א.
בתחלת הסדרה איז רש״י מעתיק פון פסוק: "פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן״ און איז דערויף מפרש 1
: "לפי שהיו השבטים מבזין אותו הראיתם בן פוטי זה שפיטם אבי אמו עגלים לע״ז והרג 2
נשיא שבט מישראל,
לפיכך בא הכתוב ויחסו אחר אהרן".
וואס איז דא קשה אין די ווערטער "פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן" וואם רש״י מאכט דאס רעכט מיט זיין פי׳ אויף זיי?
אין פשטות איז דער ביאור אין דעם: מיט עטליכע פסוקים פריער 3 ,
שטייט "וירא פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן״ — וואס דארף דער פסוק דא נאכאמאל איבעריחזר׳ן זײן יחוס 4 ?
אויף דעם ענטפערט רש״י,
אז די שבטים האבן אים מבזה געווען מיט אן ענין פון היפך היחוס,
דעריבער קומט דער פסוק און איז מדגיש זיין געהויבענעם יחוס דורך אויסרעכענען דאס נאכאמאל.
מען דארף אבער פארשטיין :
א)
פון דעם וואס "בא הכתוב ויחסו כו׳" קען מען בלויז ארויסדרינגען,
אז עמעצער האט אים מבזה געווען; ס׳איז אבער דערפון ניטא קיין משמעות ווער עס האט מבזה געווען.
און אויב אזוי וואלט מען דאך לכאורה געדארפט בעסער אננעמען,
אז דאס האבן אים מבזה געווען בלויז בני שמעון 5
(היות אז זײ האבן אויף אים געהאט פארדרוס צוליב דעם וואס ער האט גע'הרג'עט זייער נשיא)
; אבער בנוגע די אנדערע שבטים,
לייגט זיך אויפן שכל,
אז וויבאלד אויך זיי האבן געהאט גרויס צער פון מעשה זמרי
(ווי עס ווערט דערציילט אין דער פריערדיקער סדרה 6 ,
אז בעת זמרי איז געקומען מיט דער מדינית איז ״געו כולם בבכי׳״),
זיינען זיי זיכער געווען אײנשטימיק מיט דעם וואס פנחס האט געטאן — ובפרט נאכדעם ווי אט-די פעולה האט געבראכט פאר זיי די תוצאה פון "ותעצר המגיפה מעל בני ישראל" 7 .
פון וואנען נעמט עס רש״י "שהיו השבטים מבזין אותו",
אז אויך אנדערע שבטים האבן אים מבזה געווען 8 ?
ב)
יתרו האט ניט בלויז מפטם געווען עגלים לע״ז,
נאר ער האט אויך געדינט אלע ע״ז פון דער וועלט 9
(און לויט׳ן מדרש — איז ער געווען א כומר לע״ז 10 )
— איז אויב די שבטים האבן געוואלט מבזה זיין פנחס׳ן,
האבן זיי דאך אים געקענט פארשעמען מיט א גרעסערן בזיון,
אז אבי אמו איז געווען א געצנדינער פון אלע ע״ז שבעולם
(און אפילו א כומר לע״ז),
און ניט בלויז "שפיטם עגלים כו׳"?
ג)
אין דעם עצם בזיון,
אז דער זיידע האט מפטם געווען עגלים לע״ז,
איז דאך לכאורה ניטא קיין אונטער־ שייד צי ער איז אבי אמו אדער אבי אביו.
האט דאך רש״י געקענט מקצר זיין בלשונו און זאגן: ״זקנו״ — פארוואס דארף ער אנקומען צו צוויי ווערטער* 10
און
(ועיקר)
אריינגיין אין פרטים וועלכע זיינען דא ניט נוגע און זאגן "אבי אמו"
(ובפרט אז דא קען דאך ניט זיין קיין ספק וועמען מען מיינט — ווייל אבי אביו איז דאך אהרן)?
ד)
אויב רש״י וואלט דא געמיינט נאר צו מסביר זיין פארוואס דער פסוק רעכנט אויס דעם יחוס פון פנחס׳ן
(א צווייטן מאל),
וואלט געווען גענוג ווען רש״י פירט אויס "לפיכך בא הכתוב ויחסו".
וואס איז נאך רש״י מוסיף אויסצוטייטשן צו וועמען דער פסוק מיינט צו מייחס זיין — "
(ויחסו)
אחר אהרן "?
נאך א שטארקערע קשיא: אמת טאקע אז דערמיט וואס דער פסוק איז מוסיף "בן אהרן הכהן",
אז פנחס איז ניט נאר א זון פון אלעזר,
נאר אויך אן אייניקל פון אהרן הכהן,
ווערט נאכמער פארגרעסערט זיין יחוס — ס׳איז דאך אבער קלאר,
אז אויך ״בן אלעזר״ אלײן איז א גרויסער יחוס
(ווארום אלעזר איז געווען דער סגן כה״ג 11 .
נאך מער: דא במעשה שטים,
וואס איז געווען לאחרי פטירת אהרן,
איז אלעזר געווען דער כה״ג 12 )
— אבער פון דעם וואס רש״י זאגט "ויחסו אחר אהרן ",
איז משמע 13
אז דער יחוס פון פנחס׳ן איז בלויז וואס ער איז בן בנו של אהרן?
ה)
אויב רש״י שרייבט שוין יע "אחר אהרן",
האט ער דאס לכאורה געדארפט שרייבן בל׳ הכתוב: "
(אחר)
אהרן הכהן "?
אשר על כן מוז מען זאגן,
אז דערמיט וואס רש״י איז משמיט דעם ווארט "הכהן" מיינט ער צו לאזן הערן,
אז אט די מעלה פון "אהרן" וואס צוליב איר פארבינדט דא דער פסוק דעם יחוס פון פנחס מיט אהרן,
באשטייט ניט אין זיין כהונה ,
נאר אין אנדערע ענינים פון אהרן 14 .
אבער לפי זה איז ניט מובן: אין פסוק שטייט דאך בפירוש "פנחס גו׳ בן אהרן הכהן ",
היינט פון וואנעט נעמט רש״י אז אין דעם "בא הכתוב ויחסו" איז ניט נוגע וואס אהרן איז געווען א כהן 15 ?
ו)
נוסף צו די אלע דיוקים הנ״ל,
דארף מען אויך פארשטיין: אין וואס איז בכלל באשטאנען די טענה פון די שבטים "הראיתם בן פוטי זה כו'"?
אויב זיי האבן געהאלטן אז פנחס האט זמרי׳ן ניט געטארט הרג׳ענען — צי צוליב דעם וואס זיי האבן ניט גע־ וואוסט די הלכה "הבועל ארמית קנאין פוגעין בו",
אדער ווייל זיי האבן גע־ האלטן אז פנחס איז ניט קיין "קנאי"
(ד.
ה.
ער טוט עס ניט מחמת קנאת ה׳,
נאר מצד אנדערע סיבות)
— האבן זיי דאך אים געדארפט מבזה זיין בעיקר דערמיט וואס ער אליין האט עובר געווען אויף איסור רציחה,
און ניט בלויז מיט דעם וואס זיין זיידע האט מפטם געווען עגלים לע״ז; און אויב זיי האבן געהאלטן אז ער האט יע געמעגט
(און געדארפט)
הרג׳ענען זמרי׳ן 16 ,
וויסנדיק דעם דין הבועל ארמית כו׳,
איז דאך בכלל ניטא קיין ארט פאר זייער מבזה זיין אים דער־ מיט וואס ער איז "בן פוטי וכו׳"?
ב.
איז דער ביאור אין דעם,
אז דערמיט וואס די שבטים האבן מבזה געווען פנחס׳ן,
זיינען זיי געווען אויסן צו איינשטעלן זיך פארן כבוד פון אלע אנדערע אידן און פארן כבוד פון משה רבינו:
זמרי האט דאך געבראכט די מדינית "לעיני משה ולעיני כל עדת בני ישראל" 17
און פון צווישן אלע אידן איז בלויז פנחס געווען דער איינצי־ קער וואס האט מקנא געווען קנאת ה׳ —
[אין דער צייט ווען אויך אנדערע אידן האבן מסתם געוואוסט די הלכה פון "הבועל ארמית קנאין פוגעין בו״ 18
; און אוודאי האט עס משה גע־ וואוסט,
ווי פנחס גופא האט געזאגט צו משה׳ן: ״מקובלני ממך כו׳״ 19 ]
— איז עס דאך א זלזול גדול בכבודן של ישראל ובכבודו של משה!
און דאס איז געווען די סיבה וואס די שבטים האבן מבזה געווען פנחס׳ן און גע׳טענה׳ט אז דאס וואס ער האט גע׳הרג׳עט זמרי איז ביי אים געקו־ מען ניט אויסשליסליך מחמת קנאת ה׳,
נאר אין דעם איז געווען אויך אריינגעמישט 20
עפעס אנדערש:
"אבי אמו" האט מפטם געווען עגלים לע״ז — און אזא הנהגה,
מפטם צו זיין אן עגל מיט אן אויסדריקלעכן ציל,
בכדי צו שעכטן אים דערנאך,
ליגט אין דעם אן אכזריות גדולה ביותר 21
(און ווי מ׳קען עס פארשטיין אין פשטות 22 ,
אז ביים הרג׳ענען עמעצן,
איז דערביי ניטא אזא מאס פון אכזריות ווי אין פאל,
ווען מען טוט מיט אים כלומר׳שט גוטס,
מען איז אים "מפטם",
און דערביי האט מען אין זינען אים צוגרייטן דורך דעם צום אומצוברענגען)
— און וויבאלד אז אבי אמו האט געהאט אין זיך אזא טבע פון אכזריות,
איז זי מסתמא אויך אריבערגעקומען בירושה צו זיין אייניקל 23
פנחס 24 .
און דערפאר
(האבן זיי גע׳טענה׳ט)
איז דוקא פנחס נתעורר געווארן מיט אט די קנאות צו הרג׳ענען זמרי׳ן — בעת אלע אידן און אפילו משה רבינו האבן עס ניט געטאן — ווייל
(אויך)
זיין טבע האכזריות האט אים מיט־ געהאלפן אין דעם 25 .
און דערפאר זאגט רש״י "שהיו השבטים מבזין אותו״ — און ניט "שהיו בני שמעון מבזין אותו״ — ווארום וויבאלד אז דער "מבזין אותו" איז געווען צוליבן איינשטעלן זיך
(ניט פאר זמרי׳ן,
נאר)
פארן כבוד פון משה רבינו און כלל ישראל,
איז דאך מסתבר צו זאגן,
אז דאס האבן געטאן אלע שבטים.
ג.
לכאורה קען מען פרעגן אויף דעם: וואלטן זיי געמיינט אים סתם אזוי צו מבזה זיין,
דערנידעריקן,
וואלט געווען פארשטאנדיק וואס רש״י איז מדגיש "והרג נשיא שבט מישראל",
ווייל הרג׳ענען א נשיא,
ובפרט אז דער הורג איז פון א נידעריקן אפשטאם,
איז א גרעסערער בזיון
(אע״פ אז בנוגע דער איסור רציחה גופא איז קיין נפק״מ ניט ווער וועמען הרג'עט)
; וויבאלד אבער אז מיט זיי־ ער מבזה זיין אים "הראיתם בן פוטי כו׳" האבן זיי געמיינט צו אנדייטן אויף זיין טבע האכזריות — איז וואס גיט דא צו
(אין דעם בזיון)
זייער אויפווארפן אז ער האט גע׳הרג׳עט א נשיא,
איז דען דאס הרג׳נען א נשיא א גרעסערע אכזריות ווי סתם א אידן?
אין אמת׳ן אבער איז עס קיין קשיא ניט,
ווייל אויך דער בזיון וואס האט געמיינט צו מדגיש זיין די "אכזריות" פון פנחס,
איז געווארן פארגרעסערט דורך זייער מדגיש זיין אז ער האט גע׳הרג׳עט א נשיא:
א נשיא איז ענינו צו פארזארגן זיין גאנצן שבט מיט אלע נויטיקייטן 26 .
— און אזוי איז עס אויך געווען ביי דער מעשה זמרי,
אז ער האט דאס געטאן צוליב ראטעווען זיין שבט.
ווי רש״י זאגט פריער 17 ,
אז בעת ש״נת־ קבצו שבטו של שמעון אצל זמרי שהי׳ נשיא שלהם ואמרו לו אנו נידונים למיתה בו׳״,
דאן דוקא — "ויקרב את המדינית"
(און עס קען דאך זיין אז אויך ער האט געוואוסט דעם דין פון ״קנאין פוגעין בו״ און אזוי ארום איינגעשטעלט זיין לעבן),
בכדי צו ראטעווען זיין שבט.
דערפאר האבן זיי מדגיש געווען "והרג נשיא",
ווייל מאכנדיק בולט דעם אונטערשייד צווישן דעם רוצח מיטן הרוג — אז דער רוצח איז אן אכזרי און דער נרצח איז אן איש החסד
(ובפרט,
ווען אויך די פעולה צוליב וועלכע מ׳האט אים גע׳הרג׳עט איז געטאן געווארן מיט א כוונה פון חסד)
— פארגרעסערט עס נאכמער דעם בזיון.
ד.
נאך אן ענין אין דעם: הגם אז דער איש אכזרי בטבע באציט זיך צו אלעמען באכזריות* 26 ,
דריקט זיך אבער אויס זיין אכזריות גאר באזונ־ דער דווקא כלפי אן איש החסד.
ווארום צוליב דעם גופא וואס דער איש החסד איז דער סאמע היפך פון אים,
דעריבער קען ער אים ניט סובל זיין,
און ער איז צו אים מער אכזריות׳דיק ווי צו אנדערע מענטשן.
און דערפאר האבן די שבטים מדגיש געווען "והרג נשיא כו׳",
ווייל דאס איז געווען
(לדעתם)
א הסברה נוספת פארוואס ס׳האט זיך ביי פנחס׳ן דערוועקט אט די אכזריות: דאס וואס זמרי איז געווען א נשיא — אן איש החסד וואס האט איינגעשטעלט זיין לעבן
(לויט זייער מיינונג 27 )
פאר זיין שבט — דאס האט פנחס ניט געקענט
(לפי סברתם)
סובל זיין,
און דאס האט ארויסגערופן זיין מדת האכזריות.
ה.
עס ווערט דאך אבער א שאלה: אויך אהרן,
דער איש החסד
(כדלהלן סעיף ו׳),
איז דער זיידע פון פנחס׳ן — היינט ווי האבן די שבטים געקאנט טענה׳ן אז פנחס האט אין זיך אזוי פיל אכזריות,
מער ווי אלע אנדערע אידן,
דווקא מצד דעם צווייטן זיידן,
יתרו 28 ?
און דאס באווארנט רש״י,
אז אין זייער מייחס זיין אים צו יתרו׳ן האבן זיי געזאגט
(ניט "זקנו" סתם,
נאר)
"אבי אמו" 29
: ע״פ טבע דארף אויס־ קומען
(האבן זיי גע׳טענה׳ט),
אז ער האט בירושה די תכונות פון אבי אמו מער ווי פון אבי אביו,
ווייל — "אשה מזרעת תחלה יולדת זכר" 30
און ער איז דעריבער מיט זיין נאטור מער נוטה און ענלעך צו זיין מוטער איידער צו זיין פאטער; און ביי זיין מוטער ווידער,
מצד "איש מזריע תחלה יולדת נקבה" 30
דריקן זיך ביי איר אויס אין א גרעסערער מאס די תכונות פון איר פאטער יתרו — "אבי אמו" ווי פון איר מוטער און אויך ווי די ענלעכקייט פון פנחס׳ פאטער צו זיין פאטער — אהרן 31 .
ו.
אויף דעם האט דער אויבער־ שטער געענטפערט: "פנחס בן אלעזר בן אהרן
(הכהן)
",
אז די קנאות פון פנחס נעמט זיך
( ניט דערפון וואס ער איז א "בן פוטי",
נאר)
דוקא פון דעם וואס ער איז "בן אהרן": נאר צוליב דעם וואס ער האט אין זיך די תכונות פון אהרן — "רודף שלום ומטיל אהבה בין בעלי מריבה" 32 ,
איז ער דערפאר נתעורר געווארן צו מאכן שלום צווישן אידן מיטן אויבערשטן — "השיב את חמתי מעל בני ישראל".
און דערפאר איז רש״י מסיים "בא הכתוב וייחסו אחר אהרן ״ — ווייל דערמיט לערנט ער אונז צויי זאכן:
א)
די ווערטער ״בן אלעזר״ קומען בלויז אלס הקדמה צו ״בן אהרן״ — אבער ניט מיט דער כוונה אים צו מייחס זיין
(אויך)
צו אלעזר׳ן גופא — ווייל צום ענטפער אויף דער טענה "הראיתם בן פוטי כו׳" איז נוגע בלויז ארויסצוברענגען זיין אפשטאם פון אהרן וואס איז געווען א "רודף שלום ומטיל אהבה כו׳".
ב)
הגם אין פסוק שטייט "בן אהרן הכהן",
איז אבער צום "בא הכתוב וייחסו"
(וואס קומט אלס ענטפער אויף דער טענה "הראיתם בן פוטי כו׳")
נוגע בלויז די טבע פון אהרן מצד עצמו,
זיין מדה פון רודף שלום כו' און ניט 33
דאס וואס ער איז געווען א כהן 34 .
ז.
לכאורה קען מען פרעגן: ווי־ באלד אז אין פסוק שטייט "בן אלעזר בן אהרן הכהן",
איז פון וואנען נעמט רש״י דעם הכרח צו לערנען אז די שבטים מיט זייער מבזה זיין אים אלס ״בן פוטי״ האבן געמיינט די טבע האכזריות פון יתרו
(שפיטם עגלים),
וואס לויט דעם איז דער ווארט "הכהן" פון פסוק ניט אזוי גלאטיק — מען קען דאך לערנען אז זיי האבן געמיינט דאס וואס יתרו האט געדינט אלע ע״ז
[וואס אויך דער ענין פון יתרו׳ן וואלט מסביר געווען טענת השבטים: וויבאלד אז אבי אמו איז געווען עובד כל הע״ז,
לייגט זיך ניט אויפן שכל אז אים זאל פארארן דער איסור פון בועל ארמית
(וואס דעם טעם פון "לא תתחתן בם״ 35
איז "כי יסיר גו׳ ועבדן אלקים אחרים" 36
),
ובפרט — מער ווי אלע אידן וועלכע זיינען בני אברהם יצחק ויעקב פון ביידע צדדים],
און עפ״ז וואלט געווען פארשטאנ־ דיק וואס דער פסוק איז מדגיש ביי זיין יחוס ״בן אהרן הכהן ״,
אז אדרבה: ביי אים זיינען
(ניט די תכונות פון יתרו,
נאר)
די תכונות פון אהרן וואס איז ניט סתם עובד ה',
נאר א כהן צום אויבערשטן.
ועוד: לויט דעם פירוש וואלט אויך ״בן אלעזר״ גע־ ווען אן ענטפער אף טענת השבטים.
פארוואס לערנט רש״י "שפיטם עגלים כו׳" וואס לויט דעם איז ניט גלאטיק דער ווארט "הכהן" וכו'?
איז שתי תשובות בזה 37
:
א)
וויבאלד אז ע״ז האט צו טאן מיט ״דיעות״
(ניט ווי אכזריות וואס איז שייך צו די תכונות און טבע המדות),
איז עס דעריבער א זאך וואס גיט זיך ניט איבער בירושה פון עלטערן צו קינדער; און אויב יתרו אליין איז געקומען צו דער הכרה "עתה ידעתי כי גדול ה' מכל האל־ קים",
און ס׳איז ביי אים גופא ניט פארבליבן 38
קיין שמץ פון ע״ז — איז אוודאי ניטא קיין סברא צו זאגן אז דאס האט זיך איבערגעגעבן צו זיינע קינדער 11 .
ב)
ווען מיטן "בא הכתוב ויחסו" וואלט דער פסוק געמיינט צו שולל זיין פון אים די שייכות צו ע״ז,
וואלט ער געזאגט בלויז ״בן אלעזר״
(וואס איז דאך געווען א סגן כה״ג און דערנאך כה״ג)
און ניט מוסיף גע־ ווען ״בן אהרן״,
ווייל אדרבה: וויבאלד אז אהרן האט געהאט עטוואס א שייכות צום עגל,
קומט דאך במילא אויס,
אז אין דעם ענין פון שלילת ע״ז איז אלעזר מער "מיוחס" ווי אהרן 40 .
ח.
אין פרש״י איז דאך פאראן ״יינה של תורה״ — איז די הוראה וואס מען קען
(און דארף)
אפלערנען פון פרש״י דידן,
איז מובן גאר בפשטות:
בשעת מען זעט ווי עמעצער טוט א גוטע זאך,
איז אפילו ווען מען האט כמה וכמה הוכחות וואס באווייזן לכאו׳ מיט א סך איבערצייגונג,
אז יענער טוט עס מצד א פני׳ — טאר מען אים פונדעסטוועגן ניט מבטל זיין,
ווייל —
א)
נניח אפילו אז יענער טוט עס מיט א פני׳ — איז דאך דא א פסק דין 41
״ לעולם יעסוק אדם בתומ״צ אע״פ שלא לשמה שמתוך שלא לשמה בא לשמה״ —
(ובפרט לויטן פירוש הפנימי אין "מ תוך שלא לשמה בא לשמה",
אז דאס וואס ער וועט שפעטער קומען צו "לשמה",
איז דאס דערפאר וואס אויך איצט איז דער "שלא לשמה" נאר בחיצוניות אזוי,
אבער דער "תוך" און פנימיות פון דעם איז לשמה 42
; און דעריבער איז ״מתוך שלא לשמה״ — פון זיין פנימיות׳דיקן "תוך"
(לשמה)
וואס זיין תומ״צ ״שלא לשמה״ אנט־ האלט אין זיך,
איז ער "בא לשמה" — אז דער באהאלטענער פנימיות,
קומט שפעטער אויך בגלוי).
ב)
וויבאלד אז דער שו״ע הייסט אים לערנען און מקיים זיין מצות,
טאר מען אים ניט מבטל זיין,
ווייל דורך דעם איז דאך עלול ער זאל אויפהערן צו לערנען וכו׳.
מען דארף אים בלויז מעורר זיין אז ער זאל אנהויבן לערנען לשמה,
אז ביי אים זאל זיך וואס גיכער אויפטאן דער "בא לשמה".
ג)
והעיקר: מען קען קיינמאל ניט וויסן וואס עס טוט זיך ביי יענעם אין הארצן — און ווי מען זעט עס קלאר בענינינו,
אז אפילו די שבטים,
טראץ דעם וואס זיי האבן געהאט אזעלכע שטארקע הוכחות לכאורה אז פנחס האט עס געטאן
(אויך)
שלא לשמה,
האט דער אויבערשטער — וואס ״ה' יראה ללבב״ 43
— מעיד געווען אויף אים אז דאס איז ביי אים געקומען בלויז מצד קנאת ה ׳.
ט.
נאך אן ענין אין דעם:
אט די וועלכע זיינען מבטל א צווייטן וואס טוט א גוטע זאך,
מיט דער באהויפטונג אז יענער טוט עס מצד א פני',
קענען זיך איינשמועסן אז זייער מבטל זיין יענעם קומט ביי זיי מצד הקדושה: אזוי ווי איך בין ביטול׳דיק בטבע
(טראכט ער ביי זיך),
קען איך ניט פארליידן די תנועה פון גאוה,
און דעריבער,
בשעת איך זע ווי יענער לערנט תורה מיט א שטורעם אדער איז מקיים מצות בהידור וואס קען זיין מיחזי כיוהרא — קען איך עס ניט סובל זיין און פארשווייגן.
האט מען דערויף א הוראה פון פרש״י דידן,
וואס איז מבאר דעם ביזוי פון די שבטים לגבי דער קנאות פון פנחס,
אז זייער מבזה זיין האט געשטאמט פון זייער רצון צו אײנ־ שטעלן זיך פאר כבודו של משה,
איז דער אויבערשטער "יחסו אחר אהרן" און איז מעיד אז ער האט מקנא גע־ ווען קנאת ה׳ און ניט זיי —
און דאס לערנט אונז בנוגע מבטל זיין יענעמס לערנען מיט א שטורעם,
א הנהגה בהידור און פעולה וכו׳ אלס אן אויסדרוק פון יוהרא וכדומה,
מיינענדיק אז דאס קומט ביי אים מחמת זיין ענוה און ביטול
(ער שטעלט זיך איין פאר כבודו של משה וואס איז געווען "ענו מאד מכל האדם" 44 )
— אז באמת איז דער לערנער כו׳ גערעכט און ניט דער מבטל.
נאך מער — מעגליך אז דער מבטל זיין זאל גאר קומען,
פארקערט,
דווקא מצד זיין
(דעם מבטל׳ס)
ישות 45
:
ער קען ניט ליידן וואס יענער האט א מעלה לגבי אים 46 ,
און איז דעריבער יענעם מקנא.
נאר ווען ער וואלט געווען כדבעי,
וואלט ביי אים די קנאה דערוועקט א ווילן צו טאן ווי יענער — קנאת סופרים תרבה חכמה 47
; וויבאלד אבער אז צוזאמען מיט זיין מדת הגאוה האט ער אויך די מדה פון עצלות,
איז ער מבטל יענעמס לערנען וכו'.
פון א הרגש של קדושה קען ניט ארויסקומען א מסקנא וואס איז היפך האמת — און וויבאלד אז סיי זיין אייגענער ניט לערנען מיט א שטורעם וכמאחז״ל מה להלן באימה וביראה וברתת ובזיע אף כאן כו' 48
(אעפ״י וואס עס דוכט זיך אז טאן אזוי לשמה באמת — האלט ער נאך ניט בא דער מדריגה),
איז קעגן דעם פסק דין פון תורה "לעולם יעסוק אדם בתומ״צ שלא לשמה כו׳",
סיי זיין מבטל זיין יענעם איז היפך ההוראה בתורת אמת "והוי דן את כל האדם לכף זכות" 49 ,
איז עס דאך א קלארער באווייז,
אז דער הרגש וואס ברענגט דערצו איז ניט קיין הרגש דקדושה,
נאר אדרבה 50 .
י.
נאך א הוראה פון אונזער פרשה:
מיט עטליכע פסוקים װייטער 51
זאגט רש״י "במקום* 51
שייחס את הצדיק לשבח,
יחס את הרשע לגנאי".
לכאורה,
וואס איז עס פאר א גנאי פאר זמרי׳ן אז ער איז "נשיא בית אב לשמעוני" 52 ?
נאר דער ביאור פון דעם איז: די שבטים האבן דאך געהאלטן אז זמרי האט געטאן אן ענין של חסד,
און פנחס — אן ענין של אכזריות כנ״ל,
און אט די ביידע הנחות איז די תורה שולל: "במקום שייחס את הצדיק לשבח",
אז פנחס איז "בן אהרן",
און דאס מיינט אז ביי אים איז טבעו של אהרן "רודף שלום ומטיל אהבה",
אויפן זעלבן פלאץ און אויפן זעלבן דרך איז דא אויך דער "יחס את הרשע לגנאי",
אז דאס וואס "ויקרב גו׳ את המדינית",
איז ביי אים געווען ניט מחמת זיין מדת החסד,
נאר אדרבה,
ווייל ער איז "נשיא בית אב לשמעוני " וואס אויף שמעון זאגט די תורה 53
"כלי חמס מכרותיהם".
ד.
ה.
אז אין דער פעולה פון זמרי האט זיך אויסגעדריקט דער היפך פון חסד,
די מדה פון אכזריות 54
:
ווארום אויב אין דער צייט ווען ״ויחל העם לזנות גו׳״ — און בעת דער חטא האט דערפירט צו "ויחר אף ה׳ בישראל,
שלח בהם מגיפה" 55
— נעמט דאן זמרי "לעיני כל עדת בני ישראל"
(אנשטאט מעורר זיין צו תשובה,
טוט ער דאס פארקערטע)
און רופט אויס אז אן ארמית איז מותרת לישראל 6
(וואס דורך דעם איז ער זיי מונע פון תשובה,
האבנדיק א "היתר" אויף דעם פון א "נשיא שבט בישראל״)
— איז דאך דאס די גרעס־ טע אכזריות.
הייסט עס דאך,
אז דער אונטערשייד צווישן זמרי מיט פנחס איז א היפך מן הקצה אל הקצה: זמרי האט באמת געטאן די גרעסטע אכזריות און האט דאס ארומגעדעקט מיט אן ״אצטלא״ של חסד — דאקעגן האט פנחס געטאן א פעולה וואס זעט אויס ווי "אכזריות",
און דווקא אין דעם איז געווען אײנגעהילט דער גרעסטער חסד* 55 .
יא.
די הוראה פון דעם בכל דור ודור — אויך פאר אונז,
איז מובן בפשטות:
אין דער צייט פון א מגיפה רוחנית ר״ל,
און מען זעט א מקנא קנאת ה׳ — טאר מען עס ניט מבטל זיין וכו',
ואע״פ װאס ער איז ניט דער משה פון זיין דור און אפילו ניט קיין כהן — וכנ״ל.
און די תורה דערציילט און זאגט,
אז קנאת ה׳ וועט ניט בלויז פועל׳ן דעם "ותעצר המגיפה מעל בנ״י״ 7 ,
נאר זי וועט אויך ברענגען צום אמת'ן שלום — "הנני נותן לו את בריתי שלום" 56 ,
און דורכן אמת׳ן שלום,
דעם היפך פון פירוד און שנאת חנם,
וועט אויך בטל ווערן דער גלות וואס איז געקומען צוליב דעם 57 .
און דאס איז אויך די שייכות פון פנחס מיט אליהו מבשר הגאולה 58 ,
כמאמר רז״ל 59
"פנחס הוא אליהו",
ווייל דורך דער הנהגה פון פנחס׳ן וועט מען זוכה זיין צו דער גאולה האמיתית והשלימה,
וואס וועט אנגע־ זאגט ווערן דורך אליהו הנביא
(זה פנחס)
— דער וואס וועט אויפטאן קירוב הלבבות "והשיב 60
לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם" 61 ,
בקרוב ממש.
(משיחת ש״פ פנחס תשכ״ה)