B"H
🏡

Ikar

מטות א

א.

אין פסוק "ויאמר אלעזר הכהן גו׳ זאת הקת התורה אשר צוה ה׳ את משה" 1 ,

שטעלט זיך רש״י אויף "ויאמר אלעזר הכהן גו׳״ און איז מפרש: "לפי שבא לכלל כעס בא לכלל טעות,

שנתעלמו ממנו הלכות גיעולי עכו"ם".

(און רש״י איז מוסיף,

אז אזוי געפינט מען אויך ביי שמיני למילואים 2

ווען בא לכלל כעס בא לכלל טעות,

און אזוי אויך ביי "שמעו נא המורים כו׳״ 3

— על ידי הכעס טעה).

דארף מען פארשטיין:

דער לשון "טעות" פאסט אין פאל ווען מען ווייס א געוויסע זאך,

נאר די ידיעה איז ניט קיין ריכטיקע — זי איז א טעות׳דיקע ידיעה.

בעת אבער אן ענין ווערט ביי א מענטשן "נתעלם" און ער פארגעסט אויף אים,

פאסט דאן לכאורה ניט צו זאגן אז דער מענטש האט זיך טועה געווען 5 ?

מוז מען זאגן,

אז רש״י׳ס לשון "שבא לכלל טעות " בשייכות דערמיט וואס " נתעלמו ממנו הלכות גיעולי עכו״ם",

איז מצד דעם וואס וויבאלד אז משה האט געזאגט די הוראות "תתחטאו",

ער האט אבער דערביי געזאגט אז דאס גייט אף כל הורג נפש גו׳ וכל בגד גו׳ ומכלל הן — אתה שומע לאו,

אז בא אנדערע זאכן דארף מען גארניט טאן — איז זיין זאגן כלל טעות.

אבער אויך דאס איז ניט מובן: הלכות טומאה און הלכות גיעול זיינען דאך צוויי באזונדערע ענינים.

היינט פארוואס זאל מען אנרופן דאס ניט זאגן הלכות גיעול בשעת זיין זאגן ״תתחטאו״ — הלכות טומאה 6

א טעות?

ב.

דערנאך שטעלט ער זיך אויף "כאשר צוה ה׳ וגו׳" און זאגט "תלה ההוראה ברבו".

אויך דא דארף מען פארשטיין:

דער פי׳ פון "זאת הקת התורה" איז,

אז ״זאת״ װאס ער קומט זאגן

(דאס ווייטער־געזאגטע)

איז די

(אײנציקע)

חוקה פון

(כללות ה)

תורה.

וואס דערפאר איז רש״י מאריך אין אנהייב פון פ׳ הקת "לפי שהשטן ואוה״ע מונין כו׳",

אז די חוקה פון פרה אדומה אויף וועלכע עס שטייט "זאת חקת התורה",

איז אנדערש פון אלע אנדערע חוקים דערמיט וואס זי איז לגמרי ניט אין גדר השכל 7 .

איז דאך ניט מובן: הל׳ גיעולי עכו״ם זיינען דאך מובן אין שכל און זיי זיינען ניט קיין חוקה — ווי פאסט דא דער לשון "זאת חקת התורה" 8 ?

מוז מען זאגן,

אז מיט "זאת חקת התורה" האט אלעזר געמיינט דעם פריעדיקן דין פון "הזאת שלישי ושביעי" וואס משה האט זיי געזאגט 9 ,

און אויף דעם האט ער,

אלעזר,

מוסיף געווען ״אך את הזהב גו׳״ — "אך לשון מיעוט״ — אז אפי׳ נאך דעם מטהר זיין די כלים מטומאת מת,

טאר מען זיי ניט נוצן ביז מען וועט זיי מגעיל זיין 10 .

איז עפ״ז ניט מובן: די ווערטער "אשר צוה ה׳ את משה" זיינען דאך דער אויספיר פון "זאת חקת התורה" מיט וועלכן עס ווערט געמיינט דער דין וואס משה האט געזאגט.

פארוואסזשע זאגט רש״י "אשר צוה ה׳ וגו׳,

תלה ההוראה ברבו",

וואס לויט דעם באציען זיך די ווערטער "אשר צוה" צו "אך את הזהב גו׳" וואס אלעזר האט געזאגט?

ג.

איז דער ביאור אין דעם:

צוליב דערמאנען די הל׳ טומאה וואס "הזהיר לכם משה" פריער איז גענוג אז אלעזר זאל זאגן "זאת חקת התורה״ — אן דער הוספה "אשר צוה גו׳״ — און גלייך נאכדעם זאל קומען "אך את הזהב גו׳".

פון דעם וואס ער האט מוסיף געווען "אשר צוה ה׳ את משה״,

איז מוכרח 11

אז ער האט עס געטאן בכדי צו תולה זיין אויך די ווייטערדיקע הוראה

(הל׳ גיעולי עכו״ם וואס משה האט ניט געזאגט)

ברבו: אבער היות אז די ווערטער "זאת חקת התורה" זיינען פארבונדן מיט "אשר צוה ה׳ וגו׳"

(כנ״ל ס״ב)

ווי ער איז מדגיש ״זאת ..

אשר",

מוז מען זאגן

(לויט דעם פירוש)

אז אויך די הוראה וועגן גיעולי עכו״ם איז א פרט אין "זאת הקת התורה".

און דעריבער זאגט רש״י "בא לכלל טעות ",

ווייל דאס וואס משה האט זיי ניט געזאגט דעם דין פון גיעול,

איז עס געקומען מצד דעם וואס בא לכלל טעות אז דער דין פון "תתחטאו" 12 ,

די הזיית מי חטאת איז ניט בלויז מטהר די כלי מטומאתה ,

נאר איז אויך מכשיר די כלי פון איר איסור .

און כאטש דער איסור איז בלוע אין די דפנות הכלי,

וואו די מי חטאת קומען כלל ניט אריין — איז דאך אבער אויך די טומאה פארשפרייט איבער דער גאנצער כלי,

און די עטליכע טראפנס מי חטאת 13

וועלכע מען שפריצט אויף דער כלי ומבחוץ נעמען זי ניט ארום,

און פונדעסטוועגן ווערט די גאנצע כלי טהור — זעט מען דאך אז מי חטאת האבן אין זיך אזא שטארקן כח,

וואס דורך דער הזי׳ פון עטליבע טראפנס ומבחוץ נעמען זיי ארויס די גאנצע כלי מטומאתה; אויב אזוי,

האט דאך שוין אן ארט צו זאגן,

אז די הזי׳ זאל אויך מכשיר זיין די כלי פון דעם איסור וואס איז בלוע אין איר.

אויף דעם האט אלעזר געזאגט "זאת חקת התורה גו׳ אך גו׳ — אך לשון מיעוט": די "חקת התורה אשר צוה וגו׳",

איז געזאגט געווארן בלויז בנוגע צו מטהר זיין פון טומאת מת,

אבער ניט צו מטהר זיין פון בליעת איסור נבילות 14 .

ד.

פון די ענינים פון "יינה של תורה״ אין פירוש רש״י דידן —

ווען א כלי איז בולע אן איסור

(און אזוי אויך ווען א מענטש עסט א מאכל אסור,

וואס דאן איז נעשה דם ובשר כבשרו),

גייט אריין דער איסור אין איר,

בפנימיות

(און דער מאכל האסור בפנימיות האדם).

און דעריבער דארף מען די כלי מגעיל זיין,

בכדי ארויסצונעמען פון איר דעם איסור וועלכן זי האט בולע געווען.

משא״כ טומאה איז ניט קיין ענין וואס קומט אריין אין דער פנימיות הכלי

(אדער פון דעם מענטשן)

— ס׳איז נאר אן ענין פון מקיף 15 ,

מען קען עס ניט ״אנטאפן״ מיטן שכל 16 ,

דעריבער קומט אויך די טהרה דורך אן ענין פון מקיף: דורך דער טבילה פון דער כלי

(אדער מענטש),

זעט זיך קיין שינוי ניט אין זייער פנימיות.

און וויבאלד אז טומאת מת איז נאך מער מקיף,

וואס האט כלל ניט קיין ארט אין שבל — ווארום ס׳איז ניטא קיין הסברה אין שכל פארוואס דער מת,

וואס ער גופא איז ניט טמא 17 ,

זאל מטמא זיין אנדערע — איז דעריבער די טהרה פון טומאת מת אין אן אופן וואס איז נאך מער מקיף: דער חידוש הטהרה בטומאת מת קומט ניט אין טובל זיין דעם דבר טמא אין די מי חטאת,

נאר אין דעם שפריצן ב׳ וג׳ טיפין.

ווייל אין דעם ענין פון מקיף איז נוגע דער כללות׳דיקער איבערשטעל פון דער זאך אדער פון אדם הטמא און זיין איבערגאנג פון טומאה לטהרה: א זאך וואס מעסט זיך ניט מיט כמות,

אדער אין שטח.

און דאס איז דער ביאור וואס משה האט געהאלטן אז הזיית מי חטאת קען מכשיר זיין אויך פון איסור — ווייל מקיף פועל׳ט אויף פנימי,

און ווען ס׳איז דא דער כללות׳דיקער איבערשטעל פון דעם מענטשן,

דורך מעורר זיין די מקיפים דקדושה,

ווירקט עס שוין במילא אויך אויף זיינע כחות פנימיים.

דאס איז אבער בלויז מצד משה׳ן,

שושבינא דמלכא 15 ,

וואס ער האט געקוקט אויף אידן מלמעלה למטה; משא״כ ״אלעזר הכהן",

וואס ענינו איז אויפהויבן אידן מלמטה למעלה 19 ,

ער האט געזאגט,

אז ס׳איז ניט גענוג די כללות׳דיקע ווירקונג אין די כחות פנימיים דורך המשכת המקיף,

נאר עס דארף זיין עבודה אויך מיט די כחות פנימיים עצמן.

(משיחת ש״פ חקת תשכ״ה)

Reader controls and commentary are loading.