א.
דער סיום וחותם פון ספר שמות איז "בכל מסעיהם".
און וויבאלד אז ענינו פון דעם ספר איז,
ווי דער מדרש 1
זאגט,
"שבו יצאו ישראל מאפילה לאורה",
איז פארשטאנדיק אז דער ענין היציאה מאפילה לאורה דריקט זיך אוים בעיקר אין די ווערטער "בכל מסעיהם",
ווארום "הכל הולך אחר החיתום״ 2 .
דארף מען פארשטיין: וואס איז די שייכות צווישן "בכל מסעיהם" און דער יציאה מאפילה לאורה?
אויך דארף מען פארשטיין די רייד פון דעם דערמאנטן מדרש: אין תחילת הספר ווערט דערציילט
(ניט ווי אידן זיינען ארויס פון גלות,
נאר פארקערט)
"הבאים מצרימה",
ווי די בני ישראל זיינען געקומען אין גלות 3 .
איז ווי באצייכנט דער מדרש דעם גאנצן ספר 4
ווי אזא וואט ענינו איז "שבו יצאו ישראל מאפילה לאורה"?
ב.
וועט מען דאס פארשטיין בהקדים דעם פירוש הפשוט פון "בכל מסעיהם",
וואס "מסעיהם" דא מיינט
(ניט זייערע נסיעות,
נאר)
די ערטער וואו זיי האבן גערוט,
זייערע חניות 5
,
און דער לשון ״מסעיהם״ איז כפירש״י: "לפי שממקום החני׳ חזרו ונסעו לכך נקראו כולן מסעות".
איז אין דעם ניט מובן: וועגן די חניות שבמדבר זאגט די גמרא 6
"כיון דכתיב 7
על פי ה׳ יחנו ועל פי ה׳ יסעו כמאן דקביע להו דמי".
היינט ווי רופט אן דער פסוק די מקומות החני׳ מיטן נאמען "מסעות" דערפאר וואס "ממקום החני׳ חזרו ונסעו",
בשעת אז זייער חני׳ איז געווען אין אן אופן פון "קבע"?
מוז מען זאגן,
אז דאס וואס דער פסוק רופט אן די חניות בשם "מסעות",
איז עס
(ניט דערפאר וואס עס האט עפעס געפעלט אין די חניות,
מצד דעם וואס זיי זיינען געווען צייטווייליגע או כיו״ב,
נאר פארקערט)
דערפאר וואס יעדער חני׳ איז געווען א הקדמה צו דעם "מסע" וואס נאך איר,
ובמילא האבן די חניות פארמאגט אין זיך
(ניט בלויז די מעלה פון חני׳ אין אן אופן פון "קבע",
נאר)
אויך די מעלה פון "מסעות".
ג.
איז דער ביאור אין דעם:
שוין גערעדט כמה פעמים 8
אז אידן זיינען ניט קיין מיטל אויף צו דורכפירן א כוונה וואס איר תכלית באשטייט אין עפעס אנדערש,
נאר דער תכלית איז אין זיי גופא* 8
[אנדערש ווי די גאנצע בריאה וואס אין איר אליין איז ניט דער תכלית,
און זי איז באשאפן געווארן בלויז "בשביל ישראל ובשביל התורה" 9 ].
דערפון איז פארשטאנדיק,
אז עד״ז איז עס אויך בנוגע די עליות וואס אידן זיינען עולה,
ווי עם שטייט "ילכו מחיל אל חיל" 10 ,
דאס הייסט: הגם אז יעדער מדריגה איז א הקדמה און הכנה צו א העכערער מדריגה וואס דער איד וועט צו איר צוקומען שפע־ טער,
איז עם אבער ניט אין אן אופן וואס די נידעריקערע מדריגה איז
(נאר)
א משרת צו אן אנדער ענין,
נאר אז אין דעם גופא באשטייט איר תכלית:
דער בירור וזיכוך וואס אידן טוען אויף אין די ענינים פון וועלט
[דורך דעם וואם זיי נוצן די עניני העולם "לשם שמים",
און אפילו ווען זיי מאכן פון די דברים גשמיים גופא א מצוה 11 ],
איז בלויז מכאן ולהבא.
די גאנצע וועלט איז באשאפן געווארן מלכתחילה 12
נאר בכדי אידן זאלן מאכן פון איר א דירה לו ית׳ — וויבאלד אבער אז די וועלט איז בלויז אן אמצעי כנ״ל 13 ,
קומט במילא אויס,
אז דער
(זמן און)
מצב אין וועלכן דער דבר גשמי איז געווען קודם הבירור,
איז ניט מער ווי א הכנה צו דעם בירור,
בדוגמת ווי איין ענין איז א הכנה צו א צווייטן ענין;
משא״כ אידן,
וויבאלד אז דער תכלית איז אין זיי גופא
(אין אלע זייערע ענינים 14 ),
איז דורך דעם הילוך "מחיל אל חיל",
ווען די נידעריקערע מדריגה ברענגט צו צו די העכערע מדריגה,
ווערט נשלם איר תכלית גופא,
ד.
ה.
אז דער פריערדיקער מצב גופא ווערט נתעלה אין דער העכערער מדריגה.
ד.
און דאס איז דער ביאור אין דעם וואס די מקומות החני׳ פון אידן האבן
(ניט בלויז זייער אייגענע מעלה,
נאר)
אויך די מעלה פון די ,
"מסעות",
ווייל דורך דעם וואס "ממקום החני׳ חזרו ונסעו",
זיינען זיי גופא נתעלה געווארן אין דעם ענין ה״מסעות" 15 .
און הגם אז די עלי׳
(בפועל)
קומט ערשט בשעת המסע וואס נאך דער חני׳,
וויבאלד אבער אז די כוונת החני׳ מלכתחילה איז
(אויך)
צוליב דעם מסע שלאחרי׳,
איז בפנימיות ובהעלם איז זי שוין אויך פריער א מסע.
ה.
אויפן פסוק "אלה מסעי בני ישראל אשר יצאו מארץ מצרים",
איז דער אלטער רבי מבאר 16 ,
אז דאס וואס עם שטייט "מסעי" לשון רבים,
וואס דאס מיינט,
אז מיט יעדן פון די מ״ב מסעות זיינען זיי "יצאו מארץ מצרים״ — כאטש פון מצרים בגשמיות זיינען זיי ארויס גלייך מיט דעם ערשטן מסע,
מרעמסס לסוכות — איז עס דערפאר ווייל כל זמן זיי זיינען נאך ניט געקומען צו ירדן ירחו זיי־ נען זיי נאך אלץ געווען אין דער בחינה פון "מצרים" מלשון מיצר וגבול,
און מיט יעדן מסע איז גע־ ווען אן ענין פון "יציאת מצרים".
דערפון איז פארשטאנדיק,
אז דער חילוק צווישן די "מסעות" און "חניות" איז בדוגמת דעם חילוק צווישן גלות מצרים און יציאת מצרים:
בעת די נסיעות,
וויבאלד זיי זיי־ נען דורך דעם געווארן נעענטער
(אויך במקום)
צו ירדן ירחו,
האבן זיי גע־ האלטן אין ארויסגיין פון ״מצרים״ — גאולה; און בעת די חניות,
ווען זיי האבן זיך פארהאלטן אויף איין ארט און ניט געגאנגען אין דער ריכטונג צו ירדן ירחו,
הגם אז אויך דאן זיי־ נען זיי מיט יעדער רגע געווארן נעענטער
(בזמן)
[צום סיום פון די ארבעים שנה וואס זיי דארפן זיין אין מדבר,
נעענטער]
צום ירדן ירחו — איז אבער דער ענין פון דער חני׳ גופא א תנועה פון אפהאלטן זיך 17
(אט די וויילע)
פון ארויסגיין פון
(מצרים)
מדבר,
און דעריבער ווייזט עס אויפן ענין פון גלות.
ו.
דערפון איז מובן,
אז דערמיט וואס דער פסוק רופט אן די "חניות" מיטן נאמען "מסעיהם",
דייט ער אן,
אז דער ענין הגאולה וואס איז דא אויך בזמן החני׳ — איז ניט בלויז מצד דעם וואס מיט יעדער רגע ווערט מען נעענטער צו ירדן ירחו,
צו דער גאולה ויציאה מן המדבר,
נאר אויך מצד דעם ענין החני׳ — הגלות עצמו.
ווארום וויבאלד אז די כוונה פון "גלינו מארצנו" איז צוליב די גילויים נעלים וואס וועלן זיין אין דער גאולה העתידה
(צו וועלכער מען קען ניט צוקומען דורך אן אנדער אופן),
איז הגם אז בנוגע צום גלות גופא איז ער בלויז א הכנה צו דער גאולה
(ווי איין ענין איז א הכנה צו א צווייטן ענין),
איז אבער בנוגע צו אידן — איז דער "גלינו" גופא
(בפנימיות ובהעלם)
אן ענין פון גאולה,
וכנ״ל סעיף ד׳.
ז.
ע״פ הנ״ל וועט מען אויך פאר־ שטיין ווי די ווערטער "בכל מסעיהם" זיינען דער חותם און סך־הכל פון גאנצן ספר "ואלה שמות בני ישראל" — וואס קומט לאחרי ספר בראשית וואו עס ווערט דערציילט וועגן די אבות 18
:
די אבות זיינען געווען העכער פון עולם 19
(לשון 20
העלם),
און ווייל די כוונה איז דירה בתחתונים,
דערפאר זיינען די "מעשה אבות"
(נאר "ריחות" 21
און)
בלויז א "סימן"
(והכנה)
לבנים 22 ,
וואס זיי,
די בנים דוקא האבן דורכגעפירט די דאזיקע כוונה.
און דאס איז דער המשך פון די סיפורים און מאורעות וואס ווערן דערציילט אין ספר שמות:
בתחלת הספר ווערט דערציילט וועגן דער ירידה למטה: ווי די "בני ישראל" 23
זיינען געקומען אין מצרים און וועגן דעם חשך הגלות; און דער־ נאך ווערט דערציילט וועגן דער המשכת אלקות וואס איז נמשך געווארן למטה דורך יציאת מצרים; שפעטער — דורך מתן תורה 24
; און דערנאך — דורך הקמת המשכן 25 .
איז לאחרי ווי דער פסוק דערציילט וועגן דעם תכלית העילוי 26
— "וכבוד ה׳ מלא את המשכן",
באווארנט ער גלייך מיט די ווערטער "בכל מסעי־ הם״,
אז
(אויך ״מקום חנייתן״ — ווערט גערופן "מסע",
אז)
אט דער עילוי האט זיך אנגעהויבן
(בפנימיות)
נאך אין דעם זמן פון "הבאים מצרימה" 27 ,
ווייל אויך זיין ענין איז — "שבו יצאו מאפילה לאורה".
(משיחת ש״פ פקודי תש״ל.
ועוד)