B"H
🏡

Ikar

מצורע א

א.

דער נאמען פון היינטיקער סדרה,

ווי זי ווערט גערופן אין ראשונים — דער רס״ג 1 ,

רש״י 2

און דער רמב״ם 3

— איז "זאת תהי׳".

אבער אין די שפעטערדיקע דורות איז מנהג ישראל

(תורה הוא),

צו רופן זי מיטן נאמען "מצורע" 4 .

דארף מען פארשטיין: "מצורע" איז דאך אן ענין בלתי רצוי 5 .

ולכאורה פאסט ניט צו רופן א סדרה אין תורה מיט אזא נאמען.

ובפרט נאך,

אז פריער האט זי טאקע געהייסן מיט אן אנדער נאמען,

און

(ס׳קומט אויס אז)

בדורות האחרונים האט מען איבערגעביטן איר פריערדיקן נאמען צו רופן זי מיט א נאמען בלתי רצוי 6 ?

!

ב.

צו פארשטיין דאס,

דארף מען פריער מקדים זיין דעם ביאור לשון הפסוק "זאת תהי׳ תורת המצורע גו׳ והובא אל הכהן".

וואס אין דעם איז ניט מובן:

א)

ער זאגט דאך שפעטער "ויצא הכהן אל מחוץ למחנה",

אז דער כהן האט געדארפט ארויסגיין צום מצורע — איז וואס מיינט " והובא אל הכהן"

(דער מצורע 7

האט דאך ניט געטארט אריינקומען צום כהן,

ער מוז דאך זיין מחוץ לג׳ מחנות) 8 ?

ב)

פארוואס שטייט

(ניט " ובא אל הכהן״,

נאר)

״ והובא אל הכהן״ — ער זאל געבראכט ווערן צום כהן — וואס דער לשון ווייזט אז זיין קומען צום כהן איז בעל כרחו 9

?

בנוגע די ערשטע שאלה,

ווילן מפרשים ענטפערן 10

אז "והובא אל הכהן" מיינט,

אז בלייבנדיק מחוץ למחנה זאל דער מצורע אבער צוקומען ביז צום סאמע־גרעניץ פון מחנה ישראל,

בכדי צו פארשפארן דעם כהן א טרחא — ער זאל ניט דארפן גיין ווייט מחוץ למחנה צום ארט פון מצורע.

דער פירוש איז אבער ניט מובן 11

: בשעת דער מצורע דארף ארויסגיין מחוץ למחנה,

איז ער מלכתחילה כלל ניט מחוייב צו דערווייטערן זיך.

ער מוז טאקע ארויסגיין מחוץ לג׳ מחנות — אבער ער מעג פארבלייבן גאנץ נאענט צום גבול פון מחנה ישראל 12 .

און וויבאלד אז דער לשון "והובא" גייט אויף יעדן מצורע,

ניט דוקא אויף אזא וואס איז אוועק ווייט פון קצה המחנה,

נאר אויך אויף דעם וואס געפינט זיך לעבן מחנה ישראל — פאסט דאך ניט אויף אים דער לשון "והובא".

ג.

איז דער ביאור אין דעם — בפנימיות הענינים:

רש״י 13

זאגט דעם טעם פארוואס א מצורע דארף זיין "בדד",

ווייל "הבדיל בלשון הרע ..

בין איש לרעהו אף הוא יהא* 13

נבדל" 14 .

ועפ״ז יש לומר,

אז דאס וואס דער מצורע דארף זיך געפינען "מחוץ לשלש מחנות",

אפילו חוץ פון מחנה ישראל,

איז עס מצד דעם וואס ער האט א שייכות צו

(קליפת מדין 15 ,

מלשון)

מדון ומריבה 16

(ווארום כנ״ל,

"הבדיל כו׳"),

און דאס איז דער היפך פון כללות ענין הקדושה

(וואס ענינה 17

איז אחדות והתכללות) 18

; און דעריבער קען ער זיך ניט געפינען אפילו אין מחנה ישראל — די נידעריקסטער מדריגה פון מחנות הקדושה.

[נאך מער: כשם ווי ס׳זיינען פאראן ג׳ מחנות אין קדושה,

אזוי זיינען אויך פאראן ג׳ דרגות

(מחנות)

אין ״לעומת זה״ להבדיל — וכמש״נ: וישלחו 19

מן המחנה כל צרוע וכל זב וכל טמא לנפש.

אין זיי זיינען דא ״טמאים אחרים״ און מצורע — איז דער דין: בדד ישב — שלא יהיו טמאים אחרים יושבים עמו 20

דער מצורע דארף זיין מחוץ אפילו פון די מחנות טמאים אחרים.

און דער טעם דערויף איז: די וואס ריידן לשון הרע,

קומען סו״ס "לדבר 21

באלקים וכופרין בעיקר* 21 .

ובמילא,

זיינען זיי נאך ערגער אפילו פון ס״א וקליפה הנקראת ע״ז,

וואס זיי זיינען מודה אין דעם אויבערשטן נאר זיי רופן אים 22

"אלקא דאלקייא״ 23 ].

אבער אעפ״כ,

פסק׳נט דאך דער אלטער רבי אפ — סיי אין נגלה דתורה 24

סיי אין פנימיות התורה 25

— בנוגע צו יעדער אידן,

יהי׳ מי שיהי׳,

אז ״ בודאי סופו לעשות תשובה" — ווארום "לא 26

ידח ממנו נדח",

דעריבער זאגט דער פסוק "והובא

(ל׳ הבטחה לעתיד)

אל הכהן",

אז אפילו אזא וואס געפינט זיך מחוץ לג׳ מחנות,

איז דער אויבערשטער מבטיח אז סוכ״ס וועט ער געבראכט ווערן צום "כהן".

און היות אז די הבטחה וואס "בודאי סופו לעשות תשובה" איז אפילו צו אזא וואס מצד ענינו האט ער ניט אפילו קיין רצון צו טאן תשובה; און נאך מער,

אפילו צו אזא וואס זיין רצון איז פארקערט : "העולה על רוחכם ..

נהי׳ כגוים גו׳" 27 ,

פונדעסטוועגן איז "ביד חזקה גו׳ אמלוך עליכם" 28

— דעריבער שטייט " והובא

(ל׳ ציווי)

אל הכהן״,

והובא — בעל כרחו .

ד.

אע״פ אז די סיבה צו דער התעוררות התשובה איז

[ ניט דער מצב פון דעם מענטשן,

נאר]

די הבטחה פון דעם אויבערשטן ,

וואס "לא ידח ממנו נדח״ — וואס דעריבער קומט זי אפילו צו אזא וואס דארף אנקומען צו "ביד חזקה גו׳ אמלוך עליכם".

וויל אבער דער אויבערשטער,

אז די התעוררות התשובה זאל סוף סוף דערנעמען דעם אידן אין א פנימיות — און דערפאר האט דער אויבערשטער איינגעשטעלט,

אז דער ענין פון "ביד חזקה גו'" זאל סוכ״ס פועל׳ן אויף די כחות הנפש פון דעם אידן גופא,

אז זיין תשובה זאל זיין מצד זיינע כחות — זיין רצון,

שכל,

הרגש וכו׳.

און דאס איז דער ביאור וואס פריער זאגט דער פסוק "והובא אל הכהן" און דערנאך "ויצא הכהן אל מחוץ למחנה וגו׳״:

די התחלה פון "טהרת המצורע"

(תשובה)

קומט דורך א גילוי אור מלמעלה,

וואס איז ניט שייך צום מצב ומקום רוחני פון דעם מצורע און צו זיין רצון — און דאס מיינט "והובא אל הכהן",

אז ער ווערט ארויסגעפירט פון זיין מקום ומצב און ווערט געבראכט צום "כהן" היפך רצונו;

אבער דערנאך דארף זיין "ויצא הכהן אל מחוץ למחנה גו׳",

אז די התעוררות דארף נמשך ווערן אין דעם ארט

(גשמי ורוחני — היינו)

מדריגה וואו דער מצורע געפינט זיך — בכדי אז זיין "טהרה" זאל קומען ניט בלויז מצד דעם "כהן",

נאר אויך מצד דעם "מצורע" אליין ,

מצד זיין רצון און שכל וכו׳ 29 .

און דורך דעם וואס די טהרה ווערט אויפגעטאן אויך מצד דעם מקום פון דעם ״מצורע״ גופא — מחוץ למחנה,

אז אויך די זדונות ווערן נהפך לזכיות 30 ,

ווערט ער דאן העכער פון א צדיק גמור וואס איז קיינמאל ניט געווען "חוץ למחנה" 31 .

ה.

ע״פ כל הנ״ל וועט מען אויך פארשטיין וואס בדורות הראשונים האט די סדרה געהייסן "זאת תהי׳" און בדורות האחרונים ווערט זי גערופן ״מצורע״:

די אמיתית הענין פון "אתהפכא חשוכא לנהורא",

אז דער חשך גופא זאל נהפך ווערן לאור 32 ,

וועט ערשט זיין לעתיד לבא 33 .

ווייל דאן וועט זיין גילוי העצמות,

וואס נאר מצד אים 34

(וואס לגבי אים איז אור וחשך בשוה)

קען זיין אט דער אופן פון "אתהפכא" 35 .

און דערפאר איז בדורות הראשונים,

ווען מ׳איז נאך געווען "ווייט" פון דעם גילוי דלעתיד,

און עס האט נאך ניט מאיר געווען דער "ויצא הכהן אל מחוץ למחנה גו״׳ — אז די טהרת המצורע זאל קומען מצד דעם מצורע גופא — און בגילוי איז דאן געווען בלויז דער "והובא אל הכהן 36 ,

האט מען דאן נאך ניט גערופן א סדרה בתורה מיטן נאמען "מצורע",

ווייל בשעת די טהרת המצורע קומט מצד גילוי אור מלמעלה און ניט מצד זיין ענין גופא,

איז דער מצורע — מצד זיין ענין — ניט נהפך געווארן צו תורה אור;

נאר היות ווי מען האט געוואוסט אז לע״ל וועט דער חשך גופא נהפך ווערן לאור,

האט מען אנגערופן די סדרה ״זאת 37

תהי "׳,

אז לע״ל וועט זיין ״ תורת המצורע״ — דער מצורע וועט ווערן "תורה".

אבער

(א)

די ווערטער "תורת המצורע" זיינען ניט אריינגענומען געווארן

(בפירוש)

אין דעם נאמען פון דער סדרה,

און "זאת תהי׳" איז בלויז מרמז אויף "תורת המצורע",

(ב)

אין דעם נאמען "זאת תהי "׳ לשון עתיד ,

איז מען מדגיש,

אז ס׳איז אן ענין וואס וועט קומען ערשט שפעטער.

אבער בדורות האחרונים

(וואס ווערן אנגערופן עקבתא דמשיחא )

הערט זיך ביי אידן דער ענין פון משיח׳ן.

אידן "הערן" און פילן אז משיח איז "הנה זה עומד אחר כתלנו" 38 ,

נאכמער דער כותל האט שוין חלונות און חרכים; נאכמער ער — משיח — איז "משגיח מן החלונות מציץ מן החרכים",

ער קוקט און איז משגיח אויף אונז

(עס איז בלויז וואס אים זעט מען ניט — און דאס איז נאר ווייל כתלנו — אונזער כותל — פארשטעלט)

איז דעריבער מאכן אידן אויך פון ״מצורע״ 39

א סדרה אין תורה 40 ,

ווייל עס לייכט שוין בתורה דער גילוי דלעתיד פון "ולילה 41

כיום יאיר".

(משיחת ש״פ מצורע,

תשכ״ה)

Reader controls and commentary are loading.