א.
אין דער פרשה פון קרבנות הנשיאים,
ביים צווייטן נשיא 1 ,
ברענגט רש״י וואס ער האט געפונען "מיסודו של ר׳ משה הדרשן" א טעם אויף די פרטים אין די קרבנות הנשיאים,
אז זיי זיינען מרמז אויף פארשידענע ענינים: "קערת כסף" איז א רמז אויף אדה״ר,
"מזרק אחד כסף" אויף נח׳ן,
וכו'.
פארוואס ברענגט דא רש״י אן ענין פון "דרוש" און פארוואס שרייבט ער דאס דוקא ביים צוױיטן נשיא — זאגט דער מהר״ל,
אז דאס קומט בהמשך צו דעם וואס רש״י זאגט פרי־ ער וועגן די בני יששכר "שהם נתנו עצה לנשיאים להתנדב קרבנות הללו",
וואס דערויף ווערט דאך די שאלה: וואס איז אזוי דער גודל העילוי אין "קרבנות הללו " אז מען האט דערצו געדארפט אנקומען צו דער עצה פון בני יששכר — אויף דעם ברענגט רש"י מיסודו של ר״מ הדרשן,
אז אין יעדן פרט פון די קרבנות איז דא א "רמז גדול".
מען דארף אבער פארשטיין: אין מדרש 2
זיינען פאראן צוועלף פארשי־ דענע פירושים
(ביי יעדער נשיא בא־ זונדער)
אין די רמזים פון קרבנות הנשיאים,
האט דאך רש״י געקענט ברענגען די רמזים פון מדרש.
פאר־ וואס שרייבט ער דוקא וואס ער האט געפונען "מיסודו של ר' משה הדרשן" ?
מען קען ניט ענטפערן,
אז היות ווי די צוועלף פירושים פון מדרש איז יעדערער פון זיי פארבונדן מיט א שבט מיוחד,
וויל זיי דעריבער רש״י ניט ברענגען,
ווייל — אין פשטות — איז די עצה פון די בני יששכר גע־ ווען די זעלבע פאר אלע נשיאים
— ווארום כמה וכמה פון די פירושים
(אזוי ווי "על שם התורה" 3 ,
"על סדר מעשה המשכן״ 1 ,
״כנגד יצי״מ" 5 ,
"ע״ש הבחירה שבחר הקב״ה בישראל כו׳ ״ 6 ,
״כנגד האבות ואמהות״ 7 )
— כאטש אז אויך יעדן פון זיי פאר־ בינדט דער מדרש מיט א שבט פרטי — זיינען לכאורה שייך צו אלע שבטים.
האט דאך רש״י געקענט אויס־ קלייבן איינעם פון די פירושים שבמדרש,
ובפרט די דרשה "על סדר מעשה המשכן",
וואס זי איז יותר קרוב צום דרך הפשט דערמיט וואס אין פשטות לייגט זיך צו זאגן אז אין די קרבנות פון חנוכת המשכן — זיי־ נען מרומז די עניני המשכן.
די קשיא איז נאך גרעסער: לאחרי ווי דער מדרש זאגט "וכאו״א הקריב לפי דעתו" 8
און רעכנט אויס די צוועלף פארשידענע כוונות כנגד יע־ דערן פון די נשיאים,
ברענגט ער שפעטער 9
נאך א דיעה: "כנגד הדורות שהיו מאדה״ר עד המשכן וכנגד המצות שנצטוו הקריבו הנשיאים ",
ד.
ה.
אז לויט דער דיעה — האבן אלע נשיאים געבראכט די קרבנות מיט דער זעלבער כוונה "כנגד הדורות כו׳ וכנגד המצות כו' ".
איז פארוואס ברענגט ניט רש״י אט די דיעה פון מדרש און קלייבט אויס דוקא די דרשה פון "יסודו של ר׳ משה הדרשן" ?
נאך מער תמי׳: אין מדרש דארט זאגט ער
(לויט דער דיעה הנ״ל)
״מלאה קטרת — כנגד המילה הכתוב מדבר,
שבעת שמלו ישראל במצרים ..
הי׳ ריח הדם והערלה ערב לפני הקב״ה כבשמים כו׳״ — און דער פירוש איז לכאורה מער קרוב צו דרך הפשט" 1
ווי רש״י׳ס פירוש אז "קטורת" ווייזט אויף תרי״ג מצות,
ווארום:
די שייכות פון קטרת צו מילה איז מצד דעם עצם ענין פון קטרת — ״ערב כו׳ כבשמים ״,
משא״כ די שייכות פון תרי״ג מצות צו ״קטרת״ איז בלויז מצד דער גימטריא פון דעם ווארט קטרת.
און נאך מער: אפילו די גימטריא איז ניט אזוי ״פשוט״: בכדי אז קטרת זאל באטרעפן תרי״ג מוז רש״י צוגעבן "ובלבד שתחליף קו״ף בדל״ת ע״י א״ת ב״ש כו'״ — און פונדעסטוועגן נעמט אן רש״י אז זיין פירוש איז נעענטער צו " פשוטו של מקרא״ — וואס דאס איז דער יסוד פון פרש״י על התורה — ווי דער פירוש ״כנגד המילה כו׳״ ?
!
ב.
נאך א טעם אויף דעם וואס רש״י ברענגט דא די אלע רמזים,
זאגט דער רא״ם אז דאם איז
( ניט בכדי צו מסביר זיין אין וואס ס׳איז באשטאנען די גרויסקייט פון דער "עצה" פון בני יששכר,
נאר)
דערפאר וואס דער עצם ענין וואס די נשיאים האבן אויסגעקליבן דוקא אט די קרבנות,
פאדערט ביאור.
אבער
(נוסף לזה וואס אויך לויט דעם פירוש איז ניט פארשטאנדיק פארוואס רש״י קלייבט אויס דוקא דעם פירוש פון "יסודו של ר״מ הדרשן" און ניט די פירושים פון מדרש —)
לויט דעם פירוש איז שווער נאך א קשיא: אויב ע״פ דרך הפשט פאדערט זיך ביאור "מה ענין הכלים הללו כו׳ ״ — האט עם דאך רש״י געדארפט באווארענען באלד ביי די קרבנות פון דעם ערשטן נשיא ?
און וויבאלד אז ביים ערשטן נשיא איז רש״י ניט מפרש "מה ענין הכלים הללו כו׳" איז מוכרח אז ביי דעם "בן חמש
(למקרא)
" איז עס קיין קשיא ניט.
און דער טעם אויף דעם: דער "בן חמש" ווייס אז אין תורה איז פאראן
(ניט נאר "פשט",
נאר)
אויך "רמז" און "דרוש" 11
(נאר מיט אים
(מיטן בן חמש)
לערנט מען דעם לימוד פון פשט).
ובמילא איז אים ניט שווער ״מה ענין הכלים הללו״ — ווייל ער פארשטייט,
אז יעדער פרט איז מרמז אויף געוויסע ענינים,
על דרך ווי די רמזים פון די קרבנות : עגלה משולשת 12
א.
ז.
וו.
— נאר די רמזים זיינען שייך צו די אנדערע חלקים פון תורה.
ולפ״ז קומט ארויס נאך א קשיא אויפן פי׳ פון מהר״ל: אויב אזוי,
איז דאך אויך נאך דעם ווי רש״י זאגט "שהם נתנו עצה לנשיאים להתנדב קרבנות הללו",
דעם "בן חמש
(למקרא)
" ניט שווער אין וואס עס בא־ שטייט די גרויסקייט פון דער "עצה".
היינט פארוואס דארף רש״י שפעטער ברענגען ״יסודו של ר׳ משה הדרשן״ ?
ג.
איז דער ביאור אין דעם: מיט זיין ברענגען די רמזים פון "יסודו של ר׳ משה הדרשן" איז רש״י אויסן צו פארענטפערן; לכאורה וואלט גע־ ווען גענוג,
אז ביים צווייטן נשיא
(און אזוי אויך ביי יעדערן פון די ווייטער־ דיקע)
זאל בלויז שטיין אז ער האט מקריב געווען די זעלבע קרבנות ווי דער ערשטער
(ווייל יעדער נשיא האט דאך געבראכט פונקט די זעלבע קרבנות).
וואם דארף מען ביי יעדן נשיא איבער׳חזר׳ן נאכאמאל
( צוועלף מאל )
די אלע פרטי הקרבנות 13 ?
די קשיא איז נאך שטארקער: פריער מיט עטלעכע פסוקים,
וואו די תורה דערציילט וואס די זעלבע נשיאים האבן געבראכט לצורך המשכן,
איז דער פסוק כולל אלע קרבנות צוזאמען: "שש עגלות צב ושני עשר בקר",
און ער איז מבאר אז דאס איז געווען "עגלה על שני הנשיאים ושור לאחד" 14 .
פארוואס ביי די קרבנות המזבח,
דארף דער פסוק אויסרעכענען די פרטי הקרבנות ביי יעדרער נשיא באזונדער 15
י
איז דער ביאור דערויף
(וואס ביי די קרבנות המזבח רעכנט אויס דער פסוק די פרטי הקרבנות ביי יערער נשיא באזונדער)
— ווי עס לייגט זיך בפשטות ביי דעם "בן חמש למקרא",
אז דאס איז מצד דעם וואס יעדער נשיא האט געהאט דערביי אנדערע כוונות ורמזים,
ווי ס׳איז צוגעפאסט צום ענין פון זיין שבט.
און דעריבער קען דער פסוק ניט זאגן ביי די אנ־ דערע נשיאים אז זיי האבן מקריב געווען די זעלבע קרבנות ווי דער ערשטער — ווייל זיי זיינען
(ברוחניות וכוונת הענינים)
אנדערע קרבנות 16 .
און ער ווייס דאך פון דעם סיפור פון עגלה משולשת גו׳ — אז די רמזים באשטימען
(די צאל א.
ז.
וו.
פון)
די קרבנות.
אבער דעם "בן חמש למקרא" איז שווער:
א)
אויב יעדער נשיא האט געהאט אן אנדער כוונה,
היינט ווי קומט עס אז אלע האבן געבראכט די זעלבע קרבנות בגשמיות: מיט וואס איז עס אנדערש פון די פארבן פון די דגל?
השבטים וואס "צבעו של זה לא כצבעו של זה״ 17
— אז דער ענין המיוחד פון יעדער שבט ווערט נרמז אין אן אנדער צבע?
ב)
אפילו אז מען וועט שוין זאגן,
אז די זעלבע קרבנות זיינען מרמז אויף צוועלף פארשידענע ענינים,
און אז יעדער נשיא האט מקריב געווען
(ווי דער מדרש זאגט)
"לפי דעתו",
איז נאך אלץ ניט גלאט:
רש״י זאגט דאך,
אז די בני יששכר
(נתנאל בן צוער)
האבן געגעבן די עצה צו אלע נשיאים "להתנדב קרב־ נות הללו ",
קומט אויס,
אז יעדער נשיא האט מנדב געווען די קרבנות הללו פון זיין שבט — מצד דער זעלבער עצה וואס שבט יששכר האט געגעבן.
אבער לפי הנ״ל,
אז "כאו״א הקריב לפי דעתו",
קומט אוים,
אז יעדער נשיא האט מקריב געווען די קרבנות מצד דער דיעה וואס ער האט געהאט דערביי,
און ניט מצד דער עצה פון די בני יששכר
(אדער גאר — נתנאל בן צוער וואס האט בא־ שטימט די קרבנות
(לויט די רמזים וועלכע זיינען שייך צו)
שבט יששכר בפרט — ״לפי דעתו״)?
איז אט די צוויי קשיות באווארנט רש״י מיט דעם וואס ער האט גע־ פונען "מיסודו של ר׳ משה הדרשן",
כדלקמן.
ד.
ווי געזאגט פריער
(ס״א),
זיינען אין מדרש רבה פאראן צוויי דיעות בנוגע דער כוונת הנשיאים ביים אויס־ קלייבן דוקא די קרבנות וואס זיי האבן געבראכט: איין דיעה איז,
אז "כאו״א הקריב לפי דעתו",
און א צווייטע דיעה איז,
אז אלע נשיאים האבן דערביי געהאט די זעלבע כוונה.
אבער ווי גערעדט פריער,
זיינען ביידע דיעות שווער אין דרך הפשט: לויט דער ערשטע דיעה איז שווער
(כנ״ל ס״ג)
: א)
פארוואס האבן אלע מקריב געווען די זעלבע קרבנות,
און ב)
ווי האבן די בני יששכר געגעבן אן עצה צו אלע נשיאים גלייך; און לויט דער צווייטער דיעה איז שווער:
פארוואס חזר׳ט איבער דער פסוק צוועלף מאל דעם זעלבן ענין?
דעריבער קלייבט אויס רש״י די רמזים וואס ער האט געפונען "מיסודו של ר׳ משה הדרשן",
ווייל דורך דעם ווערן רעכט ביידע זאכן: אז די קרב־ נות ווייזן טאקע אויף איין ענין; אבער אט דער איין ענין איז אן ענין כללי וואס ווערט פאנאנדערגעטיילט אין כמה וכמה פרטים
(וכדלקמן ס״ה).
און דעריבער איז פארשטאנדיק,
אז טראץ דעם וואס אלע נשיאים האבן מקריב געווען די זעלבע קרבנות,
און יעדער נשיא האט מנדב געווען די קרבנות מצד דער זעלבער עצה פון די בני יששכר,
האט אבער יעדערער געהאט דערביי אן אנדער כוונה פרטית.
ה.
ועל סדר פרש״י: בנוגע דער שייכות פון "קערת כסף" צו אדם הראשון,
זאגט דער מדרש ״: "אל תקרי קערת אלא עקרת,
זה הי׳ אדה״ר שהוא הי׳ עיקרן של בני האדם״; אבער רש״י
(פון "יסודו של ר׳ משה הדרשן")
זאגט אן אנדער רמז: אז דער מנין האותיות פון "קערת כסף" איז "בגימט׳ תתק״ל,
כנגד שנותיו של אדה״ר״ 18 .
די נפקא מינה דערביי איז: דער ענין וואס אדה״ר איז "עיקרן של בני האדם" איז איין ענין וואס טיילט זיך ניט אין קיין פרטים; משא״כ " שנותיו של אדם הראשון״ — כאטש אלע יארן וואס א מענטש לעבט זיינען די יארן פון דעם זעלבן מענטש — זיינען דאך אבער די יארן פארשידן און אנ־ דערש איינער פון דעם אנדערן 19 .
און אט די התחלקות פרטים וואס זיינען דא אין "קערת כסף" וועלכע איז מרמז צו " שנותיו של אדה״ר",
דריקט זיך אויס נאך מער אין "שלשים ומאה משקלה",
וואס דער מספר "שלשים ומאה" איז "על שם שכשהעמיד תולדות לקיום העולם,
בן מאה ול׳ שנה הי׳,
שנאמר 20
ויחי אדם שלשים ומאת שנה ויולד בדמותו וגו׳ ״:
די "תולדות"
(לשון רבים)
וועלכע אדה״ר האט אויפגעשטעלט "לקיום העולם",
זיינען אלע געווען "בדמותו" 21
: און דאך זיינען זיי געווען באזונדערע און גאר פארשידענע מענ־ טשן : שת,
בנים,
בנות.
עד״ז איז אויך ביים "מזרק אחד כסף" וואס איז בגימטריא תק״ך,
אבער ער איז מרמז אויף די ״ת״ק שנה״ פון נח׳ן ווען "העמיד תולדות" און אויף די "עשרים שנה שנגזרה גזירת המבול קודם תולדותיו״ — וועלכע זיינען צוויי גאר באזונדערע סוגים 23
: די ״ת״ק שנה״ װען "העמיד תולדות" — פון זיי איז דער קיום העולם; און די "עשרים שנה שנגזרה גזירת המבול קודם תולדותיו" איז דאך דאס דער ענין פון " אמחה את האדם גו׳"
(נוסף — וואס שנים זיינען,
בכלל,
פארשידען איינער פון דעם אנדערן,
כנ״ל).
און אויך דא דריקט זיך אויס דער עיקר התחלקות אין דעם משקל פון דעם ״מזרק״ — "שבעים שקל",
וואס איז "כנגד שבעים אומות שיצאו מבניו",
וואס יעדער אומה איז דאך גאר אנדערש ובכמה וכמה ענינים פון די אנדערע אומות: בארצותם,
ללשונו,
למשפחותם,
בגוייהם 24 .
עד״ז איז עס אויך בנוגע צו "כף אחת עשרה זהב מלאה קטרת",
אז כאטש זי איז "כף אחת",
וואס ווייזט אויף
(איין)
תורה שניתנה מידו של הקב״ה,
איז אבער אין דער כף
(תורה)
פאראן ״ עשרה זהב — כנגד עשרת הדברות״,
און נאך מער: זי איז ״מלאה קטרת״ — די איין תורה איז פול מיט תרי״ג
(גאר שטארק פאר־ שידענע)
מצות.
עד״ז איז אויך ביי "פר אחד איל אחד כבש אחד" וואס זיינען "כנגד אברהם",
"כנגד יצחק" און "כנגד יעקב",
אז כאטש יעדער פון די דריי אבות איז "אחד",
זיינען זיי "אבות״ 25
פון אלע אידן.
און דא דארף שוין רש״י ניט מפרט זיין,
ווארום דער "בן חמש למקרא" ווייס אז אלע אידן זיינען בני אברהם יצחק ויעקב,
זעט ער דאך ווי יעדער פון די אבות איז שייך צו גאר פארשידענע אידן.
אזוי איז עס אויך בשייכות מיטן "שעיר עזים" וואס קומט "לכפר על מכירת יוסף",
אז אין .
דעם זיינען פאראן כמה וכמה חילוקים — ווארום די כפרה איז דאך לפי אופן החטא,
און אין דעם חטא זיינען די שבטים געווען גאר פארשידן 26
: די "בני השפחות" איז "לא היתה שנאתן שלימה"* 26
; יששכר וזבולון,
האבן ניט ארויסגעזאגט זייער דיעה וועגן מכירת יוסף 27
; ראובן איז בכלל ניט געווען בא דער מכירה 28
; און ס׳איז אויך א חילוק אפילו צווישן שמעון ולוי,
וואס האבן געזאגט "לכו ונהרגהו" 29
מיט יהודה׳ן,
וואס האט געזאגט "וידינו אל תהי בו״ 30
כאטש ער האט גע־ געבן די עצה ״לכו ונמכרנו״ 30
; און א ודאי איז אן אונטערשייד פון ראו־ בן׳ען,
מיט דעם וואס זיין כוונה איז גאר געווען "למען הציל אותו מידם להשיבו אל אביו" 31 ,
לגבי די אנדערע שבטים.
ועאכו״כ,
אז די צען שבטים,
וואס האבן זיך באטייליגט אין מכירת יוסף
(עכ״פ אין — ויפשיטו את יוסף גו׳ ויקחוהו וישליכו אותו הבורה 32 )
— זיינען אנדערש אין דעם פון יוסף ובנימין; און אויך זיי זיינען ניט גלייך: בנוגע צו יוסף׳ן איז שייך צו זאגן אז ער האט עכ״פ גורם געווען צו זיין מכירה,
דורך דערציילן זיינע חלומות,
משא״כ בנימין האט דאך דערצו ניט געהאט קיין שום שייכות 33
;
דאס זעלבע איז אויך ביי "ולזבח השלמים בקר שנים" וואס איז "כנגד משה ואהרן שנתנו שלום בין ישראל לאביהם שבשמים״ — איז דאך ניט גלייך די הנהגה פון משה צו דער הנהגה פון אהרן,
און עס איז גאר פארשידען די השתדלות אין דער נתינת שלום צווישן די גאר פאר־ שידענע בני ישראל לאביהם בשמים.
און די זעלבע זאך איז ביי די "ג׳ מינים"
(אילים עתודים כבשים),
אז כהנים לויים וישראלים,
אדער תורה נביאים וכתובים,
זיינען דריי גאר באזונדערע סוגים.
ובדומה לזה איז בנוגע צו די "שלש חמישיות".
ו.
מען דארף נאך אבער פאר־ שטיין: וואס איז דער חילוק צווישן די קרבנות הנשיאים פאר דעם משכן — די עגלות צב און די בקר — וואס אלע נשיאים האבן געהאט די זעלבע כוונה — וואס דעריבער איז דער פסוק זיי כולל אלעמען צוזאמען
(כנ״ל ס״ג)
— און די קרבנות המזבח,
וואס בלויז בכללות איז ביי זיי געווען די זעלבע כוונה,
אבער בפרטיות האט יעדער נשיא געהאט דערביי זיין בא־ זונדערע כוונה?
איז די שאלה — באווארנט דער פסוק גופא,
מיט די ווערטער
[באלד ביים אנהויב פון דערציילן "ויקריבו נשיאי ישראל גו׳ ״ 34
(וואס איז כולל אויך די קרבנות המזבח)]
"הם נשיאי המטות הם העומדים על הפקודים" 35
:
אז די צוויי סארטן קרבנות פון די נשיאים,
זיינען געקומען מצד צוויי תכונות וואס די נשיאים האבן:
מצד דעם וואס זיי זיינען "נשיאי המטות",
וואס האבן געהאט מס״נ אויף אידן — "ויוכו 36
שוטרי בני ישראל" וואס אלע בני ישראל זיינען געווען אין דער זעלבער עבודת פרך וכו׳ — האבן זיי געבראכט די זעלבע קרבנות מיט די זעלבע כוונות ורמזים;
מצד דעם וואס זיי זיינען "העומדים על הפקודים",
וואס דא האט זיך גע־ פאדערט
(בעיקר)
"איש איש למטה" 37 ,
יעדער נשיא פאר זיין שבט — מצד דעם ענין האבן זיי געבראכט די קר־ בנות המזבח,
יעדער נשיא פאר זיין שבט,
ובמילא זיינען דערביי געווען כוונות פרטיות.
בהוספה צו די כוונות
(ורמזים)
פרטים
(מער בדיוק: אין די כוונות
(ורמזים)
פרטים)
איז דאך אבער גע־ ווען אויך א כוונה
(ורמז)
כללי — וכנ״ל בא אדם הראשון: פארשידענע יארן און תולדות אבער אלע זיינען זיי "שני אדם" און "בדמותו" א.
ז.
וו.
אויך איז,
לויט פשטות הכתובים ופרש״י משמע,
אז אויך בענין "העומדים על הפקודים",
איז יעדער נשיא געווען צוזאמען מיט משה ואהרן אויך ביים ציילן די אנדערע שבטים 38
-
דעריבער איז אויך אין די קרבנות המזבח געווען א כללות׳דיקע כוונה אין וועלכער אלע אידן זיינען גלייך,
און דערפאר איז אויך ביי די קר־ בנות המזבח,
לאחרי ווי עס ווערט אויסגערעכנט יעדער נשיא באזונדער,
זאגט שפעטער דער פסוק "זאת חנוכת המזבח גו׳ מאת נשיאי ישראל" און איז זיי כולל אלעמען אינאיינעם.
ז.
איינע פון די הוראות דערפון איז:
בשעת א איד שטעלט זיך דאוונען — וואס תפלות זיינען כנגד קרבנות 39
— איז לכל לראש דארף ער אויף זיך מקבל זיין די מ״ע פון "ואהבת לרעך כמוך",
וואם דאס דארף ער טאן " קודם התפלה" 40
און ערשט נאך דעם קומט די הכנה והקדמה 41
צו מתפלל זיין אויף זיינע צרכים;
און אויך דאמאלט דארף ער זיך כולל זיין מיטן כלל
(ווי דער דין איז 12
אז אויך תפלת היחיד דארף געזאגט ווערן בלשון רבים)
;
און בשעת ער איז זיך כולל צו־ זאמען מיט אלע אידן,
איז ער זיכער אז אין זיין תפלה איז ניטא קיין פסול,
אדער עכ״פ אז מען וועט
ניט זען אין איר קיין פסול 43 ,
און אז זי איז אין אן אופן פון ״קודש״ — ווי ס׳איז מרומז אין די קרבנות הנשיאים,
אז דוקא לאחרי ווי דער פסוק איז זיי כולל צוזאמען,.
דאן ערשט זאגט ער אז "לא אירע בהם פסול" און אז זייער וואג
(אין אלע פרטי קרבנות הכלים)
איז געווען "בשקל הקודש" 44 .
און דאס ווערט א הכנה 45
צו "בהעלותך את הנרות אל מול פני המנורה יאירו שבעת הנרות",
אז עס זיינען דא זיבן גאר פארשידענע נרות
(אויך בהלכה למעשה 46
: נר המערבי,
נר
האמצעי,
חמש נרות,
ב׳ נרות)
אין זיי אלע איז אבער דער זעלבער שמן זית זך,
בא אלעמען דארף זיין בהעלותך גו׳ —
עס ווערט ליכטיג ביי אלע סארטן אידן
(וואס ווערן נכלל אין זיבן סוגים 47 )
און בא זיי אלע ווערט די עלי׳ צום זעלבן ארט: אל מול פני המנורה
און דער אור המנורה גייט ארויס,
דורך די חלונות שקופים אטומים — אין דער גאנצער וועלט 48
— ולכל בני ישראל יהי׳ אור במושבותם.
(משיחת ש״פ נשא תשכ״ו)