א.
אין היינטיקער סדרה,
לאחרי ווי דער פסוק דערציילט אלע פרטי הציוויים — וועגן דעם סדר העבודה פון יום הכפורים — וואס דער אוי־ בערשטער האט געזאגט צו משה׳ן ער זאל זיי איבערגעבן צו אהרן׳ען,
איז ער מסיים 1
: "ויעש כאשר צוה ה׳ את משה".
שטעלט זיך רש״י אויף "ויעש כאשר צוה ה׳ וגו׳",
און איז מפרש: כשהגיע יום הכפורים עשה כסדר הזה,
ולהגיד שבחו של אהרן שלא הי׳ לובשן 2
לגדולתו אלא כמקיים גזירת מלך.
זאגן מפרשים 3 ,
אז רש״י איז דא אויסן צוויי באזונדערע זאכן: מיט די ווערטער "כשהגיע יוהכ״פ עשה כסדר הזה" איז ער מפרש,
אז "ויעש כאשר צוה גו׳" איז געווען ניט גלייך נאך דעם ווי ער איז נצטווה געווארן —
(וואס דער ציווי איז געווען "אחרי מות שני בני אהרן")
ד.
ה.
ר״ח ניסן אדער עכ״פ בסמיכות 4
צו ר״ח ניסן,
און די עשי׳ האט ניט געקענט זיין פאר יוהכ״פ; און מיט "ולהגיד שבחו כו׳" איז רש״י מפרש וואס קומט דער פסוק בכלל אונז צו לאזן הערן מיט "ויעש גו׳" 5 .
עפ״ז איז אבער ניט מובן 8
:
א)
בדרך כללי,
ווען רש״י איז מפרש אין א געוויסן ווארט צוויי באזונדערע ענינים,
טיילט ער איין זיין פירוש אין צוויי דיבורים
(דורך מעתיק זיין נאכאמאל דעם לשון הפסוק פארן צווייטן ענין).
היינט פאר־ וואס אין אונזער פסוק איז רש״י כולל צוויי באזונדערע ענינים — דעם זמן פון "ויעש" און דעם חידוש פון ״ויעש״ — אין איין און דעם זעלבן דיבור המתחיל?
ב)
יתרה מזו: דער ערשטער ענין
(דער זמן)
באציט זיך צום ווארט ויעש ,
דער צווייטער ענין
(דער חידוש)
— באציט זיך אויף׳ן גאנצן סיום הפסוק — האבן דאך געוויס געדארפט זיין צוויי באזונדערע ד״ה.
ג)
פריער שטייט א פסוק מפורש וועגן די אלע ענינים וואס שטייען אין דער פרשה,
אז זיי דארפן געטאן ווערן "בחדש השביעי בעשור לחדש" 8 .
איז דאך מובן מעצמו ,
אז אהרן האט עם געטאן ביום הכפורים.
וואס־ זשע איז רש״י מחדש מיט זיין פירוש "כשהגיע יום הכפורים"?
ד)
ע״פ הנ״ל אז בתחלת פירושו איז רש״י מפרש בלויז דעם זמן ה־ עשי׳ — האט ער דאך געדארפט זאגן בלויז "כשהגיע יוהכ״פ".
צוליב וואס איז ער מוסיף די ווערטער "עשה כסדר הזה"?
מוז מען זאגן,
אז אויך מיט די ווערטער איז ער מבאר וואס ס׳איז דער אויפטו אין "ויעש"
[ווארום אויך דאס וואס "עשה כסדר הזה" איז א חידוש].
אבער דאס גופא פאדערט ביאור: מהיכי תיתי זאל מען וועלן מייגען אז אהרן האט געטאן אן אנדער סדר עבודה — ניט "כאשר צוה ה׳ את משה",
ביז אז דער פסוק זאל דארפן מחדש זיין ״עשה כסדר הזה״ 9 ?
ועוד זאת: וויבאלד אז רש״י נעמט אן אז "עשה כסדר הזה" איז יע א חידוש,
קען ער דאך לכאורה לערנען אז דער גאנצער חידוש אין פסוק באשטייט בלויז אין דעם וואס "עשה כסדר הזה".
וואס איז רש״י מוסיף — און פון וואנעט נעמט ער דאס — אז דער פסוק קומט אויך "להגיד שבחו כו׳ שלא הי׳ לובשן לגדולתו כו׳״ ?
און אזוי קען מען אויך פרעגן לאידך גיסא: וויבאלד אז רש״י לערנט אז דער פסוק "ויעש גו׳ " קומט "להגיד שבחו כו׳״ — צוליב וואס דארף ער אויך זאגן
(או מאין הראי׳ אז)
"עשה כסדר הזה"?
ב.
איז דער ביאור בכל זה:
די גאנצע פרשה
(אנהויבנדיק פון תחלת הסדרה),
כולל אויך "והיתה זאת לכם לחקת עולם גו׳״ — די התחלה פון אונזער פסוק,
איז געזאגט געווארן
(כנ״ל סעיף א׳)
בסמיכות צו ר״ח ניסן.
ובמילא וואלט געווען אן ארט צו זאגן,
אז אויך דער "ויעש גו"׳ וואס שטייט אין זעלבן פסוק מיט "והיתה זאת גו׳ אחת בשנה",
איז געווען גלייך נאכן ציווי אויף דעם
(און ניט ב־ יוהכ״פ — א האלב יאר שפעטער.
ובפרט אז אויך די פרשות שלאחרי ׳,
"וידבר גו׳ איש איש גו׳" ביז אנהייבס במדבר,
זיינען געזאגט געווארן אין דעם זמן ביז באחד בחודש השני — א משך זמן פאר יוכ״פ)
;
און הגם ס׳איז ניט שייך צו זאגן אז אהרן זאל בפועל טאן דעם ציווי פאר יוכ״פ — וועט מען אבער לער־ נען,
אז מיט "ויעש" דא מיינט מען אז אהרן האט מקבל געווען אויף זיך צו טאן די עבודה — בדוגמת "וילכו ויעשו" וואס שטייט אין פ׳ בא 10
— און דאס איז טאקע געווען באלד ווי ער האט געהערט דעם ציווי
— דערפאר איז רש״י מפרש "כשהגיע יוהכ״פ",
וואס דערמיט איז ער מחדש אז דער פירוש "ויעש" דא איז כפשוטו,
און ניט ווי אין פ׳ בא.
און רש״י׳ס הכרח דערצו
(כאטש אז לפ״ז קומט אויס אז דער זעלבער פסוק רעדט וועגן צוויי באזונדערע זמנים),
איז מובן בפשטות : אין פ׳ בא 10
איז דער פסוק מחדש מיטן לשון ״ויעשו״ — "מכיון שקבלו עליהם מעלה עליהם הכתוב כאילו עשו".
אבער לאחר ווי דער פסוק זאגט עס שוין אין פ׳ בא,
פארשטייט מען שוין ממילא אז אויך אהרן — מכיון שקיבל עליו כאילו עשה.
איז וואס דארף עס אונז דער פסוק דערציילן 11 ?
דעריבער לערנט רש״י "כשהגיע יוהכ״פ״,
און דער פירוש פון "ויעש" דא איז כפשוטו* 11
.
פרעגט אבער דער תלמיד: אויך לוימן פירוש "ויעש" כפשוטו איז דאך שווער: — וואס איז דער חידוש אין דעם וואס אהרן האט געטאן "כאשר צוה ה׳ וגו׳" 12 ?
דערפאר איז רש״י ממשיך "עשה כסדר הזה ולהגיד שבחו כו׳",
אז לויט דעם פירוש איז יע פאר־ שטאנדיק דער חידוש,
ווייל דער פסוק איז דא אויסן צוויי זאכן:
(א)
"עשה כסדר הזה",
און
(ב)
"להגיד שבחו כו׳ שלא הי׳ לובשן לגדולתו אלא כמקיים גזירת מלך".
והביאור בזה:
ג.
אויפן פסוק "ובא אהרן אל אהל מועד" 13 ,
זאגט רש״י "אמרו רבותינו שאין זה מקומו של מקרא זה ..
כל הפרשה כולה נאמרה על הסדר חוץ מביאה זו כו׳".
און דאס איז טאקע דער פסוק דא ביי אונז מחדש מיט "ויעש כאשר צוה ה׳ וגו׳ — עשה כסדר הזה ",
אז אהרן האט עס געטאן מיט דעם סדר וואס
(איך — רש"י האב דיר געזאגט,
וואס)
שטייט שוין פריער אין פירוש רש״י — אע״פ אז משה רבינו האט אים געזאגט 14
די ציוויים אין אן אנדער סדר,
אין דעם סדר ווי זיי שטייען אין תורה.
אבער דערמיט קען רש״י ניט ענ־ דיקן פירושו,
ווארום ס׳איז,
לכאורה,
היפך פשוטו של מקרא: דער חידוש אין "עשה כסדר הזה" לפי זה איז,
אז אהרן האט געטאן ניט אין דעם סדר ווי דער אויבערשטער האט גע ־ זאגט צו משה׳ן.
היינט ווי קען מען זאגן דערויף " ויעש כאשר צוה ח׳ את משה ״ 15 ?
דערפאר זאגט רש״י "ולהגיד שבחו כו׳ כמקיים גזירת מלך",
אז דאס וואס ביי "ויעש" — וואס זיין אויפטו איז ״עשה כסדר הזה ״ — זאגט דער פסוק דעם לשון "כאשר צוה ה׳ וגו'",
איז דער עיקר והדגשה ניט אין "כאשר" נאר אין "צוה",
דערמיט וויל ער זאגן אז אהרן האט עס געטאן בלויז מצד דעם וואס ״צוה ה׳״ — "כמקיים גזירת מלך".
ד.
אבער רש״י וויל אויך ניט לערנען אז מיט "ויעש גו׳" מיינט דער פסוק צו דערציילן נאר "שלא הי׳ לובשן לגדולתו כו׳",
ווייל דער שבח פאסט
[לפי שיטת רש״י 16 ]
בלויז אויף דעם ענין פון לבישת הבגדים — ווי רש״י זאגט "שלא הי׳ לובשן לגדולתו״ — מצד דעם וואס די בגדי כהונה זיינען "לכבוד ולתפארת" 17 ,
אבער ניט אויף די אנדערע ציוויים שבפרשה.
און היות אז מיט "ויעש" ווערן דאך געמיינט אלע ציוויים 18
פון דער פרשה,
דעריבער לערנט רש״י אז דער עיקר פירוש פון ויעש איז עשה —
(אלע ציוויים)
בסדר הזה 19 .
נאר דער לשון "כאשר צוה" קומט — "להגיד 20
שבחו כו׳ כמקיים גזירת מלך".
ה.
נאך א טעם פארוואס מ׳קען ניט לערנען אז "ויעש גו׳" מיינט נאר "להגיד שבחו כו'",
וועט מען פארשטיין בהקדים:
בשעת רש״י איז מפרש שבחו של אהרן אז ער האט אנגעטאן די בגדים ניט לגדולתו,
זאגט ער דעם לשון "שלא הי׳ לובשן לגדולתו"
(און ניט ווי אין תו״כ — "שלא הי׳ לובש בגדים״ 21 ).
ד.
ה.
אז ער האט זיי — די בגדים וואס שטייען אין דער פרשה 22
— ניט אנגעטאן לגדולתו.
וואס דערמיט מיינט ער ארויסצו־ ברענגען,
אז
(דאס וואס די שמונה בגדים
(וועלכע: א)
ער האט אנגע־ טאן א גאנץ יאר און ב)
זיי זיינען כולל אויך בגדי זהב)
האט ער אנ־ געטאן ניט לגדולתו — איז דערביי ניטא קיין חידוש און ניט אין דעם באשטייט שבחו של אהרן.
אבער)
דאס וואס די בגדי לבן
(של יוהכ״פ)
האט ער אנגעטאן ניט לגדולתו — ד אס איז שבחו של אהרן.
דארף מען פארשטיין: בגדי זהב זיינען דאך לכאורה מער חשוב ווי בגדי
(לבן)
בד 23
[ ווי מען זעט עס אויך דערפון וואס בא דעם ציווי אויף בגדי כהונה " לכבוד ולתפארת " רעכנט דער פסוק 24
די בגדי זהב פאר די בגדי שש
(בד)].
איז פארוואס זאל זיין דער חידוש און שבח "שלא הי׳ לובשן לגדולתו" אין די בגדי לבן מער ווי אין די בגדי זהב 25 ?
און פארוואס נאר די בגדי לבן דיוהכ״פ?
איז דער ביאור אין דעם:
בנוגע צו די בגדי זהב,
האט מל־ כתחלה ניט געקענט זיין קיין קס״ד אז אהרן טוט זיי אן לגדולתו
(צוליב זיין גדולה,
ניט צוליב גדולה — כבוד ותפארת — פון כהונה גדולה בכלל)
— ווארום די זעלבע בגדים האט דערנאך געקענט אנטאן
(ער אליין — ווען ער שטייט אין אן אנדערע דרגא,
אדער)
דער כה״ג וואס נאך אים
(כאטש ער שטייט אין א נידעריקערע מדריגה).
איז במילא קלאר,
אז דאס איז ניט לגדולתו
(של אהרן)
; דאס זעלבע — בנוגע די בגדי לבן פון א גאנץ יאר;
משא״כ די בגדי לבן וואס ער האט אנגעטאן ביוהכ״פ,
וויבאלד אז
(ווי רש״י זאגט פריער 26
)
"לא ישתמש באותן ארבעה בגדים ליום כפורים אחר",
קען ער דאך במילא טראכטן: אויב די בגדים זיינען נוגע צום ענין פון כהונה גדולה בכלל
(אדער בכלל צו דער עבודה פון יוהכ״פ וכיו״ב)
פארוואס טאר ער ניט אנטאן בשנה הבאה די זעלבע בגדים וואס ער האט געטראגן דעם פריערדיקן יאר?
איז דאך דערפון לכאורה געדרונגען,
אז די בגדים זיינען לגדולתו,
און היות אז א מענש ווערט נשתנה מזמן לזמן
(משנה לשנה),
דארף ער דערי־ בער האבן יעדן יאר אנדערע בגדי בד ביוהכ״פ 27
— און אויף דעם דערציילט דער פסוק שבחו של אהרן,
אז אויך די בגדי לבן וואס ער האט געביטן פון יאר צו יאר — "לא הי׳ לובשן לגדולתו כו׳".
ו.
וע״פ כל הנ״ל מובן בפשטות וואס רש״י וויל ניט לערנען אז מיט "ויעש" מיינט דער פסוק נאר דעם חידוש "שלא הי׳ לובשן לגדולתו":
דער שבח "שלא הי׳ לובשן כו׳",
איז דאך בעיקר ביים צווייטן יוכ״פ,
ווען מ׳וועט זעהן 28
אז ער טוט אן נייע בגדים.
אבער דער פירוש הפשוט פון "ויעש גו"׳ איז,
אז דאס
(מיט אלע ענינים וואס אין דעם)
איז געווען "כשהגיע יום הכפורים״ — גלייך ביים ערשטן יוכ״פ.
דעריבער לערנט רש״י אז דער עיקר הפירוש פון "ויעש" איז "כשהגיע
(דער ערשטער)
יום הכפורים עשה כסדר הזה".
נאר דאס וואס עס שטייט דער לשון "כאשר צוה ה׳ וגו׳" איז — להגיד שבחו של אהרן שלא הי׳ לובשן לגדולתו אלא כמקיים גזירת מלך".
(משיחת ש״פ אחרי תש״ל)