א.
אין פסוק "והשבתי חי׳ רעה מן הארץ" 1
ברענגט דער תורת כהנים א פלוגתא צווישן ר׳ יהודה און ר׳ שמעון: "ר״י אומר מעבירם מן העולם.
ר״ש אומר משביתן שלא יזוקו".
דערנאך ברענגט דער תו״כ א ראי׳ צו דעת ר״ש: "וכן הוא אומר 2
מזמור שיר ליום השבת — למשבית מזיקין מן העולם,
משביתן שלא יזיקו.
וכן הוא אומר 3
וגר זאב עם כבש ..
ונער קטן נוהג בם ..
ושעשע יונק על חור פתן ..
מלמד שתנוק מישראל עתיד להושיט את ידו לתוך גלגל עינו של צפעוני כו׳".
איז אין דעם ניט מובן:
א)
וואס איז די ראי׳ פון פסוק "מזמור שיר ליום השבת" אז "משבית מזיקין״
(וואס װעט זיין לעתיד)
מיינט "שלא יזיקו"?
דער ווארט "השבת" איז דאך פון לשון "שביתה" פונקט ווי דער ווארט "והשבתי".
איז וואס איז "ליום השבת" מער הוכחה אז עס מיינט "שלא יזיקו" ווי "והשבתי חי' רעה": כשם ווי "והשבתי" טייטשט ר״י אז דאס מיינט "מעבירם מן העולם",
קען ער דאך אזוי אויך לערנען אין פסוק "ליום השבת"?
ב)
לאידך גיסא: אין פסוק "וגר זאב עם כבש וגו"׳ איז דאך מפורש אז אויך לעתיד וועלן זיין די אלע חיות המזיקות — זאב,
דוב,
ארי׳ און נחש; עס איז מער ניט וואס "לא ירעו ולא ישחיתו" 4 .
היינט ווי קען גאר ר״י לערנען ״מעבירם מן העולם״ 5 ?
ב.
דער טעם פון ר״י וואס ער לערנט אז "והשבתי חי׳ רעה" מיינט "מעבירם מן העולם",
איז מבאר דער ראגאטשאווער 6 ,
אז ר״י גייט לשיטתי׳ אין דעם דין פון ביעור חמץ:
אין דעם אופן ווי מען דארף חמץ מבער זיין,
איז פאראן א מחלוקת פון ר״י מיט די חכמים 7
: "ר״י אומר אין ביעור חמץ אלא שריפה.
וחכמים אומרים אף מפרר וזורה לרוח או מטיל לים".
אין וואס באשטייט זייער פלוגתא?
בשעת מען ווארפט אריין דעם חמץ אין ים
(און אפילו ווען מען איז אים "זורה לרוח",
ווערט בטל בלויז דער חיבור פון זיינע חלקים וכו׳ אבער עס)
בלייבט די מציאות החמץ כמו שהי׳.
און וויבאלד אז ביי חמץ שטייט 8
" תשביתו שאור מבתיכם",
האלט ר׳ יהודה אז דורך צעברעקלען דעם חמץ און אים פארשפרייטן אין ווינט אדער דורך אריינווארפן אים אין ים איז מען ניט מקיים די מצוה "תשביתו".
ווייל לויט ר״י איז דער פירוש פון ״שביתה״ — ביטול המציאות.
און דעריבער האלט ער "אין ביעור חמץ אלא שריפה״ — ווייל דוקא דורך פארברענען דעם חמץ ווערט נתבטל זיין מציאות
(והגם אז אויך נאכן פארברענען בלייבט דערפון איבער אפר — איז אבער אפר א נייע מציאות* 8 .
די פריערדיקע מציאות איז ניטא).
די חכמים
(ובכללם ר״ש)
האלטן אבער,
אז אויך דער ביטול הצורה והאיכות — אין ברייטן זין פון צורה ואיכות ,
כולל אויך די אפשריות פון אכילה
(והנאה בכלל),
דער גדר פון ״יראה לך״ 9
וכיו״ב — ווערט אנגערופן "שביתה",
און דערפאר האלטן זיי אז אויך דורך "מפרר וזורה לרוח או מטיל לים" איז מען מקיים מצות "תשביתו"* 9 .
און דאס,
זאגט דער ראגאטשאווער,
איז אויך דער טעם הפלוגתא פון ר״י ור״ש אין דעם פירוש פון "והשבתי חי׳ רעה מן הארץ": בעת א חי׳ רעה הערט אויף צו מזיק זיין,
ווערט נתבטל בלויז איר צורה,
אבער איר מציאות פארבלייבט ווי פריער,
[אפילו אויב די טבע אין א חי׳ רעה צו מזיק זיין וואלט געווען אין איר גלייך מתחילת הבריאה,
וואלט אויך געווען פארשטאנדיק וואס דער ביטול פון דער דאזיקער טבע הייסט בלויז ביטול הצורה 10
; עאכו״כ,
אז בששת ימי בראשית האבן די חיות ניט מזיק געווען,
און די טבע להזיק איז אין זיי צוגעקומען ערשט לאחרי חטא עץ הדעת 11
— איז דאך אוודאי פארשטאנדיק אז אט־די טבע איז בלויז א צורה חיצונית,
און דורכן ביטול פון דער דאזיקער טבע ווערט ניט נתבטל די מציאות פון דער חי׳].
איז ר׳ יהודה,
וואס ער לערנט אז "שביתה" מיינט דער ביטול פון דער מציאות,
מוז האלטן אז "והשבתי חי׳ רעה גו׳" מיינט "מעבירם מן העולם".
אבער ר״ש,
וואס לדעתו קען אויך דער ביטול הצורה הייסן "שביתה" לערנט ער "משביתן שלא יזיקו",
ווארום אויך דאס הייסט " והשבתי ".
ג.
דעם לשון שביתה געפינט מען אויך ביי שבת — "וביום השביעי תשבות " 12 .
זעט מען טאקע,
אז אויך בנוגע איסור מלאכה בשבת
(וואס איז פארבונדן אויך מיט "וביום השביעי תשבות" 13 )
איז דא א פלוגתא פון ר״י ור״ש,
אין צוויי ענינים:
א)
בנוגע צו "מלאכה שאינה צריכה לגופה"
[ד.
ה.
ווען איינער טוט א מלאכה בכוונה,
אבער זיין טעם אויף דעם איז צוליב אן אנדער זאך.
ווי צום ביישפיל,
"המכבה את הנר מפני שהוא מתיירא מן הנכרים כו׳" אדער "מפני החולה שיישן",
וואס זיין טעם ביים כיבוי איז ניט אין דעם נר גופא,
ווייל צריך לפחם,
נאר צוליב אן אנדער זאך 14 ],
האלט ר״י אז ער איז חייב און ר״ש האלט אז ער איז פטור 15 .
ב)
בנוגע צו "דבר שאינו מתכוון"
[דאס הייסט,
א מלאכה אן כוונה.
ווי למשל ווען איינער גיסט אריין קאלטע וואסער אין א הייסער כלי מתכות צוליב אנווארעמען די וואסער,
איז כאטש אז דורך דעם איז ער מחזק די כלי,
וואס דאס איז "גמר מלאכת הצורפין",
איז ער אבער כלל ניט מכוון צו דער מלאכה],
האלט ר״י אז דאס איז אסור און ר״ש האלט אז ס׳איז מותר 16 .
דער ביאור אין זייערע פלוגתות: ביי שבת איז "מלאכת מחשבת אסרה תורה״ 17 ,
און בשעת עס פעלט די מחשבה
[לא מיבעי ביי "דבר שאינו מתכוון" וואס דאן האט ער כלל ניט בכוונה צו טאן די מלאכה,
נאר אפילו ביי "מלאכה שאינה צריכה לגופה",
וויבאלד אז זיין טעם ומחשבה איז צוליב א צווייטער זאך,
הייסט עס דאך אז לגבי דער מלאכה פעלט מחשבה],
איז נתבטל געווארן צורת המלאכה.
און היות אז ביי שבת שטייט "וביום השביעי תשבות ",
אז עס דארף זיין שביתה פון מלאכה,
איז ר״י,
וואס לערנט אז שביתה איז דוקא ווען די גאנצע מציאות ווערט בטל,
האלט ער אז אויך ווען מען טוט א מלאכה שאינה צריכה לגופה און אפילו א דבר שאינו מתכוון — איז מען ניט מקיים דעם "תשבות",
ווייל דער עצם המלאכה איז פאראן אויך בעת עס פעלט די כוונה; אבער ר״ש,
וואס האלט אז אויך ביטול הצורה ווערט אנגערופן שביתה,
האלט ער 18
אז אויך מלאכה שאינה צריכה לגופה און דבר שאינו מתכוון — וויבאלד אז ס׳איז דערביי ניטא די צורת המלאכה,
גייט עס שוין אריין אין כלל פון "תשבות" 19 .
ד.
וויבאלד אז דער פירוש פון ״שביתה״
(לדעת ר״י)
איז — דער ביטול פון דעם עצם המציאות,
קומט דאך אויס אז אין פסוק " והשבתי חי׳ רעה מן הארץ" שטייט בפירוש אז לעתיד לבוא וועט נתבטל ווערן די מציאות פון חיות רעות.
און דעריבער קען ער ניט לערנען "משביתן שלא יזיקו"
(טראץ דעם וואט עס שטייט "וגר זאב עם כבש גו׳")
און מוז לערנען "מעבירם מן העולם".
און דאס וואס אין פסוק שטייט פארט בפירוש ״וגר זאב עם כבש גו׳״ — אז עס וועלן יע זיין חיות רעות לע״ל
(נאר זיי וועלן ניט מזיק זיין),
מוז מען לערנען
(לדעת ר״י)
אז די צוויי פסוקים ריידן וועגן צוויי באזונדערע זמנים: פריער וועט זיין "וגר זאב עם כבש גו'",
און דערנאך וועט זיין א העכערער עילוי,
אז עס וועט נתבטל ווערן די מציאות החיות רעות לגמרי - מעבירם מן העולם* 19 .
ה.
ע״פ הנ״ל וועט מען אויך פארשטיין די ראי׳ וואס דער תו״כ ברענגט צו דעת ר״ש פון פסוק מזמור שיר ליום השבת:
אין סוף מס' תמיד רעכנט ער אויס "השיר שהיו הלוים אומרים במקדש" אין יעדער טאג פון די ימי השבוע: "ביום הראשון היו אומרים לה׳ הארץ ומלואה תבל ויושבי בה.
בשני היו אומרים גדול ה׳ ומהולל מאד וכו׳ בשבת היו אומרים מזמור שיר ליום השבת".
און ער איז מפרש "מזמור שיר לעתיד לבא ליום שכולו שבת ומנוחה 20
לחיי העולמים".
אזוי שטייט אין דער משנה.
אבער אין ברייתא 21
איז דא א פלוגתא וועגן דעם: "ר׳ יהודה אומר משום ר׳ עקיבא ..
בשביעי היו אומרים מזמור שיר ליום השבת,
ליום שכולו שבת.
אמר ר׳ נחמי׳ מה ראו חכמים לחלק בין הפרקים הללו"
(טייטשט רש״י "שכל ששת ימים נאמרין הפרקים הללו על שם שעבר ושל שבת על שם להבא"),
און דערפאר לערנט ר״נ "בשביעי על שם ששבת",
אז אויך ביום השבת האט מען געזאגט על שם שעבר — ווייל דער פירוש פון "מזמור שיר ליום השבת" איז
( ניט "ליום שכולו שבת" וואס וועט זיין לע״ל,
נאר)
על שם ששבת,
וואס דער אויבערשטער האט שובת געווען בשבת בראשית.
דערנאך זאגט די גמרא "וקמיפלגי בדרב קטינא,
דאמר רב קטינא שית אלפי שני הוה עלמא וחד חרוב* 21 ..
אביי אמר תרי חרוב״ — אז די מחלוקת פון
(ר״י משום)
ר״ע און ר״נ איז תלוי אין דער פלוגתא פון רב קטינא מיט אביי: לויט דעת רב קטינא אז לע״ל וועט זיין " חד חרוב",
קען מען לערנען אז "מזמור שיר ליום השבת" מיינט "ליום שכולו שבת".
משא״כ לדעת אביי,
אז עס וועט זיין " תרי חרוב",
קען מען ניט זאגן אז "מזמור שיר ליום השבת" גייט אויף לע״ל,
ווארום "ליום השבת" איז דאך א לשון יחיד און לע״ל וועט זיין " תרי חרוב".
ולפ״ז דארף מען זאגן אז ״ליום השבת ״ מיינט — "על שם ששבת".
איז דא ניט מובן: ר״נ אליין זאגט דאך בפירוש אז זיין טעם מצד וואס ער איז חולק אויף
(ר״י משום)
ר״ע איז ווייל "מה ראו חכמים לחלק בין הפרקים הללו".
היינט ווי זאגט די גמרא אן אנדער טעם ?
די קשיא איז נאך גרעסער: פון דברי ר״נ "מה ראו חכמים לחלק" איז דאך לכאורה מובן,
אז אפילו אויב מען זאל אננעמען ווי רב קטינא,
אז עס וועט זיין ״ חד חרוב״,
דארף ער אויך זאגן ״על שם ששבת״.
היינט ווי זאגט די גמרא "וקמיפלגי בדרב קטינא כו׳",
אז דער טעם פון ר״נ איז ווייל ער האלט ווי אביי,
אבער ווען ער וואלט געהאלטן ווי רב קטינא — וואלט ער יע מודה געווען לדעת
(ר״י משום)
ר״ע אין פירוש פון ״ליום שכולו שבת״?
מוז מען זאגן,
אז מיט "וקמיפלגי בדרב קטינא כו׳" מיינט די גמרא
( ניט צו זאגן אן אנדער טעם אויף דער פלוגתא פון ר״ע און ר״נ,
נאר)
צו מבאר זיין די סברות פון ר״ע און ר״נ וואס שטייט אין דער ברייתא: אז דאס וואס ר״נ איז מכריח מצד דער קשיא "מה ראו חכמים לחלק כו׳" אז מזמור שיר ליום השבת מיינט ניט ליום שכולו שבת און
(ר״י משום)
ר״ע האלט ניט פון דער קשיא,
איז עס ווייל ר״ע האלט חד חרוב און ר״נ האלט תרי חרוב.
ו.
וועט מען עס פארשטיין בהקדים הידוע 25 ,
אז יעדער אלף שנה פון די "שית אלפי שני דהוה עלמא",
איז א באזונדער הנהגה.
און הגם אז די גמרא 23
טיילט די שית אלפי שני אין דריי סוגים — שני אלפים תהו,
שני אלפים תורה און שני אלפים ימות המשיח — איז דאס בכללות.
אבער בפרטיות,
איז יעדער אלף שנה
(אויך אין יעדער איינע פון די שני אלפים גופא — תהו,
תורה און ימות המשיח 24 )
אנדערש פון דעם צווייטן אלף שנה.
וואס פון דעם איז מובן אויך בנוגע צו די "תרי חרוב"
(לדעת אביי),
אז כאטש אין ביידע אלפים וועט זיין "חרוב",
איז אבער דער אלף השביעי ניט גלייך צום אלף השמיני.
ועפ״ז יש לומר,
אז רב קטינא און אביי זיינען מחולק לויט די צוויי דיעות פון ר״י ור״ש
(אין תו״כ)
: לויט דעת ר״ש אז דער פירוש פון "והשבתי חי׳ רעה מן הארץ" איז "משביתן שלא יזיקו״ — און דאס איז די איינציקע שביתה וואס וועט זיין לע״ל
(אז שטענדיק 25
וועט זיין די מציאות פון חיות רעות און זיי וועלן ניט מזיק זיין),
איז מסתבר אז עס וועט זיין בלויז ״ חד חרוב״; משא״כ לדעת ר״י אז עס זיינען דא צוויי תקופות כנ״ל — פריער וועט זיין "וגר זאב עם כבש"
(עס וועלן זיין חיות רעות,
נאר לא יזיקו)
און דערנאך "מעבירם מן העולם",
האט אן ארט צו זאגן ואדרבא עס איז מסתבר 26
— אז עס וועט זיין תרי חרוב: אין ערשטן אלף וועט זיין דער חרוב פון דער צורה,
זיי וועלן זיין אבער זיי וועלן ניט מזיק זיין,
און אין צווייטן אלף "מעבירם מן העולם" 27 .
ז.
עפ״ז װעט מען אויך פארשטײן וואס די קשיא "מה ראו חכמים לחלק בין הפרקים הללו" איז דוקא אויב מען וועט לערנען " תרי חרוב":
כאמור לעיל
(סעיף ב׳),
איז קודם חטא עה״ד האבן די חיות ניט מזיק געווען.
וואס פון דעם איז מובן,
אז אויך בשבת בראשית — כאטש ס׳איז שוין געווען לאחרי החטא,
וויבאלד אבער אז דער חטא האט דאן נאך ניט געהאט קיין ווירקונג בפועל אין וועלט — וכמרז״ל 28
אע״פ שנתקללו המאורות מערב שבת אבל לא לקו עד מוצאי שבת",
האבן אויך די חיות דאן נאך ניט מזיק געווען.
ובמילא קומט אויס,
אז די שביתה "שלא יזיקו" לע״ל ליום שכולו שבת,
איז ניט קיין נייער ענין וואס וועט זיך ערשט אויפטאן לע״ל,
ווארום אויך בעבר,
בשבת בראשית איז אזוי געווען,
כנ״ל.
משא״כ די שביתה "מעבירם מן העולם״ — איז א נייער ענין לגמרי ,
וואס דאס וועט זיך ערשט אויפטאן לעתיד .
ועפ״ז איז מובן וואס די גמרא זאגט ״וקמיפלגי בדרב קטינא כו'״:
לדעת רב קטינא אז עס וועט זיין בלויז ״ חד חרוב״,
הײסט עס דאך אז "ליום השבת" מיינט "משביתן שלא יזיקו",
קען מען דעריבער ניט פרעגן "מה ראו חכמים לחלק כו׳"
(וואס דער שיר פון די ששת ימים איז "על שם שעבר״ און פון שבת — "על שם להבא״)
— ווייל דער ענין "משביתן שלא יזיקו" וואס וועט זיין לעתיד איז אויך געווען בעבר,
בשבת בראשית 29
;
משא״כ לדעת אביי אז " תרי חרוב",
הייסט עס דאך אז ער נעמט אן כדעת ר״י "מעבירם מן העולם",
ווערט במילא א קשיא ״מה ראו חכמים לחלק״ * 29
— היות אז דער ענין פון "מעבירם מן העולם" איז לגמרי א נייער ענין,
וואס איז פארבונדן בלויז מיט "להבא" און האט קיין שייכות ניט מיט "
(על שם ש)
עבר" 30 .
ח.
ע״פ הנ״ל וועט אויך ווערן פארשטאנדיק וואס דער תו״כ ברענגט א ראי׳ פון פסוק "מזמור שיר ליום השבת" צו דעת ר״ש אז "משביתן שלא יזיקו":
וויבאלד אז פון פסוק "מזמור שיר ליום השבת" איז מוכח
(לויטן פירוש אז עס גייט אויף לע״ל)
כדעת רב קטינא,
אז עס וועט זיין "חד חרוב" — און די פלוגתא פון רב קטינא ואביי איז דאך תלוי,
כנ״ל,
אין דער פלוגתא פון ר״י ור״ש — קומט דאך במילא אויס,
אז פון דעם פסוק "מזמור שיר ליום השבת"
(פון וועלכן ס׳איז מוכח אז דער "חרוב" וועט זיין אין איין אלף שנה),
איז פון אים אויך מוכח אז ״משביתן שלא יזיקו״ 31 .
ט.
שוין גערעדט פיל מאל,
אז יעדער סדרה האט א שייכות צו דעם זמן אין וועלכן מען לייענט זי 32 .
ועפ״ז מובן,
אז דער פסוק "והשבתי חי׳ רעה מן הארץ",
וואס שטייט אין פ׳ בחוקותי וועלכע מען לייענט אלע מאל בימי הספירה
(וקרוב לסיומם — חה״ש)
האט א שייכות צום ענין פון מ״ת 33
— ווען עס ווערן נשלם די ימי הספירה — "תספרו חמישים יום".
וועט מען עס פארשטיין ע״פ הידוע 34
אין דעם ענין פון חמץ
(וואס אויך ביי חמץ שטייט דאך " תשביתו שאור מבתיכם״ 8
— וואס דאס איז בדוגמת " והשבתי חי׳ רעה מן הארץ" — וכנ״ל),
אז בפסח איז חמץ אסור ,
און בשבועות — איז ניט נאר וואס חמץ איז מותר,
נאר אדרבה,
ביי די שתי הלחם וואס מען איז מקריב שבועות דארף זיין דוקא " חמץ תאפינה".
איז ידוע אין דעם דער ביאור,
אז ״חמץ״ װײזט אויף הגבהה והתנשאות,
וואס דערפון קומען ארויס כל המיני רע.
און דערפאר,
איז בפסח — ווען מען האלט ערשט ביי "יציאת מצרים",
מוז מען "אנטלויפן" פון "חמץ",
ביז אז "לא יראה" 35
און ״לא ימצא״ 36 .
משא״כ בשבועות וואס קומט לאחרי העבודה פון ספירת העומר — ווען מען איז מברר אלע זיבן מדות פון נפש הבהמית,
דאן איז ניט נאר וואס דער חמץ איז קיין סתירה ניט צו עבודת ה׳,
נאר אדרבה: מען מאכט נאך פון אים אויף א מצוה .
וע״ד : ויגבה לבו בדרכי ה׳ 37 .
און וויבאלד אז לאחרי ספירת העומר שטייט מען אין אזא מצב וואס מען קען מאכן פון דעם חמץ א מצוה,
במילא דארף מען פון אים מאכן א מצוה.
ווייל דער תכלית העילוי איז "אתהפכא חשוכא לנהורא",
אז דעם חשך גופא זאל מען מהפך זיין צו אור.
און דערפאר איז בשבועות — דארף זיין "חמץ תאפינה".
און דאס איז אויך די שייכות 38
פון די ימי הספירה צו "והשבתי חי׳ רעה מן הארץ" לדעת ר״ש
(וואס הלכה כמותו,
כדלקמן סעיף יו״ד)
"משביתן שלא יזיקו״ — ווייל אין "משביתן שלא יזיקו" דריקט זיך אויס דער גודל העילוי פון "אתהפכא חשוכא לנהורא".
און ווי ער זאגט אין תו״כ ״אמר ר״ש,
אימתי הוא שבחו של מקום בזמן שאין מזיקין או בזמן שיש מזיקין ואין מזיקים״ — אז דער תכלית העילוי והשבח איז
( ניט דער ביטול פון די "מזיקים",
נאר)
אז די מזיקים גופא וועלן נתהפך ווערן לטוב.
י.
אין דער פלוגתא פון רב קטינא און אביי
(צי עס וועט זיין "חד חרוב" אדער ״תרי חרוב״),
זאגט די גמרא 23
"תניא כוותי׳ דרב קטינא כו'".
וואס פון דעם איז משמע 39
אז די הלכה איז ווי רב קטינא אז עס וועט זיין חד חרוב.
און וויבאלד אז די פלוגתא פון רב קטינא מיט אביי איז תלוי אין דער מחלוקת פון ר״י און ר״ש
(כנ״ל סעיף ז׳),
קומט דאך במילא אויס אז די הלכה איז ווי ר״ש "משביתן שלא יזיקו".
וואס פון דעם איז פארשטאנדיק אויך בנוגע צו עבודת האדם איצטער — וואס אלע גילויים דלעתיד זיינען תלוי במעשינו ועבודתנו עכשיו 40
און עס דארף דאך זיין אתערותא דלתתא מעין אתערותא דלעילא - אז דער עיקר ושלימות העבודה דארף זיין
( ניט אין ״אנטלויפן״ און אפזונדערן זיך פון וועלט - עולם לשון העלם 41
— נאר,
(לאחרי הכנה)
— מאכן די וועלט גופא,
וואס זי איז דאך מלא קליפות וסט״א 42
— פאר א דירה לו ית׳ 43 .
און דורך דעם וועט מען זוכה זיין צום קיום היעוד "והשבתי חי׳ רעה מן הארץ",
צום "יום שכולו שבת ומנוחה לחיי העולמים".
(משיחות י״ט כסלו וש״פ וישב תש״ל)