א.
עס שטייט אין מדרש 1 ,
אז קרח האט זיין מחלוקת אנגעהויבן מיט דער שאלה צו משה׳ן "טלית שכולה תכלת מהו שתהא פטורה מן הציצית".
און ווען משה האט אים געענטפערט "חייבת בציצית" האט קרח גע'טענה׳ט: "טלית שכולה תכלת אין פוטרת את עצמה,
ד׳ חוטין פוטרות אותה
(בתמי׳)
".
דערנאך האט ער ווייטער געפרעגט: "בית מלא ספרים מהו שיהא פטור מן המזוזה".
און אויף משה׳ס ענטפער ״חייב במזוזה״,
האט קרח געזאגט: "כל התורה כולה רע״ה 2
פרשיות אינה פוטרת את הבית,
פרשה אחת 3
שבמזוזה פוטרת את הבית
(בתמי׳)
".
און ער האט מסיים געווען: "דברים אלו לא נצטוית עליהן ומלבך אתה בודאן".
זיינען מבאר מפרשים 4 ,
אז קרח האט געהאלטן פאר א דבר פשוט ביותר אז טלית שכולה תכלת פטורה מן הציצית און בית מלא ספרים איז פטור ממזוזה,
ביז ער האט געמיינט אז אויך משה וועט אזוי זאגן.
און ביים פרעגן די צוויי שאלות הנ״ל האט ער געהאט אין זינען,
אז ווען משה וועט אים ענטפערן אז זיי זיינען פטור,
וועט ער קענען טענה׳ן: כשם ווי טלית שכולה תכלת דארף צו ציצית ניט אנקומען און בית מלא ספרים דארף צו מזוזה ניט אנקומען — מצד דעם וואס אין טלית גופא איז פאראן תכלת און דער בית פארמאגט שוין אין זיך פרשיות של מזוזה,
אזוי איז אויך,
וויבאלד אז "כל העדה כולם קדושים",
דארפן זיי ניט אנקומען צו קדושת אהרן,
און במילא "מדוע תתנשאו על קהל ה׳".
ס׳איז אבער ניט מובן 5
: וויבאלד אז אין ביידע ענינים — "טלית שכולה תכלת כו׳" און "בית מלא ספרים כו׳״ — איז בעצם די זעלבע סברא,
ווערט דאך די שאלה 6
: לאחרי ווי קרח האט געהערט משה׳ס ענטפער אז טלית כו׳ חייבת בציצית — וואס האט ער ווידער געהאט צו פרעגן פון "בית מלא ספרים״ 7 ?
איז דערפון געדרונגען,
אז בנוגע צו בית מלא ספרים איז די סברא פשוט׳ער ווי בנוגע טלית שכולה תכלת 8 .
און דערפאר,
איז אפילו לאחרי ווי משה האט אים געענטפערט "חייבת בציצית",
האט ער נאך אלץ גערעכנט אז בית מלא ספרים וועט אויך משה האלטן אז פטור ממזוזה.
נאר פונדעסטוועגן האט ער לכתחילה געפרעגט דוקא פון טלית שכולה תכלת — און ניט פון בית מלא ספרים *8
(הגם אז בנוגע בית כו׳ איז פשוט׳ער אז פטור ממזוזה),
ווייל די הוכחה זיינע אויף זיין טענה "כל העדה כולם קדושים גו׳ ומדוע תתנשאו",
איז פון ״טלית כו׳״ — ניט פון דעם וואס בית כו׳ איז פטור ממזוזה 9 .
ב.
וועט מען עס פארשטיין בהקדים סיפור חז״ל 10
אז עדת קרח האבן דערנאך מודה געווען און די הודאה איז ארויסגעבראכט געווארן דורך דעם זאגן "משה אמת ותורתו אמת".
איז אין דעם ניט מובן:
ווי עס קוקט אויס פון פשטות הכתובים,
איז די מחלוקת פון קרח ועדתו — כאטש זיי האבן געקריגט אויך אויף משה׳ן — געווען בעיקר אויף אהרן
(ניט אויף משה׳ן) 11 .
וואס דערפאר,
ווען זיי האבן געמאנט "מדוע תתנשאו על קהל ה׳" 12 ,
האט זיי משה געזאגט,
אז זיי אלע — אויך אהרן ,
זאלן מקטיר זיין קטרת און דורך דעם וועט מען זען אז "האיש אשר יבחר ה׳ הוא הקדוש",
אז אהרן איז דער כהן גדול 13 .
אויך די ענינים ווייטער אין דער סדרה,
וואס קומען בהמשך צו מחלוקת קרח
(וואס דערפאר שטייען זיי אין פ׳ קרח),
זיינען אלץ זאכן וואס האבן צוטאן מיט כהונת אהרן : דער ענין פון "פרח מטה אהרן" 14
; דער אנזאג אז די כהנים בני אהרן זאלן אכטונג געבן אז א זר זאל אין מקדש ניט אריינקומען 15
; און דער ציווי וועגן מתנות כהונה 16 .
איז דאך ניט מובן: וויבאלד אז עיקר המחלוקת פון עדת קרח איז געווען אויף אהרן,
איז פארוואס בא-שטייט זייער תשובה אין זאגן אויך " משה אמת" ניט נאר "ותורתו אמת״ 17 ?
ג.
א גרעסערן פלא געפינט מען בנוגע למחלוקת קרח ועדתו: די גמרא 18
זאגט "כל המחזיק במחלוקת עובר בלאו 19 ,
שנאמר 20
ולא יהי׳ כקרח וכעדתו".
ולכאורה איז דאך דער חטא פון קרח ועדתו באשטאנען אין קריגן אויף כהונת אהרן אמתית תורת משה וכו׳ — איז ווי קען מען פון דעם אפלערנען אז "המחזיק במחלוקת",
אין וועלכער מחלוקת עס זאל ניט זיין,
איז ער עובר אויף "לא יהי׳ כקרח וכעדתו ״ ?
איז דאך דערפון מוכרח,
אז דער חטא פון קרח ועדתו איז באשטאנען בעיקר אין דעם וואס עס איז א מחלוקת
[און ווי רש״י זאגט אויף "ויפול על פניו״ 21
— אז משה האט זיך דערשראקן
(ניט פאר קרח׳ס חולק זיין אויף אים אדער אויף כהונת אהרן,
נאר)
"מפני המחלוקת "; אויך דער מדרש 22 ,
ווען ער איז מבאר דעם טעם וואס דתן ואבירם האבן לוקה געווען צוזאמען מיט קרח׳ן,
זאגט ער דעם לשון "שהיו שכנים לקראת בעל מחלוקת " 23 ].
און דאס איז אויך מתאים דערמיט וואס די סדרה הויבט זיך אן מיט די ווערטער "ויקח קרח":
דער פירוש פון "ויקח",
איז ווי דער תרגום זאגט " ואתפליג " 23
און ווי רש״י טייטשט אפ " נחלק משאר העדה להחזיק במחלוקת "; און דער נאמען "קרח"
(וואס באווייזט אויף זיין ענין 25
,
ווי אויך אויף דעם ענין פון דער סדרה וואס הייסט מיטן נאמען "קרח")
איז פון לשון ״קרחה״ 26 ,
וואס ענינה איז פילוג 27
— ארויסרייסן און אפטיילן
(די האר פון קאפ,
וכיו״ב).
ד.
די ערשטע "מחלוקת" וואס איז
(באשאפן)
געווארן אין וועלט,
איז דער רקיע המבדיל בין מים למים 28 .
און דערפאר שטייט ניט ביום השני "כי טוב",
ווייל "בו נבראת מחלוקת" 29 .
ואעפ״כ,
שטייט ביום השלישי צוויי מאל ״כי טוב״ — "אחד למלאכת המים ואחד למלאכתו של יום״ 29
— אז דאן איז נתברר געווארן און איז געווארן "טוב" אויך די מלאכה
(מחלוקת — מחיצה)
וואס איז באשאפן געווארן ביום השני 30 .
און דאס זעלבע איז בנוגע דעם אלף השלישי
(וועלכער איז בדוגמת יום השלישי 31 ),
אז בשעת מתן תורה
(שבאלף השלישי),
ווען ס׳איז נתבטל געווארן די גזירה
(דער "שניט")
וואס טיילט אפ עליונים פון תחתונים,
און ס׳איז געגעבן געווארן דער כח אז "העליונים ירדו לתחתונים והתחתונים יעלו לעליונים״ 32
— איז פארריכט געווארן די מחיצה פון דעם רקיע וואס איז מבדיל צווישן
(מים)
עליונים און
(מים)
תחתונים.
ה.
דערפון איז פארשטאנדיק,
אז יעדער ענין פון מחלוקת,
פון "ואתפלג״ — ובפרט לפי מ״ש בספר נועם אלימלך 33
אז "ואתפלג קרח" איז ע״ד ווי דער רקיע המבדיל 34
(אדער ווי עס שטייט אין אנדערע ערטער 35 ,
אז דאס איז ע״ד ווי דור הפלגה — וועלכער איז אויך פארבונדן מיטן רקיע המבדיל 36 ),
איז היפך פון ענין התורה וואס "ניתנה לעשות שלום בעולם״ 37 ,
ובמילא — אויך היפך פון משה׳ן 38
וואס התורה נקראת על שמו 39 .
און כאטש אז דער תואר "אוהב שלום ורודף שלום" שטייט אויף אהרן 40
[וואס דאס איז דער טעם הפנימי וואס קרח האט געפירט זיין מחלוקת אנטקעגן אהרן 41
],
איז אבער דער עיקר און פנימיות פון זיין מחלוקת געווען קעגן משה׳ן ,
ווארום דאס גופא וואס אהרן האט געטאן די עבודה,
איז עס מצד דעם וואס אזוי שטייט אין תורה וואס איז געגעבן געווארן דורך משה׳ן.
ו.
דער ביאור אין דעם בפרטיות יותר:
דעם עצם ענין פון "שלום"
(תורה),
האט אויפגעטאן משה,
נאר היות אז משה מצד עצמו איז געווען העכער פון וועלט ענינים 42
— איז דער שלום אין וועלט בפועל דורכגעפירט געווארן דורך אהרן׳ען,
וואס ער האט זיך אראפגעלאזט צו די "בריות" 43
און האט זיי מקרב געווען
(און אויפגעהויבן 44
)
צו תורה,
וואס "כל נתיבותי' שלום" 45 .
ובמילא קומט דאך אויס,
אז דער עצם מציאות פון מחלוקת
(ענין הנרמז ב שמו של קרח — קרחה)
איז דער מנגד צו בחי׳ משה,
און מעשה קרח — דאס אנפירן די מחלוקת בפועל
(דער ״ואתפליג ..
להחזיק במחלוקת״)
— דער מנגד צו בחי׳ אהרן 46 .
און דאס איז דער טעם פנימי וואס דורך קרח׳ס קריגן אויף כהונת אהרן איז ארויסגעקומען זיין מחלוקת אנטקעגן משה׳ן
[ווי געבראכט פריער פון מדרש,
אז דורך זיין שאלה וועגן "טלית שכולה תכלת"
(און "בית מלא ספרים")
מיט דער כוונה צו קריגן אויף כהונת אהרן,
איז ארויסגעקומען זיין זאגן משה׳ן "דברים אלו לא נצטוית עליהן ומלבך אתה בודאן״]
: וויבאלד אז זיין מחלוקת בפועל קעגן כהונת אהרן
(וועלכער פירט דורך בפועל ענינו של משה)
איז געקומען דערפון וואס ער איז געווען א בעל מחלוקת בעצם ,
און בפנימיותו איז ביי אים געווען א התנגדות צו משה׳ן,
האט דעריבער זיין מחלוקת אויף אהרן — דער "מסובב" פון זיין
(פנימיות׳דיקער)
מחלוקת אויף משה׳ן — ארויסגעבראכט די "סיבה" בגילוי .
און היות אז דער סדר איז דאך,
אז די "מחשבה תחלה" קומט ארויס אין "סוף מעשה" דוקא 47 ,
דערפאר איז
[כשם ווי אין " ויקח קרח לעורר על הכהונה",
איז זיין מחלוקת אויף אהרן — וואס איז געווען די "סיבה" אויף זיין מחלוקת אויף "תכלת"
(און ״מזוזה״)
— געקומען נאך זיי,
עד״ז איז ]
זיין מחלוקת על משה — וואס איז געווען די סיבה פנימית צו זיין מחלוקת על אהרן — ארויסגעקומען בפועל ערשט צום סוף.
און דאס איז אויך דער ביאור וואס די תשובה פון עדת קרח באשטייט אין זאגן "משה אמת ותורתו אמת": בכדי צו זיין זיכער אז די תשובה איז א ריכטיקע און אז מען וועט נאכאמאל ניט דורכפאלן אין דעם חטא,
ביז אז "יעיד עליו יודע תעלומות שלא ישוב לזה החטא לעולם" 8
דארף מען עוקר זיין די סיבה פון דעם חטא.
און וויבאלד אז די מחלוקת פון קרח ועדתו אויף "אהרן",
איז געקומען מצד זייער
(פנימיות׳דיקער)
מחלוקת על משה ותורתו — דער עצם מהות פון "שלום",
איז דעריבער זייער עיקר התשובה באשטאנען אין זאגן "משה אמת ותורתו אמת".
ז.
ע״פ הנ״ל,
אז די מחלוקת פון קרח ועדתו אויף אהרן איז געווען אן אויספיר ומסובב פון זייער מחלוקת אויף משה ותורתו,
איז י״ל,
אז אויך זייער מחלוקת אויף ציצית און מזוזה איז
[ניט קיין זייטיקער ענין,
א הוכחה פון אן אנדער זאך
(אז כשם ווי בית מלא ספרים און טלית שכולה תכלת דארפן ניט אנקומען צו מזוזה און חוט של תכלת אזוי אויך אידן וואס זיינען "כולם קדושים" דארפן ניט אנקומען צו קדושת אהרן)
נאר עס איז]
דער זעלבער ענין.
ד.
ה.
אז זייער מחלוקת אויף משה ותורתו — אז זי ווערט נמשך בפועל,
בריינגט זי דעם קריגן אויף אהרן ,
ציצית און מזוזה .
און וויבאלד אז די דריי ענינים הנ״ל זיינען די אופנים ווי עס קומט ארויס בפועל מחלוקת קרח,
לייגט זיך דעריבער אין שכל צו זאגן,
אז אינעם ווארט "קרח" זיינען מרומז
(ניט נאר דער עצם ונקודת ענין המחלוקת,
נאר)
אויך די ענינים אין וועלכע די מחלוקת קומט בפועל.
דער חילוק איז נאר,
אז דער כללות
(ועצם)
ענין המחלוקת — איז מרומז אין דעם כלל ,
אין דעם ווארט,
און די דריי ענינים פרטיים — זיינען מרומז אין זיינע פרטים,
אין די דריי אותיות 49
: יעדער אות ווייזט אויף א באזונדער ענין.
ח.
בעת מ״ת האט זיך אויפגעטאן,
אז די תורה איז געקומען למטה אין עוה״ז
(ניט ווי פריער,
ווען די תורה איז געווען למעלה) 50 ,
און עס איז בטל געווארן די מחלוקת
(מחיצה)
בין העליונים והתחתונים
(כנ״ל סעיף ד׳)
און דאמאלס איז דער עוה״ז געווארן ווי ער דארף זיין ,
וכמרז״ל 51
עה״פ יום הששי.
און וויבאלד אז " ואתפליג קרח",
ער האט געוואלט היפך השלום
(פעולת התורה
(כנ״ל סעיף ה׳))
נאר מחלוקת — האט עס אנגערירט און מעורר געווען צוריק שטעלן די מחיצה און גזירה וואס איז געווען פאר מ״ת,
הייסט עס דאך,
אז ער האט געוואלט ענדערן אט־דעם ענין וואס איז נתחדש געווארן בעוה״ז .
און דאס איז דער רמז אין די דריי אותיות פון ווארט קרח — קו״ף,
רי״ש,
חי״ת: עוה״ז איז
(באשאפן געווארן און איז)
געגליכן צו אות ה״א 52 .
און ווייל ענינו של קרח איז משנה זיין עוה״ז,
זיינען דעריבער די אופנים פון דעם שינוי מרומז אין די דריי אותיות — קו״ף,
רי״ש און חי״ת — וועלכע זיינען 53
ענלעך בתמונתן צום אות ה״א,
אבער — בשינוי ,
כדלקמן.
אין א ה״א זיינען פאראן דריי קווין: א קו למעלה,
און צוויי קוין — מימין און משמאל.
שטייט אין קבלה און חסידות 54 ,
אז דער קו שלמעלה ושבימין ווייזן אויף מחשבה ודיבור,
און דער קו השמאל ווייזט אויף מעשה.
און דער קו השמאל איז מיט די אנדערע צוויי קווין ניט מחובר — ווייל צווישן מחשבה ודיבור און מעשה,
איז דא א הפסק.
און דער שינוי פון די דריי אותיות הנ״ל
(קר״ח)
לגבי דעם ה״א באשטייט
(בעיקר)
אינעם קו השמאלי וואס ווייזט אויף מעשה: אין אות קו״ף איז דער קו השמאלי גאר לאנג,
אין רי״ש איז ער לגמרי ניטא,
און אין חי״ת - איז ער מחובר מיט די אנדערע צוויי קווין.
ט.
איז דער ביאור אין דעם:
אין דעם "חיבור עליונים ותחתונים" שנתחדש במ״ת,
זיינען פאראן צוויי תנועות:
עס פאדערט זיך די עבודה בתחתונים ביז אז ״המעשה הוא העיקר״ 55
— און ווי ס׳איז מבואר באריכות אין תניא 56 ,
אז די "דירה בתחתונים" טוט זיך אויף בעיקר
(ניט אזוי דורך לימוד התורה במחשבה ודיבור,
נאר)
דורך קיום המצות במעשה; ועד״ז אין כח המעשה גופא,
איז דא א מעלה אין דעם בירור פון עניני רשות און טאן מיט זיי דערנאך א מצוה לגבי דעם וואס עס ווערט אויפגעטאן דורך עשיית המצות אין א פארטיגער זאך,
וועלכע דערנעמט ניט אויף אזוי פיל די "גשמיות" פון די זאכן 57
; דוקא דורך דער עבודה בעניני רשות,
ווען "כל מעשי ך " זיינען "לשם שמים" און "בכל דרכי ך "
(אין דעם מענטשנס דרכים)
איז דא דער "דעהו"* 57 ,
איז מען מברר און מזכך ביז די סאמע נידעריקסטע ענינים.
דאס איז דאך בכלל די מעלה אין בעלי עסקים אויף יושבי אהל,
וואס דוקא ביי זיי איז דא דער ״אמצאך בחוץ״ 58
;
אבער לאידך גיסא,
דארפן די "תחתונים" זיין מחובר מיט די "עליונים".
און אין דעם חיבור זיינען פאראן צוויי ענינים:
א)
״העליונים ירדו לתחתונים״ — אז דער לימוד התורה
("עליונים")
דארף קומען אין דעם בירור און אין דעם קיום המצות
("תחתונים")
און אנפירן דערמיט.
ד.
ה.
אז בעת קיום המצוה דארף ער אכטונג געבן אז ער זאל עס טאן כפי פרטי הדינים ווי ער האט פריער געלערנט אין תורה
(ווארום אויב ער זאל ניט קאנטראלירן אז דאס זאל שטימען ע״פ תורה,
איז רעכט אז די "מצוה" זאל ארויסקומען אין אזא אופן וואס איז גאר היפך המצוה)
;
און בפרט בנוגע צום עסק בעניני רשות,
מוז עס זיין באופן וואס זאל ניט שטערן אים צו זיינע שיעורים הקבועים אין לימוד התורה — ע״פ המבואר אין הל׳ ת״ת — וכיו״ב.
ב)
״והתחתונים יעלו לעליונים״ — אז
(ס׳איז ניט גענוג וואס די "תחתונים" ווערן אנגעפירט פון די "עליונים" ווי זיי נידערן אראפ צו זיי,
נאר)
עס פאדערט זיך אז די "תחתונים" זאלן שטיין מיט א צמאון צו דערהויבן זיך "לעליונים": אמת טאקע "המעשה הוא העיקר",
דער בעל עסק דארף אבער וויסן אז ער געפינט זיך למטה,
און במילא דארף ער וועלן עולה זיין.
און דער רצון דארף זיין בתוקף גדול,
ביז אז לעת מן העתים קומט עס ארויס בפועל — ער רייסט זיך אפ פון זיין עסק און פירט זיך ווי א יושב אהל 59 .
יו״ד.
אט־די דריי ענינים — א)
אז דער מטה דארף זיין,
ב)
ער דארף אנגעפירט ווערן פון דעם "מעלה",
און ג)
ער דארף וועלן עולה זיין למעלה — זיינען מרומז אין דער תמונה פון אות ה״א: א)
דער רגל השמאלי,
וואס ווייזט אויף מעשה,
איז פאראן אין איר; ב)
ער ציט זיך ניט לענגער פון קו הימין,
ד.
ה.
זיין מציאות איז פאראן בלויז דארט וואו ס׳איז דא די ירידת העליונים,
ער לאזט זיך ניט אריין אין דעם "מטה" יותר מכפי המדה; ג)
ס׳איז דא א הפסק צווישן דעם רגל שמאלי,
מיטן קו העליון והימין וואס ווייזן אויף מחשבה ודיבור פון לימוד התורה.
ד.
ה.
אז אלע מאל פילט ער ווי ער איז אפגעריסן פון תורה,
און מצד דעם ציט ער זיך צו עולה זיין למעלה" 60 .
און דאס איז דער ביאור וואס די אותיות פון ווארט קרח
(מלשון קרחה — די מחלוקת אויף "חיבור עליונים ותחתונים")
זיינען קו״ף,
רי״ש,
חי״ת — ווייל די דריי אותיות דריקן אויס די דריי אופנים וואס זיינען מנגד צום ״חיבור עליונים ותחתונים״: דער קו״ף וואס זיין רגל השמאלי ווערט נמשך גאר נידעריק,
ביז אין אן ארט וואו עס דערלאנגט ניט דער רגל הימני 61
— דריקט אויס די התנגדות און איז היפך פון "העליונים ירדו לתחתונים" דקדושה; דער רי״ש וואס האט אינגאנצן ניט קיין רגל שמאלי 62
— איז מנגד אויף מעשה ובפרט אויף דער הדגשה אז ״המעשה הוא העיקר״; און דער חי״ת,
וואס זיין רגל השמאלי איז מחובר מיטן קו העליון והימני
(וואס ווייזט אויף דער טענה פון א בעל עסק אז ער איז פונקט אזא ״מיוחס״ ווי דער יושב אהל)
— איז מנגד און איז היפך פון "התחתונים יעלו לעליונים" דקדושה 63 .
יא.
אט די ענינים פון מחלוקת קרח וועלכע זיינען מרומז אין די דריי אותיות,
האבן זיך אויסגעדריקט אין זיין קריגן אויף
(כהונת)
אהרן,
אויף מזוזה און אויף תכלת: דער קו״ף — אין זיין מחלוקת אויף תכלת,
דער רי״ש — אין זיין מחלוקת אויף מזוזה,
און דער חי״ת — אין זיין התנגדות צו אהרן.
דער ביאור אין דעם איז:
א כהן איז מובדל פון עניני עולם הזה און פארנעמט זיך בלויז מיט הייליקע זאכן.
באזונדערס א כהן ווי אהרן ,
א כהן גדול,
וואס "מן המקדש לא יצא" 64 .
און היות אז יעדער איד דארף טאן אלע סארטן עבודות,
דעריבער פאדערט זיך פון יעדן איינעם,
אפילו פון א פשוט לגמרי,
אז לעת מן העתים זאל ער זיך אפרייסן פון עניני העולם און ווערן דוגמת כהן,
ביז — דוגמת כהן גדול.
און אויף דעם האט קרח גע׳טענה׳ט 65
(מצד — ומרומז אין דעם חי״ת שבו)
: וויבאלד אז "כל העדה כולם
(אויך די וואס פארנעמען זיך מיט ענינים פון עסק — לשם שמים,
זיינען)
קדושים",
ואדרבה: " ובתוכם הוי׳",
די המשכה פון שם הוי׳ שם העצם 66
איז דוקא אין מעשה
(וכידוע 67
אז דורך ענינים רוחניים נעמט מען נאר "גילויים",
און המשכת העצמות איז דוקא דורך מעשה המצות און דורך בירור עניני רשות בגשמיות),
איז "מדוע תתנשאו",
וואס איז די גרויסקייט פון כהן גדול,
ובמילא
(ווי דער צווייטער טייטש אין)
"מדוע תתנשאו",
פארוואס מוזן "כל העדה" זיך דערהויבן און עולה זיין למעלה,
בשעת אז זיי זיינען געהויבן ווי דער כהן גדול
(און אדרבה — " בתוכם
(דוקא)
הוי׳״) 68 ?
יב.
דער ביאור השייכות פון אותיות קו״ף און רי״ש,
צו זיין מחלוקת אויף תכלת און מזוזה:
"טלית" איז דער ענין פון מקיף וואס ווערט נמשך דורך קיום המצות,
און "ציצית" ווייזט אויף המשכת הפנימיות וואס קומט דורך לימוד התורה 69 ,
ועד״ז — דורך אהבה ויראה 70 .
און דאס האט קרח גע׳טענה׳ט: נניח אפילו אז א "טלית"
(קיום המצות)
דארף אנקומען בדרך כלל צו "ציצית"
(לימוד התורה און אהוי״ר,
ווארום אן לערנען וועט ער ניט וויסן ווי צו מקיים זיין א מצוה,
ועד״ז אן זיך עוסק זיין בעבודה פנימית,
וועט זיין מעשה המצות זיין צופיל בהגשמה),
איז אבער "טלית שכולה תכלת",
ווען דער
(טלית)
קיום המצות איז דורכגענומען מיט
(תכלת,
מלשון 71 )
כליון וביטול,
אז בא אים איז מאיר דער אור הנשמה דורך אמונה פשוטה און קבלת עול — דאן
(האט קרח גע׳טענה׳ט),
דארף דער טלית זיין פטור פון ציצית 72 .
וואס פעלט דא אהוי״ר?
און ווען משה האט אים געענטפערט,
אז אעפ״כ מוז מען אויך אין אזא פאל אנקומען צו "ציצית" 73 ,
האט קרח — מיוסד אף משה׳ס ענטפער — גע׳טענה׳ט: וויבאלד אז אויך טלית שכולה תכלת חייבת בציצית,
הייסט עס דאך אז דער עיקר איז עבודה פנימית,
אויב אזוי" איז "בית מלא ספרים" — בשעת ער איז פול מיט תורה,
דארף דאס מכש״כ מספיק זיין.
וואס פעלט דאן ״מזוזה״ — קיום המצות?
ועפ״ז נמצא אז זיין התנגדות אויף ציצית
(תכלת)
איז בדוגמת 75
אות קו״ף,
און זיין אפקריגן אויף מזוזה איז בדוגמת אות רי״ש.
יג.
ע״פ הנ״ל וועט ווערן פארענטפערט,
וואס אויך לאחרי ווי משה האט אים געענטפערט "טלית שכולה תכלת חייבת בציצית" האט ער געפרעגט וועגן "בית מלא ספרים"
(אע״פ אז לכאורה,
איז אין ביידע ענינים די זעלבע סברא),
ווייל אדרבה : דער ענטפער "חייבת בציצית",
דאס האט אים געגעבן דעם יסוד צו טענה׳ן אז בית מלא ספרים זאל זיין פטור פון מזוזה,
כנ״ל סעיף יב.
ועפ״ז איז אויך מובן בפשטות וואס ער האט אנגעהויבן מיטן פרעגן וועגן טלית שכולה תכלת און ניט וועגן בית מלא ספרים — ווייל
[נוסף וואס די שאלה וועגן "בית מלא ספרים" איז ערשט נתעורר געווארן לאחרי משה׳ס ענטפער "חייבת בציצית",
כנ״ל]
די טענה אז "בית מלא ספרים" דארף זיין פטור פון מזוזה האט קיין שייכות ניט *76
צו זיין מחלוקת אויף כהונת אהרן 76 ,
ואדרבה: די טענה "תהא פטורה מן המזוזה" ברענגט ארויס די מעלה פון "עליונים",
און זיין מחלוקת אויף כהונת אהרן איז מדגיש די מעלה פון "תחתונים"; און דערפאר האט ער מוכיח געווען דוקא פון "טלית שכולה תכלת תהא פטורה מן הציצית",
ווייל די טענה באווייזט די מעלה פון מעשה,
כנ״ל.
יד.
כאמור לעיל,
ווערט אין תורה שבכתב דערציילט נאר קרח׳ס מחלוקת אויף כהונת אהרן.
אפילו אין תורה שבע״פ,
וואו עס ווערט דערציילט אויך זיין מחלוקת אויף ציצית און מזוזה — איז משמע מפשטות הענינים,
אז דאס איז געווען בלויז א הקדמה צו זיין טענה "מדוע תתנשאו" בנוגע כהונת אהרן.
דערפון איז פארשטאנדיק,
אז די מחלוקת אויף כהונת אהרן וואס איז בדומה צום חי״ת,
איז ערגער ווי די מחלוקת אויף ציצית און מזוזה — וועלכע זיינען בדומה צום קו״ף און רי״ש.
דער טעם פון דעם:
בעת א מענטש ליגט אין ענינים גשמיים
(קו״ף),
ווייס ער אז ער איז נידעריק,
ובמילא וועט ער תשובה טאן 77
; דאס זעלבע — בעת ער ליגט אין ענינים רוחניים
(רי״ש)
— כאטש דא פילט ער ניט זיין נידעריקייט — וויבאלד אבער ער ווייס אז דער עיקר איז — קיום המצות בגשמיות,
וועט ער זיך באפן אויף זיין טעות און תשובה טאן; משא״כ ווען ער רעדט זיך איין אז אים פעלט גארניט,
ער איז אזא מיוחס ווי דער כהן גדול
(חי״ת),
ואדרבה ״ בתוכם הוי׳״ — קען דאך זיין 78
ער זאל ח״ו בלייבן ביי זיין טעות 79 .
און הגם אז לכאורה איז ער גערעכט: מיט זיין טאן אין ענינים גשמיים לשם שמים פירט ער דאך לכאו׳ אויס די כוונת דירה בתחתונים מער ווי אזא וואס "מן המקדש לא יצא" — האט אויף דעם משה געענטפערט 80 ,
אז די מעלה פון עבודת אהרן כה״ג אויף דער עבודה איז כמעלת האור על החשך; אמת טאקע ער פירט אויס די כוונה — ער געפינט זיך דאך אבער אין חשך כפול ומכופל פון גשמיות העולם,
ובמילא דארף ער זיך "אויפהויבן" צום "בקר" פון אהרן כהן גדול.
און ווי די הוראת המשנה אין פערטן פרק פון אבות 81
(וועלכן מען לערנט 82
בכו״כ שנים אין ש״פ קרח)
״הוי ממעט בעסק ועסוק בתורה״ — אז אויך דער בעל עסק
(ניט קוקנדיק אויף די מעלה פון ״אמצאך בחוץ״ 58 )
דארף ממעט זיין בעסק און זיך עוסק זיין בתורה
(אזוי ווי א יושב אהל) 83 .
(משיחות ש״פ קרח תשכ״ד ותשכ״ז)