א.
אין פסוק "אבינו מת במדבר והוא לא הי׳ בתוך העדה הנועדים על ה׳ בעדת קרח כי בחטאו מת גו׳ ״ 1 ,
שטעלט זיך רש״י אויף "והוא לא הי׳ וגו'" און איז מפרש: "לפי שהיו באות לומר בחטאו מת,
נזקקו לומר לא בחטא מתלוננים 2
ולא בעדת קרח שהצו על הקב״ה,
אלא בחטאו לבדו מת ולא החטיא את אחרים עמו"
(און דערנאך ברענגט רש״י צוויי דיעות אין וואס איז באשטאנען דער חטא פון צלפחד,
כדלקמן סעיף ג׳).
איז אין דעם ניט פארשטאנדיק: פארוואס האבן זיי זיך גענויטיקט אין דער הקדמה "לא בחטא מתלוננים ולא בעדת קרח כו׳" בכדי צו קענען זאגן "בחטאו מת"?
מפרשים זיינען מסביר 3 ,
אז דורך מקדים זיין "לא בחטא מתלוננים ולא בעדת קרח כו׳ ״ — חטאים וואס זיינען פארבונדן מיט מחטיא זיין אחרים — האבן זיי קלאר געמאכט,
אז מיט "בחטאו" מיינען זיי "בחטאו לבדו כו"׳.
זיי האבן זיך אבער ניט געקענט באנוגענען מיט זאגן בלויז "והוא לא הי׳ בתוך העדה גו׳ בעדת קרח",
ווייל דאס אליין שליסט נאך ניט אויס אז ער האט געטאן אנדערע חטאים מיט וועלכע החטיא את אחרים.
האבן זיי דעריבער מוסיף געווען "בחטאו מת",
און אזוי ארום — דורכן זאגן ביידע זאכן: "והוא לא הי׳ גו׳ " און "בחטאו מת״ — איז געווארן קלאר זייער כוונה אז "בחטאו לבדו מת ולא החטיא את אחרים עמו".
ס׳איז אבער ניט מובן: זיי האבן דאך געקענט זאגן בפירוש "בחטאו לבדו ",
וואס וואלט פארשפארט די גאנצע אריכות פון "והוא לא הי׳ בתוך העדה וגו'"?
ב.
נוסף לזה וואס ס׳איז ניט פארשטאנדיק די נויטווענדיקייט פון דער הקדמה "והוא לא הי׳ גו׳" פארן זאגן ״בחטאו מת״,
איז ניט מובן דאס גופא: צוליב וואס האבן זיי בכלל געדארפט זאגן "בחטאו מת" 4 ?
מפרשים לערנען 5 ,
אז זיי האבן געדארפט זאגן "בחטאו מת" וואס מיינט "בחטאו לבדו ולא החטיא את אחרים עמו״,
בכדי צו קלאר מאכן אז צלפחד׳ן קומט א חלק אין ארץ ישראל.
ס׳איז אבער שווער אזוי צו לערנען.
ווייל
א)
מען געפינט ניט אין ערגעץ,
אז א מחטיא את אחרים האט ניט געהאט קיין חלק בארץ 6 .
ב)
פון דעם וואס די ווערטער "בחטאו לבדו כו׳" שרייבט רש״י ערשט לאחרי ווי ער איז מפרש "נזקקו לומר לא בחטא מתלוננים כו׳ ",
אבער פריער — ווען ער זאגט "לפי שהיו באות לומר בחטאו מת",
איז ער ניט מפרש "בחטאו לבדו כו׳",
איז קענטיק,
אז מיט זייער זאגן "בחטאו מת" האבן זיי געהאט נאך א כוונה
(אויסער "בחטאו לבדו"),
און אז יענע כוונה איז אזוי פשוט — ביז אז רש״י דארף עס גארניט מפרש זיין.
ג.
דערנאך איז רש״י ממשיך
(אין זעלבן דיבור)
: ר׳ עקיבא אומר מקושש עצים הי׳ ור׳ שמעון אומר מן המעפילים הי׳.
איז אויך אין דעם ניט פארשטאנדיק:
א)
אין פסוק שטייט בלויז "בחטאו מת",
עס שטייט אבער ניט וועלכער חטא דאס איז געווען.
איז פון וואנען נעמט רש״י אז לפי "פשוטו של מקרא" איז "מקושש עצים הי'",
אדער "מן המעפילים הי׳״ ?
ב)
אלע מאל ווען רש״י ברענגט צוויי פירושים,
איז עס דערפאר וואס אין יעדערן פון זיי איז פאראן א געװיסע מעלה.
דארף מען פארשטיין: וואס איז די מעלה פון דעם פירוש "מקושש עצים הי"׳ אויף "מן המעפילים הי"׳; און וואס איז די מעלה פון פירוש "מן המעפילים הי׳" אויף "מקושש עצים הי׳"?
ג)
ווי שוין גערעדט פיל מאל,
ברענגט ניט רש״י דעם נאמען פון דעם בעל המאמר בפירושו,
סיידן אין פאל וואו דורך דעם קומט צו א תוספות ביאור
(לויט דרך הפשט )
אין דעם געבראכטן פירוש פון דעם בעל המאמר.
ד)
אין אונזער פאל,
וואס אין ספרי 7
און גמרא 8
שטייט דער פירוש "מן המעפילים הי'" אין נאמען פון ריב״ב 9 ,
און רש״י ברענגט דעם פירוש גאר אין נאמען פון ר״ש
(געוויס לויט א גירסא וואס ער האט געפונען אין א ״פארװארפענעם״ מדרש 10 )
׳ איז דאך מובן אז דאס איז מצד דעם וואס דוקא דורך דער גירסא אז ר״ש זאגט ״מן המעפילים הי׳״ — וועט צוקומען א תוספות ביאור אין דעם פירוש 11 .
דארף מען פארשטיין: וואס קומט צו אין די פירושים,
דורכן מדגיש זיין אז דעם פירוש מקושש עצים הי׳ האט געזאגט ר״ע און דעם פירוש מן המעפילים הי׳ האט געזאגט ר״ש?
ד.
איז דער ביאור אין דעם,
אז מיט זיין ברענגען די צוויי פירושים "מקושש עצים הי׳" און "מן המעפילים הי'" איז רש״י מסביר,
אז די כוונה פון די בנות צלפחד מיט די ווערטער "בחטאו מת" איז געווען
( ניט בלויז צו אונטערשטרייכן "בחטאו לבדו ",
אז "לא החטיא את אחרים עמו",
נאר תחלת ועיקר הכוונה זייערע איז געווען)
צו לאזן וויסן אין וואס ס׳איז באשטאנען דער חטא פון זייער פאטער וואס צוליב דעם איז ער געשטארבן: זיי האבן געוואלט מודיע זיין אז ער איז געווען דער מקושש,
אדער,
לויטן צווייטן פירוש — אז ער איז געווען פון די מעפילים.
נאר וויבאלד אז מצד כיבוד אב האבן זיי ניט געקענט זאגן בפירוש אז זייער טאטע איז געווען א מחלל שבת,
אדער אז ער איז געווען פון די מעפילים
(אויף וועלכע משה האט געזאגט "למה זה אתם עוברים את פי ה'" 12 )
— ובפרט נאך,
אז זייערע רייד זיינען געווען "לפני משה ולפני אלעזר הכהן ולפני הנשיאים וכל העדה" 13 ,
וואלט דאך געווען דער גרעסטער בזיון זאגן אויף זייער פאטער '"מקושש עצים" צי "מן המעפילים" — האבן זיי דעריבער בלויז געזאגט "בחטאו מת" 14 ,
און בכדי מען זאל וויסן וועלכן חטא זיי מיינען,
האבן זיי פריער מקדים געווען אז ער איז ניט געווען בחטא מתלוננים און ניט בעדת קרח,
וואס דאן וועט מען שוין חוקר ודורש זיין און אויסגעפינען אז ער איז געווען "מקושש עצים" אדער
(לויטן צווייטן פירוש)
מן המעפילים 15 .
ה.
וואס איז זיי געווען אזוי נוגע מען זאל וויסן אז זייער פאטער איז געווען מקושש עצים אדער מן המעפילים — דארף מען פריער מבאר זיין די טענה פון די בנות צלפחד "למה יגרע שם אבינו גר תנה לנו אחוזה גר" 16
(וואס זייער סיפור "אבינו מת במדבר גר כי בחטאו מת" איז געווען א הקדמה צו דער דאזיקער טענה)
:
פון דעם לשון "למה יגרע שם אבינו גו" איז מוכח בפשטות,
אז זייער תביעה איז געווען
[ניט בלויז אז פון דער נחלה פון חפר׳ן,
וואס עס האבן גענומען זיינע אנדערע זין
(און אייניקלאך),
זאלן זיי נעמען 17
"חלקו של צלפחד עס אחיו בנכסי חפר" 18 ,
נאר אויך]
אז זיי זאלן נעמען "חלק אביהן" גופא 19 ,
ווארום הגם אז "לבאי הארץ נתחלקה הארץ" 20
און צלפחד איז דאך ניט געווען פון די באי הארץ,
פונדעסטוועגן האבן זיי גע׳טענה׳ט,
אז כשם ווי אויב צלפחד וואלט איבערגעלאזן א זון
(א בן עשרים)
וואלט ער גענומען א חלק בארץ,
איז בשעת "אין לו בן" און "אנו במקום בן עומדות" 21 ,
קומט זיי אט דער חלק.
אבער לכאורה האט די טענה קיין ארט ניט: וויבאלד אז "לבאי הארץ נתחלקה הארץ",
איז דאך אפילו ווען צלפחד וואלט געהאט א בן צווישן די באי הארץ,
וואלט ער גענומען ניט חלקו של צלפחד,
נאר זיין אייגענעם חלק
(מצד דעם וואס דער בן וואלט געווען פון די באי הארץ).
היינט וואס פאר אן ארט האט די טענה אז דערפאר וואס "אנו במקום בן עומדות" קומט זיי דעריבער חלקו של צלפחד 22
?
ו.
איז דער ביאור אין דעם:
איידער די אידן זיינען ארויס פון מצרים,
האט זיי דער אויבערשטער צוגעזאגט "והוצאתי אתכם מתחת סבלות מצרים גו׳ והבאתי אתכם אל הארץ גו׳ ונתתי אותה לכם מורשה גו" 23
ד.
ה.
אז דער אויבערשטער האט צוגעזאגט צו געבן ארץ־ישראל צו די יוצאי מצרים.
נאר לאחרי דעם חטא פון "וילנו גו׳ כל בני ישראל ויאמרו גו׳ ולמה ה׳ מביא אותנו אל הארץ הזאת גו׳" 24 ,
האט דער אויבערשטער געזאגט
("מדה כנגד מדה")
" כאשר דברתם באזני כן אעשה לכם ..
אם אתם תבאו אל הארץ וגו׳" 25 .
אעפ״כ,
האט דער אויבערשטער ניט צוגענומען לגמרי זייער זכות אין א״י,
נאר ער האט זייער זכות איבערגעגעבן צו "טפכם",
אז ״והביאתי אותם וידעו את הארץ גו׳ ״ 26 .
ד.
ה.
אז דאס וואס די באי הארץ האבן געהאט א חלק אין א״י,
איז עס מצד דעם וואס זיי זיינען ״טפכם״ — טף פון די יוצאי מצרים.
און וויבאלד אזוי,
לייגט זיך צו זאגן,
אז כשם ווי לויט דעם מ״ד "ליוצאי מצרים נתחלקה הארץ" האבן די באי הארץ גע׳ירש׳נט א״י פון זייערע עלטערן די יוצאי מצרים,
עד״ז איז אויך לויט דעם מ״ד " לבאי הארץ נתחלקה הארץ",
[הגם אז דעם חלק ממש בארץ וואס די באי ארץ האבן גענומען,
איז ניט געווען קיין ירושה פון די יוצאי מצרים,
וואס דערפאר איז ווען איינער פון די יוצאי מצרים האט למשל געהאט דריי זין צווישן די באי ארץ,
האבן זיי גענומען דריי חלקים],
איז אבער דאס גופא וואס די באי הארץ זיינען געווען אט־די צו וועמען "נתחלקה הארץ",
איז עס איבער דעם" וואס זיי זיינען געווען די טף און יורשים פון די יוצאי מצרים 28 .
און דעריבער האבן די בנות צלפחד גע׳טענה׳ט אז וויבאלד "אנו במקום בן עומדות",
דארף במילא איבערגיין דער זכות פון אונזער פאטער צו אונז 29 ,
פונקט ווי דער זכות פון אלע אנדערע יוצאי מצרים איז איבערגעגאנגען צו זייערע זין:
די בנות צלפחד האבן געהאלטן,
אז דאס וואס אנדערע פרויען האבן ניט קיין חלק בארץ,
איז עס ניט מצד דעם וואס זיי זיינען בעצם ניט אין דעם כלל פון "לאלה תחלק הארץ",
[ווי די "פחותים מבן עשרים",
וואס זייגען נתמעט געווארן פון דעם ווארט "לאלה" 30 ],
נאר מצד דעם,
וואס זיי האבן ברידער,
און היות ווי בת במקום בן אינה יורשת,
קענען זיי ניט גערעכנט ווערן אלס די יורשים פון די יוצאי מצרים,
און וויבאלד אזוי,
דארף דאך אויסקומען אז אין זייער פאל,
וואס "אבינו מת גו׳" און " אין לו בן"
(אויך ניט קיין בן וואס איז פחות מבן עשרים 31 ),
זיינען זיי די יורשים פון זייער פאטער,
און במילא דארף איבערגיין דער זכות פון זייער פאטער צו זיי,
און זיי זאלן נעמען א חלק בארץ 32 .
ז.
פון וואנעט האבן די בנות צלפחד גענומען אז דאס וואס נשים בכלל האבן ניט קיין חלק בארץ איז עס ווייל "בת במקום בן אינה יורשת" און ניט ווייל בעצם האבן זיי ניט קיין חלק בארץ
(אזוי ווי די פחותים מבן עשרים)
—
אויף דעם האבן זיי מקדים געווען "והוא לא הי׳ בתוך העדה גו׳ כי בחטאו מת״: וויבאלד אז " בחטאו מת"׳ ער איז געשטארבן איבער זיין חטא
(וואס ער איז געווען "מקושש עצים" אדער פון די מעפילים),
און ניט ווי די אנדערע מתי מדבר וואס זייער חטא איז געווען דאס זאגן "ולמה ה׳ מביא אותנו אל הארץ הזאת",
קען דאך ניט געמאלט זיין,
אז די הבטחה וואס דער אויבערשטער האט צוגעזאגט צו יעדערן פון די יוצאי מצרים "ונתתי אותה לכם מורשה גו׳ ",
זאל פון אים צוגענומען ווערן אינגאנצן ,
ביז אז ער זאל ניט האבן אפילו קיין קינדער וואס זאלן נעמען א חלק בארץ צוליב אים,
[אזוי ווי ס׳איז געווען ביי די מתי מדבר וועלכע זיינען געשטארבן אן קינדער,
אדער זייערע קינדער זיינען געווען פחותים מבן עשרים],
ווארום וויבאלד אז ער איז ניט באגאנגען קיין חטא וואס איז פארבונדן מיט א״י 33 ,
איז במילא ניטא קיין טעם דערויף און עס פרעגט זיך פארוואס — ״ למה — יגרע שם אבינו",
און וויבאלד אז "השופט כל הארץ לא יעשה משפט"
(בתמי׳) 34 ,
איז דאס גופא מוכיח אז אויך די בנות פון די יוצאי מצרים,
אין פאל ווען "בן אין לו",
ירש׳נען דעם זכות פון זייער פאטער אויף צו נעמען א חלק בארץ.
ח.
ע״פ כל הנ״ל,
וועט מען אויך פארשטיין פארוואס די בנות צלפחד האבן געדארפט זאגן "בחטאו מת":
וויבאלד אז זייערע ערשטע ווערטער זיינען "אבינו מת במדבר "
[און "במדבר" האבן זיי געמוזט זאגן,
בכדי צו מדגיש זיין אז ער איז ניט געשטארבן אין מצרים,
ובמילא איז ער געווען פון די יוצאי מצרים — צו וועמען דער אויבערשטער האט צוגעזאגט "ונתתי אותה לכם מורשה"]
וואלט מען דאך במילא געמיינט,
אז ער איז געווען פון די מתי מדבר,
וואס זיינען געשטארבן איבער דעם חטא פון "וילונו גו׳ ולמה ה׳ מביא אותנו אל הארץ הזאת",
האבן זיי דעריבער געדארפט זאגן "בחטאו מת",
אנגעבן ברמז עכ״פ דעם חטא פאר וועלכן ער איז געשטארבן,
בכדי מען זאל וויסן אז ער איז ניט פון די מתלוננים.
און כאטש זיי האבן געזאגט בפירוש,
"והוא לא הי׳ בתוך העדה גו׳",
וואס דאס מיינט
(ווי רש״י זאגט)
"לא בחטא מתלוננים״ 35
— וויבאלד אבער אז ביים חטא פון מתלוננים שטייט "וילונו גו׳ כל בני ישראל",
איז ווען זיי וואלטן געזאגט בלויז "והוא לא הי׳ גו'"
(אבער ניט געזאגט "בחטאו מת"),
וואלט עס געווען אומגלויבלעך — דערפאר האבן זיי געזאגט "בחטאו מת",
אז ער איז געשטארבן צוליב זיינעם א חטא,
וואס איז שולל דעם חטא המתלוננים 36
:
לויטן פירוש "מקושש עצים הי׳ " איז דאך דאס א ודאי שולל דעם חטא המתלוננים,
ווארום די מעשה פון דעם מקושש עצים איז געווען א יאר פאר די מתלוננים 37 ?
און אויך לויטן פירוש "מן המעפילים הי׳",
איז וויבאלד אז די מעפילים האבן תשובה געטאן אויף דעם חטא פון ניט וועלן אריינגיין אין א״י,
ביז אז אפילו ווען משה רבינו האט זיי געווארנט "אל תעלו גו׳ כי העמלקי גו׳ ׳׳ פונדעסטוועגן "ויעפילו לעלות אל ראש ההר" 38
— קען דאך במילא ניט געמאלט זיין,
אז עס זאל פון אים צוגענומען ווערן זיין זכות אין א״י.
ועפ״ז איז אויך פארשטאנדיק בפשטות וואס רש״י איז מוסיף "מקושש עצים הי׳ " אדער "מן המעפילים הי'" — ווייל דאס זיינען די איינציקע אופנים אין "חטאו",
וואס זיינען שולל דעם חטא המתלוננים.
ט.
עס פאדערט זיך נאך אבער ביאור: וויבאלד אז אין די ווערטער "בחטאו מת"
(פון פסוק),
איז ניטא קיין רמז וואס עס איז געווען חטא צלפחד,
און דאס וואס רש״י זאגט ״מקושש עצים ..
מן המעפילים הי" " נעמט ער עס ארויס
[ניט פון לשון "בחטאו מת",
נאר]
דערפון וואס דאס זיינען די איינציקע חטאים וואס זיינען שולל דעם חטא המתלוננים — קומט דאך במילא אויס,
אז די צוויי אופנים זיינען ניט קיין פירושים אין פסוק — ווארום פון פסוק ווייס מען ניט צי צלפחד איז געווען דער מקושש אדער מן המעפילים.
היינט אויב אזוי,
האט דאך רש״י געדארפט שרייבן ביידע אופנים בחדא מחתא — מקושש עצים או מן המעפילים הי׳
(וכיו״ב)
— און ניט מאכן זיי פאר צוויי פירושים?
בנוגע צום אופן "מקושש עצים הי׳",
קען מען דאך מסביר זיין אז רש״י נעמט אים אן ווי א פירוש פון פסוק,
ווארום פון פשטות הכתוב איז משמע,
אז די טענה פון די בנות צלפחד איז געלעגן אין די ווערטער "בחטאו מת" גופא.
איז דעריבער מסתבר צו זאגן ״מקושש עצים הי׳״ — ווייל דאן איז פארשטאנדיק ווי מיט זייערע ווערטער האבן זיי אנגעוויזן אויף זיין חטא
(מקושש),
היות ווי דער טייטש "בחטאו"
( זיין חטא)
איז — א חטא היחיד,
און דער אײנציקער חטא היחיד
(פון די חטאים הידועים)
בדור המדבר,
איז געווען דער חטא פון מקושש עצים 39
(משא״כ אויב ״מן המעפילים — ל׳ רבים — הי׳",
וועט מען מוזן דוחק זיין,
אז מיטן זאגן "בחטאו מת" האבן זיך די בנות צלפחד פארלאזן אז דורך דעם וועלן שוין משה ואלעזר וכו׳ אליין חוקר ודורש זיין און אויסגעפינען אז זייער פאטער איז געווען מן המעפילים).
עס בלייבט נאך אבער שווער,
וואס אויך "מן המעפילים הי׳" שרייבט רש״י אלס א פירוש — און אויף דעם אופן איז דאך שוין געוויס ניטא קיין הוכחה פון פסוק.
איז די שאלה באווארנט רש״י מיט זיין ברענגען די נעמען פון די בעלי המאמר — ר״ע אומר מקושש עצים הי׳ ר״ש אומר מן המעפילים הי׳ — אז כאטש פון פסוק אליין איז טאקע קיין הוכחה ניטא וואס חטא צלפחד איז געווען,
איז אבער דא א מעלה אין יעדערן פון די צוויי אופנים — מצד די שיטות פון די בעלי המאמר ר״ע און ר״ש,
כדלקמן.
י.
דער חטא פון מקושש עצים איז
(בדרך הפשט 40 )
געווען קלענער ווי דער חטא פון די מעפילים,
דערמיט וואס
(א)
אין דעם חטא פון מקושש איז ניט געווען קיין השתתפות פון נאך אידן,
ובמילא — איז ער געווען אינגאנצן מושלל פון "החטיא את אחרים".
(ב)
דער חטא המקושש איז געטאן געווארן אין דעם ערשטן שבת וואס די אידן זיינען געווען במדבר 37 ,
פאר מתן תורה — און דאס איז דאך מובן אויך בפשטות 41 ,
אז פאר מ״ת איז ניט געווען די הארבקייט ווי נאך מתן תורה.
אבער טראץ דעם וואס דער חטא המעפילים איז געווען הארבער ווי דער חטא פון מקושש,
ווערט אבער די טענה "למה יגרע שם אבינו"
(אז צלפחד׳ן קומט א חלק אין א״י)
ארויסגעבראכט שטארקער לויט דעם פירוש ״מן המעפילים הי׳ ״ —
ווייל דורך דעם וואס צלפחד איז געווען פון די מעפילים,
האט ער ניט נאר תשובה געטאן און אראפגענומען דעם חטא המתלוננים,
נאר דאס גופא איז אויך א טעם חיובי אז אים קומט א חלק אין א״י — מצד דעם וואס ער האט זיך מוסר נפש געווען פאר א״י.
און דאס איז רש״י מרמז מיט זיין ברענגען די נעמען פון די בעלי המאמר ר״ע און ר״ש:
ר״ע איז געווען רגיל לזכות את ישראל 42 .
און דעריבער,
ווען מען קען לערנען צלפחד׳ס חטא אויף צוויי אופנים — קלייבט ער אויס דעם גרינגערן חטא;
אבער ר״ש איז "דריש טעמא דקרא" 43
— און דעריבער איז אים געשמאקער צו לערנען "מן המעפילים הי'",
בכדי עס זאל אויסקומען אז מיט זייער זאגן "בחטאו מת" האבן זיי
(אויך)
געזאגט א טעם פארוואס אים קומט א חלק בארץ,
כנ״ל.
יא.
נאך אן ענין ווערט באווארנט דורך דעם וואס רש״י ברענגט דא ר״ע אומר;
די בנות צלפחד האבן נאך דאן ניט חתונה געהאט,
ווי עס שטייט ווייטער אין פ׳ מסעי 44 .
איז דאך ניט גלאטיק: די מעשה פונעם מקושש עצים איז געווען
(כנ״ל סוף סעיף יו״ד)
אין דעם ערשטן שבת וואס די אידן זיינען געווען במדבר,
היינט ווי קומט עס אז בשנת הארבעים האבן זיי נאך ניט חתונה געהאט 45 ?
[ניט אינגאנצן גלאטיק איז אויך לויטן פירוש "מן המעפילים הי׳",
ווייל די מעשה פון די מעפילים איז געווען בלויז איין יאר" נאך דער מעשה פון מקושש]
איז דאס ווערט באווארנט מיט " ר״ע אומר״ — ווייל אויך ר״ע 47
האט חתונה געהאט ערשט צו פערציק יאר 48 .
יב.
פון די ענינים פון "יינה של תורה״ אין פרש״י דידן —
פ׳ פנחס לייענט מען אין דעם ערשטן שבת פון בין־המצרים,
אדער אין דעם שבת וואס פאר דעם.
האט מען אין דעם די הוראה:
כשם ווי אין דער ערשטער כניסה לארץ־ישראל,
איז ניט געקוקט אויף דער גזירה "אם אתם תבואו אל הארץ גו׳ "׳ האט מען דורך דער תשובה פון "ויעפילו גו׳" ניט בלויז
[מתקן געווען דעם חטא המתלוננים און במילא]
אראפגענומען די גזירה,
נאר נאך מער: דער "ויעפילו גו׳" איז גאר געווען א טעם אויף צו באקומען א חלק בארץ.
ד.
ה.
אז דער "ויעפילו" האט געבראכט צו א שטארקערע שייכות מיט א״י ווי די וואס איז געווען פאר דעם חטא המתלוננים;
אזוי וועט אויך זיין ביי דער כניסה לא״י דורך משיח צדקנו,
אז די תשובה אויף ״חטאינו״,
וועט ניט בלויז אראפנעמען דעם "גלינו מארצנו"
(וואס איז געקומען " מפני חטאינו"),
נאר זי וועט אויך ברענגען,
אז די כניסה לא״י וועט זיין אין א פיל גרעסערן און שטארקערן אופן ווי פאר ״חטאינו״ — גדול יהי׳ כבוד הבית הזה האחרון מן הראשון 49
— אין דער גאולה האמיתית והשלימה דורך משיח צדקנו,
יבא ויגאלנו בקרוב ממש
(משיחת ש״פ פנחס תשכ״ח)