B"H
🏡

Ikar

בחוקותי ב

א.

אויפן פסוק ״ואולך אתכם קוממיות" 1

זאגט די גמרא 2

: "ר׳ מאיר אומר מאתים אמה כשתי קומות של אדם הראשון 3 .

ר׳ יהודה אומר,

מאה אמה כנגד היכל וכתליו שנאמר* 3

אשר בנינו כנטיעים מגודלים בנעוריהם בנותינו בזויות מחוטבות תבנית היכל".

לערנענדיק די גמרא אין פשטות קומט אויס,

אז דער מקור פון ר׳ מאיר׳ן צו לערנען "מאתים אמה כשתי קומות כו׳" איז פון דעם ווארט "קוממיות",

וואס איז

(מיט א וא״ו 4 )

א לשון רבים; אבער דער מקור פון ר׳ יהודה׳ן צו לערנען "מאה אמה" איז

[ ניט דער ווארט ״קוממיות״ — ווייל אדרבה: דער לשון ווייזט גאר כנ״ל,

אויף צוויי קומות — נאר]

דער פסוק "אשר בנינו גו׳ תבנית היכל",

און מצד דעם לערנט ער אז "קוממיות" מיינט בלויז איין קומה

(של אדה״ר 5 )

כאילו ווי עס וואלט געשטאנען "קוממית״

(אן א וא״ו).

און פאר דער ראי׳ "שנאמר כו׳" איז ר׳ יהודה מקדים "כנגד היכל וכתליו״ — ווייל דער היכל אליין

(אן די כתלים)

האט געהאלטן ווייניקער ווי מאה אמה,

דעריבער איז ער מוסיף "כנגד היכל וכתליו ",

אז דער פירוש פון "תבנית היכל" איז כללות ההיכל,

דער היכל מיט זיינע כתלים,

װאס צוזאמען איז עס געװען מאה אמה 6 .

עפ״ז איז אבער ניט מובן:

א)

וויבאלד אז ר״י איז חולק אויף ר׳ מאיר׳ן אין דעם פירוש פון ווארט "קוממיות",

אז דאס מיינט ניט "שתי קומות״ נאר ״קומה אחת״ — האט ער דאך צום ערשטן

(גלייך נאך די ווערטער "מאה אמה")

געדארפט זאגן זיין

(חידוש,

דעם)

פירוש "כקומה אחת של אדה״ר״ 7

און דערנאך ברענגען די ראי׳ צום פירוש פון פסוק "אשר בנינו גו׳ תבנית היכל".

פארוואס הויבט ער באלד אן "

(כנגד היכל וכתליו)

שנאמר כו"׳,

און נאכמער: ער זאגט אינגאנצן ניט זיין פירוש אין "קוממיות"?

ב)

פון דעם וואס

(א)

די ווערטער "כנגד היכל וכתליו" זאגט ר״י איידער ער ברענגט דעם פסוק "תבנית היכל",

און

(ב)

פון דעם לשון " כנגד היכל כו׳" איז מוכח,

אז "כנגד כו׳" איז

[ניט בלויז א פירוש אין "תבנית היכל" אז אין דעם ווערן אריינגערעכנט אויך די כתלים,

נאר ס׳איז]

א טעם אויף דעם וואס קומת האדם וועט זיין מאה אמה.

איז ניט מובן: די פלוגתא פון ר״מ מיט ר״י איז דאך לכאורה בלויז אין דעם וויפל קומות עב מיינט "קוממיות"

(איין קומה אדער צוויי),

אבער אויך לויט ר״י מיינט "קוממיות"

( ניט די קומה פון היכל 8 ,

נאר)

קומת אדה״ר,

היינט פארוואס זאגט ער "כנגד היכל וכתליו" און ניט "כקומת אדה״ר"?

ג)

די זעלבע קשיא איז אויך אין פסוק "אשר בנינו גו׳ תבנית היכל"; פארוואס פארגלייכט דוד המלך אין תהלים די קומה דלעתיד צו "תבנית היכל" בשעת די תורה פארגלייכט עס צו קומת אדה״ר?

ד)

אויך מצד הסברא: בשעת מען זוכט אן ענין צו וועלכן מדמה זיין דעם גובה פון "בנינו" און "בנותינו" לעתיד לבוא,

איז דאך לכאורה די פאסיקסטע זאך צו פארגלייכן עס צו דער קומה פון א מענטשן,

ובפרט — אדם הראשון,

וואס פון אים שטאמען אלע מענטשן — פארוואס זאגט דער פסוק "תבנית היכל" און ניט "קומת אדה״ר״ ?

ה)

דעם מקור פון דעת ר״מ צו לערנען "כשתי קומות של אדם הראשון " — כאטש "קוממיות"

(לשון רבים)

ווייזט בלויז אויף "שתי קומות",

אבער עס ווייזט ניט וועלכע קומות — איז מבאר דער מהרש״א 9 ,

אז דאס איז א דבר הפשוט,

וואס דארף ניט קיין הוכחה,

ווייל "הבריאה דאדם לעתיד ודאי לא תגרע מהבריאה דאדם הראשון שבעוה״ז".

ועפ״ז איז ניט מובן לדעת ר׳ יהודה: למה לי קרא סברא היא 10 ?

וואס איז דער חידוש אין די פסוקים "ואולך אתכם קוממיות" און "אשר בנינו גו׳ תבנית היכל",

וויבאלד אז מצד הסברא ווייס מען ודאי אז די קומה פון אן אדם לעתיד וועט ניט זיין קלענער פון מאה אמה 11 ?

ב.

דעם ביאור בכל זה וועט מען פארשטיין בהקדים וואס עס שטייט אין חסידות 12

אויפן פסוק "והתהלכתי בתוככם וגו׳״ 13 ,

אז "והתהלכתי" לשון רבים מיינט צוויי סארטן הילוך: הילוך מלמעלה למטה — אור ישר,

און הילוך מלמטה למעלה — אור חוזר.

וואס אט די צוויי אופני הילוך ווערן אויפגעטאן דורך עבודת הצדיקים און עבודת הבעלי תשובה: דורך דער עבודה פון צדיקים ווערט נמשך אלקות מלמעלה למטה,

און דורך עבודת התשובה ווערט די העלאה מלמטה למעלה.

און אזוי ווי יעדער סוג הילוך האט א מעלה לגבי דעם צװײטן 14

— אין דעם ענין פון "גילויים" איז אור ישר העכער,

אבער לאידך גיסא,

איז פאראן די מעלה פון "אור חוזר" אז דוקא דורך דעם נעמט מען עצמות — איז אויף דעם זאגט דער פסוק "והתהלכתי בתוככם",

אז לע״ל וועלן זיין ביידע מעלות.

ג.

אט דער עילוי פון "והתהלכתי" וואס איז כולל ביידע מעלות

(די מעלה פון אור ישר און די מעלה פון אור חוזר),

קען זיין אין צוויי אופנים:

איין אופן איז,

אז די התכללות פון די ביידע מעלות איז אין זעלבן מענטשן

— און אויך דער אופן איז

(א מעלה גדולה ביותר,

וואס דעריבער איז ער)

איינער פון די יעודים

(חידושים)

דלע״ל.

ווארום וויבאלד אז "אור ישר" און "אור חוזר" זיינען צוויי הפכים,

איז דעריבער ניט שייך

(איצטער)

אז דער זעלבער מענטש זאל זיין דורכגעדרונגען אין אלע 15

זיינע כחות פון צוויי הפכית׳דיקע תנועות.

און א צווייטער אופן איז,

אז די ביידע ענינים פון "אור ישר" און "אור חוזר" זיינען

(ניט בלויז אין זעלבן מענטשן,

נאר)

אין איין און דער זעלבער תנועה: די בירורים פון "אור חוזר" גופא וועלן זיין אין אן אופן פון גילוי בדרך אור ישר 16 .

ד.

און דאס איז די פלוגתא פון ר׳ מאיר מיט ר׳ יהודה,

צי אידן וועלן זיין דעמאלט "מאתים אמה" אדער "מאה אמה":

ביידע האלטן,

אז אלע עשר כחות הנפש

(און יעדער כח ווי ער איז בשלימות — כלול פון אלע צען כחות,

וואס דאס איז דער מספר פון "מאה")

וועלן זיין דורכגענומען סיי פון עבודת הצדיקים סיי פון עבודת התשובה — און ווי דער פירוש הפשוט פון "קוממיות"

(לשון רבים)

וואס ווייזט אויף צוויי קומות

(אויך לדעת ר׳ יהודה — וכדלקמן).

און זייער פלוגתא איז נאר צי די ביידע סוגי עבודה וועלן זיין אין צוויי באזונדערע ענינים,

אדער זיי וועלן נתאחד ווערן אין איין ענין:

ר׳ מאיר האלט,

אז זיי וועלן זיין צוויי תנועות.

און דעריבער לערנט ער אז דער מענטש

(אויך אין זיין גוף הגשמי)

וועט זיין " מאתים אמה כשתי קומות כו׳",

אז די צוויי ענינים

(אור ישר און אור חוזר)

וועלן זיין אין באזונדערע אמות: מאה אמה אור ישר און מאה אמה אור חוזר;

און ר״י האלט,

אז ביידע ענינים וועלן זיין אין איין תנועה,

און דעריבער האלט ער אז די ביידע קומות וועלן זיין אין די זעלבע מאה אמה 17 .

ה.

עפ״ז וועט מען אויך פארשטיין וואס ר״י זאגט דעם לשון " כנגד היכל וכתליו",

און וואס ער זאגט עס גלייך נאך די ווערטער "מאה אמה"

(פאר ״שנאמר כו׳״)

— ווייל דערמיט איז ער מבאר דעם טעם פון זיין שיטה אז ביידע קומות וועלן זיין אין די זעלבע מאה אמה:

"אדם"

(אפילו אדם הראשון)

ווייזט אויף אן ענין פון "ציור" וסדר,

ער באשטייט פון כמה דרגות 18 .

און אפילו ווי דער אדם וועט זיין לע״ל — העכער אויך פון אדם הראשון,

ביז אז ער וועט זיין " כשתי קומות של אדה"ר"

(אין אים וועלן זיין ביידע מעלות "אור ישר" און "אור חוזר"),

וויבאלד אבער אז "אדם" איז בחי׳ ציור — זיינען די צוויי קומות צוויי באזונדערע ענינים;

היינט אויב אזוי,

איז ווי וועלן דאס די צוויי קומות

(לדעת ר״י)

זיין איין ענין — מאה אמה?

אויף דעם זאגט ער ״כנגד היכל וכתליו״ — אז דאס איז מצד דעם וואס דאן וועט אין אן אידן זיין כנגד היכל וכתליו,

דאס וואס ס׳איז געווען אין "היכל וכתליו",

אן ענין וואס איז העכער פון בחי׳ "אדם".

און עפ״ז איז אויך פארשטאנדיק וואס אין תהלים פארגלייכט ער די מאה אמה דלעתיד צו "תבנית היכל" — כאטש אין תורה שטייט "ואולך אתכם קוממיות ",

וואס מיינט קומת אדה״ר — ווייל דער פסוק "ואולך אתכם קוממיות" דערציילט אז לעתיד וועט זיין ביי יעדן אידן צוויי קומות

(ברוחניות — ניט רעדנדיק ווי דאס וועט זיין בגשמיות)

; און אין פסוק "אשר בנינו גו׳ מחוטבות תבנית היכל" איז ער

( מוסיף ו)

מחדש,

אז די צוויי קומות וועלן זיין אין די זעלבע מאה אמה — און דער ענין איז שייך צו "תבנית היכל",

אין ביהמ״ק זיינען געווען די צוויי ענינים פון אור ישר און אור חוזר צוזאמען,

כדלקמן.

ו.

אין ביהמ״ק זיינען געווען בכללות — צוויי זאכן: "ועשו לי מקדש" — עבודה מצד דעם מטה ,

און "ושכנתי בתוכם״ — המשכה מלמעלה .

און די צוויי זאכן זיינען געווען איין ענין,

און ווי מ׳האט עס געזען אייר בגלוי אין "מקום 19

( מדת )

הארון אינו מן המדה״ 20

; דער "ועשו לי מקדש",

עבודה פון מטה,

ער גופא איז געווען אין דעם אופן פון "ושכנתי בתוכם״ — המשכה מלמעלה.

און מצד דער בחינה פון "מקדש" וואס איז דא ,

׳בתוך כל אחד ואחד מישראל" 21 ,

וועלן אויך ביי אידן זיין די ביידע קומות אין איין תנועה — מאה אמה.

און דאס איז אויך וואס ר״י איז מדגיש ״כנגד היכל וכתליו ״ — ווייל דער ענין הנ״ל

(אז המשכה מלמעלה און העלאה מלמטה זיינען אין ביהמ״ק געווען איין ענין)

דריקט זיך אויס אין "היכל וכתליו": די כתלים פון היכל האבן גענוצט צו מפסיק זיין און פאנאנדערטיילן צווישן איין ענין מיט א צווייטן,

און זיי גופא זיינען געווען א טייל פון דעם "היכל" וואס ענינו איז אחדות .

ז.

ע״פ כל הנ״ל קען מען אויך מבאר זיין

(בדרך אפשר)

די שייכות פון די צוויי שיטות "מאתים אמה" און ״מאה אמה״ — צו ר׳ מאיר און ר׳ יהודה:

דער ענין פון "מאה אמה"

[אז די צוויי בחינות — המשכה מלמעלה

( אור )

און העלאה מלמטה

( כלי )

— זיינען איין ענין]

קען זיין בלויז מצד עצמות: מצד דער מדריגה פון "אור",

הגם אז אויך אין אים איז פאראן ניט נאר די שלימות פון בלי גבול

(אור),

נאר אויך די שלימות פון גבול

(כלי) 22

— איז אבער דער בל״ג מיטן גבול צוויי קווין; דוקא עצמות,

וואס ער איז מושלל פון אלע תוארים — "שלילת הגבול ושלילת הבל״ג" 23 ,

לגבי אים זיינען גבול און בל״ג איין ענין 24 .

און דערפאר האלט ר׳ מאיר "מאתים אמה" און ר׳ יהודה "מאה אמה":

ר׳ מאיר איז ענינו

(און פון לשון)

אור 25 ,

און וויבאלד אז מצד "אור" זיינען המשכה

(אור)

און העלאה

(כלים)

צוויי ענינים,

דעריבער האלט ער ״ מאתים אמה״ — צוויי באזונדערע קומות: משא״כ ר׳ יהודה איז מלשון הודאה 26 ,

און וויבאלד אז דורך הודאה נעמט מען עצמות 27 ,

דעריבער 28

האלט ער ״מאה אמה״ — עס ווערט איין ענין.

(משיחת ש״פ בהו״ב תשכ״ד)

Reader controls and commentary are loading.