B"H
🏡

Ikar

קדושים ב

א.

בסוף הפרשה,

אין פסוק "ואיש או אשה כי יהי׳ בהם אוב או ידעוני מות יומתו",

שטעלט זיך רש״י אויף "כי יהי׳ בהם אוב וגו׳ " 1

און פרעגט: ״כאן נאמר בהם מיתה ולמעלה 2

כרת"

(און ער ענטפערט אויף דעם אז עס רעדט זיך אין צוויי באזונדערע אופנים,

כדלקמן סעיף ב׳).

איז אין דעם ניט מובן:

א)

די קשיא "כאן נאמר בהם מיתה כו׳ " איז דאך אויף די ווערטער " מות יומתו ",

האט דאך רש״י לכאורה געדארפט מעתיק זיין די ווערטער בפירוש .

פארוואס איז ער אט־די ווערטער בלויז מרמז דורך צושרייבן ״וגו׳ ״ 3 ?

ב)

פריער אין דער פרשה 2 ,

וואו עס שטייט "והכרתי",

שטייט "והנפש אשר תפנה אל האובות ואל הידעונים".

איז דאך רש״י׳ס קשיא

("כאן נאמר בהם מיתה ולמעלה כרת")

ניט נאר אויף אוב נאר אויך אויף ידעוני 4 .

היינט פארוואס איז רש״י מעתיק

(בפירוש)

נאר "אוב" און ניט "ידעוני" ?

ג)

בכדי צו מדגיש זיין אז דער דין "מות יומתו" שטייט " בהם ",

ביי דעם זעלבן ענין

(אוב וידעוני)

וואס פריער שטייט דערביי "והכרתי",

איז דאך נוגע צו ברענגען בלויז "אוב וגו׳ ".

פארוואס איז רש״י מעתיק אויך די פריערדיקע ווערטער "כי יהי׳ בהם" ?

ב.

אויף דער קשיא "כאן נאמר בהם מיתה ולמעלה כרת" ענטפערט רש״י: "עדים והתראה בסקילה,

מזיד בלא התראה בכרת".

דארף מען פארשטיין: פון וואנעט לערנט ער אפ — בדרך הפשט — אז אונזער פסוק רעדט זיך בעדים והתראה און דער פסוק ״והכרתי״ — במזיד בלא התראה?

לערנענדיק אין פשטות קומט אויס,

אז היות ווי סקילה איז הארבער ווי כרת,

לייגט זיך במילא אין שכל צו זאגן,

אז ״והכרתי״ — א גרינגערער עונש — רעדט זיך אין פאל וואו ס׳איז ניט געווען קיין התראה ; און "מות יומתו באבן ירגמו אותם דמיהם בם״ — אן עונש חמור ביותר 5

— רעדט אין א פאל וואו ס׳איז יע געווען התראה.

ווארום פארן טאן א חטא טראץ דעם וואס מען איז אים מתרה,

קומט א פיל הארבערער עונש.

ס׳איז אבער ניט מובן: רש״י אליין זאגט דאך אז דער חיוב סקילה איז דוקא בשעת עס זיינען דא " עדים והתראה",

ד.

ה.

אז עס קומען עדים און זיינען מעיד פאר בי״ד אז פלוני האט עובר געווען אויפן חטא פון אוב או ידעוני.

ווארום אן עדים קענען דאך ב״ד ניט וויסן אויף זיכער אז יענעם קומט מיתה,

— ווערט לפי״ז שווער : פון וואנעט לערנט מען אפ אז דער חילוק צווישן די צוויי פסוקים

("מות יומתו" און "והכרתי")

באשטייט אין דעם אופן ווי יענער האט געטאן דעם איסור

(צי בהתראה אדער בלא התראה) 6 ,

עס קען דאך זיין אז ביידע פסוקים ריידן וועגן איין און דעם זעלבן אופן

(בהתראה 7 ),

נאר דער חילוק שביניהם איז,

אז בעדים זיינען ב״ד מחייב סקילה,

און בעת קיין עדים זיינען ניטא — וואס דאן קענען ב״ד קיין מיתה ניט מחייב זיין,

ווערט ער באשטראפט מן השמים מיטן עונש כרת 8 ?

עוד קשה וביותר: דער עונש "והכרתי" אויף א חטא וואס איז א חיוב סקילה,

איז דא אויך פריער אין דער זעלבער פרשה 9

— ביי דעם חטא פון "יתן מזרעו למולך".

און דארט איז דער פסוק גופא מפרש אז דער עונש "והכרתי" קומט אין פאל ווען "העלם יעלימו עם הארץ את עיניהם גו׳ לבלתי המית אותו",

וואס דאן איז "ושמתי אני את פני גו׳ והכרתי אותו גו׳ ".

האט מען דאך לכאורה געדארפט זאגן,

אז אזוי איז עס אויך בנוגע אוב וידעוני,

אז "והכרתי" רעדט זיך בעת

(ב״ד)

העלם יעלימו את עיניהם פון צו באשטראפן אים.

— פון וואנעט דרינגט רש״י ארויס אז די צוויי עונשים

(סקילה און כרת)

ביי אוב וידעוני זיינען ביי צוויי באזונדערע אופני החטא 10 ?

ג.

לאחרי ווי רש״י פארענטפערט "עדים והתראה כו׳ בכרת",

איז ער מוסיף נאך צוויי ענינים: איין ענין

(בנוגע צו אוב וידעוני)

— "ושגגתם חטאת",

אז פארן חטא פון אוב וידעוני בשוגג,

קומט א קרבן חטאת ; און א צווייטן ענין — "וכן בכל חייבי מיתות שנאמר בהם כרת",

אז אויך אלע חטאים וואו עס שטייט סיי חיוב מיתה סיי חיוב כרת,

איז דער פירוש אין דעם אז דער חיוב מיתה איז בעדים והתראה און דער חיוב כרת — ביי מזיד בלא התראה* 10 .

איז אין דעם ניט מובן: בכדי צו פארענטפערן די קשיא "כאן נאמר בהם מיתה ולמעלה כרת" איז דאך נוגע בלויז צו מבאר זיין די פאלן וועגן וועלכע די צוויי פסוקים ריידן.

וואס איז אבער נוגע דא וואס פאר א קרבן עס קומט אויף א שוגג און אז אזוי איז אויך "בכל חייבי מיתות שנאמר בהם כרת"?

ד.

איז דער ביאור אין דעם:

די ווערטער "כאן נאמר בהם מיתה ולמעלה כרת" מיט וועלכע רש״י הויבט אן זיין פירוש,

זיינען

[ ניט וואס רש״י פרעגט א סתירה — ווארום כנ״ל

(סעיף ב׳)

קען מען זאגן,

אז "והכרתי" רעדט זיך אין פאל וואו ס׳איז ניטא קיין עדים אדער ווען ב״ד זיינען מעלים עין פון צו באשטראפן דעם חוטא ווי מפורש פריער בנוגע למולך — נאר זיי זיינען]

די התחלה פון רש״י׳ס פירוש וביאור מיט וועלכע ער פארענטפערט אן אנדער קשיא וואס איז שווער אין פסוק — אין די ווערטער "כי יהי׳ בהם אוב".

און מצד דעם וואס די קשיא איז אין "כי יהי׳ בהם אוב",

און די ווערטער ״מות יומתו״ — "כאן נאמר בהם מיתה כו׳ ״ — פארענטפערן אט־די קשיא,

איז דעריבער רש״י מעתיק בפירוש פון פסוק בלויז "כי יהי׳ בהם אוב",

און "מות יומתו" איז ער מרמז מיט "וגו"׳.

ה.

וואס איז דא שווער אין "כי יהי׳ בהם אוב"?

א)

פריער 11

שטייט "והנפש אשר תפנה אל האובות גו׳ ",

האט דאך אויך דא געקענט שטיין דער זעלבער לשון.

פארוואס שטייט דא "כי יהי ׳ בהם אוב״ 12 ?

ב)

וויבאלד אז אויך אין אונזער פסוק רעדט זיך וועגן אוב וידעוני — וועגן דעם זעלבן ענין וואס עס רעדט זיך פריער אין פרשה

(נאר דא קומט צו דער חיוב מיתה),

האט דאך דער פסוק געדארפט שטיין בסמיכות צום פריערדיקן פסוק "והנפש אשר תפנה אל האובות גו׳ "

(בדוגמת חיוב מיתה און חיוב כרת ביי נתינת זרעו למולך — וואס זיי שטייען בסמיכות זל״ז 9 ),

פארוואס שטייט אונזער פסוק ערשט בסוף הפרשה לאחרי הפסק של כמה וכמה דינים 13 ?

איז רש״י מפרש

(ובמילא — פאלן אפ די קשיות)

: " כאן נאמר בהם מיתה ולמעלה כרת",

אז דאס וואס דער פסוק "כי יהי׳ בהם אוב וגו׳ " שטייט " כאן " און דער פסוק "והנפש אשר תפנה אל האובות גו׳ " שטייט "למעלה"

(און זיי זיינען ניט בסמיכות זל״ז),

איז עס דערפאר וואס זיי ריידן וועגן צוױי באזונדערע ענינים: ״כאן״ רעדט זיך וועגן "מיתה",

"ולמעלה" — וועגן "כרת".

אבער דערמיט אליין קען זיך רש״י ניט באגנוגענען.

ווייל

(א)

דאס פארענטפערט ניט וואס אין אונזער פסוק שטייט "יהי׳ בהם" און ניט "אשר תפנה",

ווי פריער.

(ב)

אפילו בנוגע דערצו וואס דער פסוק שטייט "כאן" און ניט "למעלה" איז נאך דער תירוץ ניט מספיק: אויך ביי נתינת זרעו למולך זיינען צוויי באזונדערע עונשים — כרת און מיתה,

ואעפ״כ שטייען זיי בסמיכות זה לזה,

מצד דעם וואס די פעולות אויף וועלכע עס קומען די עונשים זיינען די זעלבע.

איז פארוואס עפעס ביי אוב וידעוני שטייען די חיובים אפגערוקט זה מזה?

איז רש״י ממשיך: "עדים והתראה בסקילה,

מזיד בלא התראה בכרת",

אז די צוויי עונשים וועלכע שטייען ביי אוב וידעוני זיינען אויסגעטיילט

(ניט נאר בנוגע להעונש,

ווי ביי נתינת זרעו למולך,

נאר אויך)

אין דעם

(אופן)

פעולת החטא פון אוב וידעוני: "כאן" רעדט זיך וועגן אוב וידעוני "בעדים והתראה",

און "למעלה" רעדט זיך וועגן "מזיד בלא התראה".

און דערפאר שטייען זיי אפגערוקט,

ווייל זיי זיינען צוויי פארשידענע אופנים אין אוב וידעוני 14 .

און דאס איז אויך דער טעם וואס אין אונזער פסוק שטייט "כי יהי׳ בהם",

און ניט "אשר תפנה" ווי פריער — ווייל די ווערטער "יהי׳ בהם" ווייזן אויף עדים והתראה,

כדלהלן.

ו.

דער לשון יהי׳ — אז עס וועט זיין — ווייזט אויף א מציאות

(חזקה ו)

ברורה 15 .

ד.

ה.

אז פאר די דיינים — וואס זיי דארפן ארויסגעבן דעם פסק דין "מות יומתו באבן ירגמו גו׳״ — זאל זיין ברור אז ס׳איז געווען דער חטא פון אוב או ידעוני ; און וויבאלד אז די דיינים קענען ניט וויסן בבירור סיידן עס זיינען פאראן עדים,

הייסט עס דאך אז "כי יהי ׳ " איז דער ״טייטש״,

עס מיינט — בעדים .

וואס מיינט ״בהם״ — אין זיי?

בעת א מענטש טוט א געוויסע פעולה

(שלא ברצונו,

אדער)

בשוגג,

איז עס ניט ״פארבונדן״ מיט עם,

עס רירט אים ניט אן,

עס ״פארנעמט״ עם ניט; און וואס זיין

(רצון און)

״מזיד״ איז א גרעסערער — אלץ מער איז ער אין דעם ,

די פעולה איז מער בפנימיותו.

דערפון איז מובן,

אז בעת מען זאגט אז דער "אוב או ידעוני" אויף וועלכן עס קומט סקילה,

איז אין אן אופן פון "יהי׳ בהם ",

מיינט עס אז דער ״מזיד״ דערבײ איז געװען אין א גאר שטארקן אופן.

און דערפאר לערנט רש״י אז דאס מיינט "בהתראה",

ווארום דאן איז עס דער אמת׳ער ״מזיד״ — "בהם": בשעת אימעצער טוט א חטא ניט קוקנדיק אויף דעם וואס מען האט אים מתרה געווען — איז עס דאך א פיל גרעסערער זדון,

כמובן בפשטות.

ז.

אין דעם דין

(וואס מען לערנט אפ פון דעם פסוק)

אז דער חיוב מיתה איז דוקא בהתראה — קען מען לערנען צוויי אופנים: א)

אז התראה איז דער גדר

(און מאכט)

זדון 16 .

ד.

ה.

אז בעת מען טוט א חטא װיסנדיק,

אבער שלא בהתראה,

איז כאטש עס איז ניט שוגג,

אבער דאך הייסט עס נאך ניט במזיד — ביד רמה

(ע״פ תורה).

ב)

אז אויך אן התראה הייסט עס זדון.

און דאס וואס אן התראה איז ניטא קיין חיוב מיתה,

איז עס דערפאר וואס צוליב מחייב זיין מיתה פאדערט זיך א גרעסערער זדון — אזא וואס איז געווען נאך התראה.

די נפקא־מינה איז: אויב מען זאל לערנען ווי דער צווייטער אופן,

אז אויך אן התראה איז עס זדון,

נאר ביי חיוב מיתה איז דער פסוק מגלה אז מען דארף האבן אויך התראה — לייגט זיך דאן צו זאגן,

אז דער חילוק צווישן חיוב כרת און חיוב מיתה באשטייט בלויז אין דעם וואס כרת דארף ניט קיין התראה.

אבער אויך כרת איז דוקא במזיד,

ווארום ס׳איז ניט מסתבר צו זאגן,

אז מען זאל אימעצן מעניש זיין בעונש כרת,

אויף א חטא וואס ער טוט בשוגג;

אויב אבער מען זאל אננעמען ווי דער ערשטער אופן,

אז התראה איז דער גדר פון במזיד,

דאן וועט דאך אויסקומען,

אז חיוב כרת — וויבאלד ער קומט אויך בלי התראה,

קען ער קומען אויך אויף א שוגג.

— ווארום מ׳זעט דאך אז אויך אויף א פעולה בשוגג איז דער מענטש שולדיג,

והראי׳: ער מוז ברענגען א קרבן

(חטאת ואשם),

דארף האבן כפרה 18

וסליחה און מ׳זאגט אויף דעם ונשא עונו 19

וכו׳.

ווערט דאך לפי זה די שאלה: פון וואנעט ווייס עס רש״י צו אננעמען אז חיוב כרת איז דוקא במזיד?

איז אט־די שאלה באווארנט רש״י דורך מוסיף זיין "ושגגתם חטאת": וויבאלד אז פאר עובר זיין אויף אוב וידעוני בשוגג איז דא א חיוב חטאת

(ווי רש״י האט שוין געזאגט אין א פריערדיקער סדרה 20

אז פאר עובר זיין בשוגג אויף אן איסור כרת איז מען חייב א קרבן חטאת),

איז דאך דערפון מובן אז דער חיוב כרת איז דוקא במזיד.

ח.

לאחרי כל הנ״ל איז נאך אלץ ניט מובן,

פארוואס דער פסוק "כי יהי׳ בהם אוב וגו'" שטייט ,

" כאן " און ניט צוזאמען מיטן דין פון חיוב כרת אויף אוב וידעוני: הן אמת אז דארט רעדט זיך אן התראה און דא — בעדים והתראה,

וויבאלד אבער אז ביידע דינים זיינען אין אוב וידעוני,

האבן ביידע פסוקים געדארפט שטיין צוזאמען* 20 ?

דעריבער איז רש״י מוסיף "וכן בכל חייבי מיתות שנאמר בהם כרת",

אז דאס וואס דער פסוק "כי יהי׳ בהם אוב וגו׳ " שטייט "כאן" און ניט "למעלה",

איז עס בכדי צו אפלערנען דערפון אויף אלע חייבי מיתות שנאמר בהם כרת,

אז דער חיוב כרת ביי זיי איז אויך ״ בלא התראה״:

אזוי וואלט געווען א סברא,

אז דער עונש כרת וואס שטייט ביי חייבי מיתות איז געזאגט געווארן דוקא אין פאל,

ווען דער חטא ווערט געטאן באופן,

וואו ס׳איז דא דערויף א חיוב מיתה

(נאר היות ווי ב״ד האט מצד איזה טעם ניט מעניש געווען דעם חוטא בעונש מיתה,

איז מען אים מעניש מלמעלה בעונש כרת).

אבער אין פאל וואו ער האט געטאן דעם חטא בלא התראה,

וואס דאן קומט אים ניט קיין מיתה,

איז אויך ניטא קיין חיוב כרת.

און כאטש אז ביי אוב וידעוני איז דא דער חיוב כרת אויך בלא התראה

(וכדמוכח פון דעם וואס "

(יהי׳)

בהם",

וואס ווייזט אויף

(עדים און)

התראה

(כנ״ל סעיף ו׳),

זאגט די תורה דוקא ביים פסוק ״מות יומתו״)

— וואלט מען אבער געזאגט,

אז אט־דער דין פון כרת בלא התראה איז דוקא ביי אוב וידעוני,

משא״כ ביי אלע אנדערע חייבי מיתות,

איז דער עונש כרת דוקא ווען ער טוט דעם חטא באופן וואס ער איז מחוייב מיתה

(אזוי ווי ביי "יתן מזרעו למולך" וואו תורה אליין זאגט אז דער "והכרתי" איז דוקא ווען ״העלם יעלימו״ 9 ),

— דערפאר שטייט דער פסוק "כי יהי׳ בהם אוב וגו׳ "

(פון וועלכן מען לערנט אפ אז דער חיוב כרת ביי אוב וידעוני איז אויך בלא התראה)

" כאן " און ניט "למעלה",

בכדי אפצולערנען דערפון אף די "חייבי מיתות שנאמר בהם כרת" וואס זיינען געשריבן צווישן "למעלה" און "כאן"

(ובמילא אויף אלע כיוצא בהם).

— אין אנדערע ווערטער: פון ״למעלה״ ביז ״כאן״

(װאס בײדע רעדן וועגן די זעלבע זאך "אוב וידעוני")

איז דאס איין ״ענין״ װאס איז כולל כמה פרטים —

על דרך הלימוד 21

"כל דבר שהי׳ בכלל ויצא מן הכלל ללמד לא ללמד על עצמו יצא אלא ללמד על הכלל כולו יצא״ — אויך אויף אלע חייבי מיתות שנאמר בהם כרת,

אז אויך זייער כרת איז בלא התראה:

דער "והכרתי" ביי אוב וידעוני איז דאך געווען אין כלל פון אלע חייבי מיתות שנאמר בהם כרת,

וואס מען וואלט געזאגט

(אלולי הלימוד פון "יהי׳ בהם")

אז דאס איז דוקא בהתראה — ווען ער איז מחוייב מיתה.

און דערנאך,

בסיום הסדרה איז ער "יצא מן הכלל ללמד" אז ער איז דא אויך בלא התראה — איז לא ללמד על עצמו בלבד יצא אלא ללמד על הכלל כולו יצא,

אז אויך כל חייבי מיתות שנאמר בהם כרת,

איז דער כרת פאראן אויך בלא התראה.

ט.

אין רש״י זיינען דאך פאראן אויך "ענינים מופלאים" 22

אויך פון חלק ההלכה שבתורה — זעט מען אין אונזער פירש״י,

ווי בסגנון לשונו

(אין איין ווארט)

איז ער מרמז אן ענין פון הלכה שבתורה:

דער לשון פון רש״י איז "מזיד בלא התראה בכרת ושגגתם חטאת".

ולכאורה,

וויבאלד אז ביי כרת זאגט ער דעם לשון ״מזיד״

(ניט "זדונם"),

האט ער דאך אויך ביי חטאת געדארפט זאגן " ושוגג חטאת".

פארוואס זאגט ער ״ושגגתם״

(לשון רבים)?

נאר דערמיט איז ער מרמז אן ענין אין הלכה:

בשעת איינער טוט די צוויי עבירות פון "אוב" און "ידעוני" בהעלם אחד,

איז אין גמרא 23

פאראן א פלוגתא צי איז ער מחוייב בלויז איין חטאת אדער צוויי.

ר׳ יוחנן האלט,

וויבאלד אז ״שניהן בלאו אחד נאמרו״ — ביים לאו אל תפנו אל האובות ואל הידעונים" 24

ווערן זיי געזאגט צוזאמען "ואל הידעונים"

(און ניט "או אל הידעונים״)

— איז אויף ביידן פאראן איין חיוב חטאת.

און ריש לקיש האלט אז עס קומט אויף זיי צוויי חטאות,

ווייל ״חלוקין הן במיתה״ — ביים פסוק "מות יומתו" טיילט זיי דער פסוק אויס באזונדער "אוב או ידעוני".

און דאס איז רש״י מרמז בשינוי הלשון

(אנשטאט ״ושוגג״)

״ושגגתם״

(ל׳ רבים ),

אז אויף א שגגה פון זיי

(פון אוב וידעוני 25 )

אין אן אופן פון אוב וגו ׳

(״ או ידעוני״ — דוקא)

— קומט ״חטאת״,

ל׳ יחיד — אבער ווען עס איז אנדערש — איז אויך דער דין אנדערש: אויב "יהי׳ בהם אוב וידעוני" ער טוט זיי ביידע

(בהעלם אחד)

— איז ער מחוייב צוויי חטאות 26 .

דאס איז אויך מרומז דורך דעם וואס רש״י איז מעתיק נאר די ווערטער "כי יהי׳ בהם אוב" און איז משמיט

(און טיילט אפ)

ידעוני — בכדי צו מרמז זיין אז אוב און ידעוני חלוקין הם.

יו״ד.

ויש להמתיק וואס דוקא דא איז רש״י מרמז ענינים פון הלכה,

ועוד

(ועיקר)

: פארוואס איז ער מפרש כריש לקיש,

וואס דאס איז ניט ווי די הלכה — ווארום ר״י ור״ל איז דאך הלכה כר״י 27 ?

והמענה: דורך דער הוספת ההלכה ״ושגגתם חטאת״ ווערט אויך גלאט* 27

אן ענין אין פשוטו של מקרא:

ביי דער אזהרה אויף אוב וידעוני שטייט "אל תפנו אל האובות ואל הידעונים".

אויך ביים חיוב כרת שטייט "והנפש אשר תפנה אל האובות ואל הידעונים״.

— וואס אין די ביידע פסוקים איז "ואל" דער טייטש

(וקיצור פון)

״או אל״ 28

— איז פארוואס שטייט דא ״אוב או ידעוני״* 28 ?

איז אויך אט־דער דיוק ווערט באווארנט דורך זאגן בשינוי "ושגגתם חטאת" און דורך משמיט זיין "או ידעוני״: דאס וואס דא שטייט בפירוש ״ או ״ — חלוקין הן במיתה",

איז עס בכדי צו אפלערנען דערפון,

אז דוקא אויף "אוב" אליין אדער אויף דעם ״וגו׳ ״ —

( או ידעוני)

— אליין קומט חטאת — ל׳ יחיד — אבער אויף אוב וידעוני

(בהעלם אחד)

— קומט צוויי חטאות.

יא.

ע״פ הנ״ל וועט מען אויך פארשטיין די שייכות פון "ואיש או אשה כי יהי׳ בהם אוב או ידעוני מות יומתו גו׳ ״ — צו פ׳ קדושים,

[וואס כאמור כמה פעמים 29 ,

ווייזט אן דער נאמען פון א סדרה אויפן תוכן פון דער גאנצער סדרה,

ביז צו די סאמע לעצטע ווערטער פון איר.

ואדרבה: וויבאלד אז "נעוץ תחלתן בסופן וסופן בתחלתן" 30 ,

דריקט זיך אויס דער נאמען פון דער סדרה,

וואס איז פארבונדן און

(נאכמער)

גענומען פון איר התחלה — בפרט אין דעם סיום הסדרה],

ולכאורה,

וואס פאר א שייכות האט דער חיוב מיתה ביי אוב או ידעוני אין לעצטן פסוק — צו " קדושים " ?

די שייכות פון חיוב כרת בכלל צו "קדושים" קען מען מבאר זיין ע״פ מ״ש הרמב״ם 31

אז מסכת כריתות איז אריינגעשטעלט געווארן אין סדר קדשים ווייל "כל שזדונו כרת שגגתו חטאת",

און חטאת איז דאך א קרבן — אן ענין פון קדשים.

אזוי איז אויך,

וויבאלד אז כריתות האט צו טאן מיט "קדשים",

האט עס א שייכות צו "קדושים".

וואס איז אבער די שייכות צווישן דעם חיוב מיתה

(שבסוף הסדרה)

צו קדושים?

וע״פ האמור לעיל,

אז אין דעם פסוק לערנט מען אויך דעם חיוב חטאת און נאכמער,

פון דעם וואס דער חיוב מיתה ביי אוב און ידעוני איז געזאגט געווארן באזונדער — אוב או ידעוני — לערנט מען אפ אז עס קומט דערויף צוויי חטאות — קדשים לשון רבים איז פארשטאנדיק ווי אויך דער לעצטער פסוק איז פארבונדן מיט "קדושים".

יב.

און דא זעט מען אויך א דבר פלא,

ווי דער לעצטער פסוק פון דער סדרה האט א שייכות מיטן לעצטן ענין וואס רעדט זיך אין לקו״ת פון היינטיקער סדרה:

אין דעם מאמר ד״ה והדרת פני זקן

(וואס דער פסוק שטייט גלייך נאכן פסוק אל תפנו אל האובות ואל הידעונים גו׳),

זאגט דער אלטער רבי,

אז יעדער איינער דארף וויסן און חוקק זיין אין זיין מוח הזכרון גאנץ תורה.

נאר היות אז "מחמת צוק העתים וכו׳ " איז עס דאך זייער א שווערע זאך,

זאל ער לפחות זיך משתדל זיין צו חוקק זיין במוח הזכרון "ה׳ חומשי תורת משה״ און אין תושבע״פ — סדר קדשים

(ששייך לפ' קדושים,

כנ״ל)

"הנקרא חכמה בדברי רז״ל 32 ,

ומכפר עוונותיו של אדם כמ״ש האריז״ל".

(משיחת ש״פ קדושים תשכ״ה)

Reader controls and commentary are loading.