א.
ס׳איז ידוע וואס עס שטייט אין מדרש 1
אז די אלע מצות וואס דער אויבערשטער האט אנגעזאגט די אידן צו מקיים זיין,
איז ער זיי אליין מקיים.
דערפון איז מובן אויך בנוגע דער אזהרה צו כהנים זיי זאלן זיך ניט מטמא זיין,
אז אויך דער אויבערשטער — וואס "אלקיכם כהן הוא״ 2
— היט זיך כביכול פון צו "נטמא" ווערן.
דעריבער באווארנט תוספות 3
אז ס׳איז ניט קיין קשיא: ווי אזוי האט דער אויבערשטער "געמעגט" זיך מטמא זיין ביי דער קבורה פון משה רבינו — ווייל "ישראל נקראו בנים למקום",
און צו זיין "בן" מעג זיך א כהן טמא מאכן.
עד״ז שטייט אויך אין זהר 4
בנוגע דער גאולה העתידה — וואס דאן וועט זיך דער אויבערשטער,
כביכול,
"מטמא" זיין ביים ארויסנעמען אידן פון גלות אדום
(ווי דער פסוק זאגט: "מי זה בא מאדום חמוץ בגדים גו׳ וכל מלבושי אגאלתי" 5 )
— אז אידן זיינען כביכול "אחותו
(של הקב״ה)
הבתולה הקרובה אליו אשר לא היתה לאיש",
און דעריבער איז "לה יטמא".
דארף מען פארשטיין: דער אויבערשטער איז דאך
(ניט סתם א כהן,
נאר)
א "כהן גדול" 6
,
און א כהן גדול טאר זיך דאך ניט מטמא זיין "על כל נפשות מת" אפילו ניט לבנו ולאחותו הבתולה — ווערט דאך ווידער ניט פארשטאנדיק: ווי אזוי האט דער אויבערשטער זיך מטמא געווען צו משה׳ן,
און ווי וועט ער זיך מטמא זיין צוליב אידן 7 ?
ב.
דער מהרש״א 8
איז דא מסביר,
אז אין אמת׳ן איז למעלה בכלל ניט שייך קיין טומאה,
"כי דבר הרוחני לא יקבל טומאה".
און דאס וואס די גמרא 3
זאגט אז דער אויבערשטער
(נאך קבורת משה רבינו)
האט זיך כביכול "טובל" געווען "בנורא",
איז דאס ניט מער ווי אן ענטפער לויט דער שאלה און דיעה כוזבת פון דעם מין,
וואס האט אנגענומען אז דער אויבערשטער איז א מציאות אין א גשמיות׳דיקן ציור.
און לויט דעם הסבר פון מהרש״א וואלט פארענטפערט געווארן די קשיא הנ״ל בשייכות צום תירוץ התוספות,
ווייל באמת איז למעלה איבערהויפט ניט שייך דער ענין פון טומאה;
און די באווארעניש פון תוספות איז בלויז פארוואס דעם מין ,
לדעתו 9
איז ניט געווען שווער "היאך נטמא" — און לויט אים איז מספיק דער ענטפער פון "ישראל נקראו בנים למקום",
ווייל ער האט נאר געוואוסט אז "אלקיכם כהן הוא",
אבער ניט אז דער אויבערשטער איז א כהן גדול .
אבער נוסף צו דעם,
וואס ס׳איז שווער צו זאגן אז א גאנצער ענין ושקו״ט אין גמרא,
זאל זיין בלויז לדעת המין — איז דאך מוכח פון דעם זהר הנ״ל 10
אז אויך למעלה איז שייך אן ענין פון טומאה כביכול.
און וויבאלד אזוי,
איז דאך הדרא קושיא לדוכתא: ווי אזוי איז דער אויבערשטער,
א כהן גדול,
זיך "מטמא" כביכול צו "בנו" און "אחותו הבתולה״?
ג.
איז דער ביאור אין דעם:
דאס וואס למטה זיינען אלע עניני הבריאה אויסגעשטעלט אין אזא אדער אנדער אופן,
איז דאס דערפאר וואס אזוי זיינען זיי למעלה,
אין זייער שורש,
פון וואנעט זיי ווערן נמשך.
און הגם אז דער שורש למעלה איז באין ערוך העכער פון צו האבן די הגדרות און ציורים פון די נבראים למטה — פונדעסטוועגן,
וויבאלד אז אויך
(שרשן)
די מדות שלמעלה
[זיינען ניט בבחי׳ פשיטות בתכלית,
ווי אוא״ס מצד עצמו וואס ער איז פשוט בתכלית הפשיטות,
נאר זיי]
האבן א געוויסן גדר און ציור — חסד ,
גבורה וכו',
דעריבער איז אין זיי שוין פאראן געוויסע ענליכקייטן צו די פרטיות׳דיקע נבראים שלמטה וואס ווערן פון זיי נתהווה 11
און אין וועלכע דער פרט פון שרש קומט באופן בולט ומוגדר.
אזוי ווי,
למשל,
מים וואס זייער טבע הירידה מלמעלה למטה 13
איז אין דער דוגמא צו מדת החסד
(וועלכע איז דער שרש פון בחינת מים 13 )
וואס ענינה איז המשכה מלמעלה למטה 14
.
און עד״ז איז אויך ביי די אגדערע נבראים.
און דערפאר זיינען די נבראים לגבי שרשן אין דער בחינה פון "משל",
ווארום דורך זיי קען מען האבן א געוויסע השגה אין דעם "נמשל",
אין זייער שרש למעלה 15 .
און היות אז ס׳איז דער רצון העליון מען זאל האבן א ידיעה והשגה אין די מדריגות שלמעלה,
אויך אין אוא״ס
(ווי דער לשון 16
: ש״יכירו גדולתו״ וכו׳ — זיין גדולה וואס איז)
הפשוט בתכלית הפשיטות,
האט ער דעריבער אויך אין דער בריאה אריינגעגעבן ענינים וואס זיינען בבחינת פשיטות
(בערך הבריאה),
בכדי מען זאל קענען דורך זיי,
ווי דורך א "משל",
האבן א וועלכן ס׳איז באגריף כביכול אין דער פשיטות פון אויבערשטן.
ד.
הגם אז אויך די ענינים אין דער בריאה וועלכע זיינען בבחינת פשיטות וואס נוצן אלס "משל" אויף דער פשיטות פון אויבערשטן,
איז עס
(ניט סתם א משל בעלמא,
נאר דאס איז)
מצד דעם ווייל די נבראים ווערן נמשך פון די בחינות וואס זיינען העכער פון השתלשלות
[בדוגמת ווי די הגבלות און ציורים וועלכע זיינען א משל אויף די מדות שלמעלה — וואס דאס איז מצד דעם ווייל "נשתלשלו מהן" 17 ,
זיי ווערן נשתלשל פון די מדות העליונות,
כנ״ל ס״ג],
דאך איז פארשטאנדיק,
אז מצד דעם וואס זיי זיינען נבראים ,
מוזן זיי האבן כמה גדרים און הגבלות — און דעריבער,
בעת מען נוצט אט די פשיטות׳דיקע ענינים אלס "משל" אויף דער פשיטות פון אויבערשטן,
טארן דא ניט אריינגעמישט ווערן זייערע גדרים און הגבלות
(וואס זיי מוזן האבן אויף זיך,
ווייל זיי זיינען נבראים)
— ווייל אין דעם זיינען זיי ניט קיין משל אויף אוא״ם ב״ה.
אזוי ווי דער שמש — וואס דער מיט וואס ער ווערט ניט געענדערט דורך דעם אור וזיו וואס קומט ארויס פון אים איז ער א משל אויף "אני הוי׳ לא שניתי״ 18
[און — ע״פ הנ״ל — דאס וואס דער שמש איז א משל אויף "אני הוי׳ לא שגיתי" איז עס מצד דעם 19
ווייל ער ווערט נמשך כביכול פון "שמש הוי'״ 20 ]
— איז אבער מובן,
אז די פארשידענע הגבלות וכו׳ וואס זיינען פאראן אין אור השמש
(מצד דעם וואס ער איז א נברא)
זיינען ניט 21
קיין משל אויף אור א״ס 22 .
ה.
דערפון איז פארשטאנדיק בנוגע לעניננו — דער אונטערשייד צווישן בחינת "כהן סתם" און "כהן גדול" למעלה:
אמת טאקע אז דער כהן גדול שלמטה איז א משל ודוגמא צו "כהן גדול״ שלמעלה — איז אבער מובן אז ער איז א משל אין דעם פרט פון כהונה וקדושה נוספת וואס איז דא אינעם כהן גדול שלמטה; אבער די ענינים פון דעם כה״ג שלמטה וואס זיינען אין אים מצד דעם וואס ער איז א נברא,
א נשמה אין א גוף — זיי זיינען ניט קיין משל אויף בחי׳ כה״ג שלמעלה.
און דעריבער איז פארשטאנדיק,
אז וויבאלד דער כה״ג שלמטה,
מצד דעם ענין פון כהונה גדולה וואס אין אים,
איז העכער
(און מובדל)
פון ענין הטומאה 23 ,
ביז אז אפילו "לאביו ולאמו לא יטמא",
[און דאס וואס ס׳איז שייך אז ער זאל טמא ווערן,
איז עס ניט מצד ענין הכהונה גדולה וואס אין אים,
נאר מצד דעם וואס ער איז מוגדר אין די הגבלות פון גוף],
איז דערפאר אין בחינת "כהן גדול" שלמעלה ניט שייך דער ענין פון טומאה.
משא״כ די בחינה שלמעלה וואס הייסט "כהן" סתם
(וואס זי איז א ״שרש״ אויף כהן סתם — הדיוט למטה)
: וויבאלד אז ביי א כהן הדיוט למטה איז שייך דער ענין פון טומאה אויך מצד דעם ענין הכהונה וואס אין אים — וואס דעריבער מעג ער און מוז 24
זיך מטמא זיין "לשארו הקרוב וגו׳״ — איז דערפאר איז עס אויך כביכול דא אין בחי׳ כהן הדיוט שלמעלה.
ע״פ הנ״ל וועט זיין פארשטאנדיק — ווי אזוי האט דער אויבערשטער כביכול זיך מתעסק געווען בקבורת משה און דער ענין פון "וכל מלבושי אגאלתי״ — ווייל אין דער בחינה פון כהן גדול איז מלכתחילה ניט שייך ענין הטומאה; די שאלה איז מצד דער בחינה פון "כהן הדיוט" שלמעלה — און אויף דעם איז דער ענטפער כנ״ל אז "ישראל נקראים בנים למקום" און "ולאחותו הבתולה גו׳ לה יטמא".
ו.
נאך אן ענין אין דעם:
אויפן פסוק "ואתם תהיו לי ממלכת כהנים" 25
שטייט אין בעל־הטורים 26 ,
אז דאס מיינט נהגים גדולים.
ד.
ה.
אז בשעת מ״ת איז יעדער איד געווארן אין דער בחינה פון כהן גדול.
דערפון איז מובן,
אז כשם ווי אין בחי׳ כה״ג שלמעלה איז ניט שייך קיין טומאה כלל
(כנ״ל ס״ה),
עד״ז איז עס אויך בנוגע צו אידן מצד בחי׳ כה״ג וואס אין זיי.
[וע״ד הידוע 27
אז בחי׳ יחידה פון א אידן,
קען קיין טומאה ניט "אנרירן"].
זעט מען פון דעם,
דעם גודל החביבות פון אידן וואס דריקט זיך אויס אין דעם "כל מלבושי אגאלתי": בנוגע צו עצם הנשמה,
איז מלכתחלה ניט שייך דער ענין פון חטא
(וטומאה),
ובמילא,
אויך ניט דער ענין פון גלות און אגאלתי; דער ענין הטומאה והגלות איז בלויז אין דכחות הגלויים — און פונדעסטוועגן וועט זיך דער אויבערשטער,
כביכול,
"מטמא" זיין בכדי ארויסנעמען פון גלות די כחות הגלויים פון אידן,
וחיל אויך זיי קען ער,
כביכול,
ניט איבערלאזן אין גלות 28
און ער לייזט אויס אלע אידן מיט אלע זייערע ענינים בגאולה האמיתית והשלימה ע״י משיח צדקנו בב״א.
(ממאמר ושיחת ש״פ אמור,
תשכ״ד)