א.
אין סיום הסדרה רעדט זיך וועגן א בגד וואס אין אים איז געווען א נגע,
און מען האט אים פארשפארט אויף זיבן טעג; און ווען מ׳האט געזען דעם זיבעטן טאג אז דער נגע איז ניט גרעסער געווארן,
האט מען אים אויסגעוואשן און ווידער פארשפארט אויף זיבן טעג.
זאגט דא דער פסוק: "והבגד גו׳ אשר תכבס וסר מהם הנגע,
וכבס שנית וטהר״ — אז אויב נאכן צווייטן הסגר זעט מען אז דורך דעם פריערדיקן כיבוס איז פון אים אפגעטאן געווארן דער נגע,
דארף מען כובס זיין דעם בגד א צווייטן מאל,
און דאן איז ער טהור.
שטעלט זיך רש״י אויף די ווערטער "וכבס שנית",
און איז מפרש: "לשון טבילה״ — אז "וכבס שנית" מיינט
(ניט מען זאל דעם בגד נאכאמאל אויסוואשן ,
נאר)
אז מען זאל אים טובל זיין.
און רש״י ברענגט דערויף א ראי׳ פון תרגום: "תרגום של כבוסין שבפרשה זו לשון ליבון ויתחוור,
חוץ מזה שאינו ללבון אלא לטבול,
לכך תרגומו ויצטבע״ — וויבאלד אז דעם ווארט "כבוס" אומעטום אין אט דער פרשה 1
פארטייטשט דער תרגום "ויתחוור",
וואס מיינט "ליבון"
(אויסוואשן),
און דעם ווארט "וכבס
(שנית)
" פון אונזער פסוק פארטייטשט ער "ויצטבע",
איז א ראי׳ אז "וכבס" דא מיינט ניט אויסוואשן נאר טובל זיין.
און רש״י איז מוסיף "וכן כל כבוסי בגדים שהן לטבילה מתורגמין ויצטבע" — אז אין יעדן ארט 2
וואס אין פסוק שטייט ביי בגידים דער לשון כיבוס,
וואו זיין מיינונג איז
(ניט אויסוואשן,
נאר)
טבילה 3 ,
פארטייטשט עס דער תרגום מיטן לשון "ויצטבע".
ב.
פון דעם וואס רש״י זאגט ניט בקיצור "כתרגומו ויצטבע" נאר ער שרייבט א גאנצע אריכות "תרגום של כבוסין כו׳ וכן כל כבוסי בגדים כו׳" איז קענטיק אז רש״י וויל קלאר מאכן אז מיט "ויצטבע" מיינט דער תרגום טבילה און ניט אויסוואשן.
און אויף דעם ברענגט רש״י א צווייענדיקע הוכחה: א)
אז "ויצטבע" מיינט ניט אויסוואשן,
ווארום אויסוואשן פארטייטשט ער "ויתחוור",
ניט "ויצטבע".
ב)
אז "ויצטבע" מיינט טבילה ,
ווארום וואו נאר עס שטייט ביי בגדים דער לשון כיבוס וואס מיינט טבילה איז זיין תרגום "ויצטבע".
דארף מען פארשטיין:
א)
וואס דארף רש״י ביידע הוכחות: לכאורה פון דעם אליין וואס דער תרגום טייטשט דא אנדערש דעם ווארט "וכבס" ווי זיין טייטש פון כיבוס לשון ליבון,
איז קלאר,
אז מיטן "וכבס" פון אונזער פסוק ווערט געמיינט ניט אויסוואשן — ובמילא איז שוין פארשטאנדיק אז מיט אים ווערט געמיינט טבילה
(ווארום "כיבוס" טראגט אין זיך ניט מער ווי אט די צוויי טייטשן)
; ועאכו״כ,
אז ס׳איז גענוג בלויז ידי צווייטע הוכתה,
וואס מען געפינט בפירוש אז "ויצטבע" איז דער תרגום פון טבילה.
היינט וואס דארף רש״י אנקומען צו ביידע הוכחות?
ב)
בכדי צו וויסן אז "ויצטבע" מיינט טבילה איז דאך ניט וויכטיק מיט וועלכן לשון די טבילה שטייט אין פסוק; צי מיטן לשון כיבוס צי מיט אן אנדער לשון,
האט דאך רש״י געדארפט שרייבן בקיצור: וכן כל טבילה דבגדים מתורגם ויצטבע.
וואס דארף רש״י שרייבן "וכן כל כבוסי בגדים שהן לטבילה",
אז דער תרגום פון ויצטבע איז אויפן לשון כיבוס וואס רעדט וועגן טבילת בגדים ?
איז דער ביאור אין דעם:
פון דעם וואס דער תרגום שרייבט דעם לשון "יצטבע" דארט וואו עס רעדט זיך וועגן טבילה איז קיין ראי׳ ניט אז "יצטבע" מיינט בלויז טבילה און ניט אויסוואשן,
ווייל מען קען זאגן אז "יצטבע" איז א לשון כללי
(אזוי ווי דער לשון כיבוס אין תורה)
וואס טראגט אין זיך ביידע ענינים: סיי אויסוואשן סיי טבילה.
דעריבער מוז רש״י אנקומען צו זיין ערשטער הוכחה "תרגום של כבוסין שבפרשה זו לשון ליבון ויתחוור חוץ מזה כו׳" — אז פון דעם וואס דער תרגום איז דא משנה פון זיין לשון וועלכן ער נוצט אין דער פרשה ביי כיבוס לשון ליבון,
איז קענטיק אז דא מיינט ער טאקע אן אנדער ענין.
אבער אויך די ראי׳ איז ניט גענוג.
ווייל עס קען זיין אז זיין שינוי איז צוליב יופי המליצה.
ווי מיר געפינען בכמה מקומות אז ביים דערמאנען דעם זעלבן ענין עטלעכע מאל נאכאנאנד,
בייט מען דעם לשון צוליב יופי המליצה.
דעריבער איז רש״י מוסיף "וכן כל כבוסי בגדים שהן לטבילה מתורגמין ויצטבע",
אז דעם לשון ויצטבע נוצט דער תרגום יעדן מאל
(ניט סתם אויף טבילה,
נאר)
צו מפרש זיין דעם ווארט כיבוס וואס רעדט וועגן בגדים .
היינט וויבאלד אז אין אונזער פסוק באנוצט זיך דער תרגום צו מפרש זיין דעם ווארט וכובס וואס רעדט וועגן א בגד מיטן ווארט ״ויצטבע״ — האט דאך ניט קיין ארט צו זאגן אז זיין שינוי הלשון פון "ויתחוור"
(וועלכן ער נוצט בפרשה זו אויף ליבון)
אויף "ויצטבע" איז בלויז צוליב יופי המליצה — ווארום מען קען דאך מיינען אז זיין טעם השינוי איז ווייל דא מיינט ער טבילה
(ופשיטא אז צוליב יופי המליצה שרייבט מען ניט קיין לשון וואס גיט א מקום לטעות).
איז דאך דערפון געדרונגען אז מיט ויצטבע מיינט ער טאקע טבילה.
ג.
עד כאן איז בנוגע רש״י׳ס הוכחה אז דער תרגום מיט זיין פירוש "ויצטבע" מיינט טבילה.
ס׳איז אבער ניט מובן:
א)
וויבאלד אז דער פסוק זאגט "וכבס שנית ",
מען זאל כובס זיין דעם בגד א צווייטן מאל,
האט דאך לכאורה ניט קיין ארט צו זאגן אז "וכובס" דא זאל מיינען טבילה,
דעם ערשטן מאל האט מען דעם בגד געוואשן ; וואס וואשן און טובל זיין זיינען צוויי באזונדערע זאכן — פאסט דאך לכאורה ניט צו זאגן ביי דער שפעטערדיקער טבילה דעם אויסשפראך "שנית" בלויז דערפאר וואס אויך זי ווערט גערופן מיטן זעלבן לשון
(כיבוס)
ווי דער פריערדיקער ליבון.
און וויבאלד אז אין פסוק שטייט "וכבס שנית " דארף מען דאך — ע״ד הפשט — טייטשען אז אויך דער צווייטער כיבוס מיינט ליבון.
איז פארוואס לערנט רש״י ״וכובס — לשון טבילה"?
די קשיא איז נאך שטארקער: פון דעם אליין וואס רש״י דארף אנקומען צו א ראי׳ פון תרגום אויף זיין פירוש אז "וכבס" דא איז לשון טבילה,
איז קלאר אז רש״י אליין נעמט אן אט דעם פירוש ווי ניט קיין גלאטיקן און אז אין פשטות וואלט מען געדארפש בעסער לערנען אז דער "וכבס" פון אונזער פסוק איז לשון ליבון
[ופשוט אז מען קען ניט זאגן אז רש״י דארף אנקומען צו א ראי׳ פון תרגום בלויז צו באווייזן אז כיבוס קען מיינען אויך טבילה — ווייל אויב אזוי וואלט דאך רש״י גלייך ביים ערשטן מאל וואו דער פירוש פון כיבוס איז טבילה געדארפט מפרש זיין אז דאס איז לשון טבילה און ברענגען דערצו א ראי׳ פון דעם תרגום ויצטבע]
טא פארוואס לערנט טאקע רש״י אז וכבס דא מיינט טבילה?
רש״י איז דאך ניט מחוייב צו לערנען ווי דער תרגום!
ב)
רש״י שטעלט זיך אויף די ווערטער "וכבס שנית".
ולכאורה,
איז דאך רש״י מפרש בלויז דעם ווארט ״וכבס״ — וואס איז ער אויך מעתיק דעם ווארט "שנית",
וולעכן ער איז ניט מפרש?
ד.
בהשקפה ראשונה וואלט מען געקענט פארענטפערן די ביידע קשיות איינע מיט דער צווייטער: וויבאלד דער פסוק זאגט ״וכבס שנית ״ — מען זאל אויסוואשן דעם בגד א צווייטן מאל — הייסט עס דאך אז מען האט אים שוין געוואשן,
און דער בגד איז א ריינער.
היינט וואס איז דער צוועק פון וואשן אים,
וואס ע״ד הפשט איז וואשן שייכות — וואו עס איז א פלעק וכיו״ב,
אבער טבילה — איז א דין פון טהרה,
ווי שוין געלערנט פריער מערערע מאל?
דעריבער לערנט רש״י אז מיט "וכבס שנית" ווערט געמיינט ניט וואשן,
נאר טובל זיין 4 .
[דער אבן עזרא לערנט דא אז "וכבס" מיינט וואשן.
און די קשיא — וואס איז דער צוועק פון וואשן דעם בגד א צווייטן מאל בעת מען האט אים שוין איין מאל אויסגעוואשן און ער איז ריין — באווארנט ער: "מצוה לכבסו פעמים",
דאס הייסט,
ס׳איז א "מצוה" אויף וועלכער מיר ווייסן ניט קיין טעם.
רש״י וויל אבער ניט ע״ד הפשט אננעמען אז דאס איז א גזירת הכתוב,
לערנט ער דערפאר אז "וכבס" מיינט טבילה].
און דעריבער איז רש״י מעתיק אויך דעם ווארט "שנית",
כאטש ער איז אים ניט מפרש,
ווייל דער ווארט איז מכריח זיין פירוש פון "וכבס".
אין אמת׳ן אבער,
קען מען אזוי ניט לערנען,
ווייל די ראי׳ אז וכבס מיינט ניט נאכאמאל אויסוואשן דעם בגד איז ניט פונעם ווארט "שנית",
נאר פון דעם וואס עס שטייט בפירוש פריער אין פסוק "והבגד גו׳ אשר תכבס וסר מהם הנגע״ — אז דעם בגד האט מען שוין אויסגעוואשן און דער נגע האט זיך פון אים אפגעטאן
(און ווי רש״י איז מוסיף: "סר ממנו הנגע לגמרי ").
איז דאך אפילו ווען רש״י זאל ניט מעתיק זיין
דעם ווארט "שנית" וואס שטייט נאך וכובס,
פארשטייט מען שוין אויך די שוועריקייט אינעם פירוש וכובס לשון ליבון.
דארף דאך רש״י ניט מכריח זיין דעם פירוש "וכובס — לשון טבילה" פונעם ווייטערדיקן ווארט "שנית",
בעת דער פירוש איז מוכרח פון די פריערדיקע ווערטער.
ה.
שוין גערעדט פיל מאל,
אז בעת רש״י שטעלט זיך אויף כמה ווערטער כאטש ער איז מפרש בלויז א טייל פון זיי — קען עס זיין אין צוויי אופנים; אדער אז די אראפגעבראכטע ווערטער זיינען א ראי׳ און הכרח צו זיין פירוש; אדער אז פון די ווערטער איז גאר א קשיא אויף זיין פירוש,
און רש״י איז זיי מעתיק צו באווארענען אז אף על פי כן לערנט ער ווי זיין פירוש.
ועפי״ז וואלט מען געקענט זאגן,
אז דאס וואס רש״י איז מעתיק אויך דעם ווארט "שנית" איז
(ניט ווייל פון דעם ווארט איז א ראי׳ צו זיין פירוש,
נאר אדרבה)
ווייל פון דעם לשון "וכבס שנית " קוקט אויס לכאורה אז מיטן צווייטן כיבוס ווערט געמיינט ליבון,
אזוי ווי מיטן ערשטן.
און רש״י שטעלט זיך אויף "וכבס שנית" צו באווארענען אז כאטש פון דעם לשון קוקט אויס אז וכבס איז לשון ליבון,
פונדעסטוועגן בין איך עס מפרש לשון טבילה,
ווייל ס׳איז שווער צו זאגן אז תורה זאל הייסן וואשן א בגד נאך דעם ווי "וסר מהם הנגע".
ו.
לויט דעם בלייבט אבער שווער: לויטן פירוש "וכובס לשון ליבון" איז בלויז ניט מובן דער טעם פון דעם דין — זיינען דאך פאראן כמה וכמה דינים,
בפרט אין פרשת נגעים,
וועלכע מיר ווייסן ניט זייער טעם; דאקעגן לויטן פירוש "וכובס לשון טבילה" איז שווער וואס דער ווארט "שנית" האט לכאורה ניט קיין זין.
טא ווי לערנט איין רש״י א פירוש וואס איז היפך פון פשטות לשון הכתוב בלויז צוליב דעם וואס מיר האבן ניט קיין הסברה פארוואס מען זאל דארפן וואשן א ריינעם בגד א צווייטן מאל?
די קשיא איז נאך שטארקער: אין א פריערדיקן פסוק 5
שטייט,
אז אויב במשך פון די זיבן טעג פונעם צווייטן הסגר איז דער נגע טונקל געווארן,
דארף מען דעם מקום הנגע אויסרייסן און פארברענען.
איז דאך משמע דערפון,
אז מיטן בלויזן אויסרייסן דעם מקום הנגע בלייבט שוין דער איבעריקער טייל בגד טהור 6 .
שטעלט זיך די קשיא: מה־דאך אז בעת דער כיבוס האט ניט אראפגענומען דעם נגע,
ער איז בלויז טונקל געווארן,
איז דער
(איבעריקער טייל פון)
בגד טהור,
איז דאך מכ״ש בעת " סר מהם הנגע" און ווי רש״י איז נאך מדגיש לגמרי ,
דארף דאך א ודאי דער בגד זיין גלייך טהור,
איז פארוואס הייסט דער פסוק "וכבס שנית"?
און די קשיא איז דוקא לויטן פירוש ״וכבס — לשון טבילה": לויטן פירוש ״וכבס — לשון ליבון" איז ניטא קיין חומר ביי "וסר מהם הנגע" אויף "כהה הנגע",
ווייל וואשן דארף מען דאך בלויז דעם טייל בגד "את אשר בו הנגע" 7 .
ובמילא קומט דאך אויס אז דער כללות הבגד דארף ניט האבן קיין פעולה און איז טהור אין ביידע פאלן,
און דער מקום הנגע איז אין פאל פון "כהה" טאקע הארבער ווי אין פאל פון "וסר": בעת דער נגע איז
(נאר)
טונקל געווארן,
דארף מען דעם מקום הנגע ארויסרייסן און פארברענען,
און בעת "וסר מהם הנגע" דארף מען דעם ארט בלויז וואשן 8 .
משא״כ לויטן פירוש "וכבס לשון טבילה"׳ וואס עס מיינט טובל זיין דעם גאנצן בגד 9
(ווארום טבילה פאסט ניט אויף א חלק פון א זאך 10 ),
קומט דאך אויס אז "וסר מהם הנגע" איז הארבער ווי "כהה הנגע".
היינט וויבאלד אז דער דין פון "וכבס שנית" איז ניט מובן לויט ביידע פירושים
[ואדרבה: די קשיא אויפן פירוש "לשון טבילה" איז פיל שטארקער ווי די קשיא אויפן פירוש "לשון ליבון".
ווייל די שאלה וואס איז דער צוועק פון וואשן א ריינעם בגד איז בלויז אן ענין וואס מאנט הסברה; אבער די שאלה פארוואס זאל "וסר" זיין הארבער פאר "כהה" איז אן ענין פון היפך השכל]
און פון דעם לשון "וכבס שנית " איז מוכח אז דער צווייטער כיבוס איז פונקט ווי דער ערשטער,
האט דאך רש״י געדארפט לערנען אז וכבס מיינט אויסוואשן?
נאר באמת איז רש״י׳ס הכרח טאקע פונעם לשון ״וכבס שנית ״ - און רש״י מיט זיין מעתיק זיין אויך דעם ווארט "שנית" מיינט צו ברענגען א ראי ׳ צו זיין פירוש — כמשי״ת להלן.
ז.
דער טעם פון כיבוס הבגד נאך דעם ווי " וסר מהם הנגע" קען מען לערנען אויף צוויי אופנים:
א)
אין דעם כיבוס און אויסרייניקן דעם בגד אשר בו הנגע זיינען פאראן ספעציעלע דינים.
און דוקא דאן ווען דאס רייניקן איז לויט די אנגעוויזענע דינים,
זאגט תורה אז דער נגע האט זיך אפגעטאן פונעם בגד.
ווען
מען רייגיקט אים אבער אויף אן אנדער אופן,
ניט לויט די דיני התורה — כאטש לעיני האדם זעט מען קיין נגע ניט — איז בנוגע דיני התורה בטומאת נגעים איז דער נגע נאך פאראן.
און דעריבער,
אין אונזער פאל: וויבאלד אז "וסר מהם הנגע" איז געקומען דורך א כיבוס וואס איז געטאן געווארן צוליב מסגיר זיין דעם נגע
(בכדי צו זען וואס עס וועט זיין מיט אים אין זיבן טעג שפעטער 11 )
און ניט בכדי מטהר זיין אים,
איז
(בדיני התורה)
דער נגע נאך פארבליבן.
דארף דעריבער דער בגד האבן א צווייטן כיבוס — אזא וואס ענינו איז צו מטהר זיין אים.
ווייל דוקא דורך דעם כיבוס זאגט תורה אז דער נגע איז אוועק פון בגד.
— א דוגמא צו דעם פון טומאת נגעים אליין: זייער טומאה וטהרה היינגט אפ פון דעם אז דער פהן זאל זאגן בפירוש : טהור,
טהור 12 .
(און דאס קען מען אויך איינלערנען אין לשון הכתוב: "וכבס שנית וטהר",
אז דער "וטהר" באציט זיך
(ניט בלויז צום בגד ,
אז דורכן כיבוס ווערט ער טהור,
נאר אויך)
צום " וכובס ",
אז דער כיבוס קומט צוליב מטהר זיין; דער פסוק אליין,
הייסט עס,
איז מסביר דעם אויפטו פון צווייטן כיבוס אויפן ערשטן — אז זיין ענין איז וטהר 13 ).
ב)
וויבאלד אז דער ארט וואו ס׳איז געווארן דער נגע איז א חלק פון דעם בגד,
איז די טומאה נתפשט געווארן אין דעם גאנצן בגד.
און דערפאר איז אויך ווען "וסר מהם הנגע" על פי תורה,
דארף מען דעם בגד כובס זיין,
בכדי צו מטהר זיין אים פון די טומאה וואס איז אין אים נתפשט געווארן.
און דאס וואס אין פאל פון "כהה הנגע" דארף מען ניט כובס זיין דעם בגד א צווייטן מאל — איז עס מצד דעם ווייל בשעת "כהה הנגע" רייסט מען אויס דעם מקום הנגע פון דעם בגד,
און דער כהן האט נאך ניט געזאגט טמא און פון איצט אן האט דער מקום הנגע קיין שייכות ניט מיט׳ן כללות הבגד.
ח.
די נפקא מינה פון די צוויי אופנים בנוגע לפועל איז:
לויטן ערשטן אופן,
אז דער "וכבס" איז בכדי ארויסנעמען דעם נגע פון בגד,
קען מען לערנען" אז "וכבס" מיינט וואשן.
ווארום פונקט ווי א נגע וועלכן מיר זען פאר די אויגן נעמט מען אים ארויס דורך וואשן,
אזוי איז אויך דאס "רייניקן" און "ארויסנעמען" דעם נגע וועלכן מיר זעען ניט פאר די אויגן — דורך וואשן.
לויטן צווייטן אופן אבער,
וואס דער "וכבס" איז בכדי צו מטהר זיין דעם בגד פון זיין טומאה וועלכע איז אין אים נתפשט געווארן פון דעם נגע,
איז מוכרח אז "וכבס" מיינט דא "טבילה".
ווארום וויבאלד דער נגע גופא איז שוין מער ניטא — "וסר",
און דער "וכבס" איז בכדי צו מטהר זיין דעם בגד פון טומאה ,
איז דאך פארשטאנדיק אז "וכבס" מיינט טבילה,
ווי יעדער טומאה וואס איר טהרה איז דוקא דורך טבילה.
ט.
עפי״ז וועט ווערן פארשטאנדיק וואס פון דעם לשון "וכבס שנית " איז רש״י מכריח אז דער "וכבס" פון אונזער פסוק איז לשון טבילה:
דער לשון ״וכבס שנית ״ — מען זאל כובס זיין דעם בגד א צווייטן מאל באווייזט דאך קלאר אז אויך דער ערשטער כיבוס האט אויפגעטאן א געוויסע טהרה און דער אנדער כיבוס קומט בהמשך צו דעם פריערדיקן,
ער איז א צווייטער צום ערשטן.
מוז מען דאך במילא זאגן אז אין ביידן איז דער זעלבער אינהאלט.
ביידע,
הייסט עס,
קומען מטהר זיין דעם בגד.
קען מען דאך ניט לערנען אז מיט "וכבס" ווערט געמיינט ליבון,
ווייל לויט דעם פירוש מוז מען דאך זאגן אז דער ערשטער כיבוס האט ניט אויפגעטאן קיין שום טהרה אין בגד,
נאר ער איז געקומען בלויז צו מסגיר זיין אים — שטימט דאך דאן ניט דער לשון "וכבס שנית ",
וויבאלד אז די צוויי כיבוסים האבן ניט קיין שום יחס צווישן זיך: דער פריערדיקער כיבוס קומט צו מסגיר זיין,
און דער שפעטערדיקער — צו מטהר זיין
[און כאטש אז ביידע מאל איז די זעלבע פעולה
(ואדרבה: מצד דער פראקטישער זייט פון כיבוס פאסט לכאורה דער לשון "שנית" לויטן פירוש "לשון ליבון" מער ווי לויטן פירוש "לשון טבילה",
ווייל דוקא לויטן פירוש "לשון ליבון" טוט מען ביידע מאל די זעלבע פעולה)
שטייט דאך אבער ניט אין פסוק ״וכבס עוד פעם״ — מען זאל כובס זיין נאך אמאל — נאר "וכבס שנית ",
א צווייטן מאל,
און וויבאלד אז דער אנדער כיבוס קומט ניט בהמשך צום פריערדיקן,
קען ער ניט הייסן "שני",
ער איז ניט קיין צווייטער צום ערשטן,
ער איז אן ענין בפני עצמו].
דעריבער איז מוכרח צו לערנען אז אויך דער ערשטער כיבוס האט שוין גע׳פועל׳ט א געוויסע טהרה,
נאר אזוי ווי אין דעם ערשטן כיבוס האט נאך עפעס געפעלט,
דארף מען כובס זיין א צווייטן מאל בכדי צו פארענדיקן און משלים זיין די ערשטע טהרה: דער ערשטער כיבוס האט ארויסגענומען דעם נגע פון בגד און דורך דעם מטהר געווען אים פון דער טומאת נגע גופא,
און נאך דעם ווי די טומאת נגע גופא האט זיך שוין אפגעטאן לגמרי פונעם בגד דורך זיין ערשטן כיבוס 15 ,
קומט דער צווייטער כיבוס צו מטהר זיין אים אויך פון
די טומאה וואס איז נתפשט געווארן פון דעם נגע 16 .
יו״ד.
אין פירש״י איז דאך פאראן אויך ״יינה של תורה״ 17
—
נגעים קומען
(בעיקר)
צוליב דעם חטא פון לשון הרע 18 .
און וויבאלד אז לה״ר איז א חטא כללי,
ווי דער רמב״ם 19
זאגט אז לה״ר בריינגט צו די ערגסטע זאכן ביז צו "לדבר באלקים וכופרין בעיקר",
איז מובן אז אין די דיני הטהרה פון נגעים זיינען אנגעוויזן די דרכו ואופני התשובה
(ניט בלויז אויף דעם חטא אליין 20 ,
נאר אויך)
אויף כללות כל החטאים:
אזוי ווי בעת עס ווערט א נגע אין א בגד,
איז אויך נאך דעם ווי מען האט אים כובס געווען און דער כיבוס האט ארויסגענומען פון אים דעם נגע,
דארף מען אים כובס זיין א צווייטן מאל — אזוי אויך בעת א איד טוט א חטא,
איז אויך לאחרי וואס ער טוט תשובה און עס ווערט אים נמחל לגמרי דער חטא,
דארף ער נאך אנקומען צו
(א קרבן עולה,
און בזמן הגלות — צו)
תעניתים,
ער זאל ווערן "מרוצה וחביב לפניו ית׳ כקודם החטא" 21 .
קען מען דאך מיינען,
אז וויבאלד ער דארף נאך אנקומען צו תעניתים איז א ראי׳ אז ס׳איז נאך פארבליבן אין אים דער חטא — גיט רש״י ארויס א הוראה,
אז אויך דורכ׳ן ערשטן כיבוס איז "סר ממנו הנגע לגמרי "
(און ווי דער אלטער רבי זאגט 21
"שנמחל לו לגמרי "),
און דאס וואס עס איז נאך ניט "מרוצה וחביב לפניו ית׳ כקודם החטא" איז עס בלויז מצד דעם וואס ס׳איז פארבליבן א געוויסע ווירקונג וואס דער חטא האט גורם געווען — דער חטא גופא אבער איז שוין אפגעווישט געווארן.
און דעריבער איז כאטש אז עס דארף זיין " כל ימיו בתשובה״ 22 ,
וויבאלד אבער אז דער חטא איז שוין אפגעווישט געווארן דורך תשובה תתאה,
דארף זיין תשובה באשטיין ניט אין כיבוס החטא — כיבוס לשון ליבון,
נאר אין טבילה "במי הדעת הטהור" 23 .
ווי עס שטייט אין תניא 24
אז די תשובה וואס דארף זיין "כל ימיו" איז תשובה עילאה,
וואס ענינה איז 25
— "דיתעסק באורייתא כו'".
(משיחת ש״פ תזריע,
תשכ״ה)