B"H
🏡

Ikar

בהעלותך ב

א.

אויפן פסוק ואצלתי מן הרוח אשר עליך ושמתי עליהם 1 ,

שטייט אין ספרי

(און רש״י ברענגט עם בפירושו על התורה)

: "למה משה דומה באותה שעה,

לנר שמונח ע״ג מנורה ודלקו ממנו נרות הרבה 2

ולא חסר אורו כלום,

כך לא היתה חכמתו של משה חסרה כלום".

עד״ז שטייט אויך אין מדרש רבה 3

אויפן פסוק,

וז״ל: "שמא חסר משה מנבואתו כלום,

לאו.

למה הדבר דומה,

לנר שהי׳ דולק והדליקו ממנו כמה נרות ואור דליקתו לא חיסר,

אף כאן משה משלו לא חיסר כלום,

שנאמר 4

ולא קם נביא עוד בישראל כמשה".

דארף מען פארשטײן 5

: צו דעם משל פון נר,

אז דורכן אנצינדן פון אים אנדערע נרות פעלט אין אים גארניט,

איז דאך לכאורה ניט נוגע דער ארט וואו דער נר געפינט זיך — און ווי מען זעט טאקע,

אז אין מדרש שטייט בלויז "לנר שהי' דולק" און עס שטייט ניט וואו דער נר האט זיך געפונען — צוליב וואס שטייט אין ספרי

(און אין רש״י)

"שמונח ע״ג מנורה "?

אויך אין מדרש איז ניט מובן,

וואס ער איז מסיים "שנאמר ולא קם נביא עוד בישראל כמשה״: אפילו לויט דער ס״ד פון מדרש אז "חסר משה מנבואתו",

קען דאך אויך געמאלט זיין,

אז מצד גודל העילוי פון נבואת משה,

איז אפילו לאחרי ווי "חסר" 6 ,

איז ער נאך אלץ גרעסער פון אלע אנ־ דערע נביאים און אויך פון די זקנים 7 .

היינט וואס איז די ראי׳ פון פסוק "ולא קם נביא עוד בישראל כמשה" אז "לא חיסר כלום"?

ב.

פאראן מפרשים וואס גיבן א טעם אף דעם וואס דורכן "ואצלתי גו׳" האט ביי משה׳ן גארניט געפעלט,

אז דאס איז דערפאר וואס ביי איבער־ געבן א דבר רוחני איז בכלל ניט שייך קיין חסרון 8 .

אבער דערפון וואס דער ספרי און רש״י זאגן דעם ענין בסגנון פון א חידוש אז משה איז דאן געווען "דומה לנר כו"׳,

ובפרט אז אין מדרש איז דער קס״ד "שמא חסר כו׳ " און מ׳דארף אנקומען צו א ראי׳ פון א פסוק אז "לא חיסר כו׳ ",

איז מוכח,

אז אויך ביים איבערגעבן א דבר רוחני איז שייך א חסרון.

א ראי׳ נוספת אז אויך דורך השפעה רוחנית קען ווערן א חסרון ביים משפיע,

איז פון פסוק "ונתתה מהודך עליו" 9

(דער ציווי למשה ער זאל געבן פון זיין ״הוד״ צו יהושע)

:

פון דעם וואס דער פסוק באנוצט זיך מיטן לשון ״ ונתתה ״

(דו זאלסט געבן ,

פונקט ווי איינער גיט א מתנה צום צווייטן און זי איז שוין מער ניטא ביים נותן)

— כאטש ער האט געקענט נוצן אן אנדער לשון

(ווי דא — אויך בנוגע משה — ״ואצלת",

אדער ווי בענין משה וגם יהושע דארט גופא,

מיט צוויי פסוקים פריער,

שטייט דער לשון " וסמכת את ידך עליו״)

— איז קענטיק 10 ,

אז די השפעת ההוד פון משה איז טאקע געווען אין אן אופן פון "נתינה",

ד.

ה.

אז דורבן געבן פון זיין הוד צו יהושע׳ן האט זיך טאקע געפעלט דער

(חלק 11 )

הוד פון משה׳ן 12 .

און ווי דער מדרש 13

זאגט דארט אויף יענעם פסוק: "וסמכת את ידך עליו — כמדליק נר מנר,

ונתתה מ־ הודך — כמערה מכלי לכלי".

ד.

ה.

אז בלויז דער ענין פון "וסמכת גו׳ " איז געווען באופן פון "מדליק נר מנר"

(אז ביי משה׳ן האט דורך דעם גאר־ ניט געפעלט),

אבער דער ענין פון "ונתת מהודך" איז געווען באופן פון "מערה מכלי לכלי",

וואס דורכן אי־ בערגיסן פון איין כלי אין א צווייטער,

פעלט די משקה אין די פריערדיקע כלי.

ג.

נוסף לזה וואס אויך ביי א השפעה רוחנית איז

(כנ״ל ס״ב)

שייך א חסרון

(נאר עס קען אויך זיין א השפעה ״כמדליק מנר לנר״ — און ווי מען זעט ביי דער השפעה פון משה צו יהושע,

וואו עס זיינען געווען ביידע אופנים: ״וסמכת — כמדליק נר מנר,

ונתתה מהודך — כמערה מכלי לכלי")

איז פון דעם וואס דער מדרש מוז ברענגען א ראי ׳ "שנאמר ולא קם עוד נביא כו׳ ",

איז מוכח,

אז מצד פשטות הענין וואלט מען געזאגט ווי דער קס״ד אז דער "ואצלתי גו׳ " האט יע געבראכט א חסרון,

נאר דער פסוק ולא קם גו׳ איז מכריח דעם מדרש צו מחדש זיין אז "משה משלו לא חסר כלום".

איז אבער ניט מובן:

א)

אין פסוק "ואצלתי גו׳" שטייט ניט דער לשון נתינה.

איז פארוואס זאל מען אננעמען — ווען ניט דער פסוק ״ולא קם גו׳ ״ — אז "ואצלתי" איז געווען אין אן אופן פון חיסר און ניט כמדליק נר מנר?

ב)

אויב מצד פשטות הענין דארף אויסקומען אז דורך "ואצלתי גו׳" האט געפעלט ביי משה׳ן,

איז ווי זאגט דער ספרי — און בפרט רש״י — בפשטות אז "לא חיסר אורו כלום",

ניט ברענגענדיק דערצו קיין ראי׳?

ג)

וויבאלד אז אין פסוק ואצלתי גו׳ שטייט ניט דער לשון נתינה,

כנ״ל,

דארף מען דאך זאגן,

אז דער קס״ד "חסר משה מנבואתו"

(וואס דער מדרש דארף אים באווארענען)

איז

( ניט מצד לשון הפסוק,

נאר)

מצד דעם ענין וואס איז דאס מכריח

(וכדלקמן ס״ז).

אבער לפי״ז האט דאך דער מדרש געדארפט

(ניט בלויז ברענגען א ראי׳ צו זיין חידוש,

נאר אויך)

מסביר זיין און מבטל זיין הכרח הענין?

ד.

ס׳איז פאראן נאך א מדרש 14

(אין דעם ענין פון "ואצלתי מן הרוח גו"׳)

וואס זאגט אויך אז "משה לא חסר כלום".

אבער יענער מדרש פארגלייכט דעם אויבערשטנס זאגן צו משה׳ן "ואצלתי גו׳ ",

צו א מלך וואס האט געזאגט צו זיין שומר

(ווען דער שומר האט פון אים פארלאנגט "הבא עוד אחרים שישמרו עמי״ —)

"והוי יודע שאין אני נותן להם שכר שמירה משלי אלא מתוך שכר שנתתי לך משם הן נוטלין שכרן".

און דער מדרש פירט אויס: ״ואעפ״כ משה לא חסר כלום שלסוף ארבעים שנה אמר לו 15

קח לך את יהושע בן נון ונתתה מהודך עליו מה כתיב 16

ויהושע בן נון מלא רוח חכמה כי סמך משה את ידיו עליו".

— איז דערפון קענטיק,

אז מתחלה האט ביי משה׳ן טאקע געפעלט — וויבאלד אז די זקנים האבן גענומען זייער שכר,

פון דעם שכר וואס איז באשטימט

(און געגעגן )

געווארן צו משה׳ן.

נאר דערנאך איז "לא חסר כלום",

ווייל דער אויבערשטער האט עס אים שפעטער משלים געווען 17 .

וואס דערמיט איז אויך פארשטאנ־ דיק,

וואס אין דער ראי׳ פון מדרש

(אז ״ואעפ״כ משה לא חסר כלום")

פון פסוק "קח לך את יהושע גו׳ ",

און "ויהושע בן נון מלא רוח חכמה גו׳",

איז ער מדגיש " שלסוף ארבעים שנה כו'״ — ווייל עס קען זיין אז דער אויבערשטער האט משלים געווען משה׳ן

(וואס עס האט זיך ביי אים געפעלט בעת׳ן "ואצלתי גו׳")

ערשט "לסוף

(אדער במשך פון די)

ארבעים שנה",

ווען ער האט אים געזאגט "קח לך את יהושע וגו׳".

ה.

ע״פ הנ״ל,

קומט צו נאך א קשיא אין דעם פריערדיקן מדרש וואס ברענגט א ראי׳ צו "משה משלו לא חיסר כלום"

(ד.

ה.

אז אויך בעת דעם "ואצלתי גו׳" האט זיך ביי משה׳ן גארניט געפעלט)

פון "ולא קם נביא עוד בישראל כמשה":

דער פסוק "ולא קם נביא גו׳" שטייט דאך "לסוף ארבעים שנה".

איז אפילו אז מ׳וועט שוין מסביר זיין ווי פון דעם פסוק איז געדרונגען אז משה׳ס נבואה איז געווען אין דער זעלבער מדריגה ווי פריער — קען דאך אבער זיין אז בעת דעם "ואצלתי גו׳ " איז "חסר משה מנבואתו",

נאר דערנאך,

״לסוף ארבעים שנה״ — האט עס אים דער אויבערשטער משלים געווען.

ווי אזוי איז דער מדרש מוכיח פון דעם פסוק "ולא קם גו׳" אז אויך בעת דעם "ואצלתי גו' " איז "לא חיסר כלום"?

ו.

איז דער ביאור אין דעם:

כאמור לעיל

(ס״ג),

אז ווי עס לייגט זיך בפשטות,

האט דער "ואצלתי" געדארפט פועל׳ן* 17

א חסרון אין משה׳ן 18

— וואס דעריבער,

בשעת דער מדרש איז מחדש אז " לא חיסר כלום",

דארף ער מסביר זיין ווי אזוי ״לא חיסר כלום״ — און דאס מיינט דער מדרש מיט "שנאמר ולא קם גו׳ ״: וויבאלד אז "ולא קם נביא עוד בישראל כמשה",

דערפאר האט געקענט זיין די האצלה פון רוחו של משה אין אן אופן פון "לא חיסר כלום",

כדלקמן.

ועד״ז איז אויך בנוגע צום ספרי

(און רש״י),

אז מיטן מוסיף זיין די ווערטער "שמונח ע״ג מנורה" איז ער מבאר דעם טעם וואס ביי משה׳ן האט זיך גארניט געפעלט דורכן "ואצלתי",

ווייל ער איז געווען דומה צו א ״נר שמונח ע״ג מנורה ",

כדלקמן.

דאס הייסט,

אז דער ספרי

(ורש״י)

און מדרש — כאטש ביידע זאגן אז ביי משה׳ן האט זיך ניט געפעלט דורך "ואצלתי גו׳ " זיינען זיי אבער מחולק אין דעם טעם הדבר: דער ספרי און רש״י זאגן,

אז דאס איז ווייל משה איז דאן געווען ווי א "נר שמונח ע״ג מנורה",

און דער מדרש זאגט אז דאס איז מצד דעם גודל העילוי פון מדריגת נבואת משה,

וואס "ולא קם נביא עוד בישראל כמשה".

ז.

וועט מען עס פארשטיין בהקדים א דוגמא פון אופני הלימוד פון א רב מיט א תלמיד: אויב זיי זיינען בערך איינער צום צווייטן — איז דער חילוק צווישן זיי לערנענדיג אן ענין אז דער תלמיד מוז אנקומען צו

(מער)

הסברה ואריכות הדיבור

(משא״כ דער רב),

עס בלייבט אבער אויך אין דער אריכות ההסברה — די איידלקייט פון דעם רב׳ס שכל — דער ענין איז ניט אוועק געגיין פון זיין דרגא ווי זי איז באם רב.

(וע״ד החילוק פון משנה וברייתא וגמרא — ובל׳ הרמב״ם 19 ,

אז די רייד פון רבינו הקדוש אין משנה איז "דבר קצר וכולל ענינים רבים והי׳ הכל מבואר לו לחדוד שכלו אבל למי שהוא פחות ממנו הענין ההוא עמוק בעיניו".

און דערפאר האט מען שפעטער מחבר געווען תוספתא און ברייתא,

אבער זיי זיינען געווען ניט "כצחות דברי המשנה ולא כתקון עניני׳ וקוצר מלי׳".

ביז אז דערנאך האט מען געדארפט אנקומען צום חיבור פון "תלמוד" וכו׳).

אויב דער תלמיד איז אבער בריחוק הערך פון רב,

ער איז אין אנאנדער ״װעלט״ — מוז מען אים געבן משלים פון זיין "וועלט".

דער ענין ווי ער איז אין דער וועלט פון דעם רב איז ניט פארשטאנדיק לגמרי,

ד.

ה.

ער איז ניטא אין דעם שכל פון תלמיד.

אז דער ענין ״גײט אװעק״ פון דער וועלט

(איידלקייט)

פון רב — דא־ מאלס קען ער ווערן בדרגא פון דעם תלמיד.

וע״ד ווי אין די מחז״ל הנ״ל: מיר פארשטייען ניט וואס איז דער "רוח" פון משה׳ן,

אדער זיין "הוד"

(ובמילא אויך ניט דעם "ואצלתי" ״ונתתה״ אין דעם)

און דערפאר זאגט מען דעם משל ״נר״ א.

ז.

וו.

א צווייטע נקודה אין דעם: אז דער רב איז מוסיף זיין תלמיד הסברה ודיבור אין דעם שכל וענין — גייט ער ניט אוועק פון זיין דרגא

(לגמרי),

משא״כ אז ער גיט עם א משל פון דעם תלמיד׳ס וועלט.

אנשטאט ״רוח״ ״הוד״ — רעדט ער וועגן ״נר״ ״כלי״.

ח.

האמור לעיל איז א הסברה בדרך אפשר — צו המבואר בחסידות,

וואס דורך דעם וועט מען פארשטיין בעניננו:

עס שטייט אין חסידות 20

וועגן די יארן וואס אדה״ר,

די אבות

(אברהם,

יעקב)

און יוסף האבן געגעבן צו דוד המלך 21 ,

אז דאס וואס דורך דעם אוועקגעבן פון זייערע יארן צו דוד המלך האבן די יארן געפעלט ביי זיי 22

— ניט ״כמדליק נר מנר״ — איז עס ווייל אדה״ר און די אבות ויוסף זיינען געווען אין דער מדריגה פון אצילות,

און דוד איז בחינת המלכות וואס קומט אראפ אין בי״ע.

און וויבאלד אז אצילות לגבי בי״ע איז באין ערוך,

איז בכדי אז די המשגה פון אצילות

(פון אדה״ר און די אבות ויוסף)

זאל קומען אין בי״ע

(דוד),

מוז זי ״אװעקגיין״ פון אצילות.

ובדוגמת א נר,

וואס

(כאטש אז דורך זיין לייכטן בסמיכות מקום,

פעלט זיך גארניט אין אים,

איז אבער)

אויב מ'וויל אז זיין ליכטיקייט זאל אנקומען למקום רחוק,

מוז מען צו־ נעמען דעם נר פון זיין פריערדיקן ארט און אריבערפירן אין דעם נייעם ארט.

און דערמיט איז חסידות אויך מסביר 23

פארוואס די המשכת ההוד פון משה צו יהושע איז געווען אין אן אופן פון נתינה ,

און ניט "כמדליק נר מנר״ — ווארום יהושע און משה זיינען געווען באין ערוך זה לזה,

און דעריבער,

איז כל זמן דער אור גע־ פינט זיך במקומו ומדריגתו של משה,

קען ער ניט אנקומען צו יהושע; און בכדי אז יהושע זאל יע האבן דעם אור,

האט דער אור געמוזט "אוועק־ גיין" און נחסר ווערן פון משה׳ן.

ועפ״ז איז אויך פארשטאנדיק דער טעם הקס״ד פון מדרש,

וואס ווייזט אז אן דער באווארעניש פון מדרש וואלט מען אנגענומען

(כנ״ל ס״ו)

אז די השפעה פון משה׳ן צו די זקנים איז געווען באופן וואס האט גע׳פועל׳ט א חסרון ביי משה׳ן — כאטש אין דעם פסוק "ואצלתי גו׳ " שטייט ניט דער לשון נתינה — ווארום מצד דעם ריחוק הערך פון די זקנים 21

לגבי משה׳ן

(וואס זיי זיינען דאך נידערי־ קער אפילו פון יהושע),

איז בכדי אז רוחו של משה זאל אנקומען צו זיי מוז ער אוועקגיין

(נחסר ווערן)

פון מקומו ומדריגתו של משה 23 .

ט.

ולכאורה,

וואס איז טאקע דער טעם פון ספרי

(ורש״י)

און מדרש,

אז ביי משה׳ן האט ניט געפעלט דורכן "ואצלתי מן הרוח אשר עליך ושמתי עליהם״ — קען מען עס מסביר זיין אין צוויי אופנים:

א)

אז דאס איז מצד דעם װאס משה איז דאן געװען אין א נידעריקע מדריגה,

אזא מדריגה װאם איז בערך הזקנים.

ב)

אז אדרבה ,

דאס איז מצד דעם גודל העילוי פון משה׳ן,

אז ער האט געקענט מאיר זיין,

בלײבנדיק במקומו ומדריגתו,

אויך למקום רחוק שלא בערכו.

און אין דעם זייגען מחולק דער ספרי

(ורש״י)

מיטן מדרש:

מצד פשט און הלכה

(רש״י וספרי)

וואס זיינען פארבונדן מיט עשי',

קומט אויס,

אז משה איז דאן געווען אין א מדריגה וואס איז בערך צו די זקנים.

ווארום וויבאלד אז "לא נתתי לך גדולה אלא בשביל ישראל״ 26 ,

איז דאך פארשטאנדיק,

אז דורבן חטא המתאוננים איז געווארן א ירידה אויך אין משה׳ן,

ביז אז

(ווי רש״י זאגט פריער״)

״ תשש כחו של משה כנקבה "

(בחי׳ מלכות מקור לבי״ע).

און דערפאר שטייט אין ספרי און רש״י,

אז ״באותה שעה״ 28

איז געווען משה גלייך צו א "נר שמונח ע״ג מנורה ״: אז דער טעם דערפון וואס ער האט ניט געדארפט האבן קיין ספע־ ציעלע ירידה בכדי צו משפיע זיין צו די זקנים — ניט ווי א נר,

וואס בכדי צו לייכטן למקום רחוק דארף ער נעתק ווערן ממקומו הראשון — איז עס,

ווייל באותה שעה איז ער שוין געווען "מונח ע״ג מנורה"

(בחי׳ מלכות 29 ),

ער האט שוין יורד געווען אין אזא דרגא וואס " הכל" 30

מדליקין הימנו".

אבער מצד מדרש אגדה,

פנימיות התורה,

איז דער הסבר 31

לאידך גיסא: אז דאס וואס "משה משלו לא חסר כלום״ איז עס מצד זיין גודל העילוי:

וויבאלד אז "ולא קם נביא עוד בישראל כמשה" 32 ,

איז דעריבער ביי אים ניט געווען קיינע הגבלות,

און ער האט געקענט מאיר זיין למקום רחוק,

בלייבנדיק במקומו ומדריגתו 33

(ממכתב תשכ״ו)

Reader controls and commentary are loading.