B"H
🏡

Ikar

שלח א

א.

פון פסוק ויהס כלב את העם אל משה גו׳ 1 ,

איז רש״י מעתיק "ויהס כלב",

און איז מפרש: "השתיק את כולם".

בהשקפה ראשונה לערנט מען,

אז רש״י מיט זיין פירוש איז אויסן צו אפטייטשן דעם ווארט ״ויהס״ — אז ער מיינט "השתיק".

אבער עפ״ז איז שווער:

א)

פארוואס איז רש״י מעתיק דעם ווארט "

(ויהס)

כלב" בעת ער איז מפרש נאר "ויהס"?

ב)

צום סוף פון אלע זיינע פי׳ אין אונזער פסוק שטעלט זיך רש״י נאכאמאל אויפן ווארט "ויהס" און איז מפרש: "לשון שתיקה",

און ברענגט דארט דוגמאות פון אנדערע ערטער וואו ״הס״ מיינט שתיקה — היינט ווי קען מען זאגן אז מיט זיין גאר ערשטן פי׳ ״ויהס כלב — השתיק את כולם" מיינט ער אפטייטשן דעם ווארט "ויהס"

(א זאך וואס ער טוט ערשט גאר צום סוף)?

ג)

צוליב וואס איז ער מוסיף

(נאך זיין פירוש ״ויהס — השתיק")

די ווערטער "את כולם"?

און די שאלה איז א דאפלטע:

(א)

וואס איז רש״י מחדש מיטן זאגן "את כולם"; אויך אן פרש״י וואלט מען עס לכאורה גע־ וואוסט,

ווארום דער פי׳ הפשוט פון "ויהס כלב את העם " איז,

אז ער האט משתיק געווען דעם גאנצן פאלק ?

(ב)

אפילו את״ל אז אלולי פרש״י וואלט מען ניט געוואוסט אז "את העם" מיינט דאס גאנצע פאלק,

און דעריבער דארף עס רש״י מפרש זיין,

איז אבער שווער: אט־דער פירוש "את כולם" איז דאך מפרש די ווער־ טער ״את העם״ — ניט די ווערטער "ויהס כלב".

איז פארוואס זאגט עס רש״י אויף "ויהס כלב"

(און בהמשך צו זיין טייטש "השתיק")?

ב.

בנוגע צו רש״י׳ס חידוש "את כולם" און דעם המשך פון זיין חידוש צום פירוש "השתיק",

האט מען לכאורה געקענט פארענטפערן:

דער תרגום אונקלוס

(וואס ער איז קרוב צו פשוטו של מקרא 2 ,

און אין פיל ערטער ברענגט רש״י א ראי׳ פון אונקלוס)

איז מתרגם "ויהס כלב — ואצית כלב"

(ער האט דעם פאלק געמאכט זיך צוהערן)

— און אויך רש״י קען אזוי טייטשן,

ווי מ׳געפינט ענלעך דערצו — " הסכת ושמע" 3 .

אויך קען מען טייטשן "ויהס" מלשון הסתה 4 ,

אז כלב האט זיי צוגערעדט,

איינגערעדט,

לויט די ביידע פירושים איז פארשטאנדיק,

אז "את העם" איז פירושו כפשוטו: כלב האט געמאכט אז דאס

(גאנצע)

פאלק זאל זיך צו־ הערן צו משה׳ן; אדער ער האט איינ־ גערעדט דאס

(גאנצע)

פאלק זיי זאלן "זיין" צו משה׳ן

(ד.

ה.

אויף משה׳ס צד).

אבער לויט פרש״י ״ויהס — השתיק",

איז מען לכאורה מוכרח צו לערנען,

אז "ויהס כלב" גייט ניט אויף ״את העם״ — ווארום אין די פריערדיקע פסוקים ווערט דערציילט בלויז אז די מרגלים האבן גערעדט,

עס ווערט אבער ניט דערמאנט אז אויך דאס פאלק האט עפעס גערעדט — ובמילא וואלט מען לערנען,

אז כלב האט געמאכט שווייגן בלויז די מרגלים.

און די ווערטער "את העם" בא־ ציען זיך ניט צום "ויהס" גופא,

נאר צו דער מטרה פון ״ויהס״ — אז ער האט איינגעשטילט די מרגלים בכדי דער "עם" זאל זיך צוהערן צו זיינע רייד 5 .

דערפאר זאגט רש״י "השתיק את כולם ",

אז כלב האט געמאכט שווייגן

(ניט בלויז די מרגלים,

נאר אויך)

דעם גאנצן פאלק 6 ,

כפשטות לשון הכתוב ״ויהס כלב את העם״ 7 .

מען קען אבער אזוי ניט ענטפערן: א)

צו לערנען אז "ויהס כלב את העם" מיינט אז ער האט משתיק גע־ ווען אימעצן אנדערש "את" צוליב ״העם״ — איז זייער ווייט פון דרך הפשט,

און רש״י דארף עס גארניט שולל זיין.

ב)

ווען מיט די ווערטער "את כולם" מיינט רש״י דעם גאנצן פאלק,

ווערט דאך די קשיא

(דלעיל ס״א)

נאך שטארקער: פארוואס איז ער ניט מעתיק פון פסוק אויך די ווערטער "את העם״ ?

ג.

דערנאך שטעלט זיך רש״י אויף די ווערטער "אל משה",

און איז מפרש: "לשמוע מה שידבר במשה" — אז "אל משה" מיינט

( ניט צו משה׳ן גופא — ווארום דאס האט דאך ניט קיין המשך צו ״ויהס — השתיק ",

נאר)

וועגן משה — וואס כלב וועט רעדן וועגן אים.

אויך דא איז ניט מובן — ובהמשך צו פריער: וואס איז מכריח רש״י׳ן צו טייטשן אז "ויהס" מיינט "השתיק",

ובמילא מוז ער לערנען אז "אל משה" מיינט,

צו כלב׳ס רייד וועגן משה ; ער האט דאך געקענט טייטשן אז "ויהס" מיינט "ואצית" אדער "והסית"׳ וואס דאן וואלט מען געקענט לערנען ״אל משה״ — צו משה׳ן — כפשוטו ממש 8 ?

אפילו את״ל אז לדעת רש״י,

איז דער איינציקער פירוש וואס מ׳קען לערנען אין ויהס איז לשון שתיקה — האט מען דאך אפילו לויט דעם פירוש געקענט לערנען "אל משה" כפשוטו,

אז כלב האט זיי געמאכט שווייגן בכדי זיי זאלן זיך צוהערן צו משה׳ן.

און כאטש אין פסוק ווערט ניט דערציילט אז משה האט דאן עפעס גערעדט — קען מען אבער לערנען,

אז כלב האט זיי שטיל געמאכט מיט דער טענה זיי זאלן זיך איינהערן צו משה׳ן,

ווי אנ־ דערע פון מפרשי המקרא לערנען 9

— אדער: אל משה

(זיי זאלן הערן משה׳ס מיינונג * 9 ,

וואס ער

(כלב)

גייט זיי זאגן)

ויאמר עלה נעלה גו' —

(און דער פי׳ "ויחס גו' אל משה" וועט זיין: "ויהס

(השתיק)

" דורך זיין טענה ״אל משה״),

און לאחרי זאת — "ויאמר

(כלב)

עלה נעלה וירשנו אותה".

פארוואס מוז רש״י לערנען ״אל משה״ — צו כלב׳ס דיבור וועגן משה׳ן,

און ניט צו משה׳ן?

ד.

בעת רש״י איז מפרש "לשמוע מה שידבר במשה"

(אז כלב האט אלע־ מען שטיל געמאכט בכדי זיי זאלן זיך צוהערן צו זיינע רייד וועגן משה׳ן),

איז רש״י מפרש דעם מיטעל ווי אזוי ער האט עם דורכגעפירט: "צווח ואמר וכי זו בלבד עשה לנו בן עמרם 10 .

השומע הי׳ סבור שבא לספר בגנותו,

ומתוך שהי׳ בלבם על משה בשביל דברי המרגלים,

שתקו כולם לשמוע גנותו 11 .

אמר והלא קרע לנו את הים והוריד לנו את המן והגיז לנו את השליו".

אויך דא דארף מען פארשטיין: פון וואנען נעמט רש״י אז כלב האט גע־ זאגט דוקא די דריי ענינים וועלכע משה האט פאר זיי געטאן

(קרע את הים,

הוריד את המן והגיז את השליו),

משה האט דאך געטאן פאר אידן א סך זאכן,

אנהויבנדיק פון דעם עיקר — יצי״מ .

וואס זיינען דא נוגע דוקא אט־די דריי זאכן 12 ?

די קשיא איז נאך שטארקער: רש״י׳ס פירוש איז לכאורה גענומען פון גמרא 13

; און אין גמרא שטייט אז כלב האט געזאגט "הוציאנו ממצרים וקרע לנו את הים והאכילנו את המן".

אבער רש״י איז משנה און שרייבט אנדערש ווי אין גמרא: ער איז משמיט "הוציאנו ממצרים" און איז מוסיף ״והגיז לנו את השליו״ 14 ?

ה.

דערנאך שטעלט זיך רש״י אויף די ווערטער "עלה נעלה" און זאגט: "אפילו בשמים והוא אומר עשו סולמות ועלו שם,

נצליח בכל דבריו".

איז אויך אין דעם ניט מובן: דער פי׳ הפשוט פון "עלה נעלה" איז לכאורה,

ארויפגיין אין ארץ־ישראל — ובדוגמת "לא נוכל לעלות" 15

וואס די מרגלים האבן געזאגט,

וואס דער־ מיט ווערט געמיינט לעלות לא״י.

פון וואנען נעמט רש״י אז "עלה נעלה" מיינט ״אפילו בשמים כו׳ ״ ?

מפרשים זאגן 16 ,

אז רש״י׳ס הכרח צו לערנען "אפילו בשמים כו׳ " איז פון דעם כפל הלשון ״עלה נעלה״; ווען כלב וואלט געמיינט די עלי׳ לא״י — וואלט געווען גענוג צו זאגן בלויז

(איין מאל)

"נעלה".

מען קען אבער אזוי ניט לערנען,

ווייל בכו״ב מקומות געפינט מען,

אז בכדי צו מדגיש זיין אן ענין,

זאגט מען ניט בלויז דעם "פעל" נאר אויך דעם "מקור"

(אזוי ווי אין דער פרי־ ערדיקער סדרה 17

וואו עס שטייט "ירק ירק"; און אויך אין אונזער פסוק גופא ״יכול נוכל״* 17 )

— קען מען דאך אויך דא זאגן בפשטות,

אז "עלה נעלה" מיינט לארץ־ישראל,

און דער כפל הלשון איז בשביל ההדגשה וחיזוק הענין.

פארוואס לערנט רש״י אז דאס מיינט "אפילו בשמים כו׳"?

ו.

צום סוף פון זיין פירוש אין פסוק זאגט ער: ״ויהס — לשון שתיקה",

און בריינגט דוגמאות צו דעם.

איז ניט פארשטאנדיק וואס רש״י ווארט מיט זיין פירוש "ויהס לשון שתיקה",

ביז לאחרי זיין פירוש אויף ״עלה נעלה״: דאס וואס ער איז פריער מקדים זיין פי׳ אויף ״אל משה״ — קען מען מסביר זיין,

אז דאס קומט בהמשך צו זיין פירוש "השתיק את כולם"

(אז ער האט אלעמען משתיק געווען בכדי "לשמוע מה שידבר במשה"),

און דערפאר איז רש״י מסמיך די ביידע פירושים.

פארוואס איז ער אבער מפרש אויך די ווערטער "עלה נעלה" פאר "ויהס לשון שתיקה" ?

ז.

איז דער ביאור בכל הנ״ל,

אז מיט זיין פירוש אויף "ויהס כלב" און "אל משה",

באווארנט רש״י בדרך ממילא צוויי קשיות וועלכע שטעלן זיך ווען מען לערנט דעם פסוק:

א)

וואס מיינט דער פסוק מיטן דער־ ציילן ״ויהס כלב גר ״; ער האט דאך געקענט גלייך אנהויבן "ויאמר כלב עלה נעלה וירשנו אותה״ — צוליב וואס דערציילט ער אן ענין נוסף,

אז פאר זיין זאגן "עלה נעלה" האט ער זיי איינגעשטילט 18 ?

ב)

די מרגלים האבן דאך ניט סתם אזוי געזאגט אז מען וועט ניט קענען אייננעמען א״י,

נאך מער: זיי האבן בכלל ניט געזאגט אז מען וועט ניט קענען אייננעמען א״י,

זיי האבן בלויז געזאגט "אפס כי עז העם היושב בארץ וגי'" וואס דערפון האט מען פארשטאנען אז מען וועט ניט קענען קומען אין א״י; האט דאך כלב גע־ דארפט פריער אפשלאגן זייערע טענות,

און דערנאך זאגן ״עלה נעלה״ ?

און די צוויי קשיות פארענטפערט רש״י מיט זיין פי׳ אויף "ויהס כלב" און "אל משה",

כדלקמן.

ח.

ווען מען קומט אפשלאגן אימע־ צנס א טענה,

ובפרט ווען יענער האלט זיך שטארק ביי זיין טענה,

איז ע״פ רוב וויל ער זיך גארניט איינהערן וואס דער צווייטער זאגט און בא־ טראכטן צי יענער איז גערעכט.

און אפילו ווען ער הערט יע — איז עס אן שימת לב.

און דאס זאגט רש״י,

אז דער אויפטו פון "ויהס כלב" איז באשטאנען אין דעם וואס "השתיק את כולם ": ער האט געמאכט שווייגן

(ניט נאר די מרגלים נאר אויך)

די אלע אידן וואס האבן געהאלטן מיט די מרגלים,

ביז אפילו די מרגלים גופא וואס האבן געוואלט באווירקן דאס פאלק אז " לא נוכל לעלות" ; זיי אלע זיינען איינגע־ שטילט געווארן און זיך צוגעהערט צו כלב׳ס דיבור במעלות משה

(— מיי־ נענדיק אז ער וועט רעדן בגנותו).

און דערפאר שטעלט זיך רש״י אויף "ויהס כלב"

(ניט בלויז אויפן ווארט "ויהס"),

ווייל רש״י איז דא אויסן

(ניט דעם טייטש פון ווארט "ויהס" — דאס איז ער מפרש בעיקר בסוף פירושו — נאר)

דעם חידוש וואס איז געווען אין ויהס כלב ,

אז כלב האט משתיק געווען את כולם

(אויך די וואס האבן געוואלט הערן גנותו של משה),

אז אויך זיי האבן זיך צוגעהערט

(און איינגעהערט)

"מה שידבר במשה״ — צו כלב׳ס רייד וועגן משה׳ס ..

מעלות ! 19

עס בלייבט נאך אבער ניט מובן: וואלטן די מרגלים גערעדט בגנותו של משה,

איז דאן פארשטאנדיק אז דורך זיינע רייד אין משה׳ס מעלות האט ער סותר געווען טענות המרגלים; די מרגלים האבן אבער בכלל ניט גע־ רעדט וועגן משה׳ן,

זיי האבן נאר גע־ טענה׳ט "אפס כי עז העם היושב בארץ גו׳ ",

היינט ווי האט דא געקענט ווירקן זיין ריידן במעלותיו של משה בעת ער האט זייערע טענות ניט אנגערירט?

— דערפאר לערנט רש״י,

אז ער האט גערעדט וועגן אזעלכע מעלות פון משה׳ן וועלכע האבן אפגעווארפן די טענות המרגלים,

כדלהלן.

ט.

די טענות המרגלים זיינען,

בכלל,

באשטאנען אין דריי ענינים: א)

די גבורה פון די מענטשן און די שטארקייט פון די שטעט אין א״י גופא — "עז העם היושב בארץ והערים בצורות גדולות מאד וגם ילידי הענק ראינו שם".

ב)

אויך אויפן וועג,

נאך איידער מען גייט אריין אין א״י,

גע־ פינען זיך פון די שבעה אומות — "החתי והיבוסי והאמורי יושב בהר,

והכנעני יושב על הים ועל יד הירדן" — וועלכע וועלן ניט דורכלאזן צו קומען אין א״י.

ג)

בעת זיי האבן דערמאנט די אומות וועלכע געפינען זיך אויפן וועג קיין א״י,

האבן זיי צום אלעם ערשטן געזאגט "עמלק יושב בארץ הנגב״ — כאטש עמלק איז ניט פון די שבעה אומות — ווי רש״י זאגט "לפי שנכוו בעמלק כבר הזכירוהו מרגלים כדי ליראם".

אט־די דריי ענינים בדברי המרגלים,

האבן אויסגעדריקט פארשידענע סברות און טענות וואס האבן געשאפן די מסקנא "לא נוכל לעלות".

ומובן,

אז דער סדר פון די טענות איז געווען מן הקל אל החמור:

לכל לראש האבן זיי גע׳טענה׳ט אז מצד דער שטארקייט פון די מענטשן און די באפעסטיקונג און גרויסקייט פון די שטעט אין ארץ ישראל,

וועט מען זיי ניט קענען אייננעמען.

אבער מיט דער טענה האבן זיי זיך ניט באגנוגנט.

זיי האבן געוואוסט אז אידן זיינען מאמינים בני מאמינים,

ובמילא גלויבן זיי זיכער אז וויבאלד דער אוי־ בערשטער האט געהייסן גיין קיין א״י,

וועט ער זיכער פאר זיי מאכן ניסים — וואס דעם אויבערשטן׳ס נסים האבן זיי דאך שוין אליין געזען — און זיי וועלן אייננעמען אויך א שטארקן פאלק.

דערפאר האבן זיי זיך מתחכם גע־ ווען און דערמאנט עמלק׳ן,

אנמערקנ־ דיק דערמיט,

אז כשם ווי ביי מלחמת עמלק האבן זיך די אידן אפגעבריט,

כנ״ל,

דערפאר וואס זיי אליין האבן דערויף געגעבן א נתינת מקום אז עס זאל זיין "הכלב בא ונושך אתכם",

מיט דעם וואס ביי זיי איז גע־ ווען א ספק "היש ה׳ בקרבנו אם אין״ 20

-

(האבן די מרגלים אנגעוואונקען אז)

אזוי וועט אפשר זיין אויך איצטער: מצד דעם וואס בא די אידן איז ווידער אזא ספק,

והראי׳ זיי האבן דאך געזאגט צו משה׳ן "נשלחה אנשים לפנינו ויחפרו לנו את הארץ" און ניט פאר־ לאזט זיך אויף דברי הקב״ה "אעלה אתכם מעני מצרים אל ארץ טובה ורחבה״ 21

(זיי האבן,

הייסט עס,

גע־ האט א ספק אין דעם וואס דער אויבערשטער האט זיי צוגעזאגט — בדוגמת דעם ספק "היש ה׳ בקרבנו אם אין"),

קען זיין אז צוליב דעם חטא וועט דער אויבערשטער פאר זיי ניט מאכן קיין ניסים.

אבער אויך מיט דער טענה האבן זיי זיך ניט געקאנט באגנוגענען: ווי־ באלד אז אויך לאחרי זייער זאגן "נשלחה אנשים לפנינו גו׳ " האט דער אויבערשטער מסכים געווען און גע־ זאגט "שלח לך אנשים ויתורו גו'"

(און זעלבסטפארשטענדלעך אז דער שילוח המרגלים איז געווען א הקדמה מ׳זאל דערנאך גיין קיין א״י 22 )

— וועט דאך זיכער דער אויבערשטער זיי געבן כח צו קענען אייננעמען א״י,

— דעריבער האבן זיי מוסיף געווען א דריטע טענה "והחתי והיבוסי והאמורי גו׳ והכנעני גו׳ על יד הירדן",

וואס מצד דעם — "ולא תוכלו לעבור" ; דערמיט האבן זיי געמיינט,

אז אפילו אויב דער אויבערשטער וועט יע ווייזן ניסים ביי כיבוש א״י — ווייל ער האט אנגעזאגט אידן איינצו־ נעמען א״י,

איז אבער קיין ראי׳ ניט אז ער וועט מאכן ניסים אויך ביי ענינים וואס זיינען בלויז א הכנה צו כיבוש א״י.

און אויף דעם האט כלב געזאגט דריי ענינים וועלכע משה האט געטאן — קרע לנו את הים והוריד לנו את המן והגיז לנו את השליו — אפ־ שלאגנדיק דורכדעם די דריי אויבנ־ דערמאנטע טענות פון די מרגלים.

יו״ד.

אויף זייער טענה "עז העם היושב בארץ גו'",

האט ער געענטפערט: ״קרע לנו את הים״ — אויך ביי קי״ס האט געדארפט זיין א מלחמה,

וואם ע״פ טבע האבן זיי ניט געקענט מנצח זיין,

און דאך האט מען דאן געזעהן אז "קרע לנו את הים" און עס איז גאר צו קיין מלחמה ניט געקומען

(דער אויבערשטער אליין האט מלחמה געהאלטן פאר אידן ובמילא וועט אויך איצטער דער אוי-בערשטער מלחמה האלטן פאר זיי מיטן "עם היושב בארץ" 23 ).

[און דעריבער האט כלב געזאגט "קרע לנו את הים" און ניט "הוציאנו ממצרים": וויבאלד ער האט זיי גע־ וואלט ענטפערן אויף דער טענה "כי עז העם גו׳",

און דאס איז דאך פארבונדן מיט מלחמה אנטקעגן "עם היושב בארץ",

האט ער זיי ניט גע-קענט ברענגען א ראי' פון יצי״מ — דארט איז דאך ניט געווען קיין מצב של מלחמה,

אדרבה: די מצריים האבן גאר געטריבן די אידן ארויסצוגיין פון מצרים 24

; דערפאר האט ער געזאגט "קרע לנו את הים",

וואס ביי קי״ס איז געווען ״ה׳ נלחם להם גו׳ ״ 25 ]

;

אויף זייער טענה "עמלק יושב בארץ הנגב",

האט ער געענטפערט "הגיז לנו את השליו״ 26

: אויך די טענה "מי

יאכילנו בשר" איז געווען בלויז "שמבקשים עלילה" 27 ,

און פונדעסטוועגן — "הגיז לנו את השליו".

איז דערפון מובן,

אז אויך לאחרי שילוח המרגלים וועט זיי דער אויבערשטער ווייזן ניסים;

און אויף דער טענה "והחתי והיבוסי גו׳ ועל יד הירדן" איז געווען זיין ענטפער צו זיי ״הוריד לנו את המן״: אויך דער מן וואס איז געווען אין מדבר,

איז געווען ניט קיין ענין עיקרי — די גאנצע הליכה במדבר איז דאך געווען בלויז א הכנה אויף אנקומען אין א״י 28 ,

און פונדעסטוועגן "הוריד לנו את המן״ — איז דאך דערפון געדרונגען,

אז דער אויבערשטער וועט מאכן ניסים אויך אויפן וועג,

ביי דער הכנה צו כיבוש ארץ ישראל 29 .

יא.

עפ״ז ווערט אבער שווער: וויבאלד אז דורך "ויהס כלב את העם אל משה" דורך זיין זאגן משה׳ס מעלות,

האט ער שוין אפגעשלאגן די טענות המרגלים — צוליב וואס האט ער געדארפט מוסיף זיין "עלה נעלה וירשנו אותה״ ?

מען קען ניט ענטפערן,

אז לאחרי ווי ער האט אפגעשלאגן אלע טענות המרגלים

(וואס איז מרומז אין די ווער־ טער "אל משה"),

האט ער מסיים געווען די מסקנא און אויספיר פון דעם: ״עלה נעלה גו׳״ — ווייל פון לשון הפסוק " ויאמר עלה נעלה גו׳" איז מוכח,

אז דאס איז געווען אן אמירה מיוחדת

(און ניט דער אויספיר פון "אל משה"),

— דערפאר לערנט רש״י אז "עלה נעלה" מיינט

(ניט עולה זיין קיין א״י,

נאר א נייער ענין)

: "אפילו בשמים כו׳ ".

כלב האט דערמיט מוסיף געווען אן ענין חדש ,

אז אפילו ווען משה זאל זאגן "עשו סולמות ועלו שם"

(בשמים)

וואס דאס איז ניט בלויז אן ענין וואו מען דארף אנקומען צו ניסים,

נאר* 29

ס׳איז אינגאנצן ניט בגדר מציאות העולם — איז אפילו אין אזא פאל "נצליח בכל דבריו" 30 .

און לאחרי ווי רש״י איז מבאר די שייכות פון ויהס כלב צו די טענות המרגלים,

וואס ווערן געבראכט אין די פריערדיקע פסוקים

(וואס אין דעם איז ניט אזוי נוגע דער גענויער אפטייטש פון ווארט "ויהס"),

איז ער מפרש דעם טייטש פון ווארט "ויהס" אז ס׳איז ״לשון שתיקה״ 31

— און ע״ד פרש״י אין אנהייבס פון דער סדרה: פריער ברענגט ער "שלח לך

(און אויך דעם ווארט)

אנשים" און איז מפרש "למה נסמכה כו' " צו פריער ,

און דערנאך ברענגט ער אראפ נאך אמאל "שלח לך"

(אבער ניט "אנשים")

און איז מפרש פרטים.

יב.

צווישן די ענינים פון "יינה של תורה״ אין פירוש רש״י דידן — אע״פ אז סיי יהושע און סיי כלב זיינען ניט געווען בעצת המרגלים,

זיינען אבער דא באזונדערע מעלות בא יעדערן פון זיי לגבי דעם צווייטן.

די מעלות אין כלב׳ן אויף יהושע:

א)

יהושע איז ניצול געווארן פון עצת המרגלים דורך תפלתו של משה 32 ,

משא״כ כלב האט עס גע׳־ פועל׳ט מיט זיין אייגענער תפלה וואס "הלך 33

ונשתטח על קברי אבות שלא יהא ניסת לחבריו להיות בעצתם" 34 .

ב)

בעת יהושע וכלב האבן געזאגט אז מען וועט קענען אריינגיין אין א״י,

האבן " כל העדה"

(אפילו די וואס זיינען ניט געווען אזוי שטארק בא־ ווירקט פון טענות המרגלים 35 )

גע־ וואלט "לרגום אותם באבנים" 36 ,

משא״כ בעת "ויהס כלב " איז השתיק את כולם ,

האבן זיך אלע אידן

(אפילו די מרגלים אליין)

צוגעהערט צו אים

(כנ״ל סעיף ח׳).

ג)

ווען יהושע וכלב האבן געזאגט "ואתם אל תיראו את עם הארץ",

האבן זיי עס מסביר געווען ע״פ שכל — ״סר צלם — כשרים שבהם מתו״ 37

; משא״כ כלב ,

איז נוסף צו זיינע טענות ע״פ שכל "והלא קרע לנו כו׳ " וועלכע האבן סותר געווען טענות המרגלים,

האט ער מוסיף געווען "עלה נעלה אפי׳ בשמים ",

אז אפי׳ ווען משה וועט זאגן אן ענין פון "נמנעות" וואס האט כלל קיין ארט ניט אין שכל "נצליח בכל דבריו".

וי״ל,

אז די דריי ענינים הנ״ל זיי־ נען תלויים זה בזה,

כדלקמן.

יג.

פון די מעלות אין "העלאה מלמטה למעלה" אויף "המשכה מלמעלה למטה": א)

"המשכה מלמעלמ״ט",

היות אז עם קומט מלמעלה ,

נעמט עס ניט דורך אויף אזויפיל דעם מטה.

אבער ביי ״העלאה מלמטלמ״ע״ — ווערט דער "מטה" גופא נתעלה 38 .

ב)

דורך דעם זיכוך והעלאת המטה ,

איז מען משלים כביכול דעם כוסף ותשוקה שלמעלה וואס "למעשה ידיך תכסוף״ 39 ,

און במילא ווערט דורך דעם נמשך א סך א העכערער אור ווי דער אור וואס ווערט נמשך מלמעלה מצד עצמו 40 .

און דערפאר,

איז דוקא כלב וועל־ כער איז ניצול געווארן פון די מרגלים דורך זיין אייגענער תפילה — העלאה מלמטלמ״ע 41 ,

ער דוקא האט געהאט בכה משתיק זיין את כולם; פועל׳ן א ביטול און אן עלי׳ אויך אין דעם מטה ביז — אפילו אין די מרגלים .

און דורך דעם וואס ער האט אויפגעהויבן אויך דעם מטה,

האט ער ממשיך געווען אן אור בלתי מוגבל כלל 42 ,

וואו ס׳איז ניט שייך אפילו די הגבלה פון ״נמנעות״ 43

— עלה נעלה אפילו בשמים .

יד.

די הוראה פון כל הנ״ל בע־ בודתינו:

יעדער איד,

אין וועלכן ארט ער זאל זיך ניט געפינען — וואס וואו נאר א איד קומט איז דאך "מהוי׳ מצעדי גבר כוננו״ 44

— איז ער א שליח פון אויבערשטן צו מאכן פון דעם ארט "ארץ ישראל" 45

: אז די סביבה אין וועלכער ער געפינט זיך זאל זיין אזא וואו עס איז קענטיק דער ענין וואס איז די מעלה פון ארץ ישראל מצ״ע — אז " תמיד עיני ה׳ אלקיך בה״ 46

— ניט בלויז שבת ויו״ט,

נאר "מראשית השנה ועד אחרית שנה" 46 .

און וויבאלד אז א איד ווייס אז "אין הקב״ה בא בטרוניא עם בריותיו" 47

ובפרט אז ער זעט ווי כמה וכמה פון זיינע חברים האבן מצליח געווען אין דער דאזיקער שליחות און זיי האבן געמאכט זייער סביבה פאר א אידישע סביבה,

"ארץ ישראל"

(א "אידישע" שטיקל ערד),

במילא גלויבט ער אז אויך ער האט בכח צו מאכן פון זיין סביבה "ארץ ישראל".

קומט אבער דער יצה״ר און הויבט אן צו איינ׳טענה׳ן מיט אים,

אז ביי אים זיינען פאראן ספעציעלע שווע־ ריקייטן ובמילא קען ער ניט ברענ־ גען קיין ראי׳ פון זיינע חברים וועלכע האבן מצליח געווען בשליחותם.

און אזוי ווי דער יצה״ר איז דאך אן אומן במלאכתו 48

געפינט ער פאר יעדן איינעם טענות וואס זיינען במיוחד צוגענגליך צו אים:

מיט איינעם טענה׳ט ער,

אז די סביבה אין וועלכער ער געפינט זיך,

איז ערגער פון אלע אנדערע — "עז העם היושב בארץ גו'" דער תוקף החומריות פון דעם ארט איז שטאר־ קער ווי אין דער גאנצער וועלט;

א צווייטן זאגט ער,

אז ער

(דער איד וואס דארף דורכפירן די שליחות)

איז ניט ראוי צו אזא הייליקער ארבעט;

און צו א דריטן קומט ער מיט א טענה,

אז ביז ער וועט צוקומען צו דער עצם שליחות געפינען זיך זייטיקע מניעות,

וועלכע דערלאזן ניט צוקומען צו איר צו מאכן דעם ארט פאר א מקום תורה.

אויף דעם קומט די הוראה "קרע לנו את הים והוריד לנו את המן וה־ גיז לנו את השליו".

אז אפילו אין פאל ווען אין דער סביבה דארף ער בייקומען תוקף החומריות; דער איד וואס דארף דורכפירן די שליחות איז נכשל געווארן אין א חטא; און דער־ צו זיינען פאראן דארט זייטיקע מניעות

(און אפילו אין פאל ווען די שוועריקייטן זיינען אזוי שטארק ביז אים דוכט זיך אויס אז דער מילוי השליחות איז

(לכאורה)

אן ענין פון ״נמנעות״ 49 )

— גיט אלע מאל דער אויבערשטער דעם כח צו דורכברעכן אלע שוועריקייטן און אויספירן זיין שליחות.

טו.

דער יצה״ר איז דאך אבער א "קלוגינקער",

קומט ער מיט א נייער אמתלא: עס איז טאקע אמת אז א איד,

בשליחותו של הקב״ה,

וואס ער איז "כל יכול" און "היפלא מה׳ דבר" 50 ,

קען דורכברעכן אלע שווערי־ קייטן — אבער דער אויבערשטער אליין זאגט דאך אז "האיש הירא ורך הלבב ילך וישוב לביתו״ 51

(ווארום בכדי צו מנצח זיין א מלחמה דארף מען גיין מיט תוקף און זיכערקייט אז מען וועט געוויס מנצח זיין 52 ),

איז וויבאלד אז מזמן לזמן פאלן דיר אריין ספיקות צי דו וועסט קענען דורכפירן די שליחות,

איז בעסער אז "ילך וישוב לביתו"

— אויף דעם קומט די הוראה פון כלב׳ן: כלב אליין האט מורא געהאט "שלא יהא ניסת לחבריו להיות בעצתם".

און פונדעסטוועגן האט ער ניט אפגעלאזן די שליחות אין וועלכער משה האט אים געשיקט,

נאר "נשתטח על קברי אבות"

(בדרך העלאה מלמטה למעלה — דורך זיין עבודה),

און

דורך דעם האט ער גע׳פועל׳ט,

אז ניט נאר איז ער ניצול געווארן פון עצת המרגלים,

נאר אויך "השתיק את כולם ״ — ער האך מהפך געווען אפילו די מרגלים,

אז אויך זיי האבן זיך צוגעהערט צו זיינע רייד "עלה נעלה וירשנו אותה".

און דורך דער הנהגה ניט צו נתפעל ווערן פון קיין שום שוועריקייטן,

זיך ניט רעכענען מיט קיינע חשבונות 53

און אנגיין מיט דער ארבעט צו מאכן די גאנצע וועלט פאר א מקום תורה — ״ארץ ישראל״

(ברוחניות)

— וועט מען זוכה זיין צום קיום היעוד "עתידה ארץ ישראל

(בגשמיות)

שתתפשט בכל הארצות" 54 ,

בביאת משיח צדקנו,

יבא ויגאלנו בקרוב ממש.

(ממאמר ושיחת ש״פ שלח תשכ״ו)

Reader controls and commentary are loading.