B"H
🏡

Ikar

במדבר א

א.

די פרשה במדבר לייענט מען ברוב השנים דעם שבת וואס פאר חג השבועות 1 ,

דער זמן פון מתן תורה.

און וויבאלד אז יעדע פרשה האט א שייכות צו דעם באשטימטן זמן אין וועלכן מען לייענט זי 2

[ובפרט,

אז מתן תורה איז "יום חתונתו" פון אויבערשטן מיט אידן 3

– און ביי נשואין איז דער חתן עולה לתורה שבת שקודם החתונה,

בתור הכנה צו די חתונה] 4

איז דערפון פארשטאנדיק,

אז דעם אויבערשטנס ציווי צו ציילן אידן: "שאו את ראש כל עדת בני ישראל" 5

– מיט וועלכן די סדרה הויבט זיך אן 6

– האט א שייכות

(און איז א הכנה)

צו

(די נשואין 7

פון)

מתן תורה.

ב.

וועט מען עס פארשטיין דורך מקדים זיין און מבאר זיין דאס וואס רש”י זאגט 8

בתחלת הפרשה “מתוך חבתן לפניו מונה אותם כל שעה ..

באחד בניסן הוקם המשכן ובאחד באייר מנאם”.

ווארום אין פלוג איז ניט מובן:

א)

דאס וואס דברים חביבים ווערן אפטגעציילט,

איז עס דאך דערפאר וואס מ’איז אויסן צו וויסן זייער צאל

(מצד זייער חביבות און טייערקייט איז נוגע יעדער פרט פון זיי,

און דעריבער וויל מען “כל שעה” – כסדר – וויסן זייער גענויעצאל)

; אבער דער אויבערשטער ווייס דאך דעם מספר פון אידן אויך אן דעם ציילן – צוליב וואס האט ער געהייסן אז משה ואהרן זאלן ציילן די אידן?

ב)

וויבאלד אז דאס ציילן די אידן דא איז געקומען אין צוזאמענהאנג מיט הקמת המשכן – ווי רש”י זאגט “כשבא להשרות שכינתו עליהם” – האט דאך דער מנין געדארפט פארקומען “באחד בניסן” 9 ,

אין דעם טאג וואס אין אים איז “הוקם המשכן”

(אדער על כל פנים באלד אויף מארגן,

אויב ס’איז ניט מעגלעך געווען אין זעלבן טאג גופא 10 )

– פארוואס האט מען אפגעלייגט די ציילונג אויף א גאנצן חודש – ביז אחד באייר 11 ?

ג)

פארוואס האט ביי דעם מנין געדארפט זיין “תפקדו אותם גו’ אתה ואהרן” 12

– אנדערש ווי ביי אלע פריערדיקע מנינים: ביים ציילן די אידן “כשיצאו ממצרים”

(און אזוי אויך אין נאך פריערדיקע מנינים י13 )

ווערט אינגאנצן ניט דערמאנט

(אין חומש)

ווער עס האט זיי געציילט; ביי דעם מנין “כשנפלו בעגל” שטייט “וידבר ה’ אל משה גו’ כי תשא את ראש בני ישראל גו’“ 14 ,

אז בלויז משה רבינו האט זיי געציילט – און דא

(ביים מנין שלאחרי הקמת המשכן)

ווערט בפירוש אנגעזאגט,

אז אויך אהרן האט געדארפט ציילן,

צוזאמען מיט משה רבינו?

ג.

איז דער ביאור בכל זה

(בפנימיות הענינים)

:

די זאך פון “מנין”

(ציילונג)

האט אין זיך די אייגנשאפט,

אז אלע ווערן געציילט אלס גלייכע: דער “גדול שבגדולים”

(אין מעלה וחשיבות)

ווערט ניט פאררעכנט ווי מער פון איינס,

און דער “פחות שבפחותים” ווערט ניט גערעכנט אלס ווייניקער פון איינס.

דערפון איז פארשטאנדיק 15 ,

אז “חבתן”,

די חיבה צו אידן וואס ווערט אויסגעדריקט דורך

(און אין)

“מנין” איז

(ניט מצד זייערע פרטיות’דיקע מעלות,

וואס אין זיי איז דא אן אונטערשייד צווישן איין אידן און א צווייטן,

נאר

( מצד נקודת היהדות,

וואס אין דעם גלייכן זיך אויס אלע אידן 16 .

און היות אז די נקודת היהדות,

מצד עצמה,

איז העכער פון גילוי – דערפאר האט דער אויבערשטער געהייסן ציילן די אידן

(הגם אז אויך אן דעם מנין איז עס כלפי שמיא גליא),

ווייל דורכן “מנין” טוט זיך אויף דער גילוי פון דער נקודת היהדות 17 .

און ווי רש"י טייטשט דאס אויס אין א פריערדיקער סדרה 18

(וואו ער איז צום ערשטן מאל מפרש,

אז דאס ציילן פון אידן איז געקומען צוליב זייער חיבה)

: "להודיע חיבתם" – צו לאזן וויסן,

אנטפלעקן,

זייער "חיבה" – זייער מעלה.

ד.

על פי זה קען מען אויך מבאר זיין דעם לשון פון רש"י 8

"מונה אותם כל שעה".

ווייל לכאורה איז לגמרי ניט פארשטאנדיק: אמת טאקע אז פון יציאת מצרים ביז דאן,

ביז "באחד לחדש השני בשנה השנית לצאתם מארץ מצרים"

(עטוואס מער פון א יאר)

זיינען די אידן געציילט געווארן דריי מאל – אבער פון דעמאלט אן איז דאך א דורך א גאר גרויסער משך זמן

(פון 38 יאר)

ביז מ'האט נאכאמאל געציילט די אידן – אין שנת הארבעים; און גאר זעלטן איז עס געווען אין די ווייטערדיקע פילע יארן און ביז היינט,

אין וועלכע מ'האט אידן געציילט בלויז אייניקע מאל

(ווי עס שטייט אין מדרש 19 ,

אז אין משך פון אלע זמנים,

ביז איצט,

זיינען אידן געציילט געווארן בלויז ניין מאל; און אז דער צענטער "מנין" וועט זיין בביאת המשיח)

– היינט ווי פאסט דער לשון "מונה אותם כל שעה?

"

אין פשטות קען מען זאגן,

אז מיטן לשון "כל שעה" מיינט רש"י

(ניט יעדער וויילע,

אפט – נאר)

יעדע אויסנאמדיקע צייט ווען ס'איז פארגעקומען ביי אידן א געוויסער שינוי

(למעליותא 20 ,

וואס דאס בריינגט א שינוי למעליותא אין חבתן).

פונדעסטוועגן איז עס ניט גלאטיק אינעם לשון "כל שעה".

אבער על פי הנ"ל – אז דער מנין איז בכדי צו מגלה זיין די נקודת היהדות – יש לומר,

אז מיטן לשון "כל שעה" מיינט רש"י צו מרמז זיין,

אז דער גילוי פון נקודת היהדות

(וואס ווערט אויפגעטאן דורך "מנין" און איז דערפאר מרומז אין אים)

קומט אין אן אופן אז ער פילט זיך,

ער פועל'ט 21

און ווירקט "כל שעה":

בשעת מען צווינגט אן אידן צו דינען עבודה זרה רחמנא לצלן

(און על דרך זה בנוגע יעדער עבירה,

וואס דער יצר הרע "צווינגט" א אידן טאן 22 ),

וואלט ער לכאורה געקענט טראכטן ביי זיך: וויבאלד אז "אין לך דבר שעומד בפני התשובה" 23

– און דורך תשובה

(מאהבה)

ווערט דאך "נעקר עונו מתחלתו" 23*

– היינט וואס איז אזוי דער "גוואלד" אז ער וועט זיך אויף איין וויילע אפרייסן

(חס ושלום)

פון אויבערשטן?

– ער האט דאך שטענדיק 24

די מעגלעכקייט צו תשובה טאן און דערמיט צו מתקן זיין און נאכמער – אינגאנצן עוקר זיין דעם עבר!

זעט מען אבער אז ס'איז ניט אזוי,

אז א איד איז בטבעו גרייט אויף מסירת נפש אבי ניט אפגעריסן ווערן פון אויבערשטן אפילו אויף איין רגע

(ניט געקוקט אויפן חשבון,

אז שפעטער קען ער עס מתקן זיין).

און דער טעם אויף דעם איז,

ווייל דער "אור ה'" וואס איז מלובש אין נפש פון אידן,

איז ער "למעלה מהזמן,

ושליט ומושל עליו" 25

– ובמילא איז לגבי אים ניטא קיין אונטערשייד צווישן א קורצער וויילע און א משך זמן ארוך: זיין אפגעריסן,

חס ושלום,

פון אויבערשטן אויף איין רגע איז ביי אים אפגעפרעגט פונקט ווי אויף א לאנגע צייט.

און דאס מיינט רש"י צו אנדייטן מיטן לשון "מונה אותם כל שעה": דער מנין

(פון נקודת היהדות)

ווירקט ביי אידן

(און פארהיט)

"כל שעה",

אפילו א קליינע וויילע און אפילו ווען דערנאך קען ער מתקן זיין אויך דעם עבר – וויבאלד אבער אז אין דעם קליינעם זמן,

ביז ער וועט מתקן זיין,

איז ער פארט א נפרד חס ושלום – ווארפט ער אוועק אלע חשבונות און איז זיך מוסר נפש,

ווייל די נקודת היהדות געוועלטיקט,

איז "מונה",

"כל שעה".

ה.

על פי כל הנ"ל וועט מען אויך פארשטיין דעם חילוק צווישן די דריי פאלן פון "מנין"

(וועלכע ווערן געבראכט אין רש"י)

: כשיצאו ממצרים,

כשנפלו בעגל כו' – פאר הקמת המשכן,

און באחד באייר נאך הקמת המשכן:

אינעם גילוי נקודת היהדות און אין איר ווירקונג אויף אידן זיינען דא,

בכלל,

דריי אופנים:

א)

אז אויך נאכדעם ווי עס ווערט ביי אים נתגלה די נקודת היהדות – ביז צום ארויסרופן ביי אים די גרייטקייט אויף מסירת נפש בפועל ממש,

בלייבן – פארט – זיינע כחות פנימיים

(שכל וכו')

אזוי ווי זיי זיינען געווען פריער.

על דרך דוגמא,

ווי דאס וואס ווערט ארומגערעדט אין תניא 26 ,

אז אויך א קל שבקלים איז זיך מוסר נפש אויף קידוש השם – און דאך ווערט ער גערופן "קל שבקלים" אויך דאן ווען ער שטייט אין גרייטקייט אויף מסירת נפש ממש

(ווארום ס'איז רעכט 27

אז אויף אנדערע עבירות זאל ער יע עובר זיין).

ב)

אז די נקודת היהדות ווירקט אויך אויף זיינע כחות פנימיים: ביי אים לייגט זיך אין שכל וכו' לויט ווי דאס איז מתאים מצד נקודת היהדות.

אבער צוזאמען דערמיט איז פארט נרגש,

אז אט דער אפלייג אין מוח וכו' קומט ניט פונעם שכל גופא 28 ,

נאר שטאמט פון אן אנדער כח וואס האט באווירקט זיין פארשטאנד.

ג)

אז די נקודת היהדות נעמט דורך זיין גאנצן מהות און זי ווערט זיין גאנצע מציאות; ובמילא ווערט אזוי,

אז דער שכל מצד עצמו איז מחייב און פארשטייט בהתאם מיט דער נקודה.

און אין דעם איז באשטאנען דער חילוק צווישן די דריי "מנינים" הנ"ל:

ביי יציאת מצרים,

האט ביי אידן מאיר געווען די אמונה פשוטה,

ביז דאס האט ביי זיי ארויסגערופן דעם "לכתך אחרי במדבר בארץ לא זרועה" *28

– דאס איז אבער ניט געווען פארבונדן מיט זייערע כחות פנימיים 29 .

פאר הקמת המשכן,

ווען דורך "ועשו לי מקדש" האט זיך געדארפט אויפטאן דער "ושכנתי בתוכם" 30

(אין זיי,

אין א פנימיות)

– איז געווען א צווייטער "מנין" 20

(און עס האט ניט מספיק געווען די "חיבה" וואס איז נתגלה געווארן דורכן מנין בצאתם ממצרים),

ווייל איצט האט די הודעת החיבה

(גילוי נקודת היהדות)

געמוזט זיין אין א פיל טיפערן אופן: עס זאל דורכנעמען און באווירקן אויך די כחות פנימיים – ושכנתי בתוכם – זיי זאלן זיין מוכשר צום גילוי פון "ושכנתי" אין זיי.

און דערנאך לאחר הקמת המשכן,

ווען אידן האבן שוין געטאן די עבודה אין משכן און זיי אליין זיינען דערמיט געווארן א "משכן" צום אויבערשטן,

(ניט בלויז מצד "ושכנתי" וואס איז געקומען מלמעלה,

נאר)

מצד זייער אייגעגער עבודה – דעמאלט איז געווען א דריטער "מנין": אז חיבתן של ישראל

(נקודת היהדות)

איז נתגלה געווארן אויך מצד די כחות פנימיים גופא,

כנ"ל.

ו.

דערמיט וועט אויך ווערן פארשטאנדיק,

וואס דער מנין שלאחרי הקמת המשכן איז געווען ערשט "

(באחד)

באייר",

און פארוואס אויך אהרן,

צוזאמעןמיט משה,

האט זיך דאן געדארפט באטייליקן אינעם ציילן פון אידן:

דער חילוק צווישן ניסן

(דער חודש הגאולה,

יציאת מצרים)

און אייר

(דער חודש פון ספירת העומר)

איז: ניסן איז המשכה מלמעלה למטה,

און אייר – העלאה מלמטה למעלה 31

; און על דרך זה איז אויך דער חילוק צווישן משה און אהרן,

אז משה איז "שושבינא דמלכא",

וואס איז ממשיך אלקות מלמעלה למטה,

און אהרן איז "שושבינא דמטרוניתא",

ער איז מעלה כנסת ישראל מלמטה למעלה 32 .

און היות אז דער "מנין"

(שלאחרי הקמת המשכן)

איז געווען בכדי צו אויפטאן דעם גילוי נקודת היהדות

(ניט בלויז מצד דער נקודה גופא,

בדרך מלמעלה למטה,

נאר)

אויך מצד די כחות פנימיים עצמם,

בדרך מלמטה למעלה – דעריבער האט דאס געדארפט דורכגעפירט ווערן דורך משה און אהרן צוזאמען; און דוקא "באחד לחדש השני",

ווען ס'איז שוין דא ניט בלויז 33

די המשכה מלמעלה,

נאר אויך די העלאת המטה.

ז.

און דאס איז אויך די שייכות צווישן פרשת במדבר – וואס איר אנהויב איז דער ציווי "שאו את ראש גו'"

[וואס יש לומר אז "שאו" איז אויך פון לשון נשואין]

– מיט

[ביום חתונתו זה]

מתן תורה:

ביי מתן תורה,

האבן זיך אויפגעטאן צוויי ענינים – "העליונים ירדו לתחתונים" און "התחתונים יעלו לעליונים" 34 .

איז אלס הכנה צו דעם יחוד פון אויבערשטן מיט אידן אין ביידע קוין 35

– די המשכה פון אור אין סוף אין כנסת ישראל און די העלאה פון כנסת ישראל צו אור אין סוף – לייענט מען אין דער תורה וועגן "מנין" וואס איז געווען "באחד לחדש השני"

(וואס קומט נאכן חודש הראשון,

און זיינע המשכות),

און וואס איז געווען דורך משה רבינו שושבינא דמלכא און אהרן שושבינא דמטרוניתא,

וואס דאס איז א הכנה צו דעם יחוד פון מתן תורה.

אז עס ווערט דורך אוריתא 36 ,

"ישראל 37

וקודשא בריך הוא כולא חד".

(משיחות ש״פ במדבר תשכ״ד־ה)

Reader controls and commentary are loading.