B"H
🏡

Ikar

מסעי ב

א.

אין פסוק ותהיינה מחלה תרצה חגלה ומלכה ונועה גו׳ לנשים 1 ,

שטעלט זיך רש״י אויף "מחלה תרצה וגו'" און איז מפרש 2

: כאן מנאן לפי גדולתן זו מזו בשנים ונשאו כסדר תולדותן ובכל המקרא מנאן לפי חכמתן

(און דערנאך איז רש״י מוסיף "ומגיד כו'",

כדלקמן ס״ג).

פון וואנעט נעמט רש״י אז "כאן מנאן לפי גדולתן כו׳ ובכל המקרא מנאן לפי חכמתן"?

איז ווי מ׳לערנט בהשקפה ראשונה קומט אויס 3 ,

אז היות ווי אין רוב פאלן איז דער סדר הנישואין אין א משפחה לויטן עלטער פון די קינדער

[און ווי דער תלמיד האט שוין געלערנט אין ספר בראשית 4

"לא יעשה כן במקומנו לתת הצעירה לפני הבכירה"],

איז דערפון פארשטאנדיק,

אז אין אונזער פסוק וואו עס ווערט דערציילט "ותהיינה גו׳ לנשים" איז "מנאן לפי גדולתן",

ובמילא מוז מען לערנען,

אז "בכל המקרא" וואו זיי ווערן גערעכנט מיט אן אנדער סדר איז "מנאן לפי חכמתן".

אבער אין אמת׳ן קען מען אזוי ניט לערנען.

ווייל

א)

לפ״ז האט רש״י געדארפט שרייבן "כאן

(וואו עס רעדט זיך וועגן זייערע נישואין)

מנאן לפי סדר נשואיהן ונשאו כסדר תולדותן״ — און ניט "כאן מנאן לפי גדולתן כו'"?

ב)

אפילו את״ל,

אז היות ווי ע״פ רוב ווערן מענטשן גערעכנט לויט זייער עלטער 5 ,

לערנט דעריבער רש״י אז אויך דא ווערן זיי נמנה

(ניט בלויז לפי סדר נשואיהן,

נאר אויך)

"לפי גדולתן כו׳ בשנים",

איז ניט מובן: וויבאלד אז דער גאנצער יסוד פון רש״י אז " כאן מנאן לפי גדולתן"

(כאטש מען קען לערנען,

אדרבא ״בכל המקרא״ מנאן — ווי ע״פ רוב — לפי גדולתן כו׳ און דא — בלויז לפי סדר נשואיהן)

איז פון דעם וואס

(געוויס)

"נישאו כסדר תולדותן״ — האט ער דאך געדארפט שרייבן "נישאו כסדר תולדותן" פאר "כאן מנאן לפי גדולתן כו׳".

ג)

ס׳איז מסתבר צו זאגן,

אז דארט וואו די בנות צלפחד ווערן אויסגערעכנט בכתוב דעם ערשטן מאל 6 ,

ווערן זיי נמנה כפי סדר תולדותן.

ווייל דארט ווערט דערציילט "וצלפחד בן חפר

(לא)

היו לו

(בנים כי אם)

בנות ",

איז די סברא מחייב,

אז ביים דערציילן אז צלפחד האט געהאט בנות,

איז דער פסוק זיי מונה ווי ער האט זיי געהאט — כפי סדר תולדותן.

האט מען דאך לפ״ז געדארפט לערנען,

אז די בנות צלפחד האבן חתונה געהאט שלא כסדר תולדותן

[ווי אין א סך אנדערע פאלן 7

וואו די צעירה האט חתונה לפני הבכירה],

און אז

אין אונזער פסוק ווערן זיי נמנה בלויז לפי סדר נשואיהן,

ניט לפי גדולתן; און אין פסוק "וצלפחד בן חפר גו׳ היו לו גו׳ בנות" ווערן זיי נמנה כפי תולדותן.

איז פארוואס לערנט רש״י אז " בכל המקרא"

[ניט בלויז אין פסוק "ותקרבנה גו׳" 8

וואס דערציילט וועגן זייער טענה "אבינו מת במדבר גו׳ למה יגרע שם אבינו גו׳ כי אין לו בן״ 9 ,

א זאך וואס איז פארבונדן מיט חכמה 10 ,

נאר]

אויך אין פסוק "וצלפחד גו׳ היו לו גו׳ בנות" וואס רעדט

( ניט וועגן חכמה,

נאר)

וועגן תולדה,

איז "מנאן לפי חכמתן",

און דוקא אין אונזער פסוק איז מנאן לפי גדולתן כו׳ בשנים?

ב.

מ׳קען מסביר זיין דעם טעם וואס

(רש״י לערנט אז)

אויך דעם ערשטן מאל ווערן די בנות צלפחד גערעכנט "לפי חכמתן":

דער סיפור הכתוב "וצלפחד גו׳ לא היו לו בנים כ״א בנות" איז א הקדמה 11

צו דעם שפעטער־דערציילטן,

אז די בנות האבן גע׳טענה׳ט "אבינו מת במדבר גו׳ ובנים לא היו לו גו׳ תנה לנו אחוזה גר" 12 ,

און דאס איז א טענה וואס באווייזט אויף חכמה,

דעריבער ווערן זיי נמנה אויך אין דער הקדמה צו זייער טענה "לפי חכמתן".

דאס איז אבער בלויז א ביאור אז מען קען לערנען אין יענעם פסוק אז "מנאן לפי חכמתן".

ס׳איז דאך אבער א סך גלאטיקער צו זאגן,

אז יענער פסוק וואס בפועל רעדט ער ניט וועגן זייער תביעה,

נאר ער דערציילט אז "

(לא)

היו לו

(בנים כ״א)

בנות",

איז ער זיי מונה כפי תולדותן.

בלייבט במילא נאך אלץ שווער: וויבאלד אז ס׳זיינען פאראן פאלן וואו די צעירה האט חתונה לפני הבכירה,

איז פון וואנען נעמט רש״י אז אין פסוק "וצלפחד גו׳ היו לו גו׳ בנות" ווערן זיי נמנה לפי חכמתן,

ניט כפי סדר תולדותן?

ג.

לאחרי ווי רש״י פארענטפערט פארוואס אין אונזער פסוק איז דער סדר פון די בנות צלפחד אנדערש ווי בכל המקרא,

אז "כאן מנאן לפי גדולתן כו׳ ובכל המקרא מנאן לפי חכמתן",

איז ער מוסיף: "ומגיד ששקולות זו כזו״ 13 .

איז אין דעם ניט פארשטאנדיק:

א)

וויבאלד אז "בכל המקרא מנאן לפי חכמתן",

הייסט עס דאך אז די וואס ווערן "בכל המקרא" נמנה פריער,

זיינען זיי געווען גרעסער בחכמה,

היינט ווי זאגט רש״י "ששקולות זו כזו״ ?

ב)

אפילו את״ל אז "שקולות זו כזו" מיינט זייער גלייכקייט אין אנדערע מעלות

(ניט אין חכמה) 14 ,

איז ניט פארשטאנדיק: דער גאנצער מקור אז "שקולות כו׳" איז לכאורה מצד דעם שינוי הסדר אין די פסוקים.

אבער וויבאלד אז רש״י איז מבאר טעם השינוי ״כאן מנאן לפי גדולתן ..

ובכל המקרא מנאן לפי חכמתן",

איז דאך ניטא קיין מקור צו זאגן אז "שקולות זו כזו"?

און די זעלבע שאלה איז לאידך גיסא: וויבאלד אז דער פסוק "ותהיינה מחלה תרצה וגו׳" מיט זיין שינוי הסדר פון "כל המקרא",

קומט אונז לאזן העדן "ששקולות זו כזו",

דארף דאך רש״י ניט אנקומען צום פירוש "כאן מנאן לפי גדולתן כו׳"?

די קשיא איז נאך שטארקער; די צוויי ענינים אין פרש״י —

(א)

כאן מנאן לפי גדולתן ..

ובכל המקרא מנאן לפי חכמתן,

און

(ב)

שקולות זו כזו — זיינען לכאורה גענומען פון גמרא 15 .

אבער אין גמרא זיינען דאס טאקע דעות מחולקות 16 .

און רש״י

(אין דרך הפשט)

איז כולל ביידע ענינים צוזאמען?

ד.

נוסף צו די שאלות בפי׳ רש״י על אתר,

איז אויף דער רש״י אויך שווער פון א פריערדיקער רש"י אין פ' פנחס:

אין פסוק "ותקרבנה בנות צלפחד גו׳ מחלה נועה וגו'" 8

שטעלט זיך רש״י אויף "מחלה גועה וגו׳" און איז מפרש: ולהלן הוא אומר ותהיינה מחלה תרצה,

מגיד שכולן שקולות זו כזו,

לפיכך שינה את סדרן.

איז ניט פארשטאנדיק: אויב רש״י

(בפרשתנו)

נעמט אן,

אז בכדי צו פארענטפערן דעם שינוי הסדר אין די פסוקים,

איז ווייניק צו זאגן "ששקולות זו כזו" נאר מ׳דארף אויך אנקומען צו ״מנאן לפי גדולתן ..

לפי חכמתן",

האט דאך רש״י עס געדארפט מפרש זיין בא דעם ערשטן מאל פון שינוי; אבער דארט באנוגט ער זיך מיטן פי׳ "מגיד שכולן שקולות",

און אין אונזער פסוק וואו ער איז מפרש צום צווייטן מאל דעם טעם השינוי,

איז ער מוסיף ״מנאן לפי גדולתן ..

לפי חכמתן"?

אויך איז ניט פארשטאנדיק: ווען ס׳איז דא א סתירה צווישן צוויי פסוקים,

פארענפערט רש״י די סתירה בעת עס ווערט א סתירה,

ד.

ה.

ווען מען קומט צום צווייטן פסוק.

ווייל בשעת מען לערנט דעם ערשטן פסוק,

איז נאך גארניט שווער.

און ווי מ׳זעט עס פון דעם זעלבן ענין גופא,

אז אין דעם ערשטן פסוק: "ושם בנות צלפחד מחלה ונועה גו׳" שטעלט זיך ניט רש״י "ולהלן הוא אומר כו׳".

איז לפ״ז ניט פארשטאנדיק: אויף אין פסוק "ותקרבנה גו׳",

וואו די בנות צלפחד ווערן גערעכנט צום צווייטן מאל

(מיטן זעלבן סדר ווי דעם ערשטן),

איז דאך דעם תלמיד גארניט שווער פון פסוק אין פ׳ מסעי וואס ער האט נאך ניט געלערנט.

היינט פארוואס פרעגט דארט יע רש״י " ולהלן הוא אומר כו'"?

ה.

איז דער ביאור בכל זה:

וואס עס ארט דעם תלמיד אין פסוק ותקרבנה גו׳ וואו די בנות צלפחד ווערן אויסגערעכנט צום צווייטן מאל,

איז

[ ניט די סתירה פון פסוק אין אונזער סדרה,

וואס ער האט נאך ניט געלערנט,

נאר]

דער פסוק גופא "ואלה שמות בנותיו״: צוליב וואס דארף ער

זיי אויסרעכענען נאכאמאל,

בשעת ער האט שוין זייערע נעמען אויסגערעכנט פריער ?

מוז מען זאגן,

אז אין דעם פסוק איז ער אויסן

(בעיקר),

ניט צו זאגן זייערע געמען,

נאר מדגיש זיין עפעס דורך דעם איבער חזר׳ן — אין וואס קען דא זיין א הדגשה?

אין דעם סדר .

ס׳איז אבער ניט מובן: אויך דעם ערשטן מאל שטייען זיי מיטן זעלבן סדר,

היינט וואס איז דער פסוק מחדש מיטן סדר ״מחלה נועה גו׳״ 17 ?

[און מ׳קען ניט ענטפערן,

אז דער חידוש הסדר אין פסוק "ותקרבנה גו'" איז,

אז אויך בנוגע צו "חכמתן" זיינען זיי אין זעלבן סדר ווי לידתן — ווארום אויך אן דעם פסוק איז בסתם מסתבר צו זאגן אזוי,

ווייל "ימים 18

ידברו ורוב שנים יודיעו חכמה"].

אויף דעם איז רש״י מפרש "ולהלן הוא אומר ותהיינה מחלה תרצה",

אז דער חידוש דא אין דעם סדר "מחלה נועה וגו׳" איז

( ניט לגבי זייער סדר פריער,

נאר)

לגבי דעם סדר "מחלה תרצה" וואס שטייט "להלן".

און דעריבער רעכנט דער פסוק אויס די נעמען פון בנות צלפחד אין פסוק ותקרבנה נאכאמאל 19 ,

בכדי צו לאזן אונז הערן,

דורך דעם שינוי הסדר לגבי פ׳ מסעי,

אז "כולן 20

שקולות זו כזו" 21 .

ו.

מען דארף נאך אבער פארשטיין: וויבאלד אז אויך דעם ערשטן מאל ווערן די בנות צלפחד אויסגערעכנט מיטן סדר "מחלה ונועה גו'" בשינוי לגבי זייער סדר בפ׳ מסעי,

וואלט מען דאך לכאו׳ געוואוסט אז "שקולות זו כזו" בלויז פון די צוויי פסוקים.

איז דאך הדרא קושיא לדוכתה: צוליב וואס דארפן זיי ווידער אויסגערעכנט ווערן אין פסוק "ותקרבנה"?

איז דער ביאור אין דעם: ביים צוגיין ע״פ דרך הפשט 22

צו א שינוי

מסעי — איז דער סדר המנין נוגע צו חכמה,

איז במילא דער שינוי הסדר "מגיד

(ווי רש״י איז מסיים)

ששקולות זו כזו".

ח.

אבער גלייך ווי רש״י זאגט "כאן מנאן לפי גדולתן כו'״ — נאך פארן סיום "ומגיד ששקולות כו'",

ווערט דעם תלמיד שווער:

וויבאלד אז "כאן" רעדט זיך וועגן "ותהיינה גו' לנשים" און ניט וועגן תולדה,

איז ווי קען מען זאגן אז דער סדר דא,

וואס איז אנדערש ווי אין פסוק "וצלפחד גר היו לו גו' בנות"

(וואס רעדט בפשטות וועגן תולדה),

זאל זיין לפי גדולתן כו'?

דעריבער זאגט רש״י גלייך,

אז די שייכות פון "לפי גדולתן כו'" צו אונזער פסוק איז מצד דעם וואס "נישאו כסדר תולדותן".

און דאס וואס "בכל המקרא" שטייען זיי אין אן אנדער סדר,

איז עס ווייל דארט "מנאן לפי חכמתן"

[און ווי ערקלערט פריער

(סעיף ב׳),

אז אויך דעם סדר המנין אין ערשטן פסוק קען מען איינלערנען אז ער האט א שייכות צו "חכמתן"].

און לאחרי ווי דער תלמיד ווייס שוין אז "כאן מנאן לפי גדולתן כו'",

איז רש״י מסיים "ומגיד ששקולות זו כזו",

ווארום וויבאלד אז אויך דער מנין אין אונזער פסוק איז לפי גדולתן

(וואס איז פארבונדן מיט חכמה כנ״ל ס״ז)

— איז דער שינוי הסדר פון אונזער פסוק לגבי די ערשטע צוויי מאל ״מגיד — ששקולות זו כזו".

ט.

ע״פ הנ״ל ווערט אויך פארענטפערט ווי "שקולות זו כזו" איז ניט קיין סתירה צו "מנאן לפי חכמתן" — ווייל מיט "מנאן לפי חכמתן" מיינט רש״י

[ ניט אז די מסקנא איז אז בא די בנות צלפחד איז די וואס איז נמנה פריער בכל המקרא — האט געהאט מער חכמה ווי די וועלכע שטייט נאך איר,

נאר]

אז דער מנין " בכל המקרא"

(כולל אויך אונזער פסוק)

איז נוגע

(ניט ווי אין רוב ערטער צו עלטער בשנים,

נאר)

צו חכמה,

און וויבאלד עס זיינען דא שינויים אין דעם סדר המנין — כאטש אז אומעטום איז מנאן לפי חכמתן — איז דערפון געדרונגען אז סדרן לפי חכמתן "שקולות זו כזו".

מ׳קען דאך אבער ניט שרייבן אלע בבת אחת — איז דער שינוי הסדר מגיד אז שקולות.

י.

נאך אן אופן

(מרווח יותר)

קען מען מבאר זיין:

אין חכמה זיינען פאראן צוויי סוגים:

(א)

עיקר החכמה — וואס קומט דורך לערנען און הארעווען.

(ב)

חכמה וואס קומט מיט יארן 27

— "ימים ידברו ורוב שנים יודיעו חכמה",

כנ״ל.

לייגט זיך צו זאגן,

אז די ערשטע צוויי מאל וואס זיי ווערן גערעכנט לפי חכמתן,

איז דער סדר טאקע מדוייק 28 .

ד.

ה.

אז אין דעם עיקר החכמו" וואס איז פארבונדן מיט לימוד ויגיעה,

זיינען זיי געווען אין דעם סדר ווי מנאן "בכל המקרא": "מחלה נועה חגלה מלכה ותרצה"

(ווייל כאטש נועה איז געווען די אינגסטע,

האט זי דורך איר יגיעה אריבערגעשטיגן אירע שוועסטער,

ביז אז זי ווערט גערעכנט די צווייטע — גלייך נאך מחלה)

;

גאר אעפ״כ,

לאזט אונז הערן דער יתור המנין פון פסוק ותקרבנה,

אז דא איז פאראן אויך א " לאו דוקא" אין דעם סדר המנין.

ווארום מצד דעם וואס תרצה איז געווען עלטער פון נועה,

איז ביים מצרף זיין ביידע סוגי חכמה צוזאמען — די חכמה מצד ריבוי השנים ביי תרצה,

און די חכמה מצד היגיעה ביי נועה — איז,

בסך־ הכל,

"שקולות זו כזו״ 29 .

(משיחת ש״פ מטו״מ תשכ״ה)

Reader controls and commentary are loading.