B"H
🏡

Ikar

חוקת ב

א.

בסיום פירושו אויף דער סדרה,

שטעלט זיך רש״י אויף די ווערטער "ויכו אותו" און איז מפרש "משה הרגו״ — אז ניט געקוקט דערויף וואס דא שטייט "ויכו"

(לשון רבים),

האט אים משה אליין גע׳הרג׳עט.

און רש״י איז מסיים מיט א ראי׳ לפירושו,

"כדאיתא בברכות כו׳ "

(כדלקמן ס״ב).

פון וואנעט נעמט טאקע רש״י בפשוטו של מקרא אז " משה הרגו",

אנדערש ווי עס וױיזט אויס פון פשטות הלשון " ויכו אותו"

(לשון רבים)

אז אלע

(א רבים)

אידן האבן אים גע׳הרג׳עט — זאגט דער מהר״ל מפראג,

אז רש״י נעמט עס פון דעס פריערדיקן פסוק 1

וואו עס שטייט אז דער אויבערשטער האט געזאגט צו משה׳ן "אל תירא אותו כי בידך נתתי אותו גו'",

אז דער אויבערשטער האט איבערגעגעבן עוג׳ן אין די הענט פון משה׳ן .

און דאס וואס עס שטייט "ויכו אותו" לשון רבים,

איז ווייל נאך דעם ווארט "אותו" שטייט "ואת בניו ואת כל עמו",

שטייט דעריבער "ויכו" לשון רבים,

ווייל "אותו ואת בניו ואת כל עמו"

(אלע צוזאמען),

האבן משה וישראל זיי גע׳הרג׳ט.

ס׳איז אבער ניט פארשטאנדיק:

א)

מען געפינט אין א סך ערטער וואו דער אויבערשטער האט גערעדט צו משה׳ן

(ניט בנוגע צו אים אליין,

נאר)

בנוגע צו אלע אידן,

און דאך האט ער עס געזאגט בלשון יחיד

[אזוי ווי "אנכי שולח מלאך לפניך לשמרך ..

ולהביאך אל המקום גו׳ " 2 ,

"הנני גורש מפניך את האמורי גו׳ " 3

— כאטש דאס איז געווען ערשט לאחר פטירתו של משה 4 ],

און דאס איז אזוי,

ווייל דער אויבערשטער האט גערעדט צו משה׳ן ווי צו דעם שליח און פארשטייער פון כלל ישראל.

היינט וואס איז די ראי׳ פון "בידך נתתי אותו" אז " משה הרגו" 5 ?

ב)

אפילו אם תמצא לומר אז דער לשון " בידך נתתי" איז אנדערש ווי ״לפניך״ און ״מפניך״ וכיו״ב — געפינט מען אבער דעם זעלבן לשון אויך בשייכות צו סיחון׳ען — ״ראה נתתי בידך את סיחון מלך חשבון האמורי״ 6 ,

און אעפ״כ זאגט רש״י ניט אין ערגעץ אויף סיחון׳ען,

אז ״משה הרגו״ 7 .

איז דאך ניט מובן: מיט וואס איז אנדערש דער לשון "בידך נתתי" וואס שטייט אין אונזער פסוק בנוגע צו עוג,

פון דעם לשון "נתתי בידך" וואס שטייט בנוגע צו סיחון?

ג)

אין דעם פסוק גופא וואו עס רעדט זיך וועגן עוג,

איז דער פסוק ממשיך נאך די ווערטער "כי בידך נתתי אותו״ — "ואת כל עמו וגו׳".

איז אויב רש״י נעמט אן אז "בידך" מיינט אין די הענט פון משה׳ן ,

האט ער דאך געדארפט לערנען אז משה האט גע׳הרג׳ט ניט בלויז עוג׳ן נאר אויך "את כל עמו";

אבער פון דעם וואס רש״י שטעלט זיך בלויז אויף די ווערטער "ויכו אותו "

(און ברענגט ניט "

(ואת בניו)

ואת כל עמו״ — אפילו ניט ברמז מיט "וגו׳")

און איז מפרש "משה הרגו"

(נאר עוג׳ן),

איז קענטיק 8 ,

אז לגבי "ואת בניו ואת כל עמו" לערנט רש״י דעם "ויכו"

(לשון רבים)

כפשוטו.

איז דערפון מוכרח,

אז אויך דער ״בידך״ פון אונזער פרשה — בנוגע צו "ואת כל עמו",

מיינט אין די הענט פון אידן .

היינט פון וואנעט איז געדרונגען אז בנוגע צו "אותו" מיינט "בידך" אין די הענט פון משה׳ן ?

ב.

לאחרי ווי רש״י איז מפרש ״משה הרגו״,

איז ער ממשיך: "כדאיתא בברכות בהרואה 9

עקר טורא בר תלתא פרסי כו׳".

איז אין דעם ניט מובן:

א)

אין פיל ערטער וואו רש״י ברענגט א מאמר רז״ל,

זאגט ער "רבותינו אמרו"

(וכיו״ב)

און איז ניט מציין וואו דער מאמר שטייט 10

׳.

און אפילו אין פאל וואו ער איז

(מצד איזה טעם)

יע מציין אין וועלכער מסכת

(וכיו״ב)

דער מאמר שטייט,

באגנוגנט ער זיך מיטן אנרופן דעם שם המסכת

(וכיו״ב) 11 .

פארוואס אין אונזער פסוק,

באגנוגנט ער זיך ניט מיט זאגן "כדאיתא בברכות" און איז מוסיף "בהרואה"?

ב)

די ראי׳ פון גמרא אז "משה הרגו",

איז דאך לכאורה ניט פון די ווערטער "עקר טורא בר תלתא פרסי",

נאר פון דעם סיום אין גמרא "ומחיי' בקרסולי׳ וקטלי׳ ״ — האט דאך רש״י לכאורה געדארפט מעתיק זיין די לעצטע ווערטער פון גמרא.

בפועל זעט מען אבער,

אז די לעצטע ווערטער איז רש״י בלויז מרמז מיטן ווארט "כו׳ ",

און די ווערטער "עקר טורא בר תלתא פרסי" וועלכע זיינען לכאורה ניט קיין ראי׳ אז "משה הרגו",

זיי איז רש״י מעתיק בפירוש 12 ?

!

ג.

איז דער ביאור בכל זה:

מיט א פסוק פריער דערציילט ער,

אז בשעת "ויצא עוג מלך הבשן לקראתם" 13 ,

האט דער אויבערשטער געזאגט צו משה׳ן ״אל תירא אותו״ 1

— איז מפרש רש״י "שהי׳ משה ירא להלחם שמא תעמוד לו זכותו של אברהם".

ולכאורה,

רש״י שטעלט זיך דארט אויף די ווערטער "אל תירא אותו",

און זיי קומען דאך בהמשך צו "ויאמר ה׳ אל משה ",

איז ווען רש״י זאל שרייבן סתם "שהי׳ ירא",

וואלט מען אויך געװאוסט אז דאס גייט אויף משה׳ן.

צוליב וואס דארף רש״י אויסטייטשן ״שהי׳ משה ירא״?

נאר רש״י מיינט דערמיט צו מדגיש זיין,

אז בלויז משה האט מורא געהאט:

אלע אנדערע אידן,

ווען זיי האבן געזעען פאר זיך עוג מלך הבשן,

האבן זיי געזעען אין אים בלויז א גרויסן גוי,

האבן זיי במילא פאר אים ניט מורא געהאט,

ווייל זיי זיינען געווען בטוח "בכח תפלתו של משה" אז מ'וועט אים זיכער מנצח זיין

[און ווי עס ווערט דערציילט פריער מיט עטלעכע פסוקים 11 ,

אז די מרגלים וועלכע משה האט געשיקט "לרגל את יעזר",

האבן זיי אליין איינגענומען די שטאט — כאטש זייער שליחות איז געווען בלויז ״לרגל״ — און זיי האבן דאס געטאן זאגנדיק,

"בטוחים אנו בכח תפלתו של משה״]

;

משא״כ משה רבינו — ער האט געזעען אין עוג׳ן "זכותו של אברהם",

האט ער דעריבער מורא געהאט: ווארום וויבאלד אז ארץ סיחון ועוג איז ניט פון ארץ שבעה עממין,

קען דאך מעגלעך זיין,

אז "זכותו של אברהם תעמוד לו",

אז מען זאל אים ניט קענען אייננעמען און מ׳זאל מוזן אנלייגן וועג ביים גיין קיין ארץ־ישראלי 15

(ע״ד ווי ס׳איז געווען ביי ארץ אדום 16 ).

האט אים דעריבער דער אויבערשטער פארזיכערט "אל תירא אותו,

כי בידך נתתי אותו ואת כל עמו ואת ארצו".

ד.

וויבאלד אז בנוגע צו עוג׳ן איז משה געווען אויסגעטיילט פון אלע אידן אז בלויז ער האט מורא געהאט פאר אים,

אבער אלע אנדערע אידן,

ניט נאר וואס זיי האבן פאר אים קיין מורא ניט געהאט,

נאר זיי זיינען גאר געווען בטוחים מיט א נצחון איבער אים — בכח תפלתו של משה,

קען מען דעריבער ניט לערנען,

אז מיט די ווערטער "אל תירא אותו כי בידך נתתי אותו״ — וואס דער אויבערשטער האט געזאגט צו משה׳ן,

האט ער געמיינט אין די הענט פון אלע אידן,

ע״ד ווי "נתתי בידך את סיחון גו׳"

— ווארום היות אז "כי בידך נתתי אותו"

(עוג׳ן),

איז געקומען בהמשך צו "אל תירא אותו",

איז כשם ווי דער "אל תירא אותו" איז געזאגט געווארן צו משה׳ן

(ניט אלס פארשטייער פון אלע אידן,

ווארום אלע אידן האבן דאך מלכתחילה ניט מורא געהאט פאר עוג׳ן),

אזוי איז אויך דער "כי בידך נתתי אותו"

(וואס קומט בהמשך און — ״כי״ — אלס טעם צו "אל תירא אותו"),

מיינט אין די הענט פון משה׳ן .

און דערפאר לערנט רש״י,

אז כאטש עס שטייט "ויכו אותו"

("ויכו" לשון רבים),

מיינט עס אז "משה הרגו ".

און הגם אז נאך די ווערטער "כי בידך נתתי אותו" איז דער פסוק ממשיך ״ואת כל עמו ואת ארצו״ — און "כל עמו" האבן אנדערע אידן גע׳הרג׳ט — איז עס מצד דעם ווייל בנוגע צו "כל עמו" איז משה געווען ניט אנדערש פון אלע אידן

(ווארום זיין מורא איז דאך געווען בלויז פון עוג׳ן "שמא תעמוד לו זכותו של אברהם"),

און דעריבער קען מען לערנען אז דער "בידך נתתי" בנוגע צו ״כל עמו״ מײנט אין די הענט פון אלע אידן.

משא״כ בנוגע צו "אותו",

וואס אין דעם איז משה געווען אנדערש פון אלע אידן,

מוז מען לערנען אז דער "בידך" מיינט אין די הענט פון משה׳ן.

ה.

פרעגט אבער דער "בן חמש

(למקרא)

": וויבאלד אז " משה הרגו",

פארוואס שטייט טאקע " ויכו אותו"

(בלשון רבים),

פון וועלכן ס׳איז משמע אז די אידן האבן אים גע׳הרג׳ט?

און הגם אז רש״י האט שוין פריער געזאגט,

אז "משה הוא ישראל וישראל הם משה״ — איז דאך אבער מובן בפשטות ,

אז אויף אן ענין וואס משה האט געטאן וועט דער פסוק ניט זאגן אז די אידן האבן עס געטאן:

דאס וואס עס שטייט פריער 17

"וישלח ישראל מלאכים״ — הגם אז משה האט זיי געשיקן 18

— איז עס מצד דעם ווייל דער תוכן השליחות צו סיחון׳ען איז באשטאנען אין "אעברה בארצך לא נטה בשדה ובכרם גו׳" 19 ,

און דאס האט געמיינט אלע אידן

(אז זיי אלע וועלן ניט נוטה זיין בשדה ובכרם און ניט טרינקען "מי באר" וכו׳)

; איז כאטש אז דאס שיקן די שלוחים האט געטאן משה,

וויבאלד אבער אז דער גאנצער תוכן הענין איז בשם כל ישראל 20 ,

פאסט צו זאגן אויך אויף דעם שיקן די שלוחים — ״ וישלח ישראל ״ — מצד דעם וואס "משה הוא ישראל וישראל הם משה".

משא״כ בנוגע צו הכאת עוג — אמת טאקע אז משה האט עס גע׳הרג׳ט בשביל אידן,

דאס איז אבער ניט געווען בשמם ובשליחותם,

איז דעריבער ניט שייך צו זאגן אז דערפאר וואס "משה הוא ישראל וישראל הם משה" וועט דער פסוק מייחם זיין די הכאת עוג פון משה׳ן,

צו אידן.

בלייבט דאך ווידער די קשיא: פארוואס שטייט ״ויכו אותו״,

לשון רבים ?

ו.

לכאורה האט מען געקענט ענטפערן,

אז עס שטייט "ויכו"

(לשון רבים)

און ניט ״ויך״

(לשון יחיד),

ווייל צום לשון ״ויך״ װאלט זיך געפאדערט אז דער פסוק זאל צולייגן איבעריקע ווערטער:

די תורה דערציילט דא,

אז מען האט גע׳הרג׳ט "אותו ואת בניו ואת כל עמו".

און וויבאלד אז "את בניו ואת כל עמו" האבן גע׳הרג׳ט אנדערע אידן

(כנ״ל ס״א),

איז אויב עס וואלט געשטאנען

(בנוגע צו עוג׳ן)

"ויך אותו"

(לשון יחיד),

וואלט דער פסוק געדארפט זאגן "ויך משה ובני ישראל אותו ואת בניו ואת כל עמו" אדער כיו״ב

(וואס דאן וואלט דער "ויך משה" זיך באצויגן צו "אותו",

און "ובני ישראל" צו "את בניו ואת כל עמו"),

און בכדי צו פארשפארן איבעריקע ווערטער,

זאגט ער גלייך ביים אנהייב ״ויכו״ לשון רבים — און דער פשט איז" אז די הכאה פון "אותו ואת בניו ואת כל עמו"

(צוזאמען)

איז געווען פון א רבים,

פון משה ובני ישראל.

אבער דער תירוץ איז ניט גלאטיק:

היות אז משה

[וואס איז געווען אן אוהב ישראל 22

און געקוקט אויף אידן בעין טובה 23 ]

האט מורא געהאט "שמא תעמוד לו זכותו של אברהם",

איז דאך לכאורה פארשטאנדיק,

אז נאך אלע מעלות און שבחים פון אידן,

איז געווען א מקום לומר אז זייער זכות איז ניט גענוג צו מנצח זיין עוג׳ן,

מצד דעם וואס ער פארמאגט "זכותו של אברהם״;

ולפ״ז דארף מען לכאורה זאגן,

אז דאס וואס דער אויבערשטער האט געזאגט צו משה׳ן "אל תירא אותו כי בידך נתתי אותו",

איז עס מצד זכותו של משה ,

און וויבאלד אז צוליב הריגת עוג האט מען געדארפט אנקומען דוקא צו משה'ן — ניט ווי ביים הרג׳ענען "את בניו ואת כל עמו" וואס האט געקענט זיין אויך דורך אנדערע אידן — פאסט דאך ניט אז דער פסוק זאל כולל זיין ביידע ענינים צוזאמען

(כאטש דאס פארשפארט איבעריקע ווערטער)

און זאגן "ויכו אותו",

וואס באציט זיך צו משה ובני ישראל אינאיינעם ?

אט די שאלה באווארנט רש״י מיט דעם וואס ער ברענגט "עקר טורא בר תלתא פרסי",

כדלקמן.

ז.

דער טעם וואס עוג האט אויסגעריסן א בארג וואס איז גרויס דריי פרסאות איז מצד דעם שטח וואו אידן האבן זיך געפונען וואס האט געהאלטן דריי פרסאות 24 .

ד.

ה.

אז מיט זיין עוקר זיין דעם בארג "בר תלתא פרסי" האט ער געוואלט אומברענגען — ח״ו היל״ת — אלע אידן.

איז דאך דערפון פארשטאנדיק,

אז דערמיט וואס "עקר טורא בר תלתא פרסי" האט ער

(ניט בלויז באגאנגען א גרויסן חטא,

נאר ער האט אויך)

פארלארן ״זכותו של אברהם״: וואלט ער געוואלט הרג׳ענען

(ח״ו)

בלויז א טייל אידן,

אדער אפילו דאס רוב אידן,

וואלט נאך אלץ געקענט זיין א סברא אז ביי אים זאל בלייבן דער זכות וואס ער האט אנגעזאגט אברהם׳ן ״כי נשבה אחיו " 25

וואס האט געבראכט צו "וישב גו׳ את לוט אחיו ״ 26

; בשעת אבער "עקר טורא בר תלתא פרסי" בכדי צו פארניכטן ח״ו זרעו של אברהם אינגאנצן 27 ,

האט ער דערמיט מבטל געווען דעם זכות וואס ער האט געהאט.

ובמילא קומט דאך אויס,

אז כאטש מלכתחילה,

האט דער אויבערשטער געזאגט צו משה׳ן "אל תירא אותו כי בידך נתתי אותו"

(אז דוקא משה האט אים געקעגט הרג׳ענען)

— איז אבער בעת משה האט אים גע׳הרג׳ט בפועל,

וויבאלד אז אינצווישן איז פארגעקומען דער "עקר טורא כו׳ ",

האט מען ניט געדארפט אנקומען דוקא צו זכותו של משה,

און אויך אנדערע אידן האבן אים געקענט הרג׳ענען — און דעריבער זאגט דער פסוק "ויכו" לשון רבים.

ח.

ע״פ הנ״ל יש לומר,

אז דער טעם וואס עס שטייט "ויכו אותו"

(ל׳ רבים),

איז

(ניט נאר מצד דעם וואס מען האט שוין דאן ניט געדארפט אנקומען צו זכותו של משה דוקא,

כנ״ל,

און דעריבער קען מען כולל זיין די הכאה פון עוג צוזאמען מיט הכאת בניו און כל עמו וואס איז געווען דורך אנדערע אידן,

נאר אויך)

מצד דעם וואס אויך בנוגע צו "אותו" גופא

(הכאת עוג),

כאטש אז " משה הרגן",

האט ער עס געטאן בשליחותם של כל ישראל:

וויבאלד אז מיטן "עקר טורא בר תלתא פרסי" האט עוג געוואלט הרג׳נען ח״ו אלע אידן,

כנ״ל,

איז דאך במילא יערער איד געווען מחוייב צו הרג׳ענען אים,

ווי דער דין איז "הבא להרגך השכם להרגו" 28 ,

קומט דאך במילא אויס,

אז מיט דעם וואס משה האט גע׳הרג׳ט עוג׳ן האט ער געטאן די שליחות פון אלע אידן.

און דעריבער שטייט ויכו לשון רבים.

ט.

עפ״ז וועט זיין אויך פארשטאנדיק וואס רש״י באגנוגנט זיך ניט מיט שרייבן "כדאיתא בברכות" און ער איז מוסיף ״בהרואה״ — ווארום דערמיט דייט ער אן,

ווי דער ענין וואס "משה הרגו" איז געווען נוגע צו אלע אידן:

אין פרק הרואה רעדט זיך וועגן די ברכות וואס מען דארף מאכן ווען מען איז "רואה",

ווען מען זעט געוויסע זאכן,

און אין התחלת הפרק 29

— וועגן דער ברכה "ברוך שעשה ניסים לישראל ״

(ד.

ה.

״ניסא דרבים״ — משא״כ ״ניסא דיחיד״ האט אנדערע דינים).

איז פון דעם וואס די מעשה "עקר טורא כו' " שטייט אין פרק הרואה בהמשך צו "אבן שבקש לזרוק עוג כו'"

(וועלכע איז איינע פון די דוגמאות פון "מקום שנעשו בו ניסים לישראל ״ 29 )

— איז א ראי׳ אז דאס איז געווען נוגע צום רבים,

און דעריבער איז רש״י מוסיף "בהרואה״ — ווייל דורך דעם ווערט געשמאקער װאס עס שטייט "ויכו לשון רבים".

י.

פון די "ענינים מופלאים" און "יינה של תורה" וואס זיינען דא אין דעם פירוש רש״י:

פרשת חקת לייענט מען בכו״כ שנים אין דעם שבת וואס פאר יב־יג תמוז

(וכבשנה זו)

— וואס שבת איז דאך מיני׳ מתברכין כולא יומי 30 ,

איז איינער פון די רמזים 31

אין דער היינטיקער סדרה אין די ענינים פון יב־יג תמוז:

כשם ווי בנוגע צו עוג מלך הבשן,

האט זיך די התחלה אנגעהויבן פון " בידך נתתי אותו",

און אויך בפועל איז " משה הרגו",

אבער דורך דעם איז עס געווארן א נס של כל ישראל — "ויכו" לשון רבים,

אזוי איז אויך בנוגע צו דער גאולה פון יב־יג תמוז,

אז דורך די יסורים און מס״נ פון דעם רבי׳ן בעל הגאולה — דער ״אתפשטותי׳ דמשה״ אין אונזער דור,

האט ער ממשיך געווען די גאולה פאר "כל מחבבי תורתנו הק׳,

שומרי מצוה",

ביז פאר די וואס זיינען בלויז "בשם ישראל יכונה" 32 ,

אז יעדער איד — אפילו אזא וואס בלויז "בשם ישראל יכונה ",

איז אויב ער וויל נאר — קען ער אריינגיין גלייך אין ארץ־ישראל ברוחניות

(און ער דארף ניט ארומגיין ארץ עוג — ווארום ס׳איז שוין "ויכו אותו"),

וואס דאס איז אויך די הכנה והקדמה צו כניסה לא״י בגשמיות,

אין דער גאולה האמיתית והשלימה דורך משיח צדקנו,

יבא ויגאלנו ויוליכנו קוממיות לארצנו,

בקרוב ממש ובעגלא דידן.

(משיחת ש״פ חקת תשכ״ה)

Reader controls and commentary are loading.