א.
אויפן פסוק "וישמע הכנעני מלך ערד גו׳" 1
וואס שטייט נאך דעם סיפור פון מיתת אהרן,
זאגט רש״י
(אויף די ווערטער "וישמע הכנעני")
: "כאן לימדך שמיתת אהרן היא השמועה,
שנסתלקו ענני כבוד וכסבור שניתנה רשות להלחם בישראל".
איז אין דעם ניט מובן:
א)
צוליב זיין פי׳ "כאן לימדך שמיתת אהרן היא השמועה כו'",
איז דאך נוגע נאר דער ווארט "וישמע" לכאורה,
פארוואס איז רש״י מעתיק ביידע ווערטער ״וישמע הכנעני״?
ב)
פון דעם וואס רש״י הויבט אן זיין פי׳ מיט "כאן לימדך כו'" און ניט "שמע שמת אהרן כו׳" 2
איז מוכח לכאורה,
אז ער איז דא אויסן צו מפרש זיין
(ניט נאר דעם פירוש פון "וישמע הכנעני" גופא,
נאר)
אויך דעם יתור פון דעם פסוק 3
— אז דער טעם וואס דער פסוק חזר׳ט דא איבער נאכאמאל דעם סיפור "וישמע הכנעני גו׳"
(הגם דאס איז שוין דערציילט אין פ׳ חקת 4 )
איז בכדי צו לערנען אונז "שמיתת אהרן היא השמועה",
אבער פון דעם וואס רש״י זאגט שפעטער "לפיכך חזר וכתבה"
( לאחרי זיין פי׳ "כאן לימדך כו׳")
איז קענטיק,
אז פריער,
איינלערנענדיק זיין פירוש אויפן פסוק "וישמע הכנעני",
איז ניט שווער דער ״חזר וכתבה״ —
[ווייל וואו רש״י מיינט מיט זיין פי׳ צו פארענטפערן א געוויסע קשיא,
איז אויב ער געפינט פאר נויטיק צו אויסטייטשן אט־די קשיא
(דערפאר וואס זי איז ניט אויף אזויפיל פשוט ובמילא איז מעגלעך אז דער "בן חמש
(למקרא)
" זאל זיך אליין אויף איר ניט כאפן),
שטעלט ער די ווערטער וואס דריקן אויס די קשיא פאר זיין פי׳ 5
(בכדי דער תלמיד זאל גלייך וויסן וואס רש״י וויל באווארענען מיט זיין פי׳)
; און אין פאל,
וואו מצד רוב פשיטות פון דער קשיא איז זי רש״י ניט מקדים,
נאר הויבט אן גלייך מיט זיין פי׳ — דאן טייטשט ער ניט אויס די קשיא אויך נאכן פירוש,
מיט וועלכן זי ווערט פארענטפערט 6 ]
;
נאר נאכדעם ווי רש״י איז מפרש "כאן לימדך כו'"
(בכדי צו פארענטפערן אן אנדער שאלה,
א שאלה פשוטה ביותר וואס רש״י דארף זי גארניט מפרש זיין),
איז ער מוסיף "לפיכך חזר וכתבה",
אז דורך זיין פי׳ ווערט אויך פארשטאנדיק
(הגם אז אויך אן דעם איז עס ניט קיין קשיא ממש,
אדער די קשיא איז ערשט געווארן לויט זיין פירוש)
דער טעם פון "חזר וכתבה".
דארף מען פארשטיין 7
: וואס איז אט־די אויבנאויפיקע ניט־גלאטקייט אין "וישמע הכנעני",
וואס צוליב דעם דארף רש״י מפרש זיין "כאן לימדך"?
ג)
דער "כאן לימדך" איז דאך לכאורה א גילוי מילתא
(ניט אינעם ענין פון מיתת אהרן,
נאר)
אין דעם ענין ״וישמע הכנעני״ — וואס פאר א שמועה עס איז געווען — האט דאך דער לשון אין פי׳ רש״י געדארפט זיין בסדר הפוך: כאן לימדך "שהשמועה היא מיתת אהרן" און ניט "שמיתת אהרן היא השמועה"?
ד)
אויך אויפן פסוק "וישמע הכנעני" וואס אין פ׳ חקת 4 ,
זאגט רש״י ״שמע שמת אהרן״ — פארוואס זאגט רש״י אין אונזער פסוק " כאן לימדך שמיתת אהרן כו׳"
(און איז נאך מסיים "לפיכך חזר וכתבה")
בעת מען ווייס עס שוין פון פ׳ חקת?
ב.
מפרשים פארענטפערן די לעצטע קשיא 8
: אין פ׳ חקת,
נאך "וישמע הכנעני גו׳",
איז דער פסוק באלד ממשיך "כי בא ישראל דרך האתרים".
דעריבער קען מען דארט לערנען,
אז "וישמע הכנעני" באציט זיך ניט צו מיתת אהרן וואס ווערט דערציילט פריער,
נאר צום אויספיר "כי בא ישראל גו׳״ 9
; משא״כ אין אונזער סדרה,
וואו אין פסוק "וישמע הכנעני" ווערט ניט דערמאנט קיין אנדער מאורע,
מוז מען לערנען אז "וישמע הכנעני" קומט בהמשך צו מיתת אהרן.
און דער טעם וואס אויך אין פ׳ חקת זאגט רש״י ״שמע שמת אהרן״ — ווייל אזוי איז עס געדרונגען פון אונזער פסוק.
מען קען אבער אזוי ניט ענטפערן.
ווייל אומעטום וואו רש״י זאגט א געוויסן פי׳ וואס דעם הכרח אויף אים נעמט ער פון א ווייטערדיקן פסוק
(וועלכן דער תלמיד האט נאך ניט געלערנט),
ווייזט ער אן און זאגט אז די הוכחה צו זיין פי׳ איז פון פסוק פלוני.
דאקעגן אין פ׳ חקת זאגט רש״י "שמע שמת אהרן כו'" און ברענגט ניט קיין הוכחה דערצו פון אונזער
פסוק,
איז דערפון משמע 10
אז דער פירוש איז מוכח פון יענעם פסוק גופא 11
— און וויבאלד אזוי,
איז הדרא קושיא לדוכתה: ווי אזוי זאגט רש״י דא אז " כאן לימדך כו'"?
ג.
והביאור בזה: אט־דעם אויפטו וואס מען לערנט ארויס פון אונזער פסוק — כאן לימדך — איז רש״י גופא מבאר מיט זיין לשון "שמיתת אהרן היא השמועה שנסתלקו ענני כבוד כו׳":
אין פ׳ חקת זאגט רש״י "שמע שמת אהרן ונסתלקו ענני כבוד",
אז ער האט געהערט וועגן מיתת אהרן און אויך 12
אז "נסתלקו ענני כבוד".
אבער אין אונזער פסוק זאגט ער דעם לשון "שמיתת אהרן היא השמועה"
(אז דער מאורע פון מיתת אהרן איז דאס די — איינציקע — שמועה),
נאר דערנאך איז רש״י מוסיף
( ניט אלס צוגאב־ פרט אין "וישמע הכנעני",
נאר)
אלס ביאור : ״שנסתלקו ענני כבוד״ — דאס וואס די שמועה שמת אהרן האט אים דערוועקט צו מלחמה האבן בישראל,
איז עס געווען דערפאר וואס בשעת מיתת אהרן זיינען נסתלק געווארן די ענני כבוד און ער האט דעריבער גערעכנט אז "ניתנה רשות להלחם בישראל" 13 .
ס׳בלייבט אבער ניט פארשטאנדיק: אויך אין פ׳ חקת ווערט אין חומש 14
ניט דערציילט אז בעת מיתת אהרן זיינען נסתלק געווארן די עננים.
פארוואס־זשע זאל מען אננעמען אז "וישמע הכנעני" דארט מיינט די שמועה "שמת אהרן ונסתלקו ענני כבוד",
און אין אונזער פסוק — "שמיתת אהרן היא השמועה" 15 ?
ד.
נאך א שינוי אין פרש״י פון אונזער פסוק לגבי זיין פירוש אין פ׳ חקת: אין פ׳ חקת איז ער מוסיף "ועמלק מעולם רצועה מרדות לישראל מזומן בכל עת לפורעניות" און בפירושו אויף אונזער פסוק איז אט־דער גאנצער ענין.
ניטא; דאקעגן גיט ער דא צו אן אנדער ענין
(וואס ער לאזט אויס אין פ׳ חקת)
: "וכסבור שניתנה רשות להלחם בישראל".
בנוגע צו דעם וואס אין אונזער פסוק דערמאנט ער ניט אז "עמלק מעולם רצועה מרדות כו'",
קען מען זאגן אז דאס איז קיין קשיא ניט,
ווייל ס׳איז ניט נויטיק דאס צו איבער׳חזר׳ן א צווייטן מאל; ס׳איז אבער ניט מובן דער צווייטער שינוי: פארוואס זאגט ער דעם פרט "וכסבור שניתנה רשות כו׳" ערשט אין אונזער פסוק,
און ניט 16
ביים ערשטן מאל וואו עס שטייט "וישמע הכנעני" 17 ?
מוז מען דעריבער זאגן,
אז דער פי׳ "וכסבור שניתנה רשות להלחם בישראל" קומט בהמשך דוקא צו דעם וואס אונזער פסוק איז מחדש "שמיתת אהרן היא השמועה",
ד.
ה.
אין פ׳ חקת וואו "וישמע הכנעני" נעמט אין זיך אריין אויך דעם "נסתלקו ענני כבוד",
דארף מען דארט ניט אנקומען צום ביאור "כסבור שניתנה רשות כו׳"; אבער אין אונזער פסוק,
וויבאלד אז מיט "וישמע הכנעני" ווערט דא געמיינט בלויז מיתת אהרן,
דא דארף מען שוין אנקומען צום הסבר "כסבור שניתנה כו'".
ה.
איז דער ביאור בכל זה:
נאך די ווערטער "וישמע הכנעני" — סיי אין פ׳ חקת סיי אין אונזער סדרה — דערציילט אונז דער פסוק אז ער,
דער "כנעני",
האט זיך געפונען אין "נגב".
ס׳איז אבער דא אין דעם א חילוק צווישן די צוויי פסוקים: אין פ׳ חקת שטייט "הכנעני מלך ערד יושב הנגב ״ — איז "יושב הנגב" א תואר מיט וועלכן ער באצייכנט דעם "כנעני מלך ערד"; אבער אין אונזער פסוק ווערט געזאגט "הכנעני מלך ערד,
והוא יושב בנגב": זיין תואר איז "כנעני מלך ערד",
און "והוא יושב בנגב" איז א סיפור וואס דערציילט וואו ער האט זיך געפונען דעמאלט 18
"בבא בני ישראל" 19 .
פון דעם שינוי בלשון הפסוק איז מוכח,
אז אינעם סיפור "וישמע הכנעני" פון אונזער סדרה דערציילט דער פסוק א נייעם ענין אין זיין שמועה
(וואס דאס האט אים באווירקט צו מלחמה האבן מיט אידן)
:
אין פ׳ חקת,
וואו דער פסוק איז אים מתאר אלס ״ יושב הנגב — זה עמלק
(שנא׳ 20
עמלק יושב בארץ הנגב)
",
רעדט זיך וועגן אזא שמועה וואס באווירקט בלויז עמלק׳ן מלחמה צו האבן מיט אידן.
ווייל,
ווי רש״י איז דארט מבאר: "עמלק מעולם רצועה מרדות לישראל,
מזומן בכל עת לפורענות".
אין אונזער פסוק אבער,
ווערט דערציילט וועגן אזא שמועה וואס וואלט באווירקט אויך סתם א "כנעני"
(וואס איז ניט קיין "רצועה מרדות לישראל")
צו מלחמה האבן מיט אידן.
ו.
עפ״ז וועט ווערן פארשטאנדיק וואס אין זיין פירוש אין אונזער פסוק איז דער לשון פון רש״י אנדערש ווי אין זיין פירוש אין פ׳ חקת:
עמלק,
זייענדיק פון שטענדיק אן א "רצועה מרדות לישראל",
איז תמיד גרייט צו מלחמה האבן מיט אידן — ניט טראכטנדיק צי "ניתנה רשות להלחם בישראל",
אדער ניט.
און ווי מען זעט עס קלאר,
אז אויך בחיי אהרן האט ער זיך ניט אפגעהאלטן דערפון און "ויבא עמלק וילחם עם ישראל" 21 ,
הגם אז דעמאלט
(ווען די ענני כבוד 22
זיינען נאך ניט נסתלק געווארן)
איז נאך ניט געווען שייך צו מיינען אז ס׳איז געגעבן געווארן רשות צו מלחמה האבן מיט אידן.
דעריבער לערנט רש״י אז דער ״וישמע הכנעני״
( — "זה עמלק")
וואס אין פ׳ חקת,
מיינט ניט די שמועה פון מיתת אהרן גופא,
נאר די תוצאה דערפון — דער סילוק ענני כבוד : כל זמן עס זיינען געווען די ענני הכבוד,
האט ער פשוט ניט געהאט קיין מעגלעכקייט צו צוקומען צו די אידן,
ווייל זיי זיינען געווען ארומגערינגלט און באשיצט דורך די עננים 23 .
אבער ווי נאר "שמע ש
(מת אהרן" און אז דורך דעם "ו)
נסתלקו ענני כבוד״ — איז באלד "וילחם בישראל".
משא״כ אין אונזער פסוק,
וואו דער "וישמע הכנעני" מיינט,
אז ער איז באווירקט געווארן צו דער מלחמה אלס כנעני
(ווי ער האט מיט זיך פארגעשטעלט לויט זיין לשון 24 ),
באווארנט רש״י און איז מדגיש " שמיתת אהרן היא השמועה": מצד אט־דער מעגלעכקייט וואס האט זיך געשאפן דורך סילוק ענני הכבוד,
וואלט ער
(אלס "כנעני")
ניט געקומען מלחמה האלטן מיט זיי; ער האט דאס געטאן נאר דערפאר וואס ער האט געהערט שמת אהרן און דעריבער "כסבור שניתנה רשות להלחם בישראל" 25 .
ועפ״ז וועט מען אויך פארשטיין פארוואס רש״י איז מעתיק די ווערטער ״וישמע הכנעני ״ — הגם אז מיט זיין פירוש "שמיתת אהרן היא השמועה" ווערט אפגעטייטשט בלויז דער ווארט ״וישמע״ — ווייל דערמיט מיינט ער צו אונטערשטרייכן,
אז אונזער פסוק רעדט וועגן אזא שמועה וואס האט אים אלס כנעני באווירקט צו דער מלחמה מיט אידן 26 .
ז.
מען דארף אבער פארשטיין:
ס׳איז מובן בפשטות 27 ,
אז אינעם "וישמע הכנעני" אין אונזער פסוק,
ווערט דערציילט דער זעלבער מאורע ווי דער וואס ווערט דערציילט אין פרשת חקת — ד.
ה.
אז בפועל איז עס געווען עמלק ,
איז במילא מובן אז זיין "וילחם בישראל" איז געקומען דערפאר וואס ער איז "רצועה מרדות כו'" און ער איז גרייט צו לוחם זיין מיט אידן ניט טראכטנדיק וועגן ניתנה רשות; און דאס וואס אונזער פסוק איז משנה בלשונו,
זאגנדיק "וישמע הכנעני גו׳ והוא יושב בנגב"
(און מיט די דיוקים הנ״ל אין דעם),
ווערט דערמיט בלויז געמיינט,
אז אפילו אויב ער וואלט ניט געהאט אין זיך די תכונות פון "עמלק" און ער וואלט געווען א "כנעני",
וואלט ער סיי ווי מלחמה געהאלטן מיט אידן צוליב דעם וואס "סבור שניתנה רשות להלחם בישראל".
לפ״ז ווערט דאך לגמרי שווער צו באנעמען: צוליב וואס דערציילט דער פסוק אן ענין וואס האט אין פועל ממש ניט פאסירט און איז אינגאנצן אן ענין פון "אילו יצוייר״?
און דאס באווארנט רש״י דערמיט וואס ער זאגט "כאן לימדך שמיתת אהרן היא השמועה״ —
אינעם סיפור פון מיתת אהרן בפרשתנו,
ווערן דערציילט א צאל פרטים וועלכע זיינען ניט פאראן אין פרשת חקת: דער אופן פון זיין הסתלקות ״על פי ה׳ — שמת בנשיקה״ 28
; דער זמן ההסתלקות — "בשנת הארבעים גו׳ בחדש החמישי באחד לחדש" 29
; און ווי אלט ער איז דאן געווען — "ואהרן בן שלש ועשרים ומאת שנה במותו" 30 .
איז וויבאלד אז אין אונזער פרשה ווערן דערציילט כמה פרטים עיקריים אין שייכות מיט מיתת אהרן
(וואס ווערן ניט דערציילט אין פרשת חקת),
דערפאר איז " כאן לימדך שמיתת אהרן היא השמועה״ — אין דער פרשה
(וואו ער איז אויסן צו דערציילן כו״כ פרטים אין מיתת אהרן)
לערנט ער אונז נאך א פרט אין דעם ענין און א פרט וואס באווייזט אף דעם גודל חשיבות מיתת אהרן: מיתת אהרן מצד עצמה ,
איז געווען דאס וואס האט גע׳פועל׳ט אויפן "כנעני" צו לוחם זיין מיט אידן
(און ניט מחמת דער תוצאה פון מיתת אהרן — סילוק ענני כבוד,
וואס קען באווירקן בלויז עמלק׳ן )
— ווייל דורך מיתת אהרן איז ער "סבור שניתנה רשות להלחם בישראל".
ועפ״ז איז פארשטאנדיק אויך דער שינוי הלשון וואס איז דא אין אונזער פסוק לגבי דעם פסוק אין פ׳ חקת: דארט ווערט דערציילט "וישמע הכנעני גו'" ווי א סיפור פאר זיך אליין,
און וויבאלד אז בפועל איז עס געווען עמלק
(ס׳איז נאר וואס "שינה את לשונו לדבר בלשון כנען"),
דעריבער זאגט דער פסוק "יושב הנגב"; אבער אין אונזער פסוק ווערט דער סיפור "וישמע הכנעני" דערציילט אין צוזאמענהאנג מיט מיתת אהרן ,
אלס א טייל פון דעם,
בכדי ארויסצוברענגען דאס וואס אידן האבן פארלארן און געליטן דורך זיין פטירה — דערפאר שטייט דא דער לשון "וישמע הכנעני גו׳ והוא יושב בנגב",
ווייל דורך דעם סגנון ווערט ארויסגעבראכט דער גאר גרויסער שאדן וואס מיתת אהרן האם גורם געווען — אפילו ניט קיין עמלק איז געווען גרייט צו אנפאלן אויף אידן.
און דערפאר זאגט רש״י "כאן לימדך שמיתת אהרן היא השמועה" און ניט ״שהשמועה היא מיתת אהרן״ — ווייל דער מכוון פון "לימדך" אין אונזער פסוק איז
( ניט דער ענין פון "וישמע הכנעני",
נאר)
"מיתת אהרן"
(וואס ווייזט אויף גדלותו).
ח.
לאחרי כל הנ״ל פאדערט זיך נאך אלץ ביאור: פארוואס ווערן דערציילט כמה ענינים עיקריים אין מיתת אהרן דווקא ווען דער סיפור ווערט דערציילט צום צווייטן מאל,
און ניט אין פ׳ חקת — וואו דער סיפור שטייט צום ערשטן מאל?
אין דרך הפשט איז עס טאקע ניט אזוי קשה — ווייל מען געפינט עד״ז אין נאך ערטער — אבער פונדעסטוועגן גאר גלאט איז עס ניט ובפרט אז דא רעדט זיך גאר וועגן מסעות בנ״י ,
משא״כ בפ׳ חוקת.
און דאס איז איינער פון די ענינים פון "יינה של תורה" וואס איז דא אין דעם פירוש רש״י:
דער זמן פון פרשת מסעי איז אלעמאל בסמיכות צו ר״ח מנ״א 31 .
און וויבאלד אז בכל שנה ושנה איז חוזר וניעור אין דעם זמן דאס וואס איז געשען בפעם הראשונה 32 ,
דערפאר 33
האט תורה אריינגעשטעלט דעם זמן פון מיתת אהרן
(— "בחדש החמישי
( מנ״א )
באחד לחדש"),
ווי אויך נאך ענינים עיקריים פון מיתת אהרן — אין פרשת מסעי 34 .
און דערפון קען מען אויך ארויסנעמען א הוראה בנוגע צו די שמירת השיעורים פון לימוד חומש מיט פירוש רש״י
(און אזוי אויך די שיעורים פון תהלים און תניא 35
— זעלבסטפארשטענדלעך,
נוסף צו די שיעורים הקבועים וואס יעדערער האט)
— אז מען דארף עס לערנען דבר יום ביומו,
און ניט אפלייגן פון איין טאג אויפן צווייטן — ווייל דער שיעור פון יעדער טאג איז שייך צו דעם טאג,
און דורך די שמירת התקנות פון רבי׳ן דעם נשיא און הליכה באורחותיו בכלל,
וועט מען גיין ממסע למסע,
ביז מען וועט צוקומען צו ירדן ירחו וואס איז מרמז און באווייזט אויף משיח׳ן "דמורח ודאין" 36 ,
וואס דאן וועלן "הימים האלו
(דבין המצרים)
יהפכו לששון ולשמחה",
בקרוב ממש.
(משיחת ש״פ מסעי תשכ״ז)