א.
ווען דער פסוק 1
רעדט וועגן דעם שכר פאר ניט עסן די פירות פון די ערשטע דריי יאר ערלה און פאר דעם ברענגען די פירות פון דעם פערטן יאר 2
צו עסן זיי אין ירושלים,
זאגט ער דעם לשון "ובשנה החמישית גו' להוסיף
(למ"ד בתחלתה)
לכם תבואתו" – אז די כונה און דער תכלית פון די מצוות איז,
די הוספת התבואה וואס וועט זיין בשנה החמישית 3 .
דערפון איז פארשטאנדיק
(בפנימיות הענינים 4 ),
אז די פירות פון דעם פינפטן יאר האבן אין זיך א מעלה ניט בלויז לגבי די פירות פון די ג' שני ערלה וועלכע זיינען אסור
(וואס זייער חיות איז
(ווי אלע דברים האסורים)
פון שלש קליפות הטמאות לגמרי 5 ),
נאר אפילו לגבי די פירות פון שנה הרביעית – כאטש זיי זיינען
(ניט בלויז מותרים באכילה,
נאר נאכמער –)
"קדש הלולים להוי'",
וואס צוליב דער מעלה פון פירות השנה החמישית,
באשטייט דער תכלית פון דער מצוה "ובשנה הרביעית גו'" 2
– אין דעם וואס "ובשנה החמישית גו'".
און ווי דער אלטער רבי איז מבאר אין לקוטי תורה 6 ,
אז די פירות פון די ערשטע דריי יאר זיינען כנגד די ג' עולמות בריאה־יצירה־עשיה
(וואס פון זיי קען זיין א יניקה צו די ג' קליפות הטמאות 7 )
; "בשנה הרביעית" – כנגד עולם האצילות
(וואס די ד' עולמות אצילות־בריאה־יצירה־עשיה זיינען כנגד די ד' אותיות פון שם הוי' 8 )
; און "ובשנה החמישית גו' להוסיף לכם תבואתו" – איז דער "תוספת האור הנמשך מקוצו של יו"ד דשם הוי'",
וואס איז העכער אויך פון דעם יו"ד.
און ווי ער זאגט אין לקוטי תורה 6
"והוא בחינת הכתר".
דארף מען פארשטיין: ווי קומט עס אז די פירות פון שנה הרביעית,
מוז מען עסן נאר בירושלים און זיי זיינען "קדש הלולים להוי'",
אבער די פירות פון שנה החמישית – וואס האבן אין זיך א העכערע מעלה פון די פירות דשנה הרביעית – האבן ניט אין זיך קיין קדושה,
און מ'מעג זיי עסן בכל מקום ואפילו בטומאה?
ב.
וועט מען דאס פארשטיין בהקדים דעם סיפור פון בעל שם טוב,
וואס דער רבי דערציילט אין מאמר דבור המתחיל ואתה קדוש יושב תהלות ישראל 9 .
וזה לשון המאמר:
דער הייליגער בעל שם טוב ווען ער איז נאך געווען א נסתר און האט געוואנדערט פון שטאדט צו שטאדט און פון דארף צו דארף איז ביי דעם הייליגען בעל שם טוב געווען איינע פון זיינע עבודות הקדש צו פרעגן ביי יעדער אידן,
מענער און פרויען,
אלט און יונג,
ווי עס גייט זיי אין געזונט ..
אין פרנסה,
און איז זייער געווען צופרידען צו הערען די אים ליבע ענטפערס וואס די אידען,
מענער,
פרויען און קינדער פלעגן אים ענטפערן מיט פארשידענע ג־ט לויבענישן אויסשפראכן,
ברוך השם,
געלויבט השם יתברך ..
איין מאל האט פאסירט אז דער רבי דער בעל שם טוב איז געקומען אין א געוויסן ישוב,
האט דער רבי דער בעל שם טוב זיך געפירט מיט זיין הייליגען דרך אין עבודת השם יתברך אויף מזכה צו זיין די אידן,
מענער,
פרויען און קינדער,
מיט דעם גרויסען זכות וואס זיי לויבען ג־ט ברוך הוא'ס הייליגען נאמען.
אין יענעם ישוב איז געווען א איד א גאר טיפער זקן א גרויסער תלמיד חכם,
א פרוש פון אלע וועלטליכע זאכן.
שוין איבער א יובל,
פופציג יאר,
אז ער זיצט יומם ולילה און לערנט די הייליגע תורה בפרישות ובקדשה.
אלע זיינע יארן איז ער א יושב בתענית אין טלית ותפלין ביז שפעטיגער מנחה און ערשט נאך תפלת ערבית איז ער טועם א שטיקעל ברויט מיט וואסער.
ווען דער רבי דער בעל שם טוב איז אריינגעגאנגען צו דעם גאון אין דער פרישות שטיבעל וואס איז געווען אין א ווינקעל פון דער שוהל האט דער רבי דער בעל שם טוב געפרעגט ביי דעם גאון ווי גייט עס אים אין געזונט,
צי האט ער זיין הצטרכות און הספקה,
דער גאון האט זיך אויף דעם רבי'ן,
וועלכער איז געווען געקליידעט ווי א פשוט'ער דארפסמאן,
ניט אומגעקוקט,
דער רבי האט עטליכע מאל געפרעגט די פראגען ביז דער גאון איז געווארן זייער בייז און מאכט צום רבי'ן מיט דער האנט אנווייזענדיג אויף דער טיר אז ער זאל אוועקגיין.
זאגט דער רבי דער בעל שם טוב צום גאון,
רבי פארוואס גיט איר ניט דעם כביכול זיין פרנסה כו' 10 .
הערענדיג די דאזיגע רייד איז דער גאון געבליבן ווי צעטומעלט.
עפעס א איד א דארפסמאן רעדט וועגען דעם כביכול אז מען דארף דעם כביכול געבען פרנסה און אזוי ווייטער.
דער רבי דער בעל שם טוב האט דערקענט די מחשבות פון דעם גאון,
זאגט ער צו אים,
די אידען זיצען אויף דער פרנסה וואס השם יתברך גיט זיי,
אויף וואס פאר א פרנסה זיצט דער כביכול,
דאס זאגט אונז דוד המלך אין תהלים ואתה קדוש און דו הייליגער אויף וואס פאר א פרנסה זיצסטו,
יושב תהלות ישראל,
דער כביכול זיצט אויף די אידישע לויבונגען וואס אידען לויבען אים ברוך הוא פאר דעם געזונט און פרנסה וואס ער ברוך הוא גיט זיי.
און פאר די לויב ווערטער וואס אידען לויבען השם יתברך גיט ער ברוך הוא זיי בני חיי ומזוני רויחא.
ג.
דארף מען פארשטיין: אמת טאקע אז בכדי דער "ואתה קדוש"
[וואס מצד עצמו איז ער קדוש ומבדל פון עולמות]
זאל זיין "יושב
[דאס הייסט ער זאל נמשך ווערן למטה,
וואס די המשכה ווערט אנגערופן "בשם ישיבה כמו היושב שמשפיל קומתו" 11 ],
דארף זיין די עבודה פון אידן – אבער,
לכאורה,
קען מען דאס אויפטאן אויך דורך לימוד התורה 12 ,
היינט פארוואס האט דער בעל שם טוב געזאגט צום גאון,
וועלכער האט געלערנט תורה יומם ולילה במשך פון איבער א יובל 13
יארן,
"פארוואס גיט איר ניט דעם כביכול זיין פרנסה כו'" – ובפרט אז אויך דאן,
בעת דער בעל שם טוב האט אים דאס געזאגט,
האט ער געהאלטן אינמיטן לערנען?
ואפילו אז מ'וועט שוין מבאר זיין אז דער "ואתה קדוש" טוט זיך אויף דוקא דורך "תהלות ישראל" – האט דאך דער בעל שם טוב געקענט מעורר זיין דעם גאון ער זאל לויבן דעם אויבערשטן אויף דעם וואס ער לערנט "בפרישות ובקדושה".
פארוואס האט ער אים געדארפט פרעגן וועגן ענינים גשמיים
(געזונט וכו')?
נאר דער ביאור אין דעם איז:
דער תכלית כונת הבריאה איז,
עס זאל זיין א דירה לו יתברך בתחתונים 14 ,
אז פון די נידעריקע ענינים זאל מען מאכן א דירה צום אויבערשטן.
און אט די "דירה" ווערט אויפגעטאן
[בעיקר – דורך עבודת האדם בתחתונים,
ניט אזוי דורך לימוד התורה,
אדער דורך לויבן דעם אויבערשטן פאר לימוד התורה – ווייל לימוד התורה איז בעיקר שייך צו דעם "עליון" וואס איז דא בא א אידן,
צו דער נפש האלקית – נאר]
דורך לויבן דעם אויבערשטן "פאר געזונט און פרנסה" – ענינים וועלכע זיינען שייך צום גוף און נפש החיונית 15
: דורך דעם וואס אידן "דערהערן" אז
(אויך)
זייערע גשמיות'דיקע צרכים קומען פון אויבערשטן און זיי לויבען אים דערפאר – דורך דעם מאכט מען א דירה לו יתברך בתחתונים.
און דעריבער,
ווען דער בעל שם טוב האט געזען ווי דער גאון זיצט אין א פרישות־שטיבל,
אפגעשיידט פון אלע וועלטליכע זאכן,
ניט האבנדיק צו טאן מיט זיין גוף,
נפש הבהמית וחלקו בעולם – מיט "תחתונים"
(ווארום דאס וואס ער האט געגעסן איז געווען בלויז להכרח קיומו,
ער האט זיך אבער ניט אפגעגעבן מיט מברר זיין דעם גוף,
נפש הבהמית וחלקו בעולם),
האט ער אים געזאגט "פארוואס גיט איר ניט דעם כביכול זיין פרנסה" 16
עס זאל מקוים ווערן דער נתאוה הקדוש ברוך הוא להיות לו יתברך דירה בתחתונים.
און דערפאר האט דער בעל שם טוב געזאגט,
אז "דער כביכול זיצט אויף די אידישע לויבונגען וואס אידען לויבן אים ברוך הוא פאר דעם געזונט און פרנסה וואס ער ברוך הוא גיט זיי" 17 .
ד.
על פי הנ"ל וועט מען אויך פארשטיין ווי דער תכלית העילוי איז נאך ניט אין די פירות פון שנה הרביעית – וועלכע זיינען קדש און נאכלין לפנים מן החומה,
נאר אין די פירות פון שנה החמישית 18
הנאכלין בכל מקום ואפילו בטומאה י19
:
דורך דעם וואס א איד ווייס,
אז אפילו די פירות וועלכע זיינען ניט "קדש",
אויך זיי זיינען תלוי בברכת ה'
[ער זעט בעיני בשר דעם "להוסיף",
די הוספה אין דער תבואה וואס דער אויבערשטער האט אים געגעבן],
ובמילא לויבט ער זיכער דעם אויבערשטן אויף דעם 20
– אט דער הילול לה',
איז די "תהלות ישראל" וועלכע זיינען גורם דעם "ואתה קדוש יושב",
אז דער "ואתה" – וואס גייט אויף עצמות כא
– "קדוש" ומובדל,
איז "יושב"
(ונמשך למטה)
בדירה בתחתונים.
(משיחת ש"פ קדושים תשכ״ה)