ניט בלויז אויף אויסצורייסן די נטי׳ פון ולמה תניאון,
נאר אויך וױיל דער נצחון המלחמה פאדערט אז די ערשטע זאלן זיין גבורים.
און פאר דעם צוועק מוז די גאנצע ערשטע פלוגה זיין פון גבורים.
ז.
עפי״ז איז אויך פארשטאנדיק וואס דוקא אין אונזער פסוק איז רש״י מוסיף "ואויבים נופלים לפניהם",
ווייל ווען ניט די דאזיגע הוספה שטעלט זיך א קשיא אויף רש״י׳ס טעם "לפי שהיו גבורים":
וויבאלד אז משה האט געוואלט באווארענען דעם נצחון המלחמה דורך צוגויפשטעלן די ערשטע פלוגה פון נאר גבורים,
וואלט דאך בעסער געווען אויב אז די דאזיגע פלוגה זאל באשטיין פון בני יהודה?
אין פרשת מטות קען מען ניט פרעגן פארוואס מען האט ניט אויסגעשטעלט אז די בני יהודה זאלן זיין בראשי גייסות — ווייל דארט געפינט מען נאר אז מען האט געוואלט אז בני גד זאלן גיין בראש
(כדי צו עוקר זיין דעם חשש פון יראים און תניאון).
מען מוז אבער באווארענען ווי רש״י זאגט ״מתוך שגבורים היו״ — ווייל אויב זיי וואלטן געווען ניט קיין גבו־ רים וואלט זייער גיין בראש המלחמה געשאדט צום נצחון.
משא״כ אין אונזער סדרה וואו עס ווערט דערציילט — כפרש״י — אז זיי גייען לפגי — לפי שהיו גבורים,
אז מ׳האט געוואלט האבן בדוקא גבורים,
וואלט דאך געווען בעסער לכאורה אז די ערשטע פלוגה זאל באשטיין פון בני יהודה?
לכל הפחות — צוזאמען מיט בני יהודה?
אויף דעם ענטפערט רש״י "ואויבים נופלים לפניהם״ — אז בני גד האבן געהאט א מעלה אפילו אויף בני יהודה: זייער גיין בראש האט געמאכט זיכער אז מען וועט מקיים זיין דעם ציווי "לא תחי׳ כל נשמה",
כנ״ל ס״ג.
ח.
מ׳דארף נאך אבער פארשטיין; פארוואס טאקע בתחילה בעת משה האט אויסגערעדט זיין תנאי מיט בני גד און בני ראובן
(אין פרשת מטות)
האט ער מסכים געווען אז זיי זאלן גיין בראשי גייסות,
און דערנאך,
ווען משה האט איבערגעזאגט משנה תורה,
ערשט דאן האט ער מוסיף געווען אז זיי זאלן גיין "לפני אחיכם": אויב דער נצחון המלחמה פאדערט אז די גאנצע ערשטע פלוגה זאל זיין פון גבורים — פארוואס איז פריער געווען גענוג אז זיי זאלן גיין בלויז "בראשי גייסות״?
מוז מען זאגן,
אז בינתיים
(צווישן דעם מתנה זיין מיט די בני גד און בני ראובן ביז צו דער צייט פון ר״ח שבט ווען משה האט געזאגט משנה תורה)
איז געשען א געוויסער ענין,
וואס האט געבראכט משה׳ן צום מוסיף זיין אז זיי זאלן גיין "לפני אחיכם".
און דאס איז אזא דבר הפשוט,
וואס דער "בן חמש למקרא" פארשטייט עס מעצמו און ס׳איז ניט נויטיק אז רש״י זאל עס אים מבאר זיין.
ט.
בשעת משה האט אויסגענומען זיין תנאי מיט בני גד ובני ראובן האט משה
(און אזוי אויך אלע אידן 37
— כולל די בני גד ובני ראובן)
געהאפט,
אז דורך תפלה וועט ער קענען פועל׳ן
עד זאל קענען ארײנגײן אין ארץ־ ישראל 38 .
װארום דורך זיין געבן זײ דעם עבר הירדן אלס זייער חלק אין ארץ־ישראל
[וואס אויב נאר זיי וועלן מקיים זיין דעם תנאי וואם משה האט מיט זיי אויסגענומען,
וועט דאן אויםקומען אז משה האט עס זיי געגעבן מלמפרע],
קומט דאך אויס אז ער איז שוין אריין אין א טייל פון ארץ־ ישראל 39 ,
ובמילא האט ער געטראכט אז ס׳איז שוין מותר געווארן דער נדר 40
(ווייל נדר שהותר מקצתו הותר כולו 41 )
אויך לגבי די אנדערע טיילן
פון ארץ־ישראל.
און וויבאלד אז דער נדר איז שוין מותר געווארן,
וועט העלפן זיין תפלה אויף מבטל זיין די גזירה 42 .
אין פרשת דברים אבער,
בר״ח שבט,
ווען משה רבינו האט אנגעהויבן זאגן משנה תורה 43 ,
איז ער שוין דאן נצטווה געווארן — און פון דעם אויבערשטן אליין
(ניט דורך א נביא)
— ״אל תוסף דבר אלי עוד בדבר הזה״ 44 .
האט ער דאך שוין קלאר געוואוסט אז ער וועט אין ארץ ישראל ניט אריינגיין
(און ווי רש״י זאגט 43
"שלא הוכיחן אלא סמוך למיתה"),
נאר יהושע "הוא ינחיל אותם את הארץ" 45 .
און מצד אט דעם דאזיקן חידוש וואס איז נתחדש געווארן אין דער צייט צווישן פרשת מטות און פרשת דברים אז דער כיבוש הארץ וועט זיין זיכער דורך יהושע,
האט משה געדארפט מוסיף זיין "לפני אחיכם".
יו״ד.
דער כיבוש פון ארץ ישראל,
ווי ער איז געווען
(בפועל)
דורך יהושע׳ן,
איז געווען דורך א מלחמה באופן טבעי.
משא״כ װען דער כיבוש וואלט געווען דורך משה׳ן,
וואלט עם געווען למעלה מהטבע,
ווי אלע מלחמות וואס דורך משה,
און ווי דערציילט די ניסים שבהם — אין חומש ובפרש״י.
[ואפילו מלחמת עמלק וואס איז געווען דורך יהושע — איז געווען — בחר לנו דורך "אנשי משה",
איז
כאטש מען האט טאקע געדארפט נוצן א שווערד,
ווי עם שטייט 46
"ויחלוש גו׳ לפי חרב".
איז דאס געווען בלויז א קצת הכנה בדרך הטבע,
אבער די מלחמה גופא האט זיך געפירט למעלה מהטבע דורך "כאשר ירים משה ידו" און נאכמער "לבטל כשפים" 47 .
און אזוי איז אויך מפורש ביי דער מלחמה מיט הכנעני מלך ערד,
אז במשך פון דער גאנצער מלחמה האט מען געפאנגען פון אידן בלויז איין שפחה,
און אויך זי איז געווען א שבוי׳ — ״וישב ממנו שבי״ — וואס מען האט איר געפאנגען פריער פון זיי 48 .
וואס דאם איז דאך למעלה מדרך הטבע לגמרי,
ווארום באופן טבעי,
אפילו ווען מען קומט ארוים בנצחון גמור,
איז לא ימלט אז עם זאל ניט שאטן עפעס אויך דעם צד המנצח 49 .
וכמפורש אז ווען מען האט געזען נאך מלחמת מדין אז "לא נפקד ממנו איש״ — איז "ונקרב את קרבן ה׳" 50 ].
און דערפאר,
איז בתחילה,
ווען משה האט געמיינט אז די כניסה לארץ וועט זיין דורך אים און די מלחמה וועט זיך פירן למעלה מהטבע האט ער דאן מסכים געווען אז בני גד ובני ראובן זאלן גיין נאר בראשי גייסות,
ווייל אויך דאס איז שוין א הכנה בדרך הטבע 51 .
ווארום אויב נאר די ראשים זיינען גבורים פועל׳ט דאס שוין אויף כל אנשי הגייס,
ווייל דער עיקר איז צו מנצח זיין און מבטל זיין דעם ״כל התחלות קשות״ 52
(וע״ד פתח ר׳ פלוני 53 ).
בשעת אבער אז משה האט געוואוסט זיכער אז די כניסה לארץ וועט זיין דורך יהושע׳ן און די מלחמה וועט זיך פירן בדרך הטבע,
האט ער זיך ניט מסתפק געווען דערמיט וואס די ראשי גייסות וועלן זיין גבורים,
נאר ער האט געוואלט אז די גאנצע ערשטע פלוגה זאל זיין פון גבורים.
(ועפי״ז קומט ארוים נאך א טעם אויף דעם וואם אין פרשת מטות זאגט ניט רש״י "ואויבים נופלים לפניהם": ווען די מלחמה וואלט זיך געפירט למעלה מהטבע,
וואלטן די אויבים ניט געקענט אנטלויפן אויך ווען די בני גד וואלטן ניט פארמאגט די דאזיגע מעלה).
יא.
אין פירש״י איז דאך פאראן אויך "יינה של תורה" 54 .
איז מובן אז די צוויי ענינים אין "לפני" ווי בני גד ובני ראובן זיינען געגאנגען —
צי בראשי גייסות אדער אלס פלוגה בפני עצמה — זײנען דאס צוויי אופנים אין עבודת האדם,
ווי צו כובש זיין דעם אויב — זה 55
היצה״ר:
דערמיט וואס בני גד ובני ראובן זיינען געגאנגען די ערשטע למלחמה
(לויט בײדע אופנים הנ״ל),
וואס דאס איז דאך אן ענין פון סכנה יתרה,
מס״נ,
האבן זײ זיך אױסגעטײלט פון די אנדערע אידן ההולכים במלחמה.
בײ די אנדערע אידן איז ניט געווען קײן ספעציעלע מס״נ — עיקר עבודתם איז געווען עפ״י טעם ודעת,
עבודה דבחי׳ נר״נ; אבער בײ בני גד ובני ראובן אין געווען די עבודה דמס״נ עולמעלה מהשכל,
עבודה דבחי׳ חי׳ יחידה 56 ,
וואס דאס איז אויר וואס ביי בני גד איז געווען "וטרף זרוע אף קדקד" 57 ,
אז מיט איין קלאפ האבן זיי טורף געווען דעם זרוע האויב צוזאמען מיטן ראש :
בשעת די מלחמה מיטן יצה״ר איז עפ״י טעם ודעת,
קען מען ניט מבטל זיין אלע זיינע כחות מיט אײן קלאפ — אויף יעדער כח פאדערט זיך א באונדער עבודה.
בשעת אבער מען גיים מיט מס״נ,
מצד המקיפים חיי יחידה,
איז וויבאלד אז אין מקיף אט ניטא קײן התחלקה,
איז במכה אחת הרגיעט מען אוועק אלע כחות פון דעם יצה״ר.
און נאך א דיוק אין דעם : "וטרף זרוע אף קדקד״ — פריער דעם ״זרוע״ און שפעטער דעם "קדקד".
און נאך מער: דער קדקד קומט דא נאר בדרך טפל — אף קדקד:
בשעון די עבודה איז עפ״י שכל,
הויבט מען אן פריער מיט שכל שבראש
(קדקד),
און ער איז דער עיקר,
און פון שכל קומט עס דערנאך אראפ אין מדת שבלב ביז אין מעשה בפועל
(זרוע).
בשעת אבער מען גײט מיט מס״נ,
איז דער עיקר דער פועל ממש,
ווארום כח המעשה דוקא דערנעמט דעם עצם 58 ,
און פון דעם דעדלאנגט
עם שפעטער אויך אין שכל 59 .
יב.
דער תכלית איז דאך אן מען זאל ניט פארבלײבן בײ מס״נ אליין,
נאר אז דער מס״נ זאל דורכנעמען אויך די כחות פנימיים — איז אין דער פעולה ווי דער כח המס״נ
(בני גד ובני ראובן)
ווירקט אויף נר״נ
(די אנדערע שבטים)
זײנען פאראן צווײ אופנים:
א)
ווי,
דער מס״נ איז מלובש אין כחות פנימײם.
וע״ד המבואר בתניא 60
אז דער קיום התומ״צ איז "תלוי בזה שיזכור תמיד ענין מסירת נפשו לה׳ על יחודו",
איז דאך דער עיקר עבודה שבזה — תורה ומצות,
בחי׳ נר״נ.
און דער זכרון המס״נ שמצד יחידה איז דאמאלס ניט קײן ענין בפני עצמו — ער איז דאך ניט אויסן צו מעורר זיין מס״נ,
דער מס״נ קומט בלויז בכדי ארויסצוהעלפן אין דער עבודה פון תומ״צ 61 .
נוסף צו דעם וואס דער גאנצער ענין המס״נ שבזה איז בשביל קיום התומ״צ — נר״נ,
איז אויך דער זכרון המס״נ גופא פארבונדן מיט שכל
(נר״נ).
וואס ער איז זיך מתבונן אז מה דאך ער איז גרײט למסור נפשו
ממש,
איז דאך מכ״ש אז ער דארף ברעכן די תאוות היצר,
וואס שבירת התאוות איז גרינגער פון יסורי מיתה ה׳ ישמרנו 62 .
ב)
ווי דער מס״נ איז אן ענין בפני עצמו 63 .
צי מס״נ בפועל,
ווען עס האנדלט זיך וועגן קידוש השם כפשוטו,
צי מס״נ בכח,
אזוי ווי יו״כ צו נעילה וואס מען דארף דאן מעורר זיין דעם כח המס״נ,
ניט
(נאר)
בנוגע קיום התורה ומצות,
נאר
(אויך ובעיקר)
— מס״נ מצד עצמו.
און אויך דער ענין פון מס״נ — כאטש ער איז ניט מלובש אין כחות פנימײם — פועל׳ט אויף אלע כחות.
כמבואר בתניא 64 ,
אז בשעת א איד קומט לידי נסיון בדבר אמונה בה' אחד,
וואס דאן ווערט נתעורר זיין כח המס״נ,
ווירקט עס במילא אויף אלע זיינע
(כחות,
ביז צו די)
לבושים מחשבה דיבור ומעשה.
און דאס זײנען די צוויי אופנים ווי בני גד ובני ראובן זײנען געגאנגען למלחמה:
בתחילת העבודה איז — "בראשי
גייסות": דער מס״נ איז ניט קיין ענין בפני עצמו,
ער איז בלויז דער "ראש" וואס פירט אן מיט די כחות פנימיים.
דערנאך אבער קומט מען צו א העכערע מדריגה — התעוררות בחי׳ חי׳ יחידה כמו שהם בפני עצמם — פלוגה בפני עצמה 65 .
יג.
די צוויי מדריגות זיינען בדוגמת די צוויי בחינות שלג און צמר וועלכע זיינען מבואר אין לקו״ת פון היינטיקער סדרה 66
:
ביידע — סיי ״שלג״ סיי ״צמר״ — זיינען למעלה מהשתלשלות.
אבער אעפ״כ איז דא א חילוק צווישן זיי: אין בחי׳ שלג איז פאראן קצת תערובת דין.
וואס דערפאר איז יו״כ,
וואס אין אים איז מאיר בחי׳ שלג,
ווערט אנגערופן יום הדין והמשפט.
משא״כ בחי׳ צמר איז א העכערע מדריגה,
וואס אן איר איז כלל ניטא קיין תערובת דין.
וואס דאס איז מאיר בחג הסוכות.
איז די צוויי מדריגות הנ״ל — "ראשי גייסות" און פלוגה בפני עצמה — זייגען בדוגמת די צוויי בחינות שלג און צמר: ראשי גייסות — דוגמת שלג,
און פלוגה בפ״ע — דוגמת צמר.
און דאס איז אויך די שייכות פון דער לעצטער רש״י שבפרשת דברים — "הם היו הולכים לפני ישראל למלחמה",
צו תחילת הסדרה — "אלה הדברים אשר דיבר משה גו'",
דברי תוכחות:
בתחילת הסדרה דערמאנט ער "כל המקומות שהכעיסו לפגי המקום" ביז צו ״ודי זהב — העגל שעשו בשביל רוב זהב" 67 ,
וואס דערפון איז שפעטער ארויסגעקומען דער גלות.
וואס דערפאר לייענט מען אלע מאל פרשת דברים אין דעם שבת שלפני ת״ב
(אדער אין ת״ב גופא,
כשחל בשבת).
איז אויף דעם זאגט ער בסוף הסדרה דעם תיקון לזה: אז דער וועג צו פטור ווערן פון דעם גלות וכו׳ איז התעוררות
(בחי׳ גד 68
שבנפש)
כח המס״נ
(אויך)
כמו שהוא בפני עצמו — "הולכים לפני ישראל למלחמה" — בחי׳ המקיף שבנפש ווי ער איז ניט מלובש כלל אין כחות פנימיים,
וואס דאס וועט במילא מעורר זיין דעם מקיף שלמעלה,
בחי׳ צמר המאיר בסוכות,
דעם "ופרוש עלינו סוכת שלומך",
וואס וועט מאיר זיין בגאולה העתידה,
דורך משיח צדקנו,
בקרוב ממש.
(משיחת ש״פ דברים,
ת״ב נדחה 69
,
תשכ״ה)