א.
אין היינטיקער סדרה 1
ווערט דערציילט,
אז די בני ראובן און בני גד האבן געהאט מקנה רב,
און זיי האבן געזאגט צו משה׳ן "הארץ אשר הכה ה׳ לפני עדת ישראל ארץ מקנה היא ולעבדיך מקנה",
דעריבער "יותן את הארץ הזאת לעבדיך לאחוזה אל תעבירנו את הירדן".
האט זיי משה געענטפערט "האחיכם יבאו למלחמה ואתם תשבו פה ולמה תניאון גו'",
און ער האט נאך צו דעם צוגעגעבן "כה עשו אבותיכם גו׳" כדלקמן.
ווי איז ביי זיי געווען מלכתחילה א קס״ד,
אז מען זאל זיי געבן "הארץ הזאת" פאר וועלכער אלע אידן האבן זיך געשלאגן,
און זיי — די בני גד ובני ראובן — וועלן דא זיצן בעת די איבעריקע אידן וועלן קעמפן אין ארץ ישראל 2 ?
— זאגט דער אור החיים הקדוש 3 ,
אז אט־די טענה האבן זיי באווארנט דורבן זאגן "הארץ אשר הכה ה׳ לפני עדת ישראל": וויבאלד אז דער אויבערשטער פירט מלחמה פאר אידן,
איז דאך שוין ניט וויכטיק זייער הילד אין דעם כיבוש פון דעם אנדערן זייט ירדן.
האט זיי אבער משה אויף דעם געענטפערט "האחיכם יבאו למלחמה ואתם תשבו פה״: אמת טאקע אז דער אויבערשטער פירט די מלחמה,
אבער גיין אין מלחמה דארף מען דאך,
ובמילא האט עס ניט קיין ארט אז אייערע ברידער זאלן גיין למלחמה און איר זאלט זיצן דא.
און דא האט משה מוסיף געווען נאך א טענה "ולמה תניאון את לב בני ישראל מעבור אל הארץ גו׳": מיט אייער בלייבן זיצן דא וועט איר אפקערן די הארץ פון די אנדערע אידן פון גיין קיין ארץ ישראל,
ווייל זיי וועלן אויסטייטשן אז אייער בלייבן פון דער זייט ירדן קומט מצד דעם וואס איר האט מורא מפני המלחמה
(און דער זאגן "הארץ אשר הכה ה׳ " איז בלויז צו פארדעקן אייער מורא),
וועט עס גורם זיין א חלישות אויך ביי די אנדערע אידן.
ובהמשך לזה האט זיי משה מוכיח געווען "כה עשו אבותיכם גו'",
אז אויך די מרגלים האבן אפגערעדט די אידן פון גיין קיין ארץ ישראל,
און ער האט מסיים געווען "והנה קמתם תחת אבותיכם וגו'".
דארף מען פארשטיין:
א)
וויבאלד אז זייער זאגן "אשר הכה ה '" איז געווען צו באווארענען אז ניט בלויז וועט מען קענען אייננעמען א״י,
נאר עס וועלן דערביי אפילו ניט זיין קיין שום שוועריקייטן,
וואס דאס איז דאך דער היפך פון טענת המרגלים ״ לא נוכל לעלות גו׳״ 4
— היינט ווי האט עס משה זיי פארגליכן צו די מרגלים,
און געזאגט "קמתם תחת אבותיכם תרבות אגשים חטאים גו'" — בלויז דערפאר וואס מ׳קען אויסטייטשן אז זיי בלייבן מעבר לירדן מזרחה ווייל זיי האבן מורא 5 ?
ב)
די בני גד ובני ראובן זיינען געקומען צו משה׳ן מיט א בקשה " אם מצאנו חן בעיניך גו׳ אל תעבירנו את הירדן".
איז דאך פארשטאנדיק,
אז אויב משה וואלט זיי געזאגט אז ער וויל זייער בקשה ניט דערפילן — זיינען זיי גרייט געווען צו גיין אין א״י,
און דאן וואלט במילא אפגעפאלן די טענה "ולמה תניאון גו׳".
איז צוליב וואס האט משה ניט אננעמענדיק די בקשה — זיי געדארפט מוכיח זיין און מיט א גרויסער אריכות ובפרטיות "כה עשו אבותיכם גו׳",
און וואס פאר אן ארט האט די תוכחה?
ג)
לאחרי ווי זיי האבן געזאגט "ואנחנו נחלץ חושים גו׳",
האט משה רבינו גלייך דערויף מסכים געווען אן מוסר זאגן א.
ז.
וו.
קומט אויס דערפון,
אז זייער בלייבן "פה" איז געווען אויסגעהאלטן כפי הכוונה העליונה.
היינט פארוואס געפינט מען גאר,
אז פאר זייער בלייבן אין עבר הירדן האט מען זיי פארטריבן אין גלות פריער פאר אלע אידן — "נחלה מבוהלת בראשונה ואחריתה לא תבורך" 6 ?
ב.
לכאורה האט מען געקענט ענטפערן,
אז די טענה פון משה׳ן איז געווען
(ניט בלויז אויף דעם ניט וועלן גיין למלחמה,
נאר אויך)
אויפן עצם ענין פון אויסקלייבן פאר זיך אן אנ-
דער לאנד אנשטאט א״י 7 ,
און דערצו נאך טענה׳ן,
אז די אנדער לאנד האט א מעלה אויף א״י — דערמיט וואס זי איז "ארץ מקנה" 8 .
און דאס האט משה אויך געמיינט מיט "ולמה תניאון גו׳ כה עשו אבותיכם גו'",
אז פונקט ווי די מרגלים האבן אפגערעדט
(זיך און בכלל)
די אידן פון גיין אין א״י,
דורך זאגן
(ניט בלויז "לא נוכל לעלות גו׳",
נאר אויך)
"וזה פרי׳" 9
(וואס זיי האבן געזאגט נאך פאר "אפס כי עז העם גו׳״)
— בגנותה של א״י; אזוי אויך איר 10
— בני גד ובני ראובן — דורך אייער זאגן אז "הארץ הזאת"
איז בעסער פון א״י,
וועט איר מונע זיין
(זיך און)
די אנדערע אידן פון גיין 11
"אל הארץ אשר נתן להם ה׳" 12 .
[ועפי״ז וועט אויך זיין פארשטאנדיק וואס אין זיין טענה "כה עשו אבותיכם גו'" האט משה דערמאנט "ויעלו עד נחל אשכול גו׳״ 13
— ווייל דערמיט האט ער מרמז געווען "האשכול אשר כרתו משם בנ״י״ 14
אויף וועלכן די מרגלים האבן געזאגט "וזה פרי׳"].
און לויט דעם איז אויך פארשטאנדיק וואס אויך נאך דעם ווי ב״ג וב״ר האבן צוגעזאגט "ואנחנו נחלץ חושים לפני בנ״י" 15
און משה האט דערצו מסכים געווען* 15 ,
ווערט גערעכנט זייער נעמען די נחלה אין עבר הירדן פאר אן ענין בלתי רצוי
(כנ״ל סוף ס״א)
— ווייל די הסכמה פון משה רבינו אויפן תנאי "אם תחלצו לפני ה׳ למלחמה",
איז געווען בלויז דערפאר וואס דאן וועט עס ניט שאטן די אנדערע אידן.
אבער אעפ״כ,
בנוגע די בני גד ובני ראובן אליין,
ווערט דאס וואס "ישבו להם חוץ מארץ ישראל" — גערעכנט פאר אן ענין בלתי רצוי 16 .
ס׳איז נאך אבער ניט מובן: משה׳ן איז דאך געווען נוגע ניט בלויז דער כלל ישראל,
נאר אויך יעדער איינצלנער איד,
און עאכו״כ צוויי מיט א האלבן שבטים.
היינט ווי האט ער מסכים געווען צו אן ענין וואס באווארנט די אנדערע שבטים און אים האט לכאורה ניט געארט 17
וואס די ב״ג וב״ר אליין נעמען ניט קיין נחלה אין א״י?
ג.
עס שטייט אין חסידות 18 ,
אז די ב״ג וב״ר האבן געוואלט בלייבן אין עבר הירדן און פארנעמען זיך מיט מקנה,
ווייל אין דער ארבעט פון רועי צאן זיינען ניטא אזוי פיל טרדות 19 ,
און
(אויך)
זייענדיק אנשי מקנה וועלן זיי קענען כסדר זיין פארבונדן מיטן אויבערשטן.
וואס דאס איז אויך דער טעם 20
וואס די אבות און די שבטים
(אויסער יוסף)
האבן אויסגעקליבן צו זיין "רועי צאן",
בכדי ניט צו זיין טרוד אין ענינים פון עוה״ז,
און קענען זיין שטענדיק א מרכבה צו אלקות 18 .
וואס עפ״ז איז פארשטאנדיק די ענלעכקייט פון ענין ב״ג וב״ר צו דעת המרגלים — אויך בפנימיות הענינים:
אויך די מרגלים האבן געוואלט בלייבן אין מדבר — ווייל 21
זיי האבן געוואוסט,
אז קומענדיק אין א״י וועט נפסק ווערן דער מן און מ׳וועט מוזן אנקומען צו לחם מן הארץ — א זאך וואס איז פארבונדן מיט א גרויסער צאל מלאכות ווי חרישה וזריעה וכו'.
דעריבער האבן זיי געוואלט בלייבן אין מדבר אפגעטראגן פון וועלט,
וואו אויך זייער גשמיות׳דיקע אכילה
(ושתי׳)
איז געווען לחם מן השמים
(און מים מבארה של מרים וכו').
און כאטש אז אויך ביי די אבות און שבטים איז געווען אזא הנהגה,
האט זיך דאס ביי די מרגלים גערעכנט פאר א חטא,
ווייל אט די סארט הנהגה האט געהאט אן ארט פאר מתן תורה.
אבער נאך מתן תורה — וואס די כוונה פון מ״ת איז צו מאכן פון עוה״ז הגשמי א כלי צו אלקות 22 ,
דארף מען טאן מיט ענינים הגשמיים אויף מאכן פון זיי א דירה לו יתברך.
עפ״ז ווערט די קשיא
(דלעיל סוף ס״ב)
נאך שטארקער: ווי האט טאקע משה מסכים געווען אז די בני גד ובני ראובן זאלן פארבלייבן אין עבר הירדן און ניט אריינגיין אין ארץ ישראל?
ד.
וועט מען עס פארשטיין בהקדים,
אז אויך נאך מ״ת זיינען אידן געטיילט אין צוויי סוגים: יושבי אהל און בעלי עסק 23
; ישכר וזבולון,
מארי תורה און מארי עובדין טבין 24 .
ולכאורה,
וויבאלד אז,
כנ״ל,
די כוונה פון מ״ת איז צו מאכן די וועלט פאר א כלי צו אלקות,
האבן דאך אלע אידן לכאורה געדארפט זיין בסוג בעלי עסק?
איז דער ביאור אין דעם,
אז בכדי עס זאל זיך אויספירן די כוונה פון "דירה בתחתונים"
[וואס דער פירוש פון "דירה" איז ניט בלויז אז ס׳זאל זיין א דירה לעצמותו ,
נאר אויך,
אז אין דער דירה זאל עצמות זיך געפינען בגלוי 25 ]
דארף מען האבן ניט נאר די עבודה פון קיום המצות בדברים גשמיים,
דורך וועלכע עס ווערט המשכת העצמות,
נאר אויך לימוד התורה,
וואס פועל׳ט,
אז די המשכת העצמות
(וואס דורך קיום המצות)
זאל זיין בגילוי .
און דערפאר מוזן זיין "מארי תורה",
וואס דורך זייער לימוד התורה גיבן זיי אריין א "ליכטיקייט" איין דעם קיום המצות פון די "מארי עובדין טבין" 26 ,
אז די המשכת העצמות דורך עובדין טבין זאל זיין בגלוי.
נאר היות אז די המשכת העצמות ווערט אויפגעטאן
(בעיקר)
דורך די ומארי)
עובדין טבין,
און
(די עבודה פון די מארי)
תורה איז
(בעיקר)
צו "באלייכטן" און מגלה זיין דעם ענין וואס טוט זיך אויף דורך דעם קיום המצות 27 ,
איז דעריבער איינגעשטעלט דער סדר,
אז מארי תורה זיינען א מיעוט,
און דער רוב פון אידן אה זיך עוסק אין "ואספת דגנך" 28 .
ה.
און דאס איז איינער פון די חילוקים צווישן ענין בני גד ובני ראובן,
און ענין המרגלים: די מרגלים האבן געוואלט אז אלע אידן זאלן בלייבן מחוץ לארץ ישראל,
ובמילא,
איז דאס געווען היפך הכוונה; משא״כ ב״ג וב״ר האבן געבעטן,
אז
(נאר)
זיי זאלן בלייבן אין עבר הירדן,
איז עס ניט היפך הכוונה — ווארום א מיעוט פון אידן דארפן זיין אויך אין דעם קו.
אבער אעפ״כ האט צו זיי משה געזאגט "כה עשו אבותיכם גו׳",
ווייל ענינם פון מארי תורה איז צו באלייכטן און אריינגעבן א חיות אין דער עבודה פון מארי עובדין טבין
— און ווי גערעדט שוין פיל מאל 29
אין דעם פירוש פון "העליונים ירדו לתחתונים" 30 ,
אז די יושבי אהל
(עליונים)
דארפן זיך אראפטראגן צו די בעלי עסק
(תחתונים)
און משפיע זיין צו זיי 31
—
איז דאך במילא זייער בקשה "אל תעבירנו את הירדן",
צו זיין אפגעזונדערט פון ארץ ישראל לגמרי — היפך הכוונה,
אבער לאחרי ווי דורך זיין תוכחה האט משה רבינו ביי זיי ארויסגערופן דעם מס״נ אויף
(דעם כיבוש פון א״י,
וואס תכליתו איז)
אופן העבודה פון א״י 32
— "ואנחנו נחלץ חושים לפני בני ישראל",
האט משה מסכים געווען זיי זאלן נעמען זייער נחלה אין עבר הירדן
— ווייל דורך די גרייטקייט אויף "נחלץ חושים" האבן זיי ארויסגעוויזן אז זייער פארבלייבן אין עבר הירדן איז
( ניט מצד זייער וועלן זיין אפגעזונדערט פון וועלט,
נאר)
מצד דעם,
וואס אין דער כוונה פון דירה בתחתונים גופא,
האבן זיי פאר זיך אויסגעקליבן די עבודה פון "מארי תורה".
ו.
לאחרי כל הנ״ל איז עס אבער פונדעסטוועגן געווען,
בדקות,
א נטי' פון אמיתית פנימיות הכוונה 33 .
און דעריבער הייסט עס "נחלה מבוהלת בראשונה גו׳",
וואס דאס ווייזט אויף בחי׳ תהו — היפך ההתיישבות דתיקון,
ווייל דער עיקר ופנימיות הכוונה איז — אין המשכת אורות בכלים,
מאכן א דירה לו ית׳ בתחתונים .
(ממאמר ד״ה ומקנה רב תש״כ.
ושיחת ש״פ מטו״מ תשי״ט)