B"H
🏡

Ikar

נשא א

א.

פון פסוק "וכל תרומה גו' אשר יקריבו לכהן לו יהי׳" 1

ברענגט רש״י אראפ "וכל תרומה וגו'",

און איז אויף דעם מפרש 2

: "אמר ר׳ ישמעאל,

וכי תרומה מקריבין לכהנים והלא הוא המחזר אחרי׳ לבית הגרנות 3

ומה ת״ל אשר יקריבו לכהן,

אלו הבכורים שנאמר בהם תביא בית ה׳ אלקיך 4

ואיני יודע מה יעשה בהם ת״ל לכהן לו יהי',

בא הכתוב ולימד על הביכורים שיהיו ניתנין לכהן".

איז אין דעם ניט מובן:

א)

ביי רש״י׳ן איז דאך קשה

(לויטן קס״ד אז דער פסוק רעדט דא וועגן תרומה)

בלויז דער לשון "אשר יקריבו לכהן": וויבאלד אז דער כהן איז גאר דער וואס איז מחזר אחר התרומה לבית הגרנות,

פאסט דאך ניט דער לשון "יקריבו לכהן" וואס באדייט,

פארקערט,

אז די בעלים דארפן עס ברענגען צום כהן.

אבער דער עצם חידוש פון פסוק — אז די תרומה דארף געגעבן ווערן צום כהן — איז ביי רש״י׳ן ניט שווער: דער פסוק וואלט עס געדארפט לאזן הערן,

וויבאלד אין די פריערדיקע סדרות 5

ווערט בלויז געזאגט אז מען דארף אפשיידן תרומה 6 ,

ניט דערמאנענדיק דערביי אז מען דארף עס געבן צום כהן 7 .

לפי זה דארף מען פארשטיין: וואס פאר א שוועריקייט איז דא אויפגעקומען איצט,

לויט דער מסקנא "אלו הביכורים",

וואס רש״י איז דא אויסן צו פארענטפערן מיט דער באווארעניש ״ואיני יודע מה יעשה בהם — ת״ל לכהן כו׳״?

מען קען ניט זאגן,

אז נאכדעם ווי רש״י ברענגט דעם פסוק

(וואס שטייט ביי ביכורים)

"תביא בית ה׳ אלקיך"

(צו מוכיח זיין פון לשון "תביא" אז ביכורים דארף מען ברענגען אין בית המקדש,

דעם ארט וואו עס געפינען זיך כהנים,

און דערפאר איז רעכט צו איינלערנען אז "יקריבו" אין אונ-זער פסוק מיינט ביכורים),

וואלט געווען א קס״ד צו זאגן,

אז פון דעם פסוק גופא איז שוין פארשטאנדיק אז דאס דארף געגעבן ווערן צום כהן; און דעריבער דארף רש״י דאס שולל זיין און זאגן,

אז טראץ דעם פסוק הנ״ל איז " איני יודע מה יעשה בהם"

— קען מען אבער אזוי ניט איינלערנען,

ווייל עס איז מובן בפשטות

(אויך אן פי' רש״י)

ובמילא איז ניט שייך בא דעם א סגנון פון "ואיני יודע כו׳״ — ווארום: מאי קמ״ל ?

אין פסוק "תביא בית ה׳ אלקיך" איז ניטא קיין שום משמעות 8

"מה יעשה בהם" ופשיטא אז עס איז ניט משמע אז מיט ברענגען די ביכורים אין בית המקדש ווערט געמיינט די נתינה צום כהן 9 .

(אדרבא: כל זמן עס איז ניטא קיין הוראה אנדערש — דארפן זיי לכאורה בלייבן ברשות הבעלים).

ב)

אויב רש״י וויל שוין יע מפרש זיין דעם חידוש פון פסוק

(לויט זיין פירוש "אלו הביכורים"),

וואלט דאך געווען גענוג ווען ער זאגט "ואיני יודע ..

ת״ל לכהן לו יהי׳״ — צוליב וואס דארף ער דאס נאכדעם אויסטייטשן "בא הכתוב ולימד על הביכורים שיהיו ניתנין לכהן״ ?

ג)

אפילו ווען רש״י נויטיקט זיך יע,

משום איזה טעם,

אינעם אויספירלעכן אויסטייטש פון "בא הכתוב ולימד על הביכורים שיהיו ניתנין לכהן",

איז אבער נאך אלץ שווער צו פארשטיין: צוליב וואס דארף דא רש״י צוגעבן די ווערטער "על הביכורים" נאכדעם ווי ער האט שוין פריער געזאגט בפירוש "אלו הביכורים" — וואלט דאך געווען גענוג ווען ער זאגט "בא הכתוב ולימד שיהיו ניתנין לכהן"?

ד)

נאך א שינוי צווישן רש״י׳ס פי׳ לויט דער מסקנא

("אלו הביכורים")

און זיין פי׳ לפי הקס״ד

(אז דער פסוק רעדט וועגן תרומה)

: אינעם אויספיר פון דער קשיא "וכי תרומה כו'" זאגט ער "ומה ת״ל אשר יקריבו לכהן״ — ד.

ה.

אז דער ווארט "לכהן" באציט זיך

( ניט צו די נאכפאלגנדיקע ווערטער "לו יהי'",

נאר)

צו ״אשר יקריבו״; דאקעגן אינעם אויספיר במסקנא,

זאגט ער דעם לשון ״ת״ל לכהן לו יהי״׳ — אז דער ווארט "לכהן" קומט אין איין המשך מיט "לו יהי׳"?

ה)

רש״י׳ס קשיא "וכי תרומה מקריבין כו'" איז דאך לכאורה נוגע בלויז צום ווארט "תרומה"

[און צו די ווערטער "אשר יקריבו לכהן" וועלכע רש״י איז מרמז מיט "וגו'"].

פארוואס איז רש״י מעתיק אויך דעם ווארט "וכל

(תרומה וגו׳)

",

וואס לכאורה איז ער ניט נוגע צום תוכן פירושו ?

ובפרט אז מיט א פאר פסוקים פאר דעם * 9

ביי "וכל טמא לנפש" — איז רש״י ניט מעתיק דעם ווארט "וכל".

ו)

צוליב וואס ברענגט רש״י דעם נאמען פון בעל הפי׳ "א״ר ישמעאל" און באנוגנט זיך ניט מיט אנהויבן זיין פי׳ ״וכי תרומה כו״ — ד.

ה.

וואס קומט צו אין דער הבנה פון פסוק דורך דער ידיעה אז "וכי תרומה כו' אלו הביכורים" האט געזאגט ר׳ ישמעאל ?

ב.

נוסף צו די אלע דיוקים פרטיים הנ״ל,

איז אויך ניט מובן כללות הפירוש,

די הוכחה,

אז "וכל תרומה" דא מיינט

(ניט תרומה,

פשוטה כמשמעה,

נאר)

ביכורים:

נאך די ווערטער "וכל תרומה" פאר "אשר יקריבו לכהן",

שטייט "לכל קדשי בני ישראל",

און וואס די ווערטער "לכל קדשי בני ישראל" מיינען — זאגט רש״י ניט .

דערפון גופא איז קענטיק,

אז רש״י נעמט עס אן פאר אזא דבר הפשוט,

וואס אפילו דער "בן חמש

(למקרא)

" וועט עס אליין פארשטיין:

אין א פריערדיקער סדרה 10

האט שוין רש״י געזאגט א כלל "כך דרך המקראות לכתוב למ״ד יתירה".

במילא ווייס שוין דער תלמיד,

אז ווען א ווארט הויבט זיך אן מיט א למ״ד,

וואס לאזט זיך ניט טייטשן לויט ווי ער ווערט גענוצט כרגיל אין המשך צו די פריערדיקע ווערטער — איז עס א למ״ד יתירה.

דערפון איז מובן בפשטות אויך אין אונזער פסוק,

אז הגם עס שטייט ״ ל כל קדשי בנ״י״ — וויבאלד אבער מען קען ניט איינלערנען אט די ווערטער בהמשך צו "וכל תרומה" 11 ,

מוז מען זאגן אז ס׳איז א למ״ד יתירה.

און במילא קומט אויס,

אז מיט "

(ל)

כל קדשי בנ״י" ווערט געמיינט אלע אנדערע "קדשי בנ״י"

(וועלכע גייען ניט אריין אין "וכל תרומה"),

ד.

ה.

די אלע אנדערע מתנות כהונה 12 .

איז עפ״ז ניט מובן: ווי אזוי איז רש״י מכריח פון "אשר יקריבו לכהן" אז "וכל תרומה" מיינט ניט תרומה בפשטות,

מצד דער קשיא "וכי תרומה מקריבין לכהן״ — מען קען דאך איינלערנען אז "וכל תרומה" מיינט טאקע תרומה כפשוטה,

און "אשר יקריבו לכהן" באציט זיך

( ניט צו "וכל תרומה",

נאר)

צו "

(ל)

כל קדשי בנ״י" הסמוך לו ,

וואס ביי

(רובם פון)

די מתנות כהונה איז ניט דער כהן "מחזר" נאך זיי,

נאר זיי ווערן געבראכט צום כהן?

די קשיא איז נאך שטארקער: וויבאלד דער פסוק טיילט אויס דעם פרט פון "וכל תרומה" באזונדער און ער איז עס ניט כולל אינעם " לכל קדשי בנ״י" איז לכאורה דאס גופא א הוכחה,

אז "כל תרומה" איז מען ניט מקריב לכהן 13 ,

און דערפאר מוז עס דער פסוק אויסטיילן באזונדער פון די "קדשי בנ״י אשר יקריבו לכהן" .

לפ״ז איז עס דאך היפך הדבר: "וכי תרומה מקריבין לכהן" איז גאר א סברא וואס איז מסייע צו זאגן אז דער טייטש פון "וכל תרומה" איז דוקא תרומה און ניט ביכורים!

ג.

דער ביאור בכל הנ״ל:

פון דעם לשון הפסוק " ו כל תרומה גו׳"

(מיט א וא״ו המוסיף)

איז מוכח אז דער דין קומט בהמשך צום דין וואס שטייט פריער — פון גזל הגר: אזוי ווי גזל הגר דארף מען געבן צום כהן 14 ,

אזוי אויך "כל תרומה" און "כל קדשי בנ״י" דארף מען געבן צום כהן.

עס איז אבער אין דעם ניט פארשטאנדיק:

א)

עס זיינען פאראן כמה וכמה מתנות,

וואס מ׳איז אויף זיי אנגעזאגט געווארן אין די פריערדיקע סדרות אז מען דארף זיי געבן לכהן — פארוואס איז די תורה מקשר דעם ענין "וכל תרומה גו׳ לכהן גו׳ " דווקא מיט גזל הגר 15 ?

ב)

פארוואס טיילט אויס דער פסוק "כל תרומה" פון "כל קדשי בנ״י" און זאגט "אשר יקריבו לכהן" וואס דאס איז שייך נאר ביי די אנדערע מתנות כהונה און ניט ביי תרומה — לכאורה האט געדארפט שטייען "אשר יתנו לכהן"

(אדער כיו״ב)

; דער ענין פון אונזער פסוק איז דאך ניט צו מבאר זיין די פרטי הדינים פון מתנות כהונה ; דער פסוק קומט דאך בהמשך צו דעם פריערדיקן ענין פון גזל הגר,

און בשייכות צו גזל הגר,

איז בלויז נוגע דער פרט אז מען דארף עס געבן צום כהן — און ס׳איז קיין נפ״מ ניט צי דאס איז דורך זיין מחזר זיין לבית הגרנות אדער דורך ברענגען צו אים?

פון דעם איז מוכרח,

אז די שייכות פון "וכל תרומה גו׳ " צו גזל הגר איז

(ניט בלויז מצד דעם וואס זיי ווערן געגעבן צום כהן,

נאר)

מצד דעם וואס נאר זיי ביידע האבן צווישן זיך א באזונדער השתוות וואס טיילט זיי אויס פון די אנדערע מתנות כהונה.

און מחמת אט דער שייכות מיוחדת פון "כל תרומה" צו גזל הגר,

ווערט תרומה ארויסגענומען פונעם כלל פון די אנדערע "קדשי בני ישראל" און שטייט באזונדער אין פסוק.

ד.

דער "חידוש" מיט וועלכן "גזל הגר" אונטערשיידט זיך פון די אנדערע מתנות כהונה,

באשטייט אין דעם: אלע אנדערע מתנות כהונה 16

זיינען חלקים מסויימים פון נכסי ישראל וואס תורה האט זיי אוועקגעגעבן צו כהנים; ד.

ה.

אז אט די באשטימטע טיילן געהערן מלכתחילה צום כהן.

משא״כ ביי גזל הגר,

איז דאך ניט שייך צו זאגן אז אט די גע׳גזל׳טע זאך געהערט פון אנהויב אן צום כהן: איידער די זאך איז גע׳גזל׳ט געווארן האט זי דאך אוודאי באלאנגט צום גר; אויך נאכן גע׳גזל׳ט ווערן פונעם גר,

איז דער גזלן מחוייב צו אומקערן די גזילה

(ניט צום כהן,

נאר)

צום נגזל; און אפילו נאכדעם ווי דער נגזל איז געשטארבן,

ניט איבערלאזנדיק קיין יורשים,

געהערט נאך אלץ ניט דער גזל צום כהן — ווארום כל זמן דער גזלן איז זיך ניט מודה,

אפילו ווען עס קומען עדים און זיינען מעיד אז ער האט גע׳גזל׳ט,

איז ניטא אויף אים קיין חיוב צו געבן די גזילה צום כהן.

ערשט דעמאלט ווען דער גזלן איז אליין מודה

(דווקא לאחרי ווי דער נגזל איז געשטארבן 17 )

און וויל תשובה טאן און אומקערן די גזילה,

דארף ער עס געבן צום כהן.

און אפילו דאן,

הייסט עס ניט אז דער כהן איז דא אנשטאט דעם נגזל,

ד.

ה.

אז דער חיוב ההשבה צום נגזל גייט איבער צום כהן 18 ,

נאר דער גזלן איז עס מחוייב צו אומ-קערן צום אויבערשטן ,

צום אמת׳ן "בעל־הבית" 19 ,

און נאכדעם ווי "קנאו השם״ — ״נתנו

(השם)

לכהן״ 20 .

און וויבאלד אז אין גזל הגר איז דער אויפטו אין דעם,

וואס די זאך ווערט געגעבן צום כהן טראץ דעם וואס בעצם געהערט זי ניט צו אים,

דערפאר איז די תורה באלד נאכדעם ממשיך און בריינגט דעם דין "וכל תרומה גו'",

וואס האט אן ענליכקייט צו גזל הגר

(און ער טיילט אויס "וכל תרומה" פון "כל קדשי בנ״י" וואס האבן ניט אט־די ענליכקייט 21 )

: אויך ביי תרומה איז דער חיוב הנתינה צום כהן ערשט נאך דעם 22

ווי די בעלים זיינען דאס מפריש אלס "תרומה לה ׳״; און ערשט לאחר זה ווי דאס ווערט "תרומת ה'" קומט דער חיוב פון "ונתתם גו׳ את תרומת ה׳ לאהרן הכהן" 23 .

ה.

וויבאלד אז דער המשך און סמיכות פון "וכל תרומה" צו גזל הגר

(און דאס וואס ס׳איז אויסגעטיילט פון "כל קדשי בנ״י"),

איז מצד דעם וואס תרומה איז בדומה צו גזל הגר,

מוז מען דאך זאגן אז מיט " וכל תרומה" ווערט געמיינט ניט נאר תרומה גדולה,

נאר אויך אלע אנדערע מתנות כהונה — תרומת מעשר,

חלה און ביכורים 24

— וועלכע הייסן מיטן נאמען ״תרומה״ 25

— ווייל אויך ביי זיי איז דא דער זעלבער דמיון צו גזל הגר אזוי ווי ביי תרומה 26

:

ביי תרו״מ און חלה איז דער דין,

אז צום אלעם ערשטן דארפן זיי אפגעשיידט ווערן דורך די בעלים ווי "תרומה לה'",

און דערנאך שאפט זיך דער חיוב אוועקצוגעבן זיי צום כהן 27 .

עד״ז איז אויך ביי ביכורים,

אז לכתחילה איז דא דער חיוב זיי צו מקדיש זיין 28

און ברענגען אין "בית ה׳ אלקיך"

(מיט כמה פרטי דינים אינעם אופן פון זייער געבראכט ווערן אין ביהמ״ק,

ווי זיי ווערן אויסגערעכנט אין אנפאנג פון פ׳ תבא),

און דוקא נאך זייער הפרשה,

הקדשה און הבאה צום אויבערשטן — ערשט דאן קומט דער חיוב זיי צו געבן צום כהן 29 .

ו.

ע״פ הנ״ל איז אויך פארשטאנדיק,

אז די צוויי קשיות הנ״ל

(סעיף א׳)

— פון וואנען איז רש״י׳ס הכרח אז "אשר יקריבו לכהן" באציט זיך

(ניט נאר צו "לכל קדשי בנ״י",

נאר)

אויך צו "וכל תרומה",

און דער טעם פון דעם וואס ער שטעלט זיך אויף " וכל תרומה וגו׳"

(הגם אז זיין קשיא "וכי תרומה מקריבין לכהן כו׳" איז לכאורה ניט שייך צום ווארט "וכל")

— ווערן פארענטפערט איינע מיט דער צווייטער,

ווייל פון ווארט "וכל",

איז מוכרח אז "אשר יקריבו לכהן" באציט זיך אויך צו וכל תרומה":

וויבאלד אז אין " וכל תרומה" ווערט נכלל אויך ביכורים

(כנ״ל ס״ה),

און ביי ביכורים שטייט דאך בפירוש "תביא בית ה׳ אלקיך",

ד.

ה.

אז דער כהן דארף ניט מחזר זיין נאך זיי — אויב אזוי איז דאך קלאר,

אז "אשר יקריבו לכהן" קומט בהמשך און האט א שייכות אויך צו "וכל תרומה".

ז.

אבער נאכדעם ווי רש״י ענטפערט

(אויף די קשיא "וכי תרומה מקריבין לכהן כו׳",

אז)

"אלו הביכורים",

אז מיט "וכל תרומה" ווערט געמיינט בלויז ביכורים

(און ניט תרומה גדולה,

תרומת מעשר און חלה 30 )

— קומט אויף די קשיא: מיט וואס האט ביכורים מער שייכות צו גזל הגר ווי תרומה גדולה ?

דערפאר איז רש״י ממשיך " ואיני יודע מה יעשה בהם ..

בא הכתוב ולימד כו'": אז דאס וואס דער פסוק טיילט דא אויס ביכורים פון אלע אני דערע מתנות כהונה,

אויך פון תרומה גדולה כו',

איז ניט מצד דעם וואס אין ביכורים איז דא מער ענליכקייט צו גזל הגר ווי תרומה גדולה

[ווייל אדרבה: וויבאלד אז ביי ביכורים איז דא דער דין פון "תאנה שביכרה כר'" 31 ,

אז נאך איידער די בעלים זיינען מפריש ביכורים איז שוין פאראן א באשטימטע פרי,

די ערשטע צייטיק־געווארענע,

וואס דארף ווערן ביכורים,

דערמיט גופא האט דאך שוין די פרי א שייכות צום כהן 32

; דאקעגן ביי תרומה זיינען דאך פאר דער הפרשה ניטא קיין באשטימטע חטים וכו' וועלכע דארפן אפגעשיידט ווערן אלס תרומה,

און דער זכות פון כהן הויבט זיך אן אינגאנצן ערשט נאך דער הפרשה; ובמילא איז גאר תרומה גדולה מער ענליך צו גזל הגר ווי ביכורים]

נאר ער טיילט אויס ביכורים בפ״ע מחמת דעם טעם וואס " ואיני יודע מה יעשה בהם".

און דערפאר איז "בא הכתוב ולימד על הביכורים שיהיו ניתנין לכהן".

אמת טאקע,

אז דער דין אז ביכורים גיט מען צום כהן,

ווערט געזאגט אין פרשת קרח 33

— "בכורי כל אשר בארצם אשר יביאו לה' לך יהי׳״ — דאס

(א)

איז דאך שפעטער נאך פרשתנו,

(ב)

דארט ווערט עס דערמאנט דרך אגב,

צוזאמען מיט די אלע אנדערע מתנות כהונה 34 ,

אבער דער ערשטער מאל און דער מקור פון דעם דין,

אז ביכורים ניתנין לכהן,

איז דא אין אונזער פסוק "וכל תרומה גו׳״; צוליב דעם דין איז "בא הכתוב".

און דאס וואס דער פסוק שטייט בסמיכות ובהמשך צו גזל הגר,

איז דאס צוליבן טעם הנ״ל,

וואס ביכורים איז איינע פון די מתנות כהונה וואס האבן אן ענליכקייט צו גזל הגר.

ח.

לויט דעם הסבר וועט אויך פארשטאנדיק ווערן,

וואס רש״י מוז נאכאמאל אויסטייטשן "בא הכתוב ולימד על הביכורים שיהיו ניתנין לכהן״ — הגם אז מ׳קען דאס וויסן פון דעם וואס ער זאגט פריער "אלו הביכורים" — ווייל דערמיט מיינט רש״י צו מדגיש זיין,

אז דווקא ביי ביכורים פאדערט זיך דער ״לימד״ פון פסוק:

בנוגע דעם דמיון צו גזל הגר איז ביכורים ניט אנדערש פון תרומה גדולה,

ואדרבה: תרומה גדולה איז מער בדומה צו גזל הגר ווי ביכורים

(כנ״ל).

אבער היות אז דער פסוק קומט דא צו לערנען אונז דינים — "בא הכתוב ולימד ״ — איז דעריבער איז דאס בלויז "על הביכורים" 35 .

ט.

אבער לויטן פי׳ "אלו הביכורים" שטעלט זיך אן אנדער קשיא — אין לשון הפסוק "אשר יקריבו לכהן לו יהי׳״: צוליב וואס ווערט צוגעגעבן "לו יהי'" נאכדעם ווי ס׳שטייט שוין פריער ״

(אשר יקריבו)

לכהן ״ — וויבאלד אז די תרומה און "כל קדשי בנ״י" איז מען מקריב און מ׳גיט צום כהן,

איז דאך ממילא פארשטאגדיק אז ״לו יהי׳״ ?

לויטן קס״ד פון רש״י,

אז מיט "וכל תרומה" ווערט געמיינט בעיקר תרומה גדולה 36

און אויך אנדערע מתנות כהוגה

(כנ״ל סעיף ה'),

וואלט מען געקענט לערנען אז מיטן ווארט "לו" איז דער פסוק אויסן ניט דעם כהן נאר די בעלים; און דער פשט "לו יהי׳" איז: די טובת הנאה פון דער תרומה

(די ברירה פון "יקריבו לכהן" פלוני אדער א צווייטן)

איז לבעלים 37 ,

ווי די הלכה איז ביי תרומה גדולה

(און אויך ביי תרו״מ און חלה),

אז די בעלים קענען עס געבן וועלכן כהן זיי ווילן 38 .

(און דאס וואלט אויך געווען גלאטיק אין המשך הכתובים: אין פריערדיקן פסוק שטייט אז גזל הגר דארף מען געבן לכהן שבאותו משמר 39

; דעריבער איז דער פסוק מדגיש,

אז ביי "וכל תרומה",

טראץ איר דמיון צו גזל הגר

(כנ״ל בארוכה),

איז " לו יהי'",

דער בעל התרומה האט דעם אויסוואל צו געבן זי צו וועלכן כהן ער וויל).

משא״כ לויט דער מסקנא "אלו הביכורים",

קען מען ניט לערנען אז מיט "לו יהי'" ווערט געמיינט "שטובת הנאתן לבעלים״ — ווארום ביי ביכורים שטייט דאך "תביא בית ה' אלקיך" און דערפון איז מובן 40

אז ער דארף זיי געבן צו דעם כהן וואס געפינט זיך דאן אין בית המקדש.

דערפאר באווארנט רש״י: "ת״ל לכהן לו יהי'",

אז "לכהן" און "לו יהי'" קומען אין איין און דעם זעלבן המשך

(ניט ווי אין דעם קס״ד,

וואו דער לשון פון רש״י איז "אשר יקריבו לכהן" און ניט מער,

כהסבר הנ״ל),

ד.

ה.

אז "לו" מיינט

(ניט צו די בעלים,

נאר)

צום כהן.

בלייבט דאך אבער לויט דעם פי׳ אין "לו יהי'" די שאלה,

וואס איז דער פסוק מחדש מיט די ווערטער "לו יהי׳" לאחרי ווי ער זאגט שוין ״אשר יקריבו לכהן״?

— אויף דעם איז רש״י ממשיך "בא הכתוב ולימד כו׳ שיהיו ניתנין לכהן":

ווען עס וואלט בלויז געשטאנען "אשר יקריבו לכהן",

וואלט מען געקענט לערנען

(וויבאלד ביכורים זיינען פארבונדן מיט באזונדערע פרטי דינים פון הבאה לבית המקדש וכו׳)

אז ער דארף בלויז ברענגען די ביכורים צום כהן אבער ניט אוועקגעבן זיי צו אים

(ע״ד ווי "ולקח הכהן הטנא מידך" אין פ׳ תבא 41

,

וואס איז בלויז

(ווי רש״י זאגט)

" להניף אותו").

דערפאר זאגט דער פסוק "לו יהי׳",

"שיהיו ניתנין לכהן",

אז די ביכורים באלאנגען צו אים.

יו״ד.

לכאורה וואלט מען געקענט פרעגן:

רש״י׳ס לשון "ואיני יודע מה יעשה בהם"

(און ניט "ואיני יודע למי יתנם" וכיו״ב)

ווייזט,

אז מען ווייס כלל ניט וואס צו טאן מיט די ביכורים — טראץ דעם וואס אין פ׳ תבא זיינען מבואר אלע פרטי דינים פון ביכורים

(חוץ פונעם דין הנתינה לכהן).

פון דעם איז מוכרח,

אז די ווערטער "ואיני יודע כו'" באציען זיך צו דעם וואס ער זאגט פריער "שנאמר תביא בית ה״א",

ד.

ה.

אז פון דעם פסוק "תביא גו" וואס שטייט אין די פריערדיקע סדרות,

איז "איני יודע מה יעשה בהם".

איז דאך שווער: מיט די ווערטער "ואיני יודע כו' בא הכתוב ולימד כו'" וויל דאך רש״י

(כנ״ל ס״ז)

מסביר זיין,

אז דער טעם וואס ביכורים איז אויסגעטיילט אין אונזער פסוק פון אלע אנדערע מתנות כהונה

(כאטש אז צו גזל הגר איז תרומה גדולה מער ענליך ווי ביכורים),

איז עס ווייל אלולי אונזער פסוק ״איני יודע״ — מען ווייס ניט דעם דין פון קיינע אנדערע ערטער,

אויך ניט פון די ווייטערדיקע סדרות

(ניט ווי תרומה,

ביי וועיכן עס שטייט אין פ׳ שופטים 42

"ראשית דגנך גו' תתן לו״ — צום כהן)

— האט דאך רש״י געדארפט זאגן "ואיני יודע שיהיו ניתנין לכהן ",

אין וואס עס באשטייט דער חידוש

("לימד")

פון אונזער .

פסוק לגבי אלע אנ-דערע פסוקים.

פארוואס זאגט רש״י "ואיני יודע מה יעשה בהם",

דורך וועלכן לשון ער מאכט קלאר,

אז ער באציט זיך בלויז צום פסוק "תביא בית ה׳ אלקיך"?

איז דער ביאור אין דעם: פון דעם לשון הכתוב "לכהן לו יהי׳"

(און ניט "יתנו לכהן" וכיו״ב,

בדוגמת ווי עס שטייט 42

ביי תרומה גדולה "תתן לו",

ועד״ז ביי נאך מתנות כהונה),

איז מוכח אז דער פסוק זאגט דא צוויי דינים:

(א)

"

(אשר יקריבו)

לכהן",

און

(ב)

"לו יהי׳".

וואס פאר א צוויי דינים זיינען עס ?

— זאגט אויף דעם רש״י "ואיני יודע מה יעשה בהם",

דאס מיינט,

אז פונעם פסוק "תביא בית ה״א" וואס שטייט פריער אין דער תורה,

ווייס מען ניט "מה יעשה בהם".

און אויף דעם קומט דער בירור,

בהדרגה,

אין אונזער פסוק: "

(אשר יקריבו)

לכהן",

אז נאך דעם "תביא בית ה״א" יעשה בהם "יקריבו לכהן״ 43

; און דערנאך זאגט דער פסוק א צווייטן דין "לו יהי'",

אז נאך דעם ברענגען צום כהן — יעשה בהם "לו יהי'" אפגעבן דאס עם.

יא.

ס׳איז אבער ניט מובן: פארוואס שטייט דער דין אז די ביכורים דארף מען ברענגען צום כהן ערשט אין אונזער פסוק — ניט פריער אין פסוק "תביא בית ה״א"?

אויף דעם זאגט רש״י "אמר ר' ישמעאל כו'",

אז דעם פי׳ "ואיני יודע מה יעשה בהם כו׳ בא הכתוב ולימד כו׳" האט געזאגט ר׳ ישמעאל,

וואס ער,

ר׳ ישמעאל׳ האלט 44

אז "כללות נאמרו בסיני ופרטות באהל מועד",

דערפאר לערנט ער,

אז אין פ׳ משפטים און פ׳ תשא וואס זיינען געזאגט געווארן "בסיני",

שטייט בלויז דער כלל — "תביא גו׳".

און ערשט אין פ׳ נשא וואס איז געזאגט געווארן ״באהל מועד״ שטייען די פרטים 45

— "אשר יקריבו לכהן לו יהי'".

יב.

כידוע אנטהאלטן פירושי רש״י אויך "יינה של תורה",

ענינים פנימיים שבתורה — און דער "יינה של תורה" אין אונזער פרש״י,

וועט ווערן פארשטאנדיק דורך מבאר זיין איינע פון די הוראות כלליות 46 ,

וועלכע מ׳לערנט ארויס פון מצות ביכורים.

צמיחת פירות ובפרט פירות משובחים ביותר ווי בכורים איז פארבונדן מיט גרויס מי און הארעוואניע פונעם מענטשן: חרישה,

זריעה,

וכו׳ וכו׳.

איז בשעת אז א איד האט זיך שוין דערווארט צו זען די פרוכטן,

וועלכע זיינען אויסגעוואקסן נאך אזוי פיל ארבעט און יגיעה,

זאגט אים תורה אן

(אז ניט בלויז דארף ער א טייל פון זיי געבן צום כהן,

נאר נאך מער)

: ״ ראשית בכורי אדמתך״ — די ערשטע רייף־געווארענע,

נאך איידער ער האט נאך עפעס צו נעמען פאר זיך,

דארף ער ברענגען אין ביהמ״ק און געבן צום כהן.

און וויבאלד אז אלע הוראות פון תורה זיינען נצחיות׳דיקע,

בכל זמן ובכל מקום,

איז פארשטאנדיק,

אז די זעלבע הנהגה פאדערט זיך פון א אידן אויך אין זמן הגלות און אין חו״ל,

פון אלע פארדינסטן: אז בשעת עס מאכט זיך אים אן ענין של צדקה,

זאל ער זיך ניט רעכענען מיט דעם וואס די פרנסה קומט אים אן אזוי שווער,

און דאס ערשטע און בעסטע פון זיינע שווער אנגעקומענע פארדינסטן "תביא בית ה״א",

אפגעבן דעם אויבערשטן,

אויף צדקה.

קומט אבער דער יצה״ר און הויבט אן איינצוריידן און איינ׳טענה׳ן מיטן אידן: ווען עס וואלט זיך געהאנדלט וועגן צדקה אויף א דבר שבקדושה

(ווי א ישיבה,

א ביהמ״ד וכו׳)

טובת הרבים

(און ער,

דער נותן — אויך בכללם)

— דאס איז נאך צו באנעמען.

אבער עס רעדט זיך גאר וועגן "ביכורים" וואס מ׳גיט צו א יחיד

(א כהן)

און זיי ווערן יענעמס אייגנטום 41 .

היינט וויבאלד

(טענה׳ט דער יצה״ר)

אז דו ביסט אליין אויך א נצרך — און אויף אלע אידן שטייט דאך "ואתם תהיו לי ממלכת כהנים״ 48

— איז ווער זאגט עס,

אז די " ראשית " פון דיינע אויסגעהארעוועטע פארדינסטן מוזטו אפגעבן צו א צווייטן ?

מיט וואס איז ער בילכער פאר דיר?

לכל היותר: טייל פאנאנדער דיי-נע "ביכורים"

(די בעסטע פון דאס וואס דו פארמאגסט)

אויף כמה חלקים,

גיב זיי צו כמה נצרכים און בכללם — אויך צו זיך אליין! ובפרט אז דו האסט דאך געהארעוועט אויף זיי.

אמת טאקע "וברכך ה׳ אלקיך ",

אבער תורה זאגט דאך אז דאס איז געווען "בכל אשר תעשה " 49 .

אויף דעם קומט די הוראה,

אז בכדי צו וויסן וואס ער דארף טאן מיט זיינע "ביכורים",

איז צום אלעם ערשטן

(בעת ס׳איז נאך "איני יודע מה יעשה בהם",

ער ווייס נאך ניט וואס צו טאן מיט זיי,

אדער,

על כל פנים,

אין וואס פאר אן אופן צו געבן זיי אויף צדקה: צי אפגעבן זיי לגמרי א צווייטן אידן,

אדער נעמען א טייל אויך פאר זיך וכו׳),

זאל ער זיי ברענגען "בית ה׳ אלקיך",

און דוקא דאן און דארט וועט ער וויסן דעם אמת אז — ״ניתנין לכהן״ 50 .

דאס וואס דער יצה״ר רעדט אים איין,

אז זייענדיק א נצרך קען ער זיך נעמען א טייל פון די ביכורים,

איז עס דאך נאר דערפאר וואס ער איז ניט געקומען צו דער החלטה אז די ביכורים זיינען צדקה־געלט; ער האט זיך נאך אלץ ניט באפרייט פון דעם געפיל

(טראץ זיין באשלוס אפ-צוגעבן דאס געלט אויף צדקה)

אז ס׳איז זיין אייגנטום,

א זאך וואס ער האט אויסגעהארעוועט.

דעריבער איז אים שווער צו פועל זיין ביי זיך אפ-צוגעבן עס א צווייטן

(נאר היות אז ווען דער יצה״ר וואלט צו אים געקומען מיט אפענע רייד: גיב ניט אזויפיל געלט אויף צדקה,

וואלט ער דאך אים ניט געפאלגט — הויבט ער אן,

באהאלטענערהייט מיט א "גערעכטע" טענה: אזוי ווי אויך ער אליין איז א נצרך — איז במילא דער טיילווייזער איבערלאזן פאר זיך,

כלומר׳שט אן ענין של צדקה.

ואדרבא במכל שכן פונעם דין "עניי עירך קודמיך" 51 ,

איז דאך ער אליין וב״ב קודם לכל אדם 52 ).

בשעת אבער ער וועט מקיים זיין דעם ״תביא בית ה״א״ — קומען מיט די ״ביכורים״ אין אויבערשטנס רשות — דאן וועט ביי אים זיך אפלייגן בפשיטות אז " לכהן לו יהי ׳".

עס וועט אים גארניט איינפאלן,

אז אויך אים זאל קומען א חלק דערפון — אזוי ווי אים גייט ניט ארויף אויפן געדאנק צו נעמען א חלק פון אנדערע צדקה־געלט.

און בעת ער פירט זיך מיט אזא הנהגה,

ווערט ביי אים מקויים דאס וואס רש״י זאגט אין קומענדיקן פסוק : ״איש אשר יתן לכהן — מתנות הראויות לו,

לו יהי׳ — ממון הרבה",

אז דער אויבערשטער וועט אים געבן מידו המליאה הפתוחה הקדושה והרחבה בכל המצטרך.

לו,

בבני,

חיי ומזוני ובכולם — רוויחי.

(משיחת ש״פ נשא ובהעלותך תשכ״ט)

Reader controls and commentary are loading.