B"H
🏡

Ikar

אמור ג

א.

אין סיום הסדרה

(אין פסוק "וידבר משה גו׳ ויוציאו את המקלל גו׳ וירגמו אותו אבן ובני ישראל עשו כאשר צוה ה׳ את משה"),

שטעלט זיך רש״י אויף "ובני ישראל עשו" און זאגט: "כל המצוה האמורה בסקילה במקום אחר דחי׳ רגימה ותלי'".

לערנענדיק בהשקפה ראשונה קומט אוים,

אז רש״י׳ן איז שווער אין "ובני ישראל עשו"

(וואס צוליב דעם דארף ער מפרש זיין ״כל המצוה כו׳״)

: דער פסוק זאגט דאך שוין "וירגמו אותו אבן",

היינט וואס איז ער מוסיף מיט ״ובנ״י עשו״ 1 ?

און אויף דעם ענט־ פערט ער,

אז מיט די ווערטער מיינט דער פסוק דערציילן,

אז זיי האבן

(ניט בלויז רוגם געווען,

נאר אויך)

געטאן די אנדערע מצות וועלכע שטייען ביי סקילה: "דחי"׳

(וואס רש״י זאגט שוין אין א פריערדיקער סדרה 2

"מכאן לנסקלין שהם נדחין כו'")

און "תלי"׳

(וואס רש״י זאגט אין א ווייטערדיקער סדרה 3

"כל הנסקלין נתלין").

עפי״ז איז אבער שווער: וויבאלד אז רש״י איז מפרש דאס וואס די ווערטער "ובנ״י עשו" זיינען מוסיף אויף "וירגמו אותו אבן",

האט ער דאך געדארפט זאגן בלויז דחי׳ און תלי׳ אבער ניט רגימה — רגימה דארף דאך לכאורה ניט אריינגיין אין "ובנ״י עשו",

וויבאלד עס שטייט שוין פריער בפירוש "וירגמו אותו אבן"?

די קשיא איז נאך שטארקער: רש״י׳ס פי׳ אז "ובני ישראל עשו" מיינט די אנדערע מצות האמורות בסקילה,

איז

(לכאורה)

גענומען פון תו״כ.

און דארט,

רעכנט ער אויס אלע ענינים וועלכע דארפן זיין ביים עונש סקילה — סמיכה,

דחי׳,

תלי׳ און "לא תלין נבלתו על העץ״ 4

— אבער דגימה ווערט דארטן 5

טאקע ניט דער־ מאנט.

פארוואס איז רש״י משנה און איז מוסיף אויך רגימה?

ב.

כשם ווי ס׳איז ניט מובן פאר־ וואס רש״י איז מוסיף רגימה,

אזוי איז אויך שווער; פארוואס איז ער משמיט סמיכה און לא תלין?

בנוגע סמיכה קען מען פארענטפערן,

אז רש״י רעכנט אויס נאר "המצוה האמורה בסקילה במקום אחר ",

און דערפאר דערמאנט ער ניט סמיכה,

ווייל דאס שטייט פריער אין דער פרשה גופא " "וסמכו כל השומעים את ידיהם על ראשו" 7 .

אבער פארוואס איז ער משמיט "לא תלין נבלתו על העץ״?

לכאורה וואלט מען געקענט זאגן,

אז וויבאלד ביים פסוק "לא תלין גו׳" שטייט "ולא תטמא את אדמתך גו"׳,

איז דער דין

(ע״פ דרך הפשט)

בלויז אין ארץ־ישראל.

ובמילא,

וויבאלד די מעשה מיטן מקלל פון דער פרשה איז געווען אין מדבר און ניט אין ארץ־ ישראל,

איז דערפאר רש״י דא משמיט דעם "לא תלין".

מען קען אבער אזוי ניט לערנען,

ווארום דער טעם פון "לא תלין גו'" איז

( ניט "ולא תטמא את אדמתך גו'",

נאר)

כמפורש אין פסוק

( פאר דעם )

" כי קללת אלקים תלוי",

און ווי רש״י איז דארט מפרש "זלזולו של מלך הוא כו'".

און לויט דעם איז דאך פאר־ שטאנדיק,

אז דער דין "לא תלין גו'" איז אויך אין אנדערע ערטער

(ניט נאר אין א״י) 8 .

היינט פארוואס איז עס רש״י משמיט אין אונזער פרשה?

ג.

נוסף צו די שוועריקייטן בנוגע די פרטים וואס רש״י רעכנט אויס אין "כל המצוה האמורה בסקילה כו׳",

איז אויך ניט מובן דער כללות הפירוש זיינער:

פריער אין דער פרשה" שטייט אז דער אויבערשטער האט געזאגט משה׳ן מען זאל טאן מיטן מקלל דריי זאכן: א)

"הוצא גו׳ אל מחוץ למחנה".

ב)

"וסמכו גו׳ את ידיהם על ראשו".

ג)

"ורגמו אותו גו'".

אבער אין סיום הפרשה,

וואו עס ווערט דערציילט וועגן דעם קיום הציווי,

שטייען בפירוש נאר צוויי זאכן: "ויוציאו את המקלל אל מחוץ למחנה" און "וירגמו אותו אבן".

אבער "ויסמכו את ידיהם" ווערט ביים קיום הציווי ניט דערמאנט.

איז ניט פארשטאנדיק,

וואס איז רש״י׳ן מכריח צו לערנען אז מיט "ובנ״י עשו כאשר צוה ה׳ את משה" מיינט דער פסוק "כל המצוה האמורה בסקילה במקום אחר "

(ניט ווי ברוב המקומות 9

וואס "כאשר צוה ה"׳ מיינט דעם ציווי פון דער באטרעפנדער פרשה גופא)?

לכאורה האט מען גע־ דארפט זאגן,

אז מיט "ובנ״י עשו גו׳" מיינט דער פסוק,

אז זיי האבן סומך געווען את ידיהם על ראשו!

די קשיא איז נאך שטארקער: לויט פרש״י אז "ובני ישראל עשו" מיינט די ציוויים וועלכע שטייען במקום אחר ,

קומט דאך אויס,

אז דער פסוק דער־ ציילט וועגן דעם קיום הציווי פון "הוצא את המקלל"; "ורגמו אותו"; און אויך "כל המצוה כו׳ במקום אחר"

(דחי׳

(רגימה)

און תלי׳),

אבער וועגן דעם קיום הציווי "וסמכו גו'" שב־ פרשתנו ווערט אין דעם גאנצן פסוק כלל ניט דערמאנט — אפילו ניט ברמז !

ד.

ווי שוין גערעדט פיל מאל,

זיי-נען אין פרש״י מדוייק ניט נאר די ווערטער פון זיין פי׳,

נאר אויך די ווערטער פון פסוק וואם ער איז מעתיק

(פאר דעם פירוש).

איז ניט מובן: דעם פי׳ "כל המצוה כו'" נעמט דאך רש״י פון די ווער־ טער "כאשר צוה גו"׳,

איז פארוואס איז ער מעתיק בלויז "ובני ישראל עשו" און ניט די ווערטער "כאשר צוה" 10 ,

און

(נאך מער:)

ער איז זיי אפילו ניט מרמז דורך צושרייבן "וגו'"?

אויך איז ניט מובן: רש״י איז דאך דא מפרש דעם ווארט ״עשו״ — וואם די אידן האבן געטאן אויסער "ויוציאו" און "וירגמו".

פארוואס דארף ער מעתיק זיין אויך "ובני ישראל"?

ה.

איז דער ביאור בכל הנ״ל:

די קשיא וואס רש״י׳ן ארט דא איז

( ניט נאר 11

וואס האבן זיי געטאן נוסף צו "ויוציאו" און "וירגמו",

נאר אויך 11 )

דער לשון " ובני ישראל עשו": אויך "ויוציאו" און "וירגמו" האבן דאך גע-טאן די אידן,

פארוואס־זשע שטייט ״ובני ישראל״ ביי ״עשו״ דוקא: אדער עס האט בכלל ניט געדארפט שטיין ״בני ישראל״ ביים קיום הציווי,

ווא־ רום בתחילת הכתוב שטייט דאך "וידבר משה אל בני ישראל" איז פארשטאנדיק אז די אלע ווייטערדיקע ענינים האבן געטאן די אידן,

האט דערפאר געקענט שטיין "ויעשו כאשר צוה ה׳ את משה״; און אויב דער פסוק וויל שוין יע דערמאגען "בני ישראל" אויך בקיום הציווי,

האט ער עם גע-דארפט זאגן בתחלת הענין — "ויוציאו בני ישראל גו' וירגמו גו׳ ויעשו כאשר צוה גו'"?

פון דעם וואס עס שטייט ניט "ויעשו גו'" סתם,

נאר " ובני ישראל עשו",

איז געדרונגען,

אז פאר דעם — אין ערשטן האלבן פסוק רעדט זיך

( ניט וועגן אלע אידן,

נאר)

וועגן "כל השומעים"

(עדים ודיינים)

; און אין אנדערן האלבן פסוק "ובני ישראל עשו" רעדט זיך וועגן אלע אנדערע אידן — פונקט ווי פריער 6

טיילט ער אפ "כל השומעים" פון "כל העדה".

און דערפאר קען רש״י ניט לערנען — בפשוטו 12

של מקרא — אז מיט "ובנ״י עשו" ווערט געמיינט סמיכה,

ווייל וועגן סמיכה שטייט דאך "וסמכו כל השומעים גו׳״; און וויבאלד אז דא שטייט " ובני ישראל עשו",

לערנט דעריבער רש״י אז דאס מיינט די ציוויים וועלכע שטייען במקום אחר — דחי׳ 13

(רגימה)

ותלי׳ וואס ווערן געטאן דורך אלע אידן.

ו.

עפי״ז ווערט דאך אבער שווער: פארוואס ווערט אין פסוק ניט דערציילט אז מען האט מקיים געווען אויך דעם ציווי "וסמכו"?

דערפאר לערנט רש״י אז "כאשר צוה גו׳" באציט זיך ניט נאר צו "ובני ישראל עשו",

נאר אויפן גאנצן פסוק — אויך צום "וירגמו" וואס איז געטאן געווארן דורך "כל השומעים",

אז זיי האבן אים רוגם געווען פונקט "כאשר צוה ה׳ את משה".

ד.

ה,

או איידער זיי האבן אים רוגם געווען,

האבן זיי סומך געווען זייערע הענט על ראשו 14

ווי דער אויבערשטער האט געזאגט משה׳ן "וסמכו גו׳ ורגמו גו'".

און דערפאר ברענגט רש״י בלויז די ווערטער "ובני ישראל עשו" און ער טיילט אפ

(און איז משמיט)

"כאשר צוה גו'",

להשמיענו אז "כאשר צוה" באציט זיך אויך צום "וירגמו",

כנ״ל.

ז.

עפ״י הנ״ל

(סעיף ה׳),

אז "ויוציאו גו׳ וירגמו גו'" גייט אויף די עדים

(ודיינים)

און " ובני ישראל עשו" — אויף די אנדערע אידן,

איז פאר־ שטאנדיק אז אין "ובני ישראל עשו" קען אריינגיין

(ניט נאר דחי׳ און תלי׳,

נאר)

אויך רגימה וועלכע ווערט ניט נכלל אין "וירגמו אותו אבן" וועלכע שטייט דא פריער — ווייל נאך דעם אבן וואס די עדים האבן אויף אים געווארפן,

האבן די אנדערע אידן אויף אים געווארפן נאך שטיינער.

ווי דער דין ביי סקילה: "יד העדים תהי׳ בו בראשונה להמיתו ויד כל העם באחרונה" 15

— אז אויב פון דעם אבן וואם די עדים האבן געווארפן איז ער ניט געטויט געווארן,

האט "כל העם" אים געדארפט באווארפן מיט נאך שטיינער 16 .

ס׳איז נאך אבער שווער: דאס פרי־ ער געזאגטע איז בלויז א ביאור אז אין "ובני ישראל עשו" קען אריינגע־ רעכנט ווערן אויך רגימה.

פון וואנען ווייס אבער רש״י אז מיטן אבן וואס די עדים האבן אויף אים געווארפן איז ער טאקע ניט געטויט געווארן 17

און "בני ישראל" האבן אויף אים גע־ ווארפן נאך שטיינער — עם קען דאך זיין אז ער איז געטויט געווארן פון דעם אבן וואס די עדים האבן אים רוגם געווען און "ובני ישראל עשו" מיינט נאר — דחי׳ און תלי׳

(ניט רגימה)?

ואדרבא — לפי זה וועט רש״י אויסמיידן א מחלוקת צווישן לימודו ע״ד הפשט און הלימוד ע״ד ההלכה — ווי געבראכט אין תורת כהנים — וואס רעכנט ניט רגימה,

כנ״ל.

ובפרט אז,

כנראה,

נעמט רש״י פירושו דא פון תו״כ נאר איז

(משנה ו)

מוסיף "רגימה"!

ח.

איז דער ביאור אין דעם:

בתחלת הכתוב,

איידער עס ווערט דערציילט וואס מען האט דעם מקלל געטאן — "ויוציאו גו׳ וירגמו גו׳ ובני ישראל עשו גו'״ — שטייט "וידבר משה אל בני ישראל".

וואס האט משה גערעדט צו די אידן?

— איז פארשטאנדיק בפשטות,

אז ער האט זיי איבערגעגעבן דעם דיבור של הקב״ה "איש איש כי יקלל גו׳״ 18

— בנוגע צו א מקלל אין אלגעמיין

(און ניט בלויז דעם ציווי "הוצא את המקלל גו׳ ורגמו אותו גו׳״ — וואס מען זאל טאן מיט דעס מקלל).

ואדרבה: וויבאלד אז אין דעם ציווי פון דעם אויבערשטן "הוצא את המקלל גו'" ווערט ניט דערמאנט אז משה זאל עם זאגן צו די אידן,

דאקעגן דער דיבור "איש איש כי יקלל גו'" הויבט זיך אן מיט "ואל בני ישראל תדבר לאמר",

איז פארשטאנדיק אז מיט "וידבר משה אל בגי ישראל" ווערט געמיינט

(בעיקר,

עכ״פ)

אז משה האט זיי איבערגעגעבן די דינים פון א מקלל בכלל .

ווערט דאך די שאלה: וואס איז די שייכות פון "וידבר משה אל בני ישראל" פון תחלת פסוק זה

(מיט וואם עס ווערן געמיינט בעיקר די דינים פון א מקלל בכלל )

צום המשך הפסוק — "ויוציאו את ה מקלל גו"׳ — וואס דערציילט וואס מען האט געטאן מיט דעם מקלל?

והמענה: פון דעם וואס פאר "ויוציאו גו' וירגמו גו׳ ובני ישראל עשו גו׳" איז דער פסוק מקדים די ווערטער "וידבר משה אל בגי ישראל",

לייגט זיך בשכל צו זאגן אז די אידן האבן צו דעם מקלל געטאן אויך אזוינע פעולות וואס זיי האבן ארויסגענומען

( ניט פון דעם ציווי "הוצא את המקלל גו"' און ניט פון די דיני סקילה וואס שטייען במקום אחר ,

נאר)

פון דער פרשה "ואל בנ״י תדבר לאמר גו׳ איש איש כי יקלל גו׳".

און דערפאר איז רש״י מפרש אז מיט "ובני ישראל עשו" ווערט געמיינט

(ניט נאר דחי׳ ותלי׳ וועלכע שטייען במקום אחר ,

נאר)

אויך רגימה.

ד.

ה.

אז נאך דער רגימה פון די עדים — ״וירגמו אותו אבן״ — האבן אויך בני ישראל אים פארשטיינערט,

ווייל דעם ענין

(רגימה דורך אלע אידן)

האבן זיי ארויסגענומען פון פסוק "רגום ירגמו בו כל העדה" 19

וואס שטייט אין דער פרשה פון "איש איש כי יקלל גו׳".

ט.

מען דארף נאך אבער פארשטיין:

א)

אויך ביי דעם ציווי "הוצא את המקלל"

(וואס שטייט בנוגע דעם ערשטן מקלל)

שטייט "ורגמו אותו כל העדה",

און דאך לערנט אויף דעם רש״י אז דאס מיינט " במעמד כל העדה".

היינט וואס איז דער הכרח אז דער פירוש פון "רגום ירגמו בו כל העדה"

(וואס שטייט בנוגע צו יעדן מקלל)

מיינט אנדערש ווי "ורגמו גו׳ כל העדה" וואס שטייט מיט צוויי פסוקים פריער?

און הגם אז ביי דעם ציווי "הוצא את המקלל" ווערט פריער

(פאר ורגמו אותו כל העדה)

דערמאנט אין פסוק "כל השומעים",

און ביים ציווי "רגום ירגמו בו כל העדה" וואס שטייט ביי א מקלל בכלל,

שטייט ניט פאר דעם ״כל השומעים״ — איז עס אבער קיין הוכחה ניט צו זאגן,

אז דער פירוש פון "כל העדה" ביי יעדער מקלל זאל זיין אנדערש ווי ביים ערשטן מקלל 20

!

ב)

ווען רש״י האט שוין יע א הכרח אז "רגום ירגמו בו כל העדה" מיינט אז אלע אידן דארפן אים רוגם זיין — פון וואנען נעמט ער אז מיט "ובני ישראל עשו" ווערט געמיינט אויך דחי׳ ותלי׳ וועלכע שטייען במקום אחר ,

עס קען דאך זיין אז מיט דעם ווערט געמיינט בלויז "רגימה"

(פון כל העדה) 21 ?

יו״ד.

איז דער ביאור אין דעם:

ביי קיין שום מחוייב מיתה געפינט מען ניט 22

אז די עדים און דיינים זאלן דארפן סומך זיין את ידיהם על ראשו און אים זאגן "דמך בראשך ואין אנו נענשים במיתתך"

(ומובן בפשטות: מהיכי תיתי זאל זיין א סלקא־דעתך אז זיי זאלן יע נענש ווערן במיתתו — ער איז דאך מחוייב מיתה ע״פ דין ).

פארוואס־זשע האט מען ביי דעם מקלל יע געדארפט סומך זיין און זאגן ״ואין אנו נענשים במיתתך״ 23 ?

נאך א שינוי אין דעם ענין פון "ורגמו אותו" וואס שטייט ביי דעם מקלל לגבי דעם חיוב סקילה אין אנדערע ערטער:

וואו עס שטייט דער חיוב סקילה,

זאגט דער פסוק ניט בלויז דעם לשון רגימה אדער סקילה,

נאר אויך דעם לשון מיתה.

אזוי ווי ביי "מולך",

וואס פאר די ווערטער "ירגמוהו באבן" שטייט "מות יומת" 24 .

אזוי אויך ביי אוב וידעוני שטייט "מות יומתו באבן ירגמו אותם" 25

[און אויך ביי מקלל גופא — ביי מקלל בכלל — "מות יומת רגום ירגמו בו״ 19 ].

משא״כ אינעם ציווי פון דעם ערשטן מקלל שטייט נאר "ורגמו אותו",

אבער דער לשון מיתה ווערט ניט דערמאנט.

יא.

וואס איז דער טעם אויף די צוויי שינויים?

חיוב מיתה איז דוקא בהתראה 26 .

און היות אז ביי דעם ערשטן מקלל איז קיין התראה ניט געווען

(ווארום ווי־ באלד אז "לא היו יודעים אם חייב מיתה אם לאו" 27

האט מען דאך אים ניט געקענט מתרה זיין 28 ),

און דער ציווי "ורגמו אותו" איז געווען א הוראת שעה 29 ,

דעריבער קען מען זאגן,

אז די רגימה איז אנדערש פון יעדער חיוב סקילה:

ביי אלע אנדערע מחוייבי סקילה

(וואס כולם בהתראה)

; דארף מען אים רוגם זיין ביז "מות יומת",

ד.

ה.

אז אויב ער איז ניט געשטארבן פון דעם ערשטן אבן,

דארף מען אים ווארפן נאך שטיינער ביז ער וועט געטויט ווערן; משא״כ דא,

וואס ער איז ניט געווען מותרה — איז א קלענערער עונש : מען דארף אויף אים ווארפן בלויז איין אבן,

און אויב ער וועט ניט שטארבן דורך דעם אבן,

איז ניטא קיין חיוב צו ווארפן אויף אים נאך שטיינער,

ובמילא טאר מען ניט ווארפן נאך.

ובדוגמא ווי מלקות וואס עס קען זיין המית במלקות* 26 ,

אבער מען טאר עס ניט טאן" 30 .

און דערפאר דארף מען דוקא דא באווארענען "ואין אנו נענשים במיתתך",

ווארום היות אז ער איז ניט מחוייב מיתה

(ס׳איז נאר א דין פון רגימה),

קען במילא זיין א ס״ד אז זיי זאלן נענש ווערן במיתתו,

אויב ער וועט פון דעם אבן געטויט ווערן 31 .

ועפי״ז איז פארשטאנדיק,

אז דער פירוש פון "רגום ירגמו בו כל העדה" וואם שטייט ביי מקלל בכלל מיינט

( ניט אז בלויז די "שומעים" דארפן אים רוגם זיין ״ במעמד כל העדה״ — אזוי ווי דער פירוש פון "ורגמו אותו כל העדה" וואס שטייט ביים ערשטן מקלל — נאר)

ווי עס שטייט פאר דעם "מות יומת",

אז אויף אלע אידן ליגט א חיוב אים רוגם זיין עד שימות.

ווארום היות אז בא "ונוקב שם ה׳"

( בהתראה ),

איז דא דער חיוב " מות יומת ",

איז דאך פארשטאנדיק אז אויב ער איז ניט געטויט געווארן פון דעם אבן וואס די עדים האבן אין אים געווארפן,

דארפן "כל העדה" באווארפן אים מיט נאך שטיינער,

ביז אז "מות יומת" 32 .

יב.

אעפ״י אז מצד דעם פסוק "הוצא את המקלל גו' ורגמו אותו גו׳" ווייס מען בלויז דעם דין פון רגימה,

ד.

ה.

אז די שומעים דארפן ווארפן אין אים איין אבן

(און אויב ער וועט ניט געטויט ווערן דורך דעם אבן,

דארף מען אין אים ניט ווארפן נאך אבנים אז ער זאל געטויט ווערן דורך זיי),

וויבאלד אבער אז דער ציווי "ונוקב שם ה׳ מות יומת רגום ירגמו בו כל העדה" איז געזאגט געווארן אין צוזאמענהאנג מיטן ערשטן מקלל,

און פאר "ויוציאו את המקלל גו׳" דערציילט דער פסוק "וידבר משה אל בני ישראל "

(אז משה האט איבערגע־ געבן צו אידן אויך

(ובעיקר)

די פרשה "ואל בגי ישראל תדבר גו׳ ונוקב גו׳ מות יומת גו׳",

כנ״ל סעיף ח׳),

לייגט זיך דעריבער צו זאגן,

אז דער ציווי "מות יומת גו׳" איז געזאגט געווארן אויך בנוגע צום ערשטן מקלל.

ד.

ה.

אז נוסף צום ציווי "וסמכו כל השומעים גו׳ ורגמו אותו גו'" וואס איז געזאגט געווארן במיוחד בנוגע צום ערשטן מקלל,

און נאר צו "כל השומעים",

איז געווען דערביי נאך א ציווי בדרך הוראת שעה,

צו "כל העדה" גלייך,

אז כאטש ער האט גע-טאן דעם חטא בלא התראה,

פונדעסט־ וועגן "מות יומת רגום ירגמו בו כל העדה",

אזוי ווי "נוקב שם ה"׳ בהתראה 33 .

און וויבאלד אז פון דעם המשך הפסוקים איז פארשטאנדיק אז מיט " ובני ישראל עשו" ווערט געמיינט אזא ענין וואס איז געזאגט געווארן אין דער פרשה "ואל בני ישראל תדבר גו"',

לערנט דעריבער רש״י,

אז דורך דעם "וירגמו אותו אבן"

(לשון יחיד)

דורך די עדים,

איז ער ניט גע־ שטארבן,

און בני ישראל האבן אים רוגם געווען מיט נאך שטיינער.

יג.

ע״פ הנ״ל וועט מען אויך פאר־ שטיין,

וואס רש״י איז מפרש,

אז "ובני ישראל עשו" מיינט

(ניט נאר רגימה,

וואס מען נעמט ארויס פון פסוק "רגום ירגמו בו כל העדה" וואס שטייט דא,

נאר אויך)

" כל המצוה האמורה בסקילה",

כולל אויך דחי׳ ותלי׳:

דער ציווי "ורגמו אותו גו"׳ וואס איז געזאגט געווארן במיוחד בנוגע צום ערשטן מקלל,

וויבאלד אז ביי אים איז ניטא דער חיוב "מות יומת"

(ווי דער ציווי "ירגמו" ביי א מחוייב סקילה,

אז מען דארף אים רוגם זיין ביז אז "מות יומת"),

איז עס ניט קיין ענין פון סקילה.

וויבאלד אבער אז פון דעם "וידבר משה אל בני ישראל" האבן די אידן פארשטאנען אז בא דעם מקלל איז דא אויך דער דין פון " מות יומת רגום ירגמו בו כל העדה ",

וואס די רגימה איז דאך שוין אן ענין פון סקילה ,

איז דאך פארשטאנדיק,

אז זיי האבן אים ניט נאר רוגם געווען,

נאר זיי האבן אויך געטאן " כל המצוה האמורה בסקילה ״ — אויך דחי׳ ותלי׳.

יד.

אעפ״י אז פון דער הקדמה "וידבר משה אל בני ישראל" ווייס מען,

אז מיט "ובנ״י עשו" ווערט גע־ מיינט "כל המצוה האמורה בסקילה במקום אחר",

פונדעסטוועגן רעכנט רש״י אוים בלויז "דחי׳ רגימה ותלי'" און איז משמיט "לא תלין".

די הסברה אין דעם: וויבאלד אז דער טעם פון דעם דין "לא תלין נבלתו על העץ״ איז,

כמפורש בכתוב 4 ,

"כי קללת אלקים תלוי" און ווי רש״י איז מפרש "זלזולו של מלך הוא",

קומט דאך אויס אז "לא תלין" איז ניט קיין גדר אין סקילה ,

נאר אין שמירת ״כבודו של מלך״ — צו פאר־ היטן כבודו פון דעם נסקל וואס ער איז עשוי בדמות דיוקנו פון אויבערשטן.

און הגם אז אין לאו "לא תלין" שטייט "לא תלין נבלתו על העץ ",

וואס פון דעם איז מוכח אז דער לאו קומט בהמשך צום פריערדיקן פסוק "ותלית אותו על עץ " וואס שטייט ביי נסקלין דוקא 34 ,

ובפרט אז דער טעם פון ״לא תלין״ — "כי קללת אלקים תלוי",

מיינט

(אויך)

"המברך ה׳" 34

וועלכן עס קומט סקילה

(אבער ניט אויף סתם א מת 35 )

— איז עס אבער

( ניט מצד דעם וואס "לא תלין" איז א גדר אין סקילה,

נאר)

ווייל "זלזולו של מלך",

איז דוקא אין פאל ווען מען האט אויפגעהאנגען דעם חוטא מצד דעם וואס "נתפס ללסטיות ",

וואס ער האט געטאן אן עבירה חמורה ביותר אויף וועלכע מען איז מחוייב סקילה.

טו.

עס פאדערט זיך נאך אבער ביאור: מצד דעם ענין "קללת אלקים תלוי — זלזולו של מלך הוא כו׳",

האט,

לכאורה,

תורה אים געדארפט ניט לאזן תולה זיין אפילו אויף א קליינע וויילע — אויך אויף איין רגע 36

טאר מען דאך ניט מזלזל זיין ח״ו אין דעם ״מלך״ 37 ?

נאר אין דעם איז פאראן אן ענין פון ״יינה של תורה״:

אויפן פסוק "ותלית אותו על עץ",

טייטשט דער אריז״ל אז "על עץ " מיינט אויפן

(חטא פון)

עץ הדעת 38 .

ועפ״ז יש לפרש גם בפשוטו של מקרא זה,

ובהקדם:

א)

ידוע 39 ,

אז דער חטא הראשון,

דער חטא עץ הדעת פון אדה״ר

(וואס ער איז כולל אלע בני אדם 40 )

איז דער מקור און גיט אן אפשריות עס זאל בכלל קענען זיין א חטא.

לאחרי ווי ס׳איז געווארן די אפשריות אויף מציאות החטא,

קען אויך ארויסקומען — בריבוי ירידות וכר,

ווי רש״י זאגט 41

"הראשונה גוררת השני׳ כו'",

ביז אז ס׳קומט צו א חטא חמור,

ביז צו ״חטא משפט מות״ — ביז צו איסור סקילה

(החמורה שבכל המיתות 42 ),

ביז צו מגדף ר״ל 43 .

לויט דעם קען מען זאגן

(א רמז)

אין דעם פסוק:

ב)

וכי יהי' באיש

(וואס באווייזט אף חשיבות — ווי רש״י איז מפרש 44

אדון,

גבור)

חטא

(סתם — קען מיינען מער ניט ווי שוגג 45 .

דערנאך קומט נאך הארבער)

משפט מות

(סתם — ביז דאס הארבסטע)

והומת

(בב״ד 46 .

ווי קען עס זיין בא אן ״ איש ״?

— דער ענטפער איז: דיי מעגליכקייט דערצו און דער מקור וסיבה )

ותלית אותו על עץ

(הדעת).

טז.

דאס איז אויך דער ביאור פון דעם וואס עס דארף זיין דוקא "ותלית אותו על עץ״ נאך דעם ווי ״והומת״ 47

— דהטעם בפשטות הוא: חאטש אפילו אז הרוגי ב״ד מתודין תהא מיתתי כפרה על כל עונותי 48 ,

און די כפרה איז אזוי גרויס או זי איז מכפר אף כל עונותי 49

— דארף מען אבער דערצו האבן 50

מיתה וקבורה ועיכול בשר

(אדער צער חיבוט הקבר)

וואס דאמאלס איז מתכפר במיתתו ובזיונו.

אזוי אויך קען מען מבאר זיין דעם חיוב פון ״ותלית אותו" — "דאית בי׳ בזיון",

ווי ס׳שטייט אויך דער טעם וואס ״לא היו מתאבלין עליהן״ 51

— ס׳דארף זיין א בזיון נוסף,

ובפרט בא אן עון חמור ביותר ווי הנסקלין כו׳.

עס דארף נאך אבער האבן ביאור: קבורה ועיכול בשר זיינען

(פרטים און)

שייך 52

צו מיתה

(אל עפר תשוב)

וואס " מיתתי 53

כפרה"

— וואס האט מען אבער מחייב גע־ ווען דוקא דעם בזיון פון תלי׳ על עץ — די גמ׳ בריינגט דאך דארט 54

כמה אופני בזיון דגירור עצמות,

מלין זיין בלי טעם,

(גשמים)

מזלפין על מטתו כו׳?

וע״פ הנ״ל מובן: אין דעם "חטא משפט מות" איז דאך פאראן צוויי ענינים: דער כללות מציאות החטא,

ווי ער קומט מצד מקורו — חטא עה״ד; און ווי ער איז געווארן האר־ בער און הארבער ביז אז עס איז גע־ קומען צו "חטא משפט מות ".

און דערפאר איז לאחרי ווי "והומת" וואס דאס איז מכפר אויף דעם "חטא

(ווי ער האט יורד געווען ביז צום חומר פון)

משפט מות",

איז דער גמר הכפרה דוקא ווען מען איז מכפר

(ווישט אפ)

אויך זיין מקור,

וואס זיין מקור "ותלית אותו״ — איז דאך "על עץ"

(הדעת)

— דערפאר איז אויך דער בזיון הנוסף ״ותלית אותו על עץ ״ — כפשוטו.

און דאס האט אויך א שייכות צו ״ מיתתי כפרתי״ — ווארום חטא עץ הדעת איז דער שרש ומקור פון כללות ענין החטא און — פון כללות ענין המיתה 55 .

יז.

ועפי״ז וועט אויך ווערן פאר־ ענטפערט וואס פריער דארף מען אים תולה זיין,

און ערשט דערנאך קומט דער ציווי " לא תלין גו׳"

— אעפ״י אז מצד דעם ענין "קללת אלקים תלוי — זלזולו של מלך הוא כו"׳ האט לכאורה תורה געדארפט ניט לאזן אים תולה זיין אפילו אויף א קליינע וויילע

(כנ״ל סעיף טו)

ווייל דוקא דורכן "ותלית אותו על עץ"

(וואס ווייזט אז דעם חטא וואס ער איז באגאגנען איז מצד דעם חטא עה״ד,

און דאס איז אויך אפגעווישט געווארן דורך דעם ותלית)

ווערט בא עם נתגלה דער "דמות דיוקנו של מלך",

און דערפאר איז גלייך 56

נאכן ״ותלית״ — דארף מען אים אראפ־ נעמען פון דער תלי׳,

ווייל "אדם עשוי בדמות דיוקנו וישראל הם בניו" 57 .

(משיחת ש״פ אמור תשכ״ה)

Reader controls and commentary are loading.