א.
פרשת קרה לייענט מען בכמה שנים אין דער וואך פון ג׳ תמוז
(צי אין דעם טאג גופא אדער עכ״פ בסמיכות צו אים)
— דאס איז דער טאג 1
ווען יהושע האט געזאגט "שמש בגבעון דום״ 2
— וואס דאס איז גע־ ווען פון די גרעסטע ניסים וואס האבן ווען עס איז פאסירט,
און ווי דער פסוק זאגט "ולא הי׳ כיום ההוא לפניו ואחריו גו״׳ 3
; און מיט פיל יארן שפע־ טער
(בשנת תרפ״ז)
איז אין דעם זעלבן טאג באפרייט געווארן דער רבי פון תפיסה 4
— וואם אויך דעם רבי׳נס באפרייאונג איז איינער פון די ניסים הכי גלויים וואס זיינען פארגעקומען אין אונזער דור.
וויבאלד אז דער נס השיחרור מהחפיסה פון רבי׳ן — איז בהשגחה עליונה אפגעשטעלט געווארן אויפ׳ן טאג פון דעם נס פון "שמש בגבעון דום״ — האט עס מסתמא א שייכות צו עם.
אין א חסיד׳ישען סגנון: ווי־ באלד אז די ביידע ניסים זיינען געווען אין דעם זעלבן טאג,
איז עס א בא־ ווייז 5
אז זיי האבן צווישן זיך א שייכות *5 .
און ע״פ הידוע 6 ,
אז אלע מועדים זיינען מרומז אין די פרשיות וועלכע מען לייענט אין דעם באטרעפנדן זמן,
איז פארשטאנדיק,
אז אט די צוויי ניסים "שמש בגבעון דום" און די באפרייאונג פון רבי׳ן — קען מען אויף ביידן געפינען רמזים וכו׳ אין פ׳ קרח.
ב.
שוין גערעדט פיל מאל בנוגע די "ג״ן סדרים דאורייתא",
אז יעדער סדרה האט אין זיך א נקודה מיוחדת,
וועלכע "נעמט דורך" אלע אירע פרשיות און פסוקים.
[און אז די נקודה וועלכע איז דער בריח המבריח פון אלע פסוקים פון דער סדרה,
איז מרומז אין דעם נאמען פון דער סדרה 7 ,
ווארום דער נאמען — בלה״ק
(ובכלל — דער נאמען ע״פ תורה)
פון יעדער ענין ווייזט 8
אויף זיין תוכן].
דערפון פארשטייען מיר אז די שייכות צווישן אלע פרשיות פון איין סדרה
[כולל אויך צווישן דער ערשטער פרשה און דער לעצטער — כאטש אז כמה פרשיות זיינען מפסיק צווישן זיי],
איז א פיל גרעסערע ווי די שייכות צווישן דעם סיום פון איין סדרה און דער התחלת סדרה שלאחרי׳ — אע״פ אז זיי שטייען בסמיכות זל״ז וואס באווייזט אויף א שייכות צווישן זיי — ווארום וויבאלד אז זיי זיינען געטיילט אין צוויי באזונדערע סדרות,
איז א ראי׳ אז אין זיי זיינען צוויי באזונדערע נקודות.
[ביז אז לפעמים איז די שייכות צווישן התחלת סדרה מיטן סיום הסדרה שלפני׳ — אין א שלילה׳דיקן אופן.
אזוי ווי,
למשל,
די שייכות פון "פ׳ מרגלים"
(תחלת שלח)
מיט "פ׳ מרים"
(סיום בהעלותך)
וואס זייער שייכות באשטייט אין דעם וואס די מרגלים האבן געזען ווי מרים "לקתה על עסקי דיבה" און פונדעסטוועגן איז "לא לקחו מוסר" 9 ].
דערפון איז פארשטאנדיק בנוגע די פרשיות פון אונזער סדרה,
אז די שייכות פון פרשת "ואני נתתי לך את משמרת תרומתי" 10
(וואס רעדט וועגן מתנות כהונה)
צו דער פרשה פון מחלוקת קרח באשטייט ניט בלויז אין דעם וואס די כ״ד מתנות כהונה זיינען געקומען דורך דעם וואס "בא קרח וערער על הכהונה 11 ,
נאר אז די כ״ד מתנות כהונה זיינען שייך צו מחלוקת קרח גופא,
וואס דעריבער איז אויך די פרשה פון כ״ד מתנות כהונה א טייל פון דער סדרה וואס ווערט גערופן מיטן נאמען "קרח".
דארף מען פארשטיין: דער ענין פון קרח איז דאך דאס קריגן זיך און זיין אנטקעגן כהונת אהרן,
אין קעגנ־ זאץ צום ענין פון כ״ד מתנות כהונה וואס איז דער "כותב וחותם ומעלה בערכאין" 11
פון כהונת אהרן,
היינט ווי קען מען זאגן אז אין די צוויי הפכים איז די זעלבע נקודה,
ביז אז אויך די פרשה פון מתנות כהונה ווערט אנגערופן מיטן נאמען " קרח "?
ג.
נאך אן ענין איז ניט פארשטאנ־ דיק בנוגע דעם נאמען פון דער סדרה: אויפן פסוק "ושם רשעים ירקב" 12
זאגט די גמרא 13
"רקביבות תעלה בשמותן דלא מסקינן בשמייהו".
וואס פון דעם איז פארשטאנדיק במ ־ כ״ש ,
אז מען זאל ניט אנרופן א
(ספר צי א)
סדרה אין תורה מיטן נאמען פון א רשע,
ווארום דורך דעם פאר ־ אייביקט מען זיין נאמען,
א סך מער ווי מיטן אנרופן א מענטשן "בשמיי־ הו",
היות אז תורה איז דאך נצחית .
ועפ״ז איז שווער: קרח איז דאך געווען א רשע וואס האט ניט תשובה געטאן
(און בלויז בניו האבן תשובה געטאן 14 ),
איז ווי קומט עס אז א סדרה בתורה זאל גערופן ווערן על שמו?
דערצו: נוסף לזה וואס אויף אלע רשעים שטייט "דלא מסקינן בשמיי־ הו",
אפילו די וואס האבן א "גלאטן" נאמען — דא אבער ווייזט דער נאמען גופא
(קרח מלשון "קרחה" 15 )
אויף פילוג און מחלוקת 16 .
איז דאך לפי״ז נאך מער תמוה וואס א סדרה אין תורה הייסט מיטן נאמען קרח: כל התורה
(כולל אויך פ׳ קרח)
איז דאך "ניתנה לעשות שלום בעולם" 17 ,
איז ווי קומט עס אז א סדרה בתורה זאל גערופן ווערן קרח מלשון קרחה — מחלוקת?
ד.
אויך אין דעם עצם ענין פון מחלוקת קרח ועדתו איז ניט פאר־ שטאנדיק,
וואס זייער טענה אויף כהונת אהרן איז געווען "כי כל העדה כולם קדושים ובתוכם ה׳ ומדוע תתנשאו על קהל ה׳" 18 .
ולכאורה: אויך קרח ועדתו האבן געוואלט ווערן כהנים
[ווי ס׳איז מובן פון משה רבינו׳ס ענטפער "ובקשתם גם כהונה" 19 ],
היינט ווי האבן זיי גע׳־ טענה׳ט "ומדוע תתנשאו גו׳" וואס איז שולל דעם ענין פון התנשאות בכלל?
בנוגע צו עדת קרח,
קען מען נאך ענטפערן,
אז מיט זייער טענה "ומדוע תתנשאו" האבן זיי געמיינט
[ ניט צו מבטל זיין דעם ענין פון התנשאות בכלל 20
,
נאר]
זיי האבן געוואלט בלויז שולל זיין אזא סארט התנשאות,
ווי די התנשאות פון
(משה רבינו און)
אהרן,
וואס ער איז געווען דער איינ ־ ציקער כהן גדול.
און דעריבער איז די טענה "ומדוע תתנשאו" ניט גע־ ווען קיין סתירה צו "ובקשתם גם כהונה",
אז עס זאלן זיין א סך כהנים גדולים.
אבער בנוגע צו קרח׳ן גופא,
איז ניט מובן: ער האט דאך געמיינט,
אז ער וועט בלייבן דער איינציקער כהן גדול 21 ,
איז דאך די טענה "ומדוע תתנשאו״ דא אויך לגבי עם?
ה.
דעם ביאור בכל זה,
וועט מען פארשטיין בהקדם וואס עס שטייט אין ספר נועם אלימלך" אויף " ואתפלג קרח"
(דער תרגום פון "ויקח קרח")
אז דאס איז ע״ד ווי דער רקיע המבדיל בין מים למים.
וואס איז די שייכות פון רקיע המבדיל גו׳ מיט דער מחלוקת פון קרח אויף כהונת אהרן?
איז איינער פון די ביאורים אין דעם:
די הבדלה צווישן כהנים און אלע אנדערע אידן באשטייט אין דעם,
וואס כהנים זיינען אפגעשיידט פון עניני עולם הזה און פארנעמען זיך בלויז מיט הייליקע זאכן.
ובפרט א כהן גדול
(וואס אויף אים איז געווען עיקר מחלוקת קרח)
וואס ביי אים שטייט 23
"ומן המקדש לא יצא".
אבער צוזאמען דערמיט וואס א כהן,
ובפרט א כהן גדול,
איז מובדל פון אלע אידן,
זיינען זיי ממשיך און משפיע פון זייער כהונה צו אלע אידן.
און ווי ס׳שטייט אין לקו״ת אויפן פסוק "בהעלותך את הנרות" 24 ,
אז דורבן אנצינדן די גרות המנורה,
האט אהרן "אויפגעהויבן" אלע אידן צו זיין דרגא — ער האט אין זיי אריינ־ געגעבן די מדרגה פון "אהבה רבה"
(וואס איז העכער פון "אהבת עולם" 25 ),
די בחינה פון אהרן.
און אויף דעם האט קרח גע׳טענה׳ט,
אז כשם ווי ס׳איז דא א מעלה אין כהנים דערמיט וואס זיי זיינען מובדל פון עניני העולם,
אזוי איז אויך דא א מעלה אין "כל העדה" וואס פאר־ נעמען זיך מיט עניני העולם און מען מאכט פון זיי כלים צו אלקות
[ואדרבה: דער עיקר כוונה איז — אז מען זאל מאכן די "תחתונים" פאר א דירה לו ית׳],
און וויבאלד אז "כל העדה כולם קדושים ובתוכם הוי׳",
די המשכה פון שם הוי׳,
שם העצם 26 .
איז "בתוכם",
דורך דער עבודה פון "כל העדה" וואס זיי מאכן די וועלט פאר א דירה צום אויבערשטן — איז "מדוע תתנשאו על קהל ה׳",
פארוואס זאל
(משה און)
אהרן זיך מתנשא זיין,
זיך גרויסהאלטן לגבי קהל הוי׳ ווייל זיי גיבן אין זיי אריין פון זייער
(אהרן׳ס)
הויכקייט.
און דעריבער איז די טענה "ומדוע תתנשאו" ניט געווען בסתירה צו "ובקשתם גם כהונה",
ווייל זיי האבן געוואלט אזא סארט כהונה וואס האט ניט קיין חיבור מיט "כל העדה" 27 .
און דאס איז די שייכות פון "ואת־ פלג קרח" מיטן "רקיע המבדיל בין מים למים",
ווייל דער ענין פון רקיע איז געווען אפצוטיילן די
(מים ה)
על־ יונים פון די
(מים ה)
תחתונים,
אז די "עליונים" און "תחתונים" זאלן זיין אפגעטיילט און ניט האבן קיין חיבור צווישן זיך.
ו.
אין וואס איז באשטאנען קרח׳ס טעות?
— איז דאס פארשטאנדיק פון דעם רקיע המבדיל גופא:
דערויף וואס ביום השני שטייט ניט "כי טוב" זאגן חז״ל דעם טעם,
ווייל ״בו נבראת מחלוקת״ 28
— די "מחלוקת" און מחיצה צווישן די מים העליונים און מים התחתונים.
ואעפ״כ איז ביום השלישי "הוכפל בו כי טוב",
"אחד למלאכת המים ואחד למלאכתו של יום״ 29
— ווייל דאן,
ביום השלישי,
איז נתברר
(און נזדכך)
געווארן די מחיצה וואס איז באשאפן געווארן ביום השני 30 .
וואס דערפון איז פארשטאנדיק,
אז כאטש עס דארף טאקע זיין א מחיצה צווישן עליונים און תחתונים,
וואס דערפאר האט דער אויבערשטער בא־ שאפן דעם "רקיע המבדיל",
איז אבער דער "טוב",
דער תכלית ושלימות פון דער מחיצה — דוקא דאן,
ווען טראץ זייער איינטיילונג אין צוויי באזונדערע סוגים "עליונים" און "תחתונים",
איז פאראן א חיבור צווישן זיי.
[ובדוגמת מתן תורה — וואס איז געווען באלף השלישי
(כנגד דעם יום השלישי פון מעשה בראשית״)
— וואס ענינו איז,
אז טראץ דער הבדלה אין די צוויי סוגים "עליונים" און "תחתונים",
איז "התחתונים יעלו לעליונים והעליונים ירדו לתחתונים" 32 ].
און עד״ז איז אויך בנוגע צו אידן,
אז אע״פ וואס צווישן אידן זיינען פאראן פארשידענע סוגים: אידן וואס זייער עבודה איז אפגעבן זיך נאר מיט ענינים פון קדושה,
בדוגמת א כהן גדול וואס "ומן המקדש לא יצא"׳ און פאראן אידן וואס זייער ארבעט איז בעיקר צו מברר זיין ענינים פון וועלט דורך דער עבודה פון "וכל מעשיך יהיו לשם שמים" 33 ,
אדער "בכל דרכיך דעהו" 34
איז אבער אעפ״כ,
דארפן די "כה־ נים" משפיע זיין פון זייער קדושה אויך צו אנדערע אידן — "העליונים ירדו לתחתונים",
און דורך דעם פועל׳ן ביי אלע דעם " בהעלונתך את הנרות" — ״התחתונים יעלו לעליונים״,
ארויס־ רופן ביי זיי די אהבה און תשוקה צו ווערן "כהנים",
אז אויך זיי זאלן,
אין געוויסע שעות עכ״פ,
זיין אפגעזונדערט פון עניני העולם און זיך עוסק זיין בתורה ווי יושבי אוהל 35 .
ז.
כשם ווי די כוונה אין דער התהוות פון רקיע המבדיל איז געווען בכדי אז דערנאך,
ביום השלישי,
זאל ער צוברענגען צום תכלית העילוי — חיבור עליונים ותחתונים
(וואס דערפאר שטייט שפעטער "כי טוב" אויך אויף דער התהוות פון דעם רקיע גופא),
עד״ז איז אויך בנוגע צו "ואת־ פלג קרח" וואס איז ע״ד ווי דער "רקיע המבדיל": דער טעם וואס דער אויבערשטער האט געמאכט עס זאל זיין די מחלוקת קרח אויף כהונה,
איז בכדי 33
אז דערנאך זאל זי צוברענגען צו דער נתינה פון כ״ד מתנות
(פון בנ״י ועניניהם — צו)
כהונה בברית מלח עולם.
דאס מיינט,
אז דער חיבור פון עליונים ותחתונים
(אז אויך די אידן וואם זיינען פארנומען מיט עניני העולם,
גיבן אפ פון זייערע "ערשטע" און "בעסטע" צום אויבערשטן)
— וואס קומט צום אויסדרוק אין מתנות כהונה — זאל זיין פיל שטארקער ווי ס׳איז געווען פאר מחלוקת קרח.
און דאס איז דער ביאור השייכות פון פרשת "ואני הנה נתתי לך את משמרת תרומתי" צו דער פרשה פון מחלוקת קרח — כאטש אז,
לכאורה,
זיינען זיי צוויי הפכים
(כנ״ל ס״ב)
-ווייל אדרבה : די כוונה און תכלית פון מחלוקת קרח איז,
אז דאס זאל צו־ ברענגען צו "ואני הנה נתתי לך גו׳"* 36 .
און דאס איז אויך דער טעם פארוואס די סדרה בתורה הייסט מיטן נאמען ״קרח״ — הגם אז "קרח"
(מלשון "קרחה",
מחלוקת)
איז היפך פון ענין התורה — ווייל די כוונה פון תורה — וואס "ניתנה לעשות שלום בעולם"
(מאכן
(א נייע זאך)
— שלום)
— איז,
אז אויך "קרח" זאל ווערן תורה: אויך פון מחלוקת און ״קרחה״ זאל ווערן שלום — און ווי גערעדט פריער
(ס״ו)
אז אויך לאחרי מ״ת איז פארבליבן די התחלקות צווישן "עליונים" און "תחתונים",
ואדרבה : דאס איז דער אויפטו פון תורה,
אז אויך "תחתונים",
ווי זיי זיינען אין דער דרגא און דעם מצב פון "תחתונים",
זאלן זיין פאר־ בונדן מיט "עליונים".
ח.
ע״פ כל הנ״ל וועט מען אויך פארשטיין די שייכות פון פ׳ קרח מיט ג׳ תמוז,
ווען יהושע האט געזאגט "שמש בגבעון דום":
בעת יהושע האט געזאגט "שמש בגבעון דום" האט דער שמש צו אים גע׳טענה׳ט: "אתה אומר שאדום ומי אומר קילוסו של הקב״ה",
האט יהושע געענטפערט: "שתוק ואני אומר" 37 .
ולכאורה,
דער שמש מיט זיין טענה "ומי אומר קילוסו של הקב״ה" האט דאך געמיינט
[ ניט אז אויב ער וועט שווייגן,
וועט קיינער ניט זאגן "קילוסו של הקב״ה״ — ווארום אויך די אנ־ דערע נבראים זאגן שירה צום אוי־ בערשטן — נאר ער האט געמיינט]
אז בשעת ער וועט שווייגן,
וועט קיי־ נער ניט זאגן דעם קילוס פון אוי־ בערשטן,
וואס דריקט זיך אויס דורבן
(הילוך פון)
שמש.
היינט וואס האט אים יהושע געענטפערט "ואני אומר": די שירה פון יהושע דריקט דאך ניט אויס אט דעם קילוס?
נאר דער ביאור בזה איז:
אין
(שבחו ו)
קילוסו של הקב״ה,
זיינען בכלל פאראן צוויי ענינים 38
:
דער שבח פון אויבערשטן וואס אלע נבראים זיינען ניט משנה תפקידם און פירן זיך כסדר אין דעם אופן ווי דער אויבערשטער האט זיי איינ־ געשטעלט — "לא ישבותו" 39
: און אין דעם גופא,
ווערט דורך יעדער נברא אויסגעדריקט א באזונדער שבח,
און דער שבח פון אויבערשטן וואס אידן זיינען אים משבח — שירת הנשמות 40
— מיט ענינים וואס זיינען העכער פון דער בריאה.
וואס די צוויי סארטן שבח זיינען בדוגמת די צווייערליי עבודות פון בעלי עסק און יושבי אוהל:
די עבודה פון בעלי עסק,
וואס זייער ענין איז צו ממשיך זיין אלקות אין עניני עולם
(אבער דער אור וואס ווערט נמשך דורך דער עבודה,
וואס באשטייט אין מברר זיין דברי הרשות,
איז אן אור מצומצם לפי ערך הבריאה")
איז בדוגמת קילוסו של הקב״ה וואס דריקט זיך אויס דורך הנהגה טבעית; און די עבודה פון יושבי אהל,
וואס זיינען אפגעזונדערט פון וועלט און פארנעמען זיך מיט לימוד התורה וואס קדמה לעולם 42
— בדוגמת שירת הנשמות.
איז כשם ווי בעלי עסק,
כאטש אין זייער עבודה איז דא א מעלה לגבי דער עבודה פון יושבי אוהל
(דערמיט וואס זיי זיינען ממשיך אלקות אין וועלט גופא),
פונדעסטוועגן דארף ביי זיי זיין דער "יעלו לעליונים",
אז לפעמים דארפן זיי זיך אפרייסן פון עבודת הבירורים און פארנעמען זיך מיט תורה,
און דוקא דורך דעם פירט זיך אויס דער תכלית און די שלימות פון עבודת בעלי עסקים גופא,
עד״ז איז אויך בנוגע צו דער הנהגה טבעית,
אז ניט קוקנדיק אויף דעם וואם "קילוסו של הקב״ה" וואס דריקט זיך אויס דורך הנהגה טבעית האט אין זיך א מעלה לגבי שירת הנשמות,
דערמיט וואם די הנהגה ווייזט ווי אויך נבראים
("תחתונים")
זיינען ניט משנה את תפקידם,
פונדעסטוועגן,
דארף זיין לפעמים דער ביטול פון הנהגת הטבע; און דורך דעם וואס טבע ווערט נתבטל צוליב אידן,
און אידן זיינען משבח דעם אויבערשטן אויף די ניסים 43
וואס ער טוט מיט זיי
(״שמש בגבעון דום ״)
— דורך דעם ווערט נתגלה די פנימיות און תכלית פון הנהגת הטבע גופא,
עס ווערט נשלם
(מל׳ שלימות)
דער קילוס פון שירת השמש 44 .
ט.
כשם ווי ביים נס פון "שמש בגבעון דום",
אע״פ אז בחיצוניות איז דאן נתבטל געווארן די טבע פון מהלך השמש,
פונדעסטוועגן האט זיך דורך דעם דורכגעפירט דער תכלית און די שלימות פון טבע השמש גופא,
כנ״ל,
עד״ז איז אויך אין דעם נס ביום ג׳ תמוז תרפ״ז,
אז צוזאמען דערמיט וואס ער איז געווען א נס גלוי שלמעלה מהטבע,
האט ער אבער געהאט א ווירקונג אין דער טבע גופא,
אז אויך זי האט "מסכים" געווען צום נס,
און ווי שוין דערציילט כמה פעמים 45 ,
אז די זעלבע מענטשן וואס האבן דעם רבי׳ן פארשפארט אין תפיסה,
האבן זיי גופא
( פארבלייבנדיק בתקפם )
געמוזט אים באפרייען.
— ואדרבה: דא האט זיך אויסגע־ דריקט דער "חיבור עליונים ותחתונים" נאך אין א גרעסערער מאם ווי ביי "שמש בגבעון דום",
וויבאלד אז אויך בעת השחרור זיינען זיי נאך אלץ געווען בתקפם ומצד תקפם
(במשרתם)
האבן זיי געקענט הייסן באפרייען
(ניט ווי ביי "שמש בגבעון דום",
וואס בעת דער נס האט פא־ סירט איז בטל געווארן די טבע הילוך השמש).
י.
נאך אן ענין אין דעם: אויך די דרגא פון "תחתונים" איז בשנת תרפ״ז געווען שלא בערך נידערי־ קער: די דרגת ה״תחתונים" פון הילוך השמש איז דאך אן ענין פון "קילוסו של הקב״ה".
משא״כ די וואס האבן ארעסטירט דעם רבי׳ן פאר זיין אר־ בעט אין הרבצת התורה וחיזוק היהדות,
האבן דאך געטאן אן ענין פון היפך הקילוס — ואעפ״כ האבן אויך זיי שפעטער ארויסגעהאלפן אין זיין שחרור
(זייענדיק בתקפם) 48 .
ועפ״ז איז פארשטאנדיק,
ווי דער נס פון ג׳ תמוז תרפ״ז,
האט נאך א גרעסערן רמז
(שייכות)
צו פ׳ קרח ווי דער נס פון "שמש בגבעון דום".
ווייל אויך "ואתפלג קרח " איז געווען אן ענין פון היפך הקילוס
( ניט ווי " ויעש אלקים את הרקיע" המבדיל — עס איז באשאפן געווארן פון אוי־ בערשטן)
— און אעפ״ב,
האט אויך דער "ואתפלג קרח" צוגעבראכט צום עילוי פון "ואני הנה נתתי לך את משמרת תרומתי",
ביז אז פון "קרח" ווערט א סדרה אין תורה.
יא.
די הוראה פון כל הנ״ל בעבודתינו איז:
ווען מען זעט אמאל ענינים וואם זיינען מונע ומעכב צו עבודת ה׳,
סיי ווען די מניעות ועכובים זיינען מצד הטבע וואס דער אויבערשטער האט איינגעשטעלט אין דער בריאה
(בדוגמת טבע הילוך השמש,
וואם האט געשטערט יהושע׳ן דורכפירן דעם נצ-חון המלחמה),
און אפילו אזוינע מניעות ועיכובים וואס ווערן געשאפן דורך מעשה בני אדם
(בדוגמת ווי ס׳איז געווען בשנת תרפ״ז),
דארף מען וויסן,
אז אלע מאורעות וואם פאסירן אין וועלט קומען פון אויבערשטן ,
ובמילא איז ניט שייך אז זיי זאלן טאקע באמת מנגד זיין ח״ו צו עבודת ה׳,
ס׳איז בלויז "כי מנסה הוי׳ אלקיכם אתכם לדעת" 47 ,
בכדי אז דורך די נסיונות זאל צוקומען א תוספת חיזוק און עלי׳ אין עבודת ה׳,
און בשעת דער ענין איז אפגעלייגט מיט אן אמת,
דאן דערזעט מען סוכ״ס,
אויך בעיני בשר,
דעם תוספות אור וואס קומט צו דורך די העלמות והס־ תרים — און ווי דער רבי איז מסיים אין דער רשימה פון ג׳ תמוז 48
— "ולכל בנ״י יהי׳ אור ברוחניות ובגשמיות" 49 .
(משיחות ש״פ קרח,
ג׳ תמוז,
תשח״י ותשכ״ד)