א.
שוין גערעדט פיל מאל 1 ,
אז די נעמען פון די סדרות אין תורה זיי־ נען ניט בלויז א סימן בעלמא וואס נוצט בכדי אפצוטיילן איין סדרה פון דער צווייטער,
נאר יעדער נאמען — ווי בכלל ״השמות 2
שנקראים בהם בלשון הקודש״ — ווייזט און דריקט אויס דעם תוכן פון דער באטרעפנדער סדרה,
און דערפאר זעט מען אז כמה סדרות ווערן גערופן ניט מיט דעם ווארט מיט וועלכן זיי הויבן זיך אן,
נאר מיט א שפעטערדיקן ווארט,
ווייל דוקא יענער ווארט ווייזט אויפן תוכן פון דער סדרה* 2 .
און אזוי איז עס אויך בנוגע דער היינטיקער סדרה,
אז זי הייסט
(איצ־ טער 3 )
ניט מיטן נאמען ״אשה״
(כאטש דאס איז דער ערשטער ווארט — נאך דעם אלגעמיינעם אריינפיר: וידבר גו' לאמר — מיט וועלכן די סדרה הויבט זיך אן),
נאר מיטן נאמען "תזריע".
דארף מען פארשטיין וואס איז דער ענין מיוחד אינעם ווארט ״תזריע״ 4 ,
וואס מצד דעם אנטהאלט ער אין זיך דעם תוכן פון דער גאנצער סדרה?
נאך מער דארף מען פארשטיין: אויף "אשה כי תזריע" ברענגט רש״י בפירושו על התורה
(פון מדרש רבה 5 )
: "אמר ר׳ שמלאי כשם שיצירתו של אדם אחר כל בהמה חי׳ ועוף במעשה בראשית כך תורתו נתפרשה אחר תורת בהמה חי׳ ועוף".
וואס דערפון איז פארשטאנדיק,
אז דער אויפטו פון אונזער סדרה לגבי די ענינים וואס ריידן זיך אין דער פריערדיקער סדרה איז,
אז דארט איז נתפרשה תורת "בהמה חי׳ ועוף",
און אין אונזער סדרה — תורת אדם .
און וויבאלד אזוי,
קומט דאך אויס,
אז דער ווארט "אשה" איז ניט בלויז דער אנפאנג פון דער סדרה,
נאר ער ווייזט אויך אויף איר תוכן — תורת אדם ,
היינט פארוואס טאקע ווערט די סדרה גערופן ניט מיטן נאמען "אשה",
נאר מיטן נאמען "תזריע"?
מוז מען זאגן,
אז די מעלה פון ״תורת האדם״ — וואס דאס איז דער תוכן פון דער סדרה — דריקט זיך אויס אין דעם ווארט "תזריע".
ב.
פון דעם לשון מרז״ל הנ״ל " כשם שיצירתו כו׳ כך תורתו כו׳ " איז מוכח,
אז דאס וואס "תורתו
(של אדם)
נתפרשה אחר תורת בהמה חי׳ ועוף" איז עס
[ ניט מצד דעם וואס ער איז באשאפן געווארן צום לעצטן — ווארום דאן,
וואלט געשטאנען " מפני שיצירתו כו׳ 6
".
און וויבאלד עם שטייט ״ כשם שיצירתו כו׳",
איז מוכח,
אז דאס וואס תורתו קומט לבסוף,
איז עס]
מצד דעם זעלבן טעם וואס יצירתו איז געווען לבסוף.
וואס איז טאקע דער טעם וואס דער מענטש איז באשאפן געווארן לבסוף — זאגט עס דער מדרש גופא דא 7
: אז אויב דער מענטש וועט זיך אויפ־ פירן ניט ווי עס דארף צו זיין "אומרים לו יתוש קדמך שלשול קדמך"
[אדער ווי די גמרא זאגט 8
"שלא יהיו המינים אומרים שותף הי׳ לו להקב״ה במע״ב": ״כדי שיכנס למצוה מיד״; "כדי שיכנס לסעודה מיד"].
פרעגן דעריבער מפרשים 9 ,
די אלע טעמים זיינען דאך לכאורה שייך בלויז בנוגע צו יצירתו אבער ניט בנוגע צו תורתו .
היינט פארוואס זאגט דער מדרש " כשם
(און ניט "מפני")
שיצירתו כו׳ כך תורתו כו׳" ?
איז דער ביאור אין דעם: דער אלטער רבי אין תניא 10
איז מבאר,
אז די נידעריקייט פון מענטשן לגבי אלע אנדערע נבראים,
אפילו לגבי בע״ח הטמאים און אפילו לגבי יתוש,
איז ניט נאר ווען ער טוט אן עבירה בפועל
(וכפשטות לשון המדרש הנ״ל),
נאר אויך מצד דעם וואס " יכול להתאוות לדברים האסורים״: דערמיט אליין איז ער שוין "גרוע ומשוקץ ומתועב יותר מבע״ח הטמאים ושקצים ורמשים",
ווייל זיי אלע
(ניט נאר וואס זיי זינדיקן ניט בפועל נאר)
"אינם 11
יכולים לעבור כלל על רצונו ית׳".
ועפי״ז וועט מען פארשטיין דעם מרז״ל הנ״ל "כשם שיצירתו כו׳ כך תורתו כו"׳,
ווייל די נידעריקייט פון מענטשן וואס יכול להתאוות צו אן ענין וואס איז ״נגד רצונו ית׳״ — פונקט ווי דאס איז דער טעם אויף דעם וואס ער איז באשאפן געווארן "אחר כל בהמה חי׳ ועוף",
אזוי איז עס אויך דער טעם אויף דעם וואס " תורתו נתפרשה אחר תורת בהמה חי׳ ועוף",
וכדלקמן.
ג.
דער סדר אין תורה,
ד.
ה.
ווי א איד הייבט אן לערנען און לערנט תורה,
איז מן הקל אל הכבד.
סיי אין תוכן הלימוד: בן 12
חמש למקרא בן עשר למשנה כו׳ — און אין זיי גופא: ילמד 13
אדם תורה ואח״כ יהגה
(יעיין כו׳ להקשות כו׳)
— סיי אין אופן הלימוד: מען הייבט ניט אן גלייך פון לימוד התורה לשמה אין דעם העכסטן אופן — ווי "דוד
(וואס)
הי׳ מחבר תורה שלמעלה בהקב״ה״ 14 ,
נאר כפסק חז״ל 15
: מעיקרא כי עביד אינש אדעתא דנפשי׳ קא עביד.
(אין נתינת התורה איז דער סדר פארקערט: פריער א העכערע מדריגה און דערנאך א נידעריקערע.
און ווי ס׳איז דער סדר אין פסוק 16
: "ואהי׳ אצלו שעשועים",
און ערשט דערנאך "ושעשועי את בני אדם".
אזוי איז דער סדר פון המשכת התורה מלמעלה למטה 17 .
ביי לימוד ועבודת האדם איז אבער דער סדר — מלמטלמ״ע,
מן הקל אל הכבד).
און פונקט ווי דער סדר ביי כללות הלימוד פון תורה איז מלמטה למעלה,
אזוי איז אויך דער סדר פון לימוד הפרשיות: פריער קומען די גרינגערע ענינים,
און ערשט שפעטער די שווע־ רערע.
און דערפאר איז "תורתו
(של אדם)
נתפרשה אחר תורת בהמה חי׳ ועוף״,
ווייל דער בירור — דער "להבדיל בן הטמא ובין הטהור״ 18
— פון בהמה חי׳ ועוף,
וויבאלד אז "אינם יכולים לעבור כלל על רצונו ית׳",
איז זייער בירור גרינגער ווי דער בירור פון דעם אדם.
עפ״י ביאור הנ״ל איז פארשטאנדיק,
אז די שיטה פון ר׳ שמלאי בנוגע צו דעם וואס דער אדם איז נוצר לבסוף איז ניט מצד זיין מעלה — "כדי שיכנס לסעודה מיד״ — ווארום דאן וואלט עס ניט געווען קיין הסברה אויף דעם וואס תורתו נתפרשה אחר תורת בהמה כו׳
[ואדרבה: אויב דער אדם איז הע־ כער,
דארף זיין בירור אנקומען לײכ־ טער,
האט במילא "תורתו" געדארפט נתפרש ווערן פיריער ווי תורת בהמה כי׳],
נאר אדרבה ,
מצד זיין חסרון — דאס וואס ער איז באשאפן געווארן פון א חומר גס,
און איז נוטה לרע כו׳ מערער ווי בעלי חיים 19 ,
און ס׳איז שווערער ״אײנצוקערן״ זיך מיט אים,
כנ״ל.
ד.
עפ״י הנ״ל וועט מען אויך פאר־ שטיין די שייכות פון דעם מאמר "כשם שיצירתו כו׳ כך תורתו כו׳ ",
צו דעם בעל המאמר — ר׳ שמלאי 20
:
א מעלה פון א זאך קען קומען אין צוויי אופנים: א)
מ׳גיט עס מלמעלה — צי מצד התולדה,
אדער מען גיט עס במתנה לאחרי.
היצירה; מען האט אבער אויף דעם ניט געהארע־ וועט.
ב)
מצד עבודה; מען הארעוועט אויף דעם און מען פארדינט עס.
אין יעדן פון די צוויי אופנים איז פאראן א יתרון מיוחד: אין די מעלות פון ערשטן סוג איז דא א יתרון,
וואס די מעלות זיינען ניט קיין באגרע־ ניצטע: וויבאלד זיי קומען מלמעלה,
האבן זיי ניט אויף זיך קיינע הגבלות; אנדערש ווי עס זיינען די מעלות וועל־ כע קומען דורך עבודה.
לאידך גיסא,
האבן אין זיך די מעלות וואס קומען דורך עבודת האדם א יתרון דערמיט וואס זיי זיינען בפנימיותו : די ענינים וועלכע מען באקומט במתנה מלמעלה אדער מען האט זיי מצד התולדה,
וויבאלד דער מקבל האט אויף זיי ניט געהארעוועט,
קען זיין אז ער איז צו זיי קיין כלי ניט,
ובמילא רירן זיי אים ניט אן אין זיין פנימיות.
משא״כ די מעלות וועלכע ער האט אויסגעהארעוועט,
רירן זיי אן,
און זיי זיינען פארבונדן און זיי גייען אריין בפנימיותו 21 .
און אין דעם באשטייט דער חילוק צווישן די צוויי טעמים אויף בריאת האדם באחרונה: בשעת מען רעדט וועגן די מעלות וועלכע קומען במתנה מלמעלה — איז דער אדם העכער במעלתו על שאר היצורים גלייך מתחילת יצירתו,
באלד ווי ער ווערט נאר געבארן,
נאך איידער ער האט אנגע־ הויבן צו הארעווען: ער האט אין זיך די נפש האלקית וואס איז א חלק אלקה ממעל ממש״.
ואע״פ אז שפע-טער קען ער ח״ו מורד זיין בקונו — א מורא׳דיקער חסרון וואס קיין אנדער נברא פארמאגט אים ניט — פארלירט ער אבער ניט דערמיט זיין געבארענע מעלה,
מעלת נשמתו,
ווא־ רום אפילו בשעת החטא איז זי באמנה אתו ית' 23 .
ווען מען רעדט אבער וועגן די סוגי המעלות וואס קומען מצד עבודה,
לגבי זיי איז דער אדם בתחילת יצירתו ניט העכער פון אלע נבראים.
ואדרבה,
דאס וואס עס שטייט אין אים בגילוי איז א חומר העלול לחטוא
(ווארום מעלת נשמתו איז נאך בהעלם,
ער דארף זי ערשט מגלה זיין ע״י עבודתו).
און דעריבער לערנט מען,
אז דער טעם וואס נתהווה באחרונה איז בכדי שיאמרו לו יתוש קדמך.
ה.
און דאס איז די שייכות פון דעם מאמר ״כשם שיצירתו כו'״ — וואס לערנט אז דער טעם פארוואס אדם נוצר באחרונה איז מצד זיין חסרון — צו ר׳ שמלאי:
ר׳ שמלאי איז ניט געווען קיין מיוחס
(ביז אז ר׳ יוחנן האט זיך אפגעהאלטן פון צו לערנען מיט אים ספר יוחסין) 24 .
און דעריבער איז זיין דרך געווען: מ׳מוז אלץ אויסהארעווען׳ האט זיך ביי אים "געלייגט",
אז א מעלה איז אזא וואס מען הארעוועט זי אויס.
און דערפאר לערנט ער,
אז דער טעם אויף "יצירתו של אדם אחר כל בהמה חי׳ ועוף" איז מצד "יתוש קדמך״ 25
: זיין מעלה ,
וועט ער בא־ קומען ערשט שפעטער,
ווען ער וועט הארעווען,
כדלקמן.
ועפ״ז וועט מען אויך פארשטיין דעם טעם וואס די סדרה וועלכע רעדט וועגן "תורת האדם" הייסט מיטן נא־ מען "תזריע",
ווייל "תזריע"
(ל׳ נקבה)
ווייזט אויף עבודה 26
.
און ווי עס שטייט אין לקוטי תורה 27 ,
אז "איש מזריע תחלה" ווייזט אויף אתערותא דלעילא,
א מתנה מלמעלה; אבער " אשה כי תזריע" ווייזט אויף אתערותא דלתתא — עבודת האדם,
און די מעלות וואס ער באקומט דורך דעם זיינען ניט קיין "געגעבענע",
נאר אויסגעהארע ־ וועטע .
ו.
א טיפערער ענין אין דעם:
מצד דעם כלל ״סוף מעשה במחשבה תחלה״ 28 ,
איז דאך פארשטאנדיק אז לויט אלע טעמים
(אויך לויטן טעם אז יצירת האדם באחרונה איז מצד "יתוש קדמך")
מוז מען זאגן,
אז דאס וואס דער מענטש איז באשאפן געווארן באחרונה איז עס מצד זיין מעלה 29
— וואס ער איז דער תכלית המכוון פון דער גאנצער בריאה.
נאר דער חילוק איז: לויטן טעם "כדי שיכנס לסעודה מיד"
(וכיו״ב),
האט דער מענטש מצד עצמו — גלייך ביי זיין באשאפונג,
א מעלה אויף אלע נבראים
(ווייל מעלת נשמתו ,
איז ביי אים פאראן אלע מאל,
כנ״ל ס״ד)
; און לויטן טעם "יתוש קדמך",
איז מצד עצמו איז ער גאר נידעריקער פון אלע נבראים
(מצד דערויף וואס זיין גוף איז פון א חומר גס ביותר).
און דאס וואס ער דוקא
(אויך מצד הגוף )
איז עלה במחשבה תחלה,
איז עס מצד דעם עילוי וואס ער וועט דערגרייכן ערשט דורך זיין עבודה 30 .
און דער עילוי צו וועלכן ער וועט קומען דורך זיין עבודה,
איז פארבונדן מיט דעם גופא וואס מצד זיין גוף איז ער נידעריקער פון אלע נבראים:
מצד דעם גופא וואס דער גוף האדם איז פון א חומר גס,
נידעריקער פון א יתוש — איו בשעת ער פועל׳ט אז דער אדם שנוצר מן האדמה זאל זיין אן אדם מלשון אדמה לעליון 31
איז ער מחדש א נייע מציאות 32 .
און דורך דעם ווערט אין אים נתגלה דער כח העצמות,
ווייל דער כח צו מחדש זיין יש מאין איז נאר בכח העצמות 33 .
ז.
ועפ״ז י"ל,
אז אין דעם נאמען "תזריע" דריקט זיך אויס
(ניט נאר דער ענין העבודה וכנ״ל סוס״ה,
נאר)
אויך די מעלת העבודה:
בכלל איז ידוע 34 ,
אז ענין ההולדה איז התחדשות יש מאין,
אבער די התחדשות איז ניט אין דער הולדה גופא,
נאר אין דעם "תזריע": די הולדה איז נאר א גילוי ההעלם,
ווארום אויך פאר דער הולדה איז דער עובר שוין געווען בהעלם,
און דורך דער לידה איז ער נאר ארויסגעקומען בגילוי.
די התחדשות אבער,
האט זיך אויפגעטאן מיט דעם "תזריע"
(נאר דורך דער הולדה ווייס מען אז די הזרעה איז געווען כדבעי).
און דערפאר רופט מען די סדרה מיטן נאמען "תזריע",
ווייל אין דעם ווארט דריקט זיך אויס דער עילוי וואס ווערט אויפגעטאן דורך עבודה,
כנ״ל.
(משיחת ש״פ תזריע תשכ״ה)