B"H
🏡

Ikar

שלח ב

א.

אין סיום הסדרה,

נאך דעם ווי רש״י איז מפרש כמה ובמה פסוקים און ווערטער פון פרשת ציצית,

ביז צו די לעצטע ווערטער "אני ה׳ אלקיכם",

ברענגט ער עטלעכע ענינים ״מיסודו של ר׳ משה הדרשן״ 1

: צום ערשטן ברענגט ער "למה נסמכה פ׳ מקושש לפ׳ ע״ז 2

לומר שהמחלל את השבת כעובד ע״ז שאף היא שקולה כנגד כל המצות" 3 ,

און ער איז מסיים "ואף פ׳ ציצית לכך נסמכה לאלו לפי שאף היא שקולה 4

כנגד כל המצות"; דערנאך איז רש״י מעתיק "על כנפי בגדיהם" און זאגט,

"כנגד ואשא 5

אתכם על כנפי נשרים וכו'"

(כדלקמן ס״ב)

; און צום סוף ברענגט ער "פתיל תכלת" און שרייבט,

"על שם שכול בכורות וכו'"

(כדלקמן ס״ג וד׳).

פון דעם וואס רש״י ברענגט די דריי ענינים נאך זיין פירוש אויף "אני ה׳ אלקיכם"

— כאטש דער טעם הסמיכות פון פ׳ ציצית צו די פריערדיקע פרשיות איז נוגע גלייך בתחלת הפרשה 6 ,

און אזוי אויך די ווערטער "על כנפי בגדיהם" און "פתיל תכלת" שטייען בתחלת הפרשה —

איז פארשטאנדיק 7 ,

אז דערמיט איז ער אויסן בעיקר

[ ניט צו מפרש זיין פשוטו של מקרא גופא 8 ,

נאר]

צו באווארענען אן ענין מיוחד

(אין פרשה)

וואס פאדערט ביאור ע״פ דרך הפשט.

און דערפאר ברענגט ער די אלע דריי ענינים צוזאמען — ווייל זיי אלע קומען צו מבאר זיין די זעלבע נקודה.

דארף מען פארשטיין:

א)

וואס איז דא שווער אין דער פרשה ע״פ דרך הפשט,

וואס בכדי דאס צו פארענטפערן,

מוז זיך רש״י באנוצן מיט די פירושים פון ר׳ משה הדרשן ,

ענינים פון "דרוש"?

ב)

וואס איז די נקודה משותפת וואס פארבינדט די דריי ענינים צווישן זיך — ולכאורה,

אין זיין פירוש אויף "על כנפי בגדיהם" און "פתיל תכלת" איז ער מבאר וואס ער ווערט נרמז דורך כמה פרטים פון מצות ציצית,

און אין זיין פירוש "למה נסמכה כו׳ " רעדט ער וועגן דער מצוה בכללותה און איר שייכות און ענליכקייט צו די פרשיות פון מקושש וע״ז?

ב.

נוסף להנ״ל,

זיינען פאראן כמה שוועריקייטן אין יעדערן פון די דריי פירושים גופא

(ובפרט אין זיין פירוש אויף ״פתיל תכלת״ — וואס איז כולו מוקשה מתחלתו ועד סופו,

כדלקמן סעיף ג־ד).

אין זיין פירוש "למה נסמכה כו׳" זאגט רש״י אז ציצית איז שקולה כנגד כל המצות,

און ווי א ראי׳ דערצו שרייבט ער "שנאמר ועשיתם את כל מצותי ".

ולכאורה: דער פסוק "וזכרתם את כל מצות ה׳ ועשיתם אותם" שטייט דאך פאר "

(למען תזכרו)

ועשיתם את כל מצותי״ — פארוואס ברענגט רש״י דעם שפע־ טערדיקן פסוק 9 ?

אויך אין זיין צווייטן דיבור "על כנפי בגדיהם" זיינען פאראן כמה דיוקים.

און וואס עס "ווארפט זיך פאר די אויגן" איז דאס,

וואס לאחרי ווי ער איז מפרש אז "על 10

כנפי בגדיהם" איז "כנגד ואשא אתכם על כנפי נשרים",

איז ער מוסיף: "על ארבע כנפות ולא בעלת שלש ולא בעלת חמש 11 ,

כנגד ד׳ לשונות של גאולה שנאמר 12

במצרים והוצאתי והצלתי וגאלתי ולקחתי״.

ולכאורה: "על ארבע כנפות" שטייט דאך אין פ׳ תצא 13 ,

ניט אין אונזער סדרה.

וואס־זשע איז נוגע דא צו מפרש זיין "על ארבע כנפות״?

ג.

דערנאך ברענגט רש״י "פתיל תכלת",

און זאגט: "על שם שכול בכורות,

תרגום של שכול תכלא ומ־ כתם היתה בלילה וכן צבע התכלת דומה לרקיע המשחיר לעת ערב".

(און דאן איז ער ממשיך "ושמונה חוטים כו׳",

כדלקמן ס״ד).

דארף מען פארשטיין:

א)

אין פרש״י זיינען מדוייק ניט נאר די ווערטער פון זיין פירוש גופא,

נאר אויך די ווערטער פון פסוק וואס ער איז מעתיק פאר זיין פירוש.

און ווי מ׳זעט עס קלאר אין אונזער פרש״י,

אז פריער ביים מפרש זיין די פרשה ע״פ פשט,

איז ער מעתיק בלויז דעם ווארט "תכלת",

און אין זיין פירוש פון "יסודו של ר״מ הדרשן" שטעלט ער זיך אויף " פתיל תכלת".

אבער לכאורה איז אויך זיין פירוש "ע״ש שכול בכורות כו׳ " שייך בלויז צום ווארט ״תכלת״ — ניט צום ווארט " פתיל "?

ב)

אמת טאקע אז מכת בכורות איז געווען בלילה ווען דער רקיע זעט אויס ווי תכלת — אבער וואס איז די שייכות צווישן רקיע מיט מכת בכורות,

און אויף אזוי פיל ביז מ׳זאל זאגן,

אז צוליב דעם וואס צבע התכלת איז דומה לרקיע ווי ער איז אין דער צייט פון מכת בכורות,

דער־ פאר איז דער "פתיל תכלת" מרמז אויף מכת בכורות?

ג)

דערפון וואס דער רקיע איז " משחיר לעת ערב ",

ד.

ה.

אז דאן איז זיין בלויקייט טונקעלער ווי בייטאג,

איז דאך מובן,

אז בלילה איז ער נאכמער "משחיר".

היינט ווי קען מען זאגן,

אז דער תכלת פון ציצית — וואס זיין צבע איז דומה לרקיע ווי ער איז ״ לעת ערב ״ — זאל גאר ווייזן אויף מכת בכורות וואס "מכתם היתה ב

(חצות ה)

לילה "?

ד.

דערנאך איז רש״י ממשיך

(אין זעלבן דיבור)

: "ושמונה חוטים שבה כנגד שמונה ימים ששהו ישראל משיצאו ממצרים עד שאמרו שירה על הים".

איז ניט מובן:

א)

"ועשו להם ציצית גו׳" און "ונתנו גו׳ פתיל תכלת",

זיינען צוויי באזונדערע ציוויים 14 .

און דער מספר "שמונה חוטים" איז פארבונדן

[ ניט מיט דעם פרט פון "פתיל תכלת",

נאר]

מיט דער מצוה פון ציצית .

און ווי דער בן חמש למקרא זעט,

אז אויך בזמננו איז מען מקיים מצות ציצית און מיט ״ שמונה חוטים״ — הגם אז קיין תכלת האבן מיר ניט .

און וויבאלד אזוי,

האט דאך רש״י לכאורה געדארפט מפרש זיין דעם טעם פון "שמונה חוטים"

(וואס איז נוגע צו דער מצוה פון ציצית בכלל )

— פאר זיין פי׳ אויף דעם פרט פון "פתיל תכלת".

פארוואס איז ער מהפך דעם סדר?

ב)

די אמירת השירה איז דאך געווען בשביעי של פסח 15 .

היינט וואו געפינט רש״י שמונה ימים פון יצי״מ ביז אמירת השירה?

מפרשים זאגן 16 ,

אז די שמונה ימים הויבן זיך אן פון זמן שחיטת הפסח; ווארום בעת די אידן האבן גע׳שחט׳ן אלקי מצרים,

זיינען זיי שוין ארויס פון רשות מצרים.

ס׳איז אבער ניט מובן: יצי״מ

(בפועל)

איז געווען ביום ט״ו — "בעצם היום הזה" 17

; אפילו די נתינת רשות פון פרעה דערויף — "קומו צאו מתוך עמי" 18

[וואס אויך דאס ווערט אמאל גערופן יצי״מ 19 ]

איז געווען בליל ט״ו .

אבער דעם זמן פון שחיטת הפסח — איידער פרעה האט מסכים געווען אויף דער יציאה פון מצרים,

קען מען דאך לכאורה ניט אגרופן "משיצאו ממצרים" 20 ?

ג)

די אמירת השירה איז לכאורה

[ניט קיין ענין לעצמו,

נאר]

א שבח והודי׳ אויף קריעת ים סוף ,

וואס איז אן עיקר אין יצי״מ

[ווארום ביז דאן,

אויך לאחרי דעם ארויסגיין פון מצרים,

זיינען נאך די אידן ניט פריי געווען פון

(דעם פחד פאר)

די מצריים וועלכע האבן זיי נאכגעיאגט,

און ערשט ביי קרי״ס,

ווען "לא נשאר בהם עד אחד" 21 ,

איז מען פון זיי אויסגעלייזט געווארן לגמרי 22 ].

האט דאך רש״י געדארפט זאגן "עד שנקרע הים״ 23

— וואס איז דא נוגע "שאמרו שירה"?

ד)

ווען רש״י זאל זאגן בלויז "שאמרו שירה"

(אן די ווערטער "על הים")

וואלט מען אויך געוואוסט וועל־ כע שירה ער מיינט 24 .

צוליב וואס דארף ער מוסיף זיין די ווערטער — "על הים"?

ה.

איז דער ביאור בכ״ז: מיט זיין ברענגען די דריי ענינים הנ״ל "מיסודו של ר״מ הדרשן",

איז רש״י אויסן צו מפרש זיין די שייכות צווישן דעם לעצטן פסוק פון דער פרשה "אני ה״א אשר הוצאתי אתכם מארמ״צ גו׳" מיט פרשת ציצית.

פריער זאגט רש״י אויף דעם צוויי פירושים:

(א)

"ע״מ כן פדיתי אתכם שתקבלו עליכם גזרותי" 25 .

(ב)

"אני הוא שהבחנתי במצרים בין טיפה של בכור לשאינה של בכור,

אני הוא עתיד להבחין וליפרע מן התולה קלא אילן בבגדו ואומר תכלת היא" 26 .

פארוואס דארף רש״י אנקומען צו צוויי פירושים — איז עס מובן בפשטות :

לויטן ערשטן פי׳ איז שווער: "ע״מ כן פדיתי אתכם שתקבלו עליכם גזרו־ תי " איז פארבונדן מיט אלע גזרות

(מצות)

— פארוואס שטייט עפעס אני ה״א גו׳ ערשט ובדוקא ביי מצות ציצית 27 ?

אמת טאקע,

אז ציצית ברענגט צו "וזכרתם את כל מצות ה״׳ — דאס מיינט דאך אבער בלויז אז דער קיום המצוה ברענגט נאך אן ענין "וראיתם אותו",

און די ראי׳ ברענגט צום "וזכרתם" און דער "וזכרתם" ברענגט צו ״ועשיתם״ — קיום פון אלע מצות,

אבער זי אליין איז נאר איין מצוה.

האט דאך דער ענין פון יצי״מ בעסער געדארפט שטיין ביי מצות ע״ז וואס זי גופא איז "ככל המצות״ 28

— ניט ביי ציצית ?

דעריבער ברענגט רש״י דעם צווייטן פירוש,

אז די שייכות פון יצי״מ צו ציצית איז

( ניט מצד דעם וואס ציצית ברענגט צום קיום פון אלע מצות,

נאר)

מצד ציצית גופא — אזוי ווי דער אויבערשטער האט מבחין געווען במצרים בין טיפה של בכור כו׳ אזוי איז ער עתיד להבחין וליפרע מן התולה קלא אילן בבגדו ואומר תכלת היא.

אבער אויך דער פירוש איז שווער: א)

"אשר הוצאתי אתכם מארץ מצרים" מיינט יציאת מצרים גופא,

ניט מכת בכורות וואס האט בלויז געבראכט צו יצי״מ 29 ?

ב)

"ונתנו גו׳ פתיל תכלת" איז בלויז איין פרט פון פ׳ ציצית

[און נאך מער: ווי געזאגט פריער

(ס״ד)

איז דאס ניט קיין פרט אין מצות ציצית גופא

(ווי,

למשל,

"על כנפי בגדיהם" וואס ציצית מוז זיין דוקא "על כנפי בגדיהם"),

נאר ס׳איז א ציווי נוסף ].

איז דאך שווער צו זאגן,

אז דער גאנצער ענין

(פסוק)

"אני ה׳ אלקיכם גו׳" קומט בהמשך ושייכות נאר צום ציווי פון תכלת.

— דעריבער מוז רש״י אנקומען צום ערשטן פירוש,

"ע״מ כן פדיתי אתכם שתקבלו עליכם גזרותי",

אז דא איז טאקע נוגע דער ענין פון יצי״מ גופא און ס׳איז שייך צו כללות מצות ציצית,

כנ״ל.

אבער היות ווי ביידע פירושים זיי־ נען ניט גלאטיק — דערפאר איז רש״י ממשיך ומוסיף "ומיסודו של ר׳ משה הדרשן העתקתי כו׳",

בכדי צו מאכן גלאטיקער זיין פירוש "ע״מ כן פדיתי אתכם שתקבלו עליכם גזרותי",

כדלקמן.

ו.

דער חידוש פון רש״י אין "למה נסמכה כו׳" באשטייט אין דעם,

וואס מצות ציצית גופא,

איז "שקולה כנגד כל המצות",

פונקט ווי ע״ז 30

און שבת 31

(און ניט נאר וואס זי ברענגט צום קיום פון אלע מצות).

און דערפאר זאגט רש״י "שנאמר ועשיתם את כל מצותי״ — און ניט "שנאמר וזכרתם את כל מצות ה׳ ועשיתם אותם״ — ווייל אין יענעם פסוק שטייט אז ציצית ברענגט דערנאך צו ראי׳ וועלכע ברענגט צו זכירה און עשיית כל המצות; משא״כ "ועשיתם את כל מצותי״

(ע״פ דרוש — פון ר״מ הדרשן )

מיינט,

אז מיטן מקיים זיין "ועשו גו׳ והי׳ לכם לציצית" איז ״ ועשיתם ״ — מען איז

(כאילו ווי)

מקיים — " את כל מצ־ ותי " 32 .

וע״ד וואס עס שטייט פרי־

ער 33

ביי ע״ז "ולא תעשו את כל המצות האלה״,

אז ע״ז גופא איז — "מצוה אחת שהיא ככל המצות".

ועפ״ז איז שוין ניט אזוי שווער וואס "ע״מ כן פדיתי אתכם שתקבלו עליכם גזרותי" שטייט ביי מצות ציצית — ווייל מצות ציצית איז שקול כנגד "

(ועשיתם את)

כל מצותי".

ז.

ס׳איז נאך אבער ניט מספיק: וויבאלד אז

(כנ״ל)

אויך ע״ז און שבת זיינען שקול כנגד כל המצות

[ואדרבה: פון דעם וואס תורה איז מסמיך פ׳ ציצית צו די פרשיות פון ע״ז און מקושש דערפאר וואס " אף היא

(ציצית)

שקולה כנגד כל המצות" איז געדרונגען אז ביי ע״ז און

(אפילו)

שבת איז עס מער פשוט אז זיי זיינען שקול כנגד כל המצות],

היינט פאר־ וואס שטייט "ע״מ כן פדיתי אתכם שתקבלו עליכם גזרותי"

(מיינענדיק אלע מצות)

דוקא ביי ציצית?

דעריבער איז רש״י ממשיך,

אז אלע פרטים פון מצות ציצית

["על כנפי בגדיהם" 34 ,

"פתיל תכלת" און "שמונה חוטים"],

זיינען "כנגד"

(אדער "על שם")

אלע ענינים פון יצי״מ.

און דעריבער שטייט "אני ה' אלקיכם אשר הוצאתי אתכם מארץ מצרים" — ״ע״מ ..

שתקבלו עליכם גזרותי " ביי מצות ציצית ,

ווייל זי איז ניט בלויז א מצוה כללית ,

נאר זי

(מיט אלע אירע פרטים)

איז אויך שייך צו

(אלע פרטים פון)

יצי״מ.

ח.

עפ״ז איז אויך פארשטאנדיק וואס אין זיין פי׳ אויף "על כנפי בגדיהם",

באגנוגנט זיך ניט רש״י מיט זאגן "כנגד ואשא אתכם על כנפי נשרים",

נאר ער ברענגט אויך אז "על ארבע כנפות" איז "כנגד ד׳ לשונות של גאולה"

(הגם אז אין אונזער פרשה שטייט כלל ניט אז ציצית איז דוקא אויף א בגד של ארבע כנפות)

— ווייל מיט אט־דער הוספה ווייזט ער ווי די "כנפי בגדיהם" זיינען כנגד אלע ענינים פון יצי״מ 35

— אנ-הויבנדיק פון "והוצאתי" ביז "ולקחתי

(אתכם לי לעם)

".

נאר היות אז אין אונזער פרשה שטייט דאך ניט וויפל כנפות עס דארפן זיין,

קען דעריבער רש״י ניט אנהויבן מיט "על ארבע כנפות כו'" — דעריבער ברענגט ער אז "על כנפי בגדיהם" איז כנגד ואשא אתכם על כנפי נשרים".

און לאחר ווי ער זאגט שוין אז "על כנפי בגדיהם" איז פאר־ בונדן מיט יצי״מ — איז ער מוסיף,

אז דער מספר הכנפות איז כנגד ד׳ לשונות של גאולה.

ט.

עד״ז איז בנוגע צו "פתיל תכלת",

אז מיט זיינע צוויי טעמים אויף דער שייכות פון מכת בכורות צו

(פתיל)

תכלת — "ע״ש שכול בכורות תרגום של שכול תכלא" און "צבע התכלת דומה לרקיע כו׳״ — מיינט ער ארויסצוברענגען ווי אין ציצית זיינען מרומז אלע פרטים פון מכת בכורות.

ווארום — אין מכת בכורות

(וועלכע האט מכריח געווען פרעה זאגן "קומו צאו״ — די גאולה)

זיינען דא צוויי ענינים:

(א)

דער שיכול בכורות ווי ער איז געווען דא למטה,

וואס דאס איז געווען

(ווי רש״י איז ממשיך)

"ומכתם היתה בלילה",

און

(ב)

ווי דער ענין האט זיך אויפגעטאן למעלה — ברקיע ,

וואס דאס איז געווען בזכות 36

דם פסח

(ומילה),

און דאס איז געווען בין הערבים,

ווען אידן האבן גע׳שחט׳ן דעם פסח;

און דאס זאגט רש״י,

אז "

(פתיל)

תכלת" ווייזט אויף ביידע ענינים: מצד דעם וואס דער ווארט "תכלת" מיינט ״שכול״ — "תרגום של שכול תכלא",

ווייזט תכלת אויף שכול בכורות ווי זי איז דא למטה,

בלילה; און מצד דעם ״ צבע התכלת״ — וואס ער איז "דומה לרקיע המשחיר לעת ערב ",

ווייזט ער אויף דעם ענין פון מכת בכורות ווי זי האט זיך אויפ־ געטאן למעלה ברקיע ,

לעת ערב .

שטעלט זיך אבער די שאלה: וואו געפינט מען,

אז א געוויסער ענין

(אין א מצוה וכיו״ב)

זאל מרמז זיין אויף אן ענין ווי ער איז נגזר געווארן ברקיע?

דעריבער איז רש״י מעתיק פאר זיין פירוש די ווערטער " פתיל תכלת": "פתיל" איז אנגעבונדן אין דעם כנף אויבן און הענגט אראפ און ווערט נמשך אונטן.

און דערמיט ווייזט דער "פתיל תכלת" ניט בלויז אויף מכת בכורות ווי זי איז געווען דא למטה,

נאר אויך ווי זי איז נמשך געווארן פון אויבן — פון רקיע.

י.

לאחרי ווי רש״י זאגט אז דער פתיל תכלת איז מרמז אויף מכת בכורות אויך ווי זי איז נגזר געווארן ברקיע,

איז ער ממשיך אז די שמונה חוטין זיינען כנגד שמונה ימים כו':

כשם ווי בנוגע צו דער התחלה פון יצי״מ׳ רעכנט מען ניט בלויז ליל ט״ו ווען ס׳איז געווען מכת בכורות דא למטה

(וואס דאן האט פרעה געזאגט "קומו צאו מתוך עמי"),

נאר מ׳הייבט אן פון דער התחלת ההתחלה — פון יום י״ד לעת ערב,

ווען ס׳איז נגזר געווארן הגאולה ו

(במילא)

מכת בכורות ברקיע ;

אזוי איז אויך לאידך גיסא,

בנוגע דער שלימות פון יצי״מ — וואס איז געווען בעת קרי״ס ווען "לא נותר בהם עד אחד",

אז מען רעכנט ניט בלויז דעם גמר פון יצי״מ כשלעצמו,

נאר די שלימות השלימות פון יצי״ט — ווען דער פחד פאר די מצרים ביי די אידן איז בטל געווארן — ווען

דער "לא נותר" איז נתגלה געווארן צו אידן — וואס דאס איז געווען בעת " וירא ישראל את מצרים מת על שפת הים ",

וואס האט זיי אזוי דערנומען ביז צום זאגן שירה 37 .

און דאס איז דער פירוש פון די "שמונה ימים ששהו ישראל משיצאו ממצרים עד שאמרו שירה",

וואס זיי זיינען כולל דעם גאנצן משך הזמן פון יצי״מ: פון דעם סאמע אנהויב פון יצי״מ,

ווי דאס איז נאך געווען "ברקיע",

איידער ס׳איז געקומען למטה,

ביז צום סאמע סוף פון יצי״מ,

ווען אויך אידן האבן געפילט און געזען אז זיי זיינען נגאל געווארן פון מצרים אינגאנצן.

יא.

פון די "ענינים מופלאים" ורמזים וואס אין דעם פרש״י:

צווישן די חילוקים פון די חוטי "תכלת" שבציצית מיט די חוטי "לבן" איז 38 ,

אז חוטי תכלת זיינען מרמז אויף די עבודה פון יראה,

"סור מרע" 39 ,

און חוטי לבן — אויף אהבה,

"ועשה טוב".

און דאס איז אויך דער טעם

(בפנימיות הענינים)

פון דעם וואס רש״י איז מפרש פריער "פתיל תכלת" און דערנאך ״ושמונה חוטין כו׳״ — ווייל די התחלת העבודה איז סור מרע,

און פון דעם קומט מען דערנאך צום קיום פון כללות מצות ציצית

(— "שמונה חוטין"),

וואס איז "שקולה כנגד כל המצות".

אעפ״כ,

דערפון וואס בזמן הזה איז ניטא קיין תכלת 40 ,

און אלע שמונה חוטין

(אויך די וועלכע מצד עצמם זיינען שייך צו "תכלת")

זיינען "לבן",

איז א הוראה,

אז דער עיקר עבודה 41

איז אין דעם קו פון אהבה.

ובפרט ע״פ פנימיות התורה — זאגט דאך רשב״י: "אנן בחביבותא תליא מיל־ תא" 42 ,

און דאס ברענגט צו אלע דרגות

(שמונה ימים)

פון "יציאת מצרים",

וואס "כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות״ 43 ,

ביז צו אמירת שירה — "ונודה לך שיר חדש על גאולתנו ועל פדות נפשנו" 44 ,

בקרוב ממש.

(משיחת ש״פ שלח תשכ״ה)

Reader controls and commentary are loading.